ל"ג בעומר תש"ח
אבינו שבשמים, ית' ויתעלה, טיטולירט אונז אידן, עם סגולתו, מיט פאַרשידענע הויכגעשעצטע טיטולנעמען, ווייל דער דורכשניטלעכער אידישער קינד, זין און טעכטער אָן אונטערשייד, פאַרמאָגט זעלטן שיינע און איידעלע געבאָרענע אייגנשאַפטן, וואָס זיי פּראָדוצירן די איידלסטע פאַרשטאַנדן און בריינגען די שענסטע זיטן אין דעם אידישען טאָגטעגליכען לעבן.
בא אידן ווי באַ אַלע פעלקער, להבדיל, איז פאַראַן דער אונטערשייד: איינפאַכע מענטשען — אנשים פשוטים, בעלי ידיעה והשגה — תורה לערנער, און אַזעלכע וועלכע גיבען אָפּ זייער צייט, מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג אויף צו טאָן און אַרבעטן אין אויסאיידלען זיך, הן אין פאַרשטאַנד און הן אין מדות טובות.
ב. יעדע אידישע התועדות און מסיבה של שמחה, וואו אידען קומען זיך צונויף בכלל, און אַ חסידישער פאַרבריינגען וואו מען הערט אַ חסידישן סיפור בפרט און אַ חסידישער עבודהפאַרבריינגען בפרטי פרטיות דאַרף זיין די התחלה מיט אַ דבר מלכות2.
בא חסידים מיינט אַ דבר מלכות איבערזאָגען אַ תורהוואָרט אָדער אַ התעוררות הנהגהוואָרט פון אַ רבי'ן, אַ נשיא בישראל3 וואָס דאָס איז מעמיד — שטעלט אַוועק — סיי דעם זאָגער און סיי דעם צוהערער אין אַ התקשרותצושטאַנד, אַז מען ווערט מקושר צו דעם בעל השמועה, און דער רביבעל השמועה איז מעורר רחמים רבים אויף זיי און זייערע בני בית.
אין דעם ענין פון מלוכה איז דער עיקר די טובת המדינה, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) די עניני השמירה, הן אין לאַנד גופא און הן אויף די גרענעצען מיט פרעמדע לענדער. ב) מאַכען די לאַנד פאַר אַ ארץ ברוכה, פאַרבעסערן איר צושטאַנד און פאַרגרעסערען איר רייכטום.
דער בן המדינה וואָס זוכט נאָר צו פאַרבעסערען זיין אייגענעם מצב און פאַרגרעסערן זיין אייגענעם רייכטום און איבער דעם פאַרנאַכלעסיגט ער, אָדער שטערט די טובת המדינה, יענער איז אַ בוגד בעמו ובארצו. דער וואָס טוט דאָס 225בטעות, מיינענדיג אַז אַזוי ווי ער טוט איז גוט, דער איז גלאַט אַ שוטה.
דאָס איז אין משל. אין נמשל מיינט דאָס, אַז אָט דער וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך אַליין און וויל ניט וויסן אַז מען בעדאַרף אויך טאָן אַ טובה אמיתית בתורה ועבודה בדרכי החסידות דעם צווייטען, אָט דער ווייס ניט פון טוב האמיתי וואָס מען בעדאַרף צו דעם זוכה זיין דורך ירידת הנשמה בגוף בחיים בשרים4.
ג. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן אַ וואָרט:
דער בעש"ט האָט מגלה געווען דעם ענין פון דער התקשרות אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. דער מעזריטשער מגיד האָט מגלה געווען די השכלה והשגה אין דער התחברות פון די דריי אהבות מיט דעם ביאור פנימי פון די דריי אופני אהבה בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, און רבנו הזקן האָט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער קען, דאַרף און מוז בריינגען אָט די ג' אהבות אין אַ בפועל, זאָגענדיק אַז אהבת ישראל איז דער שער העלי', וואָס אויף דעם שער איז אָנגעשריבן מיט ליכטיקע אותיות "דא תרעא לאעלאה"5.
די וועלט מיינט אַז דער אויפטו פון חסידות איז נאָר השכלה און השגה, אָבער באמת איז כל ענין החסידות דורכצופירן די כוונה אלקית אין ירידת הנשמה בגוף6.
מען האָט שוין עטליכע מאָל דערציילט די מעשה הידוע7 וואָס כ"ק רבינו הזקן נבג"ם האָט אַמאָל געזאָגט צו אַ גרויסן חסיד.
וזה לשונו הקדוש:
"דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט, אויף וואָס דאַרף מען דיר זאָגסטו גאָר ניט".
מיט די דרייצען ווערטער וואָס רבינו הזקן האָט אים געזאָגט האָט דער רבי מעורר וממשיך געווען אין דעם חסיד אַ אור עצמי אַז עס האָט אים דערנומען.
