ליל שמחת תורה תרצ"א

151ליל שמחת תורה תרצ"א1

הרבה טועים בענין עבודה שבלב1 און מיינען שהוא כעין הידור מצוה, מדת חסידות, און זאָגן לכשאפנה אשנה2, היינו כשיהי' לו כל הצטרכותו, לפי מה שהוא מודד לו בעצמו כל ההצטרכות שלו, וויפעל עס קומט אים לפי דעתו.

דער טעות בני אדם איז דאָך זייער גרויס, דער אהבת עצמו און דער יקר בעיני עצמו, די אייגענע ליבשאַפט און די אייגענע טייערקייט וואָס דער מענטש האָט זיך ליב און באַ זיך טייער דאָס פאַר בלענט אים דיא אויגן און איז מכסה על האמת.

איז אַז ער טראַכט אָפּ וויפיל ער דאַרף און וויפיל אים קומט לפי דעתו, איז יעמולט הייבט ער אָן טראַכטן וועגן עבודה, מאָנטיג און דאָנערשטיג, שבת נאָך קאַווע, אַז ער קומט אין בית הכנסת און רעט אָפּ מיט אַלעמען איז נאָך דעם ווי דער צבור האָבן גיענדיקט דאַוונען הייבט ער אָן טראַכטן וועגן עבודה דאַוונען באריכות, און לבסוף דאַווענט זיך ניט, ער זאָגט אָפּ די ווערטער און יוצא.

דער טעם הדבר איז פשוט עס פעלט אים די גאַנצע הקדמה והכנה אל התפלה, פריער גאָר די פשוטע הקדמה פון אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש2 שהוא הכנעה ושפלות ווי רש"י זאָגט3.

152הכנעה ושפלות אַליין דאַרף האָבן אַ הקדמה והכנה דאָס הייסט אַז מיא זאָל צוא קומען צוא הכנעה ושפלות אמיתי דאַרף מען האָבן אַ הקדמה והכנה לזה וכידוע בענין קריאת שמע שעל המטה ותיקון חצות. אָבער על כל פנים די פשוטע הכנה פון הכנעה ושפלות דאָס הייסט אַ קצת התבוננות לכל הפחות אין די עטלעכע ווערטער, מי הוא המתפלל ולפני מי הוא מתפלל, וואָס די התבוננות וואָלט אויך פועל גיווען אַ קצת חיות אין דאַוונען אָבער אַז קודם התפילה רעט מען, און ריידנדיק פאַר הערט מען אַ אמן, אַ אמן יהא שמי' רבא, אַ ברכו פון קריאת התורה, איז דאָס גאָר אַ היפוך לגמרי פון דעם ענין פון דאַוונען במילא אַז ער שטעלט זיך דאַוונען דאַווענט זיך ניט, נאָר ער מיינט אַז דאָס איז עבודה און אַז דאָס איז אַ חסיד.

עבודה שבלב כפי שקבלתי הוא, אין האַרצן און מיטן האַרצן, עס שטייט אין פסוק4 ולעבדו בכל לבבכם, זאָגט די גמרא5 איזו היא עבודה שבלב הוי אומר זו תפלה. תורה שבכתב און תורה שבעל פה איז חכמה און בינה, תורה שבכתב איז חכמה, תורה שבעל פה איז בינה6.

מיר זאָגן אין ברכת המזון ועל תורתך שלמדתנו, שטייט אין חסידות7 בשם כוונת האר"י ז"ל8, ועל תורתך כמו שהיא באצילות שלמדתנו בעולם הבריאה9, חכמה איז אַ נקודה, די נקודה פון השכלה, בינה איז אורך ורוחב התפשטות פון השגה, דערפאַר איז ספירת החכמה הייסט מעין, אַ מעין איז נובע טיפּין טיפּין, און ספירת הבינה הייסט נהר.

איז תורה שבכתב וואָס דאָס איז ספירת החכמה זאָגט ולעבדו בכל לבבכם, און תורה שבעל פה וואָס דאָס איז ספירת הבינה שמבאר נקודת החכמה זאָגט איזו היא עבודה שבלב, וואָס הייסט אַ עבודה וואָס זי איז אין האַרצן און מיט האַרץ הוי אומר זו תפלה.

די עבודה פון דאַוונען איז אין האַרצן און מיטן האַרצן10, דאָס הייסט אז מיא דאַוונט ווי עס בעדאַרף זיין, איז נאָכן דאוונען, אין די אַלע הנהגות פון טאָג דאָ אַ רושם פון דעם דאַוונען, די כוונה איז אַז מיא דאַוונט מיטן האַרצן איז נאָכדעם דער גאַנצער טאָג גאָר אַ 153אַנדער טאָג, אין יעדער זאַך און אין יעדער מענטשן זעהט מען די גוטע זייט, און ער ליגט אין דעם אַז ער אַליין זאָהל ווערן בעסער בכל מדותיו והנהגותיו.

די משנה11 זאָגט לפיכך כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם, דער לפיכך איז דאָך אַ המשך פון פריער להיות ווי הקדוש ברוך הוא האָט יעדער מענטשן בעשאַפן מיט אַ בעזונדער פּנים11, דאָס הייסט אַז יעדער מענטש האָט אַ באַזונדער טבע, דערפאַר מוז יעדער מענטש זאָגן אַז בשבילי איז נברא העולם.

עולם הוא לשון העלם12, דשרש ההעלם הוא מצמצום הראשון, דהכוונה בהצמצום הוא בשביל הגילוי13 וואָס דאָס איז דאָך אַ קל וחומר מהצמצומים דסדר השתלשלות, ומה הצמצומים דסדר השתלשלות דענינם הוא רק מיעוט האור, כוונתם בשביל הגילוי כל שכן הצמצום הראשון דענינו סילוק האור לגמרי14, פשיטא דכוונתו הוא בשביל הגילוי.

צמצומים פון סדר השתלשלות זיינען בסדר והדרגה, וואָרעם אַ המשכה אָדער אַ השפעה מעליון לתחתון מוז זיין בדרך צמצום העליון לפי ערך ואופן התחתון בכדי אַז דער תחתון זאָל דאָס קאָנען צו נעמען, איז דער צמצום וואָס דער משפיע איז זיך מצמצם בשביל המקבל, איז דאָס בסדר והדרגה, וויילע דער משפיע וויל דאָך דעם טובת המקבל, און לטובת המקבל איז דאָך מוכרח אַז עס זאָהל זיין די השפעה לפי ערכו, און בכדי אַז עס זאָהל זיין די השפעה לפי ערכו מוז זיך דער משפיע מצמצם זיין, איז דאָך במילא מובן אַז דער צמצום פון דעם שכל המשפיע איז צוליב דעם מקבל אַז דער מקבל זאָהל האָבן אַ גילוי אור.

לפי זה איז דאָך ממילא מובן אַז דער צמצום הראשון, וואָס דאָס איז כביכול סילק אורו הגדול יתברך ויתעלה געוויס בשביל טובת המקבל אַז ער זאָהל האָבן אַ גילוי אור עליון יותר והכוונה בזה הוא שיהי' הגילוי דאור אין סוף שלפני הצמצום, און דאָס זאָהל מען ממשיך זיין דורך עבודה דוקא15.

וואָס דאָ איז דאָך דער אופטו פון טאַטן בענין חזר והאיר16 (עס איז שוין צעהן יאָהר17 אַז דעם טאַטנס גוף איז דאָ ניטא, דאַרף מען צוקושן דעם הנשאר הגשמי מהגוף, הגם דלגבי שאר אדם אין זה מעלה (הכוונה על הנשאר מהגוף) אָבער באַ צדיקים איז אַנדערש וכו').

וואָס באמת איז דאָך באַ אַ רבי ניט שייך דער וואָרט אופטו, דער ענין פון רבי איז לגלות למטה מה ששמע בגן עדן, אַ רבי איז דער אנכי עומד בין ה' וביניכם בעת ההיא להגיד לכם את דבר 154ה', וואָס עס שטייט באַ משה רבינו עליו השלום18, וואָס דער פירוש פון להגיד לכם איז להמשיך18, איז דער טייטש להגיד לכם דבר ה' ממשיך זיין צו אייך דעם דבר ה', און דאָס איז אַ רבי להמשיך גילוי אור בתורה, על דרך דעם אופן פון לימוד התורה אין גן עדן.

באַ אַ רבין אופטו הייסט דער ענין פון ורבים השיב מעון19, ער גיט אַ קוק אויף איינעם וואָס איז אַ חוטא ונכשל בעון ר"ל, וואָס יענער ווייס וואָס ער האָט גיטאָן און דער רבי זעהט דאָס אויף אים, איז מיט דעם קוק איז ער אים מעלה20, וואָס די דרכי הרפואה זיינען, דער נתינת כח פון רבין אַז די גוטע וואָס אין יענעם איז פאַראַן זאָל זיך גובר זיין אויף די ניט גוטע.

וואָרעם גם מי אשר ר"ל חטא ופשע איז באַ אים פאַראַן דער ישראל, וואָס דאָס איז דאָך דער פירוש מאמר רז"ל21 אע"פ שחטא ישראל הוא, דער הוא איז אַ ישראל, דאָס הייסט אַז בגלוי איז ער ניט גוט ער איז ר"ל אַ חוטא ער איז ר"ל אַ חולה די קאָפּ און הענט זיינען ניט געזונט ער לייגט קיין תפילין ניט, און כמו כן די איבעריקע אברים ח"ו זיינען ניט געזונט אָבער דער הוא זיינער איז אַ ישראל. הוא איז דער טייטש נסתר ונעלם22, דאָס וואָס טיף בעהאַלטן דאָס הייסט אַז דער נעלם ונסתר באַ יעדער אידן איז אַ געזונטער, איז אַ קוק פון אַ צדיק גיט אַ כח אַז די געזונטע זייט פון דעם חולה ר"ל זאָל זיך גובר זיין אויף דער קראַנקער זייט.

אין אופני הרפואה איז פאַראַן צוויי דרכים23, הא' וואָס מיא גיט רפואות צו דער חולאת ר"ל, והב' וואָס מיא שטאַרקט די כחות פון די געזונטע אברים אַז זיי זאָהלן קאָנען דורך האַלטן די מלחמה פון די קראַנקע אברים ר"ל.

