שיחות חג הפסח

199שיחות חג הפסח

סדר הראשון של חג הפסח תש"ח

א. דער יאָהר תרמ"ט איז געווען אַ שנה מעוברת, וואָס דאַן איז דער טאָג פסח צייט לענגער ווי אין אַ שנה פשוטה; דער זמן פון אויפשטיין ערב פסח אין ליובאַוויטש איז געווען 5 אַזייגער1, און אין אַ שנה מעוברת 4 אַזייגער אין דערפרי.

די הנהגה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין אַלע זמני השנה, בחול, שבת, ר"ח ומועדים איז געווען אַלעס מסודר אין הגבלות זמן בדיוק אַלעמאָל גלייך.

ערב פסח איז אַלץ וואָס מען האָט געטאָן געווען מיט אַ מיושב'דיקע געאַיילקייט, נאָר דאָס איז אַלץ געווען ביז מען האָט אָנגעהויבען זאָגען די הגדה ביים סדר, נאָכדעם האָט מען שוין ניט געאַיילט, אָבער מען האָט אויך ניט מאריך געווען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט ביים סדר דערציילען אַ סיפור פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק', רובא דרובא אַזאַ סיפור אין וועלכען עס זיינען אויך דערמאָנט געוואָרען רבותינו הבעש"ט, הרב המגיד ממעזריטש און אבותינו רבותינו הק' די נשיאי חב"ד לדורותיהם.

ב. הוד כ"ק רבינו הזקן איידער ער איז געפאָרען אין מעזריטש פלעגט ער ערב פסח אויפשטיין פאַרטאָג, און אַ גאַנצען טאָג זייער איילען בכדי צו עסען דעם אפיקומן פאַר חצות, נאָכדעם ווי הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען פון מעזריטש1 פלעגט ער אויך אויפשטיין ערב פסח פאַרטאָג, נאָר ניט אַיילען.

דער מעזריטשער מגיד האָט בשליחות און בשמו הקדוש פון מורנו הבעש"ט געבענטשט הוד כ"ק רבינו הזקן, צו זיין אַ בעל הבית אויפ'ן זמן.

זיין אַ בעל הזמן — קענען היטען דעם זמן און אויסניצען אים הכל בעתו, נאָר אויף דעם ראוי, אויף דעם וואָס מען בעדאַרף בכלל און עניני עבודה בפרט — איז לבד זאת וואָס דאָס איז ממלא די שליחות הנשמה אין איר ירידה למטה עפ"י הכוונה העליונה, מאַכט דאָס זיס דעם לעבען.

ג. אחד חכם וכו' ואחד שאינו יודע לשאול.

אַלע זיינען דרגות אין אחד, אפילו דער שאינו יודע לשאול, איז אויך אַ דרגא אין אחד2.

ד. (אחר אמירת שפוך חמתך אמר:)

אלי' הנביא איז דאָך אַ שליח צו אָנזאָגען אידען וועגען ביאת המשיח3, איז זאָל ער טאַקע קומען בגלוי און זאָגען ווען משיח קומט; דער גלות איז שוין דערעסען4 סיי ביי דעם אויבערשטען, און סיי ביי אידען5.

דער אויבערשטער וויל, בהגאולה 200שלימה, און אידען ווילען, היינט ווער איז מעכב?

ה. לשנה הבאה בירושלים.

מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט6 אַז לשנה הבאה מיינט ניט וואַרטען ביז איבער אַ יאָר; נאָר די כוונה איז, אַז משיח זאָל קומען גלייך און פירען די אידען קיין ארץ ישראל באַלד, איז איבער אַ יאָר וועט מען ממילא זיין אין ירושלים.

ו. אַה! דער אויבערשטער וויל, די אידען ווילען, איז ווער איז מעכב? נאָר באמת דער אמת'ער עיכוב וואָס איז מפסיק איז, דער עפ"י הטבע. לא בחיל ולא בכח7, מיינט מען ניט דוקא דער חייל און דער כח גשמי נאָר אפילו אין רוחניות.

מנהגי הסדר:

א) אכילת האפיקומן בלילה הראשון, קודם חצות.

ב) ברכת הזימון ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א.

ג) מילוי כוס אלי', אחר ברהמ"ז8 ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א בעצמו.

ד) לפתיחת הדלת לאלי' הנביא הולכין לקראתו, כשחל בחול, עם מנורה של כבוד אמו זקנתו של כ"ק אדמו"ר שליט"א, הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע זי"ע.

ה) קודם אמירת שפוך חמתך פותחים כל הדלתות, מן החדר שעורכים בו הסדר עד הדלת האחרונה שלחוץ ועד בכלל, ואומרים שפוך חמתך וכו' שמי ה'. מחכים עד שיחזרו שלוחי פתיחת הדלת להשולחן ואח"כ חוזרים לסדר ההגדה9.

ו) אומרים ברכה אחרונה ומסיימים: לשנה הבאה בירושלים.

ז) בעת שכ"ק אדמו"ר שליט"א מחזיר שיורי הכוס של אלי' הנביא להבקבוק של יי"ג מנגנים כל הנוכחים הניגון המקובל שחיברו הוד כ"ק רבינו הזקן באמרו הפסוק: אלי אתה ואודך, אלקי ארוממך10.

יום שבת קודש א' דחג הפסח תש"ח בסעודה

א. אַ חסידות חב"ד התועדות, הן אין די ימי שבת ומועדי השנה הכלליים, והן בימי מועדי התועדות חסידי חב"ד הפרטיים, בעדאַרף מען אָנהויבן, הן אַ סיפור און הן אַ ניגון, מיט דעם לשון הרב.

ב. הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' לדורותיהם האָבן געבענטשט דעם קהל עדת החסידים, אַז בכל מקום ובכל זמן ווען חסידים וועלן: א) לערנען אַ מאמר חסידות, ב) דערציילען אַ שיחה וואָס זיי אַליין האָבען זוכה געווען צו הערען, אָדער זיי האָבען מקבל געווען בשם הוד כ"ק רבותינו הקדושים, ג) זינגען איינעם פון די עשרה ניגונים ותנועות וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען, אויך די ניגונים וואָס הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' כל אחד ואחד בזמנו איז געווען רגיל צו זינגען — איז דאָס דער זמן וואָס דער בעל השמועה, דער רבי 201פון וועמען מען זאָגט איבער, עומד לפניו1.

ג. עס איז אַ עונג נפשי, און אַ געוויסע תועלת אין דער עבודה, וואָס מלמעלה האָט מען אַרויפגעלייגט און איבערגעגעבען דער נשמה אויף דורכצופירען די כוונת הבורא ב"ה אין דער בריאה.

ד. בכל דור ודור האָבען זיך און זיינען זיך חסידים מתייחס צו הוד כ"ק רבנו הזקן, אָבער די ווענדונג איז געווען דורך דעם רבי'ן וואָס עס איז געווען בדורם.

מיר אַלע עלטערע חסידי ותלמידי חב"ד זיינען זיך מתייחס צו דעם דור החסידים וואָס זיינען תלמידי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — איז אונזער לשון הרב אין די אַלע דריי אויבענדערמאָנטע ענינים, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. בעדאַרף מען איצטער זינגען דער ניגון וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען רגיל צו זינגען. וניגנו הניגון הידוע בשם: "דער ראַסטאָווער ניגון"2, המיוחס לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע שהי' רגיל לנגנו תמיד.

ה. אח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן את הניגון הידוע בשם "דער בינוני"3, ולא יכלו המסובים לזכור על התחלת הניגון, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

אַז מען לערענט ניט קיין חסידות, אָדער אַז מען לערנט מיט אייגענע המצאה ביאורים און מען איז זיך ניט עוסק אין דער עבודה פון בירור ותיקון המדות איז שווער און באמת אוממעגליך צו זיין אַ בינוני4, אָבער זינגען דעם "בינוני" דאַרף ניט זיין שווער.

ו. איך וועל אייך איבערזאָגען אַ שמועס וואָס איך האָב געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מיינע קינדער יאָרען, וואָס מצד שנותי בין איך נאָך ניט געווען בערך צו פאַרשטיין דעם תוכן הענין, נאָר איך האָב שוין געהאַט אַ דורכגעלעכערטע אויער, ניט קיין אוזן סתומה, נאָר אַ אוזן פתוחה, איך האָב געוואוסט אַז מען דאַרף הערען, און אויב מען פאַרשטייט נאָך ניט יעצט, וועט מען עס שפּעטער פאַרשטיין.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט איינגעשטעלט חסידות בדוגמא של מעלה, ד' תיקוני שכינתא5.

שאלה: מהו ענין של ד' תיקוני שכינתא6 בתורת החסידות?

תשובה: די ערשטע מדריגה איז תורה, תורת החסידות. די צווייטע מדריגה איז עבודה, עבודת החסידות, אַז דאָס וואָס מען האָט געלערנט זאָל מען דאָס דערהערן. מדריגה הג' איז דער הודו לה', מען מיינט ניט די הודאה פון מודה אני, וואָרום פריער פאַרן דאַוונען זאָגט מען דאָך מה טובו, דעם סיפור פון אברהם און די עקדה, קרבנות און איזהו, וואָס איזהו איז בחי' נשמה, וואָס דאָס איז דאָך ניט גלאַט "געלאפאטשעט" — 202איז דערנאָך קומט ער צו, צו הודו לה'. און דאַן קומט די עבודת התפלה.

ז. (אחד מזקני אנ"ש אמר שהועילה לו עבודת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בגשמיות וברוחניות, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) פאַרלאָזען זיך אויף דער עבודה פון רבי'ן איז אַ פּוילישער דרך7. עס איז געוויס איינע פון די דרכי הקדש, וואָס תלמידי מורנו הבעש"ט האָבן מסדר געווען בדורותיהם לבניהם ותלמידיהם הנמשכים והולכים באורחות חייהם.

הוד כ"ק רבנו הזקן האָט פותח געווען דעם דרך החב"ד, אַז יעדער איינער בעדאַרף אַליין טאָן, ניט פאַרלאָזען זיך אויף דעם רבי'ן אַז דער רבי וועט אַלעס טאָן און די חסידים בעדאַרפן זיין נאָר נמשכים אחריו און נהנים לאורו דורך אַ סיפור אָדער אַ ניגון מיט אַ ריקוד.

דער דרך החב"ד איז אַז יעדער איינער זאָל אַליין טאָן אין אַלע עניני עבודה, יעדער איינער כפי מעלת חושיו ומדריגת מדותיו. עס קען אַמאָל טרעפן אַז באמת האָט מען אַ המשכה עצמית נאָר עס איז זייער מוסתר ונעלם, אַז אין די כחות הגלוים איז דאָס זייער בעהאַלטן, דאַרף מען בעטען דעם אויבערשטען אַז מען זאָל דאָס דערהערן.

ח. החסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי'8 ניגן הניגון הידוע של ר' מיכל'ע זלאָטשעווער9, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַמאָל האָט ר' מיכאל שי' דוואָרקין געזונגען ר' מיכל זלאָטשעווער'ס ניגון פאַר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק10, האָט ער געזאָגט אַז ער האָט הנאה געהאַט פון דעם ניגון, אין דעם ניגון הערט זיך בעל שם.

ט. (נמשך הדיבור אודות ההנהגה בבית רבי בעת שדרו בראָסטאָוו, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַמאָל פאַר פסח איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעגאַנגען אין חדר וואו מען האָט גע'כשר'ט די כלים אויף פסח, מען האָט גע'כשר'ט די פסח'דיגע כלים אויך. בשעת דעם כשר'ן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַכטונג געגעבען אויף דעם סדר ואופן ההגעלה.

בעת מען האָט גע'כשר'ט דעם סאַמאַוואַר האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעוואָרפען עטליכע אָנגעגליטע שטיינער אין די וואַסער, אַז עס זאָל זיצען, און געעפענט דעם קראַן (ברזא) פון וואַנען עס גייט אַרויס די וואַסער; האָט זיך די הייסע זודיגע וואַסער אַ גאָס גיטאָן אויפן האַנד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק11. ר' מיכאל שי' וועלכער איז דערביי געשטאַנען האָט אַ געשריי געטאָן: אַיי רבי! איר בריהט זיך די פינגער.

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט מיט זיין הייליגען פנים צהובות: די פינגער זיינען דען ניט קיין חסידישע? אַ חסיד סיי עס איז קאַלט, סיי עס איז הייס12, דאַרף אים ניט אָפּהאַלטען פון דעם וואָס מען בעדאַרף.