באַ חסידים איז דאָ אין דעם אַ מקובל'דיקער לשון פון חסידים הראשונים אַז "דאָס האָט אים דערנומען ביז די שפּיץ נעגל פון די פיס האָבן געברענט".
און דאָס הייסט דערהערן.
הערן און דערהערן זיינען צוויי בעזונדערע בעגריפן8.
הערן מיינט אַ דרך אגב'דיקער און חיצוניות'דיקער הערן, כמאמר העולם אין איין אויער אַריין און פון צווייטן אַרויס, דאָס מיינט אַז הגם מען האָט געהערט איז דאָס מער ניט וואָס עס איז דורכגעגאַנגען די אויערן אָן קיין שום פעולה און עס האָט ניט געלאָזען קיין שום רושם.
דערהערן מיינט אַז דאָס וואָס מען הערט מאַכט אַ רושם. און מען בעטראַכט דעם אייגענעם מעמד ומצב, וועלכע מדות זיינען גוט און וועלכע בעדאַרפן האָבן תיקון.
226ד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע האָט מיך מזכה געווען מיט זיין קירוב פנימי, מיר איבערגעגעבען פאַרשידענע ענינים פנימיים, הן אַלגעמיינע, וואָס זיינען נוגע געווען צו דעם כללות מעמד ומצב העולם בכלל, און הן וואָס זיינען נוגע לאחב"י בפרט און לאגודת חסידי חב"ד ביחוד אין ענינים פרטיים מיט פאַרשידענע הוראות הנהגה אין כמה ענינים, און האָט מיר געזאָגט בזה הלשון:
ראה הזהרתיך, איך האָב דיר ליכטיג קלאָר געמאַכט דו זאָלסט זיין שטאַרק אין די אַלע זאַכן, דו זאָלסט וויסן אַז דער זמן איז פרייטאָג נאָך חצות9, וואו דו וועסט זיין, זיי שטאַרק בדרך אבותינו רבותינו הק' הנצחי.
שיחותיו הק' ובפרט הזהרותיו הכלליות והפרטיות האָבן פועל געווען אַ פאַרביטערטן נמיכות רוח.
איך דערמאָן די דברי קדש הקדשים זי"ע בתור התעוררות רחמים ווי איך שטיי בהיכלו הקדוש זי"ע.
בעלי הרגש פנימי ווייסן און פילן אַז עס איז זייער אַ טומלדיקע צייט, עס איז יתגעשו ויתפוצצו הררי עד10, עס קאָכט. אמת, מאותות השמים אל תחתו11, מען בעדאַרף זיין שטאַרק, אידן וועלן גאַנץ זיין, אָבער בעת עס קאָכט איז עליונים למטה ותחתונים למעלה.
לויט דעם גשמיות'דיקן מעמד ומצב פון דער פאַרגשמיות'דיקער וועלט בכלל און פון דער פאַרחומריות'דיקער אַמעריקע בפרט11 דאַרף מען לעבן מיט אַ וואָרט.
אַ וואָרט פון אַ רבין.
צווישען די חידושים וואָס חסידות האָט אויפגעטאָן איז אַז חסידים האָבן אַ רבין, מען לעבט מיטן רבינס אַ וואָרט, מיט אַ תנועה, מיט אַ ניגון.
ה. ווען אַ חסיד הערט אַ וואָרט אָדער אַ תנועה אָדער אַ ניגון פון אַ רבין; ווערט ער אין יענער רגע, מיט זיין נר"נ — נפש רוח נשמה — אַ מקושר צום רבין.
דאָס נאָכזאָגן אַ וואָרט אָדער אַ ניגון, וואָס דער רבי האָט געזאָגט אָדער געזונגען, אפילו ווען מען חזר'ט איבער דעם וואָרט נאָר בחיצוניות הייסט דאָס אָנקלאַפּען אין טיר.
דאָס אָנקלאַפּען אין טיר הייסט אַז מען איז דאָ און מען וויל אַריינגיין. מען וועט דאָך ניט אָנקלאַפּען אין טיר און ניט וועלן אַריינגיין, מען איז דאָך חלילה ניט אַזאַ עזות פנים מען זאָל אַ קלאַפּ טאָן און ניט וועלן אַריין גיין, מען איז דאָך ניט אַזאַ נאַר חלילה צו זאָגן משטה אני בך12.
דער אָנקלאַפּען אין טיר איז וואָס אַ חסידישער מחונך זאָגט: רבי איך בין אייערער, איך גיב זיך איבער צו אייך אינגאַנצען, עס איז מער ניט וואָס דער קלוגינקער, דער חכם13 להרע14, דער יצר הרע, וויל מיך אויסנאַרען, אַריינאַרען אין זאַק, איך בעצם וויל דאָס ניט, איך בין אייערער, איך וויל זיין ווי מען בעדאַרף זיין, האָט רחמנות רבי און נעמט מיך 227אַרויס פון וואַנען איך בין, און שטעלט מיך אַוועק דאָרטן וואו איך דאַרף זיין.
