226

ד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע האָט מיך מזכה געווען מיט זיין קירוב פנימי, מיר איבערגעגעבען פאַרשידענע ענינים פנימיים, הן אַלגעמיינע, וואָס זיינען נוגע געווען צו דעם כללות מעמד ומצב העולם בכלל, און הן וואָס זיינען נוגע לאחב"י בפרט און לאגודת חסידי חב"ד ביחוד אין ענינים פרטיים מיט פאַרשידענע הוראות הנהגה אין כמה ענינים, און האָט מיר געזאָגט בזה הלשון:

ראה הזהרתיך, איך האָב דיר ליכטיג קלאָר געמאַכט דו זאָלסט זיין שטאַרק אין די אַלע זאַכן, דו זאָלסט וויסן אַז דער זמן איז פרייטאָג נאָך חצות9, וואו דו וועסט זיין, זיי שטאַרק בדרך אבותינו רבותינו הק' הנצחי.

שיחותיו הק' ובפרט הזהרותיו הכלליות והפרטיות האָבן פועל געווען אַ פאַרביטערטן נמיכות רוח.

איך דערמאָן די דברי קדש הקדשים זי"ע בתור התעוררות רחמים ווי איך שטיי בהיכלו הקדוש זי"ע.

בעלי הרגש פנימי ווייסן און פילן אַז עס איז זייער אַ טומלדיקע צייט, עס איז יתגעשו ויתפוצצו הררי עד10, עס קאָכט. אמת, מאותות השמים אל תחתו11, מען בעדאַרף זיין שטאַרק, אידן וועלן גאַנץ זיין, אָבער בעת עס קאָכט איז עליונים למטה ותחתונים למעלה.

לויט דעם גשמיות'דיקן מעמד ומצב פון דער פאַרגשמיות'דיקער וועלט בכלל און פון דער פאַרחומריות'דיקער אַמעריקע בפרט11 דאַרף מען לעבן מיט אַ וואָרט.

אַ וואָרט פון אַ רבין.

צווישען די חידושים וואָס חסידות האָט אויפגעטאָן איז אַז חסידים האָבן אַ רבין, מען לעבט מיטן רבינס אַ וואָרט, מיט אַ תנועה, מיט אַ ניגון.

ה. ווען אַ חסיד הערט אַ וואָרט אָדער אַ תנועה אָדער אַ ניגון פון אַ רבין; ווערט ער אין יענער רגע, מיט זיין נר"נ — נפש רוח נשמה — אַ מקושר צום רבין.

דאָס נאָכזאָגן אַ וואָרט אָדער אַ ניגון, וואָס דער רבי האָט געזאָגט אָדער געזונגען, אפילו ווען מען חזר'ט איבער דעם וואָרט נאָר בחיצוניות הייסט דאָס אָנקלאַפּען אין טיר.

דאָס אָנקלאַפּען אין טיר הייסט אַז מען איז דאָ און מען וויל אַריינגיין. מען וועט דאָך ניט אָנקלאַפּען אין טיר און ניט וועלן אַריינגיין, מען איז דאָך חלילה ניט אַזאַ עזות פנים מען זאָל אַ קלאַפּ טאָן און ניט וועלן אַריין גיין, מען איז דאָך ניט אַזאַ נאַר חלילה צו זאָגן משטה אני בך12.

דער אָנקלאַפּען אין טיר איז וואָס אַ חסידישער מחונך זאָגט: רבי איך בין אייערער, איך גיב זיך איבער צו אייך אינגאַנצען, עס איז מער ניט וואָס דער קלוגינקער, דער חכם13 להרע14, דער יצר הרע, וויל מיך אויסנאַרען, אַריינאַרען אין זאַק, איך בעצם וויל דאָס ניט, איך בין אייערער, איך וויל זיין ווי מען בעדאַרף זיין, האָט רחמנות רבי און נעמט מיך

הערות

  1. 9. ראה גם שיחת יום ב' דחג השבועות תש"ט סי"ט (לקמן ע' 331). וש"נ.
  2. 10. ע"פ חבקוק ג, ו.
  3. 11. ירמי' י, ב.
  4. 11. בהנחה בלתי מוגה: וואו עס ווייעט אַ פראָסט אפילו אין תמוז.
  5. 12. לשון חז"ל — סנהדרין כט, א. ובכ"מ.
  6. 13. ע"פ ירמי' כד, יב.
  7. 14. ראה פרקי דר"א פי"ג. וראה גם לעיל ע' 115. וש"נ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד - קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 19 עמודים.

  1. אגרות קודש כרך כו ט'תריג סנהדרין כט, א
  2. לקוטי שיחות כרך ב הוספות - שיחות שיחה כב סנהדרין כט, א
  3. לקוטי שיחות כרך טז תשא שיחה ד סנהדרין כט, א
  4. תורת מנחם ר"ד* יום ג' פ' פינחס, כ"ף תמוז, ה'תשי"א סנהדרין כט, סע"א
  5. תורת מנחם שיחת ש"פ שלח, מבה"ח תמוז, ה'תשט"ז סנהדרין כט, סע"א
  6. תורת מנחם ש"פ במדבר, מבה"ח וער"ח סיון, ה'תשכ"ב סנהדרין כט, א
  7. תורת שמואל תר"ם [ואהבת את ה' אלקיך] ולהבין כו' מזה"פ כו' סנהדרין כט, סע"א
  8. ספר המאמרים תרצ"ב רצ"ב סנהדרין כט, א
  9. שולחן ערוך חושן משפט הלכות עדות ושטרות ושליש[ו]ת דיני עדות ושטרות ושליש[ו]ת י סנהדרין כט, ב
  10. שו"ת סימן יד - ואשר סנהדרין כט, א
  11. שארית יהודה שו"ת אבן העזר סימן נו סנהדרין כט, ב
  12. אגרות קודש אדמו"ר הזקן אגרת סח סנהדרין כט, א
  13. אגרות קודש אדמו"ר האמצעי אגרת יב סנהדרין כט, א
  14. אגרות קודש אדמו"ר ה"צמח צדק" אגרת לח סנהדרין כט, א
  15. שוע"ר עם ביאור דברי שלום הלכות פסח - ח"א (סי' תכט-תמא) הוספות סנהדרין כט, א
  16. תורת מנחם שיחת אחרון של פסח, ה'תש"ל סנהדרין כט, א
  17. תורת מנחם שיחת ש"פ ויקרא, פ' זכור, י"ג אדר שני, ה'תשל"ג סנהדרין כט, א
  18. תורת מנחם שיחת ש"פ נשא, ט' סיון, ה'תשל"ג סנהדרין כט, א
  19. שוע"ר עם ביאור דברי שלום השכמת הבוקר וציצית הקדמות בני הגאון המחבר סנהדרין כט, א