כ"ק אדמו"ר שליט"א פנה להחסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי' ואמר: איך בין דיר זייער און זייער מחזיק טובה, אַז מען געדיינקט אַזאַ וואָרט און מען רעדט אים איבער מיט דעם הרגש פנימי ווי בעת מען האָט אים געהערט, בריינגט דאָס אַ 203געוויסען רוח טהרה און אור בהיר ומבהיק לדורי דורות.

י. החסיד רמ"ד שי' סיפר אודות סגנון הלשון שאמר פעם הוד כ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע באחד המאמרים "כי עיקר ענין התפלה הוא בהתלהבות לבו והסתלקות נפשו להכלל ולהדבק באין סוף". וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אמר13 שבלשון הזה שמע מאביו הוד כ"ק אדמו"ר מהר"ש ששמע מאביו הוד כ"ק הצ"צ, ששמע מזקנו הוד כ"ק רבנו הזקן ששמע מהמגיד ממעזריטש ששמע מהבעש"ט שקיבל בהיכל המשיח.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז דער מאמר איז איינער פון די מאמרים וואָס דער מיטעלער רבי, הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, מיט הוד כ"ק אדמו"ר הצ"צ האָבן געהערט צוזאַמען פון הוד כ"ק רבנו הזקן.

יא. עס איז אין פערשידענע זמני התועדות אַרומגערעדט געוואָרן באריכות ההסבר דער אונטערשייד פון דער הנהגה אין דער עבודה פון די צדיקים הנסתרים, וואָס זיינען געווען קודם התגלות מורנו הבעש"ט, און דער דרך און סדר הנהגת הצדיקים פון די תלמידי מורנו הבעש"ט און די חסידי מורנו הבעש"ט, די בעלי עסקים און דאָרפס גייער און אנשים פשוטים.

די עבודת הצדיקים הנסתרים פאַרן הבעש"ט, איז געווען בעיקר צו זען אין יעדער ענין פון תורה תפלה און קיום המצות, דעם חסרון עצמו, דעם אייגענעם חסרון, מוסר'ן זיך אַליין14, מבזה זיין זיך מיט די נידעריגסטע שאַנד נעמען, ווי רשע אפיקורוס וכדומה.

זייער שיטה אין עבודת השם איז געווען אויף מגדיל זיין דעם לא טוב און מקטין זיין דעם טוב, און אַזוי אַרום מאַכען זיך שטייגען אין מעלות עבודת השם ית'.

ווען עס איז געקומען דער גליקליכער זמן הקדוש והבהיר פון דעם התגלות הבעש"ט15, עפ"י הוראת מורו הבעל ח"י — חי' יחידה16 — איז מורנו הבעש"ט געווען דער ערשטער וואָס האָט אָנגעהויבען מקרב זיין די פשוטע אידישע בעלי מלאכות, מאַרק מענטשען און דאָרפס הענדלער17. זאָגענדיק: אַז דער וועלכער שטייט אין אַ מצב פון די נידעריגסטע דרגות פון כחות הגלוים, בעדאַרף מען אין אים זען די מעלה עצמית פון יחידה ליחדך18; און וואו אַ איד גייט און שטייט איז ער משלים די כוונת המאציל ב"ה אין דער בריאה, און אַז די המשכת החיות אין אַלע עולמות און די עליית העצמות איז תלוי אין דער עבודה שלמטה.

די תמימות פון אנשים פשוטים וועלכע דינען דעם אויבערשטען מצד אמונה פשוטה, איז די עבודה מגיע ועולה אין עצמות אין סוף הפשוט בתכלית הפשיטות19.

204סדר השני של חג הפסח תש"ח

א. הא לחמא עניא.

ה"א, אין ספירות איז ספירת הבינה1. בינה איז השגה, וואָס ער פאַרשטייט דעם ענין, וואָס ער איז משיג בהבנה טובה; איז פאַרוואָס איז ה"א אַ לחמא עניא? נאָר דער תירוץ איז מיני' ובי': עס איז טאַקע לחמא עניא, ווייל השגה איז דאָך נאָר אין דעם וואָס מ'קען פאַרשטיין, דער תכלית הכוונה איז דאָך אָבער צוצוקומען צו למעלה מההשגה.

און דאָס איז דער ביאור וואָס ער זאָגט ווייטער: די, דאָס מיינט מקשר זיין השגה, לחם עוני, צו דעם יו"ד; וואָס יו"ד ה"א, יו"ד איז חכמה, ה"א איז בינה.

אכלו אבהתנא בארעא דמצרים — אכלו מלשון כליון, הפי' אַז דורך דעם זיינען זיי מכלה דעם ארעא דמצרים. דער כללות ענין פון שעבוד הגלות איז דאָך וואָס מען פאַרלאָזט זיך נאָר אויף פאַרשטאַנד, אָבער דורך דעם חיבור פון השגה צו למעלה מן השגה, איז מען מכלה דעם ענין הגלות.

וואס ווערט דערפון? איז דער ענטפער: דערפון ווערט, אַז כל דכפין ייתי וייכול, אַז דער וואָס איז הונגעריק צו אלקות, ייתי — קומט ער צו, צו כלות הנפש, וייכול מלשון כלות. כל דצריך ייתי ויפסח, כל דצריך — דעם מילוי פון די שליחות פון זיין ירידת נשמתו למטה, ייתי ויפסח — שפּרינגט ער איבער אויף די ענינים הגשמיים.

השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, וואָס דעמאָלסט וועט מען דאָ דערהערען די מעלה פון ארעא דישראל; וואָרום ארץ ישראל איז דאָך אויך אין עולם הגשמי, וועט מען דערהערען די מעלה דערפון.

השתא עבדין — די עבודה בבחינת עבודת עבד; וועט מען דעמאָלסט צוקומען אַז לשנה הבאה בני חורין, דאָס מיינט אַז מען וועט זיין בני חורין פון די עבודה באופן קבלת עול, נאָר מען וועט האָבען אַ געשמאַק אין די עבודה.

ב. מען האָט שוין אַמאָל דערציילט2 וועגען איינעם פון די שפּאַצירגענג וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געגאַנגען מיט מיר אין אָווענד, אין רוסטובדאַן, און האָט זיך אָפּגעשטעלט ביי אַ פענסטער פון אַ גרויסען געשעפט וואו מען פאַרקויפט פאַרשידענע מאַשינען. אַוועקגייענדיק פון דעם פענסטער זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער מאור השכלה פון חסידות דאַרף און קען יעדער זאַך געברויכען אין עבודה.

ג. אין די דרכי החסידים אין עניני עבודה עפ"י דרך החסידות איז פאַראַן ד' ענינים: א) דער לימוד החסידות פאַר'ן דאַוונען, ב) הכנה צו דעם דאַוונען, ג) די התבוננות בתוך התפלה, ד) דער פירוש המלות; אָבער נאָך אַלעם דעם איז דער עיקר, אַז מען דאַרף טאַקע זאָגן די ווערטער מיט אַ חיות.

והתחיל לומר הפיסקא: הא לחמא עניא.

ד. מה נשתנה.

יעצט דאַרף מען זיך נעמען צו מ"ה. עס איז געווען דפוסים אין וועלכע עס איז ניט געשטאַנען אין דער הגדה אין די הקדמה צו מה נשתנה, דער וואָרט "נש 205תנה", נאָר "כאן הבן שואל מה"; דאָ איז דער נוסח "הבן שואל מה נשתנה", איז דער פירוש אין דעם, אַז דורך דעם שאלת הבן ווערט דער מ"ה אַ נשתנה'דיגער3.

אחר אמירת מה נשתנה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: זיכער געדיינקט מען דאָך וואָס מען האָט גערעדט אין דעם פירוש פון די ד' קושיות.

ה. מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים — בקמץ, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים — בפתח.

אַמאָל האָבען מיר געהערט: קמץ איז דער ענין פון קמיצה ע"ד קמיצת השפתים, וואָס דאָס איז דער ענין פון חכמה, אַ ריבוי ווערט נקמץ אין אַ מיעוט. פתח איז מלשון פתוחה, אַ ריבוי; איז די כוונה אין דעם אַז די עבודה במדריגת הקמץ, וואָס דאָס איז חכמה, זאָל קומען לידי פועל, און דעמאָלסט וועט זיין פתח — אַז פון ווייניג וועט ווערען אַ פולע4.

ו. מעשה ברבי אליעזר וכו' ורבי טרפון.

אַ שיינע פיינע חברותא5, אָט די רביים און זייערע תלמידים; וואָס האָבען זיך דאַן צוזאַמען געטראָפען אין בני ברק און האָבען אַ גאַנצע נאַכט אַרומגערעדט דעם ענין פון גלות מצרים און די כוונה פון יציאת מצרים.

איצטער ווען מיר זאָגען די פיסקא און דערמאָנען דעם סיפור, איז הגם זייערע נשמות שטייען שוין אַזוי לאַנג בעולם העליון און זיינען עולה בעילוי אחר עילוי "וקדושים בכל יום יהללוך"6, הערן זיי ווי מיר דערמאָנען זיי דאָ, און האָבן דערפון אַ תענוג, און עס ווערט אין זיי אַ התחדשות, ניט נאָר אין די מדריגת נשמה וואָס איז זיך מתלבש בגוף, נאָר אויך אין די מדריגת יחידה שבנפש וואָס שטייט אין עלי' אחר עלי'7.

מען איז צופיל פאַר'עולם'ט. עולם איז דאָך העלם8, מען איז שטאַרק פאַר'העלם'ט אין דעם העלם פון גשמיות און אַמאָל אויך פון חומריות העולם, אַז מען פילט ניט וואו און וואָס פאַר אַ עולם און אין וואָס פאַר אַ היכלות מען קלאַפּט אָן.

די אַלע העלמות זיינען אין די מדריגות נר"ן פון דער נשמה, אָבער די מדרי' חי' יחידה אין נשמה ווייסען, און לפעמים מאַכן זיי פילען אויך די איבעריגע מדריגות אין נשמה.

ז. אבותיכם מעולם.

האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געטייטשט, ליל ב' דחגה"פ תרמ"ח, דער וועלט'יגער טאַטע:

באַ אברהם אבינו איז אויך געווען אַ וועלט'יגער טאַטע און דאָס איז "תרח", ער איז געווען אַ גרויסער מענטש, פאַרנומען אַ מיניסטאָרן אַמט9 און פונדעסטוועגען געבליבען אַ תרח.

— 206אבותיכם מעולם תרח אבי אברהם — האָבן אַ זוהן אַן אברהם און אַליין בלייבען אַ תרח10, דאָס קען זיין נאָר אַ וועלט'יגער טאַטע, אַ תורה טאַטע איז ניט קיין תרח.

ווען מען האָט אויף מאָרגען איבער דערציילט דעם וואָרט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מנין — בהמ"ד, זיינען געווען אַזעלכע וועלכע האָבען ניט געוואָלט מקבל זיין דעם שאַרפען וואָרט. נאָכדעם, אַז מען האָט דאָס איבערגעגעבען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט ער געזאָגט: וואָס קען מען טאָן, פון דעם אמת קען מען ניט אַוועקגיין.

ח. הר שעיר לרשת אותו.

מען האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם11, אַז לרשת אותו איז די כוונה אַז הר שעיר ירש'נט עשו'ן. — ויעקב ובניו ירדו מצרים — אויף מאַכען מצרים, וואָס מצרים איז מיצר וגבול12, ווי עס בעדאַרף צו זיין.

ט. צריך להגביה הכוס ולכסות הפת כן כתב האר"י ז"ל.

מען דאַרף פאַרשטעהן וואָס דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן זאָגט דאָ "כן כתב האר"י ז"ל", ער איז דאָך געווען אַליין אַ פוסק, ער האָט דאָך אויף זיך אַליין געשטעלט.

נאר דער ענין איז: כוס איז בגימטריא אלקים13; ה"כוס", איז די המשכה וואָס ווערט נמשך אין שם אלקים, אויף ממתיק זיין דעם שם אלקים. ולכסות הפת, מיינט, אַז מען זאָל ניט זעהן די חומריות שבהגשם, וועט דעמאָלסט נתגלה ווערן די מעלה פון גשמיות; וואָס דעם כח אויף מגלה זיין די מעלה פון גשם האָט געגעבען דער האר"י ז"ל. חומריות וואָס מען רעדט דאָ איז ניט מלשון חומר וצורה, נאָר מען מיינט חומריות שבגשמיות.

י. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון של החסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו14, וסיפר:

דער מקור פון דעם ניגון איז15, וואָס אַמאָל16 האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ג מודיע געווען להחסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו, אַז ער זאָל מיר בעגלייטען אויף מיין נסיעה צו די חתונה פון מחו' ר' שלמה שי' האָרינשטיין17. נאָך דער חתונה בין איך געפאָרען לחותני — כ"ק הרה"ח מוהר"א18 — אין קעשענוב19. איך האָב זיך דאַן אויפגעזעצט אין די שטאָט קאַמינקא אויף די שיף — וואָס האָט געהערט צו החסיד ר' משה ליב שוואלבין פון ניקאָלאַייעוו — און החסיד ר' אשר האָט מיר בעגלייט ביז'ן שיף. האָט ער דאַן געזונגען אָט דעם ניגון 207וואָס ער האָט עם גיהערט אויף דער חתונה פון רש"ה. ר' אשר איז פון דאָרט אָפּגעפאָרען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועלכער איז דאַן געווען אין אויסלאַנד אין באָד וועריסהאָפען אין בייערען דייטשלאַנד, איבערגעבען אַז ער האָט אויסגעפירט די שליחות; ר' אשר האָט דאַן דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַלע פרטים פון די חתונה: וועלכער מאמר מען האָט געחזר'ט, וועלכע ניגונים מען האָט געזונגען, און אויך איבערגעזונגען דעם ניגון מיט וועלכען ער האָט מיר באַגלייט אויפ'ן שיף.

האָט דאַן הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אָט דאָס איז אַ חסידישער מסירת נפש, אָפּלאָזען אַלע ענינים און ממלא זיין דעם ציווי פון דבר השליחות. דעמאָלסט האָט אויך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט פאַר ר' אשר'ן אַ מאמר חסידות ביחוד20.

יא. מען האָט אַמאָל גערעדט אַז עס זיינען דאָ ד' מדריגות אין ניגונים. דער ניגון פון ר' אשר ניקאָלאַייעווער איז פון די דרגא הד'. דאָס איז ניט פון די ניגונים מיוחסים, וואָס איז מיוחס צו אַ רבי'ן, נאָר דאָס איז אַ ניגון וואָס איז בא מן החוץ, וואָס דאָס איז דער ענין פון עשי', וואָס עשי' דערלאַנגט לעילא21, העכער פון אַלע עולמות.

יום ב' דחג הפסח תש"ח בסעודה

א. החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע1 איז געווען אַ איידעם פון אַ אייניקל2 פון החסיד הנודע הר' זאב וואָלף נ"ע ווילענקער3 — דער ברודער פון החסיד המשכיל ר' משה נ"ע ווילענקער3 — וועמען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מפליא געווען זיין גרויסע מעלה אין עבודה און אין אַ התקשרות פנימי צו תורה ועבודה; באַ החסיד ר' זאב וואָלף איז אַ ליכטיגע קאָפּ און אַ וואַרעמע האַרץ, זיין עבודה איז בדרך ביטול המרכבה אל הרוכב.

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בשם אביו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק צמח צדק:

דער זיידע הוד כ"ק רבינו הזקן, רופט את החסיד ר' משה: מיין משה, ער איז מיינער, איך בין זיינער. הרבה קבלתי מרבותי4, רבינו הבעש"ט, רבינו הרב המגיד, רבינו הר"א המלאך5, הרבה 208קבלתי מחברי, הרה"ק ר' יעקב יוסף6, הרה"ק הר' [...]7, ומתלמידי ר' משה יותר מכולם.

ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רופט את החסיד ר' אבא נ"ע פערסאָן "דער בעל השמועה"; באַ איהם — הר"א — איז יעדער סיפור וואָס ער האָט מקבל געווען אַ מדויק און אַ מסודר. און איידער ער הויבט אָן דערצעהלען אַ סיפור איז ער מבאר דעם זמן און די אומשטענדען ווען עס האָט פּאַסירט און ווי די אַלע אָנוועזענדע האָבען רעאַגירט אויף דעם, וואָס דאָס אַלץ איז גורם, אַז דער סיפור קומט אַרויס אין אַ לעבעדיגע בילד.

ג. דער מדובר איז געווען אַז היינט זאָל מען יוצא זיין מיט מחשבה8, און איך וועל אי"ה איבערגעבען וואָס איך וויל זאָגן בכתב. וציוה לנגן.

ד. בסיום הסעודה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: הגם מען האָט געזאָגט אַז היינט וועט מען יוצא זיין מיט מחשבה, פונדעסטוועגען וויל איך אייך איבערזאָגען אַ אַלטען וואָרט.

דאָס איז איינע פון די ווערטער שליחות, וואָס דער בעש"ט האָט געהייסען דעם מעזריטשער מגיד איבערגעבען צו הוד כ"ק רבינו הזקן בשמו, וואָס ער האָט איהם געזאָגט, צוליב וואָס איז ירדה נשמתו למטה; וואָרום עס איז דאָך פאַראַן אַ שליחות פרטית און אַ שליחות כללית, וואָס אפילו אַ שליחות פרטית איז אויך לזרע זרעו, ובפרט אַ שליחות כללית. די שליחות כללית פון הוד כ"ק רבינו הזקן איז אויפצוהויבען דעם עולם, אַז יעדערער זאָל דערהערען זיין אייגענע שליחות פרטית9.

"בראתי יצה"ר ובראתי לו תורה תבלין"10. לכאורה איז דאָך דאָס ניט מובן, ע"פ פשוט, ווען עס וואָלט ניט געווען דער יצה"ר וואָלט מען דאָך ניט דאַרפן דעם תבלין, איז נאָך וואָס האָט מען דאָס געדאַרפט אין גאַנצן?

נוּר דער ענין איז, דער נפש הבהמית וויל דאָך גשמיות, וואָס גשמיות איז דאָך ביטער — מרירות, איז דורך דעם תבלין פון תורה הערט זיך די מעלה פון גשמיות, וואָס דער תבלין איז מהפך ממרירא למתקא.

ה. אחד עמד ממקומו להתקרב לשמוע בטוב יותר, אמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער עיקר איז ניט הערען, נאָר "דערהערען"11.

אמר המתקרב: דאַרף מען דאָך הערען כדי צו האָבען וואָס צו דערהערען.

ענהו כ"ק אדמו"ר שליט"א: עס איז דאָ גענוג וואָס צו דערהערען פון דעם וואָס מען האָט שוין געהערט.

209יום ג', ב' דחול המועד פסח תש"ח

לקבוצת רמי"ם מערי השדה ותלמידי התמימים

די הנהגה על פי התורה הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו. עס שטייט: אלה תולדות השמים והארץ בהבראם1, בהבראם איז אותיות אברהם, אַז בזכות אברהם אבינו נברא העולם2 און איז דער תוכן וענין פנימי פון דעם תולדות השמים והארץ בהבראם, ווייל אברהם התחיל להאיר3, דאָס מיינט צו זאָגן אַז די מעלה נפלאה פון אברהם אבינו איז מער ניט ווי דאָס וואָס ער איז אַ מכיר את בוראו.

אברהם איז אַ משכיל נפלא און איז איבערגעגעבען, בכל הפלאת מהותו ומציאותו, צו ידיעת מהות אלקות און הכרת מציאות אלקות, אָבער נאָר לעצמו בארחות חיי בעלי השכלה וואָס זיינען פאַרנומען נאָר מיט זיך, וואָס זיי זיינען טרוד למיבלע און שטייגען אין ידיעות.

אָבער אברהם התחיל להאיר, אברהם איז אַ אצילות'דיקער משכיל, אַ דעתעליון'דיקער משכיל, און דערום התחיל להאיר, צו זיין אַ מלמד, מאַכן וויסן געטליכקייט צו וועלטלעכע מענטשען. ער — אברהם — האָט מפרסם געווען געטליכקייט אפילו צו די נידעריקסטע שיכטן פון דער מענטשהייט, אַז אויך די ערביים זאָלן וויסן מציאות הבורא ב"ה לויט זייער פאַרשטאַנד4.

אברהם התחיל להאיר. דאָס איז דער תוכן הענין פון דעם בהבראם אַז אברהם האָט מכיר געווען דעם תכלית און די מעלה פנימית פון דעם בהבראם אַז די כוונה העליונה אין עבודה איז ניט נאָר אַליין צו זיין אַ בעל מדות און אַ בעל הנהגות נעימות נאָר אויך צו לערנען און דערקלערען דעם צווייטן דעם נועם פון מדות טובות.

אבותינו רבותיו הקדושים, פון הוד כ"ק רבינו הזקן לדורותיו, לערנען אונז בכל דור ודור אַז יעדער ענין, הן אין השכלה והשגה און הן אין עבודה און פועל, איז מובן ומבואר דייטליך קלאָר.

אַלע ווייסען אַז בהבראם איז בריאה יש מאין, און עס שטייט5 אל דעות הוי' — דעות לשון רבים6, עס זיינען פאַראַן צוויי דעות, דעת עליון און דעת תחתון און ביידע דעות זיינען אמת, נאָר עס איז דאָ אַ חילוק צווישן דעת עליון און דעת תחתון7.

די מדריגות אין און יש אין דעם סדר פון עולמות אבי"ע, איז עולם האצילות ווערט אָנגערופן בשם אין און עולמות בי"ע ווערן אָנגערופן בשם יש. אָבער באמת איז דאָס וואָס אצילות ווערט אָנגערופן בשם אין איז דאָס נאָר מצד דעת תחתון פון נבראים, אָבער אין דער דעה אמיתית פון אלקות איז עולם אצילות יש אמיתי8.

210אצילות איז יש האמיתי וואָס אין עולם איז ניט מושג מהותו של היש האמיתי, און אַ דבר וואָס אַ נברא איז ניט משיג רופט ער אין. עולם הבריאה איז התחלת היש אָבער דער יש פון עולם הבריאה איז נאָר וואָס ער איז ניט קיין אין. התחלת הישות, שוין מיט אַ ציור פרטי, איז אין עולם היצירה, און יש ממש איז עולם העשי' הגשמי, וואָס דאָס איז יש הנברא9.

אברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא4 און איז צוגעקומען צו דער הכרה עצמית אַז דער עולם הגשמי, הגם ער איז דאָך דער נידעריקסטער פון אַלע עולמות וואָס לא די וואָס ער איז אַ גשמי איז ער אויך אַ חומרי ממש, איז אָבער באמת די כוונת הבורא אין דער בריאה דוקא אין דעם חומרי. און נאָך מער, ניט נאָר די כוונת הבריאה נאָר דער חומרי איז טאַקע די מעלת הבריאה וואָס דורך דעם עולם החומרי והגשמי, ווען מען פירט אַלץ על פי התורה והמצוה איז מען מעלה אַלע עולמות10.

מיטוואָך, ח"י אלול תרנ"ז, ביי דער שבע ברכות סעודה פון אונזער חתונה, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע געזאָגט11:

היינט, ביום הרביעי וואָס12 בו נתלו המאורות13 להאיר לארץ ולדרים עלי', זיינען נתמלא געוואָרן הונדערט יאָר זינט השי"ת האָט תולה געווען מאורות חב"ד14.

הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ בן מ"ה שנה ווען ער איז נבחר ונועד געוואָרן מלמעלה צו מגלה ומפרסם זיין תורת חב"ד.

עד כאן דברי הרב, מכאן ואילך דברי ביאור והרגש — געפיהל —

תורת חסידות חב"ד האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מייסד געווען אין יאָר תקמ"ה, ווען ער איז געוואָרן אַ בן ארבעים, און האָט געוואוסט ווער ער איז און וואָס פאַר אַ אַרבעט אין פרסום תורת זקנו מורנו הבעש"ט מען האָט אויף אים אַרויפגעלייגט און וועלכע כחות עצמיים מען האָט אים געגעבען מלמעלה אויף דורכצופירן די שליחות פון ירידת נשמתו למטה צו מגלה זיין תורה ועבודת חב"ד לדורותיו, עד ביאת גואל צדק בב"א.

התחלת ההנהגה אין עולמות — דער אויסשפּראַך "אין עולמות" מיינט אין אַלע חומריות'דיקע זאַכן — הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו, וואָס דאָס איז דער פנימיות'דיקער טייטש פון דעם מאמר3: עד אברהם הי' העולם מתנהג באפלה, בא אברהם התחיל להאיר.

אברהם אבינו איז דער איין און צוואַנציגסטער דור פון דעם אדם 211הראשון, וועלכער איז געווען יציר כפיו של הקב"ה15 און וואָס בנשמתו זיינען כלולות און תלויות אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן אין די עשרים דורות וואָס מאדם עד אברהם אבינו, און אויך אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן זינט דעם זמן פון אברהם אבינו און וואָס וועלן נאָך נתגלה ווערן ביז משיח צדקנו בב"א.