און אַזוי איז אין רוחניות אַז איינער איז ר"ל אַ חולה אויף תפילין אויף שבת אויף טהרת המשפחה אויף מאכלות אסורות וכו' איז פאַראַן צוויי אופני רפואה, היילן די מחלות ר"ל און געבן אַ שטאַרקונג די געזונטע זייט.

און דאָס איז די אמתע רפואה וועג אַז מיא זאָל טאָן ביידע זאַכן. און דאָס איז דער פעולת צדיק לחיים24, אַ קוק פון אַ צדיק גיט אַ כח אין דעם ישראל הוא, אַז ער זאָל נתעורר ווערן בהתעוררות פנימי און יעמולט וועט דער חוטא ופושע ר"ל ווערן אַ בעל תשובה.

באמת להביט על מי שיש בו רע איז דאָס אַ גרויסער מסירת נפש און בפרט קוקן נאָך בעין טובה ובעין יפה, וואָרעם עס איז פאַראַן אַ קוק וואָס דערפון ווערט יענער ח"ו ור"ל אַ גל של עצמות, וכמאמר25 יהיב עיני' ביה ונעשה גל של עצמות. וואָס באמת איז דאָס קיין דרך ניט, מער ניט וואו מיא דאַרף לבטל את הקליפה בדרך דחי' וואָרעם אפילו די וואָס זיינען ח"ו כלל ניט ווי מיא דאַרף, איז אויך די כוונה העליונה אַז עס זאָהל 155זיין בשוב רשע מדרכו וחי'26 אָבער אַז עס זאָל ח"ו זיין מות המת דאָס איז ניט די כוונה העליונה, און אויף דערויף שטייט27 כי לא אחפוץ כו' השי"ת וויל דאָס ניט, דער רצון העליון איז אַז מיא זאָהל תשובה טאָן, דערפאַר איז דער קוק פון אַ צדיק דאַרף זיין בעין טובה ובעין יפה.

עס קאָן זיין אַמאָהל אַ טיפער קוק מיט אַ פּאָר שטאַרקע ווערטער, וואָס די ווערטער קאָנען דורך נעמען דורך און דורך על דרך ווי די ווערטער פון דער תוכחה, אַז די ווערטער שטעכן און ברענען בפועל ממש, אָבער באמת איז דאָך דאָס לטובה, ווי עס שטייט אין לקוטי תורה בד"ה בשברי לכם מטה לחם28. אָבער דער כללות פון אַ קוק של הצדיק על החוטא ר"ל הוא מסירת נפש.

דער חטא עץ הדעת איז געווען וואָס אדם הראשון הסתכל במקום הקליפות29, דקודם החטא איז דאָך געווען דער מקום הקליפות וסטרא אחרא מתחת כל העולמות30, רע איז דאָך אַ מציאות נברא ווי עס שטייט31 ובורא רע, נאָר די בריאה פון רע איז געווען מתחת כל העולמות און עס האָט ניט געהאַט קיין שייכות אל העולם, ועל ידי זה וואָס חוה האָט עובר געווען דעם ציווי השי"ת, איז האָט זיך דער רע מתגבר געווען און עס איז געוואָרן תערובות טוב ורע בכל הנבראים. האָט אדם הראשון אַ קוק געטאָן במקום הקליפות וואָס מיט דעם קוק האָט אדם הראשון געוועלט פאַריכטן דאָס וואָס חוה האָט מקלקל געווען, און דאָס איז געווען דער חטא פון אדם הראשון וויילע אדם הראשון איז ניט געווען קיין רבי32, פרצוף אדם קדמון איז אויך ניט קיין רבי, פרצוף איז דאָך אַ ציור, און רבי איז ניט דער ענין פון ציור (וזהו מאמר המוסגר).

אָבער מכל מקום הרי חזר והאיר און עס האָט מאיר געווען דער אין סוף שלפני הצמצום, פרעגט דאך דער עץ חיים33 אַ שטאַרקע קשיא, דער גאַנצער ענין פון צמצום הראשון איז געווען אַז עס זאָהל ניט מאיר זיין כביכול דער אור אין סוף וואָס לפני הצמצום בכדי עס זאָהל זיין אַ עולם גשמי, אם כן אַז לאחר שנתהווה העולם חזר והאיר האור אין סוף שלפני הצמצום, אם כן וואָס האָט אופגעטאָן דער צמצום. נאָר באמת האָט דער צמצום זייער אַפולע אופגעטאָן, צמצום האָט אופגעטאָן דעם ענין פון עבודה, און אַז דורך עבודה זאָהל מען ממשיך זיין דעם עצמות אור אין סוף וואָס לפני הצמצום15.

אַז34 מען גייט אין גאַס דאַרף מען טראַכטן דברי תורה, אַ פסוק חומש, תהילים, צי אין מחשבה אָדער אין דבור, וואָס דאָס ווענדעט זיך אָן דעם אָרט וואו ער גייט צי מיא מאָג על פי דין ריידן דאָרטן דברי תורה, אָבער אַז ער גייט אין גאַס און איז ניט פערנומען אין דברי תורה, זאָגט אים דער שטיין אויף 156וועמען ער טרעט דו בולאַך35 איינער וואָס טרעטסטו אויף מיר, ווער ביזטו, מיט וואָס ביזטו העכער פון מיר, פאַר וואָס זאָהל איך ניט טרעטן אויף דיר. אַז מען גייט אין גאַס און מען טראַכט ניט קיין דברי תורה, דערמיט איז מען ח"ו מעכב די גאולה, מה שאין כן אַז מען וועט טראַכטן אין דברי תורה וועט מען דערמיט מקרב זיין די גאולה.

די חסידישע בעלי עסקים דאַרפן האַלטן אין די קראָמען אַ חומש אַ תניא, אָדער אַ תהלים, און אין די פרייע צייט לערנען. מען דאַרף טאַקע אונטער שרייבן אַ וועקסל און ניט מאַכן קיין טעות, מען דארף מאַכן אַ חשבון פאַר דעם קונה אויך, אָבער פאַר דעם אונטער שרייבן דעם וועקסל און נאָכדעם דאַרף מען לערנען אַ פסוק חומש, זאָגן אַ פסוק תהלים, און יעמולט וועלן זיי מצליח זיין אין זייערע עסקים.

און דאָס האָט אופגעטאָן דער צמצום הראשון אַז עס זאָל זיין אַ וועלט מיט אַ גשמיותדיקער גאַס מיט חומריותדיקע מענטשן, מיט קראָמען און וועקסלען, און מיא זאָל גיין אין גאַס און טראַכטן אָדער זאָגן אַ דברי תורה, מיא זאָל זיצן אין דער גשמיותדיקער קראָם און לערנען תורה.

נאָר דאָס איז אַלץ אַ מאמר המוסגר, דרך אגב, דאָס איז אַלץ בעלי בתישקייט, פאַר בעלי בתים, דער ענין פון עבודה דאַרף זיין בירור המדות, ואהבת לרעך כמוך36, איז ניט דער פשט יענעם ווי זיך, ניין עס איז אַ טעות, דער פשט איז כמוך, זיך ווי יענעם.

לחיים דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דעם גוטן יאָר וואָס דער זיסער טאַטע האָט אונז געגעבן זאָל אַראָפּ קומען אין אַ בפועל ממש בטוב הנראה והנגלה, עס זאָל זיין, אז תרצ"א, הגם עס שטייט37 מיט אַ ה', אָבער מיר ווילן אז עס זאָל זיין מיט אַ אלף38.

אחר כך בירך בברכתו הק' אַז דעם יאָר זאָלן אַלע אַרעסטירטע און פאַרשיקטע וועלכע זיינען אין רוסלאַנד זאָלן בעפרייט ווערן, משה רבינו הי' אצל פרעה וברח ונעשה לו נסים שצווארו נעשה כשיש והסכין לא חתך וכדומה39, אַ קונץ, און די וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף הרבצת תורה זיינען פאַרשיקט אין סיביר, עס איז שווער מער צו ליידן, גינוג, מיר ווילן עס זאָל זיין תרצ"א מיט אַ אלף, עס זאָל אַראָפּ גינומען ווערן אַלע העלמות והסתרים, די חדרים זאָלן זיי גאָר ניט 157זעהן וכשירצו לעשות איזה רעה ח"ו ללומדי תורה זאָל באַ זיי אָפּנעמען די הענט.

אַ גרויסער זון אַז ער זאָגט צום טאַטן, טאַטע איך בעט דיך זאָל זיין גינוג40, דאַרף זיך דער טאַטע צוהערן, על פי תורה טאָר מען אַ גרויסן זון ניט שלאָגן, ער דאַרף זיך צוהערן וואָס דער גרויסער זון זאָגט, טאַטע גענוג צו שלאָגן, עס איז ולפני עור לא תתן מכשול41 ווילן מיר אַז עס זאָל זיין תרצ"א מיט אַ אלף. אַלע אידן האָפן דאָך אויף משיח'ן, אָבער איך רעכין אַז מען דאַרף האָפן אויף דעם יאָר, מען דאַרף זעך גרייטן וכו', און די עצה איז תורה וואָס מגינא ומצלי42.

אחר כך קרא לצעירי אגודת ישראל (דפה ריגא) ואמר להם, איבער מאָרגן וועט ווערן דריי יאָר זינט איך בין געקומען אַהער42, נאָך וואָס איך האָב בעדאַרפט אַרויספאָרן פון דאָרטן ווייס איך ניט, צי דען האָט גיפעלט מלאכים די וואָס היטן אַלע אידן מכל צרה ופגע רע ח"ו וואָס זיי זאָלן מיר אויך אָפּ היטן בתוך כלל ישראל אַז מיא זאָל מיך ניט דערשיסן, אויף אַלץ איז דאָ מלאכים, נאָר אויף דעם האָט שוין געפעלט, איך האָב דען ניט געקאָנט שטיין דריי טפחים העכער פון דער ערד? איז נאָך וואָס איך האָב בעדאַרפט אַרויס פון דאָרטן ווייס איך ניט, נאָר צו וואָס איך בין געקומען אַהער איז מובן, זיי זיינען געוואָרן ב"ה אַפולע אַנדערש ווי פריער (געמיינט די צעירי אגודת ישראל).

מיט אייער שיטה והנהגה אינני מסכים כלל וכלל. כמו כן מיט דעם סדר הלימוד אייערן אינני מסכים כלל וכלל, נאָר צו אייך (געמיינט די צעירי אגודת ישראל) האָט דאָס ניט. איר דאַרפט מאַכן אייערע חדרים (תורה ודרך ארץ), אייערע גנים ופרדסים (עס איז אפילו ניט די פרדסים שעשה אברהם אבינו עליו השלום43), אָבער נאָך אייער שכל נאָך, נאָך אייער הדרכה ווי מען האָט אייך מדריך געווען איז דאָס געוויס גוט.

