שמחת תורה תר"ץ

84שמחת תורה תר"ץ*

ניו יארק

מהדורא תנינא עם הוספות וביאורים1

א. אין דער עלית הנשמה פון רבינו הבעש"ט נ"ע בשנת תק"ז. איז ער געווען אין היכל המשיח, האָט מורנו הבעש"ט גיפרעגט באַ משיח'ן, אימתי קאתי מר, האָט משיח געענטפערט, לכשיפוצו2 מעיינותיך חוצה3.

שאלה ותשובה, איז דאָס אַ געוויסע השכלה און השגה געביידע, אין יעדער געביידע איז פאַראַן דער עצם הבנין, און דער תוך פון דעם בנין, וואָס אַזוי איז אויך אין דער השכלה געביידע, די שאלה איז דער בנין, אין שכל וועלט הייסט דאָס די השכלה, און די תשובה הייסט דער תוך, די בעלייכטונג פון דעם בנין, וואָס אין שכל וועלט הייסט דאָס די השגה, וואָס די ביידע — השכלה און השגה — שטאַרקן און בעלייכטען איינע די אַנדערע.

השכלה איז דער גרונדשטיין און דער וואָרצל פון השגה, און השגה איז די רעזידענץ פּאַלאַץ פון השכלה.

מיט דעם וועט מען פאַרשטיין די טיפקייט פון דעם מאמר החכם, שאלת חכם חצי תשובה, או שאלות החכמה חצי החכמה.

די צוויי נוסחאות א) שאלת חכם חצי תשובה4 — די פראַגע ווי אַ קלוגער פרעגט איז דער אופן פון דער פראַגע אַליין אַ האַלבער ענטפער. ב) שאלות החכמה חצי החכמה5 — די וויסענשאַפטליכע פראַגעס זיינען אַליין אַ האַלבער טייל פון וויסענשאַפט. —

איז דייטלעך קלאָר אַז די צוויי נוסחאות איז דאָס צוויי בעזונדערע השכלה אינהאַלטן, וואָס יעדע איינע פון זיי האָט אַ ברייטע פערשטאַנדיקע ערקלערונג מיט אַ געוויסע בעדייטונג, אָבער איצטער וועלען מיר זיך ניט פערטיפן אין דעם, מיר וועלין מער ניט ווי לערנען פירוש המלות.

אין דעם וואָרט אַז שאלת חכם חצי תשובה, איז פאַראַן אַ מעלה און אַ 85חסרון, די מעלה איז, וואָס עס איז אַ חצי תשובה, און דער חסרון איז, וואָס עס איז מער ניט ווי אַ חצי תשובה, אָבער דאָס בעווייזט אויף דער התאחדות פון השכלה והשגה, השכלה איז דער מקור האור דהשגה, און השגה בעלייכט די השכלה.

אַז דער בעש"ט נ"ע האָט געפרעגט משיח'ן, און משיח האָט געענטפערט, הייסט דאָס אַז אין דעם ענין פון ביאת המשיח, איז שאלת הבעש"ט נ"ע די השכלה, און תשובת משיח די השגה.

די השכלה איז, אימתי קאתי מר, ווען קומט משיח און די השגה, וואָס הייסט דער פאַרשטאַנד, איז לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, וואָס עס האָט אַ צווייענדיקע בעדייטונג, א) אַז עס וועלין זיך צושפּרייטן דיינע קוועלין אין דרויסן ב) און אַז דיינע דרויסנדיקע קוועלין וועלין זיך צושפּרייטען.

ווי געזאָגט, אַז אַ שאלה ותשובה, איז די שאלה דער בנין, און די תשובה איז די בעלייכטונג פון דעם בנין, איז דעם בעש"ט'ס נ"ע שאלה, די השכלה פון דעם בנין ביאת המשיח בב"א און די תשובה פון משיח'ן, די בעלייכטונג אין דעם בנין ביאת המשיח בב"א, דאָס מיינט דעם פאַרשטאַנד.

פאַרשטאַנד האָט אַ יסוד אויף וואָס ער איז געבויט, און אַ שרש פון וואַנען ער וואַקסט.

דער טייטש פון יסוד און שרש איז, אין יעדער זאַך איז פאַראַן דער גוף פון דער זאַך, ווי איידיל אַ גוף רוחני כמו סברת השכל, זאָל ניט זיין, איז דער חיות השכל איידעלער, יסוד איז דער גרונדלאַגע וואָס האַלט דעם גוף און שרש איז דער מקור פון דעם חיות.

אין שכל איז אויך פאַראַן אַ יסוד און אַ שרש דאָס הייסט, אַז אין יסודי השכל איז פאַראַן אויף צוויי אופנים, א) יסוד איז דער גרונד פון דעם שכל, דער יסוד איז נידעריקער, און דער פאַרשטאַנד איז העכער כמשל הבנין וואָס דער יסוד איז למטה והבנין על גבו. ב) שרש איז דער וואָרצעל פון דעם שכל, דאָס הייסט אַז דער יסוד איז העכער און דער פאַרשטאַנד איז נידעריקער.

ב. אונזער חסידות'שער פאַרשטאַנד איז געבויט אויף חסידות, דאָס הייסט אַז דער יסוד איז שכל עצמי, און דער שרש איז חיות אלקי גלוי, ניט דער טבע'דיקער אלקות.

אַלע אידן ווייסין מיט אַ הכרה עצמית, אַז הוי' אחד6. דער וואָרט אחד איז אַ ר"ת7, מיט צוויי אינהאַלטן אין דער בעדייטונג פון וואָרט אחד.

דער וואָרט אחד זאָגט אַרויס דעם מיין פון דעם אויבערשטנ'ס ב"ה איינצלהייט, אַז דער אויבערשטער ב"ה איז איינער.

אין חסידות פרעגט מען8, דער ריכטיקער אויסשפּראַך אויף בעצייכענען און בעטאָנען איינצלהייט איז דער וואָרט יחיד, און ניט אחד, דער וואָרט אחד בעטאָנט איינער, אָבער עס שליסט ניט אויס אַז מעהר איז ניטאָ, דער וואָרט אחד זאָגט אַז ער איז דער ערשטער, ווי עס שטעהט9 ויהי ערב ויהי בקר יום אחד, אָבער דער וואָרט יחיד 86בעצייכנט איינצלהייט, האָט מען דאָך גידאַרפט זאָגן הוי' יחיד, פאַר וואָס זאָגט מען הוי' אחד.

חסידות ערקלערט8 דעם אונטערשייד פון דער בעדייטונג וואָס מיינט דער וואָרט יחיד, צו דער בעדייטונג וואָס מיינט דער וואָרט אחד. יחיד איז איינציג און איינצלהייט, אָבער אחד איז פאַראיינציגט, דאָס הייסט אַז עס איז פאַראַן זאַכן וואָס זיי זעהען אויס אַז יעדע איז אַ זאַך פאַר זיך, און עס איז דאָ איין זאַך וואָס פאַראיינציגט זיי, כמו אלף אחד, טויזנד איינצלהייטן באַהעפטן זיך אין איינעם, וואָס ער בעהעפט די אַלע טויזנד אייצנלהייטן.

אָט דער אחד איז אַ אחד המנוי, אַ אחד וואָס ער קומט פון צאָהל, און ווערט בעצייכנט מיט צאָהל, דער אחד פון הוי' אחד איז אַ אחד המחבר וואָס בעהעפט אַלץ, וויילע אַלץ קומט פון אים, און דאָס איז דער טייטש הוי' אחד דער בעשעפער פון אַלץ און דער פאַראיינציקער פון אַלץ, אין קורצע ווערטער הייסט דאָס, ער איז אַלץ, אַלץ איז ער10.

דער אינהאַלט ער איז אַלץ, אַלץ איז ער, ווערט אָנגידייט אין דעם ראשי תיבות פון דעם וואָרט אחד, און בהיות ווי עס איז דאָך פערשידן דער אינהאַלט פון דעם וואָס "ער איז אַלץ" ביז דעם אינהאַלט פון דעם וואָס "אַלץ איז ער", דערפאַר איז אין דעם ר"ת פון דעם וואָרט ווערט געלייענט ישר והפוך.

די דריי אותיות פון דעם וואָרט אחד איז יעדער אות האָט אַ בעזונדער בעדייטונג7, דער אות אלף בעדייטעט אין סוף ב"ה אלופו של עולם — דער אומבעגרעניצטער, גילויבט איז ער, דער האַר פון אַלע וועזנהייט, דער אות ח' בעדייטעט, די ערד מיט די זיבן הימלען, דער אות ד' בעדייטעט, די פיר זייטן פון דער וועלט.

אחד, ער איז אַלץ, א' אין סוף ב"ה האָט בעשאַפן, ח' די ערד און די זיבן הימלען, ד' אויך די פיר זייטן פון דער וועלט.

אחד, אַלץ איז ער, ד' די פיר זייטן פון דער וועלט, ח' און די ערד מיט די זיבן הימלען זיינען בטל ומבוטל פאַר דעם א' אין סוף אלופו של עולם, און דערפאַר זאָגט מען הוי' אחד, און ניט הוי' יחיד, וויילע דער וואָרט אחד בעטאָנט דעם ענין האחדות, דאָס הייסט די געטליכקייט איז מלובש בלבוש הטבע, טבע'דיקע געטליכקייט.

ג. דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, און דער שרש החסידות איז חיות אלקי גלוי, דערפאַר איז חסידים פאַרשטייען אַ זאַך ריין קלאָהר, די עצם זאַך איז באמת, אָהן שפּאַקולן און אָהן אַ שלייער, נאָר דער חסידות'שער פאַרשטאַנד איז מיט ריינעם חסידות'ן שכל.

דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, און דער שרש החסידות איז חיות אלקי, וואָס יסוד איז דער גרונד אויף וואָס די זאַך האַלט זיך, איז דאָך דער יסוד אונטער דער זאַך, וועלכע שטייט אויף אים, און שרש איז דער וואָרצעל פון וואַנען די זאַך וואַקסט, איז דער שרש העכער פון דעם, וואָס עס קומט פון דעם אַרויס.

87דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, אין שכל איז פאַראַן פערשידענע שכלים, עס איז פאַראַן שכל אנושי, מענשליכער שכל און עס איז פאַראַן שכל אלקי, געטליכער שכל. שכל אנושי איז אַ שכל הנקנה, און שכל אלקי איז אַ שכל עצמי, וואָס דער מציאות המהות פון שכל עצמי איז גאָר אַ אַנדער מהות מציאות פון שכל אנושי.

זייענדיג מיט דעם טאַטען, פורים תרס"ג11, אין וויען (עסטרייך)12 האָט דער טאַטע גערעדט ביים טיש וועגען לימוד התורה לשמה, לשם התורה, מען ווערט פאַראיינציגט מיט דער תורה, ביז ער — דער לערנער און די תורה — ווערען איין זאַך, זיין סגנון הלשון ווערט אַ תורה לשון און זיין שכל ווערט אַ תורה שכל.

דער זיידע13 האָט דערציילט דעם טאַטען14 אַז צו בר מצוה האָט אים זיין זיידע15 געזאָגט, אַז מען בעדאַרף לערנען תורה לשמה, וואָס די הכנה צו דעם איז, קלאָר זיין בבלי וירושלמי, תוספתא ספרא וספרי, ווי דער רמב"ם איז קלאָר געווען16.

דער לובלינער גאון17 האָט מיר דערציילט18 אַז ווען ער איז געקומען קיין ליובאַוויטש צום זיידן13 אין יאָר תרי"ד — באַ דעם לובלינער איז געווען אַ סדר, אַז ווען ער פלעגט קומען קיין ליובאַוויטש פלעגט ער בריינגען אַ ענין אין לערנען, אין וועלכן ער פלעגט זיך מפלפל זיין מיט'ן זיידען — האָט ער געבראַכט אַ טיפן פלפול מיט אַ סך חידושים.

קומענדיג אין ליובאַוויטש האָט ער איבערגעטראַכט דעם פלפול מיט די חדושי תורה און איז געווען זייער צופרידען, וויסענדיג אַז מיט דעם וועט ער פאַרשאַפען דעם זיידען אַ גרויסן נחת רוח, און באַ אַ חסיד איז דאָך איינע פון די גרעסטע זאַכען, ווען מען קען גורם זיין אַ נחת רוח דעם רבי'ן, וואָרום אַ חסיד ווייסט אַז עלמא עילאה כגוונא דעלמא תתאה19, דער וואָס איז מקושר 88צום רבי'ן בעלמא תתאה איז ער זוכה צו זיין מקושר צום רבי'ן בעלמא עילאה, און זיין נעבען רבי'ן בעלמא עילאה איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש.

ווען איך בין אַריין געגאַנגען צום רבי'ן — האָט דערציילט דער לובלינער — און מיר האָבען אָנגיהויבען צו ריידן אין לערנען און איך האָב פאָרגעלייגט מיין פלפול, האָט דער רבי אַ שמייכל געטאָן, און האָט מיר געזאָגט אַז איך זאָל זאָגען מיינע חדושי תורה, איך בין געווען זייער צופרידען, זעהענדיג ווי דער רבי הערט די תורה וואָס איך האָב געזאָגט.

ווען איך האָב אָפּגעזאָגט, זאָגט מיר דער רבי, עס איז גוטע תורה מיט גאָר פיינע סברות, נאָר די נקודה פעלט, ד.ה. אַז דער יסוד פון דער הנחה וואָס איך האָב מחדש געווען איז ניט אמת, און דער רבי זאָגט מיר אַז עס איז דאָ אַ משנה מפורשת פאַרקערט פון דער הנחה.

איך בין אַזויפיל צורודערט געוואָרען, דערציילט דער לובלינער, אַז איך האָב געפרעגט, רבי, אין וועלכן סדר, אין קדשים — האָט מיר דער רבי געענטפערט, איך האָב איבערגעטראַכט און זאָג, רבי איך ווייס ניט, אפשר וועט איר מיר זאָגען אין וועלכער מסכת, אין בכורות19 — האָט מיר דער רבי געענטפערט, איך האָב איבערגעטראַכט די מסכת בכורות און האָב ניט געפונען, ביז דער רבי האָט מיר אָנגיהויבן זאָגן דעם לשון המשנה און האָט אנגעהויבן מפרש זיין, האָב איך זיך געכאַפּט מיין טעות, דאַמאָלסט — האָט געזאָגט דער לובלינער — האָב איך געזעהען און געפיהלט וואָס הייסט לימוד התורה לשמה.

ד. איהר — האָט דער טאַטע געזאָגט צו די מסובים, פון וועלכע אַ גרויסער טייל זיינען געווען פּוילישע און אונגאַרישע20 — ווייסט ניט ווער איז געווען דער לובלינער, דער לובלינער איז געווען אַ גאון, אַז מיט דורות פריהער וואָלט מען אים אויך געהאַלטען פאַר אַ גאון, און דער גאון האָט געלייגט אַ הנחה שכלית אין אַ תורה שכל און האָט אַ טעות געהאַט.

דער טעות פון לובלינער גאון איז אַ טעות אין דער נקודה, די סברות זיינען געווען גוטע, נאָר אין דער נקודת ההנחה האָט ער אַ טעות געהאַט, און הגם אין דער נקודת ההנחה האָט ער אַ טעות געהאַט, אָבער די סברות השכל זיינען געווען גוטע פיינע סברות.

די עדות פון זיידען אַז די סברות זיינען געווען פיינע איז גענוג, דער זיידע איז געווען דער אמת'ער מבין וואָס הייסט סברות שכלים, דאָס זעט מען אין זיינע תשובות, אין די הוספות והגהות אויף די מאמרים פון תו"א און לקו"ת20 און אויך אין די הונדערטער מאמרים, וועלכע זיינען נאָך בכתביד.

איינמאָל זייענדיג ביים טאַטען21 ביחידות, האָט דער טאַטע דערמאָנט דעם רבי'ן15 און האָט געזאָגט, אַז דער 89רבי איז געווען אַ עצמי22, און האָט גלייך פערטייטשט וואָס איז דאָס אַ עצמי, אַ עצמי איז אַ שכלי, וואָס זיין שכל איז אַ שכל עצמי, אין שכל אלקי גופא איז פאַראַן כמה חלוקי דרגות, למשל, אין חכמת התורה, וואָס דאָס איז דאָך שכל אלקי, איז אין דעם פאַראַן חלוקי מדריגות, לבד זאת וואָס אין שכל איז פאַראַן קטנות וגדלות, קליין און גרויס, אַ קליינער שכל און אַ גרויסער שכל, און עס איז פאַראַן חכמה און שטות, אַ קלוגער שכל און אַ נאַרישער שכל, איז אַ חוץ דעם זיינען פאַראַן חלוקי דרגות פון בעלי השכלה און בעלי השגה אין חכמת התורה, וואָס דאָס איז שכל אלקי.

דער טאַטע21 האָט מיר יעמאָלט מסביר געווען דעם ענין פון חלוקי דרגות אין שכל אלקי על דרך די ג' חלוקים אין אמת, אין אמת זיינען פאַראַן דריי דרגות כוללים23: א) שפת אמת24, ב) אמת, ג) אמת לאמתו25. אַלע דריי דרגות זיינען אמת, פונדעסטוועגן איז דער אמת פון דער מדריגה שפת אמת ניט דער אמת ווי אין דער מדריגה פון אמת עצמה, און דער אמת פון דער מדריגה פון אמת עצמה, איז ניט דער אמת פון דער מדריגה אמת לאמתו.

די דריי דרגות אין אמת, האָט געזאָגט דער טאַטע, זיינען דריי וועלטן מיט כמה וכמה מדרגות חלוקות זה מזה, וואָס בכללות איז דאָס אין ספירות די ג' ענינים, חב"ד חג"ת נה"י, און אין עולמות איז דאָס אצי' בריאה יצירה.

ה. פאַר די וואָס לערנען אונזערע25 חסידות — האָט געזאָגט דער טאַטע26 — איז איבעריג מבאר צו זיין, אַז חב"ד חג"ת נה"י און אצילות בריאה יצירה, איז אין עולמות דער עולם האצילות, און אין ספירות די ג' ספירות חב"ד, זיינען די מדרגה פון אמת לאמתו. דער עולם הבריאה און די ג' ספי' חג"ת, זיינען די מדרגה פון אמת, און דער עולם היצי' און די ג' ספי' נה"י זיינען די מדרגה פון שפת אמת.

אָבער פאַר אַנדערע חסידים, אויך פאַר אונזערע חסידים, וועלכע לערנען קיין חסידות ניט — הגם אויב מען לערנט קיין חסידות ניט מיט וואָס זיינען זיי אונזערע חסידים, דאָס איז אַ ענין פאַר זיך, אָבער עס זיינען פאַראַן אַזעלכע, וועלכע לערנען ניט קיין חסידות און זיי זיינען אויך אונזערע, וואָס מיר מוזען פאַר זיי זאָרגען ביחוד, דאָס וואָס איך זאָג ביחוד, ווייל באמת דאַרף דאָך באַ אידען ניט זיין קיין חלוקים, מען דאַרף זאָרגען פאַר אַלע אידען, אָבער מכל מקום זיינען פאַראַן חלוקים, ווי עס איז ע"פ תורה. — דאַרף מען יאָ געבען צו פאַרשטיין.

מיט חסידות דאַרף מען זיך ניט אָנוואַרפען און אָנשלאָגען. דער רבי האָט געזאָגט, אַז מיט דריי זאַכען דאַרף 90מען זיך ניט אָנשלאָגען, מיט אַ שדוך, מיט אַ עצה און מיט אַ גמילות חסד, נאָר מצד אהבת ישראל דאַרף מען לייגען די גרעסטע השתדלות אין אַלע זאַכען, אַז יענעם זאָל ווערען בעסער.

אמת, מיט חסידות דאַרף מען זיך ניט אָנשלאָגן אָבער אַרויסהענגען אַ שילד, דאַרף מען. יענער דאַרף זעהען וואָס פאַר אַ סחורה עס איז דאָ, און אַז יענער זעט די סחורה, קען באַ אים ווערן אַ חשק, נאָר היות עס איז פאַראַן סחורה וואָס ניט יעדער ווער עס זעט זי פאַרשטייט די גוטסקייט, דאַרף מען געבן צו פאַרשטיין.

אין אמת זיינען פאַראַן דריי דרגות, אמת לאמיתו, אמת און שפת אמת. אַלע פאַרשטייען אַז די העכסטע מדרגה איז אמת לאמתו און די נידעריגסטע איז שפת אמת, אָבער ניט אַלע פאַרשטייען ווי אמת קען זיך טיילען אין חלקים, און מיט וואָס זיינען די מדריגות אין אמת אָפּגעטיילט איינע פון דער צווייטע.

די נידעריגסטע דרגא פון אמת וואָס הייסט שפת אמת איז העכער ווי די העכסטע און איידעלסטע מדריגה פון מציאות. כל מציאות וועלכע זאָל ניט זיין האָט ניט קיין קיום עצמי, און די נידעריגסטע מדרגה פון אמת — שפת אמת — האָט אַ קיום עצמי, ווי עס שטייט (משלי י"ב י"ט) שפת אמת תכון לעד, טייטשט רש"י, תתבסס ותתקיים ד. ה. אַז מזמן לזמן ווערט דאָס בעסער און שטאַרקער.

ו. אמת איז אַ מדרגה, וועלכע איז העכער פון דער מדרגה פון שפת אמת. פאַר מדת האמת איז משה רבינו איבערראַשט גיוואָרן. עס שטייט (שמות ל"ד ח') וימהר משה ויקוד ארצה וישתחו, פרעגט די גמרא (סנהדרין דקי"א א') מה ראה משה — די גמרא איז אַ ביסעל מוקשה, וואָס איז די פראַגע, וואָס האָט משה געזעהען.

די קשיא אויף דער גמרא'ס פראַגע איז, וואָס עפּעס דוקא אין דעם ענין פרעגט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען, אַז משה האָט געזעהען דעם סנה, און דער אויבערשטער דערציילט די גרויסע פאַרוואונדערונג פון משה רבינו, בשעת ער האָט דערזעהען דעם סנה ווי ער ברענט אין אַ פלאַם פייער און ווערט ניט פאַרברענט, פונדעסטוועגען פרעגט ניט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען.

אויך אין פאַרשידענע זמנים ווי קי"ס, מ"ת, הקמת המשכן, פרעגט ניט די גמרא, וואָס האָט משה געזעהען, נאָר באַ דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים, אָט דאָ פרעגט די גמרא, וואָס האָט משה געזעהן.

איך ווייס, מען וועט מיר ענטפערן אַז ע"פ פשוט, ווייל דאָ שטייט וימהר משה וגו' משה האָט געאיילט, פרעגט די גמרא וואָס פאַר אַ זאַך האָט ער געזעהען צוליעב וועלכער ער האָט געאיילט און ויקד ארצה וישתחו, אָבער דעם פשט אַליין דאַרף מען פאַרשטיין, און חסידות גיט דאָס צו פאַרשטיין.

משה רבינו איז אין דער מדרגה פון חכמה דאצילות. אין זהר27 אויפן פסוק28 ויהי אור שטייט, דא חכמה, חכמה איז אור ליכטיקייט, ווען עס איז ליכטיג זעהט זיך יעדער זאַך ריין קלאָר, בשעת מען זעט אַ זאַך קלאָר, ד.ה. ווען מען 91ווייס און מען פאַרשטייט דאָס וואָס מען זעט, יעמאָלט איז מען במנוחה און במתינות, אָבער ווען מען איז אייליג, איז דאָס אַ הוראה אַז מען איז אין התפעלות.

משה רבינו באַ אַלע גרעסטע פּאַסירונגען איז ער געבליבען רוהיג, נאָר באַ דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים, איז ער געוואָרען אייליג, דאָס וואונדערט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען, וואָס האָט אים געבראַכט צו דעם וימהר משה ויקד וישתחו.

ז. אַלע ווייסען אַז עס איז פאַראַן אַ גרויסער אונטערשייד צווישען קידה און השתחוי'. עס זיינען פאַראַן דריי אופנים29: א) קידה, בויגען זיך. ב) כריעה, קניען. ג) השתחואה, בוקען זיך. וואָס די דריי אופנים, הגם זיי זיינען איין און די זעלבע זאַך, וואָס בעווייזט אויף דעם ענין הביטול, נאָר אין ביטול גופא זיינען פאַראַן דרגות, וואָס יעדער דרגא האָט אַ שיעור המוגבל.

