168
די וואָס האָבן פאַרלאָשן די עלעקטרא און אָנגיצונדן האַלטן ווי די דעת המתירים אַז יום טוב מאָג מען, עס איז אַ טעות גמור, מיא טאָר ניט. וואָס זיי האָבן אין דעם גימיינט איז קיינעם ניט נוגע. אויב אפילו דאָס וואָס זיי מיינען גאָר גאָר טיף, בעזה"י איך האָב דערפאַר ניט מורא, אידן זיינען ברשות הקב"ה און ניט ברצון בשר ודם.
אפילו די וואָס מיינען אַז זיי האַלטן פון גאָר גאָרנישט ח"ו בין איך זיי מחויב צו זאָגן אַז זיי זאָלן זיך היטן, מיט סכנות נפשות שפּילט מען ניט, בעסער פאָלגן און אַוועקגיין גיזונטערהייט, און די וואָס בלייבן דאָ יע צו הקפות איז געוויס זיינען זיי אויף זיך מקבל דברי חברות פירן זיך ווי מיא דאַרף. (והפועל יוצא הוא שהי' אַז אַפולע האָבן מבטיח גיווען אַז זיי זיינען אויף זיך מקבל פירן זיך ווי מיא דאַרף וכו'). אחר כך ישב כ"ק אדמו"ר שליט"א על מקומו און האָט גיזאָגט אָט די אַלע יונגע לייט דאַרפמען געבן אַ ביסל משקה און פאַרבייסן, יעצט זיינען מיר ברידער.
באַ ברכת כהנים שטייט86, ואני אברכם, איז פאַראַן אין דעם צוויי פירושים87, הא' שהקב"ה ימלא הברכה שהכהנים מברכים לישראל, והב' שהקב"ה מברך להכהנים. איך דעם טאַטנס אַ זון, דעם זיידנס אַ אייניקל, דעם עלטער זיידנס אַ אוראייניקל, וואָס בכלל איז דאָס אַ המשכה עצמית, ווי מען האָט גערעדט (כוונתו על המאמר דראש השנה תרצ"א88) ובפרט זרע קודש, בענטש איך אייך און אַלע אידן וועלכע געפינען זיך בכל מרחבי תבל, מיט אַ שנה טובה ומתוקה וכו'.
אחר כך אמר, איך בין מיט אייך באָ בברית, אַז יעדערער זאָל זיך משתתף זיין אין אַ שיעור לימוד ברבים און זאָל זיך משתדל זיין צו קובע זיין שיעורי לימוד ברבים, יעדערער דאַרף האָבן אַ שעה קבועה אין טאָג אויף לערנען.
איך וועל זיין אַביסל אַ מגלה סוד, וואָס מיא דאַרף האָבן היינטיגען יאָר מיא זאָל קלאָר ווערן בעל פה די ערשטע צוועלף פרקים פון תניא בדקדוק באותיותיהם מיט דער הקדמה אליכם אישים אקרא (דאָס הייסט פון דער הקדמה אליכם וכו' ביז פרק י"ג)89. און אַז מיא גייט זיך לייגן שלאָפן, אַז מיא שטייט אוף, און וואו מיא גייט, זאָל מען דאָס חזרן בדבור ובמחשבה.
אחר כך בא ר"מ שי' שו"ב90, און האָט גיזאָגט לכ"ק אדמו"ר שליט"א, אַז ער איז אַ שליח פון די פרויען וואָס זיינען גיבליבן וואַרטן אויף הקפות, אַז זיי האָבן גיהערט די גאַנצע רייד און אַלע אזהרות והם מעידים על עצמם שהן
הערות
- 86. נשא ו, כז.
- 87. חולין מט, א. פרש"י עה"פ.
- 88. ד"ה א"ר אבהו דיום ב' דר"ה שנה זו (סה"מ קונטרסים ח"א קלא, א ואילך).
- 89. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 17. וראה גם אגרותקודש חי"ג ע' תקיטתקכ. אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ז ע' קכט. ובכ"מ.
- 90. ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 18 ובהערה 39. נזכר לעיל ע' 41. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