עס איז ניט מער ווי קלות הדעת, וואָס מען הערט אַליין ניט וואָס מען רעדט. עס איז דאָך ניט בעסער ווי אין דאַוונען, מען דאַוונט און מען הערט ניט וואָס מען דאַוונט, מען לערנט חסידות און אין עניני עבודה און מען הערט ניט וואָס מען רעדט.
די העדרעבודה טויבקייט איז נאָר אין נפש רוח נשמה חי', אָבער אין יחידה דערהערט מען. מען דאַרף מאַכען לעכעלעך אויף צו דערהערן אין נרנ"ח אויך, עס איז ניט פאַרשטאָפּט נאָר פאַרמאַכט.
פאַראַן אויך אַזעלכע באַ וועמען עס איז ניט פאַרמאַכט נאָר פאַרשטאָפּט מיט פסולת און מען הערט ניט.
ו. עס טוט וויי דאָס וואָס חסידים טוען ניט אין עבודת התפלה. עס פעלט חלילה אינגאַנצען די חסידותחב"ד עבודת התפלה.
זיכער געדענקען די עלטערע תלמידי התמימים יחיו די דברי קודש הקדשים של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע:
התחלת העבודה איז פון ק"ש שעל המטה. ווען מען לייענט קשעהמ"ט שלאָפט זיך אַנדערש און ווען מען שטייט אויף זאָגט מען מודה אני לפניך, מען בעטראַכט זיך ווער איז דער לפניך, און דאָס איז אַ התחלה טובה אויף דעם ענין פון עבודה.
אין עבודה הרוחנית איז ווען מען לייענט ניט ווי עס בעדאַרף צו זיין די ק"ש שעל המטה איז מען שטענדיק ווי אַ פאַרשלאָפענער. עס איז דאָ אַזאַ מחלה ר"ל וואָס מען גייט אום אין שלאָף, מען רעדט אין שלאָף, אַלעס איז אין שלאָף, אַזוי אויך דאָ, מען דאַוונט, מען לייגט תפלין אָבער שלאָפעדיק. שוין צייט מען זאָל זיך אויפכאַפּען.
ז. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ קבלה — מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' — אין געוויסע זמני התועדות ברבים צו זאָגן קורצע ווערטער. אַמאָל באַ אַ פאַרבריינגען האָט ער געזאָגט:
השמש יצא על הארץ15, ווען די זון שיינטאויף אַנטלויפן די מזיקים. די אַרבעט פון די מזיקים איז נאָר אין דער פינסטער16.
אַ צווייטען מאָל האָבען מיר דעם דאָזיקן וואָרט זוכה געווען צו הערען אין אַזאַ אויסשפּראַך:
השמש יצא על הארץ. ווען די זון פאַנגט אַן שיינען איז זי רויט פון בושה17, פאַר וועמען שיין איך, קיינער וויל מיך ניט, קיינער דאַרף מיך ניט.
אין דער איצטיקער צייט, אין דער פאַרקילטער עבודהלופט, איז זיך שווער פאָרצושטעלן דעם פנימיות'דיקן עבודהבאגער וואָס דאָס האָט פועל געווען אין עבודה בפועל.
ח. עס איז ניט ריכטיק וואָס די יונגע לייט זאָגען אַז עס איז פאַר זיי נאָך צו פרי צו טאָן אין עבודת התפלה.
מען בעדאַרף וויסן אַז דאָס איז אַלץ די אַרבעט פון דעם קלוגינקען, אויף אַלעס איז ער מסכים, אויף לערנען נגלה, אויף לערנען חסידות, אויף אַ 228טובה טאָן אַ אידן, זיין אַ משכיל, אַ חכם, אָבער ניט אויף טאָן אין עבודה18.
ער זאָגט דעם מענטשן: דו ביזט אַ שקרן, דו האַלסט דאָך ניט דערביי ווי קומסט דו שוין צו עבודת התפלה, דאָס איז שקר. וואָס צייטנווייז איז דאָס טאַקע אמת, אַ ווייטערדיקער אמת; אָבער מען דאַרף אים ענטפערן: מום שבך אל תאמר.
חסידים בכלל, תמימים בפרט און עובדים ביחוד; דאַרפן טאָן אין עבודת התפלה.
ריידען רעדט מען גאָר אַ סך, זאָל חאָטש זיין עפּעס אַ פועל.