עס איז נויטיג צו זאָגען, אַז יעדער פועל וואָס מען טוט קומט דאָך ע"פ הכרח חיוב שכלי, ד. ה. אַז יעדער פועל האָט אַ טעם פאַר וואָס עס איז אַזאַ פועל, איז במילא מובן, אַז יעדער שעור אין ביטול האָט אַ טעם מיוחד, וואָס דער טעם איז דער הכרח שכלי פון דעם ביטול.

די דריי אופני ביטול, איז קידה הייסט הרכנת הראש, איינבויגן די קאָפּ, וואָרום בכלל זיינען אַלע מדרגות ביטול ניכר אין דעם הרכנת הראש. ביטול הייסט אַוועק לייג. באַ אַ מענטשן איז דער ענין פון אַוועק לייג ניכר נאָר אין קאָפּ, און דאָ זיינען פאַראַן די שיעורים אין די אופני הביטול.

דער אופן הא' אין ביטול איז קידה, וואָס אין דעם ביטול פון קידה איז דער גוף האדם בלייבט במקומו, עס איז מער ניט, וואָס ער בויגט איין די קאָפּ. דער אופן הב' אין ביטול איז כריעה, אין דעם פאַל ביטול איז הגם דער מענטש בלייבט על עמדו, אָבער דער גאַנצער קומת האדם ווערט נידעריגער, ווייל ער שטעלט זיך אויף די קני, איז הגם דער אופן הביטול איז גרעסער פון דעם אופן הא', מכל מקום איז אין דעם אופן הביטול אויך ניכר דער הפרש פון ראש און רגל. דער אופן הג' אין ביטול איז השתחואה בפישוט ידים ורגלים, וואָס דאָס איז דער העכסטער פאַל ביטול, אַז ראש ורגל זיינען גלייך.

ווען משה רבינו האָט דעזעהען דעם גילוי פון יגמה"ר, איז ער נתבטל געוואָרען אין דעם העכסטען אופן ביטול, השתחואה, דערפאַר פרעגט די גמרא, וואָס האָט משה דערזעהען.

אויף דער פראַגע, וואָס האָט משה דערזעהען ברענגט די גמרא צוויי תשובות, וועלכע זיינען צוויי דעות. ר' חנינא בן גמלא אמר ארך אפים ראה, ורבנן אמרי אמת ראה. ווען משה רבינו האָט דערזעהען מדת האמת איז ער נתבטל געוואָרען אין דעם העכסטן פאַל ביטול — דער ביטול פון השתחואה.

ח. דאָס אַלץ איז די צווייטע מדרגה אין אמת, אָבער די דריטע מדרגה אין אמת איז ניטאָ קיין ווערטער מיט וואָס דאָס מסביר זיין ד. ה. אַז דער ענין פון אמת לאמתו איז פון די ענינים וואָס בלייבען אין הגיון הלב, און גיבען זיך ניט אין קיין ווערטער.

92אָבער אויך די טיפסטע ענינים וואָס גיבען זיך ניט אין ווערטער, וויל חסידות אַז מען זאָל אין דעם האָבען אַ שכל'דיקן בעגריף, און דאָס איז וואָס דער טאַטע21 האָט מיר גיזאָגט אין עטלעכע קורצע ווערטער, אַז די דריי חלוקים אין אמת, איז אין ספירות איז דאָס חב"ד חג"ת נה"י, און אין עולמות איז דאָס אצילות בריאה יצירה.

מיט דעם ביאור פון ספירות האָב איך געדאַרפט פאַרשטיין די ג' חלוקי דרגות אין אמת, וואָס די צוויי מדרגות שפת אמת און אמת האָט מען זיך געדאַרפט אַ סך האָרעווען, אָבער סוף כל סוף צו עפעס אַ ידיעה צוגעקומען, אָבער אַז עס איז געקומען צו דער מדריגה הג' פאַרשטיין וואָס איז דער ענין פון אמת לאמתו, האָט דער האָרעווען אויך ניט געהאָלפען.

דער העדר הידיעה פון דעם ענין האָט מיך אַזוי טיף פאַראַרט, אַז איך האָב מחליט געווען גיין צום טאַטען21 אויף יחידות, און איך האָב שוין פאַר זיך מסדר געווען די שאלות, שפּעט אין אָווענד איז צו מיר אַריינגעגאַנגען הרי"ם30. איך האָב געזעהען אַז ער איז זייער צוטראָגען. ווען מיר האָבען זיך צורעדט זאָגט מיר הרי"ם, אַז ער איז היינט געווען אויף יחידות האָט ער גערעדט, אַז ער וויל ניט לערנען און וויל ניט טאָן אין עבודה, ווייל ער פאַרשטייט ניט, האָט אים דער טאַטע געענטפערט, וואָס מאָנסטו באַ מיר, מאָן באַ זיך, ווען דו וועסט באַ זיך מאָנען וועסטו אָנהויבען פאַרשטיין.

הערענדיג דעם ענטפער, אַז מען וועט מאָנען וועט מען פאַרשטיין, האָט עס מיר געגעבען אַ נייעם מוט אויף אָנהויבען ווייטער האָרעווען אין דעם ביאור ענין פון אמת לאמיתו. נאָך גאָר אַ גרויסער יגיעה האָט מיר השי"ת געגעבען אַ מתנה טובה אין דעם הבנת הענין. דער מקור החיים פון דער הבנה איז באַ מיר געווען אין דעם ענין פון נקודה בהיכלא. היכלא איז בינה וואָס דאָס איז השגה, און נקודה איז חכמה וואָס דאָס איז השכלה.

ט. השכלה און השגה זיינען ביידע אמת, אָבער זיי זיינען צוויי באַזונדערע זאַכען. השכלה איז אמת פאַר זיך און השגה איז אמת פאַר זיך. עס קען זיין אַז איינער זאָל זיין אַ בעל השכלה און ניט קיין בעל השגה, ווי מיר זעהען במוחש אַז איינער קען אויפטאָן אַ המצאה שכלית און ער אַליין זאָל ניט בעגרייפען די טיפע שכל'דיגע ברייטקייט פון דער המצאה, און עס איז פאַראַן דער וואָס איז אַ בעל השגה און ניט קיין בעל המצאה. דער טעם הדבר איז, ווייל השכלה און השגה זיינען צוויי בעזונדערע גילוים פון צוויי בעזונדערע כחות, וואָס יעדער כח האָט זיך אַ באַזונדער מקור.

השכלה און השגה זיינען גילויים פון די כחות חכמה און בינה. השכלה איז אַ גילוי פון כח החכמה און השגה איז אַ גילוי פון כח הבינה, וואָס די כחות פון חכמה ובינה האָבען בעזונדערע מקורים31. הגם חכמה ובינה איז ביידענס 93שורש פון כח המשכיל, איז דער ענין אין דעם, אַז אין כח המשכיל גופא האָבען זיי בעזונדערע מקורים.

פון דעם וואָס מיר זעהען אַז עס איז דאָ אַ בעל השכלה, וועלכער איז ניט קיין בעל השגה און עס איז דאָ אַ בעל השגה וועלכער איז ניט קיין בעל המצאה, פאַרשטייען מיר צוויי זאַכען: א) אַז אַזוי איז אין די כחות אַליין, אַז יעדער פון זיי איז אַ דבר שלם פאַר זיך און עס פעלט אים ניט די שלימות פון דעם צווייטען. ב) אַז אין יעדער איינעם פון זיי מוז זיין עפּעס אַ זאַך וואָס האָט אַ עהנליכקייט צו דער צווייטער זאַך, וואָס מיט דעם פאַרבייט דאָס די צווייטע זאַך.

און דאָס — די ביידע זאַכען — איז דער טעם פאַר וואָס עס קען זיין אַז די הנחה זאָל זיין פאַלש און די השגה זאָל זיין זייער אַ ברייטע און אַ רייכע אין טיפע סברות שכלים, ווייל די השכלה געהערט ניט צו דער השגה, באַ אים האָט עס זיך בטעות צוזאַמען געטראָפען. דער טעות האָט פאַרשידענע סבות, אָבער דער פועל יוצא איז, אַז די השכלה וואָס דאָס איז די הנחה איז אַ פאַלשע, און די התרחבות ההשגה איז זייער אַ גוטע מיט פיינע סברות שכלים.

די אַלע אופני הטעות אין דעם צוזאַמענטרעפן פון השכלה און השגה, איז נאָר שייך אין די מדרגות פון שפת אמת און אמת, אָבער אין דער מדרגה פון אמת לאמיתו וואָס דאָס איז שכל עצמי, אין דער מדרגה, איז ניטאָ קיין טעותים. אין שכל עצמי קען זייער אָפט זיין אַז מצד די העכסט דקות ההשכלה איז די השגה ניט ביכולת מבאר זיין די נקודת ההשכלה, אָבער עס זאָל זיין אַ טעות אין דער שייכות ההשכלה וההשגה דאָס קען ניט זיין.

פון דעם אַלעם וואָס עס איז ביז אַהער גערעדט געוואָרען איז, אַז די מדרגה פון אמת לאמיתו איז די העכסטע מדרגה אין דעם שכל עצמי פון שכל אלקי, איז הגם דאָס איז דאָך אַ בנין שכלי מכל מקום איז דער בנין שכלי ניט בדומה כלל צו דעם בנין פון שכל אנושי, אויך אפילו די נידעריגסטע מדרגה פון שכל אלקי וואָס דאָס איז שפת אמת, איז אויך גאָר אַ אַנדערער מהות המציאות ווי שכל אנושי.

י. פיל מאָל איז ב"ה אויסגיקומען צו הערן פון טאַטען26 אין די שיחות הקדש וואָס ער האָט גערעדט אין מעלת תורת החסידות, און מיט אַ באַזונדער פּנים מאירות און פּנים מסבירות פלעגט ער זאָגען זייער בעשיידען און גוט הערציג אונזערע חסידות, די חסידות וואָס השכלה איז עבודה און עבודה איז השכלה.

מיט גאָר אַ בעזונדער געהויבענער שטימונג פלעגט דער טאַטע26 אַרויסזאָגן אַ שבח להשי"ת פאַר דער התגלות תורת החסידות בכלל און חסידות חב"ד בפרט.

ווינטער תרס"ז איז דער טאַטע געווען אין דער שטאָט ווירצבורג (בייערען)32 כ"ד טבת33 איז אויסגעקומען יום ה' וארא, יעמאָלט איז געקומען החסיד ר' צבי שי' גורארי'34 און דער טאַטע האָט געזאָגט חסידות35. נאָך דעם 94חסידות זאָגט דער טאַטע36 עס איז דאָ אַ מאמר העולם, ווען מען דערמאָנט דעם, וועלכער איז שוין אויפן עולם האמת, אַ ליכטיקן גן עדן זאָל ער האָבען.

אַ ליכטיקן גן עדן — האָט געזאָגט דער טאַטע — זאָל דער רבי37 האָבען, וואָס ער האָט אונז געעפענט די אויגן און ליכטיג געמאַכט אין די קעפּ און אין די הערצער מיט דער התגלות תורת החסידות.

הערענדיג די עטליכע ווערטער, וועלכע דער טאַטע האָט געזאָגט מיט אַזאַ הייליגע פנימיות'דיקע התלהבות, האָט זיך מיר יעמאָלט דערמאָנט דער מדרש אין שיר השירים פרשה ה' אויף דעם פסוק37 באתי לגני וואָס ער זאָגט דאָרטען אין דעם ענין פון גילוי שכינה למטה דורך די זיבען צדיקים, זיבען דורות, אברהם יצחק יעקב לוי קהת עמרם ומשה.

אונז איז ב"ה גוט, די זיבען דורות, די זיבען נשיאי עולם פון מורנו הבעש"ט ביז דעם טאַטען ועד בכלל, האָבען אונז געעפענט די שערי ההיכלות פון חב"ד, יעדער רבי אין זיין דור, און דער טאַטע מיט זיינע פינף און פערציג יאָר יגיעה אין חסידות האָבען אונז געגעבען די בעסטע ערקלערונג אויף די טיפסטע ענינים פון השכלה.

דער טאַטע אַלט זייענדיק קנאַפּע ניינצן יאָר, האָט אויף צו פאַרשטיין דעם ענין פון שכל עצמי, אין דער מדרגה השלישית אמת לאמתו, געהאָרעוועט מיט בלוטיגע שווייס — מיט אַזאַ נוסח האָט ער מיר געזאָגט — אָבער די שווערע בלוטיגע יגיעה האָט גיבראַכט דעם תועלת הנרצה אין בערך דרייסיג יאָר אַרום — זומער תרס"ח אין מאַריענבאַד38 — רעדט ער מיט מיר — גייענדיג שפּאַצירען — אין דעם זעלבען ענין פון שכל עצמי מיט ברייטען הסבר און ביאור ווי אין גאָר אַ ענין מוחשי, ווייל דורך דער צייט איז ב"ה תורת החסידות נתבאר ונתרחב גיוואָרען מיט ביאורים והסברים ארוכים אין יעדער ענין.

פון יענער צייט — תרל"ט תר"מ בערך — איז דורכגעגאַנגען מעהר פון פופציג יאָהר, אין דעם יובל איז, תהלה לאל, תורת החסידות נתבאר ונתרחב געוואָרען, אַז עס גיט אונז די מעגליכקייט, אַז מיר זאָלען דאָס אויך קענען פאַרשטיין.

יא. די פערציג יאָהריקע תקופה פון תר"מ ביז תר"פ איז פאַראייביגט אין דער חסידות'ער וועלט אַלעס איינע פון די הצלחה'דיקע תקופות אין התרחבות תורת החסידות.

איבער דער תקופה איז פאַראַן זייער 95אַ פולע וואָס צו ריידן, עס איז איינע פון די וויכטיגסטע טיילן אין דעם דברי ימי החסידות, אָבער ניט דאָ איז די מעגלעכקייט דאָס גענוי אַרומריידן.

די תקופה האָט בעזונדער חשיבות'דיקע מאָמענטען, אַז אויך אין דעם דברי הימים און תולדות החסידות איז דאָס קובע מקום לעצמו, נאָר צוליב דעם ענין וואָס מי רעדט איצטער, וועט מען קורץ בערירן אייניגע פרטים פון דער תקופה.

ווינטער תער"ב איז דער טאַטע גיווען אין מענטאָן39. פאַר די ערשטע עטליכע וואָכען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט אין מענטאָן, האָט ער זיך גוט אויסגירוהט, און זיין גיזונד צושטאַנד האָט זיך בעדייטענד פאַרבעסערט.

בעגלייטענדיק דעם טאַטען אין דער נסיעה, פון ליובאַוויטש ביז וואַרשא, האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, אַז ער האָפט, זייענדיג אין מענטאָן וועט ער האָבען די גענוגנדע צייט אויף אַרומטראַכטען אַ טיפען נייעם ענין אין חסידות40.

די גאַנצע חסידות'ע משכיל'שע וועלט האָט דעם טאַטען בעצייכנט אַלעס דעם גאון אין השכלה פון חסידות.

החסיד מורי הרשב"ץ נ"ע41 האָט גירופען דעם טאַטען, דער רמב"ם פון חסידות42, וויילע יעדער ענין איז באַ דעם טאַטען אַ הלכה קבועה ומסודרה מיט דעם גאַנצען הסבר פון דעם ענין, דבר דבר על אופנו.

יעדער איינצלטער מאמר חסידות איז באַ דעם טאַטען אַ מעין פון ים החכמה, אַ מסכת שלמה.

זומער תרנ"ח זייענדיג אין דאַטשע באָליווקע פלעג איך פון דעם טאַטנס פאַרטראַכטקייט זיין איבערראַשט.

יעמאָלט פלעגט דער טאַטע אָפט בלייבן זיצן אין גאָרטן, פערטיפט אין מחשבות אייניגע שעות.

ווי ער האָט מיר נאָכדעם דערציילט, איז יעמאָלט בשעת ער איז גיזעסן אין גאָרטן האָט ער אַרומגיטראַכט דעם מאמר, יום טוב של ראש השנה מיט אַלע 96המשכים וואָס ער האָט גיזאָגט בר"ה תרנ"ט ביז פרשת וירא43.

יעדער מאמר חסידות וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט, יעדער מאמר חסידות, וואָס דער טאַטע האָט געשריבען, איז דאָס באַ דעם טאַטן גיווען אַ גיוויסע איבערלעבונג.

זיייענדיג אין די קינדער יאָהרען תרמ"טנ"א האָב איך גיהאַט אַ טבע ליב צו האָבן קוקן ווי דער טאַטע פלעגט זיצן באַ זיך אין חדר, אָדער באַ דעם זיידן אין אהל, אַ טיף פאַרטראַכטער, און דעם טאַטנ'ס פאַרטראַכטקייט פלעגט מיך בעצויבערן.

יב. דעם ערשטן זמן וואָס מורי הרשב"ץ נ"ע איז גיקומען אין ליובאַוויטש — חורף תרנ"ד44 — האָבן כבוד דודיי הרמ"מ שי'45 ומחות' הר"מ שי'46 גימאַכט אַ סדר, אַז אייניגע מאָהל אין וואָך זאָלן זיי לערנען באַ מורי הרשב"ץ נ"ע חסידות.

דער יאָהר תרנ"ד איז אַ גיבענטשטער יאָהר אין חסידות47, כמעט אַז אַלע שבתים פון יאָהר, ד. ה. פון ראש השנה ביז שבת פרשת בהעלותך48, ווען דער טאַטע פאָהרט אָפּ אויף קוראַציע אין אָדעס אויפן לימאן49, איז יעדן שבת האָט דער טאַטע גיזאָגט אַ מאמר חסידות50.

דעם מאמר, וואָס דער טאַטע פלעגט זאָגען פרייטאָג פאַר קבלת שבת, איז אַ חוץ דעם וואָס ער פלעגט איבער גירעדט ווערן פון דעם חוזר, הרב ר' אהרן ז"ל51 פאַר די אורחים וואָס פלעגן 97קומען אויף שבת, פלעגט דער מאמר ווערן איבער גירעדט פון דער היפּשער — כ"י — צאָהל יושבים52, וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש.

דער סדר איז גיווען, אַז מאָנטאָג פלעגט שוין זיין דער כתב, די יושבים האָבן דעם מאמר גילערנט בעיון, און באַ עלטערע חסידים — ווי מורי הרשב"ץ41, החסיד ר' חנוך הענדל53, החסיד ר' שמואל ברוך מווארשא54, החסיד ר' אבא מצאשניק55, החסיד ר' ניסן56 — וואָס זיינען יעמאָלט גיווען אין ליובאַוויטש. איז דער תוכן פון דער שבת'דיקער חסידות גיווען דער נושא הדיבור פון דער וואָך.

אין יענער צייט — חורף תרנ"ד — האָבען כבוד דודיי הרמ"מ שי'45, והר"מ שי'46 זיך שטאַרק פאַרנומען מיט דעם לימוד החסידות, און דאָס האָט שטאַרק גיווירקט אויף עטלעכע יונגע לייט, גרויסע בעלי כשרונות, וואָס זיינען גיוואָרן משכילים אין וועלטישער וויסענשאַפט און אָפּגעווייטערט זיך פון חסידות, און דורך דער קביעות פון לערנען חסידות האָבן זיי זיך דערנעהנט.

החסיד מורי הרשב"ץ נ"ע האָט גיהאַט אַ באַזונדער חוש אין קאָנען מבאר און מסביר זיין אַ חסידות'ן וואָרט, צו יעדער ענין האָט ער גיהאַט אַ משל, און יעדער זאַך פלעגט באַ אים אַרויסקומען קלוג און שאַרף.

יג. פון צייט צו צייט פלעגן כבוד דודיי הרמ"מ שי' והר"מ שי' זיין באַ דעם טאַטן, פרעגן און ריידן פערשידענע זאַכן פון דעם וואָס זיי האָבן יעמאָלט גילערנט, אָפטמאָהל פלעגט אַזאַ שמועס דויערן אַ שיינע פּאָר שעה.

גיוויינלעך פלעגן די שמועסן פאָרקומען אין די אָוונט שעות, ווען באַ מיר איז שוין גיווען נאָך דער צייט וואָס איך האָב גילערנט בא מורי החסיד רשב"ץ נ"ע, און אָפט פלעג איך ביי זיין באַ די שמועסן.

אין איינעם פון אַזלכע שמועסן האָט דער טאַטע מבאר גיווען דעם ענין פון השכלה השגה הרגשה — פיהלען — און הכרה.

איצטער אַז עס איז ב"ה דורכגיגאַנגען מעהר ווי פערציג יאָהר און די אַלע ענינים זיינען ב"ה ברייט אַרומגירעדט גיוואָרן אין פיל מאמרים, זיינען אויך די ענינים פאַררעכנט אין די ענינים חשובים בתורת החסידות, און בפרט יעמאָלט, ווען אין די אַלע ענינים 98פלעגט מען אפילו אין חסידות זעלטן ריידן, און מכל שכן אין אַ גאָר גיוויינלעכן שמועס, איז דאָס גיווען איינע פון די גרעסטע זאַכן.

דעם ענין פון השכלה און השגה מיט דעם ברייטן ביאור פון אַ בעל המצאה און אַ בעל הסברה, וואָס דער טאַטע האָט מבאר גיווען האָבן זיי גוט פאַרשטאַנען, אָבער דעם ענין פון הרגשה — גיפיהל — און הכרה, האָבן זיי גאַנץ שוואַך פאַרשטאַנען, און דער ביאור האָט גינומען היפּש צייט.

ענדלעך האָט דער טאַטע ערקלערט, אַז די ריכטיגע השגה קומט דאָך אין דער העמקת הדעת פון דער נקודת התמצית57 ביז מי קומט צו צו דעם אמת'ן תכלית פון השגה, וואָס דער אמת'ער תכלית פון השגה איז, ווי דער מאמר הידוע58: תכלית הידיעה שלא נודע.

אין דער השגה, הגם עס ווערט דאָך דער ביטול השגה, ווייל די השגה איז דאָך בעצם למעלה מהשגה, דאָך אַז מי פאַרטיפט זיך אין דעם בהעמקת הדעת איז אין אַ געוויסן מאָמענט העלפט השי"ת אַז מי הויבט אָן פיהלן דעם ענין, און מי קומט צו דער הכרה פון דעם ענין.

אין אַ אריכות'דיקן שמועס איז דער טאַטע מבאר דעם אונטערשייד פון נקודת ההשכלה, וואָס דאָס איז דער אָנהויב פון יעדער מושכל, און נקודת התמצית57 וואָס דאָס איז דער תכלית המושג פון יעדער מושכל, און דערפיהרט דערצו, אַז תורת החסידות האָט געעפנט שערי בינה, אַז עס איז ביכולת האדם צו קומען צו די גרעסטע און טיפסטע השגות, במוחש ממש.

מי דאַרף נאָר וועלן מיט אַ אמת און האָרעווען מיט אַ אמת, אמת איז דער שליסעל וואָס עפענט אַלע שלעסער פון השכלה.

יד. אין די אַכטצעהן יאָהר פון ווינטער תרנ"ד ביז ווינטער תער"ב איז ב"ה תורת החסידות שטאַרק נתרחב גיוואָרן און היפּש ענינים זיינען ברייט נתבאר גיוואָרן.

די פיר יאָהר תרנ"ד—ז זיינען גיווען יושבים בעלי כשרונות און אויך גאַנץ פיינע מתמידים, דאָס רוב פון די יושבים האָבן גילערנט חסידות בהתמדה.

מיט דער התייסדות ישיבת תומכי תמימים יצ"ו — ט"ו אלול תרנ"ז59 — הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין לימוד החסידות, דער לימוד החסידות ווערט מסודר ווי דער לימוד הנגלה, און מזמן לזמן זעהט מען דעם שינוי לטוב.

די וואָס לערנען חסידות און האָבן אין דעם אַ פאַרשטענדעניש, זעהען אין דעם טאַטנס מאמרים פון די יאָהרן תרנ"חנ"ט, תר"ס, אַ געוויסן אונטערשייד, הן אין די עצם ענינים פון די מאמרים און הן אין דעם אופן פון די ביאורים און הסברים, פון יאָהר צו יאָהר.

99די מאמרים פון יאָהר תרנ"ח ביז די מאמרים פון חג השבועות, זיינען איינצלנע מאמרים, און די ענינים פון די מאמרים זיינען אַזעלכע וואָס מתחילים אין לימוד החסידות זאָלן דאָס אויך קאָנען בעגרייפן.

