225

בטעות, מיינענדיג אַז אַזוי ווי ער טוט איז גוט, דער איז גלאַט אַ שוטה.

דאָס איז אין משל. אין נמשל מיינט דאָס, אַז אָט דער וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך אַליין און וויל ניט וויסן אַז מען בעדאַרף אויך טאָן אַ טובה אמיתית בתורה ועבודה בדרכי החסידות דעם צווייטען, אָט דער ווייס ניט פון טוב האמיתי וואָס מען בעדאַרף צו דעם זוכה זיין דורך ירידת הנשמה בגוף בחיים בשרים4.

ג. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן אַ וואָרט:

דער בעש"ט האָט מגלה געווען דעם ענין פון דער התקשרות אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. דער מעזריטשער מגיד האָט מגלה געווען די השכלה והשגה אין דער התחברות פון די דריי אהבות מיט דעם ביאור פנימי פון די דריי אופני אהבה בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, און רבנו הזקן האָט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער קען, דאַרף און מוז בריינגען אָט די ג' אהבות אין אַ בפועל, זאָגענדיק אַז אהבת ישראל איז דער שער העלי', וואָס אויף דעם שער איז אָנגעשריבן מיט ליכטיקע אותיות "דא תרעא לאעלאה"5.

די וועלט מיינט אַז דער אויפטו פון חסידות איז נאָר השכלה און השגה, אָבער באמת איז כל ענין החסידות דורכצופירן די כוונה אלקית אין ירידת הנשמה בגוף6.

מען האָט שוין עטליכע מאָל דערציילט די מעשה הידוע7 וואָס כ"ק רבינו הזקן נבג"ם האָט אַמאָל געזאָגט צו אַ גרויסן חסיד.

וזה לשונו הקדוש:

"דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט, אויף וואָס דאַרף מען דיר זאָגסטו גאָר ניט".

מיט די דרייצען ווערטער וואָס רבינו הזקן האָט אים געזאָגט האָט דער רבי מעורר וממשיך געווען אין דעם חסיד אַ אור עצמי אַז עס האָט אים דערנומען.

באַ חסידים איז דאָ אין דעם אַ מקובל'דיקער לשון פון חסידים הראשונים אַז "דאָס האָט אים דערנומען ביז די שפּיץ נעגל פון די פיס האָבן געברענט".

און דאָס הייסט דערהערן.

הערן און דערהערן זיינען צוויי בעזונדערע בעגריפן8.

הערן מיינט אַ דרך אגב'דיקער און חיצוניות'דיקער הערן, כמאמר העולם אין איין אויער אַריין און פון צווייטן אַרויס, דאָס מיינט אַז הגם מען האָט געהערט איז דאָס מער ניט וואָס עס איז דורכגעגאַנגען די אויערן אָן קיין שום פעולה און עס האָט ניט געלאָזען קיין שום רושם.

דערהערן מיינט אַז דאָס וואָס מען הערט מאַכט אַ רושם. און מען בעטראַכט דעם אייגענעם מעמד ומצב, וועלכע מדות זיינען גוט און וועלכע בעדאַרפן האָבן תיקון.

הערות

  1. 4. ראה אגרות-קודש ח"י ס"ע קסה ואילך.
  2. 5. ראה גם שיחת פורים תש"ז ס"ד (לעיל ע' 100)].
  3. 6. להעיר ממרז"ל (זח"ב קיד, ב. זח"ג רכב, ב. רפא, א. הקדמת ת"ז בתחלתו) איזהו חסיד המתחסד עם קונו ועפמשנ"ת בתניא ספ"י. ועייג"כ בתורת שלום ספר השיחות ע' 182 [בהוצאת תשי"ז — ע' 178] ואילך. ראה ג"כ לקמן ע' 416.
  4. 7. זע די שיחה פון ל"ג בעומר תש"ז געדרוקט אין קונטרס נז [לעיל ע' 125 ואילך].
  5. 8. זע וועגן דעם אויך שיחת יב תמוז תש"ח [תרצ"ט] (קונטרס נט) [סה"מ תש"ח ע' 252 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך.

מצוטט ב־8 עמודים

תורת מנחם 7
  1. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תבוא, כ"א אלול, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 225
  2. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ נצבים, כ"ח אלול, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 225
  3. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' במדבר, כ"ה אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ח ע' 225
  4. מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וארא, ראש חודש שבט, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ח ע' 225
  5. נה - שנת תשכ"ט - חלק שני ‹ שיחת ש"פ וארא, כ"ח טבת, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 225
  6. נו - שנת תשכ"ט - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 225
  7. סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ שיחת יום שמחת תורה, ה'תשל"ב סה"ש תש"ח ע' 225
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ שנז ספר השיחות תש"ח ע' 225

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.