ט. ווען איך האָב זוכה געווען צו זיין אין אה"ק תובב"א19 און צו זיין — אויף דעם ארץ ישראל חסידישאידישן אויסשפּראַך — באַ דעם רשב"י און די בעלי אידרא קדישא20, האָב איך געהערט ווי מען זאָגט:
מירון איז אַ פרייליכער אהל21. ווען מען קומט קיין מירון ווערט מען באַ זיך שטאַרקער.
דאָרט האָב איך געהערט אַזאַ אויסשפּראַך:
רשב"י איז אַ פרייליכער רבי ער האָט גענומען22 אַלץ וואָס אידן פאַרפעלן — ח"ו — אין קיום התורה ומצות, אויף זיך23.
עס שטייט24 שמחנו כימות עניתנו, מיר האָבן שוין גענוג טועם געווען דעם טעם מרירות. מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט אַז עס איז שוין דאָ אַ לאַנגער צעטיל פון כימות עניתנו, זאָל שוין זיין די התגלות.
עס ווערט שוין אַלץ נעהענטער, נאָר גייענדיק אויפן וועג פאַרשמירט מען זיך מיט נאַרישקייטן. דערפאַר דאַרף מען זיך אַרומוואַשן און אויך איבערבייטן די לבושים, אָבער מען ווערט אַלץ נעהענטער.
(אח"ז צוה לנגן "אַ פריילעכען פנימיות'דיקן ניגון").
י. ווען כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר אָנגעפאַנגען לערנען חסידות גלייך נאָך מיין בר מצוה איז דאָס געוועזן סידור און לקוטי תורה אין שיר השירים. די התחלה איז געווען דער מאמר אדם כי יקריב25. דער מאמר בריינגט אַז מען איז מדדה, מען שפּרינגט אַוועק פון דעם אָרט וואו מען איז.
איך האָב שוין אַ סך מאָל דערציילט אַז פאַר יעדן לימוד פלעגט מיר כ"ק 229אאמו"ר הרה"ק דערציילן אַ סיפור אין אַ ענין פון עבודה.
אין שיר השירים האָט מען געלערנט דעם מאמר שיר השירים26. ער האָט דאַן גערעדט דעם חילוק פון זריעה און נטיעה; עס איז דאָ אַ אדם אַ בעל שכל, הגברת השכל על המדות27.
נטיעה ווערט נקלט אין אַ פנימיות, וואָס דאָס בריינגט אַ המשכה לדורי דורות.
אין דעם דאָזיקן מאמר28 איז דאָ אַ קליינע הגהה, וואָס דער רבי דער צמח צדק האָט געהערט פון כ"ק אדמו"ר הזקן, דער הפרש פון גלות מצרים ביז גלות זה האחרון, און פאַרוואָס דער גלות האחרון איז אין אַזאַ אריכות הזמן ווייל עס דאַרף זיין גילוי העצמות בפנימיות ע"י משיח.
* * *
דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל האָבן אַ הכנה טובה צו קבלת התורה בפנימיותו. וואָס הייסט בפנימיות אַז אַלעס וואָס די תורה הייסט טאָן אין קיום המצות זאָל מען טאָן מיט אַ חיות, מיט לעבן.
הערות
עמוד 224
- 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקיד, א ואילך. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תקיג, ב): אין דער פאָרליגענדער חוברת איז געדרוקט די שיחה פון ל"ג בעומר ה'תש"ח, לויט פאַרצייכנונגען פון די הערער, וועלכע זיינען דערנאָך דורכגעזען געוואָרען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. זעלבסטפערשטענדליך, ווערען געדרוקט נאָר די ענינים תוכניים וכללים, אָבער ניט די פערבינדונגשמועסען און דבורים לפרטים, און דערפאַר זעען אויס מאַנכע סעיפים אָן אַ קישור צווישען זיך. ע"פ פקודת כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א איז דאָ צוגעגעבען געוואָרען זיינע אַ רשימה וועגען חגיגת ל"ג בעומר וכו' . ווי אין די אַנדערע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און באַמערקונגען מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן פסח שני ה'תש"ט. ברוקלין נ. י.
- 2. [ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 186).
- 3. ראה גם שיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 241 ואילך).
- 1. נדפס לקמן ע' 409 ואילך.
עמוד 225
- 4. ראה אגרות-קודש ח"י ס"ע קסה ואילך.
- 5. ראה גם שיחת פורים תש"ז ס"ד (לעיל ע' 100)].
- 6. להעיר ממרז"ל (זח"ב קיד, ב. זח"ג רכב, ב. רפא, א. הקדמת ת"ז בתחלתו) איזהו חסיד המתחסד עם קונו ועפמשנ"ת בתניא ספ"י. ועייג"כ בתורת שלום ספר השיחות ע' 182 [בהוצאת תשי"ז — ע' 178] ואילך. ראה ג"כ לקמן ע' 416.
- 7. זע די שיחה פון ל"ג בעומר תש"ז געדרוקט אין קונטרס נז [לעיל ע' 125 ואילך].