אַודאי דאַרפט איר אַליין ווערן בעסער, מיא דאַרף האָבן גאַנצע בערד און פאותן, די ציצית זיינען באַ אייך געוויס כשר'ע, און איר האָט בעזרת השם יתברך בכח ווערן ווי מיא דאַרף, דאָס איז בהנוגע צו אייך אַליין, אָבער דאָס וואָס איר דאַרפט טאָן מיט לייטן דאַרפט איר טאָן מיט חיות, זאָל זיין גנים זאָל זיין פרדסים אַבי זיי זאָלן זיין אידן.

אויב איך זאָל וויסן איין אינגל וואָס וויל לערנען אין אַ חדר ווי מען האָט אַמאָל געלערנט, וואָלט איך אָנגיווענדעט אַלע כחות ער זאָל צו אייך אין שול ניט אַריין פאַלן, און ראַטעווען אים פון אייערע הענט, און ער זאָל לערנען באַ אַ מלמד פון דער אַלטער וועלט, אָבער די קינדער וואָס קאָנען ח"ו אריין פאַלן ר"ל אין אַנדערע חדרים, וואָס זיי זעהען אויס פון דרויסן אויך אידיש, איז געוויס אַז מיא מוז אָנווענדן אַלע כחות אַז זיי זאָלן אָנקומען צו אייך, און מיא בעדאַרף אייך געבן כל המיני עזר ותמיכה אַז איר זאָלט האָבן מעגליכקייט אויסהאַלטן מער קינדער.

158איר האָט אַזוי פיל אַרבעט, וואָס שווייגט איר, איך פאַרשטיי אייך גאָר ניט. איר דאַרפט אַליין טאָן און אויך ווירקן אויף דעם צווייטן. איר דאַרפט זיך שטעלן אויף די טראָטואַרן44 און שלעפּן אידן אין בית הכנסת לערנען אַ בלאַט גמרא וכדומה, קיין אָפּהאַלט צוליב געלט דאַרף ניט זיין, זייט מעורר די גבירים וכו'.

אַמאָל וואָלט מען מיט אַזעלכע יונגע לייט גאָר ניט גערעט, נאָר היינט דאַרפט איר דאָס זיין די מעוררים בעניני חיזוק התורה.

מיא מאָנט באַ מיר פאַר וואָס איך בין צו גוט, איך קוק בעין יפה, נאָר דער אמת איז אַז דאָס האָט מען מיר געגעבן איך זאָל קוקן אויף אַ אידן בעין יפה. ווען45 איך בין אַלט געווען פיר יאָר האָב איך גיפרעגט באַ דעם טאַטן פאַר וואָס האָט דער אויבערשטער ברוך הוא בעשאַפן אַ מענטשן צוויי אויגן און איין מויל, און איין נאָז. האָט ער מיך גיפרעגט צו ווייס איך אלף בית, ועניתי הן. פרעגט מיך ווידער דער טאַטע, צי ווייסטו אַז עס איז פאַראַן אַ שין און אַ סין, און וואָס איז דער חילוק פון זיי. ועניתי לו, אַז אַ שין איז די פּינטעלע פון דער רעכטער זייט און סין איז די פּינטעלע פון דער לינקער זייט. האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, פאַראַן זאַכן וואָס מיא דאַרף אויף זיי קוקן מיט דער רעכטער אויג, און פאַראַן זאַכן וואָס מיא דאַרף אויף זיי קוקן מיט דער לינקער אויג. אין אַ סידור און אויף אַ אידן דאַרפמען קוקן מיט דער רעכטער אויג, און אויף אַ צוקערקע און אַ צאַצקע מיט דער לינקער אויג. און פון יעמולט אָן האָט זעך איינגעוואָרצלט די זאַך אַז אויף אַ אידן ווער ער זאָל ניט זיין און ווי ער זאָל ניט זיין דאַרף מען קוקן בעין יפה.

אמר לרמ"ד46 ולרא"וו47, שהם צריכים להתעסק בהחזקת התורה במדינה זו (לעטלאַנד), ושלא יחסרו האמצעים הדרושים לזה. ועל זה הנני שליח למסור להם זאת. איר אַלע זייט עדות אַז איך האָב מיין שליחות איבערגעגעבן.

פאַר וואָס קוקט איר ניט אויף אייערע שכנים הטובים פולין וליטא. נו אויף פולין קאָנט איר ענטפערן עס איז קיין עין הרע ניט אַ מדינה גדולה ורחבה, כן ירבו, אָבער ליטא איז דער זעלבער סכום אידן, כן ירבו ווי אין לעטלאַנד כ"י, איז ב"ה פאַראַן עטלעכע גרויסע ישיבות, און אין יעדער שטעטל איז דאָ אַ ישיבה קטנה, עס איז ב"ה פאַראַן תלמוד תורה'ס חדרים מיט ערלעכע אידן מלמדים, מלמדים וואָס מיא לערנט תורה באמת, מיא לערנט ווי מיא האָט אַמאָליקע יאָרן געלערנט.

באַ יעדן ליטווישן אידן און אידענע איז פאַראַן אַ טייערקייט פון תורה, מען האָט ליב אַ ישיבה בחור, אַ ישיבה בחור שטייט זייער הויך, און וואָס איז אין לעטלאַנד ר"ל פּוסט און וויסט, וואו זיינען אייערע ישיבות וואו זיינען אייערע תלמוד תורה'ס וואו זיינען אייערע חדרים.

ריגא און די גאַנצע מדינה גיט ב"ה זייער פיין צדקה, גיט אויף אַלע ישיבות אָן עין הרע, גיט אויף אַלץ בעין יפה, השי"ת זאָל זיי העלפן. אָבער זיי אליין 159האָבן גאָר נישט. אמת ריגא איז געווען אַ אָפּגעשלאָסענע שטאָט און דערפאַר איז דאָס ניט קיין מקום תורה, אָבער פאַר די לעצטע צען יאָר אַז איר זייט געוואָרן אַ מדינה האָט איר געדאַרפט טראַכטן וועגן מאַכן אייער מדינה פאַר אַ מקום תורה, און איר אַלע גרויסע בעלי בתים און גבירים זייט מחוייב זען מאַכן געלט אויף הרבצת תורה, מאַכט חדרים און ישיבות נאָר די געלט דאַרף אַוועקגיין אויף החזקת תורה ממש, למקום הראוי וואו מיא לערנט בדרך הישן קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, פתח אלף וכו'48.

די אותיות פון תורה און די נקודות פון תורה זיינען הייליק49, קמץ איז כתר, פתח איז חכמה, און די הייליגקייט פון די אותיות און נקודות זיינען מאיר די נשמות פון די קינדערלעך שיחיו וואָס לערנען אַז זיי זאָלן בלייבן ערליכע אידן.

מיא האָט געדאַרפט מאַכן בעוואוסט צווישן אידן, אַז אַלע טאַטעס און אַלע מאַמעס זאָלן וויסן אַז די קינדער דאַרפן לערנען קמץ אלף פתח אלף, עס איז זיי נוגע אין לעבן ממש. עס איז אויפגעשטאַנען אַ דור וואָס ווילן באַ אידן אויסרייסן די קדושת האותיות און קדושת הנקודות, זיי מאַכן זיך פאַר אוהבי ישראל, בעלי טובה'ניקעס זיי זוכן די טובה פון די קינדער, אָבער מיט דעם ווילן זיי אויסרייסן באַ אידן ח"ו די הייליגקייט פון אותיות און נקודות.

איך זאָג אייך אידן אַז זיי זיינען אייערע גרעסטע שונאים, זיי מאַכן ר"ל די קינדער פאַר אפיקורסים, דער אויבערשטער ברוך הוא זאָל געבן אַלע אידן לאַנגע געזונטע יאָרן, אריכות ימים ושנים אָבער מיא לעבט ניט אייביק, פון אַזעלכע קינדער וועט ח"ו קיין קדישים ניט זיין.

אידן געדענקט גוט אַז אין דעם חדר און אין דעם חינוך אין דעם היינגט אָפּ אייער גאַנצער לעבן אַז דער קינד זאָל בלייבן אַ איד.

אַמאָליקע יאָרן איז אַ איד וואָס השי"ת האָט אים געהאָלפן ער האָט געהאַט פרנסה בריוח פלעגט ער האַלטן אַ חבר מיט וועמען ער פלעגט לערנען, ער פלעגט גיין צום ?לאַט אפילו פּראָסטע אידן פלעגן קומען אין בית המדרש הערן עין יעקב, מיא פלעגט הערן אַ מאמר רז"ל אַ סיפור המעשה פון אַ הנהגה טובה אין חיבת התורה און מצות, אין החזקת והרבצת תורה, אין מדות טובת, יראת שמים, וטבעי בני אדם, וואָס יעדער מאמר וואָס אַ איד האָט געהערט איז דאָס באַ אים אַ אור מאיר אין זיין לעבן און אין זיין פירונג מיט זיינע בני בית.

די גמרא50 דערציילט אונז אַז ינאי המלך האָט געזאָגט לדביתי' זאָלסט ניט מורא האָבן ניט פאַר די בני תורה (הגם זיי זיינען געווען זיינע אומפריינד) און ניט פאַר די פרייע, נאָר מורא האָבען דאַרף מען פאַר די צבועים, די גיפאַרבטע, וואָס מיט זייערע רייד (און אַמאָל אויך אפילו מיט זייער אופפיהרען) זיינען זיי פון אויסווייניק גלייך צו די בעלי תורה, אָבער דער אינוועניק זייערער איז אַ שלעכטער.

160איז אַ איד האָט גיהערט אַזאַ מאמר האָט ער געוואוסט אַז עס איז דאָ אַזעלכע וואָס פון דרויסן וואַייזן זיי אויס גאַנץ פרום און זיינען בעלי תורה און ריידן גוטע רייד און שטעלן דאָס איין אין קלוגע ווערטער זיי זאָגן אַז זיי מיינען נאָר די טובה פון די קינדער, אַז זיי זאָלן קאָנען בעסער, און עס זאָל זיי זיין גרינגער, זאָל מען לערנען באַ אידן להבדיל ווי מיא לערנט באַ אַלע פעלקער, וואָס דאַרף מען לערנען קמץ אלף וכו' ווי פאַרצייטיקע אידן האָבן גילערנט. מיט די גוטע רייד ווילן זיי, ח"ו וח"ו עוקר מן השרש זיין הי' לא תהי' די מנהגים פון די פאַרצייטיקע אידן, מיא האָט זיך גיגעבן אַ נאָמען מ'51.