דעם מאמר פון חג השבועות תרנ"ח איז אַ טיפער מאמר, אָבער דאָך איז דאָס לפי ערך די תלמידי תומכי תמימים אין יענער צייט.

די מאמרים פון יאָהר תרנ"ט זיינען שוין פאַר אַזעלכע וואָס פאַרשטייען טיפערע ענינים אין חסידות, און די מאמרים פון יאָהר תר"ס זיינען נאָך טיפערע ענינים.

אין יאָהר תר"ס האָבן אַ טייל תלמידי ישיבת תומכי תמימים שטאַרק גיטאָן אין די מאמרים, וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט, און התלמיד מובהק החסיד הרב ר' אברהם דוד ז"ל פויזנער מקלימאָוויטש60 האָט גישריבן הנחות אויף די מאמרים.

אויף וויפל באַ דעם טאַטען איז גיווען חשוב די הנחות וואָס התלמיד הרא"ד האָט גישריבן, איז צו זעהן דערפון וואָס ער פלעגט זיי דורכזעהען און אין פאַרשידענע ערטער גיזאָגט ווי צו פאַרריכטן, און דאָס איז דער טעם וואָס אין יאָהר תר"ס האָט דער טאַטע ווייניק גישריבן די מאמרים וואָס ער האָט געזאָגט בשבתות השנה61.

טו. אין יאָהר תר"ס נאָך חג הסוכות, בעפאָהר דער טאַטע פאָהרט אָפּ אין חאַרקוב62 — וואו ער מאַכט דורך אַ געוויסע קוראַציע אונטער דער אופפאַסונג פון פּראָפעסאָרן — גיט דער טאַטע אַרויס דעם ערשטן קונטרס63 פאַר די תלמידי ישיבת תומכי תמימים יצ"ו.

דער קונטרס הייסט קונטרס התפלה, דער אינהאַלט פון דעם קונטרס זאָגט דער טאַטע אַרויס אין אַ פּאָר קורצע ווערטער, אַז דער קונטרס איז אַ ענטפער די וואָס פרעגן ווי דאַוונט מען, און מיט וואָס דאַוונט מען.

דער קונטרס איז אַ ברייטער טיפער ענטפער אויף די שאלות וואָס אַ חסיד דאַרף פרעגן באַ דעם רבי'ן אויף יחידות, ווי מען דאַרף דינען השי"ת אין דער עבודה שבלב פון תפלה.

דער קונטרס התפלה איז אַ הוראה ווי אַזוי עס דאַרף זיין די עבודה פון דער הכנה פון תפלה, און די פעולה פון 100עבודת התפלה, הן אין דעם תיקון ובירור המדות, און הן אין דער פיהרונג פון דעם טעגליכן לעבן.

עס איז צו דערמאָנען אַז אין יאָהר תר"ס האָט זיך שוין גיפיהלט אין דער חסידות'ער וועלט די גרויסע ווירקונג וואָס האָט געהאַט דעם טאַטענס ברייטער שמחת תורה שמועס64, און דער גוט באַוואוסטער מאמר החלצו65.

דער תרנ"ט'דיקער שמחת תורה שמועס, וואו דער טאַטע האָט ברייט אַרומגירעדט וואָס דער אלטער רבי האָט גימיינט ווי אַ חסיד דאַרף זיין, דעם גרויסען מסירת נפש וואָס אַלע רביים האָבן געהאַט אויף חסידות און חסידים, דעם מצב החסידים בעבר און דער מצב בהוה און נאָכדעם דער מאמר החלצו, איז במשך השנה גיוואָרן גוט פאַרשפּרייט במחנה החסידים, און עס האָט גיהאַט ב"ה גאָר אַ גרויסע ווירקונג.

דער קונטרס התפלה איז צוגינומען גיוואָרן באַ חסידים בכלל און באַ די תלמידי ישיבת תומכי תמימים בפרט מיט אַ גרויסער שמחה, אַלס אַ וועג ווייזער אין עבודת ה' בעבודה שבלב.

טז. דער קונטרס התפלה איז אַ עד מוחשי אויף דעם רוחניות'דיקן צושטאַנד פון די תלמידי ישיבת תומכי תמימים און אויף דעם מצב פון עבודת החסידים אין יענער צייט.

פון יענער צייט אָן, הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין הרחבת תורת החסידות.

דער יאָהר תרס"א איז באַ די תלמידי ישיבת תומכי תמימים — וואָס האָבן שוין יעמאָלט גיציילט — כ"י — אַ מספר נכון, און האָבן גיהאַט אַ געוויסע ווירקונג אויף דעם עדת החסידים בכלל — איז דער יאָהר תרס"א גיווען אַ שנת עבודה מיט גאָר אַ גרויסער שקידה.

אין יאָהר תרס"א איז דער טאַטע גיווען דעם רוב יאָהר אין אויסלאַנד66, זייענדיק אין אויסלאַנד האָט ער מיר געשריבן בריף איבער דער הנהגה פון דער ישיבה, איינצלנע בריף זיינען בעקאַנט גיוואָרן צו די תלמידי ישיבת תומכי תמימים, און דאָס האָט אַריין גיטראָגן פרישע כחות און שקידה בלימוד החסידות.

די מאמרים וואָס דער טאַטע זאָגט אין די יאָהרן תרס"ב, ס"ג, ס"ד, תרס"ה, הן די איינצלטע מאמרים און הן די המשכים, די שמועסן פון די זמני שמחה, שמחת תורה און י"ט כסלו, און די צוויי קונטרסים וואָס זיינען אַרויס אין די יאָהרן תרס"ג67 תרס"ד68 זיינען אַ בעווייז אויף דעם מצב החסידים און תלמידי ישיבת תומכי תמימים אין יענער צייט.

יעדער איינער קאָן לויט די פערשידענע מאמרי חסידות, וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט אין דעם משך פון די 101צוועלף יאָהר תרנ"ד—תרס"ה, זיך בעקאָנען מיט דעם גאָר גרויסען שינוי פון התרחבות החסידות און עבודת החסידים, וואָס עס איז פאָרגיקומען פאַר דעם משך זמן.

די צוועלף יאָהר האָבן גימאַכט אַ הכשרה אויף מגדל זיין אַ דור דעה, וואָס זאָלען לערנען חסידות בעיון און האָבען אַ טיפן גישמאַק אין עבודה שבלב.

יז. דער מאמר, יום טוב של ראש השנה, וואָס דער טאַטע הויבט אָן ראש השנה תרס"ו מיט די זעכציג המשכים — איין און פערציג מאמרים פון דעם המשך — אַ חוץ איינצלנע מאמרים — האָט דער טאַטע גיזאָגט אין יאָהר תרס"ו, פופצען מאמרים פון דעם המשך — אַ חוץ איינצלנע מאמרים — האָט דער טאַטע געזאָגט אין יאָהר תרס"ז, און פיר מאמרים פון דעם המשך האָט דער טאַטע גיזאָגט אין יאָהר תרס"ח — איז אַן עד מוחשי אויף די התרחבות תורת החסידות, און אויף דעם מצב לומדי החסידות אין יענער צייט.

די וואָס בעקאָנען זיך מיט די ענינים אין חסידות, וואָס און ווי עס ווערט ברייט און דייטליך קלאָהר אַרומגערעדט אין די מאמרים פון די יאָהרן תרס"ו, ס"ז ס"ח, ס"ט; די גוט באַוואוסטע המשכים פון די יאָהרן עת"ר, תרע"א; און די עלף מאמרים פון דעם המשך יום טוב של ראש השנה תער"ב, זעען אַז פון יאָהר תרס"ו בעגינט אַ נייע תקופה אין דער התרחבות תורת החסידות.

די זעקס יאָהר פון תרס"ו ביז תער"ב האָבען רייך געמאַכט תורת החסידות מיט גרונטיקע בעלי כשרון און געוויסע בעלי עבודה.

אין דעם מיטעלן רבי'נס פערצייכנונגען — ווי עס ווייזט אויס, זאָל דאָס זיין גישריבן גאָר אין די יונגע יאָהרן — איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך: ועל דרך צחות יש לומר.

בדרך צחות קען מען זאָגן אויף דער התרחבות החסידות און עבודת החסידים פון תרס"ו ביז תער"ב, דעם מאמר69 יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית.

תורת החסידות האָט גימאַכט גיבוירענע חסידים פאַר אמת'ע חסידים, און חסידים האָבן גימאַכט פּאַפּירענע חסידות פאַר לעבדיקע חסידות.

אין פערלויף פון די אַכטצעהן יאָהר תרנ"ד—תער"ב האָט זיך דער ענין החסידות, הן דער לימוד החסידות, און הן די עבודה פון חסידות, גישטעלט אויף דער ריכטיקער גובה וואָס תורת און עבודת החסידות בעדאַרף פאַרנעמען.

דאָס אַלעס וואָס איך האָב אייך בקיצור נמרץ בעקאַנט גימאַכט מיט דעם סדר השתלשלות התרחבות החסידות און עבודת החסידים ותלמידי התמימים ביז דעם יאָהר תער"ב, איז צוליב דעם אַז מי זאָל גרונטיק פאַרשטיין דעם וואָרט וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט70 אַז קומענדיק אין מענטאָן האָפט ער, אַז ער וועט האָבען די גינוגענדע צייט אויף אַרומטראַכטן מסדר זיין אַ נייעם ענין אין חסידות.

יח. די וואָס האָבען זוכה גיווען צו קענען דעם טאַטען און הערן חסידות 102און אַ שמחת תורה'דיקער אָדער י"ט כסלו'דיקער רייד, ווייסן וואָס פאַר אַ אומבעגרענעצטע אהבה דער טאַטע האָט גיהאַט צו די וואָס לערנען חסידות און זיינען זיך עוסק בעבודה שבלב, און ווי גערן דער טאַטע איז גיווען מיטהעלפן זיי, אַז זיי זאָלן שטייגן אין השגה און אין עבודה.

אין איינעם פון דעם טאַטענ'ס בריף צו מיר פון מענטאָן אין יענער צייט שרייבט מיר דער טאַטע, אַז ער איז ב"ה זייער צופרידן, השי"ת האָט אים ממלא רצונו גיווען, און זיין האָפענונג, וואָס ער האָט מיר גיזאָגט פאָהרנדיק פון ליובאַוויטש אין וואַרשא, און וואָס איך פרעג באַ אים אין איינעם פון מיינע בריף, קומט מהכח אל הפועל.

עס איז מעהר ניט — שרייבט מיר דער טאַטע אין זיין בריף צו מיר — ווי דער בנין פון דעם ענין, און אויך דאָס איז מעהר ניט ווי בתכלית הקיצור, אָבער דאָס איז שוין ב"ה אַ ענין כללי מסודר און דרך אגב — דער דרך אגב אַליין איז יקר מכל יקר — איז ער מיר מבאר ווי איז דער אופן הגילוי פון אַ השכלה, וואָס זי ווערט נתגלה פון כח השכל ההיולי העצמי, וואָס איז נטוע ומושרש בעצם הנפש.

נקודת ההשכלה פון חכמה הגלוי' איז אויך טבעה להתעלם כידוע, ובפרט די נקודת ההשכלה ווי זי איז אין כח המשכיל, און מכש"כ ווי די נקודת ההשכלה איז אַ המצאה שכלית ווי זי שטייט נאָך אין כח ההיולי פון שכל, וואָס איז נטוע אין נפש.

עס איז איבעריג צו זאָגען אַז באַ מיר איז גיווען אַ שטאַרקע תשוקה וויסען וואָס איז דער נייער ענין אין חסידות וואָס דער טאַטע טוט אין אים, אָבער איך האָב גירעכנט אַז באמת דאַרף מען אַזעלכע זאַכן ניט וועלן וויסען.

אַז איך בין גיקומען אויף שבת פ' וארא ר"ח שבט אין מענטאָן71 האָב איך גיטראָפן דעם טאַטן אַז ער איז גיווען זייער אויפגילייגט און צופרידן, איך האָב גיפיהלט אַז די אויפגילייגטקייט און די צופרידנקייט איז, פון אַ זייער איהם אַ פאַרגיניגונדיקע אַרבעט אין חסידות.

* * *

יט. איבער פערשידענע עניני הכלל האָב איך גידאַרפט זיין תחלת אדר באַ דעם טאַטן אין מענטאָן72, בין איך גיווען איבער פורים, יעמאָלט איז דאָרט גיווען ידידנו הרה"ג החסיד הר' יעקב מרדכי נ"ע מפּאלטאווע30.

אויף פורים זיינען גיקומען אייניגע מידידינו אנ"ש ובראשם ידידינו החסיד ר' שמואל נ"ע גורארי'73 מקרעמענטשוג.

פורים צו דער סעודה איז גיווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען74, דער טאַטע 103האָט מבאר גיווען אַז די וואָס לערנען חסידות בעיון קענען צו קומען צו די טיפסטע השגות במוחש ממש.

דער תוכן הנושא פון דעם שמועס איז גיווען יעדער איינער קען זאָגן מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב75, יעדער איד קען צוקומען אויף זיין אַ מרכבה צו אלקות ווי די אבות76 וואָס אבריהם היו קדושים ומובדלים פון עניני עולם.

אין אַ טיפן ברייטן שמועס האָט דער טאַטע מבאר גיווען אַז שעבוד המוח צו אלקות איז אַ ענג נפלא.

אַז מי פאַרטיפט זעך — זאָגט דער טאַטע — מיט אַ העמקת הדעת אין דער השגה פון אַ השכלה אין אַ ענין פון חסידות, פיהלט מען דעם אויר פון גן עדן.

איך האָב יאָהרן גיהאָרעוועט אויף ניט נאַרין זיך, מיינע כחות האָב איך אַוועקגיגעבן אויף דער השגה אין עבודה פון חסידות, דער גישמאַק פון חסידות האָט מיך אַרומגינומען, איך בין זיך כלל ניט מחזיק טובה דערפאַר דאָס איז אַ גיוויסע מתנה.

אַלע ווייסן ווי מאוס עס איז דער ענין פון הגזמה, נאָך אַלעם דעם זאָג איך גלוי לעין כל, אַז דער אויבערשטער העלפט און איז מזכה פאַרטיפן זיך מיט אַ העמקת הדעת אין אַ השגה עיונית פון אַ ענין אין חסידות, פיהלט מען דעם אויר פון גן עדן.

אַז דער כח השכל וואָס איז מלובש אין מוח הגשמי טראַכט זיך אַריין און נעמט אַרום דעם ענין פון חכמה סתימאה, אָדער דעם ענין פון ז' תחתונות דעתיק און ג' ראשונות דעתיק, אָדער דעם ענין פון אתה הוא הוי'77 ווי דאָס איז נאָך לבדך77 היינו לפני הצמצום, איז לא זו בלבד וואָס דער אדם החושב ווערט העכער דורך דער מחשבה, נאָר דער ענין וואָס דער אדם החושב טראַכט, ווערט דער ענין העכער, דאָס הייסט אַז דורך דער דביקות מחשבת החושב אין דעם ענין וואָס ער טראַכט, ווערט דער ענין העכער, און דער ענין אַליין הויבט אויף דעם אדם החושב אין דעם אָרט, וואו דער אדם החושב האָט מיט זיין עבודת המוח אים מעלה גיווען.

כ. דער שמועס אי?עראַשט אַלע מסובים, עס איז אַ אמת'ער ענג רוחני הערן אַזא ואָס?עזאָנדערע טיפע רייד.

נאָך אַ הפסקה פון התלהבות'דיקע דביקות נעימות'דיקע נגונים, איז דער טאַטע ממשיך די רייד.

אַלע לבד עצמותו ומהותו יתברך ויתעלה זיינען נבראים, איך מיין ניט צו זאָגן דוקא נבראים, די זעלבע זאך איז נאצלים, נאצלים און נבראים איז איינע און די זעלבע זאַך לגבי דעם ענין וואָס מציאותו מעצמותו, דער ענין פון מציאותו מעצמותו איז נאָר אין עצמות78, אַ חוץ עצמותו ית' איז הן נבראים און הן נאצלים זיינען ניט מציאותן מעצמותן, נאָר נבראים זיינען אַזאַ מציאות און נאצלים זיינען אַ אַנדער מציאות.

אָט די הנחה שכלית אַז אַלע לבד 104עצמותו ית' זיינען נבראים בריינגט אונז צו דעם פאַרשטאַנד, אַז כשם ווי אין נבראים למטה איז פאַראַן אַ הפרש צי דער נברא בריינגט אַ תועלת אין עבודת ה', ובפרט אַז דאָס ווערט אַ מצוה כמו צמר פון ציצית קלף פון תפילין והדומה בכל המצות, וואָס דורך דער מצוה ווערט דער נברא העכער און איז מעלה דעם אדם וואָס איז מקיים די מצוה, וואָס בדוגמא כזאת איז אויך מיט די נאצלים חכמה סתימאה און פרצופי עתיק אַז דורך דעם דביקות המחשבה ווערט דער ענין נתעלה, און דורך דעם וואָס דער ענין ווערט נתעלה ווערט דער אדם החושב נתעלה במקום שנתעלה הענין שחשב בו.

ואני כברוש רענן ממני פריך נמצא79, עצמות א"ס כביכול בויגט זיך80 צו יעדער איינעם וואָס לערנט חסידות בעיון און האָרעוועט אין דער עבודה פון חסידות און זאָגט אים ממני פון עצמות וואָס בלתי מושג, איז פריך נמצא אין השגה ממש.

דער וואָס האָרעוועט אין חסידות בעיון מיט אַ דביקות המוח, איז דער מוח הגשמי מיט זיין שכל אנושי משיג אַ השגה אלקית במוחש ממש.

יעדער איינער וואָס האָרעוועט אין השכלה און עבודה פון חסידות קען צו קומען צו די העכסטע און טיפסטע ענינים.

כא. איהר גידיינקט — זאָגט דער טאַטע צו החסיד הרה"ג הר' יעקב מרדכי נ"ע — דאָס וואָס איהר האָט מיר דערציילט81 דעם טאַטנ'ס ענטפער אויף יחידות, וואָס מאָנסטו באַ מיר מאָהן באַ זיך, אַז דו וועסט באַ זיך מאָנען באמת וועסטו פאַרשטיין.

אָט דער ענטפער דעם טאַטנ'ס האָט מיר גיהאָלפן אין אַלע צייטן באַ די טיפסטע ענינים, ביז איצטער געלויבט השי"ת איז ניט גיווען אַ ענין אין חסידות וואָס מי זאָל אים ניט קאָנען דורכטאָן, געוויס איז גיווען זמנים וואָס מי האָט גידאַרפט לייגן גרויס יגיעה.

בעלי עסקים מיינען אַז זיי ווייסן וואָס יגיעה איז און זיי ווייסן וואָס טרדא איז און בפרט נאָך אַ בעל עסק שלאָפט ניט אַ נאַכט מיינט ער אַז דאָס איז די אמת'ע יגיעה און טרדא.

גאָר ניט קיין גרויסער בר דעת פאַרשטייט, אַז די יגיעה און טרדא פון מושכלות איז ניט בערך מעהר ווי די יגיעה און טרדא וואָס באַ בעלי עסקים.

אמת אַז דער אויבערשטער העלפט און די יגיעה אין דעם מושכל בריינגט די ריכטיגע טיפע השגה איז דער ענג ושמחה פון דער ידיעה אויך באין ערוך לגבי דעם ענג ושמחה פון אַ בעל עסק.

אַז דער אויבערשטער העלפט אַז מי פאַרשטייט אַ ענין שכלי אין חסידות בהשגה גמורה מיט אַ גיזונטן גיזעצטן אָפּלייג איז הגם דער שכלי וואָס ער פאַרשטייט איז דאָך אַ רוחני און דער שכל אנושי איז דאָך אַ גשמי בערך דעם רוחניות פון שכל אלקי מ"מ איז די הנחה שכלית אַ מוחש'דיקע, אַז מי זעהט דעם שכל אלקי וואָס מי פאַרשטייט ווי איינער וואָס קוקט אויף אַ ציור נאה ביותר, וואָס יעדער שטריכעלע פון דעם 105ציור ווערט ביי איהם איינגיזונקען אין אויג, און ער ווערט אינגאַנצען פאַרכאַפּט פון דעם ענג, און אַזוי און נאָך מעהרער איז דער ענג פון השגה און השכלה, ביז מי קען קומען צו כלות הנפש מגודל הענג.

כב. דערמאהנענדיק דעם ענטפער פון יחידות הנ"ל האָט דער טאַטע אָנגיהויבען דערציילען איבער יענער צייט, ווי ער און החסיד הרה"ג ר' יעקב מרדכי נ"ע פלעגן אין איינעם לערנען חסידות חזר'ן די מאמרים, לייגן הנחות, און שעותווייז ריידן אין עניני עבודה והשכלה.

אין דעם האָט זיך החסיד הרה"ג הרי"מ נ"ע זייער צווויינט בדמעות שליש, דאָס איז גיווען דער אמת'ער חסידות געוויין, אין דעם געוויין האָט מען גיהערט די חסידות'ע אָפטע אויסשפּראַך יתמרמר ויבכה במר נפשו, אַ געוויין פון מרירות, נפש'דיקע ביטערקייט, אַ געוויין וואָס בלייבט איינגיקריצט אין האַרצען אויף אייביג.

מיט גרויס שוועריגקייט האָט מען החסיד הרה"ג הרי"מ נ"ע בערואיגט, אַז ער איז גיקומען צו זיך האָט מען ערשט גוט פאַרבראַכט. דער טאַטע האָט מבאר גיווען אַז דער שכל פון חסידות איז שכל אלקי און ער — דער שכל — איז אַ שכל המתקבל, דער עיקר עבודה דאַרף זיין מאַכן זיך פאַר אַ כלי לקבלה.

דער טאַטע איז מבאר דעם רבי'נס לשון82 ונפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל83, דעם דיוק אין וואָרט ממעל, למטה איז אלקות אין הלבשה אין טבע, למעלה בלי שום הלבשה, ונפש השנית היא חלק אלוקה ממעל איז כשם ווי יכולת העצמות איז בכל הענינים איז כמו"כ דער יכולת הנשמה שהיא חלק אלוקה ממעל אויף צו קומען צו די טיפסטע השכלות און השגות במוחש ממש.

שפּעטער מיט אַ האַלב יאָהר אַז דער טאַטע האָט אָנגיהויבן חג השבועות תער"ב דעם גוט בעוואוסטען הונדערט דריי און פערציג84 המשך מאמר בשעה שהקדימו וואָס דער טאַטע האָט איהם גיזאָגט — מיט געוויסע הפסקים — פון חג השבועות תער"ב ביז פרשה וירא תרע"ו, האָט מיר דער טאַטע גיזאָגט אַז דעם ענין האָט ער אָנגיהויבען אין מענטאן85.

מיט דעם מאמר בשעה שהקדימו הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין התרחבות החסידות, און די אַלע טיפסטע ענינים פון חסידות ווערן ברייט אַרומגירעט, ווי גאָר געוויינליכע מוחש'דיקע זאַכן.

כג. נאָך דער הקדמה וועלן מיר איצטער זיך צוריק קעהרן צו דעם ענין וואָס מיר האָבן אָנגיהויבען זיך צו ערקלערן.

שכל איז אַ מציאות, יעדע מציאות מוז האָבן גדרים, וואָס די גדרים בעטאָנען און שטרייכען אונטער דעם מהות און מציאות פון דער זאַך.

106עס איז אַ מושכל ראשון, אַז מהות איז אַ מציאות, און מציאות איז אַ מהות, וואָס לפי זה דאַרף אויסקומען וויבאַלד אַז יעדער זאַך ווערט בעצייכנט און בעגרעניצט פון זיין מהות און מציאות, הייסט דאָס אַז יעדער איינער פון די צוויי זאַכן מהות און מציאות בעצייכענען איין זאַך.

אָבער באמת זיינען מציאות און מהות צוויי בעזונדערע זאַכן86, דאָס הייסט, הן אמת אַז מהות איז אַ מציאות און מציאות איז אַ מהות, אָבער מהות המציאות איז ניט מציאות המהות.