מען האָט שוין באַ פאַרשידענע התועדות'ן4 גערעדט אַז אברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא, און צו דער השכלה פון געטליכקייט איז ער געקומען צו דער השגה'דיקער השכלה. די טיפסטע און איידלסטע השגות וואָס האָבן ניט קיין תפיסה אין שכל. דער אפיסות הישות איז מער ניט אין הרגש פון שכל עצמי, אין דעם ענין איז אברהם אבינו'ס שכל געווען פאַרטיפט צו פאַרשטיין דעם געטליכן ב"ה מיין און תכלית הבריאה פון דער ערדישער וועלט.

אברהם אבינו איז געווען שטאַרק פאַרוואונדערט אויף דער געטליכער כוונה אין דער באַשאַפונג פון דער חומריות'דיקער וועלט, ביז ער איז געקומען — בשכלו הבהיר — אויף דעם אמיתית כוונת הבורא ב"ה אין דעם עולם החומרי, אַז ווען מען איז מעלה דעם חומר פועל'ט מען אַ עלי' אין אַלע עולמות.

אין מיינער אַ רשימה — תמוז תרנה — איז פאַרצייכנט בארוכה דאָס וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען דעם משל16 פון שני בני אדם אחד עומד בהר ואחד בבקעה איז התחברותם קען זיין בשני אופנים, אָדער דער עליון זאָל אַראָפּנידערן צו דעם וואָס איז עומד למטה אָדער דער תחתון זאָל עולה זיין צום עליון.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען — בשעת אַ שפּאַציר בנאות דשא באליווקא17 — דעם משל בארוכה, אין די חלוקי מדריגות פון דעם ירידת העליון אל התחתון און עליית התחתון אל העליון, זאָגענדיק אַז ביידע מוזן זיין גרויסע בעלי ידיעה ושכל און דערצו גרויסע בעלי כח, נאָר עס איז אַ חילוק אין וואָס דער שכל וכח זיינען אַריינגעטאָן, צי אין עלי' צי אין ירידה.

און מיט אַ בעזונדער עבודה געשמאַק האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען די חילוקים בהנוגע לאופני העבודה אין הטבת המדות וואָס דאָס איז דער תכלית הכוונה פון לימוד וידיעה אין עבודת החסידות.

אין אַ יחידות פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק באַ הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מבאר געווען דעם משל פון אַ ליווער וואָס דורך אים איז מען מגביה דעם תחתית המטה עד רום המעלה18.

212אט דעם כח האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מנחיל געווען לזרעו אחריו און לעדת החסידים עד ביאת משיח צדקנו בב"א אַז מען זאָל מהפך זיין מחשך לאור, ניט נאָר דוחה זיין דעם חשך נאָר מהפך זיין דעם חשך לאור.

עד כאן איז דברי קדש הקדשים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט.

יעדער ספור און יעדער דבור וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן, הן ברבים והן ביחידות, איז אַ פנס אור — אַ ליכט שטראַל — דורך וועלכן מען זעט דעם דרך האמיתי און איז אַ סיוע צו גיין אין דעם דאָזיקען דרך בהצלחה.

אידן בכלל, בני תורה בפרט, און די עוסקים בעבודה פנימית בפרטי פרטיות; איז אויף זיי אַ חוב צו טאָן אָט די זאַך פון התעסקות אין עבודה.

דער טאָן אין חסידות, איז ניט ווי די וואָס מיינען און פיהלען מיט זייער גס הרוחטיפש'דיקען שכל אַז זיי זיינען משכילים אין השכלה והשגה פון חסידות און דאָס הייסט באַ זיי השכלה, אָבער באמת הייסט השכלה ווען מען איז אַ עובד באריכות התפלה, און דאָס דורכפירן אין עבודה בפועל דעם בירור המדות אַז די מדות טובות און מדות נעימות19.

אין חסידות חב"ד איז מבואר באריכות אַלע עניני עבודה אין תיקון ובירור המדות. ניט נאָר ווי צו דוחה זיין די מדות רעות און מדות לא טובות נאָר אויך ווי צו איבעראַרבעטען פסולת'דיקע מדות אויף מדות טובות ונעימות.

תורת החסידות און די הנהגה בדרכי החסידות ובמדות החסידות זיינען ניט מוגבל, ניט אין הגבלה פון זמן און ניט אין הגבלה פון מקום.

עס איז שוין פיל מאָל דערמאָנט און דערקלערט געוואָרן אַז — געלויבט השי"ת — אין דעם קורצען משך זמן פון די פאַרגאַנגענע זעקסזיבען יאָר איז, דורך פאַרשידענע צופאַלן, קלאָר געוואָרן, בעזרת השי"ת, ווי פאַלש און איינגערעדט איז דער אַלטער קאַלט פאַרפראָרענער וואָרט "אַמעריקע איז אַנדערש"20.

געלויבט השי"ת, די בעלי מסירת נפש, די שומרי שבת פעדלער, האָבן מנצח געווען אַז אין געוויסע ערטער און זמנים האָבן זיי, בעזרתו ית' צובראָכן דעם כפירה אייז.

אחינו בני ובנות ישראל, ה' עליהם יחיו21, אַמעריקאַנער געבאָרענע, האָבן אַ געבירטליכע חאַראַקטער מעלה ווי אויך אַ געבירטליכן חאַראַקטער חסרון.

די מעלה איז וואָס מען ווערט גיך נתעורר, און דער חסרון איז וואָס מען ווערט גלייך אָפּגעקילט22.

אַלע ווייסן זיכער דעם עבודה באָמבע אויפרייס וואָרט וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט: "מען לערנט חסידות, מען וויל פאַרשטיין און מען פאַרשטייט טאַקע גאַנץ גוט אַ ענין אין חסידות, אָבער אין עבודת התפלה הינקט מען שטאַרק".

213איך בין שטאַרק צופרידען וואָס איר האָט זיך צוזאַמענגערעדט אַז איר זאָלט זיך צונויפקומען און דורכריידן זיך וועגן די אַלע פראַגן וואָס האָבן זיך באַ אייך אָנגעזאַמלט אין פאַרלויף פון אייער אַרבעט.

איך האָב אייך צוזאַמענגערופן אייך מעורר זיין בכללות. אין אייער כינוס וועט איר זיך צוזאַמענריידען בפרטיות, וואָס עס איז — בעזרת השי"ת — שוין אויפגעטאָן געוואָרן און וואָס עס פעלט נאָך, און געפינען דעם דרך אמיתי ווי מתקן צו זיין וואָס עס פעלט.

איר בעדאַרפט אַלע מחליט זיין אַז מען בעדאַרף זיך מזמן לזמן צוזאַמענריידען. יעדער מקום האָט דאָך זיין מעלה און זיין חסרון. דערום דאַרף איינע פון אייערע החלטות זיין אַז מען דאַרף זיך צוזאַמענריידן מזמן לזמן.

איין זאַך וויל איך אייך זאָגען אַז על פי התורה בכלל און על פי עבודת החסידות בפרט דאַרף יעדע זאַך זיין בדרכי נועם, לא ברעש כו' נאָר מיט נועם ה'23.

דער אויבערשטער ב"ה זאָל אייך העלפען, יעדערן בפרט, און מצליח זיין אין אייער עבודה כללית. די וואָס טוען זאָלן מצליח זיין אין דעם וואָס זיי טוען; און די וואָס טוען נאָך ניט, זאָל דער אויבערשטער העלפען צו נתעורר ווערען אויף צו טאָן.

יום ד', ג' דחול המועד פסח תש"ח

ע"ד שהתלמידים שי' ינאמו בימים האחרונים של החג

אין כללות הדיבורים און אין התועדות'ן, רעדט זיך, אַז די ב' אהבות, אהבת השם און אהבת התורה, איז אין אהבת ישראל. מ'דאַרף האָלט האָבען אַ אידען. און די אהבת ישראל, איז ניט דוקא צו אַ למדן, נאָר אפילו צו אַ פשוט'ן אידען, וואָס בשם ישראל יכונה1.

אַז מ'האָט אהבת ישראל, איז דאָס אַ הוראה, אַז מ'האָט אהבת השם ואהבת התורה2. און ניט נאָר אַ הוראה נאָר אַ חיזוק אין אהבת השם און אהבת התורה. עס זאָל ניט זיין קיין פאַרשלאָפענע נאָר אַ לעבעדיקע. מ'דאַרף רעדן וועגען אידישקייט און חינוך (און ניט מדגיש זיין חינוך הכשר, וואָס עס קומט אויס אַז אַנדערע זיינען טריף). ריידען וועגען אַריינבריינגען די ישיבה אין דער היים, מען דאַרף מאַכען פענסטער.

214ליל שביעי של פסח תש"ח בסעודה

א. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון שהיו קוראים בליובאַוויטש דער קריעת ים סוף ניגון.

נמשך הדיבור אודות אופן אמירת השירה של משה ובנ"י בעת קרי"ס שיש בזה מחלוקת תנאים בגמרא1. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

מען האָט שוין אַמאָל גערעדט2 אַז אין אַ מחלוקת תנאים ואמוראים זאָגט יעדערער לפי שרש נשמתו3.

ב. שביעי של פסח דאַרף מען זייער מייקר זיין דעם זמן.

זמן איז אַ נברא וואָס פאַרמאָגט צוויי הפכים: א) עס איז איינגעטיילט אין די דריי טיילן פון עבר, הוה, עתיד. ב) דער עבר ווערט נתגלה אין דעם הוה און האָט אַ געוויסע השפעה אויף דעם עתיד.

די כוונה אין ידיעת החסידות איז מען זאָל וויסען מיט אַ גוטע התבוננות אָפּלייג, אַז די ירידת הנשמה בגוף אין וואָס פאַר אַ זמן עס איז, איז די כוונה אַז דער הוה זאָל משלים זיין דעם עבר און ממלא זיין דעם עתיד.

דאָס איז דער זמן פון נפש וואָס איז מחי' דעם גוף. עס איז פאַראַן דער ענין פון זמן אין אַלע מדריגות הנשמה, אין רוח, אין נשמה, און אין די מדריגות מקיפים פון חי' יחידה.

די אַלע חילוקים זיינען מדריגות חלוקות אין נפש, עס זיינען אויך דאָ די אַלע חילוקים אין זמן. עס איז ניט גלייך דער גילוי וואָס איז מאיר ביום הראשון צו דעם גילוי פון דעם יום השני, וואָס בכל יום איז מאיר אַ אור חדש.

די אַלע חילוקי זמנים איז באַ דעם וואָס איז זיך מתעסק אין עניני עבודה, האָט יעדער זמן זיין ריכטיג ווערטיקען ווערט, און בריינגט דעם אויפריכטיגען יבול און אור אין דער שלימות הכוונה פון ירידת הנשמה למטה.

ג. דער וואָס האָט אַ חוש, ער טוט אין אַ ענין און ליגט אין דעם, קען ער האָבן אַ השערה וואָס עס טוט זיך איצטער למעלה.

דער וואָס ווייס דעם ענין פון אהבת האָב אל הבן און האָט אַ הרגש אין דעם, פאַרשטייט דעם צער און די העכבה פון דעם גילוי ההמשכה דאָ למטה4.

ובני ישראל יוצאים ביד רמה5, גאולת מצרים האָט געבראַכט צו קריעת ים סוף; עס איז אויפגעעפנט געוואָרן אַלע פרסאות ומסכים, אַז מען האָט אַלעס געזען קלאָר אין ראיית עין הגשמי6.

אַה! מען האָט אונז געגעבן אַ וועלט...

ד. שביעי של פסח תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט אַז דער עלטער זיידע דער רבי צמח צדק האָט 215געזאָגט: דער זיידע — כ"ק רבינו הזקן — האָט מנצח געווען, ער האָט פשוט גע'פסק'נט אַ הלכה עפ"י תורה: דו — הקב"ה — ביזט דאָך למעלה מן הזמן; אָבער ביי נשמות מאָנסטו דאָך אין זמן, תורה ומצות, איז במילא דאַרף מען דאָך אידן אויך געבן אין זמן. עס שטייט ברגע קטן עזבתיך7, עס איז טאַקע מער ניט ווי אַ רגע, אָבער למטה נעמט דאָס אַ ריבוי זמן.

ה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל אַרומגערעדט דעם הפרש פון שש"פ און חג השבועות: שבועות איז נפתחו השמים ואראה מראות אלקים8, מען זעט אלקות אין אַ ראי' חושיית ווי מען זעט אַ דבר גשמי וואָס דעמאָלסט דערהערט מען דעם יוקר פון עולם ווי ער איז אַ חומר אמיתי צו עצמות א"ס; און די הכנה צו דעם איז שביעי של פסח.

אַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע וועלט מען האָט אונז געגעבן.

דאָס דאַרפן וויסן די תמימים אין אַלע מדינות.