עס איז פאַראַן אַ מדינה, וואָס איך האָב גיזעהען און גוט ב"ה דורך גיזעהען אָבער באמת גוט דורך גיזעהען אין אַלע זייערע ענינים און זיי הייסן אויך מיט דעם נאָמען52, אָבער יענע זיינען באמת ירא שמים'ס ווילן טאַקע אַז מיא זאָל מקיים זיין תורה ומצות ווי אַמאָל איז גיווען, און דאָרטן איז דער נאָמען מער ניט ווי אַ צוגיקלעפּטער, אָדער דער נאָמען איז אַ נאָמען אָבער די וואָס טראָגן דעם נאָמען זיינען ירא שמים'ס באמת זיי וואָלטן זייער געוואָלט אַז עס זאָל זיין באַ זיי אין דער מדינה חדרים און ישיבות ווי עס איז גיווען אין דער אַלטער היים זעהענדיק בדרך כלל און בדרך פּרט אין פאַרשיידענע שטעט און פאַרשיידענע סוגי בני אדם, מאַכט אַזאַ גוטן רושם, ווי אַלע אָהן אונטערשייד זיינען אַזוי צו גיטראָגן צו דער אַלטער היים באַ זיי איז פאַרקריצט אין האַרצן און אין גידענקען די קליינע שטעטלעך מיט די אַלטע זיידעס ווי זיי זיינען גיגאַנגען פאַר טאָג און בין מנחה למעריב אין בית מדרש, דער חדר מיט די פאַרצייטיקע מלמדים יעדערער שטאָלצירט מיט זיין עיר מולדת, מיט די אַלטע בעלי שם'דיקע רבנים און מלמדים, חדרים און ישיבות, און זיי איז דער גידענקען פון דער אַלטער היים מיט דעם פאַרצייטיקן אמת גרונטיקן און תמימותדיקן יראת שמים, זייער טייער, און דערציילן דאָס און ריידן אין דעם מיט אַ גיוויסער התלהבות, מיא זעהט אַז באַ זיי לעבט דאָס טיף אין האַרצן מיט אַ גרויסן דרך ארץ והדרת הקדש. אַזעלכע זאַכן זעהט מען אפילו באַ גאָר גאָר פאַרשטייבטע מענטשן, וואָס זיינען פאַרשטייבט מיט דעם פּיל פון לעבן. אַז איך דערמאָן זיך איצטער אויף די פערשיידענע פעהל פון אַזעלכע זאַכן וואָס איך האָב גיזעהען מאַכט דאָס אַ שמחה בלבבי.

אָבער אין די מדינות איז דער נאָמען גאָר אַ אַנדער זאַך, דאָס זיינען די פון וועמען מיא דאַרף זיך היטן און מורא האָבן פאַר זיי, עס וואָלט גיווען אַפולע בעסער פאַר דעם כלל ישראל אַז זיי זאָלן ניט האָבן אַזאַ אויסזען.

פון דעם וואָס שטייט גדול זכות פון מזכי הרבים53 פון דעם קאָן מען פאַרשטיין דעם פאַרקערט, עס שטייט54 יתמו חטאים מן הארץ עס זאָל זיך אויסלאָזן זינד פון דער ערד און די זינדיקע זאָלן תשובה טאָן.

אידן דאַרפן וויסן אַז מיא דאַרף אַנטלויפן פון די חדרים וואָס זיי מאַכן 161כמטחוי קשת, און געלט אויף תורה דאַרף מען געבן נאָר למקום הראוי אַז ניט גייט דאָס אַוועק ר"ל אויף מסים וארנונית וכהמעשה דרבי יוחנן שמובא בגמרא (ב"ב55).

פאַר וואָס קוקט איר ניט אויף אייער שכן ליטא, אַז עס איז ב"ה פאַראַן כמעט אין יעדער שטעטל אַ תפארת בחורים יחיו כן ירבו יונגע לייט וואָס זיינען בעלי עסקים און בחורים בעלי עסקים בעלי מלאכות קומען זיך צונויף און מיא לערנט מיא שטאַרקט זיך אין אידישקייט. פאַר וואָס איז אין לעטלאַנד גאָר נישט. ניטאָ קיין תפארת בחורים56 עס זיינען פאַראַן אַ קליין הייפטעלע צעירים שיחיו צי דען דאָס איז דער אידישער יוגענד, פאַר וואָס גיט מען זיי ניט קיין הילף אַז זיי זאָלן קאָנען מרבה תורה זיין. אידן אין לעטלאַנד דאַרפן טראַכטן מכח זיך מאַכן די לאַנד פאַר אַ מקום תורה און השי"ת זאָל זיי העלפן.

היינט איז שמחת תורה, די תורה פרייד זיך און אַלע פרייען זיך, אַלע אידן זיינען זיך משמח מיט דער תורה, עס איז פאַראַן מענטשן וואָס אַ גאַנץ יאָהר זיינען זיי ניט קיין תורה אידן, קאָנען ניט לערנען און ווילן ניט לערנען, און וויילע זיי ווילן ניט לערנען דערפאַר קאָנען זיי ניט, און אַז עס קומט שמחת תורה פרייען זיי זיך, עס איז שמחת תורה.

דער אמת פון דעם איז וויילע בשמחת תורה איז אַ עת רצון למעלה, און דער עת רצון איז אין אַ תנועה פון שמחה, דער פאַר איז למטה שמחה און אַלע פרייען זיך. וכמו בראש השנה ויום הכפורים שהוא עת רצון למעלה בתנועה של יראה, ווערן די טעג אָנגירופן ימים נוראים, יראהדיקע טעג, אַלע האָבן יראת שמים, אַלע ציטערן אָבער גאָר אַלע אפילו די וואָס אַ גאַנץ יאָר זיינען זיי פאַרטומלטע מיט זייערע עסקים, מיט תענוגים מיט תאוות ר"ל, און פון טומלעניש ווייס מען ניט פון קיין שול פון דאַוונען וכו' ר"ל, קומט אָבער ראש השנה און יום הכפורים יעמאָלט ניכטערן זיי זיך אויס פון זייערע פאַרטומלעניש פון דעם פּלאָנטער פון יצר הרע, און עס כאַפּט זיי אויך אַ מורא, אַ ציטער, עס איז דאָך ראש השנה, עס איז ערב יום כפור עס איז יום כפור. יעמולט דערמאָנען זיי זיך אַז זיי זיינען אויך אידן ווי אַלע אידן.

דער טעם הדבר איז וויילע יעמולט איז דער זמן פון קירוב המאור אל הניצוץ57 און אַז דער מאור איז בקירוב אל הניצוץ יעמולט כאַפּען זיך אַלע אויף, אָט אַזוי ווי עס וועט זיין בזמן דתחיית המתים, אַז עס וועט נתגלה ווערן דער טל תורה וועט דאָס זיין אַ טל תחי'58, אָט אַזוי איז לפי ערך אין דעם זמן פון קירוב המאור אל הניצוץ איז יעמולט כאַפּן זיך אַלע אויף, ולהיות דלמעלה הוא זה בהתנועה דיראה על כן גם למטה הוא יראה, ובשמחת תורה דלמעלה הוא עת רצון בתנועה דשמחה 162לזאת הנה גם למטה הוא בגילוי דשמחה, וואָס אַלע, גאָר גאָר אַלע זיינען פריילעך און אופגעלייגט עס איז שמחת תורה.

און אַזוי ווי ראש השנה און יום הכפורים ווערט אַ איד אַ בעל תשובה, דאָס הייסט אפילו די ראש השנה און יום כפור אידן, וואָס אַ גאַנץ יאָר איז ער ר"ל אין חשך ואפלה, דאָס הייסט אַרום גינומען פון אַלע זייטן ר"ל מיט רע גמור, און אַז עס קומט ראש השנה און יום הכפורים און ער קומט אין שול קאָן דאָך זיין אַז ער זאָל טאַקע באמת תשובה טאָן, וואָס די אמתע תשובה איז אַז לא ישוב לכסלה עוד59, אַז די ניט גוטע זאַכן וואָס ער האָט גיטאָן ביז איצטער, און די תענוגים ותאות זאָל ער מער ניט טאָן, און פון היינט אָן זאָל ער ווערן אַ איד אַ שומר תורה ומצוה. אָט אַזוי איז שמחת תורה קאָן אַ שמחת תורה איד צו קומען צו תשובה מתוך השמחה והקירוב, נעמען אַ ביסעל משקה אָנוואַרעמען זעך מיט אַ אידישער וואַרעמקייט אָנכאַפּן זיך אָן אַ עץ חיים פון אַ ספר תורה, און אַוועקגיין אין דעם אידישן קאַראַהאָד, טאַנצן און פרייען זיך מיט דער שמחה פון תורה.

די שמחה פון תורה איז אַ רפואה צו אַלע מחלאות ר"ל, דעם בעל עבירה ר"ל מאַכט די שמחה אַ פתיחת הלב והמוח אויף חרטה האָבן על כל עניניו הרעים, און נעמען אויף זיך ווערן אַ איד וואָס איז מקיים מצות, און דעם אידן פון תורה ומצות איז די שמחה פון תורה מאַכט אַ פתיחת הלב והמוח אויף להתקרב לאלקות, און דעם חסידישן אידן העלפט די שמחה פון תורה להתדבק בדביקות ובהתלהבות.