קלערער געזאָגט, אָט דער מושכל ראשון, אַז מהות איז אַ מציאות, און מציאות איז אַ מהות, בריינגט אונז צו אַ בעשלוס אַז יעדער איינצעלטער פון די צוויי, בעזיצט ביידע זאַכן, אין מציאות איז פאַראַן מציאות המציאות און מהות המציאות, און אין מהות איז פאַראַן מציאות המהות און מהות המהות.

וואָס לפי זה איז יעדער זאַך דער מהות און דער מציאות זיינער, איז הגם זיי זיינען דאָך ביידע איין זאַך, איז דאָס ניט נאָר צוויי נעמען אין איין זאַך, נאָר מציאות און מהות בעדייטן און שטרייכן אונטער איין זאַך פון צוויי בעזונדערע און פערשידענע שטאַנד און גרונד פונקטן.

דער מציאות פון שכל — הן דער שכל עצמי און הן דער שכל הנקנה — האָט גדרים, וואָס די גדרים דייטן אונז זייער מציאות און מהות.

די גדרים פון שכל אנושי זיינען דריי זאַכן א) שכל איז מוגבל און איז מגביל, אַליין אַ באַגרעניצטער און באַגרעניצט די וואָס ער נעמט אַרום מיט זיין פאַרשטאַנד, שכל נעמט אַרום און פאַרשטייט אַ זאַך וואָס איז מחוץ ממנו. דער אופן פאַרשטאַנד פון שכל אנושי איז, אַז פריהער איז ער דאָס מגביל און באַגרעניצט און נאָכדעם פאַרשטייט ער דאָס, דאָס הייסט, אַז שכל אנושי פאַרשטייט אַ זאַך דוקא נאָך דעם ווי ער האָט פריהער באַגרעניצט און מגביל געווען די זאַך.

ב) שכל איז קרירות, קאַלטקייט, ניט התפעלות, וואָס מיט דעם טיילט זיך אָפּ שכל פון מדות, מדות הם התרגשות והתפעלות, אופרעגונג און פלאַם, וגדר השכל מתינות וקרירות (המתינות הוא ג"כ חסרון בשכל אנושי לגבי שכל אלקי, ומכש"כ קרירות).

ג) שכל אנושי הוא וואָס ער איז ניט אמת (בעצם ענינו אינו שקר, אבל לא אמת), דאָס איז ניט געלייקנט, אָבער דאָס איז ניט אמת, א) אין שכל איז פאַראַן נטיות, אַ סברא לחיוב און אַ סברא הפכית לשלילה, איז דאָך דער עצם שכל ניט אמת, ב) ענין השכל בא לבאר מה שהוא למעלה מן השכל, ובזה עצמו הוא מודה ומגלה על עצמו, אַז ער (שכל אנושי) אַליין, איז נאָך ניט אמת.

כד. שכל אלקי האָט אויך גדרים, געוויסע גרעניצן וואָרום דאָס איז דאָך דער אלקות וואָס האָט זיך מלביש געווען אַז ער זאָל זיין בערך השגת הנבראים, אַז באַשעפענישן זאָלן אויך קאָנען בעגרייפן געטליכקייט, און דערפאַר איז דער שכל אלקי אויך מוגדר אין גדרים.

אָבער די גדרים פון שכל אלקי זיינען כלל ניט ווי די גדרים פון שכל אנושי, שכל אלקי איז בלי גבול, ניט באַגרעניצט, און שכל אנושי איז באַגרעניצט.

107שכל איז אַ קלאָרער פאַרשטאַנד באַזירט אויף אַ גרונטיקן באָדען, דער פאַרשטאַנד ענטהאַלט אַ געשמאַק אַז דער פאַרשטאַנד איז גוט, און דער געשמאַק ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ צי (המשכה) און אַ וועהל (געלוסטיגקייט) צו דעם בכן פון דעם פאַרשטאַנד, דער וועהל ווערט אָנגירופען מדות שבשכל, וויילע דאָס איז די התפעלות פון דעם שכל, ווי ער איז נאָך שכל.

דער געשמאַק און די התפעלות וואָס עס איז אין שכל, איז אַז דאָס קומט אין האַרצען, רעגט דאָס אויף די האַרץ און ער ווערט דערוועקט מיט אַ מדה, וואָס די מדה איז נאָך דעם אינהאַלט פון דעם שכל.

שכל איז מחייב מדות, און מדות האָבן אַ געבורטס אָנהויב ווער עס בריינגט זיי אין לעבן, חכמה ובינה זיינען דער פאָטער און מוטער פון די מדות חסד וגבורה תפארת כו' און אהבה ויראה זיינען די קינדער פון חכמה ובינה87.

יעדער מדה חסד אָדער גבורה, אהבה אָדער יראה און אַזוי די איבעריקע מדות האָבען עלטערן, ווער עס האָט זיי געבראַכט אין לעבן, ווי אין גשמיות, קינדער האָבן עלטערן, עלטערן בריינגען קינדער, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אדם על בעלי חיים, די מדות וואָס זיינען על פי השכל.

כה. אַז איינער לייגט אַריין זיין שכל צו דענקען און קלערן, אין דעם זין און צוועק פון דעם מענטשליכן זיין אויף דער וועלט, צו וואָס איז דער מענטש בעשאַפן געוואָרן, וואָס פאַר אַ מעגליכקייטן גייסטליכע (כחות רוחנים) און קערפערליכע (כחות גשמים) השי"ת האָט איהם געגעבן, וואָס ער קאָן שאַפן מיט זיינע כחות, און צו וואָס ער קאָן צוקומען, און צו וואָס ער קאָן דעם אַנדערן צובריינגען.

איז אַז דער מענטש טראַכט אין דעם מיט אַ גוטער טיפער איבערלייגונג, זוכט צו פאַרשטיין די מענטשהייט און זיין ריכטיקן הפכים'דיקן גרונד, אחור וקדם'דיק88 מעגליכקייט, קומט ער צו, צו דער איבערצייגונג אַז דער מענש איז דער איינצעלטער נברא וואָס זאָל בעזיצן, גייסט און קראַפט, גוטס און שלעכטס, און פערשידענע הפכים אין איין קערפּער.

בנים אתם לה' אלקיכם89, אפילו דער גאַנץ געוויינליכער וואָכעדיגקער איד מיט זיין וואָכעדיגקן לעבן, איז אַז ער פיהרט זיין לעבן אין אַלע צווייגן לויט די פעראָרדענונג פון תורה (תורה איז לערונג תורה לערנט ווי צו פיהרן זיך90, די הויז געזינד די געשעפט דעם געזעלשאַפטליכן לעבן), איז ער אַ בן לאבינו שבשמים.

מענטשהייט איז שכל, און מדות וואָס זיינען עפ"י השכל, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אַ מענטש אויף בעלי חיים, השי"ת האָט אין דעם גופא געשאָנקען לעמו ישראל דעם גרעסטען יתרון, און געגעבן די מתנה פון תורה און מצות.

און אַז דער מענטש נעמט דעם 108ריכטיקן בעטראַכט אין דער נעימות פון דרכי התורה והמצוה, און פאַרטראַכט זיך אין דער טיפעניש פון די קלאָר ריינע געבאָרענע נשמה געפילן וואָס באַ אידן אין פאַראַן, דער אידישער אומבאַגרעניצט פייאיקער שכל, די אידישע אייביק ברענענדיקע האַרץ.

און ווי געזאָגט השכלה און השגה, זיינען פאָטער און מוטער וואָס בריינגען מדות, עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס שאַפן די מדת האהבה, און עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס בריינגען די מדת היראה, און אַזוי בשארי המדות.

אהבה הייסט, אַ המשכה צו דעם גוט וואָס ער האָט פאַרשטאַנען און געפילט אין זיין שכל, ווען בא איהם ווערט אָט די המשכה (דער ציה צו דער גוטער זאַך וואָס ער האָט פאַרשטאַנען) ווערט איהם זעהר געשמאַק און עס לאָזט אין איהם איבער אַ געוויסן רושם אין מדות און הנהגות טובות, און מדת היראה ווירקט אויף איהם מואס זיין ברע.

כו. שכל אלקי איז אויך מוגדר אין דריי הגדרות כללים, ווי געזאָגט שכל אלקי איז די געטליכקייט וואָס איז מצומצם אַז אַ נברא זאָל דאָס קאָנען פאַרשטיין, ווי דער מאמר91, דברה תורה כלשון בני אדם.

הגדר הא' פון שכל אלקי איז, אָט דאָס וואָס ער איז מוגבל, דאָס הייסט אַז הגם זיין פאַרשטאַנד איז דאָך פאַרנומען אין פאַרשטיין אלקות וואָס אלקות איז דאָך בלי גבול, און כמה הפכים בנושא אחד מכל מקום איז שכל אלקי אַ מוגבל וואָס פאַרשטייט, באַנעמט, חלקים פון בלי גבול.

דער פאַרשטאַנד פון שכל אלקי איז פאַרקערט פון שכל אנושי, שכל אנושי קאָן פאַרשטיין נאָר דאַן ווען די זאַך איז באַגרעניצט, ווי געזאָגט אַז פריהער איז ער מגביל און נאָכדעם פאַרשטייט ער, און שכל אלקי איז ניט נאָר וואָס ער באַגרעניצט ניט פריער די זאַך וואָס ער פאַרשטייט, נאָר ער בעווייזט אַז נאָך דעם ווי די זאַך איז שוין פאַרשטאַנדיק איז דאָס יעמולט אויך בלי גבול.

למשל, שכל אלקי בעווייזט ריין קלאָהר פאַרשטאַנדיק, ווי אתה מחי' את כולם92, ביז ער דערפיהרט צו דעם קלאָהרן בעוואוסטזיין אַז אין93 עוד מלבדו ית', און אין דער זלעבער רגע גופא ערקלערט ער ווי דאָס איז העכער ווי השגה, און בריינגט די ראי' פון חיות הנפש וואָס איז מחי' דעם גוף, וואָס די אַלע איינצעלהייטן פון דעם משל איז באַ דעם מענשן ניט נאָר אַ פאַרשטאַנד נאָר אַ געפיל, ער פיהלט דאָס בעשיינפּערליך וואָס עס קאָן אין דעם ניט זיין קיין צווייפעל.

וואָס דאָס איז דאָך וואָס עס שטייט94 מבשרי אחזה אלוקה, דער מענטש, איז פון דעם אייגענעם קערפּער זעהט ער געטליכקייט, וכמאמר הידוע95 מה הנשמה ממלא את הגוף כך הקב"ה ממלא את העולם, וואָס פון די אַלע פרטי אופני החיות ווי דער נפש איז מחי' דעם גוף, פאַרשטייט מען דעם אופן החיות ווי דער בורא ברוך הוא איז מחי' דעם עולם.

וואָס דאָס איז דאָך דער ענין התפלה, 109וואָס אין פסוקי דזמרה ווערט אויסגירעכנט דער סדר ואופן הבריאה יש מאין ברוך שאמר והי' העולם, אַז באמירה נבראו כל העולמות וכל הנבראים, עיני כל אליך ישברו ואתה נותן להם את אכלם בעתו96, און נאָכדעם ווערט אויסגירעכנט די אַלע פרטי הנבראים און דעם אופן החיות זייערער, וואָס די התהוות הנבראים און דער קיום זייערער איז נאָהר אלקות ווי דער ענין פון בריאה יש מאין און ואתה מחי' את כולם, ווערט גוט אַרומגירעט אין חסידות בארוכה.

כז. איז טראָצדעם וואָס אַזאַ ערקלערונג און פאַרשטאַנד בריינגט דעם מענשן אין אַ שיינער קלוגער וועלט, וואו דער מענש ווערט פאַרנומען מיט זיך אַליין, מיט זיין נשמה, ווערט בא איהם ערוועקט אינוועניקסטע כחות, עס עפענען זיך שליסל קוועלען פון פאַרשטאַנדן וואָס זיינען אַרום געוויקלט מיט פאַרגיניגן (תענוג) געפילן.

עס איז אַ מעין עולם הבא לעבן, די גמרא זאָגט אין ב"מ (דפ"ג ע"ב), העוה"ז דומה ללילה, בו תרמוש כל חיתו יער97 אלו רשעים שדומין לחי' רעה, ואל מעונתם ירבצון98 אלו הצדיקים אַז יעדער צדיק האָט לעולם הבא אַ מדור (וואָהנונג) לפי כבודו, כל אחד ואחד המוכן לו, רש"י.

דער עולם הבא לעבן, איז אַ לעבן פון ליכט און קלאָרקייט. אַלעס זעהט זיך אין זיין ריכטיקער געשטאַלט, מי זעהט דעם אמת'ן פערגעניגען פון גוט, און די אמת'ע יסורים פון שלעכט.

שכל אלקי בעלייכט און בעווייזט דעם דו פּרצופין99 וואָס השי"ת האָט דעם מענשן געגעבן, פון איין זייט די חי' רעה וואָס אין דעם מענשן אין פאַראַן, און פון דער צווייטער זייט דעם צדיק גמור וואָס דער מענטש בעזיצט און ערקלערט ווי דער מענטש האָט די בחירה אויסקלייבן ווי ער וויל.

שכל אלקי איז ווי געזאָגט, אויך אַ מוגבל, אָבער די הגבלה זיינע איז מער ניט ווי אין דעם וואָס פון השכלה ווערט אַ געוויסער געשמאַק לויט דעם השכלה און פאַרשטאַנד וואָס ער איז איבערגעגעבן.

עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה פאָטער און מוטער וואָס בריינגט אַ אהבה והמשכה להשי"ת, און עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס בריינגט אַ יראה ופחד ה' מהדר גאונו100.

יעדער פאַרשטאַנד איז דער אויסנאַם זיינער ווערט פאָרמירט אין אַ געשמאַק, און דער געשמאַק פערוואַנדעלט זיך ענטווידער אין אַ כוסף ותשוקה אָדער אין אַ יראה ופחד.

ווי עס זאָל ניט זיין, דאָס הייסט אין וואָס פאַר אַ מדה דער געשמאַק ווערט ניט פאַרוואַנדעלט, צי אין אַ מדה פון אהבה, צי אין אַ מדה פון יראה, איז דאָס גאַנץ אנדערש ווי אין שכל אנושי.

כח. דער גדר הב' פון שכל אלקי איז חיות. ווי געזאָגט דער אונטערשייד פון שכל אנושי און שכל אלקי איז אין דעם, אַז שכל אנושי איז שכל הנקנה און שכל אלקי איז אַ שכל עצמי במילא איז דער 110גדר החיות פון שכל אלקי, אַ חיות עצמי.

שכל הנקנה איז דער פאַרשטאַנד נאָר אין און פון די אַרומיקע זאַכן, אָבער שכל עצמי איז דער פאַרשטאַנד אין און פון דעם עצם המושכל און מושג אַליין, דייטליכער אַרויסזאָגן — דאָס — שכל הנקנה איז דער פאַרשטאַנד איז נאָר אין און פון דער הגבלה וואָס אין דעם מושכל און מושג איז, דאָס הייסט, ער גיט צו פאַרשטיין דאָס וואָס עס איז פאַראַן.

אָבער שכל אלקי איז דער פאַרשטאַנד אין דעם בלי גבול וואָס אין דעם מושכל ומושג איז, דאָס הייסט אַז ער גיט צו פאַרשטיין די נשמה וואָס עס איז פאַראַן אין יעדער זאַך, און ווי דאָס איז דער עיקר, ובמילא מובן אַז ער גיט צו ערקלערן דאָס וואָס מי זעהט ניט.

במילא איז דער געשמאַק גאָר אַ אַנדערער, און עס זעהט זיך אָן אין דעם אויסגאָס פון דעם געשמאַק אַז אין שכל אנושי ווערט טאַקע אַ רייץ אין האַרצן, וואָס דערפון ווערט אַ מדה, אָבער דאָס איז אַ בעזונדערע זאַך פון איהם, עס רירט ניט אָן דעם גאַנצן עצם זיינעם, משא"כ דער אויסגאָס פון דעם געשמאַק וואָס אין שכל אלקי, ווערט ער אינגאַנצען אַרומגענומען אין דעם, אַז עס איז תתלהב ותתלהט נפשו, ער ברענט און פלאַקערט אין אַ קירוב והמשכה פון אהבה, אָדער ער טרייסט זיך און פלאַטערט אין אַ ריחוק און שרעק פון יראה.

דער רושם וואָס בלייבט נאָך דעם איז אַ טיפע צובראָכענקייט און בענקעניש, און בדרך ממילא איז אַלע זיינע מדות בין אדם לחבירו, און די הנהגות זעהר ריינע און גוטע.

כט. דער גדר השלישי פון שכל אלקי איז, אַז ער איז אמת לאמתו101, ער איז דאָך אַ עצמי, און אַ עצמי בייט זעך ניט, ער איז אומעטום און אַלע מאָהל ווי און וואָס ער איז.

אין שכל אלקי איז אויך פאַראַן סברות פון חיוב ושלילה, אָבער דער חיוב און שלילה פון שכל אלקי זיינען ניט קיין הפכים, אין שכל אנושי זיינען איינע פון די ביידע הטיות אַ ליגן, אין שכל אלקי זיינען חיוב ושלילה ביידע אמת, עס זיינען צוויי שטראַלן פון איין מקור וואָס די ביידע בעלייכטען אויף צו פאַרשטיין אַ טייל פון דעם וואָס מי פיהלט.

חסידות איז שכל אלקי געטליכער שכל, אַ חקירה אלקית וואָס ווירקט אויף דעם קערפּערליכן לעבן, דאָס הייסט, אַז חכמת החסידות מאַכט פון דער חי' רעה וואָס אין דעם מענשן איז, אַ אדם השכלי, און אין דעם אדם השכלי פאַרשטאַרקט זי און ענטוויקלט דעם צדיק וואָס באַ דעם מענשן איז פאַראַן.

חסידות האָט דריי גדרים: א) חיות (לעבעדיגקייט). ב) אור (קלאָהר, און ליכטיג). ג) אמת. דאָס הייסט, חסידות איז אַ אמת'ע קלאָהרע לעבעדיגקייט.

און מיט דעם שכל פון חסידות, וואָס רבינו הגדול ואחריו רבותינו הק' נ"ע האָבען אונז געגעבן, דאַרפן מיר פאַרשטיין און פיהלן די שאלה וואָס רבינו הבעש"ט נ"ע, האָט געפרעגט באַ משיח'ן102, און דערהערן דעם ענטפער וואָס משיח האָט געענטפערט.

111ל. דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן אימתי קאתי מר, אין פלוג האָט דאָך קיין אָרט ניט די שאלה עס איז דאָך אַ קלאָר אָפענע גמרא (סנהדרין דצ"ח ע"א) ר' יהושע בן לוי האָט זעך געטראָפען מיט אלי' הנביא אין דער מערה פון ר' שמעון בן יוחאי פרעגט ריב"ל בא אליהו'ן ווען וועט קומען משיח, ענטפערט אלי' ר' יהושע בן לוי'ן, גיי פרעג באַ איהם אַליין, פרעגט ריב"ל וואו קאָן איך איהם טרעפן, האָט איהם אלי' געזאָגט דעם אָרט אין גן עדן, וואו משיח זיצט.

ווי עס איז ניכר איז באַ ריב"ל דער אָרט געווען גוט בעקאַנט און די וועג אַהין אַדורך גיטראָטענע, אַז ער איז געקומען אַהין איז נאָך די סימנים וואָס אליהו האָט איהם גיגעבן האָט ער דערקענט ווער איז משיח, פרעגט ריב"ל באַ משיח'ן לאימת אתי מר, צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר, ענטפערט משיח, היום היינט.

ריב"ל איז גיווען זייער צופרידן מיט דעם ענטפער איז געגאַנגען צוריק זעהן זיך מיט אליהו'ן דערווייל איז דורך געגאַנגען דער טאָג, און משיח איז ניט געקומען, איז ריב"ל געוואָרן פאַרביטערט, אַז ער איז געקומען צו אליהו'ן, פרעגט איהם אליהו וואָס האָט דיר משיח געזאָגט.

ריב"ל זייענדיק זייער פאַרביטערט און פאַר עגמת נפש פון דעם וואָס משיח איז ניט געקומען דעם טאָג, זאָגט ער אליהו'ן אַז משיח האָט איהם געענטפערט היום קומט ער, דער טאָג איז דורך און משיח איז ניט געקומען.

אלהיו הנביא ערלקערט ר' יהושע בן לוי דעם ריכטיקן זין פון משיח'ס ענטפער — אויף ריב"ל פראַגע צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר — היום אם בקולו תשמעו103.

אין דעם סיפור המעשה פון ריב"ל מיט אליהו'ן זעהן מיר קלאָהר און דייטלעך אַז דער זין פון ביאת המשיח (בב"א) איז פאַרבונדען מיט דעם היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו. וואָס נאָך דעם קלאָהרן ענטפער איז דאָך ניט מובן די שאלה פון בעש"ט אימתי קאתי מר, עס איז דאָך אַ גמרא מפורשת, אַז ביום אשר בקולו של הקב"ה תשמעו, קומט משיח גואל צדק, היינט וואָס פרעגט דער בעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר.

לא. מורנו הבעש"ט נ"ע איז דער משה רבינו ע"ה פון תורת החסידות הכללית, דאָס הייסט אַז אַזוי ווי משה רבינו ע"ה דער בחיר הוי', אַז על ידו איז נתגלה געוואָרען תורתנו הקדושה, אָט אַזוי איז מורנו הבעש"ט נ"ע דער בחיר הוי' אַז על ידו איז נתגלה תורת החסידות הכללית.

אין מדרש104 אויפן פסוק105 ומשה הי' רועה שטייט הוי' צדיק יבחן106, ובמה הוא בוחנו במרעה צאן, און רז"ל104 דערציילען אונז די מעשה וואָס עס האָט געטראָפען בא משה רבינו ע"ה בעת ער האָט גיפיטערט צאן יתרו, וואָס פון דער מעשה זעהט מען אַרויס די מדות טובות וואָס משה רבינו ע"ה האָט געהאַט.

מורנו הבעש"ט נ"ע איז בעוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, ער האָט געזעהן אין יעדער אידן אַ מעלה און אין יעדער פועל פון אַ אידן, הן אַ מצוה אָדער אַ 112מדה טובה, האָט ער געזעהן דעם אמת'ן ליכטיקען שיין.

מורנו הבעש"ט קוקט מיט זיינע ליכטיקע אויגן אין דעם פינסטערן גלות, זעהט ווי אידן זיינען מקיים תורה און מצות מיט גרויס מסירות נפש און פּיין, ווערן געדריקט און גערודפ'ט פון פערשידענע שלעכטע מענשן.

מורנו הבעש"ט זעהט ווי אידן זיינען מקיים דעם בקולו של הקב"ה תשמעו מיט מס"נ, ווערט באַ איהם די שאלה פאַר וואָס קומט ניט משיח, גואל צדק און וויל בעשליסן אַז ער מיט דער חבריא קדישא, הצדיקים הנסתרים נ"ע זאָלן בריינגען משיח'ן.

עס איז בעוואוסט די פערשידענע אסיפות הצדיקים הנסתרים וואָס זיינען געווען מזמן לזמן בימי מורנו הבעש"ט, און די כמה מיני התעסקות און שתדלנות וואָס זיי פלעגן טאָהן בנוגע דער מצב הרוחני און אויך דעם מצב הגשמי פאַר דעם כלל ישראל.

און אין יענער צייט איז געווען די עליית הנשמה של מורנו הבעש"ט וואָס ער איז געווען אין היכל המשיח און האָט געפרעגט אימתי קאתי מר.

לב. דער אימתי וואָס דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן, איז דאָס ווי דער מאמר אם לא עכשיו אימתי וואָס עס שטייט אין אבות (פ"א מי"ד).

דאָס הייסט, אַז דער בעש"ט רעדט מיט משיח'ן, אין דעם ענין פון דער גמרא סנהדרין, וואו משיח ענטפערט אַז היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו, און אויף דעם פרעגט דער בעש"ט עס איז דאָך ב"ה בקולו תשמעו.

און אויף דערויף ענטפערט משיח דעם בעש"ט לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ברחבות פלגי מים (משלי ה' ט"ז). יפוצו מעיינותיך חוצה, סוף שתקנה תלמידים ותורה הוראות ברבים, ויצא לך שם, רש"י, ברחבות, עיר תפוצנה פלגי מימיך, רש"י.