ו. שש"פ תרנ"ד, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבעטן את מורי החסיד הרשב"ץ9, אַז ער זאָל עפּעס דערציילן פון דעם זמן וואָס ער — הרשב"ץ — איז געקומען אין ליובאַוויטש.

מורי הרשב"ץ דערציילט וואָס ער האָט געהערט ווען ער איז נאָך געווען אַ בחור און געלערנט אין דער ישיבה אין ליובאַוויטש, בימי כ"ק אדמו"ר הצ"צ.

בעת עס האָט זיך אַמאָל צוזאַמענגעטראָפן אין ליובאַוויטש הרה"ח ר' הלל10 און הרה"ח ר' אייזיל11 ביי אַ פאַרבריינגען, האָט זיך הרה"ח ר' אייזיל זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט: אַזוי האָט געזאָגט דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן: ופסח ה' על הפתח12, שביעי של פסח — דער זיבעטער טאָג פון שפּרונג.

זיינען די זקני חסידים הראשונים וואָס זיינען געווען באותו מעמד, סיי בני תורה און סיי אנשים פשוטים, אַריינגעפאַלן אין אַ התפעלות אַז מען האָט זיי געדאַרפט מינטערן.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויסהערנדיק דעם סיפור פון מורי הרשב"ץ, זאָגט דאַן: דער אַלטער רבי מיט זיין מסירות נפש אויף תורת הבעש"ט און חסידות חב"ד האָט זוכה געווען און מזכה געווען אַריינצוגעבן אַ חיות פנימי אין יעדען השכלה און עבודה וואָרט לדורי דורות.

ז. אין יעדער זמן איז ביי די חניכי החסידים דורך דעם איינגעפונדעוועטען חינוך שטייגער פון קינדווייז אָן, געוואָרן ביי זיי ענטוויקלט אַ שאַרפער חינוך זכרון מיט אַ בילדליכע פאַרשטעלונג פון זייערע קינדער יאָרן; זייענדיג ביי זייער אַלטן אָדער אור אַלטן חסידות'ן זיידן און באָבען וואָס דאָס גיט זיי אַ חיות פנימי לדורי דורות.

די דאָזיגע חסידישע עראינערונגען זיינען איינע פון די מעלות נפשיות אין עדת החסידים.

ח. אַמאָל איז געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען. דער תוכן כללי פון פאַרבריינגען איז געווען, וואָס איז דער הפרש פון דינים ממותקים און רחמים פשוטים. אין פלוג איז דאָ אַ מעלה אין 216דינים ממותקים, נאָר באמת איז רחמים פשוטים העכער. דינים ממותקים מיינט, אַז הגם ער איז ניט ווערט, מ"מ איז דאָ דער מיתוק הדין; אָבער מצד רחמים פשוטים איז ער טאַקע ווערט.

איצטער דאַרף מען האָבען רחמים פשוטים. מצד רחמים פשוטים זיינען אַלע אידען ווערט, מען רעדט ניט דאָ וועגען די וועלכע זיינען שלמים בתורה ומצוות; נאָר אַלע אידען זיינען ווערט, ווייל זיי זיינען אידען.

זיי13 טוען דעם רצון של מעלה, הגם אין אַנדערע ענינים זיינען זיי חסר, אָבער אין דעם ענין וואָס זיי טוען זיינען זיי דאָך גערעכט.

מען דאַרף ניט נאָכגעבען און ניט מצדיק זיין דעם זמן. יעדער בן תורה דאַרף דאָס מרגיש זיין.

ליל שבת קודש, אחרון של פסח תש"ח בסעודה

א. דער זיידע הוד כ"ק אדמו"ר מוהר"ש איז געפאָרן אין פערשידענע עניני הכלל שליחות'ן פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אין פּעטערבורג1 און פלעגט זיך דאָרטן טרעפן מיט די עסקני הכלל וועלכע פלעגן אים פאָרשטעלן און בעקאַנט מאַכן מיט פאַרשידענע רעגירונגס מענטשן. אַזוי איז אויך געווען ווען ער איז געוואָרן נשיא.

אין פערשידענע זמנים אין מיינע זכרונות זיינען דערמאָנט די ברידער, הזקן המופלג ר' יצחק2 און זיין ברודער החסיד ר' שמואל רובאַשאָוו3. אויך די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי וועלכע זיינען געווען געשעפטליך פאַרבונדען מיט די גרעסטע קייזערליכע אדעל לייט.

אין איינע פון די צייטן וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג, האָבען זיי אים בעקאַנט געמאַכט מיט אַ געוויסען שר, אַ זקן מופלג וואָס האָט געטראָגען דעם העכסטען טיטל פון דעם מלוכה'שען אדעל ראַט: פיאָדער סטעפאנאוויטש קאלמיקאָוו.

פיאָדער קאלמיקאָוו איז געווען אַ שטאַבס גענעראַל אַ ליבלינג פון קיסר פאוועל, וועלכער האָט קאלמיקאָוו'ן געמאַכט פאַר דעם הויפּט אויפפּאַסער אויף דער קרעפאסט (מבצר) וואו מורדים במלכות ווערען דאָרט אויפגעהאַלטען, און וואַרטען אויף זייער דין ומשפט; און וואו מען האָט אויך אַרעסטירט הוד כ"ק רבינו הזקן.

גענעראל קאלמיקאָוו האָט זיך שטאַרק פאַראינטערעסירט מיט דעם ערשט געבראַכטן אסיר, כ"ק רבינו הזקן און האָט אים כסדר געהיט צו זען וואָס ער טוט און ווי ער פירט זיך אויף. זעענדיג אַז דער רבי, כ"ק רבינו הזקן, 217איז תמיד פאַרנומען און פאַרטיפט אין העכערע געדאַנקען האָט ער דערפיהלט, אַז ער איז אַ געטליכער מענטש, און האָט געטאָן אַלעס וואָס זאָל דעם רבי'ן גרינגער מאַכען זיין אויפענהאַלט אין קרעפאסט. דער רבי, כ"ק רבנו הזקן, האָט אים געבענטשט מיט אַ קינד, אריכות ימים און כבוד.

אין יאָהר תרל"ט ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג האָט זיין זון גענעראַל אַנדריי קאלמיקאָוו געבעטען ר' יצחק רובאַשאָוו און די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי, וועלכע זיינען געווען בעקאַנט מיט די העכסטע מיליטער און רעגירונגס לייט, אַז זיין פאָטער וויל זיך באַקענען מיט ראַבין שניאורסאָהן, וועלכער איז — ווי ער האָט געהערט — אַ אוהר אייניקעל פון דעם ראַבין באָרוכאָוויטש פון ליאָזנע וועלכער איז געזעסען אין קרעפאסט אונטער זיין אופזיכט.

בעת דעם בעזוך האָט דער אַלטער גענעראַל קאלמיקאָוו דערציילט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, אַז צוזעהענדיג די פיהרונג פון הוד כ"ק רבנו הזקן אין קרעפאסט האָט ער געפילט, אַז עס איז אַ בייזוויליגער אויסגעטראַכטער ליגן דאָס וואָס מען האָט וועגן אים — דעם ראַבין פון ליאָזנע — איבערגעגעבן אין די מלוכה קרייזן אַז ער זאַמלט געלט פאַר אָפּקויפן ארץ ישראל פון טערקיי און ווערן אַ קעניג4.

ווען איך — זאָגט פיאָדער קאלמיקאָוו — האָב גוט בעטראַכט דעם ראַבין, זיין אויסערליכן פּאַטראַכאַלישן אויסזען און זיין זעלטענעם חאַראַקטער און אויפפירונג, האָב איך געפילט אַז עס איז אַ נידערטרעכטיגער בלבול, און איך האָב בעשלאָסן אַז איך מוז דעם מאַן ראַטעווען און בעווייזן זיין ריינקייט.

ווען מען האָט דעם ראַבין באָרוכאָוויטש בעפרייט, האָט ער מיר געבענטשט מיט גרויס הצלחה און דעם העכסטען קייזערליכען אַמט, מיט רייכטום און אַ געזונטען קינד, און יעצט בין איך שוין אַ זיידע פון ערוואַקסענע אייניקלאַך.

איך בין זייער צופרידען — זאָגט דער אַלטער קאלמיקאָוו — צו זעהען דעם ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אַ אוהר אייניקעל, וועלכער פאָלגט נאָך זיין פיהרונג.

דער פאָטער און זוהן פיאָדער און אַנדריי קאלמיקאָוו האָבען בעדאַנקט די ברידער אָרליאַנסקי פאַר דעם וואָס דער ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אוהר אייניקעל ראַבין שניאורסאָהן איז באַ זיי געווען.

ב.5 הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק דערציילט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ליאַדי און פּאַריז שטייען אויף איין אופק. איך וואָלט נאַפּאָליאָנען דעם אפיקורוס דערשטאָכן, נאָר דער כדור הארץ איז מעכב6.

218ג. די עלטערע תלמידי התמימים יחי' געדיינקען די סדרי ההנהגה פון ליובאַוויטש בכלל און די סדרי הנהגת ישיבת תומכי-תמימים בפרט.

אחרון של פסח פלעגט מען גרייטן טישן אין גרויסן זאַל באולם הגדול של הישיבה7, פאַר אַלע תלמידי הישיבה8, און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיינע ברידער דודי הרז"א והרמ"מ9, ואורחים פלעגען קומען צו דער סעודה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען אַ מאמר דא"ח10 און רעדן צו די תמימים בעניני עבודה. באַ דער סעודה אין זאַל פון תומכי-תמימים איז געווען אַ סדר מסודר און יעדע גרופּע פון די תלמידים זיינען געשטאַנען במקומם הראוי לויט די הוראה פון זייערע מנהלים און משגיחים11.

ד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אין די ערשטע יאָרן געגעסן אחש"פ מצה פשוטה12, נאָר נאָכדעם ווי עס איז געוואָרן אַ חשש מצד די נאמנות הכשרות13 האָט מען אָנגעהויבן נוצן נאָר מצה שמורה אפי' אחש"פ אויך.

די זהירות פון ניט עסן קיין צוקער אין חג הפסח האָט זיך ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אָנגעהויבן פון אַ חשש גדר נדר14.

219יום שבת קודש, אחרון של פסח בסעודה

א. הוד כ"ק רבינו הזקן זאָגט צו הוד כ"ק בנו אדמו"ר האמצעי, והוד כ"ק נכדו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער איז אַ של"ה — תלמיד. ולפעמים הי' אומר: אַ של"ה — איד1.

באַ דעם טאַטן, הצדיק הגאון ר' ברוך — ממשיך הוד כ"ק רבנו הזקן — אין הויז האָב איך געלערנט אהבת ישראל, פון דעם פעטער הצדיק הגאון ר' יוסף יצחק האָב איך געלערנט אהבת התורה, און קומענדיק אין מעזריטש — להרב המגיד ממעזריטש — האָב איך ערשט אָנגעהויבען צו פאַרשטיין דעם תוכן ענין פון אהבת השם און אהבת ישראל2.

אָפּזייענדיג אַ משך זמן ביי דעם רבי'ן אין מעזריטש; איז בזכות מיין מסירה און נתינה פנימיות צו דעם דרך העבודה והנהגה אין אַלע ענינים כהוראת השל"ה, האָב איך זוכה געווען צו דעם קירוב פנימי פון דעם רבי'ן — הרב המגיד — וועלכער האָט מיר איבערגעגעבען די שליחות ווערטער וואָס זיין רבי — מורנו הבעש"ט — האָט איהם געהייסען מיר איבערגעבען. און דאַמאָלסט האָב איך מחליט געווען צו קורא בשם זיין דעם דרך, תורת ועבודת חסידות חב"ד.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מסדר געווען חסידי חב"ד מיט געוויסע דרכים און הנהגות אין אַלע ענפי החיים; סיי אין פערזענליכען לעבען, און אין לעבען און סדר פון הנהגת הבית ובני בית, און סיי אין לעבען און סדר הנהגת פון זמני שמחה און התועדות.

דער סדר ביי חסידים אין זמני התועדות איז געווען אַז אַלע פלעגן זיך וואַשן צום עסן און מאַכן אַ "המוציא". עסן — דאָס איז אַ ענין פאַר זיך — אַמאָל יע און אַמאָל ניט; אָבער אַ ניגון האָט מען אַלעמאָל געזונגען, און נאָר אַזעלכע ניגונים וועלכע וועקען די אופריכטיגע ביינקעניש און געגועים צו העכער און בעסער, און אַלץ פנימיות'דיק, ניט גענאַרט און ניט געאיילט.