אַ גרויסן רבי'ן נשמתו עדן, האָט מען גיענטפערט אויף זיינע שאלות אויף יחידות באַ זיין רבי'ן, וואָס זיין רבי איז אונזער רבי, נאָר אונזער רבי איז ער דורך אים, אַז מיר זיינען זיינע חסידים איז דורך אים זיינען מיר אויך זיין רבי'נס חסידים, און זיין רבי איז אונזער רבי, האָט דער רבי גיזאָגט אין דעם ענין פון ריקוד דשמחת תורה אַז דאָס איז על דרך ווי אַ פאָטער זאָגט זיין בן יחיד, טאַנץ פאַר מיר, מיט דעם נעמסטו מיך אין גאַנצן, אַז איך בין אינגאַנצן דיינער, במילא ווערן מיר אינגאַנצן זיינער. דאָס הייסט מיא טאַנצט אין אויר פון גן עדן, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון הקפות, הקפות איז מקיף, אין דער הקפה האַלט מען אַ ספר תורה אותיות שבתורה וואָס דאָס איז דער עצמות אין סוף ברוך הוא פון חכמה עילאה דאצילות וואָס עס איז ניט נשתנה גיוואָרן און כמו שהוא למעלה כמו כן הוא למטה ממש, און די אותיות הקדושות מיט דעם אור עצמי פון עצמות אין סוף ברוך הוא גייט מיט אונז אין דער הקפה, און אין דעם אויר טאַנצט אַ איד בשמחת תורה.

אַמאָל פלעגט מען צו חסידות ניט אַריינלאָזן קיין יונגע לייט, מ'האָט פריער גידאַרפט וויסן לכל הפחות דעם סדר השתלשלות, וויסן לכל הפחות די סטאַנציעס, וואָס דאָס איז דאָך דער ספר שער היחוד דעם מיטעלן רבינס, וואָס ער איז מבאר גוף ענין ההתבוננות מה היא בעצם, און במה יתבונן, וויסן די חסידישע סטאנציעס. און איצטער לאָזט מען אַלעמען אַריין, דאַרפמען מכיר טובה זיין, און צוהערן, און בפרט באַ אַ חסידישן פאַרבריינגען פלעגט מען גאָר 163נאָהענטע יונגע לייט אויך ניט אַריין לאָזן, איצטער איז די טירן אָפן ווער עס וויל קאָן קומען.

דער טעם הדבר איז וויילע איצטער איז עקבות דמשיחא, און עס איז די צייט פון קיום ההבטחה60 פון יפוצו מעיינותיך חוצה61, אַז חסידות און די עבודה פון חסידות וועט ריינמאַכן בעזרת השם יתברך דעם חוצה.

איצטער איז גיקומען די צייט אַז אַלע בני תורה אָן אַ חילוק פון מפלגה62 אפילו די וואָס האָבן זיך אַמאָל גירופן מתנגדישע בני תורה, עולמותשע ישיבות דאַרפן לערנען חסידות און זיין בעלי עבודה ווי חסידות מאָנט, ניטאָ איצטער דער ענין פון התנגדות ח"ו, דער וואָרט מתנגד דאַרף זיין און מוז זיין מרוחק בתכלית הריחוק, באַ אונז איז ניטאָ און עס דאַרף ניט זיין קיין חילוקים ח"ו.

עס איז פאַראַן און עס דאַרף זיין דער חילוק אין נוסחאות, וואָס דאָס זיינען שערים מיוחדים מכוונים להשבטים והשתחואות שבמקדש שהם כנגד י"ג שערים שבמקדש דלעתיד לבוא במהרה בימינו אמן63, נוסח אר"י ז"ל נוסח אשכנז וכו' במילא איז דער נאָמען אשכנזים.

אין תורה ומצות איז ניטאָ קיין חילוקי נוסחאות, אַלע בני תורה ומצות פון אַלע נוסחאות אין תפלה, דאַרפן נתאחד ווערן אין דער עבודה פון תורה ומצות וואָס עס איז נתגלה גיוואָרן בתורת החסידות, די טירן זיינען אָפן פאַר בני תורה, פאַר מקיימי מצות די טירן זיינען אָפן פאַר אידן, פאַר די וואָס דער נקודת היהדות ציט זיי וואו אידן זיינען און וואו אידן זיינען זיך משמח בשמחת תורה.

אחר כך נמשך הדיבור בענין שמיני עצרת שהוא בא לאחר ההכנות של חודש אלול, שענינו הוא חרישה, שהוא ענין תעניתים, ואחר כך ימי הסליחות נעכט ניט שלאָפן און לערנען (אַ יושב אוהל אַז ער וויל אָנהויבן אַ נייע מסכת מאַכט ער דאָך אַ חשבון, אין חודש אלול דאַרף ער זיך דערמאָנען ס'איז דאָך עפּעס חודש אלול מיא דאַרף מאַכן אַ חשבון פון די עלף (11) חדשים וואָס זיינען דורכגיגאַנגען64), נאָכדעם ראש השנה דענינו זריעה, ניט עסן און ניט שלאָפן, מייקר זיין כל רגע, און נאָכדעם יום כפור דענינו הוא ענין הרקבון שהוא התענית דיום הכפורים, וואָס דאָס איז דער תענוג פון ניט עסן.

איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה, וואָס הייסט חינוך. אַז איך בין אַלט געווען זיבען יאָר דאָס הייסט אַ פערטל אויף אַכט, האָט מיך דער טאַטע צוגירופן ערב יום כפור און האָט מיר גיזאָגט, ביינאַכט טאָרסטו ניט עסן, מאָרגן אינדערפרי ביז צוועלף דעם זייגער דאַרפסטו ניט עסן, און נאָך צוועלף איז ווי דו וועסט וועלן, און האָט מיר מבאר גיווען וואָס הייסט עסן אין יום כפורים, נאָר אויב דו וועסט וועלן עסן זאָלסטו באַ קיינעם ניט בעטן, זאָלסט קומען צו מיר, איך האָב פאַר דיר אָנגיגרייט וואַסער מיט עסן און 164סאָק65, טאָמער וועל איך האַלטן אין שמונה עשרה זאָלסטו אַ וויילע צו וואַרטן, באַ קיינעם זאָלסטו ניט בעטן עסן נאָר באַ מיר. און יענעם יאָר האָב איך גיפאַסט, און דער נאָך דעם אַנדער יאָר איז דאָס שוין גיווען בפשיטות וכו' (בעת ער66 האָט דערמאָנט דעם וואָרט דער טאַטע, האָט ער גיזאָגט, איך זאָג ניט אויף דעם טאַטן נשמתו עדן, ערשטנס בין איך ניט קיין אַדרעסן שרייבער, און ווידער פאַר מיר איז דער טאַטע ניט נסתלק גיוואָרן וכו'67).

סוכות איז די ווינטן וואָס בלאָזן, אוצרות רוח, וואָס זיי בלאָזן אויף די צמחים ווי זיי ליגן נאָך אין דער ערד, שמיני עצרת איז ווי דער קנה הצמיחה וואָס די יושבי הארץ דערקענען פון די דשאים קטנים דעם אופן הצמיחה וואָס וועט זיין, וואָס דעם אופן הצמיחה מיינט מען ניט אין כמות נאָר מען מיינט אין דעם ענין השביעה (זאַטקייט), וואָרום עס איז פאַראַן אַמאָל אַז די תבואה הגם זי איז ווייניק אין כמות, אָבער זי איז אַ תבואה וואָס זעטיקט, און אַזוי איז פאַראַן פאַרקערט וכו'. וואָס דעם סדר הצמיחה ווייסן מיר וויילע אַזוי שטייט אין זהר, און אין חסידות ווערט דאָס נתבאר וואָס דאָס איז הן אין עבודה פון די ענינים וואָס בכל השנה און הן אין דער עבודה וואָס בנפש האדם איז.

מיא זאָל מיך פרעגן ווי די וועלט פירט זיך אין ראש השנה ווייס איך ניט, איך ווייס נאָר ווי מיא האָט זיך גיפירט אין ליובאַוויטש, אין גן עדן התחתון און אין גן עדן העליון.

גיוויס געדענקען אַלע וואָס מיא האָט אַמאָל גירעט68 אַז דעם רבינס חסידים, דעם אלטן רבינס חסידים, פלעגן רופן דעם חדר וואָס מיא האָט דאָרטן גיוואַרט אויף יחידות, גן עדן התחתון, און דעם חדר וואו דער רבי איז גיזעסן האָבן זיי גירופן גן עדן העליון. באַ זיי איז גיווען דער רבי און חסידות די מדריגה פון עולמך תראה בחייך69, דאָס איז גיווען זייער לעבן און דאָס איז גיווען זייער גן עדן אויף דער וועלט, און אַזוי איז באַ חסידים מקושרים בהתקשרות אמיתי.

שמיני עצרת איז דער מריבוי' וטפוי', שמחת תורה איז דורך דעם ריקוד איז 165מען ממשיך דעם תענוג עצמי הבלתי מורגש פון העלם העצמי דאין סוף, וואָס דאָס איז וואָס מיא איז ממשיך דורך דעם ריקוד וואָס דער ענין אין דעם איז אַז עס דערלאַנגט ביז די כפות רגליו, א מענטש אַז ער איז פריילעך פּאַטשט ער מיט די הענט, און אַז די שמחה איז נאָך גרעסער טאַנצט ער מיט די פיס, דאָס הייסט אַז די שמחה האָט אים דורכגענומען און נעמט אים אַרום אינגאַנצן עד כפות רגליו.

נעכטן אין דער צייט בין איך דאָך ניט געזעסן (ליידיג) בטל, און יעצט זיצט מען אַ פּאָר שעה, באַ אייך איז דאָס מסתמא אַ קשיא, באַ מיר איז דאָס אויך אַ קשיא, נעכטן איז מען דאָך ניט גיגאַנגען ליידיג, איי שלאָפן, איז דאָך אויך אַ סדר, דאָס איז דאָך באַ יעדער בן תורה איד דער חלקי ה' אמרה נפשי, עס איז דאָך פאַראַן די צייט וואָס אמרה נפשי, וואָס דער נפש רעט, דער ענין אין דעם איז אַז מיא האָרעוועט אויף אַ ענין און מיא ווייס אים ניט, איז נאָכדעם בעת השינה שהנשמה עולה למעלה ווערט דאָס אים נתגלה, דאָס איז דער חלקי ה' אמרה נפשי70.

עס איז דאָ אַ העכערע דרגא אַז די ענינים וואָס מיא לערנט, און די ענינים אלקים וואָס מיא איז זיך אין זיי מתבונן בעת התפלה וכו' איז בעת השינה שהנשמה עולה למעלה ושואבת לה חיים71, יעמאָלט ווייסט מען די פנימיות ועמקות הענינים (אבל זה הוא כעין שכר כו')72.