חסידות107 ווייס צו מאַכן אַ חילוק פון אַ מעין און נהר, נהר הוא התפשטות לאורך ורוחב ומחזיק שטח גדול, והמים בו בריבוי והילוכם הוא בשפע ורעש גדול, והמעין הוא נמשך כגיד בכיווץ תפיסת מקום שאינו תופס מקום גם לעצמו, ומימיו נובעין טיפּין טיפּין.

חוצה108 הייסט דאָך אין דרויסען. ד.ה. ניט אין דעם מקום המוכשר109, וואָרום דער מקום המוכשר איז דאָך ניט קיין חוצה, ער איז דאָך דער ריכטיגער מקום המוכשר, וואָדען אויב ער איז אַ חוצה, דאָס הייסט אַז ער איז ניט קיין מקום המוכשר איז ווי איז דאָרטן דער אָרט פון אַ מעין, איז דאָך דער פסוק זעהר ניט פאַרשטאַנדיק, עס איז דאָך סותר איינע די אַנדערע, איז דאָס אַ מעין פאַרוואָס רופט מען דאָס חוצה? איז דאָס חוצה, ווי קומט אַהין אַ מעין, וואָדען, עס איז ביידע זאַכן, איז ווי איז ביידע זאַכן110?

מפרשים111 טייטשן דעם פסוק יפוצו מעיינותיך חוצה, עס וועלן אַזוי שטאַרק זיין די וואָס קומען אַרויס פון דיינע קוועלן אַז זיי וועלן זיך צו שפּרייטן אפילו חוצה ביז אַז ברחבות אפילו אין 113די גאַסן וועלן זיין פלגי מים, און חאָטש עס וועט זיין חוצה גאָר אין דרויסען, פונדעסטוועגן וועט מען וויסן אַז דאָס קומט פון דיינע מעיינות.

פון משיח'ס ענטפער אויף דעם בעש"ט פראַגע פאַרשטעהט מען, אַז תורת רבינו הבעש"ט נ"ע, און די התגלות שכל אלקי, וואָס דער בעש"ט ותלמידיו ותלמידי תלמידיו אבותינו רבותינו הק' נ"ע זי"ע האָבן אונז געגעבן, האָט דאָס אַ שייכות צו ביאת המשיח (יבא בב"א).

לג. יעדער חכמה, אויך די חכמה פון שכל אלקי, האָט איהר שטייגער בסדר ואופן השכלתה והשגתה על פי דער הבנה און הסברה פון חסידות, איז דער יחס און שייכות פון אַ זאַך צו נאָך אַ זאַך, כמו אָט ווי דאָ, די שייכות פון תורת הבעש"ט נ"ע און ביאת המשיח, מוז איין זאַך זיין אַ אור, און די צווייטע זאַך אַ כלי צו דעם אור. אין אור וכלי איז דאָך פון דער כלי קאָן מען פאַרשטעהן וואָס איז דער אור וואָס ער איז שייכות צו דער כלי און פון דעם אור קאָן מען פאַרשטעהן וואָס פאַר אַ כלי מ'דאַרף האָבן צו אַזאַ אור, וואָרום אור וכלי האָבען דאָך אַ שייכות זה לזה.

פאַרשטיין קאָנען מיר דאָס פון דעם וואָס מיר זעהען במוחש באור וחיות הנפש ואברי הגוף שהם אור וכלי, הרי אברי הגוף הם לפי ערך כחות הנפש, וגילוי הכחות הם לפי אופן הכלים שהם האברים, דכללות האדם נחלק בב' בחינות כוללים, מוחין ומדות, ובפרטי' נחלק לג' חלקים כוללים, מוחין ומדות ומחדו"מ, ובפרטיות יותר לרמ"ח אברים ושס"ה גידים, אשר כשם שהוא מתחלק באברי הגוף, כן הוא גם באברי הנפש שהם כחות.

והנה במוחין אנו רואים שנחלקים לג' חלקים הנקראים חב"ד שהם ג' מוחין וכמאמר112 תלת חללין אינון דכל חלל וחלל שבראש, הוא כמו חדר וקופסא, אשר בו מונח מוח פרטי, מוח החכמה, מוח הבינה ומוח הדעת, דכל אחד מהם הוא כלי פרטי לחלק א' מכח השכל, והיינו דכשם שהמוח שבראש מתחלק לג' מוחות פרטים שהם ג' כלים פרטים, כן כח השכל שהוא האור של המוח שבראש הוא ג"כ מתחלק לג' כוחות פרטים כח החכמה, כח הבינה וכח הדעת.

וכה גדלה התיחסותם של הכלים (הם המוחות) אל האורות (הם הכחות) עד כי מן מזיגת המוח, שהוא הכלי, והרכבתו, אנו יודעים את גדרי האור, וכן מן גודל בהירות האור ואופן פעולתו, אנו מבינים להעריך ערך מעלת הכלי וענינה.

ולזאת הנה מוח החכמה הוא קר ולח, הוא כלי לכח החכמה שהוא נקודה, ובדביקות דוקא, דטבע הנקודה להתעלם אבל נקודת החכ' היא מאירה, ורק דוקא בכלי החכמה שהוא קר ולח, ומוח הבינה דמזיגתו והרכבתו הוא חם ויבש זהו כלי אל כח הבינה שהוא לפרט ולברר כל דבר בריבוי סברות, ומוח הדעת שהוא מורכב מעין מזיגה בלולה משניהם, הוא כלי אל כח הדעת, שהוא העמקות וההתקשרות בכל דבר השכלה והשגה.

לד. והנה הג' חילוקים דחכמה ובינה ודעת, הגם שזהו ענין שכלי, ושכל עמוק מאד, ומ"מ אנו יודעים זאת מן הגשמיות, היינו מהחיים הגשמיים, אין וועלט זעהן מיר אַז מענשען ריידען אויף דעם לשון, דער איז אַ חכם, אויף דעם צווייטען 114זאָגט מען דער איז אַ מבין, און דער איז אַ דעת'ן, זעהן מיר דאָך אַז אפילו אין דעם פּשוט'ן שכל אנושי'דיקן לעבען, הערט זיך אויך אָן, און עס פיהלט זיך, חילוקים אין שכל, דער טעם הדבר איז וויילע אור וכלי זיינען איינער בערך דעם אַנדערן, איז דערפאַר קאָן מען פון איינעם פאַרשטיין דעם אַנדערן.

אין משיח'ס ענטפער וואָס ער ענטפערט אויף דער פראַגע פון מורנו הבעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר, לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, איז קלאָהר פאַרשטאַנדיג, אַז תורת הבעש"ט נ"ע איז דאָס די כלי צו דעם אור פון גילוי המשיח, בב"א.

עס איז אַ כלל ידוע אַז לבד זאת וואָס כל התהוות איז דורך אור113, איז התהוות הכלים ע"י האור114, דער אור מאַכט די כלי, און כלי איז מקבל דעם אור ווי מיר זעהען במוחש אין שכל אַז דער שכל איז מהווה אותיות, יעדער שכל האָט זיך זיינע אותיות, וואָס דער שכל איז דער אור און די אותיות זיינען די כלים.

איז בכדי מיר זאָהלן פאַרשטיין וואָס איז חסידות, דאַרפען מיר פריהער פאַרשטיין וואָס איז דער אור וגילוי פון משיח, ווי געזאָגט אַז פון דעם מהות מעלת האור, קאָנען מיר נאָכדעם פאַרשטיין דעם תוכן ענין פון דעם כלי צו דעם אור.

וויסן אַ זאַך איז, אַז מי ווייס זיין מהות, דאָס הייסט מה הוא, וואָס איז ער, דער אמת'ער מיין אין דער שאלה מה הוא, איז אַ רוחניות'דיקע פראַגע, וואָס איז ער מכיל, דאָס הייסט וואָס ענטהאַלט ער אין זיך.

אָבער דער מהות הרוחני איז אַ עצמי, וואָס דער גראָבער קערפער מיט זיינע געוויינהייטן קאָן דאָס ניט בעגרייפן, ער קאָן מער ניט ווי נאָךפאָלגן אין אַ קליינעם בעגרעניצטן אופן, די פיהרונג און ווירקונגען פון דעם עצמי, וואָס דאָס קאָן איהם אין אַ געוויסען זין מאַכן נעהנטער צו בעגרייפען, לכל הפחות, די אַלגעמיינע שטריכן פון דעם עצמי.

לה. אויף דעם אדם זאָגן מיר מהות אדם, איז די מציאות זיינע ווייס מען, אַז עס איז אַ גוף מיט נפש ווי אַלע בעשעפענישן, נאָר ער האָט דעם יתרון פון שכל, וואָס דער שכל פיהרט אָן מיט די אַלע אברים פון דעם גוף, אַז יעדער פון זיי זאָהל ריכטיג דורכפיהרן זיין אויפגאַבע.

דער שכל איז דער נשיא המנהיג פון דער גאַנצער אברים געזעלשאַפט, ער שטעלט צוזאַמען זייערע אַרבעט אויף אויסצופיהרן געוויסע זאַכן וואָס געהערן צו זיי אַליין, און צו דעם גייסט און קערפּער פון דעם פּערזאָן אַליין, און אויך פון זאַכן וואָס זיינען מחוץ דעם פּערזאָן פון דעם מענשען, הן בנוגע נאָך אַ יחיד אָדער אַ רבים.

איז אַז מיר זאָגן מהות האדם, בעצייכענט דאָס, אַ עצמי וואָס האָט אַ געוויסע ווירקונגס קראַפט אין פּערזענלעכן און אין אַלגעמיינעם וועלט לעבען.

קלערער געזאָגט, אַז דער מהות הדבר, דאָס הייסט דער מהות המהות פון מהות האדם ווייסן מיר ניט, נאָר דעם מציאות המהות פון מהות אדם 115ווייסן מיר, וואָס דאָס ווייסן מיר פון זיינע פּעולות און הנהגות.

די ידיעה אין אַ מהות עצמי, וואָס מי ווייס דאָס פון די פּעולות און הנהגות, הגם דאָס איז ניט קיין ידיעה אמיתית, אָבער דאָס איז שוין אַרויס פון העדר הידיעה, און עס איז שוין אַ קליין טיהרעלע צו ידיעה.

משיח איז אַ אור עצמי, מיר נבראים שוכני בתי חומר115, און ווער רעדט די וואָס פיהלן זיך ניט אַלעס שכנים, נאָר טאַקע איינגעוואַקסענע בעלי חומר, זיינען קליין צו בעגרייפען וואָס איז אור בכלל, און אור עצמי בפרט, איז מובן וויפל מיר זיינען ווייט פון הבנה וואָס משיח איז, נאָר פון דער הנהגה און פּעולה קאָנען מיר האָבן עפּעס אַ קצת ידיעה, וואָס איז דער ענין המשיח.

לו. אויף דעם ענין פון משיח געפינען מיר אין פסוק, וואָס ער זאָגט אונז, וואָס איז זיין מהות, און ווי איז זיינע הנהגות און פּעולות, ווי געזאָגט אַז משיח איז אור, איז אַז מיר וועלן פאַרשטיין דעם מהות האור, און דעם אופן ההנהגה והפעולה של האור וועלן מיר אויך פאַרשטיין דעם מהות הכלי, דאָס הייסט חסידות, וואָס דאָס איז די כלי פון גילוי אור המשיח.

מיר ווייסן אַז חסידות איז שכל אלקי, און מיר ווייסן אויך אַז שכל אלקי איז אָפּגעטיילט אין זיינע גדרים116, פון די גדרים פון שכל אנושי117, אָבער וואָס איז דער מהות פון שכל אלקי ווייסען מיר ניט, אָבער אַז מיר וועלן פאַרשטיין דעם מהות האור, במילא וועלען מיר פאַרשטיין וואָס איז דער מהות הכלי און ווי עס איז דער אופן ההנהגה און פעולה פון דער כלי.

אויף משיח'ן שטייט118, ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה, רוח עצה וגבורה, רוח דעת ויראת ד', והריחו ביראת ד' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, ושפט בצדק דלים והוכיח במישור לענוי ארץ [גו'], והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו. אין די פיר פסוקים זאָגט אונז דער אויבערשטער ב"ה, וואָס איז דער מהות פון משיח'ן, און ווי איז זיין הנהגה און פּעולה.

דער מהות פון משיח'ן איז אַז, ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ד', דאָס וואָס ער זאָגט אַז ונחה עליו רוח הוי' דאָס פאַרנעמט אונזער שכל און פאַרשטייט וואָס דאָס איז, הוי' איז דאָך הי' הוה ויהי' כאחד119, למעלה מן הטבע, העכער ווי נאַטור, נאַטור איז דאָך איינגעטיילט אין עבר הוה ועתיד, משיח איז העכער ווי די זאַך פון נאַטור, למעלה מן הטבע.

אָבער אַז ער הויבט שוין אָן רעכענען פרטים, חכמה בינה, עצה וגבורה, דעת ויראת ד', דאָס איז דאָך אַלץ זאַכן וואָס זיי זיינען מהותים פרטים, וואָס יעדער מהות פון זיי איז מוגדר אין אַ גדר פרטי פון זיין מהות, וואָס ווען אפילו אַז אין געוויסע זאַכן האָבן זיי אַ איינשלוס און זאגאר אַ ווירקונג איינער אויף דעם 116צווייטן, אָבער אויך זיינען זיי הפכים איינע פון די אַנדערע.

לז. די כחות חכמה און בינה, האָבן אַ געוויסן עקזיסטענץ איינשלוס, און אַ ווירקונגס און איינפלוס קראַפט איינער אויף דער צווייטער, און אין איין און דער זעלבער צייט זיינען זיי הפכים.

חכמה איז נקודה, אַ ברק המבריק, אַ שכל בליץ. בינה איז התפשטות, התיישבות בעטראַכטונג און איבערלייגונג. דערפאַר איז חכמה מעין און בינה איז נהר120, אַ נהר איז ריבוי המים און מיט אַ שטראָם און אַ מעיין איז טיפין טיפין, עס קאָן ניט זיין קיין נהר וואו ער האָט ניט קיין מעיין, און פון מעיין ווערט נהר.

דאָס גלייכן אין דער שכל וועלט, קאָן ניט זיין קיין פאַרשטאַנד וואו עס זאָל ניט זיין דער חכמה פונקט (נקודת החכמה) וואָס צו פאַרשטיין, און פון יעדער חכמה פונקט ענטוויקלט זיך אַ פאַרשטאַנד טייך.

נקודה און התפשטות זיינען הפכים בעצם מהותם, דאָס הייסט אַ חוץ דעם וואָס יעדער פון זיי האָט זיך זיינע הגדרות, וואָס די הגדרה איז נאָר זיינע אַליין, איז אין זיי פאַראַן אַ צד התנגדות און אַ פאַרקערט פון דעם אַנדערן.

חכמה און בינה זיינען ביידע שכל, שכל אַליין הגם דאָס איז ניט דער אמת'ער רוחני, אָבער לגבי גשמי וחומרי איז ער רוחני שבגשמי. איז אין חכמה און בינה אַליין אונז שווער צו בעצייכענען זייער התנגדות און הפכים, זעהען מיר דאָס אויספיהרליך און קלאָר אין זייערע כלים, דאָס הייסט אין די מוחות, דער מוח החכמה איז קר ולח און דער מוח הבינה איז חם ויבש.

מוח איז דער מאַרך, די פעטס און די זאַפט פון דער גאַנצער זאַך, דאָס הייסט אַז דאָס איז דער גאַנצער תוך, דער גאַנצער מהות המהות פון דער זאַך.

מוח איז גשמי, נאָר עס איז אַ גשמי וואָס איז די כלי פון אַ רוחני, דעם מהות המהות פון דעם מוח ווען ער איז אַ כלי צו דעם רוחני פון שכלי, קאָן מען ניט פעסטשטעלן, ווען ער איז אין דער אַרבעט קאָן מען איהם בעטראַכטן און מבקר זיין (אויספאָרשן) און, ר"ל, בצאת הנפש מן הגוף, פעלט זיך דער מהות המהות זיינער, און עס בלייבט מער ניט ווי דער מציאות המציאות.

איז פון וואָס קאָנען מיר וויסן דעם מהות המציאות פון דעם מוח, דורך דער ידיעה פון מציאות המציאות פון שכל, די ידיעה פון מציאות המציאות פון שכל זיינען די אותיות השכל, וואָס זיי זאָגן אונז צוויי זאַכן, דעם מציאות המציאות פון שכל, און דעם מהות המציאות פון מוח.

אותיות פון חכמה זיינען קורץ און האָבן אַ קלעפּ. און דאָס גיט אונז אַ אַלגעמיינעם בעגריף אויף דעם שכל החכמה, אַז ער איז אַ נקודה מיט אַ בליץ, און עס דייט אונז אָן, אויף דעם מוח החכמה אַז ער איז קר ולח.

אותיות פון בינה זיינען בהבנה והסבר, וואָס דאָס בעטאָנט אונז אַז דער שכל הבינה איז דאָס אַ התפשטות און אַ ערקלערונג אויף אַ זאַך, און בעצייכנט אַז דער מוח הבינה איז חם ויבש.

וואָס פון דעם אַלעם זעהען מיר דאָך, אַז חכמה ובינה האָבען אויך צדדי ההתנגדות וההפכים איינער פונם 117אַנדערן, איז ווי זאָגט דער פסוק, רוח חכמה ובינה און איז זיי כולל אינאיינעם, ער האָט לכל הפחות געדאַרפט זאָגן רוח חכמה ורוח בינה, פאַנאַנדערטיילן זיי, און מ'זאָגט דאָס אינאיינעם.

לח. רוח עצה וגבורה, עצה איז דער טייטש ראַט, ישוב הדעת, וואָס דאָס נעמט אַרום די אַלע דריי אָפּטיילונגען וואָס אין שכל, קלוגשאַפט פאַרשטאַנד, טיעפזיניקייט, דאָס הייסט אַ אויספיהרונג פון אַ זאַך ווי זי ווערט בעאַרבעט פון די אַלע דריי שכל קוועלן.

עס איז געוויס אַ גרויסער חילוק אין וואָס פאַר אַ זאַך די עצה איז, צי אין אַ גייסטיקע זאַך, צי אין אַ קערפּערליכע זאַך, אָבער אין אַלע פאַלן איז די זאַך פון עצה איז אַ ראַט דורך אַ טיפן שכל, ווי איינער פרעגט באַ דעם צווייטען אַן עצה ער זאָל אים געבן אַ גוטן ראַט און אַ שכל'דיגן אויסוועג.

גבורה איז דער טייטש קראַפט, מאַכט, עס איז געוויס אַ גרויסער חילוק מיט וואָס די קראַפט און די מאַכט איז באַזירט, עס איז דאָ דער שכלקראַפט און מאַכט, ווי די גמרא זאָגט (סנהדרין דצ"ג ע"ב) גבור שיודע להשיב, און עס איז דאָ אַ זרוע גבור, אַלענפאַלס איז גבורה בעדייט שטאַרקייט וואָס עצה און גבורה זיינען צוטיילט אין זייערע גדרים. גדר העצה איז חכמה ושכל, און גדר הגבורה איז תוקף און שטאָלץ.

רוח דעת ויראת ד', דעה איז טיפע קלוגשאַפט און פאַרשטאַנד, אַז יעדער זאַך וואָס ער טוט איז דאָס שטאַרק טיף, גרונטיק אַרום געטראַכט, און יראת הוי' איז תמימות'דיגע יראת שמים, אַז ער טוט נאָר וואָס דער אויבערשטער ב"ה הייסט, און וויל ניט אַריינגיין אין קיינע פּשרות, און אין קיינע השכלה'דיגע ערקלערונגען, ער איז אַ ירא אלקים, און וויל ניט וויסען קיינע חכמות פון קולות, דאָס הייסט ער איז זיך מוסר נפש אויף מקיים זיין אָט דאָס וואָס עס שטעהט אין שולחן ערוך, און דעת איז קלוג, און עס איז אַ מאמר העולם, אַז קלוג איז ניט פרום, און לדאבון לבבנו, זעהען מיר דאָך דאָס אין לעבן, אַז די אַלע חכמות איז ווי אַרומגעהען דעם יראת שמים.

אָבער אויף משיח'ן זאָגט דער פסוק ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה וגו', איז דער מיין און בעגריף פון דעם פסוק איז, אַז דער מהות פון משיח'ן איז אויך די זאַכן פון חכמה ובינה, עצה וגבורה דעת ויראת ה', נאָר די אַלע זאַכן איז באַ משיח'ן אַנדערש ווי באַ אונז.

באַ אונז איז חכמה ובינה צוויי בעזונדערע זאַכן, אויך עצה וגבורה און דעת ויראת ה' זענען געטיילט, און באַ משיח'ן איז חכמה ובינה אין איינעם, עצה וגבורה אין איינעם, דעת ויראת הוי' אין איינעם. וויילע דאָס איז דאָך די זאַך, פון העכער ווי נאַטור, אַז דאָס שליסט איין צוויי הפכים, וויילע ביידע נעמען זיך פון איין מקור און זיינען בגילוי ווי זיי זיינען במקורם.

לט. די הנהגה פון משיח'ן איז, והריחו ביראת הוי' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, דער משפט זיינער וועט זיין, ניט נאָר לויט דעם וואָס ער וועט זעהען מיט די אויגען, און דער מוסר זיינער וועט זיין ניט נאָר לויט דעם וואָס ער וועט הערן מיט די אויערן, נאָר וואָס דען וועט זיין דער משפט פון משיח'ן און ווי וועט זיין דער מוסר זיינער? אויף דעם זאָגט דער 118פסוק ווייטער, ושפט בצדק דלים והוכיח במישור לענוי ארץ.

די זאַך איז זעהר וואונדערליך, ער וועט ניט משפט'ן נאָכדעם וואָס ער וועט זעהען מיט זיינע אויגען, און ער וועט ניט מוסר'ן נאָכדעם ווי ער וועט הערן מיט זיינע אויערן, נאָר ער וועט משפט'ן מיט גערעכט די אָרעמע און וועט מוסר'ן די וואָס זיינען ביי זיך געפאַלן.

און דאָס איז די הנהגה פון משיח'ן, אַ הנהגה פון העכער ווי נאַטור.

דער דין ומשפט פון בני אדם איז נאָר וואָס בעיניו יראה און באזניו ישמע, איינער אַז ער משפט דעם צווייטען הן ווען דאָס איז אַ משפט גלוי ברבים און הן ווען דאָס איז אַ משפט וואָס ער משפט דעם צווייטען ביי זיך אין האַרצען, איז די יסודות פון דעם משפט און די יסודות פון דעם מוסר, איז מעהר ניט נאָכדעם, נאָך וואָס ער זעהט מיט די אויגען און הערט מיט די אויערן. ער געהט ניט אַריין אין דעם לעבן פון דעם וועלכן ער משפט. ער רעכנט זיך ניט מיט זיין אומשטאַנד און מיט דעם וואָס רינגלט אים אַרום, דאָס הייסט, ער געהט ניט אַריין אין זיין אינערליכן לעבען און פאַרטיפט זיך ניט אין די סיבות וואָס האָבען איהם געבראַכט צו אַזאַ לעבן. ער משפט איהם מעהר ניט נאָכדעם וואָס ער זעהט און הערט, און ניט נאָכדעם וואָס יענער, דעם וואָס ער משפט לעבט דורך.

אַזאַ משפט איז ניט קיין אמת'ער משפט, אַזאַ משפט איז זעהר אַ טרוקענער, געבויט אויף זעהר גרינגע יסודות. דער אמת'ער משפט איז, אַז דער וואָס משפט דעם צווייטען דאַרף זיך אַליין שטעלען אויף דעם אָרט פון דעם וואָס ער משפט, ער דאַרף און מוז וויסן די אַלע סבות וואָס האָבען יענעם געבראַכט צו אַזאַ צושטאַנד120.

די גרויסע הלל'ס אזהרה121, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, אַז דו האָסט געזעהן אַז איינער איז דורכגעפאַלען, וואָס ער האָט ניט געקאָנט ביישטיין אַ נסיון, זאָלסטו איהם ניט פאראורטיילען ביז דו וועסט אַליין ניט דורכמאַכן אַזאַ זאַך, די גרויסע אזהרה איז אַ מאמר השם.

משפט'ן קאָן מען נאָר דאַמאָלט, ווען מ'שטעלט זיך אַנידער אויף יענעמ'ס אָרט, און מ'לעבט עס דורך.