- 8. זע וועגן דעם אויך שיחת יב תמוז תש"ח [תרצ"ט] (קונטרס נט) [סה"מ תש"ח ע' 252 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך.
עמוד 226
- 9. ראה גם שיחת יום ב' דחג השבועות תש"ט סי"ט (לקמן ע' 331). וש"נ.
- 10. ע"פ חבקוק ג, ו.
- 11. ירמי' י, ב.
- 11. בהנחה בלתי מוגה: וואו עס ווייעט אַ פראָסט אפילו אין תמוז.
- 12. לשון חז"ל — סנהדרין כט, א. ובכ"מ.
- 13. ע"פ ירמי' כד, יב.
- 14. ראה פרקי דר"א פי"ג. וראה גם לעיל ע' 115. וש"נ].
עמוד 227
- 15. [ע"פ וירא יט, כג].
- 16. זע ירושלמי סוף פאה. ב"ק ס, ב. פסחים קיא, א. רשב"ם ד"ה בצלה. ועוד.
- 17. [ראה גם מדרש תהלים פי"ט, יא. ויק"ר פל"א, ט.
עמוד 228
- 18. ראה שיחת יום שמח"ת תש"ז ס"ח (לעיל ע' 78).
- 19. ב' מנחםאב — ט"ז מנחםאב תרפ"ט. — ראה בפרטיות "מבוא" לספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע יח ואילך. וש"נ.
- 20. רבינו ביקר במירון ביום ב', ו' מנחםאב. — ראה "מבוא" הנ"ל ע' ל.
- 21. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 332: ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל, בין איך דאן געווען אויף אַלע קברים, איז אויף רשב"י'ס קבר האָב איך זיך געפילט היימישער, ד. ה. פרייליכער].
- 22. זע סוכה מה, ב. ירושלמי ברכות פ"ט ה"ב. ב"ר פל"ה[, ב]. פסיקתא דר"כ פיסקא ויהי בשלח.
- 23. [בהנחה בלתי מוגה: ניט וואָס ער האָט געהאַלטען פון זיך, נאָר ער האָט געזען דעם גוט פון יעדן אידן, ער האָט געוואוסט ווי אַ קוועטש צו טאָן מיט'ן פינגער אַז יענער זאָל נתעורר ווערען. אַלעס בחסד וברחמים, ניט מיט קיין רוט.
- 24. תהלים צ, טו].
- 25. אין לקוטי תורה פ' ויקרא.
עמוד 229
- 26. [לקו"ת שה"ש א, א ואילך].
- 27. אולי יש לבאר עפמשנ"ת בתורת שלום ס' השיחות ע' 182 [ובהוצאת תשי"ז ואילך — ע' 178 ואילך]. ועייג"כ בלקו"ת ס"פ בחוקותי ד"ה אסור לאדם שיטעום פ"ב. ד"ה האזינו (השלישי) פ"ז.
- 28. [לקו"ת שה"ש ב, ב. וראה גם מאמרי אדה"ז הנחות הר"פ ע' קמג. אוה"ת שה"ש ח"א ע' כ].
תניא, ליקוטי אמרים י׳ - הטקסט מספריא
וְהִנֵּה, כְּשֶׁהָאָדָם מַגְבִּיר נַפְשׁוֹ הָאֱלֹהִית וְנִלְחָם כָּל כָּךְ עִם הַבַּהֲמִית, עַד שֶׁמְּגָרֵשׁ וּמְבַעֵר הָרָע שֶׁבָּהּ מֵחָלָל הַשְּׂמָאלִי, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב: ״וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ״, וְאֵין הָרָע נֶהְפָּךְ לְטוֹב מַמָּשׁ – נִקְרָא ״צַדִּיק שֶׁאֵינוֹ גָמוּר״ וְ״צַדִּיק וְרַע לוֹ״. דְּהַיְינוּ, שֶׁיֵּשׁ בּוֹ עֲדַיִין מְעַט מִזְּעֵר רָע בֶּחָלָל הַשְּׂמָאלִי, אֶלָּא שֶׁכָּפוּף וּבָטֵל לַטּוֹב מֵחֲמַת מִיעוּטוֹ, וְלָכֵן, נִדְמֶה לוֹ כִּי ״וַיְגָרְשֵׁהוּ וַיֵּלֶךְ לוֹ״ כּוּלּוֹ לְגַמְרֵי, אֲבָל בֶּאֱמֶת, אִלּוּ חָלַף וְהָלַךְ לוֹ לְגַמְרֵי כָּל הָרָע שֶׁבּוֹ – הָיָה נֶהְפָּךְ לְטוֹב מַמָּשׁ.