איר האָט אַמאָל גיזעהן אויף אַ וואָקזאַל ביינאַכט, עס איז פינסטער, ווייניק מענטשן, און דער שומר גייט אַרום און שיקט פאַנאַנדער די וואַגאָנעס, יעדערן אויף זיין אָרט, דעם וואַגאָן אין דעם געגנט און דעם צווייטן וואַגאָן אין אַן אַנדער געגנט. עס איז דאָך עלמא עילאה כגוונא דעלמא תתאה73, איז למעלה באַדערנאַכט ווען די נשמות זיינען עולה בעת השינה, דרייען זיך אַרום מלאכים, און מלאך מיכאל שיקט פאַנאַנדער די נשמות יעדערע צו איר היכל, אויב איינער האָט זיך באייטאָג גיטראָפן זיך מיט דעם צווייטן און האָט אים גיזאָגט, קום מיר וועלן גיין שאַפן אַ פּאָר רובל פאַר יענעם נויט באַדערפטיגן, און זיי זיינען צוזאַמען גיגאַנגען און גישאַפט פאַר דעם נויט באַדערפטיגן, איז נאָכדעם באיינאַכט למעלה די מלאכים זיינען מצרף די ביידע נשמות און מען שיקט זיי אָפּ אין היכל הצדקה, אויב איינער האָט געלערנט באייטאָג תורה, שיקט מען אים אָפּ אין היכל התורה, און דאָס איז דער ענין פון חלקי ה' אמרה נפשי, אַז עס ווערט אים נתגלה דער ענין וועלכן ער האָט פריער ניט פאַרשטאַנען72. וכמו בענין דרש רבא כתיב74 התעיף עיניך בו וכו' ווערט באַ אים נאָכדעם רעכט דער ענין (ענין זה נתבאר בדרוש שמיני עצרת תרצ"א).

על כל פנים נעכטן בין איך דאָך ניט געזעסן ליידיג (בטל) איצטער אַז מען זיצט און מיא גיט אַוועק צייט דאַרפמען 166דאָך איצטער דער ריידן זיך צו אַ טאָלק. אויף וואָס דוכעט75 איר און אויף וועמען זייט איר זיך סומך, חסידים דאַרפן אַליין טאָן יעדערער מוז האָרעווען, עס דאַרף זיין עבודה שבלב, דער ענין פון תפלה, די הכנה צו עבודה שבתפלה דאַרף זיין ג' ד' שעות מקודם לימוד בעיון, און די יודעי העיון ווייסן אַז צוליב לערנען דריי שעות בעיון דאַרפמען לכל הפחות לערנען פינף זעקס שעה.

דער צדיק ר' נחום פון טשערנאָביל נ"ע, איז געווען שמן פון אמן יהא שמי' רבא76, וואָרום מיר זעהען דאָס במוחש, אז מיא זעט אַ אידן לערנען קומט צו פשוט אין גשמיות אין לב ובשר הגשמי. אַז איך וואָלט זיצן צווישן הונדערט לומדי תורה, איז אויב מיא דאַרף אַ פונט ברויט אַ טאָג וואָלט איך מער ניט דאַרפן ווי אַ פערטל, און אויב מיא דאַרף אַ האַלבע פונט, וואָלט גיווען גינוג אַ אַכטל פונט.

איך וואָלט וועלן זיין אַ איש פשוט, נאָר אַזוי ווי די רבותינו הקדושים האָבן פאַרשטאַנען דעם ענין פון איש פשוט, מיכל שצערבינער77 (הערת המו"ל, דאָס איז גיווען אַ ישובניק פון דאָרף שצערבינע, נאָהענט פון ליובאַוויטש, און ער פלעגט פאָרן אין ליובאַוויטש צום רבין) איז אַמאָל גישטאַנען באַ סליחות ניט ווייט פון טאַטן, און עס האָט גירונען באַ אים טרערן פון ביידע אויגן, האָט דער טאַטע אים מקנא געווען, דער טאַטע איז דאָך גיווען אַ שיינער אין גשמיות איז באַ אים איינגיפאַלן די באַקן פון קנאה, און האָט גיזאָגט אַז ער איז מקנא מיכלן ווי ער זיצט באַ זיך אין דאָרף און שטייט אויף צוויי אַזייגער באיינאַכט און זאָגט תהלים וכו'.

הערט אידן מען קאָן נאָך אַריינכאַפּן תשובה טאָן, ראש השנה שרייבט מען77, און יום הכפורים שרייבט מען אונטער, הושענה רבא נעמט מען אַרויס די פתקי חיים78, און ביז שבת בראשית גייען זיי נאָך ניט אַרויס פון היכל.

אחר כך פנה להמון עם שנתאספו, און האָט גיזאָגט, איך בין מודיע אויב דאָ געפינען זיך אַזעלכע וואָס לייגן ח"ו ניט קיין תפילין און היטן ניט קיין טהרת המשפחה, זאָלן זיי ניט זיין באַ מיינע הקפות. אדם הראשון איז אַרויס גיטריבן גיוואָרן פון גן עדן נאָך דעם חטא, ווייל די קרקע פון גן עדן און דער אויר פון גן עדן קאָן ניט פאַרליידן קיין חטא79, עשרה שיושבים ועוסקים בתורה שכינה שרוי' ביניהם80, אַ קיבוץ פון חסידים וואָס זיינען בהתקשרות לאבות העולם, איז אויר פון גן עדן, צו מיינע הקפות קאָנען ניט זיין די וואָס היטן ניט קיין טהרת המשפחה און די וואָס לייגן ניט קיין תפילין (מיט מיר אונטער איין מקיף קאָנען זיי ניט זיין), סיידן זיי זאָלן אויף זיך מקבל זיין פון היינט אָן צו היטן טהרת המשפחה און לייגן תפילין.

עס שטייט81 קץ שם לחושך, 167פינסטערניש האָט אויך אַ ברעג, איר יונגעלייט וואָס איר לויפט מיט דעם וועלט שטורעם, לויפענדיק נאָך די וועלטיקע זאַכן פאַרגעסט איר אויף אידישקייט. איר פאַרגעסט אויף תפילין, אויף שבת, אויף טהרת המשפחה, איר זייט צוטראָגן פאַר יאָגט, די דאגת הפרנסה, דער שטורעם פון לעבן פאַרשלעפּט אייך פאַר בלענדעט אייך די אויגן, אָט אַזוי לעבט איר אָפּ אַ טייל פון אייער לעבן.

דערמאָנט זיך יונגע מענטשן און בעטראַכט זיך איר וועט ווערן עלטער, וואָס וועט זיין פון אייך און פון אייערע קינדער, איר קאָנט ניט לערנען איר זייט פּראָסט אין וויסן אַ דין, איר און אייערע פרויען ווייסט ניט וואָס מיא מאָג און וואָס מיא טאָר ניט, מיא ליגט אין לעבן, מיא זוכט אַלץ וואָס בעסער פאַר דעם גוף, און אויף דער נשמה פאַרגעסט איר.

יעדער מענטש דאַרף קוקן אויף שפּעטער זעהען וואָס וועט זיין די ענדע, די ענדע וועט געוויס זיין אַ גוטע עס שטייט דאָך כי לא ידח ממנו נדח82, סוף כל סוף וועלן אַלע תשובה טאָן נאָר עס איז דאָ צוויי וועגן, איינע וואָס השי"ת גיט דעם מענטשן רוב טוב, און די צווייטע ח"ו דורך יסורים ר"ל, מיא דאַרף האָבן דעם בית הקברות אין זינען, מיא דאַרף גידענקען אין אַלע צייטן אפילו ווען מיא איז ב"ה יונג, דאָרטן זיינען דאָ פערשידענע עלטער און השי"ת זאָל געבן אַלע אידן אומעטום אריכות ימים ושנים, אָבער ימינו איז דאָך כצל עובר83, מיא דאַרף לייגן תפילין, היטן טהרת המשפחה. אַז מיא היט אָפּ אידישקייט ווערן געבאָרן כשרע קינדער גיזונטע קינדער, און אַז איר וועט זיי געבן לערנען אין גוטע חדרים וואָס מיא לערנט קמץ אלף וועט איר אין זיי זעהען אפולע נחת, איר וועט האָבן אריכות ימים ושנים, און נאָך אריכות ימים וועט איר האָבן כשרע קדישים און כשרע קינדס קינדער. די וואָס זיינען מקבל אויף זיך לייגן תפילין און היטן טהרת המשפחה קאָנען בלייבן צו הקפות, און מיר וועלן זיך משמח זיין בשמחת התורה און השי"ת זאָל אונז אַלעמען בתוך כלל ישראל געבן אַ גיזונטן גליקליכן יאָר בגשמיות וברוחניות.

ואחר כך עמד על רגליו ואמר בקול רם, אתפשטותא דמשה בכל דרא84, משה איז גיווען אַ אוהב ישראל, באַ משה רבינו איז גיווען טייער אַ אידישער גוף, לא מיבעי נפש רוח ונשמה, נאָר אויך אַ אידישער גוף. יקר אצלי גופו של כל אחד ואחד מישראל, ועל כן הנני מודיע עוד הפעם, שבאם ישנם בכאן כאלו וואָס היטן ניט קיין טהרת המשפחה, און אַזעלכע וואָס לייגן ניט קיין תפילין, זאָלן ניט באיי זיין צו מיינע הקפות, וויילע עס איז פאַר זיי אַ סכנה, מיט סכנות נפשות שפּילט מען זיך ניט85.

168די וואָס האָבן פאַרלאָשן די עלעקטרא און אָנגיצונדן האַלטן ווי די דעת המתירים אַז יום טוב מאָג מען, עס איז אַ טעות גמור, מיא טאָר ניט. וואָס זיי האָבן אין דעם גימיינט איז קיינעם ניט נוגע. אויב אפילו דאָס וואָס זיי מיינען גאָר גאָר טיף, בעזה"י איך האָב דערפאַר ניט מורא, אידן זיינען ברשות הקב"ה און ניט ברצון בשר ודם.

אפילו די וואָס מיינען אַז זיי האַלטן פון גאָר גאָרנישט ח"ו בין איך זיי מחויב צו זאָגן אַז זיי זאָלן זיך היטן, מיט סכנות נפשות שפּילט מען ניט, בעסער פאָלגן און אַוועקגיין גיזונטערהייט, און די וואָס בלייבן דאָ יע צו הקפות איז געוויס זיינען זיי אויף זיך מקבל דברי חברות פירן זיך ווי מיא דאַרף. (והפועל יוצא הוא שהי' אַז אַפולע האָבן מבטיח גיווען אַז זיי זיינען אויף זיך מקבל פירן זיך ווי מיא דאַרף וכו'). אחר כך ישב כ"ק אדמו"ר שליט"א על מקומו און האָט גיזאָגט אָט די אַלע יונגע לייט דאַרפמען געבן אַ ביסל משקה און פאַרבייסן, יעצט זיינען מיר ברידער.