מ. די וועלט קוקט אויף אַ משפט ווי אויף אַ עונש, אַ שטראָף. דאָס איז ניט ריכטיג. אַ משפט איז ניט נאָר אַ עונש און אַ שטראָף, אַ משפט איז אַ געוויסע לעהרנונג ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פיהרען, אַז ס'זאָל נישט צוקומען צו אַזאַ שלעכטע פיהרונג אין לעבען, אַז מ'זאָל איהם נאָכדעם דאַרפען משפט'ן און דאָס קאָן נאָר זיין דאַמאָלסט ווען דער וואָס משפט ווייס די סבות, וואָס האָבען מיטגעבראַכט דעם שלעכטען לעבען, די שלעכטע פיהרונג.

עס פרעגט זיך זעהר אַ גרויסע קשיא, וואָס איז די סיבה וואָס אַ איד קומט גאָר צו דעם ער זאָל עובר זיין אויף די דרכי התורה והמצוה, תורה איז אַזאַ שעהנע קלאָרע לעהרנונג ווי דער מענטש זאָל זיך פיהרען אין די שענסטע וועגען פון לעבען אין אַלע זאַכען, הן אין דעם גייסט לעבען און הן אין פאַמיליען און געזעלשאַפטלעכן לעבען, איז ווי און פון וואַנען נעמט זיך דאָס אַז 119דער איד זאָל אויף דעם קענען עובר זיין?

די סיבה אויף דעם איז דער יצה"ר. ער רעדט איין דעם מענטש'ן און פיהרט איהם אַראָפּ פון דער ריכטיגער שעהנער וועג, ווי די גמרא זאָגט אין שבת (דק"ה ע"ב) כך הוא אומנתו של יצה"ר, היום אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה, והולך ועובד.

דער יצה"ר איז אַ אומן, ער איז אַ פאַכמאַן אין זיין זאַך. דער יצה"ר קומט ניט צום ערשטען מאָל זאָגן דעם מענטש'ן, אַז ער זאָל ניט לייגן קיין תפילין, אָדער ניט היטען טהרת המשפחה, אָדער עסן טרפה און מחלל שבת זיין, ניין, אַזעלכע זאַכען טוהט ער ניט צום ערשטען מאָל, דאָס איז אַ צו גראָבע אַרבעט, ער — דער יצה"ר — ווייס גאַנץ גוט, אַז ער וועט קומען צו אַ אידן זאָגען איהם אַז ער זאָל ניט לייגען קיין תפילין, מחלל שבת זיין וכו' וועט דער איד — איהם — דעם יצה"ר — געוויס ניט פאָלגען.

דער יצה"ר איז אַ אומן, אַ קינסטלער אויף קאָנען צוגיין צו יעדער מענשן לויט זיין מהות און זיין מצב, און די ערשטע אַרבעט פון דעם יצה"ר איז אַריינצונעהמען דעם מענטשען אין האַנט, אין זיין רשות, אַז דער מענטש זאָל איהם אין אַלעס פאָלגן.

מא. די קונסט פון דעם יצה"ר איז, וואָס ער האָט פאַר יעדער סוג מענטש אַ שפראַך ווי צוצוגיין צו יעדערן, און געפינט וועגן ווי אַזוי אַריינצובעקומען דעם מענטשן אין זיין רשות122.

ווי נעמט אַריין דער יצה"ר דעם מענטשן און ווי ווערט דער יצה"ר אויף דעם מענטשן אַ בעל דעה און אַ פיהרער? אָט אין דעם באַשטייט די אומנות פון דעם יצה"ר און זיין פעהיגקייט — קענען אויף יעדערן ווירקען.

דער ערשטער צוטריט פון דעם יצה"ר צו דעם מענטשן איז מיט דברים המותרים, דער יצה"ר רעדט איין דעם מענטשן אַז ער זאָל זיך נאָכגעבן אין אַלץ וואָס מ'מאָג על פי התורה, אין עסען און טרינקען און פאַרשידענע פאַרגעניגענס, ביז ער ווירקט אויף דעם מענטשן אַז ער ווערט צולאָזן, דער יצה"ר פיהרט אַריין דעם מענטשן אין די וועלטן פון פאַרגעניגען און תאוות מאַכט איהם אַ צעלאָזענע האַרץ אויף וועלען נאָכגעבען זיך, וואָס מיט דעם עפענט ער אויף דעם מענטשן אַ טיהר אין דער פאַרברעכער וועלט, אין וועלט פון עבירות פון פאַרברעכעריי, ביז דער מענטש הויבט זיך אָן רחמנא לצלן, צו גליטשען פון די טרעפּ און פאַלט אַריין אין גאַנצען אין רשות פון דעם יצר הרע, וואָס וועבט שוין אַרום דעם געפאַנגענעם בעל תאוה'דיגען מענטשן מיט פאָדים פון פאַרברעכעריי, אַז ער פאַרלירט שוין גאָר דער מענשליכען שכל'דיגען באָדען, און ער ווערט פאַרענדערט אין בהמות'דיגען קערפּערליכען לעבען אַז נמשל כבהמות נדמו123.

און אַזוי אַרום עפענט זיך אויף פאַר דעם זינדיגען בעל תאוה אַן אָפּגרונט פון שאול תחתית, אַז ער ווערט ווי אַ חי' רעה און ווערט שוין פאַרדאָרבען אין אַלע זיינע מדות (זיטען), אַז ער ווערט אַ 120גנב, אַ גזלן, אַ רוצח, אַלץ צוליב דעם ער זאָל קענען לעבען אַ קערפּערליכען פאַרגעניגען לעבען.

טויזנטער מענטשן בעלי תאוות און בעלי הנאה ווייסן אַז מיט זייערע שלעכטע געפערליכע תאוות ציהען זיי אויף זיך די שווערסטע שטראָפן, און דאָך קאָנען זיי זיך ניט העלפען, וויילע דער יצה"ר האַלט זיי אין זיין רשות, ר"ל.

מב. וואָס זיינען די ערשטע טרעפּ צו דעם טייוועלשען פּאַלאַץ? וואָס איז די ערשטע סבה צו דעם ביטערען פינסטערן סוף פון דעם בעל תאוה'דיגען מענטשן? ווער איז דער מלאך המות פון דער שענסטער באַשעפעניש, פון דעם מענטשען?

די ערשטע טרעפּ פון דער גרויסער ביטערער ירידה, איז דער נאָכגעבן זיך אין וואָס מ'מאָג, דער זוכן דעם פאַרגעניגען נאָר אין גשמיות, פאַרגרעבט דעם מענטשן און ברענגט איהם דערצו, אַז דער פליישיגער קערפּערליכער לעבען ווערט באַ דעם מענטשן אָן אַ וואָג און אָן אַ מאָס, און עס ברענגט איהם צו פערשידענע פאַרברעכענס.

די משנה זאָגט (סנהדרין פ"ח מ"ה) בן סורר ומורה נדון על שם סופו, אַ בן סורר ומורה ווערט געמשפט מיט טויט שטראָף (מיט אַ געוויסע אויספאָרשונג צי איז ער ריכטיג אַ בן סורר ומורה, און אין אַ געוויסען סדר, וואָס פריער צום ערשטען מאָל משפט מען איהם מיט קליינע שטראָפן, צום צווייטען מאָל מיט אַ גרעסערע שטראָף, פריהער מעהר ניט ווי אַ בית דין פון דריי דיינים, נאָכדעם פון אַ בית דין פון דריי און צוואַנציג דיינים124) פאַר דעם וואָס וועט זיין. דאָס הייסט, כאָטש איצטער איז ער נאָך ניט אַזוי שלעכט, נאָר וויבאַלד אַז ער פיהרט זיך אויף אַ שלעכטן וועג, וועט ער דאָך, סוף כל סוף, ווערן אינגאַנצן פאַרדאָרבן, משפט מען איהם איצטער אויף דעם וואָס ער וועט זיין.

וואָס איז דער חטא פון אַ בן סורר ומורה? ער פאָלגט ניט די לעהרנונג און גוטע ערציהונג פון פאָטער און מוטער און איז אַ זולל וסובא, זולל איז דער טייטש אַ פאַרשווענדער, סובא איז דער טייטש זויפען, דאָס הייסט, אַ פאַרשווענדער אויף פרעסען און זויפען.

דער אבן עזרא125 זאָגט אַז אַ זולל וסובא דאָס איז אַן אַלגעמיינער נאָמען פאַר די וואָס גיבען זיך אָפּ צו קערפּערליכע פאַרגעניגענס, און זוכט אין יעדער זאַך דעם תאוה'דיגען פאַרגעניגען.

דער מענטש וואָס ער איז אַ זולל וסובא, איז ער אַ בן סורר ומורה, סורר איז דער טייטש קעהרט אָפּ פון וועג126, מורה איז דער טייטש ווידערזעצליך זיין, אַז דער וואָס איז אַ זולל וסובא געהט אַראָפּ פון דעם ריכטיגען וועג.

דער חטא פון אַ זולל וסובא איז, אַז ער עסט אויף אַ געוויסע וואָג פלייש און טרינקט אויס אַ געוויסע מאָס וויין127, פרעגט זיך דאָך אַ גרויסע קשיא, צי איבער דעם וואָס אַ מענטש עסט מעהרער אַ שטיק פלייש און טרינקט מעהרער אַ ביסעל וויין, איז 121דערפאַר ווערט ער אַזוי שטרענג באַשטראָפט?

נאָר דער וואָס לערנט דעם דין אין זיין מקור, בש"ס ופוסקים, זעהט ער128, אַז נישט פאַר דעם גרעסערן שטיק פלייש וואָס ער עסט אָדער פאַר דעם מעהרער ביסל וויין וואָס ער טרינקט, ווערט ער ביטער געשטראָפט. ניין, די שטראָף איז פאַר דעם וואָס ער לאָזט זיך אין דעם אַריין, פאַר דעם וואָס ער זוכט פאַרגעניגן נאָר אין דעם, פאַר דעם וואָס ער עפענט אַ טיהר צו טיפע פינסטערע אָפּגרונטען, פאַר דעם וואָס ער איז מחלל די שיינקייט פון מענטשהייט, פאַר דעם וואָס ענדליך וועט ער ווערען אַ גנב, אַ גזלן, אַ רוצח, און וועט נאָך מענטשן פאַרפיהרען.

מג. אַזוי איז דער דרך היצה"ר, ער נעמט אַריין דעם מענשען אין זיין רשות, דורך תאוות היתר, דאָס הייסט וואָס ער רעדט איין דעם מענשן צו זוכן פאַרגעניגען אין די זאַכען וואָס מ'מאָג, און אַזוי מאַכט ער דעם מענשן צעלאָזן, ביז וואַנען דער מענש פאַרלירט די מענשליכע שכל'דיגע שטאַרקייט, אַז ער קומט צו אַ זאַך וואָס מ'טאָר ניט, קאָן ער זיך שוין ניט אָפּהאַלטען.

דער יצה"ר מאַכט דעם שטאַרקען, טיפזיניקען מענשן פאַר אַ קל הדעת (לייכטזיניקן) און אַזוי פיהרט ער דעם מענטשן אַ טרעפּ נידעריגער און נידעריגער ביז ער פאַרלירט די מענשליכע געפיהלען צום צווייטען מענש, ער ווערט איבערגעגעבען אינגאַנצען צו זיינע פאַרגעניגענס און ווערט אַזוי פאַרדאָרבען, ביז דער מענטש ווערט געפערליכער פאַר דער גרעסטער ווילדער חי'.

עס איז פאַראַן מענשען וואָס זיינען געפאַלען קרבנות פון דעם יצר הרע'ס איינריידען, אַזעלכע וואָס 122זיי קענען לערנען און ווייסען אַז דאָס וואָס זיי ווילן טאָן, אָדער זיי טוהען טאָר מען ניט, און דערפון וואָס זיי טוהען דאָס וואָס מ'טאָר ניט, איז זיי ניט גוט אויפן האַרצען, און עס איינגט זיי, אָבער זיי זענען אַזוי שוואַך געוואָרען אין זייער דעה, און זיינען אַזוי נעבעך נידער געפאַלען אין די שמוציגע וועלטן און פאַרפּלאָנטערט מיט די פעדים פון קערפּערליכען און פליישיגען פאַרגעניגען, אַז זיי האָבען אין זיך ניט די מענטשליכע שטאָלץ, די ריכטיגע שטאַרקייט אויף אַרויסרייסען זיך פון דעם גרויסען, ברייטען עולם הזה'דיגען טייך פון פאַרגעניגען, און דער טומעל פון דער וועלט און דער רעש פון די פאַלשע רייכטימער פאַרבלענדעט זיי און פאַרטומלט זיי אינגאַנצען, אַז וועלנדיג ניט וועלנדיג, ווערען זיי פאַרשלעפּט אין דעם גרויסען שטראָם פון ים החיים אָהן אַ רעכענונג און אָהן אַ באָדען פון אמת און יושר.

מד. וואָס איך זאָג די פאַלשע רייכטימער איז דאָס אויף אַ יסוד פון אַ סיפור וואָס עס האָט פּאַסירט באַ דעם זיידען כ"ק מוהר"ש.

אין ליובאַוויטש אויף די ירידים פלעגען קומען פיהל גרויסע סוחרים, צווישען זיי זיינען געווען שקלאָווער און מינסקער סוחרים פון מתנגדישער אָפּשטאַמונג.

די גרעסטע סוחרים פלעגן אַריינגיין צום זיידען, געווען אַזלעכע וואָס פלעגען ריידן אין לערנען, און אַזעלכע וואָס פלעגן פרעגן געשעפטליכע עצות.

איינער פון די גרויסע סוחרים איז געווען אַ גביר און אַ למדן, ער האָט פאַרבראַכט ביי דעם זיידן אַ גאַנץ היפּשע צייט, און האָט גערעדט וועגען זיינע געשעפטען. איידער ער איז אַוועקגעגאַנגען פרעגט ער דעם זיידען, פאַר וואָס איז, אַז עס גייט צו אים — צום זיידען — אַריין אַ אָרימאַן, ענטפערט ער איהם גלייך אָפּ, און עס דויערט אַ פּאָר מינוט, און אַז עס גייט אַריין אַ גביר גידויערט צייט ביז ער — דער זיידע — ענטפערט איהם.

האָט איהם דער זיידע געענטפערט, אַז עס גייט אַריין אַ אָרימאַן, דערציילט ער דעם מצב זיינעם אין איך ענטפער אים גלייך אָפּ, אָבער אַז עס גייט אַריין אַ גביר און הויבט אָן דערציילן וואָס מיט אים טוט זיך, גייט אַוועק די צייט ביז ער זאָגט אַרויס דעם אמת, אַז ער — דער דרויסענדיגער גביר — איז אַ אָרימאַן.

דאָ אין אמעריקע זענען פאַראַן אפילו דרויסנ'דיקע גבירים, מען איז צעטראָגען און מען איילט גאָר ווי די גרויסע גבירים, השי"ת זאָל זיי העלפען אַז ביי זיי זאָל זיין תוכם כברם, דער אינעווייניק ווי דער דרויסען — אַז זיי זאָלען זיין אמתע גבירים.

מה. אָבער די אידישע פּינטעלע, דער זיק היהדות ווערט ניט פאַרטרונקען און פאַרלאָשען.

די נקודה ליגט טיף אין דער אידישער האַרץ, דאָס איז די געוויסע בושה וואָס יעדער איד שעהמט זיך פאַר זיך אַליין, און דערפאַר איז פאַראַן מענטשן וואָס זיי באַרוהיגען זיך אַליין מיט פּוסטע היתרים און נאַרישע תירוצים.

די גוטע זאַך אין די היתרים און תירוצים איז, אַז דאָס איז אַ באַווייז, אַז זייער ניט גוטער אויפפיהרונג אַרט זיי, אַז דאָס דריקט זיי, נאָר זיי זיינען נעבאַך זעהר שוואַך אין שכל'דיגע שטאַרקייט אויף אַרויס פון זייער געוואוינהייט, אָבער דער תוך זייערער איז נאָך גאַנץ, און אין אַ גוטער סביבה קאָן ער האָבן די בעסטע ווירקונג.

דער רחמנות פון די מענטשן איז זייער גרויס, זיי האָבען אַן אינערליכען קאַמף, זיי האָבען מלחמה מיט זיך אַליין, זיי פיהלן אַליין זייער רחמנות, און זיי ווייסען גוט זייער ניט גוט וואָס עס קאָן זיין, אָבער זיי קאָנען ניט ביישטעהן און ווערן באַזיגט פון יצר הרע.

און דאָס דאַרף זיין די אויפגאַבע פון אגודת חסידי חב"ד בארצות הברית וקאנאדע, אויף איינאָרדענען אין געוויסע צייטען, וואָס זאָל פּאַסטען פאַר די חברים, חסידות'שע שמועסן און ערקלערונגען, און דייטלעך אַרומרעדן פערשידענע ענינים אין חיזוק המצוות און חיבת התורה, וואָס דאָס וועט זיין אַ מזון רוחני פאַר פיהל פון גזע החסידים.

מו. די זאַך פון משפט איז טאַקע אַז מ'דאַרף חלילה שטראָפן די זינדיגע, אָבער די הויפּט זאַך פון משפט איז למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד129, אַז דער עונש זאָל ווירקען אַז עס זאָל ניט זיין קיין זינדיגער. ניט דער עונש איז דער משפט, נאָר דער משפט איז אַ 123געוויסע לערנונג וואָס עס דאַרף ווייזען מענשען ווי צו פיהרען זיך.

די משנה זאָגט (מכות פ"א מ"י) די סנהדרין וואָס האָט אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל איין מאָהל אין זיבען יאָהר, ראב"ע זאָגט, אַז איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר, ווערט די סנהדרין אָנגערופען חובלנית, קטלנית, אַ סנהדרין וואָס טויט מענשען.

די זאַך איז זעהר וואונדערליך, דער עם ישראל איז געווען זעהר גרויס, אַז אין דער שטאָט ירושלים עיר הקדש ת"ו איז גיווען שצ"ד בתי דינין (כתובות ק"ה ע"א) פון סנהדרי קטנה (צי כ"ג דיינים) איז אַז די סנהדרין האָבען איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל, רופט מען די סנהדרין קטלנית, פאַרוואָס איז דאָס?

נאָר דער אמת איז, אַז די זאַך פון די סנהדרין איז לערנען די אידען, געבען זיי אַ ריכטיגען חינוך והדרכה130, הן מסדר זיין דעם חינוך הבנים והבנות ביי גוטע מלמדים און מדריכים און הן דער סדר אין השגחה אויף דער הנהגה פון בני ובנות ישראל, זעהען אַז זיי זאָלען ניט צו קומען צו שלעכטע וועגען, און דערפאַר איז די סנהדרין וואָס האָט אפילו מעהר ניט ווי איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל, ווערט זי אָנגערופען קטלנית.

וויילע אָט דאָס וואָס עס געפינט זיך אַזאַ זינדיגער, וואָס איהם קומט טויט שטראָף, איז דאָס אַ באַווייז, אַז די סנהדרין האָט ניט געטאָן ריכטיג דאָס וואָס איהר חוב איז צו טאָן, ערקלעהרען און געבען צו פאַרשטעהן ווי דער מענטש דאַרף זיך פיהרען, אויף צו זיין איינגעהאַלטען פון נאָכגעבען די האַרץ אפילו אין די פאַרגעניגענס וואָס מ'מאָג.

דער נאָכגעבען זיך אין פאַרגעניגן דאָס בריינגט דעם מענטשן צו די גרעסטע שלעכטע זאַכען, די קערפּערליכע פערגעניגענס צוברעכען דעם מענשענס'ס לעבען.

דער משפט פון משיח'ן איז, אַז לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, משיח'ס משפט וועט ניט זיין ווי אַ מענטשליכער משפט, אַז מעהר ניט וואָס ער זעהט און הערט.

משיח'ס משפט וועט זיין אַז ער וועט קוקען זעהען און פיהלען אויך די סבות וואָס האָבן מיטגעבראַכט דעם זינדיגער אויף זינדיגען, ער וועט אויך פיהלען ווי דער זינדיגער האָט דאָס ניט געוואָלט טאָהן, אָבער ער האָט זיך ניט געקאָנט גובר זיין אויף זיין תאוה.

מז. אַז משיח וועט קומען בב"א וועט זיין תחיית המתים און דאַמאָלסט וועט זיין אַ דין ומשפט ווער עס זאָל אויפשטעהן צו תחיית המתים. אויך די וואָס וועלן דערלעבען און זוכה זיין צו זעהען ווי משיח וועט קומען, וועט אויף זיי אויך זיין אַ דין ומשפט131.

דעם דין ומשפט וועט משפט'ן משיח אַליין, און אויף דעם זאָגט דער פסוק, אשר לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, נאָר ער וועט אַריינגיין אין דעם שווערען לעבען פון אידען אין גלות, און וועט אויף זיי מעורר רחמים זיין און געפינען אַ זכות, 124אַז זיי האָבען ניט געוואָלט זינדיגען, נאָר זיי האָבען זיך ניט געקאָנט מתגבר זיין אויפן יצר הרע.

ער משיח, וועט זעהען די גוטע זייט, דערפאַר אידן טוהט תשובה, האָט חרטה אויף די ניט גוטע זאַכען, די תשובה און די חרטה וועט העלפען אויף זוכה זיין צו גילוי המשיח.

די הנהגה פון משיח'ן וועט זיין ושפט בצדק דלים, והוכיח במישור לענוי ארץ, אַ דל איז ניט די מדריגה פון אַ עני ואביון132, אַ דל איז ניט ווייט פון אַ עשיר בדעה133, נאָר ער איז אַ דל וואָס אין ידו משגת134 צו טאָהן דאָס וואָס ער פערשטעהט.

אַ עשיר בדעה איז דער, וואָס פערשטעהט וואָס גוט איז, טאָהן גוטע זאַכען מיט דעם צווייטען און והדומה דאָס טוט ער, און דאָס וואָס ניט גוט איז, כמו תאוה, ריידען רכילות אָדער שקר והדומה, טוט ער ניט.

אַ דל איז, וואָס אין ידו משגת, דאָס הייסט ער ווייס אויך וואָס עס איז גוט אין וואָס עס איז שלעכט, נאָר דאָס אַלץ פאַרשטעהט ער אין קאָפּ; אָבער אין ידו משגת ער האָט ניט די שטאַרקייט ביי זיך אויף צו ברענגען דאָס אין לעבען, טאָן וואָס עס איז גוט צו טאָן, און ניט טאָן דאָס וואָס ניט גוט איז.

און דעם דל וואָס אין ידו משגת להעמיד על עצמו וועט איהם משיח משפט'ן אָבער דער משפט וועט זיין בצדק, ער וועט אויף איהם מלמד זכות זיין.

מח. והוכיח במישור לענוי ארץ, ענוי ארץ זיינען ווערט אַז מען זאָל זיי מוסר'ן, וואָרום יעדער מענטש דאַרף זעהען דערוועקען אויך דעם צווייטען אויפצוטאָהן גוטע זאַכען, אָבער אַז ער ווערט ביי זיך אַ עניו און זאָגט, וואָס בין איך פאַר אַ וועקער דעם צווייטען, וואָס בין איך פאַר אַ זאָגער, דאָס איז זעהר אַ שעדליכע ענוה, דאָס ברענגט צו, צו ניט גוטע זאַכען, און דערפאַר זיינען די ענוים ווערט אַ גרויסען מוסר.

אין לעבען זעהען מיר אַז איינער רעדט מיט דעם צווייטן און ער וועקט איהם צו טאָהן אַ גוטע זאַך, קובע זיין עתים לתורה, טאָהן אַ מצוה, געבען צדקה, העלפען די וואָס לערנען תורה והדומה, איז אַז מ'רעדט אין דעם, מאַכט דאָס אַ ווירקונג.

עס איז אַ חובת גברא אויף יעדן אידען, אַז איינער זאָל דעם צווייטען מעורר זיין און אָפט צוזאַמענקומען און ריידען מכח לערנען תורה, און מחזיק זיין לומדי תורה ועוד, אָבער דער וואָס זאָגט, וואָס בין איך פאַר אַ מעורר, וואָס בין איך פאַר אַ זאָגער, מיט דעם איז ער גורם ביטול תורה, ביטול החזקת התורה און אויך אַנדערע זאַכען, איז משיח וועט זיי משפט'ן אָבער ער וועט אויף זיי געפינען אַ לימוד זכות.

והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו, מתניו און חלציו איז דאָס די ביינער וואָס האַלטען אויף דעם גאַנצען קערפּער, מתניו איז דער טייל קערפּער וואָס מ'רופט פּלייצע, חלציו איז דער טייל קערפּער וואָס באַם ענדע חוט השדרה און עס הויבען זיך אָן די ביינער פון די פיס, דאָס הייסט אַזוי, אזור מתניו, דאָס איז די קראַפט וואָס האַלט אויף דעם מענטשנ'ס קערפּער 125אַליין. אזור חלציו, דאָס איז די קראַפט, וואָס מענטשען גיבען איבער קינדער, דערפאַר ווערען קינדער אָנגערופען יוצאי חלציו135.

דאָס איז אַלץ מדריגת המשיח, וואָס ווערט אָנגערופען מדריגת האור, די אַלע זאַכען איז פאַראַן אין דער כלי פון דעם אור, דאָס הייסט אין חסידות, וואָס חסידות איז שכל אלקי ועבודת השי"ת.

מט. דער136 שכל פון חסידות איז אַ שכל אלקי, וואָס דאָרטען איז דער ענין פון התכללות דחכמה היא נקודה ובינה היא היכלא137 וצריכים להיות שניהם138, דגם בהשגה דבינה יהי' הביטול דחכמה, וזהו ג"כ עצה וגבורה דהעצה דחו"ב יבא בעבודה בפועל בגבורה, ותוקף המדות שבלב ואז הוא דעת ויראת ה', שהו"ע ערום ביראה139 לפעול הבירור וזיכוך דכל עניני עולם והוא ע"י העבודה.

די וועלט האָט אַ טעות און מיינט אַז עבודה איז נאָר וואָס מ'געהט אין וואַסער פאַרן דאַוונען, מ'דאַווענט פינף אָדער זעקס שעה מיט חיות, מ'פאַסט, מ'לערנט אַ סך תורה. ניין, עס איז אַ טעות. עבודה ווערט אָנגירופען, אַז אַ איד געהט אין גאַס דאַרף דער שטיין דערהערען אַז אַ איד האָט אויף אים געטראָטען140, עס דאַרף ווערען ריינער דער אויר141, עס דאַרף ווערען ליכטיגער די וועלט.

און בכדי עס זאָל אַזוי זיין, אַז די וועלט זאָל ליכטיגער ווערען, דאַרף מען אָט די אַלע זאַכען, וואָס מ'האָט געזאָגט, מ'דאַרף לערנען חסידות, מ'דאַרף דאַוונען באריכות און מיט אַ חיות, מ'דאַרף עוקר מן השרש זיין די אַלע מדות רעות און מ'דאַרף האָבען מדות טובות, און דאַמאָלסט ווערט ליכטיג די וועלט.

און דאָס איז והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו, די אמונה דאָס איז דער גאַרטעל וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער. אַלע ווייסען גאַנץ גוט אַז קיין זאַך אין דער וועלט קאָנען עלטערען אַ קינד ניט איבערגעבען, די אַלע גשמיות'דיגע ירושות זיינען ניט זיכער און ניט פעסט.

די אַלע גשמיות'דיגע זאַכען נעהמט דער מענטש ניט מיט מיט זיך אין קבר (ווי מ'זאָגט אין דעם געוויסען קאַפּיטל תהלים142, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז ובלע המות לנצח143, און אַלע אידען זאָלען לאַנג לעבען) און דאָס איז אויך ניט קיין זיכערע ירושה פאַר קינדער.

די אמת'ע זיכערע ירושה וואָס עלטערן גיבען איבער קינדער איז, כחות הנפש און אמונה. און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, דאָס איז די הויפט זאַך וואָס דער מענטש גיט יוצאי חלציו.

די גאַנצע וועלט מענטשן, איז זייער 126האָפענונג איז, אַ קינד און דאָס איז דער תקות אדם, יעדער מענטש אָהן אונטערשייד, רייך אָדער אָרעם ח"ו, איז דער עיקר אַ קינד. דער טעם הדבר בשרשו איז, וויילע דאָס איז דאָך דער כח אין סוף אין נבראים. דער בנין עדי עד, דער נברא וואָס ער איז דאָך בעצם אַ מוגבל, איז דערפאַר באַ איהם דער עיקר אַ קינד, וואָס דאָס איז דער בלי גבול פון נבראים144.

און דאָס איז די ירושה וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער, די אמונה, דאָס איז אַן אייביגע זאַך.

נ. אין פסוק שטעהט והאמונה, ער האָט דאָך געדאַרפט זאָגען ואמונה, פאַרוואָס זאָגט ער והאמונה? אָט די אמונה דוקא, דאָס איז שייך צו זאָגען נאָר אויף אַ זאַך וואָס עס איז דאָ עטליכע מינים, זאָגט מען דאַמאָלט, די זאַך, און ניט קיין אַנדערע. אמונה איז איינע, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים, איז וואָס זאָגט ער והאמונה?

אמת, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים145, אַלע אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה, שם שמים איז שגור בפי כל, געלויבט איז דער אויבערשטער, איז דער ערשטער וואָרט וואָס יעדער איד, אנשים נשים וטף, זאָגען.

אַז איינער פרעגט דעם אַנדערען: וואָס מאַכסטו? ענטפערט איהם דער צווייטער: געלויבט דער אויבערשטער, אָדער אַ דאַנק. . .

אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה וואָס ער איז העכער ווי טבע, ווי מיר זעהען אין טעגליכען לעבען, איינער ח"ו האָט ניט קיין עסק און קיין כלי צו פרנסה, ענטפערט איהם דער צווייטער: זאָרגט ניט, דער אויבערשטער העלפט; אַז איינער איז רחמנא ליצלן אַ גרויסער חולה, דאָקטוירים זאָגען חלילה אָפּ, טרייסט מען, דער אויבערשטער וועט רחמנות האָבען, ער זאָל רחמנות האָבען, ער איז דאָך דער רופא חולים, און דער אויבערשטער ב"ה האָט דאָך רחמנות.

דער טעגליכער אידישער לעבען און די הונדערטער טויזנטער מסירות'נפש'ן און קידושהשם'ן וואָס אידען, אנשים נשים וטף, האָבען דורכגעטראָגען און טראָגען דורך אין פערשידענע מדינות אין פערשידענע אופנים, איז דאָס אַ בעווייז אויף דער אמונה טהורה, וואָס ביי אידען יחיו איז, אַז די אמונה איז ביי זיי איינגעוואָרצעלט אין דער טיפעניש פון זייער לעבען.

אָבער אמונה איז מקיף146, דערפאַר קאָן זיין אין דעם מענשענ'ס פיהרונג צוויי זאַכען וואָס זיינען הפכים, למשל, איינער געהט גנב'ענען און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען אַז די גניבה זאָל איהם געלינגען, מ'זאָל איהם ניט כאַפּען147. ער גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און טוט אַ זאַך וואָס דאָס איז נגד דעם 127אויבערשטענ'ס ב"ה אַ צוזאָג, לא תגנוב148.

דער וואָס גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען, דאַרף ער דאָך גלויבען אַז דער אויבערשטער ב"ה וועט איהם געבען זיין פרנסה כשר, פאַרוואָס טוט ער אַזאַ זאַך וואָס איז געגען דעם אויבערשטענ'ס ב"ה צוזאָג.

נאָר וויילע אמונה איז מקיף, דער ענין פון מקיף איז אַז די ווירקונג איז אַ כללות'דיקע. אמונה איז טאַקע איינגעוואָרצעלט ביי יעדען אידען אין טיפען האַרצען, אָבער דאָס איז מעהר ניט וואָס עס נעהמט איהם אַרום במקיף, און די פעולה פון מקיף איז אַ כללות'דיקע, דערפאַר קאָן זיין דבר והיפוכו, ער גלויבט בהשי"ת אַז ער ב"ה איז דער זן ומפרנס149, און טוהט די עבירה פון גניבה, אָדער אַנ'אַנדער עבירה.

די הייליגע און גרויסע אמונה דאַרף דער איד אַריינטראָגען אין לעבען פאַרווירקליכען זי אין אַלע זיינע פיהרונגען. און דאָס איז דער מיין פון פסוק וואָס ער זאָגט והאמונה, די באַוואוסטע אמונה וואָס מ'טראָגט זי אַריין אין טעגליכען לעבען, אַז אַלע זיינע פירונגען זאָלען זיין לויט דער ליכט פון דער אמונה.

דערפאַר זאָגט ער והאמונה, ניט ואמונה, וואָרום אמונה הייסט די געבירטליכע אמונה, וואָס יעדער איד ווערט מיט איהר געבוירען, אָבער דאָס קאָן זיין דבר והיפוכו, ער גלויבט בהשי"ת און פונדעסטוועגען טוט ער אַ עבירה.

אָבער מיט דעם וואָס ער זאָגט והאמונה, מיינט ער אָט די געבירטליכע אמונה, וואָס מ'טראָגט זי אַריין אין טעגלעכען לעבען, דאָס הייסט, אַז דער טעגלעכער לעבען זאָל זיין לויט דער בעלייכטונג פון דער אמונה. יעמאָלט אַז די אמונה לייכט אין אַ פנימיות, קאָן ניט זיין דבר והיפוכו.

און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, אַז די אמונה וואָס ער פיהרט דעם טעגליכען לעבען נאָך דער אמונה דאָס איז די ריכטיגע ריינע ירושה און אידישע קראַפט, וואָס עלטערען גיבען קינדער און יוצאי חלציהם לדורי דורות.

נא. די גרויסע הייליגע איבערגעבונג אַז די אמונה זאָל בעלייכטען דעם טאָג טעגליכען לעבען, איז אין דער האַנט פון די עלטערען, ווי זיי פירען זיך אַליין. דער חינוך פון די קינדער איז אָנגעהאָנגען אין דעם אופן לעבען און פירונג פון די עלטערען.

די אידען וואָס ווילען אַז זייערע קינדער זאָלען זיין אידען, דאַרפען זיי לערנען זייערע קינדער אויפן אַלטן סדר, קמץ א אָ, אָהן מעטאָדעס דאָס נעהמט אַראָפּ די גאַנצע הייליגקייט פון אותיות התורה150.

128מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען וואָס אַ סאַך באַנוצען זיך מיט די מעטאָדעס. די עהרליכע אידען וועלען זיך לבסוף כאַפּען אויפ'ן גרויסען פעהלער וואָס זיי זיינען באַגאַנגען. דער חינוך פון קינדער מוז זיין נאָר אַזוי ווי ער איז געווען, און מ'דאַרף לערנען גמרא.

צוליב דעם חינוך פון די קינדער מוז די פיהרונג אין שטוב זיין אַ אידישע. אַז דער פאָטער געהט אין מנין דאַוונען און געהט הערן די שיעורים וואָס מ'לערנט, און די מוטער היט אָפּ אידישקייט, און דער שבת איז אַ שבת, איז דער אויר אין שטוב אַ גוטער, און דאָס ווירקט אויף די קינדער אַז עס וואָרצלט זיך איין אין זיי אידישקייט.

און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, דאָס וואָס עלטערען קאָנען געבען קינדער און גיבען איבער קינדער, איז די אמונה.

אידען, פיהרט זיך אויף ווי געזאָגט אין חינוך און הנהגה, וועט איהר זוכה זיין זעען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוה.

בכדי אַז אַ איד זאָל זעען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוה, דאָס הייסט אַז די קינדער זאָלען זיין אידען, וויל איך אייך זאָגען אַ פּאָר ווערטער אין דעם. מיר איז זייער שווער צו רעדען באריכות, איך וויל זאָגען קורץ אייניגע ווערטער, און יעדערער זאָל דאָס גוט הערען און דערהערען. די ווערטער זאָלען אַריין יעדערען אין האַרצען. איך וועל זאָגען מועט המחזיק את המרובה.

בויען דעם דור ובית ישראל ע"פ התורה, דאַרפען טאַטע און מאַמע ביידע צוזאַמען מיט איין דעה, מיט איין שטימע, מיט איין שטרעבונג, איינער פון זיי קאָן ניט טאָהן, דאָס מוזען זיי ביידע צוזאַמען מיט איין דעה, און מיט איין פיהרונג.

די מוטער איז די עקרת הבית151, די וואָס בנתה ביתה152, זי שטעלט די יסודות פון דער הויז מיט איהר גוטער אידישער פירונג, און דאַמאָלסט איז זי די עקרת הבית. אָבער ווען די מוטער היט ניט קיין אידישקייט, דאַמאָלסט איז זי די עוקרת הבית, דאַמאָלסט רייסט זי אויס איהר הויז פון דער אידישער תורה און פון דעם אידישען פאָלק, דאַמאָלסט מאַכט זי דעם חורבן פון איהר הויז.

מעהר קאָן איך איבער דעם ניט ריידען, און איך קעהר זיך צו יעדערען וואָס האָבען געהערט וואָס איך האָב דאָ געזאָגט די עטליכע ווערטער, מיט אַ טיפער, נפש'דיקע בקשה, אַז יעדערער זאָל די ווערטער גוט געדענקען, און אויף איהם ליגט אַ חוב קדוש ממלא זיין מיין הערצליכע בקשה, איבערגעבען די ווערטער זיינע בעקאַנטע, און ערקלערן דעם ריכטיגען זין פון די ווערטער, וואָרום אין דעם היינגט אָפּ דער בנין פון בית ישראל. און דער וואָס וועט ממלא זיין מיין בקשה, זאָל השי"ת איהם באַגליקען אין אַלעס גוטעס, ברוחניות ובגשמיות.

נב. איצטער וועלען מיר פערשטעהען דעם ענטפער וואָס משיח האָט געענטפערט לרבינו הבעש"ט נ"ע אויף זיין פראַגע, ווען וועט ער קומען, לכשיפוצו מעינותיך.

אונזערע טאַטעס און זיידעס פון עדת 129החסידים, אַלע חסידי חב"ד אויף דעם גאַנצען כדור הארץ, זיינען ווי איין משפחה, וואָרום די יסודות פון חסידות וחסידים איז אחדות, אהבה ואחוה.

די טאַטעס און זיידעס פון משפחת החסידים האָבען געהאָרעוועט אויף חסידות און הנהגות במדות חסידות.

חסידות איז חיות, אמת ואור. אַ ליכטיגער אמת'ער לעבען, אַלץ וואָס מ'טוהט זאָל זיין מיט חיות, מיט אַן אמת, דאַוונען מיט אַ חיות, טאָן אַ מצוה מיט אַ חיות, לייען אַ גמ"ח דעם צווייטען מיט אַ חיות, דאַוונען און וויינען ר"ה ויוהכ"פ מיט אַ חיות. אַלץ וואָס מ'טוט זאָל זיין מיט חיות.

אויף דעם האָבען די טאַטעס און זיידעס פון משפחת עדת החסידים געהאָרעוועט און געלייגט דעם לעבען, דאָס הייסט, זיי האָבען זיך מוסר נפש געווען אויף דעם והאמונה, אַז די אמונה זאָל אַריין אין לעבען, דייטלעכער און קלערער געזאָגט, אַז זייער מסירות נפש איז געווען אַז דער טעגליכער לעבען זאָל זיין נאָך דער בעלייכטונג פון דער אמונה.

אַזוי האָבען זיי זיך אַליין געפיהרט, און אַזוי האָבען זיי מחנך גיווען זייערע קינדער. יעדערער האָט געזאָרגט פאַר זיך און פאַר זיין קינד. ער האָט געטאָהן אַלץ אין דער וועלט אויף בריינגען זיין קינד אין דער חסידישער מסיבה. ער האָט אַוועקגעגעבען געוויסע צייט אויף צו פאַרבריינגען מיט זיין קינד אין דער שטימונג פון חסידות און מדות חסידות, ערקלערט דעם קינד אַז זיין מוח'ל זאָל דאָס פאַרנעמען. . .

ער האָט געזעהען, אַז די שטוב זיינע זאָל זיין אַ בית ועד לחסידים, מ'זאָל זיך ביי איהם צוזאַמענקומען. אין דער חסידישער מסיבה, האָט מען גערעדט וועגען תורה וועגען עבודה שבלב, ווי מ'דאַרף דאַוונען, וועגען מדות טובות, ווי מ'דאַרף זיין אַ חסיד, וואָס איז אהבת ה', וואָס איז יראת ה', וואָס איז אהבת ישראל.

עס פלעגט זיין מסיבות ביי חסידים וואָס מ'פלעגט זיך מיישב זיין און מטכס עצה זיין אין פערשידענע עניני חסידות. אין אַזאַ מסיבה פלעגט מען יונגעלייט ניט אַריינלאָזען. די טיהרען זענען געווען פאַר זיי פאַרשלאָסען, ניט דער וואָס וויל האָט געקאָנט אַריין, מ'האָט געדאַרפט זיין ראוי אַז מ'זאָל אַריינגעהן אין אַזאַ מסיבה, מ'האָט געדאַרפט האָבען געוויסע הכנות.

אין דער עדת החסידים האָבען זיך געפונען אָט די, וואָס האָבען זיך אָפּגעגעבן מיט די יונגעלייט, מיט זיי גערעדט ווי מ'דאַרף זיין, זיי האָבען זיי געלערענט, זיי האָבען זיי מוכיח געווען, אַז מ'האָט געזעהען ניט קיין גוטע מדה פון שקר, רכילות, גאוה והדומה, האָט מען דאָס אויסגעריסען מיטן וואָרצעל, ביטול היש ניט נאָר אויפן פּאַפּיר, נאָר טאַקע אין לעבען.

יונגע לייט פון עדת החסידים פלעגען זיך וואַלגערן אַרום די טיהרען, אַרום די פענסטער, טאָמער וועלען זיי הערן עפּעס אַ וואָרט, אַ מעשה. יעדערער האָט געגאַרט הערן און זעהען ווי חסידים פאַרבריינגען, יעדערער פון די יונגעלייט האָט געוואוסט אַז אָט דאָס איז דער קוואַל פון וואַנען עס נעהמט זיך גוטע זאַכען פון יראת שמים ומדות טובות.

און אָט דאָס איז והאמונה, לעבען אין טעגליכען לעבען מיט דעם חסידות' 130דיגען חיות און התלהבות, וואָס די אמונה האָבען די זיידעס און טאַטעס פון משפחת עדת החסידים איבערגעגעבען בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך.

נג. און דאָס איז דער ענטפער פון משיח'ן, לכשיפוצו מעינותיך חוצה, אָט די והאמונה וואָס די זיידעס און די טאַטעס האָבען געלאָזט בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך, איז אין דעם גלות שטראָם צעשפּרייט און צעזייט געוואָרען במרחבי תבל און מדינות שונות.

און אויך109 באַ אַזעלכע וואָס איבער פארשידענע סבות זיינען זיי פאַרשטויסען געוואָרען אין חוצה, אַז מען איז אָפּגעריסען פון אידישקייט, אַז עס רעדט זיך ניט וועגען חסידות און הנהגות פון חסידים, עס רעדט זיך מכח טהרת המשפחה, הנחת תפילין, שמירת שבת, מאכלות כשרות.

אלס איינער פון גזע ובא כח הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פאַל איך ביי זיך ניט אַראָפּ מיט די גזע החסידים וואָס זיינען אַוועק חוצה, וויסנדיק אַז אין זיי פליסט די בלוט פון זייערע עלטערן און אור עלטערן.

און דאָס זאָגט משיח, אַז אין דעם חוצה איז פאַראַן מעינותיך, די האָבען אין זיך אויך די גרויסע ירושה פון זייערע זיידעס און טאַטעס און אין זיי קאָן זיך אויפוועקען די פּינטעלע פון דעם והאמונה, וואָס זייערע עלטערען האָבען זיך מוסר נפש געווען.

משיח'ס ענטפער איז, יפוצו מעינותיך חוצה, די תורת רבינו הבעש"ט נ"ע און די עבודה טהורה בבירור וזיכוך המדות וועט זיך סוף כל סוף צעשפרייטען, אַז אַלע וועלען דערקאָנען דעם אמת, און אויך אפילו די וואָס געפינען זיך אין חוצה איז דער מסירות נפש פון זייערע עלטערען און זיידעס וועט זיי אויפוועקען, אַז זיי זאָלען זיך בענוצען אין פערגעניגען פון הנהגות טובות מיט דעם קלאָהר ריינער ירושה, וואָס זייערע זיידעס און טאַטעס האָבען זיי איבערגעלאָזען.

דער אויבערשטער זאָל אונז העלפען, בתוך כלל ישראל מיט אַ גליקליכען יאָהר אין אַלץ, און מיר זאָלען זעען ווי די עדת החסידים איז ממלא זייער חוב בתורה ועבודה, און די צווייגעלעך פון דעם אילנא דחיי, גזע החסידים, זאָלען אויפלעבען. און מיר אַלע בתוך כלל אחב"י שי' זאָלען זוכה זיין זעהען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.

הערות

עמוד 84

  1. *. ביומנו של רבינו כ' שבסעודת יום שמחת תורה דיבר "בדבר הקשר מהסוחרים על לימוד התו', כי טוב סחרה", ולאחר הפסקה, אמר השיחה בענין "אימתי קאתי מר".
  2. 1. רבינו כתב ב' מהדורות משיחה זו. מהדורא קמא יצא לאור בקונטרס בפ"ע — נ.י. תר"ץ. המהדורא תנינא — בהוספות וביאורים — יצא לאור בשנת תרצ"ז, ונדפס בלקוטי דיבורים חלק ב רפו, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
  3. 2. ע"פ משלי ה, טז. ראה לקמן סעיף לב (ע' 112).
  4. 3. אגרת הבעש"ט הידועה — נדפסה בסוף ספר בן פורת יוסף; בספר המכתבים מהבעש"ט ז"ל ותלמידיו (לבוב תרפ"ג, וכותב המו"ל שהעתיקה מן המכתב — כת"י חתנו של הבעש"ט הרה"צ וכו' ר' יחיאל — החתום בעצם כי"ק של הבעש"ט); בספר גנזי נסתרות (ירושלים, תרפ"ד) ח"א סימן סה. כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) בתחילתו. מגדל עז (כפר חב"ד, תש"מ) ע' קכגקכד. ועוד.
  5. 4. מובא בספר ר"ש בן גבירול . — הערה בלקו"ד שם.
  6. 5. מובא במבחר הפנינים שערי החכמה. — הערה בלקו"ד שם.
  7. . מהדורת דוקס ע' צג.

עמוד 85

  1. 6. ואתחנן ו, ד.
  2. 7. סמ"ק הובא בבית יוסף או"ח סימן סא (ד"ה כתב סמ"ק). שו"ע ודאדה"ז או"ח שם סעיף ו.
  3. 8. ראה תו"א וארא נה, ב ואילך. אמרי בינה שער הק"ש פ"ח. סהמ"צ להצ"צ קכד, אב. ובכ"מ.
  4. 9. בראשית א, ה.

עמוד 86

  1. 8. ראה תו"א וארא נה, ב ואילך. אמרי בינה שער הק"ש פ"ח. סהמ"צ להצ"צ קכד, אב. ובכ"מ.
  2. 10. ראה גם ד"ה קמתי אני תרס"ו (המשך תרס"ו — קה"ת, תנש"א) ע' תקסח. ספר השיחות תורת שלום ע' 64. סה"מ ה'ש"ת ריש ע' 141. אגרותקודש ח"ג ס"ע תקלט. ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 229; תש"א ע' 47. תש"ג ע' 25. ד"ה והניף ידו דאחש"פ תשי"א (סה"מ תשי"א ע' 42). לקוטי שיחות חלק כה ע' 166 הערה 61.
  3. 7. סמ"ק הובא בבית יוסף או"ח סימן סא (ד"ה כתב סמ"ק). שו"ע ודאדה"ז או"ח שם סעיף ו.