וּבֵיאוּר הָעִנְיָן, כִּי הִנֵּה, צַדִּיק גָּמוּר שֶׁנֶּהְפַּךְ הָרָע שֶׁלּוֹ לְטוֹב, וְלָכֵן נִקְרָא ״צַדִּיק וְטוֹב לוֹ״, הוּא עַל־יְדֵי הֲסָרַת ״הַבְּגָדִים הַצּוֹאִים״ לְגַמְרֵי מֵהָרָע, דְּהַיְינוּ, לִמְאוֹס מְאֹד בְּתַעֲנוּגֵי עוֹלָם־הַזֶּה לְהִתְעַנֵּג בָּם בְּתַעֲנוּגוֹת בְּנֵי אָדָם לְמַלֹּאת תַּאֲוַת הַגּוּף בִּלְבָד, וְלֹא לַעֲבוֹדַת ה׳, מִפְּנֵי הֱיוֹתָם נִמְשָׁכִים וְנִשְׁפָּעִים מֵהַקְּלִיפָּה וְסִטְרָא אָחֳרָא. וְכָל מַה שֶּׁהוּא מֵהַסִּטְרָא אָחֳרָא – הַצַּדִּיק גָּמוּר הוּא שׂוֹנְאוֹ בְּתַכְלִית הַשִּׂנְאָה, מֵחֲמַת גּוֹדֶל אַהֲבָתוֹ לַה׳ וּקְדוּשָּׁתוֹ בְּאַהֲבָה רַבָּה בְּתַּעֲנוּגִים וְחִיבָּה יְתֵרָה הַנִּזְכָּרִים לְעֵיל, כִּי הֵם זֶה לְעוּמַּת זֶה, כְּדִכְתִיב: ״תַּכְלִית שִׂנְאָה שְׂנֵאתִים, לְאוֹיְבִים הָיוּ לִי, חָקְרֵנִי וְדַע לְבָבִי וְגוֹ׳״, וּכְפִי עֵרֶךְ גּוֹדֶל הָאַהֲבָה לַה׳, כָּךְ עֵרֶךְ גּוֹדֶל הַשִּׂנְאָה לְסִטְרָא אָחֳרָא וְהַמִּיאוּס בָּרַע בְּתַכְלִית, כִּי הַמִּיאוּס הוּא הֵפֶךְ הָאַהֲבָה מַמָּשׁ כְּמוֹ הַשִּׂנְאָה.
וְצַדִּיק שֶׁאֵינוֹ גָמוּר, הוּא שֶׁאֵינוֹ שׂוֹנֵא הַסִּטְרָא אָחֳרָא בְּתַכְלִית הַשִּׂנְאָה, וְלָכֵן אֵינוֹ מוֹאֵס גַּם כֵּן בָּרַע בְּתַכְלִית.
וְכָל שֶׁאֵין הַשִּׂנְאָה וְהַמִּיאוּס בְּתַכְלִית, עַל כָּרְחֲךָ נִשְׁאַר אֵיזֶה שֶׁמֶץ אַהֲבָה וְתַעֲנוּג לְשָׁם, וְלֹא הוּסְרוּ ״הַבְּגָדִים הַצּוֹאִים״ לְגַמְרֵי מִכֹּל וָכֹל, וְלָכֵן לֹא נֶהְפַּךְ לְטוֹב מַמָּשׁ, מֵאַחַר שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֵיזֶה אֲחִיזָה עֲדַיִין בַּ״בְּגָדִים הַצּוֹאִים״, אֶלָּא שֶׁהוּא בָּטֵל בְּמִיעוּטוֹ וּכְלָא חֲשִׁיב, וְלָכֵן נִקְרָא צַדִּיק וְרַע – כָּפוּף וּבָטֵל – לוֹ. וְעַל כֵּן, גַּם אַהֲבָתוֹ לַה׳ אֵינָהּ בְּתַכְלִית, וְלָכֵן נִקְרָא צַדִּיק שֶׁאֵינוֹ גָמוּר.
וְהִנֵּה, מַדְרֵגָה זוֹ מִתְחַלֶּקֶת לְרִבְבוֹת מַדְרֵגוֹת בְּעִנְיַן בְּחִינַת מִיעוּט הָרָע הַנִּשְׁאָר מֵאַחַת מֵאַרְבַּע יְסוֹדוֹת הָרָעִים, וּבְעִנְיַן בִּיטּוּלוֹ בְּמִיעוּטוֹ בְּשִׁשִּׁים עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל, אוֹ בְּאֶלֶף וּרְבָבָה וְכַיּוֹצֵא עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל. וְהֵן הֵם בְּחִינוֹת צַדִּיקִים הָרַבִּים שֶׁבְּכָל הַדּוֹרוֹת, כִּדְאִיתָא בַּגְּמָרָא, דִּתַמְנֵיסַר אַלְפֵי צַדִּיקֵי קָיְימֵי קַמֵּיהּ הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא.