באַ ברכת כהנים שטייט86, ואני אברכם, איז פאַראַן אין דעם צוויי פירושים87, הא' שהקב"ה ימלא הברכה שהכהנים מברכים לישראל, והב' שהקב"ה מברך להכהנים. איך דעם טאַטנס אַ זון, דעם זיידנס אַ אייניקל, דעם עלטער זיידנס אַ אוראייניקל, וואָס בכלל איז דאָס אַ המשכה עצמית, ווי מען האָט גערעדט (כוונתו על המאמר דראש השנה תרצ"א88) ובפרט זרע קודש, בענטש איך אייך און אַלע אידן וועלכע געפינען זיך בכל מרחבי תבל, מיט אַ שנה טובה ומתוקה וכו'.

אחר כך אמר, איך בין מיט אייך באָ בברית, אַז יעדערער זאָל זיך משתתף זיין אין אַ שיעור לימוד ברבים און זאָל זיך משתדל זיין צו קובע זיין שיעורי לימוד ברבים, יעדערער דאַרף האָבן אַ שעה קבועה אין טאָג אויף לערנען.

איך וועל זיין אַביסל אַ מגלה סוד, וואָס מיא דאַרף האָבן היינטיגען יאָר מיא זאָל קלאָר ווערן בעל פה די ערשטע צוועלף פרקים פון תניא בדקדוק באותיותיהם מיט דער הקדמה אליכם אישים אקרא (דאָס הייסט פון דער הקדמה אליכם וכו' ביז פרק י"ג)89. און אַז מיא גייט זיך לייגן שלאָפן, אַז מיא שטייט אוף, און וואו מיא גייט, זאָל מען דאָס חזרן בדבור ובמחשבה.

אחר כך בא ר"מ שי' שו"ב90, און האָט גיזאָגט לכ"ק אדמו"ר שליט"א, אַז ער איז אַ שליח פון די פרויען וואָס זיינען גיבליבן וואַרטן אויף הקפות, אַז זיי האָבן גיהערט די גאַנצע רייד און אַלע אזהרות והם מעידים על עצמם שהן 169רשאות להיות בעת ההקפות. האָט כ"ק אדמו"ר שליט"א גיהייסן ענטפערן זיי אַז ער בענטשט זיי אַז די וואָס האָבן זין און טעכטער יחיו זאָלן זיי און זייערע מענער יחיו מגדל זיין זיי לתורה חופה ומעשים טובים, און די וואָס האָבן נאָך לעת עתה ניט קיין קינדער זאָל זיי השי"ת דערפרייען זייערע הערצער און די הערצער פון זייערע מאַנען שיחיו מיט גיזונטע גוטע קינדער, און זיי זאָלן מאַכן אַ אגודת נשים וואָס זאָל טאָן אין פאַרשטאַרקן דעם טהרת המשפחה. והשי"ת יברך את עמו ישראל בכל טוב גשמי ורוחני.

הערות

עמוד 151

  1. 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשג, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
  2. 1. ראה תענית ב, סע"א.
  3. 2. אבות פ"ב מ"ד.
  4. 2. ברכות רפ"ה.
  5. 3. כ"ה בכ"מ בדא"ח בשם רש"י "הכנעה ושפלות" (סה"מ תרס"ה ס"ע קצד. המשך תרס"ו ע' תפז. סה"מ תרע"ח ריש ע' צד. שם ע' תלג. תש"ז ע' 203. ועוד). אבל בפרש"י שלפנינו אין תיבת "ושפלות" (וכן אינה בהעתקת לשון רש"י באגה"ת פ"י (צט, ב). מאמרי אדה"ז על מארז"ל (ע' מב. מד). אוה"ת על מארז"ל (ע' יג. יח). ועוד). ונ"ל שהכוונה במקומות הנ"ל רק לתוספת ביאור על פרש"י בענין ההכנעה. וראה ספר המכתם לברכות שם: "הכנעה ושפלות הרוח". וראה רמ"א ושו"ע אדה"ז או"ח סצ"ח ס"א. לקו"ת בלק עא, ג. שערי תשובה לאדמו"ר האמצעי שער התפלה פ"ב (כג, סע"ב ואילך). ובכ"מ. — עפ"י הערת כ"ק אדמו"ר בסה"מ תרע"ח שם (ס"ע צג ואילך), תש"ז שם. לקוטי שיחות חלק לד ע' 69 הערה 18. אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' שפט.

עמוד 152

  1. 4. עקב יא, יג.
  2. 5. תענית שם.
  3. 6. לקו"ת דרושים לשמע"צ פה, ב. ובכ"מ.
  4. 7. ראה הערות 98.
  5. 8. כן הוא בכ"מ בדא"ח דאיתא בכתבי האריז"ל בפירוש "ועל תורתך שלמדתנו" — ראה סה"מ תרע"ח ע' תלה. תרפ"ט ע' 153. ה'ש"ת ע' 68. וראה בהמצויין בהערה הבאה. ועוד. ובהערת כ"ק אדמו"ר בסה"מ ה'ש"ת שם: ואולי הכוונה שע"פ כתהאריז"ל מובן שזהו פי' ועל תורתך שלמדתנו. — וראה ל"ת להאריז"ל ר"פ בראשית. סי' האריז"ל ושער הכוונות בפי' ונתן לנו תורת אמת. לקו"ת סד"ה להבין מ"ש ביום השמע"צ [פא, ד]. — להעיר מהקדמת התיקונים (ד, ב): ואית אורייתא דבריאה ואורייתא דאצילות. וראה קונטרס שבסו"ס אמת ליעקב שאלה מם.
  6. 9. ראה לקו"ת עקב יז, ב. אוה"ת תשא ע' א'תתקע. סה"מ תרכ"ז ע' קנד. תרל"ד ע' רעח.
  7. 10. ראה גם סה"מ ה'ש"ת ס"ע 66.

עמוד 153

  1. 11. סנהדרין פ"ד מ"ה (לז, א). וראה גם סה"מ תרע"ח ס"ע פח ואילך. תרח"ץ ע' קסז.
  2. 12. ראה לקו"ת שלח לז, ד. סה"מ תרפ"ט ע' 160. תרצ"ו ע' 117. תרח"ץ ע' רכא.
  3. 13. ראה מקומות שבהערה 15. סה"מ עת"ר ע' ל. תרפ"ט ע' 253. ובכ"מ.
  4. 14. ראה עץ חיים שער א (דרוש עיגולים ויושר) ענף ב. אוצרות חיים ומבוא שערים בתחלתם. לקו"ת הוספות לויקרא נא, סע"ב ואילך. ובכ"מ.
  5. 15. ראה המשך תרס"ו ע' ד. ע' תקט. סה"מ תרע"ח ע' פו. תרפ"ד ע' פד ואילך. תרח"ץ ע' קס. תש"ב ע' 28. ספר השיחות תש"ב ע' 146. ובכ"מ.
  6. 16. ראה המשך תרס"ו שם. ועוד.
  7. 17. מיום ב' ניסן תר"פ.

עמוד 154

  1. 18. ואתחנן ה, ה.
  2. 18. ראה דניאל ז, י. לקו"ת שה"ש ב, ג. מא, א. ובכ"מ.
  3. 19. מלאכי ב, ו. ראה גם שיחת י"ט כסלו תרצ"ב.
  4. 20. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 159.
  5. 21. סנהדרין מד, רע"א.
  6. 22. ראה תו"א מג"א צ, ד. צד, א. סידור עם דא"ח לט, ג. ובכ"מ.
  7. 23. ראה גם אגרותקודש ח"ד ע' שנד (הועתק ב"היום יום" כח מנ"א).
  8. 24. משלי י, טז.
  9. 25. סנהדרין ק, א.

עמוד 155

  1. 26. יחזקאל לג, יא.
  2. 27. שם יח, לב.
  3. 28. בחוקותי מח, סע"א ואילך.
  4. 29. ראה תו"א בראשית ו, א. אוה"ת בראשית חלק ו תתרפה, ב. המשך וככה תרל"ז פקכ"ט (ע' רד).
  5. 30. ראה סה"מ תרנ"ט ע' קעו. תש"ד ע' 139. ובכ"מ.
  6. 31. ישעי' מה, ז.
  7. 32. להעיר משיחת ש"פ בשלח תשט"ו.
  8. 33. שער א (דרוש עגולים ויושר) ענף ג. וראה המשך תרס"ו שם (ע' ד). ובכ"מ.
  9. 15. ראה המשך תרס"ו ע' ד. ע' תקט. סה"מ תרע"ח ע' פו. תרפ"ד ע' פד ואילך. תרח"ץ ע' קס. תש"ב ע' 28. ספר השיחות תש"ב ע' 146. ובכ"מ.
  10. 34. קטע זה הועתק ב"היום יום" ז אדר שני. וראה גם לעיל ע' 10. לקמן ע' 189.

עמוד 156

  1. 35. גולם.
  2. 36. קדושים יט, יח.
  3. 37. בחוקותי כו, לד.
  4. 38. במכתב הר"י פייגין מכ"ו תשרי תרצ"א מעתיק קטע משיחה זו, ומוסיף: ואח"כ דיבר [רבינו] הרבה מענין ביאת המשיח, ואמר שבשנה זו דארפין זיך ריכטן. ואמר אז תרצה, אז הוא ע"פ הזהר שהא' הוא על ז' שהוא מדרי' משיח , ואף שנאמר תרצה בה', אך ידוע מרבינו שהחליף הה' על א'* . ובמכתב אחר מתשרי תרצ"א כותב: אח"כ דיבר שבשנה זו יש תקוה חזקה על משיח, ואמר דכתיב אז תרצה, ואז הוא מדרי' משיח. ואף כי תרצה הוא בה', ידוע מרבינו שהחליף א' במקום ה', וע"כ נקוה על תרצ"א.
  5. 39. ראה מכילתא ופרש"י יתרו יח, ד. שמו"ר פ"א, לא. דב"ר פ"ב, כח.
  6. . ראה זוהר ח"א רטז, א וברמ"ז שם. ח"ב נד, א וברמ"ז שם. כלי יקר ר"פ שמיני.
  7. . ראה כלי יקר שם. סה"מ תרע"ח ע' רסט ואילך. תש"ה ע' 167 ואילך.
  8. . להעיר מהוראת אדמו"ר הזקן לכתוב פצוע דכא באל"ף לבסוף ולא בה"א — ראה לקמן ע' 228 וש"נ. ולהעיר ממאמרי אדה"ז תקס"ב ח"א ע' מא. ד"ה בסוכות תשל"ז (סה"מ תשל"ז ע' 31).