פון מיינע קינדער יאָהרען געדיינק איך, אַז אַמאָל אחרון של פסח נאָך קידוש, אַז מען האָט זיך געדאַרפט וואַשן צו סעודת יום טוב, האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט צו דעם עולם: רחצו הזכו3, רחצו דאַרפן אַלע, הזכו — דאָס ווענדט זיך שוין וואָס מען האָט געטאָן אויף דעם4.

עס איז אַ חובת גברא פון די עלטערע חסידים בכלל און פון די משפיעים בפרט מבאר זיין צו די יונגעלייט, אַז דער עיקר ענין החסידות איז, אַז מען זאָל טאָן אין עבודת התפלה און בירור המדות אַז זיי זאָלען זיין מדות נעימות.

עס טרעפט כמה טעותים אין עניני עבודה, די טעותים זיינען פאַרשידענע, גרעסערע טעותים קלענערע טעותים, אָבער סוף כל סוף קומט מען אויף די ריכטיגע עניני עבודה.

מיט איבער פערציג יאָהר פריער האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט בסעודת אחש"פ: אַז מען עפענט די עיני השכל און מען בעטראַכט דעם אייגענעם 220מעמד ומצב אין ידיעת התורה וקיום המצות און דעם מעמד ומצב וואו ער איז מיט זיין תשוקה וכוסף הלב, וואו וויל ער און וואוהין ציט איהם, און ער בענוצט זיך מיט די חסידישע עבודה עצות, גייט מען אַרויס פון די סכנה נעגל פון דעם צר ואויב היצר הרע.

ב. איינער פון די סיפורים וואָס איך האָב געהערט אין מיינע קינדער וואַלגער יאָרן

— עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב נאָך דאַמאָלסט ניט געקענט תופס זיין, נאָר בלויז דער אויער האָט געהערט, און עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב שוין דאַן פאַרשטאַנען —

איז געווען דער פאָלגענדער סיפור:

אין די סדרי ההנהגה וואָס מורינו הבעש"ט האָט מסדר געווען, בחול, שבת, ר"ח, און מועדי השנה, איז געווען אַ סדר מיוחד פאַר דער סעודת היום פון יום אחרון פון יעדען יו"ט. וואָס אין דיזער סעודה האָט מורנו הבעש"ט אַרויסגעוויזן אַ קירוב גדול צו די פשוטע אידן בעלי מלאכות — בעלי עגלות און דאָרפס הענדלער.

הוד כ"ק רבינו הזקן דערציילט לבנו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי און הוד כ"ק נכדו אדמו"ר הרה"ק צמח צדק:

מורי הרב ממעזריטש האָט אין די סעודת אחרון של פסח דערציילט און איבערגעגעבען דעם סדר הנהגה פון דעם ערשטען אחש"פ נאָכדעם ווי די מוטער רבקה מיט די מומע רחל5 זיינען מיט אים געווען ביי מורנו הבעש"ט6.

מורנו הבעש"ט האָט יענעם אחש"פ געפראַוועט אַ סעודה מיט זיינע תלמידים און האָט געטיילט פון זיין מצה

— דאָס מיינט פון די מצה וואָס מען האָט ספּעציעל געבאַקן פאַר אים, אָדער וואָס ער האָט אַליין געבאַקן, דאָס איז אַ באַזונדער ענין —

צו די אנשים פשוטים, און האָט דערביי געזאָגט:

היינט דאַרף מען מלאך מיכאל אַוועקשטעלן אָן אַ זייט. מלאך מיכאל הגם ער איז אַ שר של עולם, פונדעסטוועגן איז ער אַ שר של ישראל7 מער ווי אַ שר של עולם. ווען עס קומט צו אידן איז ער מלמד זכות8, אויב עס איז דאָ אַ זכות זאָגט ער; און אויב ח"ו ניט, זוכט ער אויס עפּעס אַ זכות, ער מאַכט פון יעדן ענין ביי אידן פאַר אַ זכות. אָבער אַז עס קומט צו עולם, הויבט ער אָן שטאַמלען און איז מסיח לדבר אחר. אָבער מיין רבי — איז ממשיך מורנו הבעש"ט — דער בעל ח"י9, האָט מיר געלערנט אַז דער עיקר איז ליגן אין אהבת ישראל און זעען די מעלה פון עולם.

ג. ווי נויטיג עס איז אויפהויבען זיך אַ טפח העכער פון ערד10, פון ארציות, וואָס דעמאָלט וואָלט מען געזען די גשמיות וואָס איז העכער פון די חומריות, 221וואָס דאָס איז דער חומר האמיתי צו עצמות א"ס ב"ה.

ד. איך האָב געהערט פון דער באָבען, הרבנית רבקה נ"ע11, אז12 הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז אַמאָל אַלעס יונגערמאַן געבליבן זיצן אין מיטן דאַוונען אַזוי ווי אַ פאַר'חלש'טער. אַז די באָבע הרבנית רבקה האָט דאָס באַמערקט, איז זי אַריינגעלאָפן דערציילן לבעלה הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש.

הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש איז דאַן אַריינגעקומען אין בהמ"ד וואו הוד כ"ק אאמו"ר האָט געדאַווענט13, און האָט איהם אויפגיהויבען דעם טלית פון קאָפּ, האָט אַ קוק געטאָן בפני הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, און געזעהן אַז ער ברענט ווי אַ ליכט, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט כלל ניט מרגיש געווען מצד רוב דביקותו בתפלה.

נאָכדעם האָט הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש געזאָגט אויף כ"ק אאמו"ר הרה"ק: ער האַלט באַ כלות הנפש. אַמאָל האָב איך עס גיהערט אין דעם נוסח: ער האַלט באַ לאשתאבא בגופא דמלכא14, און נאָך אַמאָל האָב איך עס געהערט אין דעם נוסח: ער איז זיך מתענג בחיות אלקי.

ה. אין די ערשטע יאָרן אחר הסתלקות כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש נ"ע פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק לערנען מיטן עולם אין ביהמ"ד לקו"ת אָדער תו"א לפי פרשת השבוע15, און נאָכן לערנען פלעגט ער דערציילען אַ סיפור אָדער ענין פון יחידות.

אַמאָל האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט16, אַז ווען הוד כ"ק רבנו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל אין מעזריטש האָט ער לכתחלה ניט געפונען קיין ענין ער זאָל דאָרטען פערבלייבן און האָט געטראַכט צוריק צו גיין. הגם ער איז געווען זייער צופרידען צו באַקענען זיך מיטן דרך העבודה און תפלה, אָבער ער האָט אין דעם ניט געזעהן קיין חידוש דבר, עס שטייט אין גמרא17: חסידים הראשונים היו שוהים תשע שעות כו', מתוך שחסידים הם תורתם משתמרת; אָבער עס איז דאָך נאָר משתמרת18. איז הוד כ"ק רבנו הזקן אַוועקגעגאַנגען פון דאָרט.

אויפן וועג האָט ער זיך געחאַפּט אַז ער האָט דאָרטן פאַרגעסן אַ חפץ, האָט ער זיך אומגעקערט. ווען ער איז אַריינגעקומען האָט ער אָנגעטראָפן ווי מ'איז געקומען פרעגען דעם מגיד אַ שאלת הריאה, און האָט זיך צוגעהערט ווי דער מגיד איז זיך מפלפל אין דעם און ווייזט אַרויס געוואַלדיגע לומדות, איז הוד כ"ק רבינו הזקן נתפעל געוואָרן. ער האָט פריער געמיינט אַז דאָ אין מעזריטש איז נאָר דער קו העבודה, און יעצט זעט ער אַז דער מגיד איז גאָר אַ גאון נפלא. אויך איז ער נתפעל געוואָרן וואָס דער מגיד אַליין גיט זיך אָפּ מיט פסק'נען אַ שאלה.

222פונדעסטוועגען האָט ער נאָך אַלץ ניט געפונען קיין ענין חשוב צוליב וועלכען ער זאָל דאָרטען בלייבן19.

אין דעם איז אַריינגעקומען הרה"ק ר' אברהם בנו של המגיד ממעזריטש — דער מלאך, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געזען ווי ער ברענט ווי אַ יקוד אש, אַלץ וואָס ער טוט ברענט. איז דעם אַלטען רבי'ן בעת מעשה איינגעפאַלן במחשבתו הק' דער ענין "והסנה איננו אוכל"20, און האָט זיך מצייר געווען, ווי וואָלט געווען, ווען ער וואָלט געזען דעם סנה בוער באש וואָס מען האָט באַוויזן משה'ן און "והסנה איננו אוכל", וואָלט ער דען אַוועקגעגאַנגען? הגם איך — המשיך לחשוב הוד כ"ק רבנו הזקן — האָב שוין ב"ה דורכגעלערנט זיבען מאָל ש"ס און וואָס פאַר אַ בעטרעף האָט דאָס לגבי דעם, און דאַן האָט ער אָפּגעטראַכט, אַז ער זאָל נאָך פאַרבלייבן אין מעזריטש.

דער מעזריטשער מגיד האָט געבעטן הוד כ"ק רבנו הזקן, אַז ער זאָל לערנען מיט בנו הרה"ק ר' אברהם — דער מלאך — גמרא; ווייל דער מלאך פלעגט זאָגן אַז ער קען ניט לערנען קיין גמרא, ווייל ווי נאָר ער הויבט אָן צו לערנען און דערהערט דעם דבר ה', ווערט ער נתלהב און קען ווייטער ניט גיין, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט אַז ער וועט מיט אים לערנען נאָר בתנאי אַז דער מלאך זאָל מיט אים לערנען נסתר.

בעת דער אַלטער רבי און דער מלאך האָבען געלערנט צוזאַמען, פלעגט אַריינקומען דער מעזריטשער מגיד, האָט דער אַלטער רבי דערפילט אַז מיט זיין — דעם מגיד'ס — אַריינקומען האָט ער דעם מלאך געלעשט, און אים — הוד כ"ק רבנו הזקן — געוואַרימט, און איז נתפעל געוואָרן פון דעם בלול מאש וממים21, און האָט דערהערט די כוונה פנימיות, ווי דער יש הגשמי איז אַ כלי צו דעם יש האמיתי.

א ביאור אויף דעם קען מען פאַרשטיין פון דעם משל פון אַ ליווער22, וואָס דורך אופהויבען דעם מטה הויבט מען אויף דעם מעלה23.

ו. בעת דער אַלטער רבי מיטן מלאך פלעגען לערנען צוזאַמען, פלעגט אָפט דער מגיד אַריינקומען און צוזעצען זיך צוהערען וואָס זיי פלעגן לערנען.

איינמאָל איז דער מגיד אַריינגעקומען, בעת זיי האָבען גראָד געלערנט דעם ענין אין מסכת שבת24:

שוחט משום מאי מחייב — זאָגט דאָרט תוספות25, שוחט דעלמא — רב אמר משום צובע כו'. האָט זיי דער מעזריטשער מגיד געזאָגט בשם מורו הבעש"ט26 דעם פירוש אין דעם באופן זה: שוחט דעלמא, הכוונה על מלאך המוות ויצה"ר, וואָס ער קומט צו דעם אדם אים מפתה זיין און אַריינגעבן אַ הטעמה אין תאוות עוה"ז, וואָס באמת דער אדם מצד עצמו איז גאָר ניט שייך צו זיין אַ שפל אויף נמשך ווערן נאָך די תענוגי עוה"ז. איז דאָך אין פלוג די קשיא, שוחט משום מאי מחייב, ער פירט 223דאָך אויס זיין שליחות וואָס מען האָט אים געגעבן מלמעלה, דאָס איז דאָך זיין אומנות, נאָר דער תירוץ איז אַז ער איז חייב משום צובע, אָט דאָס וואָס ער פאַרבט צו און וויל איינרעדן דעם מענטשן, אַז מיט דעם טוט ער גאָר אַ גוטע זאַך, וואָרום דערווייל וועט ער דאָך מאַכן אַ ברכה אויף דעם דבר מאכל און ער וועט האָבן כח לתורה ועבודה, און אַזוי אויך אַז ער וועט האָבן אַ סאַך געלט וועט ער קענען טיילן צדקה, וואָס דאָס איז דאָך אַלץ צביעות, וואָס דער יצה"ר לייגט צו מצ"ע, ער פאַרבט צו און גיט עם אַריין אַ געשמאַק אין עניני תאוות עוה"ז.

אַז הוד כ"ק רבנו הזקן מיט זיין גרויסען מוח און ליכטיגע נשמה, אַ נשמה דאצילות, אַ נשמה חדשה{41}, האָט דערהערט אָט דעם וואָרט פון מגיד בשם מורו, איז ער נבהל געוואָרן, און דאַן האָט הוד כ"ק רבנו הזקן מחליט געווען צו בלייבן אין מעזריטש.