אַךְ עַל מַעֲלַת צַדִּיק גָּמוּר, הוּא שֶׁאָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי: ״רָאִיתִי בְּנֵי עֲלִיָּה וְהֵם מוּעָטִים כוּ׳״, שֶׁלָּכֵן נִקְרָאִים ״בְּנֵי עֲלִיָּה״, שֶׁמְּהַפְּכִין הָרָע וּמַעֲלִים אוֹתוֹ לִקְדוּשָּׁה, כִּדְאִיתָא בַּזֹּהַר בַּהַקְדָּמָה, שֶׁכְּשֶׁרָצָה רַבִּי חִיָּיא לַעֲלוֹת לְהֵיכַל רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, שָׁמַע קָלָא נָפִיק וְאָמַר: ״מַאן מִנְּכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא וְטָעֲמִין מְרִירוּ לְמִיתְקָא עַד לָא יֵיתוּן הָכָא וְכוּ׳״:
וְעוֹד נִקְרָאִים בְּנֵי עֲלִיָּה, מִפְּנֵי שֶׁגַּם עֲבוֹדָתָם בִּבְחִינַת ״וַעֲשֵׂה טוֹב״ בְּקִיּוּם הַתּוֹרָה וּמִצְוֹתֶיהָ, הוּא לְצוֹרֶךְ גָּבוֹהַּ וּמַעְלָה מַּעְלָה עַד רוּם הַמַּעֲלוֹת, וְלֹא כְּדֵי לְדָבְקָה בּוֹ יִתְבָּרֵךְ בִּלְבָד לְרַוּוֹת צִמְאוֹן נַפְשָׁם הַצְּמֵאָה לַה׳, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב: ״הוֹי כָּל צָמֵא לְכוּ לַמַּיִם״, וּכְמוֹ שֶׁנִּתְבָּאֵר בְּמָקוֹם אַחֵר, אֶלָּא כִּדְפֵירְשׁוּ בַּתִּיקּוּנִים: ״אֵיזֶהוּ חָסִיד – הַמִּתְחַסֵּד עִם קוֹנוֹ״; עִם קַן דִּילֵיהּ, לְיַיחֲדָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ בַּתַּחְתּוֹנִים, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּרַעְיָא מְהֵימְנָא פָּרָשַׁת תֵּצֵא: ״כִּבְרָא דְּאִשְׁתַּדֵּל בָּתַר אֲבוֹי וְאִימֵּיהּ, דְּרָחִים לוֹן יַתִּיר מִגַּרְמֵיהּ וְנַפְשֵׁיהּ וְרוּחֵיהּ וְנִשְׁמְתֵיהּ כוּ׳, וּמָסַר גַּרְמֵיהּ לְמִיתָה עֲלַיְיהוּ לְמִיפְרַק לוֹן כוּ׳״, וּכְמוֹ שֶׁנִּתְבָּאֵר בְּמָקוֹם אַחֵר.
[וּשְׁנֵיהֶם עוֹלִים בְּקָנֶה אֶחָד, כִּי עַל יְדֵי הַבֵּירוּרִים שֶׁמְּבָרְרִים מִנּוֹגַהּ מַעֲלִים ״מַיִּין נוּקְבִין״, וְנַעֲשִׂים יִחוּדִים עֶלְיוֹנִים לְהוֹרִיד ״מַיִּין דְּכוּרִין״, שֶׁהֵם הֵם מֵימֵי הַחֲסָדִים שֶׁבְּכָל מִצְוָה וּמִצְוָה מֵרַמַ״ח מִצְוֹת עֲשֵׂה, שֶׁכּוּלָּן הֵן בְּחִינַת חֲסָדִים וּ״מַיִּין דְּכוּרִין״, דְּהַיְינוּ, הַמְשָׁכַת קְדוּשַּׁת אֱלֹהוּתוֹ יִתְבָּרֵךְ מִלְמַעְלָה לְמַטָּה לְהִתְלַבֵּשׁ בַּתַּחְתּוֹנִים, כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּאֵר בְּמָקוֹם אַחֵר]:
ויקרא רבה ל״א:ט׳ - הטקסט מספריא
אָמַר רַב בְּשָׁעָה שֶׁגַּלְגַּל חַמָּה וּלְבָנָה נִכְנָסִין לִטֹּל רְשׁוּת מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, עֵינֵיהֶם כֵּהוֹת מִזִּיו הַשְּׁכִינָה וּמְבַקְּשִׁין לָצֵאת לְהָאִיר לָעוֹלָם וְאֵינָן רוֹאִין כְּלוּם, וּמָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לָהֶם מוֹרֶה לִפְנֵיהֶם חִצִּים וּמְהַלְכִים לְאוֹרָם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (חבקוק ג, יא): שֶׁמֶשׁ יָרֵחַ עָמַד זְבֻלָּה לְאוֹר חִצֶּיךָ יְהַלֵּכוּ לְנֹגַהּ בְּרַק חֲנִיתֶךָ, וּכְתִיב (יואל ב, י): שֶׁמֶשׁ וְיָרֵחַ קָדָרוּ וְכוֹכָבִים אָסְפוּ נָגְהָם, רַבִּי הוֹשַׁעְיָא בְּרֵיהּ דְּרַבִּי שִׁמְלָאי דְּקֵיסָרִין בְּשֵׁם רַבִּי יִצְחָק בַּר זְעֵירָא, לְעוֹלָם אֵין גַּלְגַּל חַמָּה שׁוֹקֵעַ עַד שֶׁהוּא נַעֲשָׂה כְּמִין חַרְדָּל שֶׁל דָּם, מַאי טַעְמָא (תהלים יט, ו): וְהוּא כְּחָתָן יֹצֵא מֵחֻפָּתוֹ יָשִׂישׂ כְּגִבּוֹר לָרוּץ אֹרַח, וְאֵין אוֹרַח אֶלָּא שֶׁל נָשִׁים, כְּמָה דְאַתְּ אָמַר (בראשית יח, יא): חָדַל לִהְיוֹת לְשָׂרָה אֹרַח כַּנָּשִׁים. אָמַר רַבִּי לֵוִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב בַּדִּין עַל גַּלְגַּל חַמָּה וּלְבָנָה שֶׁאֵין