עמוד 157

  1. 40. ראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ס"ע 312.
  2. 41. קדושים יט, יד. וראה מו"ק יז, א.
  3. 42. סוטה כא, א.
  4. 42. ראה לעיל ב"מבוא" ע' ז.
  5. 43. ראה סוטה י, א. ב"ר פנ"ד, ו.

עמוד 158

  1. 44. מדרכות הרחובות.
  2. 45. הובא בלקוטי שיחות חלק ב ע' 596.
  3. 46. ר' מרדכי דובין.
  4. 47. ר' אביגדור וואלשאנאק.

עמוד 159

  1. 48. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
  2. 49. ראה: תקוני זוהר בהקדמה (ז, ב ושם), שם תי' סט (קד, ב ושם). זהר חדש בתיקונים (צט, ב ושם). ובכ"מ. שו"ת הרדב"ז ח"ג סי' תרמג. ועוד. — הערת כ"ק אדמו"ר בספר השיחות תש"א ע' 88.
  3. 50. סוטה כב, ב.

עמוד 160

  1. 51. אולי הכוונה למשכילים.
  2. 52. אולי הכוונה למשכילי יהודי אשכנז.
  3. 53. ראה אבות פ"ה מי"ח. יומא פז, א.
  4. 54. תהלים קד, לה. וראה ברכות י, א.

עמוד 161

  1. 55. י, א.
  2. 56. "בכמה מקומות במרחבי תבל נוסדו אגודת תפארת בחורים וענינה של אגודה זו אשר מתקבצים בחורים. . אשר רובם מבעלי מלאכה, בעלי עסקים. . מתקבצים יחד בזמן קבוע בכל יום ללמוד שעה אחת כו'" — אגרותקודש ח"ב ע' קלב ואילך. וש"נ.
  3. 57. ראה דרך חיים כא, סע"ב. כד, ד ואילך. צא, א. סה"מ תרצ"ז ע' 158. תרח"ץ ע' ב. וש"נ.
  4. 58. ראה ילקוט שמעוני כו, יט. תניא ספל"ו. וראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חלק כב ע' צז בהערה.

עמוד 162

  1. 59. אגה"ת פ"א (צא, רע"א). וראה רמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ב.

עמוד 163

  1. 60. ראה בארוכה שיחת שמח"ת תר"ץ (לעיל ע' 84 ואילך).
  2. 61. משלי ה, טז.
  3. 62. ראה גם לעיל ע' 72. וש"נ.
  4. 63. ראה לקוטי אמרים להרב המגיד סימן קלג. מאמרי אדה"ז הקצרים ע' תקפא ואילך. שער הכולל בהקדמה. ראה גם לקמן ע' 256.
  5. 64. ראה סה"מ תרצ"ו ס"ע 141. וש"נ.

עמוד 164

  1. 65. מיץ.
  2. 66. = רבינו.
  3. 67. ומוסיף בזה כ"ק אדמו"ר בשיחת ש"פ שלח תש"י (התוועדויות תש"י ע' 106): "ועד"ז בנוגע לכ"ק מו"ח אדמו"ר — שאין לומר עליו "נשמתו עדן", כי (א) מי הוא זה שיכול ליתן "כתובות" להגביל את מקומו ל"גן עדן", ג"ע התחתון או ג"ע העליון, או למעלה מזה עד אין שיעור, (ב) למה לנו לשלחו מאתנו?! הוא בודאי אינו רוצה להיפרד מאתנו, ונמצא אתנו! ומאותו טעם שאין אומרים "נשמתו עדן", אין אומרים גם "זכר צדיק לברכה", כי, ענין הזכרון ("זכר") שייך רק על דבר הרחוק שנופל בו ענין השכחה, משא"כ בנדו"ד שלא שייך ענין השכחה ח"ו, אין צורך בזכרון, כמו שאין צורך בנוגע לאדם חי". ובלקו"ש חי"ז ע' 513 במענה לשאלה למה לא נז' על רשב"י "זי"ע" (במכתב כללי דל"ג בעומר תשל"ה — לקו"ש חי"ב ע' 235): "י"ל ע"פ ביאור הראגצובי (בחוקותי כו ס"ק מב) דביצחק אין שייך זכירה כו'".
  4. 68. לעיל ע' 17. וש"נ.
  5. 69. ראה ברכות יז, א.
  6. . וז"ל: בתו"כ פ' בחקותי דאמר שם דשם זכירה לא שייך רק על דבר שאינו לפנינו, ולכן ביצחק לא שייך זכירה רק ראיה. . דשל תורה הוא דבר הנמשך ופועל תמיד ולכן לא שייך בזה גדר זכירה.

עמוד 165

  1. 70. איכה ג, כד.
  2. 71. ב"ר פי"ד, ט.
  3. 72. ראה שער הגלגולים הקדמה יז. ד"ה צהר תעשה לתיבה תרצ"ה (סה"מ קונטרסים ח"ב שדמ, א). סה"מ ה'ש"ת ע' 5. לקוטי שיחות חלק ד ע' 1026. ועוד.
  4. 73. ראה זוהר ח"א לח, א. שם רה, ב.
  5. 74. משלי כג, ה. סוטה לה, א.

עמוד 166

  1. 75. בוטחים.
  2. 76. ראה שיחת יום שמח"ת תרפ"ט (לעיל ע' 46). וש"נ.
  3. 77. נזכר בשיחת מוצאי יוהכ"פ תרפ"ט (לעיל ע' 25 ואילך).
  4. 77. ראה ר"ה טז, ב.
  5. 78. ראה זוהר ח"א רכ, סע"א (ובאור החמה שם). ח"ב קמב, סע"א. ח"ג לב, א. פרי עץ חיים שער הלולב פ"ד.
  6. 79. מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תשג. סה"מ תרס"ב ע' רצט.
  7. 80. אבות פ"ג מ"ו.
  8. 81. איוב כח, ג.

עמוד 167

  1. 82. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  2. 83. ע"פ תהלים קמד, ד.
  3. 84. תקו"ז תס"ט (קיב, רע"א. קיד, רע"א). וראה ב"ר פנ"ו, ז.
  4. 85. במכתב הר"י פייגין מכ"ו תשרי תרצ"א מעתיק קטע משיחה זו, ואח"כ מוסיף: באסרו חג נודע לנו ממקום ברור אשר מקלוב [=מועדון] פרץ שבפה, שהם מקו השמאל לגמרי פשוט קאמוניסטן, באו בהכנה לבלבל ההקפות והי' מוכן אצלם מי שיחתוך העלעקטרא, ואם יעמדו נגדם הי' מוכן אצלם אלים ר"ל. וכשאמר [רבינו] דברים אלו, אמר הגדול שבהם להשאר שילכו והלכו. והוא פלאי בכח עליון שפעל על הרשעים הללו. וממשיך הר"י פייגין במכתב הנ"ל: ביום ו' נכנסתי אצלו [לרבינו] וספרתי לו הענין הנ"ל, אף כי כבד הי' להמשיך עליו מרה שחורות בכ"ז מצאתי לנכון אשר צריך שידע זאת. ואמר [רבינו:] אט איצט איז מיר רעכט, איך האב בעת מעשה ניט פארשטאנען וואס האט מען מיך מכריח געווען אויף זאגן דאס.

עמוד 168

  1. 86. נשא ו, כז.
  2. 87. חולין מט, א. פרש"י עה"פ.
  3. 88. ד"ה א"ר אבהו דיום ב' דר"ה שנה זו (סה"מ קונטרסים ח"א קלא, א ואילך).
  4. 89. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 17. וראה גם אגרותקודש חי"ג ע' תקיטתקכ. אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ז ע' קכט. ובכ"מ.
  5. 90. ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 18 ובהערה 39. נזכר לעיל ע' 41. וש"נ.

מצוטט ב־16 עמודים

תורת מנחם 12
  1. א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'שי"ת סה"ש תרצ"א ע' 164
  2. ו - שנת תשי"ב - חלק שלישי ‹ בס"ד. ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב, ה'תשי"ב ספר השיחות תרפ"ח-תרצ"א ע' 155
  3. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשי"ד. סה"ש תרצ"א ע' 164
  4. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בשלח, י"ג שבט, ה'תשט"ו. סה"ש תרצ"א ע' 155
  5. כ - שנת תשי"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ פינחס, י"ד תמוז, ה'תשי"ז. סה"ש תרצ"א ע' 158
  6. כ - שנת תשי"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' מטות, ט"ו תמוז ה'תשי"ז סה"ש תרצ"א ע' 158
  7. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ואתחנן, שבת נחמו, ט"ז מנחם-אב, ה'תשכ"ה סה"ש תרצ"א ע' 158
  8. לא - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מטות-מסעי, ב' מנחם-אב, ה'תשכ"א סה"ש תרצ"א ע' 158
  9. נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשכ"ח סה"ש תרצ"א ע' 157
  10. נז - שנת תשכ"ט - חלק רביעי ‹ שיחת יום ב' פ' ראה, כ"ף מנחם-אב, ה'תשכ"ט סה"ש תרצ"א ע' 158
  11. סב - שנת תשל"א - חלק ראשון ‹ ר"ד ליל שמיני עצרת בעת הסעודה, ה'תשל"א סה"ש תרצ"א ע' 166
  12. סח - שנת תשל"ב - חלק שלישי ‹ שיחת אור ליום ועש"ק, אדר"ח אייר, ה'תשל"ב סה"ש תרצ"א ע' 165
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 4
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ז ‹ יום שמחת תורה, תרפ"ז ‹ 119 ספר השיחות תרצ"א ע' 154
  2. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ז ‹ ש"פ פינחס, ט"ז תמוז, תרפ"ז ‹ 175 ספר השיחות תרצ"א ע' 155
  3. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ שיחות חג הפסח ‹ 205 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 153
  4. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ט ‹ כ"ח אייר, עש"ק פ' במדבר תש"ט ‹ 327 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 155