דאַמאָלסט האָט דער מעזריטשער מגיד אויסגעזאָגט דעם אַלטן רבי'ן ווער ער איז, און וואָס ער איז, הכוונה על רבנו הזקן.

ז. מען דאַרף זיין איין טפח העכער פון דער ערד27, וועט מען דאַמאָלסט דערהערען די מעלה פון חומריות, און די הפלאה פון גשמיות. אָבער דער טפח — וואָס מען דאַרף זיך אויפהויבן — דאַרף מען גוט דורכאַרבעטן, עס זאָל זיין דורך און דורך.

דער אויבערשטער זאָל העלפען, אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים צו זיין וואָס מען דאַרף זיין, און ניט זיין דאָס וואָס מען דאַרף ניט זיין.

ח. מצד סיבות שונות בין איך מוכרח צו רעדן בקצרה, אָבער דאָס מיינט ניט מעלים צו זיין, נאָר רעדן דעם ענין בקיצור.

אין ליובאַוויטש האָט מען גערופן די טעג בין פסח לשבועות מיט די נעמען פון די ספירות. און מען איז געווען נזהר אין די ימי הספירה צו דערמאָנען די ספירות חג"ת נהי"מ, עס זאָל ניט זיין קיין חשש צו ברכת הספירה.

מיר האָבן ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין היינט די פרשה ראשונה פון ספירות, די ספירת החסד, וואָס איז דער יומא דאזיל עם כולהו יומין28.

דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז עס זאָל מאיר זיין די חסדים האמיתים, מען זאָל דערהערען די מעלת החומרי, מען זאָל משלים זיין די עבודה פון די ימי הספירות, און מען זאָל זוכה זיין צו דעם גילוי פון חג השבועות.

הערות

עמוד 199

  1. 1. ראה ספר השיחות תרפ"ז ע' 252. וראה לקו"ד ח"א קלד, א. ספר השיחות תש"ב ע' 87.
  2. 1. עוד ענינים שעשה או אמר כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  3. 2. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 74. תש"ד ע' 78. שם ע' 89 ואילך. סדר הראשון דחה"פ תש"ט (לקמן ע' 315 ואילך).
  4. 3. ראה פרש"י בחוקותי כו, מב. תיב"ע וארא ו, יח. ילקוט שמעוני ר"פ פינחס. רמב"ם הל' מלכים פי"ב ה"ב. וראה עירובין מג, ב. ועוד.
  5. 4. בהנחה אחרת: און פאַר'מיאוס'ט.
  6. 5. ראה גם שיחת סדר א' דחה"פ תש"ז ס"ד (לעיל ע' 103).

עמוד 200

  1. 6. ראה (על הפיסקא לשנה הבאה בני חורין) ספר השיחות תש"ה ע' 83.
  2. 7. זכרי' ד, ו.
  3. 8. ראה לעיל ע' 108. וש"נ.
  4. 9. ראה ספר השיחות תש"ג ע' 58. הגדה של פסח עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' מג.
  5. 10. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 84. וראה הביאור בספר השיחות תשמ"ט ח"א ע' 396 הערה 126.

עמוד 201

  1. 1. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11 ואילך. וש"נ.
  2. 2. תוי הניגון — בספר הניגונים ח"א ניגון מד.
  3. 3. תוי הניגון — בספר הניגונים שם ניגון מו.
  4. 4. ראה תניא פי"ב. ועוד.
  5. 5. בהנחה אחרת: הי' אריכות דברים בענין מעלה ומטה, מעלת המעלה ומעלת המטה.
  6. 6. ד' תקוני שכינתא (זח"ב קלג, א) — נתבאר בסה"מ תרנ"ד ע' קנח ואילך. ד"ה נעשה נא תרצ"א (סה"מ קונטרסים ח"א קסד, ב ואילך). ועוד.

עמוד 202

  1. 7. ראה שיחת חג הפסח תרצ"ד סל"ג (לקו"ד ח"ב קמא, ב). לקו"ש ח"ב ע' 475. ע' 500. ובכ"מ.
  2. 8. ראה לעיל ע' 120.
  3. 9. ע"ד ניגון זה — ראה לעיל ע' 99.
  4. 10. בחג הפסח תרע"ו — ספר השיחות תש"א ע' 96.
  5. 11. בהנחה אחרת: ונכוה באצבעותיו הק'.
  6. 12. בהנחה אחרת: בריהט אים ניט.

עמוד 203

  1. 13. בהנחה אחרת: וכששאלתי את כ"ק אאמו"ר על מקור הלשון, ענה לי.
  2. 14. בהנחה אחרת: פאַר דעם בעש"ט איז אויך געווען צדיקים; נאָר די עבודה איז געווען בדרך שבירה, תעניתים וסיגופים.
  3. 15. ח"י אלול תצ"ד — ראה שיחת ד' תשרי שנה זו (לעיל ע' 165). וש"נ.
  4. 16. אחי' השילוני. — ראה שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 232) ובהערה 18.
  5. 17. בהנחה אחרת: דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן, אַז מען זאָל זעהען דעם מעלה פון טוב.
  6. 18. נוסח הושענות (יום ג').
  7. 19. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.

עמוד 204

  1. 1. ראה גם שיחת ליל א' דחה"פ תש"ט ס"ג (לקמן ע' 314) ובהערה שם.
  2. 2. שיחת אחש"פ תש"ז (לעיל ע' 121. וש"נ).

עמוד 205

  1. 3. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 224. ע' 261. ע' 320. ספר השיחות תש"ג ע' 54.
  2. 4. ראה גם אוה"ת ואתחנן ע' שפב.
  3. 5. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז. תש"ט (לעיל ע' 105. לקמן ע' 317).
  4. 6. ברכת אתה קדוש בתפלת העמידה. וראה תו"א מג"א צח, ב. ובכ"מ.
  5. 7. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 83.
  6. 8. ראה לקו"ת שלח לז, ד. חוקת סה, א. ביאוה"ז להצ"צ ח"א ע' שנה. סה"מ תרפ"ט ע' 160. תרצ"ו ע' 117. תרח"ץ ע' רכא. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 153. ובכ"מ.
  7. 9. מדרש מעשה אברהם אבינו — בית המדרש חדר א. אוצר מדרשים (אייזענשטיין) ח"א ע' 3.

עמוד 206

  1. 10. ראה גם שיחת ליל ש"ק שובה תש"ז בסופו (לעיל ע' 61).
  2. 11. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז סי"ט (לעיל ע' 106). וש"נ.
  3. 12. ראה תורה אור שמות מט, סע"ד ואילך. וארא נז, ב ואילך. יתרו עא, גד. ובכ"מ.
  4. 13. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 80.
  5. 14. ראה אודותו לעיל ע' 34.
  6. 15. ראה (בשינויים) שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ו. תש"ז (לעיל ע' 34. ע' 106).
  7. 16. אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רסט. וראה שם ע' רפ.
  8. 17. עם מרת דבורה לאה בת הרבנית שיינא ברכה דוליצקא בת אדמו"ר ר' יוסף יצחק בן אדמו"ר הצ"צ. החתונה התקיימה י"ג סיון תרס"א (ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רנז).
  9. 18. ראה אודותו לעיל ע' 82.
  10. 19. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב שם ע' רנז.

עמוד 207

  1. 20. ראה גם שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ז שם (לעיל ע' 107).
  2. 21. ראה זוהר ח"ג קח, ב. ח"א קטו, א. סה"מ תרע"ח ע' שצו ואילך.
  3. 1. ראה אודותו — "התמים" חוברת ו ע' ח [רעא, ב] ואילך. לעיל ע' 109. וש"נ. וראה גם לקמן ע' 230. ע' 419.
  4. 2. ראה "התמים" שם ע' יא [רעג, א]. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קפ ע' 4). לקמן ע' 419.
  5. 3. ראה אודות ר"ז ור"מ ווילענקער — "התמים" שבהערה 1.
  6. 4. ראה תענית ז, א (וש"נ): "הרבה למדתי מרבותי ומחבירי יותר מרבותי, ומתלמידי יותר מכולן".
  7. 5. הרה"ק ר' אברהם המלאך בן הרב המגיד ממעזריטש. נסתלק בשנת תקל"ה (אגרות-קודש ח"ג ע' קסג). ובכמה מקומות איתא שנסתלק יב תשרי תקל"ז.

עמוד 208

  1. 6. מאוסטרהא (מחבר ספר רב ייבי).
  2. 7. בהעתקת השיחה שתח"י יש כאן מקום פנוי.
  3. 8. בהנחה אחרת: פשוט מיר איז שווער צו ריידען.
  4. 9. בהנחה אחרת: און דאָס איז דער וואָרט: [ההמשך בפנים].
  5. 10. קדושין ל, ב.
  6. 11. ע"ד החילוק בין "הערן" ו"דערהערן" — ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך. שיחת ל"ג בעומר שנה זו (לקמן ע' 225).

עמוד 209

  1. 1. בראשית ב, ד.
  2. 2. ראה ב"ר פי"ב, ט. וראה זח"א פו, ב. ועוד.
  3. 3. ראה ב"ר פ"ב, ג. שמו"ר פט"ו, כו. וראה שיחת חה"פ תרצ"ד סכ"ח (לקו"ד ח"א קלז, ב). שיחת י"ט כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנ, סע"ב ואילך). רשימה חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 389 ואילך).
  4. 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
  5. 5. שמואלא ב, ג.
  6. 6. ראה תקו"ז תס"ט בתחילתו.
  7. 7. ראה תו"א בשלח סו, ב. יתרו סח, א ואילך. ובכ"מ.
  8. 8. ראה לקו"ת דרושים לשמיני עצרת פג, א. ובכ"מ.

עמוד 210

  1. 9. ביאור ד' עולמות אבי"ע באריכות — אגרות-קודש ח"ד ע' קנז ואילך.
  2. 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
  3. 10. בהנחה אחרת: אברהם האָט געזען עס איז דאָ אַ עולם וואָס איז אַ חומר און מען דאַרף זיך מתגבר זיין אויף דעם חומר, אברהם האָט געהאַט אַ הכרה אין דעם מעלת החומר אַז דורך דעם וואָס מען איז מעלה דעם חומר פועל'ט מען אַן עלי' אין אַלע עולמות.
  4. 11. ראה עוד שיחות מח"י אלול תרנ"ז — לעיל ע' 165. וש"נ.
  5. 12. ראה גם ספר השיחות תש"א ע' 105.
  6. 13. בראשית א, יד ואילך.
  7. 14. ראה גם מכתב י"ב תמוז תש"ח (אגרות-קודש ח"ט ע' תמו): "הנני בזה להעתיק מהיומן, ההכרזה וההודעה אשר הואיל כ"ק אאמו"ר הרה"ק להכריז ברבים, ביום הרביעי ח"י אלול תרנ"ז: השנה נתמלאו מאה שנה להוצאת ספר ה'תניא כו'".
  8. 3. ראה ב"ר פ"ב, ג. שמו"ר פט"ו, כו. וראה שיחת חה"פ תרצ"ד סכ"ח (לקו"ד ח"א קלז, ב). שיחת י"ט כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנ, סע"ב ואילך). רשימה חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 389 ואילך).

עמוד 211

  1. 15. ראה ב"ר פכ"ד, ה. קה"ר פ"ג, יא (ב). אדר"נ ספ"א.
  2. 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
  3. 16. הובא בלקו"ת בהר מב, סע"ג. פ' ראה כו, א. כח, ב. דרושים לר"ה נה, סע"ג. שבת שובה סה, ד. מאמרי אדמו"ר הזקן תקס"ג ח"ב ע' תרסז. ספרי אדמו"ר האמצעי: אמרי בינה שער הק"ש פפ"ח. שערי תשובה ח"ב ק, ב. הנחות תקע"ז ס"ע רסח ואילך. אוה"ת ואתחנן ע' סה. מאמרי אדמו"ר הצ"צ תרי"ד ע' יד. סה"מ תער"בתרע"ו ע' רס ואילך. המשך תער"ב ח"ב ע' תשעו ואילך. סה"מ עטר"ת ע' רנט ואילך. תרח"ץ ע' קמט. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 316. ד"ה והתהלכתי תשי"א (סה"מ תשי"א ע' 61. תורת מנחם התוועדויות ח"ג ע' 108 ואילך). ועוד.
  4. 17. ע"ד הנסיעה לנאות דשא — ראה שיחת ש"ק חוהמ"ס תש"ז (לעיל ע' 70). וש"נ.
  5. 18. ראה תו"א בראשית ד, א.