מְבַקְשִׁים לָצֵאת לְהָאִיר לָעוֹלָם, מָה הֵם אוֹמְרִים, הַבְּרִיּוֹת מְקַטְרְגִין לָנוּ, הַבְּרִיּוֹת מִשְׁתַּחֲוִים לָנוּ. אָמַר רַבִּי יוֹסְטָא בַּר שׁוּנֵם, מָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לָהֶם, יוֹשֵׁב עֲלֵיהֶן בַּדִּין וְיוֹצְאִין וּמְאִירִין לָעוֹלָם בְּעַל כָּרְחָן, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (צפניה ג, ה): בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר מִשְׁפָּטוֹ יִתֵּן לָאוֹר לֹא נֶעְדָּר, מַהוּ לֹא נֶעְדָּר, לֹא פָּסָק, (צפניה ג, ה): וְלֹא יוֹדֵעַ עַוָּל בּשֶׁת, לָא בַּהֲתִין אֶלָא סָגְדִין לְהוֹן חָמְיָן לְהוֹן לָקְיָן וְלָא בַּהֲתִין, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (ויקרא כד, ב): וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת.
מצוטט ב־22 עמודים
תורת מנחם 21
- א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. משיחת ליל ב' אייר ה'שי"ת סה"ש תש"ח ע' 224
- א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' קורח, כ"ו סיון ה'שי"ת סה"ש תש"ח ע' 224
- טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בשלח, יו"ד שבט ה'תשט"ז. סה"ש תש"ח ע' 228
- טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשט"ז. סה"ש תש"ח ע' 224
- כג - שנת תשח"י - חלק שלישי ‹ בס"ד. יום א' פ' דברים, ג' מנחם-אב, ה'תשח"י. סה"ש תש"ח ע' 228
- כד - שנת תשי"ט - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשי"ט. סה"ש תש"ח ע' 224
- כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת י"ט כסלו, ה'תש"כ. סה"ש תש"ח ע' 224
- מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תבוא, כ"א אלול, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 225
- מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ נצבים, כ"ח אלול, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 225
- לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' במדבר, כ"ה אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ח ע' 225
- מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וארא, ראש חודש שבט, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ח ע' 225
- מז - שנת תשכ"ו - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ח ע' 224
- מח- שנת תשכ"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ויחי, י"א טבת, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ח ע' 224
- לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת* אור ליום ב' פ' לך לך, וא"ו מרחשון, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ח ע' 224
- נה - שנת תשכ"ט - חלק שני ‹ שיחת ש"פ וארא, כ"ח טבת, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 225
- נה - שנת תשכ"ט - חלק שני ‹ שיחת יום ד' פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 224
- נו - שנת תשכ"ט - חלק שלישי ‹ שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 224
- נו - שנת תשכ"ט - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 225
- נז - שנת תשכ"ט - חלק רביעי ‹ שיחת כ"ו אלול, ג' דסליחות, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 224
- ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת אחרון של פסח, ה'תש"ל סה"ש תש"ח ע' 224
- סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ שיחת יום שמחת תורה, ה'תשל"ב סה"ש תש"ח ע' 225
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
- הוספות ‹ שנז ספר השיחות תש"ח ע' 225