עמוד 212

  1. 19. אולי חסר קצת בהעתקה שתח"י. ובהנחה אחרת: דער טאָן דארף זיין מען זאל דורכזעצן, ניט בלייבן שטיין אין מיטן.
  2. 20. ראה לעיל ע' 53. וש"נ.
  3. 21. לשון הכתוב — ישעי' לח, טז.
  4. 22. בהנחה אחרת: עס איז רעכט אַז היינט ווערט מען נתעורר מיט אַ פלאַם מיט אַ התפעלות און צו מאָרגענס ווערט מען אָפּגעקילט. אַנדערע פון אייך זיינען זיך מחליש, מען הויבט אָן און מען פאַרענדיגט ניט.

עמוד 213

  1. 23. בהנחה אחרת: מען דארף ניט שטעכן.
  2. 1. ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 40).
  3. 2. ראה גם שיחת י"ג אלול תש"ז (לעיל ע' 149).

עמוד 214

  1. 1. סוטה כז, ב. ל, ב.
  2. 2. ראה אגרות-קודש ח"ב ע' רפה. ע' רצב. ע' שדמ. הערות לאגרות-קודש שם ב"רשימות" חוברת קמו.
  3. 3. ראה ביאורי הזוהר לאדמו"ר האמצעי וישלח כ, א ואילך (נתבאר בלקוטי לוי יצחק — אגרות-קודש ע' רסג). סה"מ תש"ט ע' 77 ואילך ובהערה שם. לקו"ש ח"ד ע' 1178. ח"ז ע' 170. חל"ו ע' 182 ואילך. שיחת כ"ף מרחשון תשמ"ה (התוועדויות תשמ"ה ח"א ע' 624 ואילך). ועוד.
  4. 4. בהנחה אחרת: און דאָ איז דער ווייטאָג...
  5. 5. בשלח יד, ח.
  6. 6. ראה שער האמונה לאדמו"ר האמצעי פנ"ד ואילך (פו, א ואילך). ובכ"מ.

עמוד 215

  1. 7. ישעי' נד, ז.
  2. 8. יחזקאל א, א (הפטרה דיום א' דחג השבועות).
  3. 9. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
  4. 10. ראה אודותו לעיל ע' 29. וש"נ.
  5. 11. ראה אודותו לעיל ע' 25. וש"נ.
  6. 12. בא יב, כג.

עמוד 216

  1. 13. כנראה הכוונה לאלו שמוסרים נפשם עבור אחב"י בארה"ק ת"ו. — ראה גם שיחת יום ב' דר"ה שנה זו (לעיל ע' 162).
  2. 1. ראה ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 13.
  3. 2. מפעטערבורג. — ראה אגרות-קודש ח"ב ע' קו (ושם, אשר בשנת תרע"ח הי' כבן תשעים ויותר). ח"ג ע' שמז. ח"ד ע' קמזקמח. ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש שם.
  4. 3. ברשימת היומן של רבינו מיום ב', כ' טבת תרנ"ו ("התמים" חוברת ח ע' ו [שעט, ב]) נזכר ר' צבי הירש רובאשאוו מפעטערבורג.

עמוד 217

  1. 4. ראה אגרות-קודש ח"ג ע' שמ. "התמים" חוברת ה ע' ב [ריג, ב]. חוברת מגילת י"ט כסלו.
  2. 5. בהנחה אחרת: ביים זיידען — כ"ק אדמו"ר מוהר"ש — איז געווען אַ גרויסער כדורארץ (גלאָבוס); און אַ מהנדס פון פּעטערבורג האָט אָנגעצייכנט אויף איהם בדיוק דעם אָרט וואו עס ליגט ליובאַוויטש. [ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:] עס איז מעניין, צו מכוון זיין דעם מקום פון ליובאַוויטש, אויפן גלאָבוס, ביחס צו דאָ היא.
  3. 6. בהנחה אחרת: "דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, בעת מלחמת נאַפּאָלעאָן: איך וואָלט איהם דורכגעשטאָכען — הכוונה על נאַפּאָלעאָן — נאָר דער כדור הארץ — שבנתיים — לאָזט ניט. מען האָט געזאָגט, אַז דער אופק פון ליאַדי און פּאַריז איז דער זעלבער".

עמוד 218

  1. 7. בהנחה אחרת: פון יאָהר תרס"ו איז געוואָרן אַ סדר אין ליובאַוויטש, אַז מען האָט אחש"פ געגרייט אַ סעודה.
  2. 8. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 277 (הועתק ב"היום יום" כב ניסן). תש"א ע' 105104. תש"ד ע' 111. וברשימת היומן — חג הפסח תרצ"ב ("רשימות" חוברת לח ע' 5): "כ"ק אדנ"ע הי' יוצא לסעודה זו [של יום אחש"פ] 5 4 אחר חצות היום".
  3. 9. בהנחה אחרת: אויב זיי זיינען געווען אין ליובאַוויטש.
  4. 10. בהנחה אחרת: ביי דעם סוף פון די סעודה פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגען אַ מאמר דא"ח בערך אַ האַלבע שעה; ער פלעגט מקצר זיין מפני כבוד אחיו הרז"א. — ראה גם רשימת היומן — חג הפסח תרצ"ב ("רשימות" שם): "בסעודת יום אחרון של פסח אומר ג"כ דא"ח, אבל מאמר קצר, 1520 מינוט".
  5. 11. בהנחה אחרת: עס איז געווען אַ בעזונדער סדר אין דעם דערנענטערן זיך פון די בחורים תלמידי תומכיתמימים צו דעם אָרט וואו עס איז געזעסען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בעת ער האָט געזאָגט חסידות, וואָס איז געווען איינגעטיילט לויט דעם סדר השולחנות, שולחן א', נאָכדעם שולחן ב'.
  6. 12. ראה גם רשימת היומן — חג הפסח תרצ"ה ("רשימות" חוברת צ ע' 8). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 135. ע' 236. קיץ ה'ש"ת ע' 71. תש"ב ע' 105.
  7. 13. בהנחה אחרת: נאָכדעם ווי עס איז געקומען אַ נייער מילנער אין די וואַסער מיהל אין ליובאַוויטש, פון וואַנען מען האָט גענומען די מעל אויף פסח, וועלכער איז ניט געווען אַזאַ נאמן — האָט מען אָנגעהויבן נוצן מצה שמורה אויף אחש"פ אויך. — ראה מקומות שצויינו בהערה הקודמת.
  8. 14. בהנחה אחרת: אויף אַ פאַבריק פון צוקער אין יאנאפאל — וואָס האָט געהערט צו משפחת האָרינשטיין — האָט ער זיך ניט געוואָלט פאַרלאָזן. — ראה המלוקט בספר אוצר מנהגי חב"ד — חודש ניסן ע' נא ואילך.

עמוד 219

  1. 1. ראה שיחת פורים תש"ז (לעיל ע' 99). וש"נ.
  2. 2. ראה גם שיחת ועש"ק י"ג אלול תש"ז (לעיל ע' 149).
  3. 3. ע"פ ישעי' א, טז.
  4. 4. בהנחה אחרת: אח"כ צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לכל העומדים סביב השולחן שירחצו נט"י להסעודה.

עמוד 220

  1. 5. אוצ"ל: די מומע דבורה לאה בת הרבנית רחל (ראה אודותם — ספר השיחות תש"ד ע' 65. וש"נ).
  2. 6. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 131: "מיטוואָך ח"י אלול תק"ח זיינען הרבנית רבקה און איר שוועגערין הרבנית דבורה לאה געקומען מיטן קינד [אדמו"ר הזקן] צו מורנו הבעש"ט".
  3. 7. ראה דניאל יב, א.
  4. 8. ראה פסיקתא רבתי פמ"ה, י. שמו"ר פי"ח, ה. מצו"ד דניאל שם.
  5. 9. חי' יחידה. הוא אחי' השילוני. ראה שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 232) ובהערה 18.
  6. 10. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 13. ע' 45. ע' 69. ע' 76.

עמוד 221

  1. 11. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
  2. 12. ראה גם שיחת ליל ש"פ נח תש"ז (לעיל ע' 82). וש"נ.
  3. 13. ברשימה אחרת: איז ער אַדורכגעגאַנגען די עטליכע חדרים וואָס האָבען אָפּגעטיילט זיין חדר מחדר ביהמ"ד שישב שמה כ"ק אאמו"ר הרה"ק.
  4. 14. ראה זח"א ריז, ב.
  5. 15. ראה חנוך לנער ע' 54. רשימת היומן כ' אייר תרצ"ב ("רשימות" חוברת נז ע' 7). וראה אגרות-קודש ח"ד ע' תג.
  6. 16. ראה שיחת ב' ניסן שנה זו (לעיל ע' 197). וש"נ.
  7. 17. ברכות לב, ב.
  8. 18. ראה לקו"ש חט"ז ע' 375.

עמוד 222

  1. 19. בהנחה אחרת: עס איז אים געווען קשה דער דרך פון פּראַווען טישן און אין מיטן לויפט אַריין איינער מיט אַ געוואַלד וועגען אַ מקשה לילד אָדער אַ קינד איז ניט געזונט.
  2. 20. שמות ג, ב.
  3. 21. תפלת גשם.
  4. 22. תו"א בראשית ד, א.
  5. 23. בהנחה אחרת: ווי מען האָט גערעדט פאַר די תלמידים בחוהמ"פ (לעיל ע' 210).
  6. 24. עה, סע"א.
  7. 25. ד"ה שוחט.
  8. 26. ראה כתר שם טוב סימן עח.

עמוד 223

  1. 27. ראה שיחת ש"פ וישב, כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  2. 28. ראה זח"ג קג, אב. קצא, ב. וראה לקו"ת ד"ה האזינו (השלישי) פ"ו. — הלשון יומא דאזיל כו' מצאתיו בע"ח שער כה דרוש ב'. פע"ח שער חה"ס פ"א. שער מאמרי רשב"י פ' יתרו, תרומה ואמור (וממ"ש שם יש להעיר למ"ש בלקו"ת שם. עיי"ש) ועוד (הערת כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ח ע' 144. וראה שם ע' 273).

מצוטט ב־25 עמודים

תורת מנחם 24
  1. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשי"ד. סה"ש תש"ח ע' 200
  2. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ויקהל-פקודי, פ' החודש, מבה"ח ניסן, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ח ס"ע 199
  3. טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשט"ז. סה"ש תש"ח ע' 200
  4. יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ח ע' 200
  5. יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ח ע' 200
  6. כה - שנת תשי"ט - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשי"ט. סה"ש תש"ח ע' 200
  7. כח - שנת תש"כ - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תש"כ. סה"ש תש"ח ע' 200
  8. ל - שנת תשכ"א - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"א סה"ש תש"ח ע' 204
  9. מא - שנת תשכ"ה - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 200
  10. מג - שנת תשכ"ה - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תזריע, פרשת החודש, ר"ח ניסן, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ח ע' 200
  11. לט - שנת תשכ"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ויקהל-פקודי, פ' פרה, מבה"ח ניסן, ה'תשכ"ד סה"ש תש"ח ע' 200
  12. לט - שנת תשכ"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ד סה"ש תש"ח ע' 200
  13. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח*, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ח ע' 200
  14. לג - שנת תשכ"ב - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ח ע' 199
  15. נב - שנת תשכ"ח - חלק שני ‹ שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ח ע' 200
  16. נד - שנת תשכ"ט - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ האזינו, י"ג תשרי, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 200
  17. נו - שנת תשכ"ט - חלק שלישי ‹ שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ט סה"ש תש"ח ע' 200
  18. נח - שנת תש"ל - חלק ראשון ‹ שיחת יום ה' פ' האזינו, וא"ו תשרי, ה'תש"ל סה"ש תש"ח ע' 200
  19. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תש"ל סה"ש תש"ח ע' 200
  20. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ ר"ד ליל א' דחג השבועות, בעת הסעודה, ה'תש"ל סה"ש תש"ח ס"ע 200
  21. סב - שנת תשל"א - חלק ראשון ‹ שיחת יום ג', וא"ו תשרי, ה'תשל"א סה"ש תש"ח ריש ע' 200
  22. סח - שנת תשל"ב - חלק שלישי ‹ שיחת יום א' דחג הפסח, ה'תשל"ב סה"ש תש"ח ע' 200
  23. סח - שנת תשל"ב - חלק שלישי ‹ שיחת יום ב' דחג הפסח, ה'תשל"ב סה"ש תש"ח ע' 200
  24. עב - שנת תשל"ג - חלק שלישי ‹ שיחת אחרון של פסח, ה'תשל"ג סה"ש תש"ח ע' 200
מאמרים מלוקטים 1
  1. חלק ג ‹ בס"ד. מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי, פ' החודש, כ"ה אדר ה'תשל"ט סה"ש תש"ח ע' 200