עמוד 87

  1. 11. ע"ד פורים תרס"ג — ראה גם ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 3837.
  2. 12. בחורף תרס"ג (יד שבט — ח' ניסן ) הי' כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע עם כ"ק בנו אדמו"ר מהוריי"צ נ"ע בוויען. ע"ד תקופה זו, ושיחותקודש שנאמרו אז — ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 23. וש"נ. וראה גם לקמן ע' 240. שיחות סוכות תרצ"ג (ברשימות כ"ק אדמו"ר).
  3. 13. כ"ק אדמו"ר בעל צמחצדק. — הערה בלקו"ד שם.
  4. 14. כ"ק בנו אדמו"ר מוהר"ש. — הערה בלקו"ד שם.
  5. 15. כ"ק רבינו הזקן בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  6. 16. ראה גם לקמן ע' 218.
  7. 17. הרב ר' שניאור זלמן פראדקין, בעהמ"ח שו"ת "תורת חסד". אדר תק"ץ — ה' ניסן תרס"ב. ראה אודותו ספר "הגאון מלובלין" ירושלים, תשל"ז.
  8. 18. בכ"ז — ראה גם לקמן ס"ע 217 ואילך. ספר השיחות תש"ד ע' 17.
  9. 19. ראה זוהר ח"א לח, א. שם רה, ב.
  10. . נסע לוויען ביום יב שבט, והגיע לשם ביום יד שבט — אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' שעחשעט. רשימת היומן של רבינו מיום כג סיון תרס"ג ("מבוא" לקונטרס ומעין ע' 53). ובהערת כ"ק אדמו"ר שם: ע"פ מ"ש כאן צריך לתקן ב"חנוך לנער" [ע' 12, שכתוב שם: אחרי חנוכה נוסע לווינא". וכ"ה במכתב רבינו משנת תרפ"ה (הועתק ברשימות כ"ק אדמו"ר — ילקוט — חוברת ט ע' 4)]. בספר השיחות תש"א ע' 88, שהגיע לוויען ביום ג' פ' ויחי ז' טבת.
  11. . אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' שפח.

עמוד 88

  1. 19. ראה לקמן ע' 218 הערה 77.
  2. 20. ראה ספר השיחות שבהערה 11.
  3. 20. המאמרים שבספר "תורה אור" ולקו"ת על ה' חומשי תורה ושה"ש הם של רבינו הגדול בעל התניא, וההגהות וביאורים על המאמרים הם של כ"ק אדמו"ר בעל צמח צדק . — הערה בלקו"ד שם.
  4. 21. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  5. 15. כ"ק רבינו הזקן בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  6. . ראה בארוכה אגרותקודש ח"ד ע' תקס ואילך.

עמוד 89

  1. 22. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 166. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 2. וש"נ. לקמן ע' 89. וראה לעיל ע' 26.
  2. 21. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  3. 23. ראה המשך תרס"ו ע' תלח. סה"מ תרח"ץ ע' קסו ואילך. וש"נ.
  4. 24. משלי יב, יט. וראה תניא פי"ג. לקו"ת בהר מ, א. וראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 126.
  5. 25. ע"פ מרז"ל שבת י, א. וראה אוה"ת יתרו ע' תתצד ואילך. סה"מ תרכ"ז ע' רצא ואילך. המשך תרס"ו ס"ע תלא ואילך. ע' תלו ואילך.
  6. 25. תורת החב"ד. — הערה בלקו"ד שם.
  7. 26. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.

עמוד 90

  1. 27. בסה"מ תרפ"א ע' רמא מציין רבינו: זח"א טז, ב. וראה סה"מ תרצ"ו ע' 63 ובהערה שם.
  2. 28. בראשית א, ג.

עמוד 91

  1. 29. ראה ברכות לד, ב. מגילה כב, ב. רמב"ם הל' תפלה פ"ה הי"ג. רש"י מקץ מב, ו. מג, כח.

עמוד 92

  1. 21. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  2. 30. הרה"ח הרה"ג ר' יעקב מרדכי בעזפאלאוו. רב בפאלטאווע. ר' יעקב מרדכי פאלטאווער. מחסידי אדמו"ר מהר"ש ואח"כ אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. י"ב אייר תרט"ו — ל' תשרי תרע"ו. ראה אודותו לקמן בשיחה זו סכ"א ואילך (ע' 104 ואילך). לקמן ע' 224. 272. 276. שיחת כ' כסלו תרצ"ג סעיף ו. ספר השיחות: תרצ"וש"ת ע' 179. ע' 349; קיץ ת"ש ע' 26. תש"ו ע' 10. וש"נ.
  3. 31. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 61. וש"נ.

עמוד 93

  1. 26. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
  2. 32. ראה ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 15; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 175. וש"נ.
  3. 33. יום הילולא של כ"ק אדמו"ר הזקן בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  4. 34. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 24 הערה 2.
  5. 35. ד"ה היושבת בגנים — נדפס בהוספות להמשך תרס"ו (הוצאת קה"ת, תנש"א) ע' תקצז ואילך. ד"ה היושבת בגנים תשי"ג וד"ה הנ"ל תשי"ז (סה"מ מלוקט ח"ב ע' רכט ואילך. סה"מ תשי"ז ע' 77 ואילך) מיוסדים על מאמר זה.

עמוד 94

  1. 36. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 86. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 175.
  2. 37. כ"ק רבינו הגדול בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  3. 37. שה"ש ה, א.
  4. 38. ראה חנוך לנער ע' 1514: סוף סיון [תרס"ח] נוסע לברלין ומאריענבאד. במאריענבאד הי' מכ"ד סיון עד י"ז אלול תרס"ח (אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ד ע' עדר. ע' שכב). ראה עוד ע"ד ר"ד ששמע רבינו מאביו כ"ק אדמו"ר מהורש"ב בתקופה זו — אגרותקודש ח"ד ע' סח ואילך. שיחת חג הפסח תרצ"ד סל"ה. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 13. ע' 41.

עמוד 95

  1. 39. בחדשי שבטאדר — ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תרבתרכה. ובחנוך לנער ע' 15: תרע"ב — לרגלי בריאותו נוסע בחדש כסלו לברלין קרלסבאד רומי מענטאן. . לחה"פ שב לביתו.
  2. 40. ראה לקמן ע' 102101. ע' 105.
  3. 41. החסיד ר' שמואל בצלאל ב"ר שלום שבתי שעפטל. ראה תולדותיו ב"התמים" חוברת א ע' סז [לה, א] ואילך. וראה גם ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 29 ובהערה 9; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 10. ע' 24 ובהערה 12. ע' 185. נזכר לעיל ע' 32. לקמן ע' 215. ס"ע 217 ואילך.
  4. 42. נתבאר בלקוטי שיחות חלק ז ע' 208. ועוד. וראה שיחת יג ניסן תשמ"ו. ועוד.
  5. . מ"ש רבינו במכתב משנת תרפ"ה (אגרותקודש חי"ד ע' תלז. רשימות כ"ק אדמו"ר — ילקוט — חוברת ט ע' 4): "תרע"ב מענטאן, כשלשה שבועות", הכוונה, כנראה, להזמן שהי' רבינו ביחד עם אביו — ראה מכתב אדמו"ר מהורש"ב לרבינו מיום ה' כ"ז שבט תער"ב (אגרותקודש שלו ח"ב ס"ע תרכא): "וכפה"נ החלטת לנסוע אי"ה לפה". ובמכתבו מיום י"ט אדר תער"ב (אגרותקודש שם ע' תרכה): "בו"א [=בני ואישיך] יחי' איז אפגעפארין מפה יום ג' [=ט"ז אדר] בקר".

עמוד 96

  1. 43. נדפסו בסה"מ תרנ"ט ע' א ואילך.
  2. 44. ראה ספר השיחות: תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 185; קיץ ה'ש"ת ע' 161.
  3. 45. הר' מנחם מענדל בן כ"ק אדמו"ר מהר"ש. נולד וא"ו אדר תרכ"ז. נפטר בצרפת. בהשתדלות כ"ק אדמו"ר , הועלתה גופו — בשנת תשט"ז — לארה"ק, ומ"כ בצפת עיה"ק. ראה אודותו: ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז) ע' 22. לקוטי שיחות חלק יג ע' 180. ועוד. וראה גם אגרותקודש חי"ג ע' טז ובהערות המו"ל שם.
  4. 46. הרה"ח ר' משה הכהן הארענשטיין חתנו של כ"ק אדמו"ר מהר"ש. בנו הרה"ח ר' מנחם מענדל הכהן הארענשטיין הי"ד — התחתן עם בתו הצעירה של רבינו — הרבנית מרת שיינא הי"ד — י' סיון תרצ"ב.
  5. 47. ראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 310. שיחת חג הפסח תרצ"ד סל"ז.
  6. 48. ראה הערה 50.
  7. 49. מקום מרפא סמוך לאדעס, נשפך נהר דניעסטער לים השחור.
  8. 50. ראה מכתב כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע מיום א', ד' תמוז תרנ"ד (אגרותקודש שלו ח"א ע' קעב): הנני נוסע שבוע זו על ערך ב' חדשים לאדעס כי בריאותי חלוש. ובחנוך לנער ע' 12: יום ג' [ו' תמוז] פ' חוקת [תרנ"ד] בא לחרקוב לשאול בעצת הרופאים, והתעכב שם כעשרה ימים. מחרקוב נסע לאדעס על משך דה שבועות לרחוץ בהלימאן. ושם ע' 55: בשנה זו [תרנ"ד] הי' מאמר דא"ח כמעט בכל שבת עד חודש תמוז. ובשיחת חג הפסח תרצ"ד סל"ז: [תרנ"ד] פון שבת בראשית ביז תמוז [דערנאך איז דער טאטע געפארן אויף א קורארט אין לימאן נעבן אדעס] איז יעדן שבת געווען א מאמר.
  9. 51. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17. לקמן ע' 274.
  10. . ראה מכתב כ"ק אדמו"ר מיום ט' טבת תשט"ו (אגרותקודש ח"י ע' ריד): בהנוגע לדודי זקני — אחי אדמו"ר מהורש"ב הרמ"מ ע"ה, הנה זמן מדויק דפטירתו אינני יודע אבל הי' זה בעיר באסטיא שהיא עיר הראשה דהאי קארסיקא, ובהזמן שהיו הנציס ימ"ש שולטים בצרפת, ומונח בבית העלמין דשם. . ובטח יש משרדים כגון זו בפריז, שע"פ ידיעות הנ"ל יוכלו למצוא המקום המדויק.
  11. . ראה אודותה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 23 הערה 26. וש"נ.

עמוד 97

  1. 52. ראה אגרותקודש ח"ב ע' קח: בשנת תרנ"ד קבוצה של ט"וי"ז בחורים. . . הבחורים האלה בני בע"ב חסידים אשר שלחו בניהם לליובאוויטש להיות "יושבים" (בהיומן אשר לי , יחדתי פרק מיוחד בההבדל שבין "יושב" לתלמיד הישיבה, אשר כן הי' גם אצל רבינו בשנת תר"אכ"ו שני מפלגות הא' "תלמידים" והב' "יושבים").
  2. 41. החסיד ר' שמואל בצלאל ב"ר שלום שבתי שעפטל. ראה תולדותיו ב"התמים" חוברת א ע' סז [לה, א] ואילך. וראה גם ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 29 ובהערה 9; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 10. ע' 24 ובהערה 12. ע' 185. נזכר לעיל ע' 32. לקמן ע' 215. ס"ע 217 ואילך.
  3. 53. ראה אודותו לעיל ע' 32 ובהערה 17. וש"נ.
  4. 54. ראה אודותו: שיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ו. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 152. תש"ד ע' 104. שיחת יב תמוז תש"ז סעיף ו (לקו"ד ח"ג תצג, א). שיחת יב תמוז תש"ח סעיף ד. ח (סה"מ תש"ט ע' 198197). אגרותקודש ח"ג ע' תב ואילך. ח"ד ע' תו. ח"י ע' תכד.
  5. 55. ראה אודותו ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 253; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 213. וש"נ.
  6. 56. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17 ובהנסמן שם הערה 31.
  7. 45. הר' מנחם מענדל בן כ"ק אדמו"ר מהר"ש. נולד וא"ו אדר תרכ"ז. נפטר בצרפת. בהשתדלות כ"ק אדמו"ר , הועלתה גופו — בשנת תשט"ז — לארה"ק, ומ"כ בצפת עיה"ק. ראה אודותו: ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז) ע' 22. לקוטי שיחות חלק יג ע' 180. ועוד. וראה גם אגרותקודש חי"ג ע' טז ובהערות המו"ל שם.
  8. 46. הרה"ח ר' משה הכהן הארענשטיין חתנו של כ"ק אדמו"ר מהר"ש. בנו הרה"ח ר' מנחם מענדל הכהן הארענשטיין הי"ד — התחתן עם בתו הצעירה של רבינו — הרבנית מרת שיינא הי"ד — י' סיון תרצ"ב.
  9. . ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 255.
  10. . ראה מכתב כ"ק אדמו"ר מיום ט' טבת תשט"ו (אגרותקודש ח"י ע' ריד): בהנוגע לדודי זקני — אחי אדמו"ר מהורש"ב הרמ"מ ע"ה, הנה זמן מדויק דפטירתו אינני יודע אבל הי' זה בעיר באסטיא שהיא עיר הראשה דהאי קארסיקא, ובהזמן שהיו הנציס ימ"ש שולטים בצרפת, ומונח בבית העלמין דשם. . ובטח יש משרדים כגון זו בפריז, שע"פ ידיעות הנ"ל יוכלו למצוא המקום המדויק.
  11. . ראה אודותה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 23 הערה 26. וש"נ.

עמוד 98

  1. 57. נקודת התמצית — ענינה נתבאר בתורת חיים ר"פ נח. בד"ה השמים מספרים תרס"ו [המשך תרס"ו ע' רנב ואילך], וביום השמע"צ תרס"ז [המשך הנ"ל ע' שעג], אני לדודי תרס"ט [סה"מ תרס"ט ע' יא ואילך], וכל העם רואים תרצ"ט [סה"מ תרצ"ט ע' 187 ואילך]. — הערת כ"ק אדמו"ר בסה"מ תרנ"ט ע' עה. סה"מ תרפ"ט ע' 131.
  2. 58. ראה בחינות עולם חלק ח פרק ב. עיקרים מאמר ב סוף פרק ל. של"ה קצא, ב.
  3. 59. ראה גם לעיל ע' 75 ואילך.

עמוד 99

  1. 60. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17 ובהערה 35.
  2. 61. בשנת תר"ס הי' עבודה מרובה בעניני הכלל, דבר הבית חרושת בדובראוונא, דבר תחום המושב, וכו' . — הערה בלקו"ד שם.
  3. 62. ראה חנוך לנער ע' 13: אחר חנוכה [תר"ס] נוסע לחרקוב לרגלי בריאותו. ובמכתב כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע מאור יום ד' י"א טבת תר"ס (אגרותקודש שלו ח"ג ע' סז): "באנו ת"ל שלו' לפה [חרקוב] היום בקר".
  4. 63. "קונטרס התפלה. . הניתן. . בשביל התלמידים. . בתחלת טבת, שנת חמשת אלפים שש מאות וששים לבריאה" (הקדמת רבינו להקונטרס). וכ"ה באגרותקודש ח"ג ע' שכג. אבל בקונטרס התפלה דפוס ווילנא, תרפ"ד נדפס בראשה: קונטרס ראשון של כ"ק אדמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מ"ח תר"ס. וראה גם רשימת "ספריו מאמריו ומכתביו שנדפסו" — חנוך לנער ע' 21.
  5. . ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' ע' רלז ואילך. ח"ג ע' קיא ואילך ובהערות שם. ע' רלא. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 15. אגרותקודש ח"ד ס"ע תפט ואילך.

עמוד 100

  1. 64. קטעים מדברי כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע משמח"ת תרנ"ט הועתקו באגרותקודש ח"י ע' ד. ע' שסח. שיחת יט כסלו תרצ"ג סעיף כו.
  2. 65. נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' נג ואילך.
  3. 66. נסע יום ב', ד' כסלו תרס"א. וחזר יום ג', ה' אלול תרס"א (ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' קנו. ע' שטזשיז). במשך ימי שבתו בחו"ל הי' ב: וועריסהאפען אצל מינכען, פאריז, ברלין, וויען ובאד האמבורג. בא בדברים עם עסקני הכלל ממדינות שונות (אגרותקודש ח"ז ע' שכה, רשימות רבינו בקונטרס ומעין ע' 7. ושם: שחזר ז אלול תרס"א).
  4. 67. קונטרס ומעין.
  5. 68. קונטרס עץ החיים.

עמוד 101

  1. 69. ויק"ר פל"ד, י.
  2. 70. לעיל ע' 95. וראה לקמן ע' 105.

עמוד 102

  1. 71. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ב', [פ' בא], ג' שבט, מענטאן — "התמים" חוברת ג ע' כה [קכט, א]. יום ג' [פ' בשלח], יא שבט, פטרבורג — "התמים" שם ע' פח [קס, ב] ואילך.
  2. 72. ראה לעיל הערה 39 בשוה"ג. רשימת היומן של רבינו מיום ג' [פ' בשלח], יא שבט, פטרבורג — התמים חוברת ג ע' פט [קסא, א].
  3. 30. הרה"ח הרה"ג ר' יעקב מרדכי בעזפאלאוו. רב בפאלטאווע. ר' יעקב מרדכי פאלטאווער. מחסידי אדמו"ר מהר"ש ואח"כ אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. י"ב אייר תרט"ו — ל' תשרי תרע"ו. ראה אודותו לקמן בשיחה זו סכ"א ואילך (ע' 104 ואילך). לקמן ע' 224. 272. 276. שיחת כ' כסלו תרצ"ג סעיף ו. ספר השיחות: תרצ"וש"ת ע' 179. ע' 349; קיץ ת"ש ע' 26. תש"ו ע' 10. וש"נ.
  4. 73. ר' שמואל ב"ר שניאור זלמן גורארי'. מה"יושבים" אצל אדמו"ר מהר"ש, ואח"כ נצטווה ממנו להתעסק במסחר. מחסידי אדמו"ר מהורש"ב ואדמו"ר מהוריי"צ. נפטר בחודש אד"ר תרפ"א. ראה אגרותקודש ח"א ס"ע קיט ואילך (בהערה). שם ע' שכו. חי"ד ע' קעה.
  5. 74. ע"ד ההתוועדות דפורים תער"ב — ראה גם ספר השיחות: תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 179; קיץ ה'ש"ת ס"ע 41 ואילך; תש"ד ע' 17 ואילך. אגרותקודש ח"ג ס"ע תקנו ואילך. ע' תקסז ואילך.

עמוד 103

  1. 75. תדבא"ר פכ"ה.
  2. 76. ב"ר פמ"ז, ו. פפ"ב, ו. וראה תניא פכ"ג. פל"ד. פל"ט.
  3. 77. נחמי' ט, ו. וראה סה"מ תרפ"ט ס"ע 19 ואילך. וש"נ.
  4. 78. ראה אגה"ק ס"כ (קל, ב).

עמוד 104

  1. 79. הושע יד, ט. וראה גם לעיל ע' 25.
  2. 80. ראה לקו"ת אחרי כו, ב.
  3. 81. לעיל סעיף ח (ע' 92).

עמוד 105

  1. 82. תניא רפ"ב.
  2. 83. ראה גם אגרותקודש ח"ד ע' תב ואילך.
  3. 84. אוצ"ל: הונדערט פיר און פערציג (144). — ראה הוספות להמשך תער"ב חלק א ע' ד (בהוצאת קה"ת, תשנ"ב).
  4. 85. ראה ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 181180. ולהעיר מספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 45 ובהערה 14.

עמוד 106

  1. 86. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 49. וש"נ.

עמוד 107

  1. 87. ראה תניא פ"ג. ובכ"מ.
  2. 88. ע"פ תהלים קלט, ה. וראה אוה"ת (יהל אור) עה"פ (ע' תקיט ואילך. ע' תשמז ואילך). ובכ"מ.
  3. 89. ראה יד, א.
  4. 90. ראה זח"ג נג, ב. רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים להרד"ק ערך ירה.

עמוד 108

  1. 91. ברכות לא, ב. רמב"ם הל' יסוה"ת פ"א ה"ט. שם הי"ב.
  2. 92. נחמי' ט, ו.
  3. 93. ואתחנן ד, לה.
  4. 94. איוב יט, כו.
  5. 95. מדרש תהלים קג, א. וראה לקו"ת אמור לא, ב. ובכ"מ.

עמוד 109

  1. 96. תהלים קמה, טו.
  2. 97. שם קד, כ.
  3. 98. שם, כב.
  4. 99. ראה ברכות סא, א.
  5. 100. ישעי' ב, כא.

עמוד 110

  1. 101. ראה לעיל סעיף ד (ע' 89).
  2. 102. ראה לעיל סעיף א (ע' 84).

עמוד 111

  1. 103. תהלים צה, ז.
  2. 104. שמו"ר פ"ב, ב.
  3. 105. שמות ג, א.
  4. 106. תהלים יא, ה.

עמוד 112

  1. 107. ראה לקו"ת שה"ש לט, א ואילך. ובכ"מ.
  2. 108. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 113.
  3. 109. ראה לקוטי שיחות חלק טו ע' 287. וראה שם ע' 282. ועוד.
  4. 110. הביאור — ראה לקמן סעיף נג (ע' 130).
  5. 111. ראה ראב"ע ומצו"ד עה"פ.

עמוד 113

  1. 112. ראה זח"ג (אד"ר) קלו, א. וראה סה"מ ה'שי"ת ע' 257. ע' 282.

עמוד 114

  1. 113. ראה אגה"ק ס"כ (קל, ב). וראה סה"מ שבהערה הבאה. ובכ"מ.
  2. 114. עץ חיים שער העקודים פ"ג. סה"מ עת"ר ע' לג. תרפ"ט ע' 256. ה'שי"ת ע' 66. ובכ"מ.

עמוד 115

  1. 115. איוב ד, יט.
  2. 116. ראה לעיל סעיף כד. כו ואילך (ע' 106 ואילך. 108 ואילך).
  3. 117. ראה לעיל סעיף כג (ע' 105 ואילך).
  4. 118. ישעי' יא, בה.
  5. 119. זוהר ח"ג רנז, סע"ב. פרדס שער א (שער עשר ולא תשע) פ"ט. שעהיוה"א פ"ז.

עמוד 116

  1. 120. לקו"ת שבהערה 107. ובכ"מ.

עמוד 118

  1. 120. ראה ד"ה והניף ידו וד"ה ויאמר לו יהונתן תשי"א (סה"מ תשי"אתשי"ג ע' 41. ע' 46).
  2. 121. אבות פ"ב מ"ד.

עמוד 119

  1. 122. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 124 ואילך.
  2. 123. תהלים מט, יג. שם, כא.

עמוד 120

  1. 124. סנהדרין עא, סע"א.
  2. 125. תצא כא, יח.
  3. 126. פרש"י תצא שם.
  4. 127. סנהדרין ע, א.

עמוד 121

  1. 128. ראה סנהדרין עב, א. חינוך מצוה רמח. ועוד.

עמוד 122

  1. 129. שופטים יז, יג. וראה גם אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חי"א ע' תד. לקוטי שיחות חלק ל ע' 1 ובהערה 6.

עמוד 123

  1. 130. להעיר מתדבא"ר פי"א. לקוטי שיחות חלק טז ע' 378 ובהערות שם. חלק יז ע' 213.
  2. 131. ראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' עו. ועוד.

עמוד 124

  1. 132. להעיר מויק"ר פל"ד, ו. ועוד.
  2. 133. ראה כתובות סח, א: עשיר בדעת.
  3. 134. ע"פ לשון הכתוב — מצורע יד, כא.

עמוד 125

  1. 135. ראה מלכיםא ח, יט. דברי הימיםב ו, ט. ועוד.
  2. 136. ראה לעיל סל"ולח (ע' 115 ואילך).
  3. 137. ראה זח"א ו, רע"א. אגה"ק ס"ה (קז, א). לקו"ת ר"פ ראה (יח, ב).
  4. 138. לקו"ת שם. ובכ"מ.
  5. 139. ראה ברכות יז, א.
  6. 140. ראה "היום יום" טו אדר א. לקמן ס"ע 155 ואילך. ועוד.
  7. 141. ראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"א ע' קוקז. ע' רלה ואילך. ועוד.
  8. 142. מט, יח.
  9. 143. ישעי' כה, ח.

עמוד 126

  1. 144. לקו"ת שה"ש לט, ד ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תרעא ואילך. סה"מ תרנ"ד ע' רסד ואילך. תרנ"ז ע' קעט. עטר"ת ע' תיד. תרפ"ו ע' רכו ואילך.
  2. 145. שבת צז, א.
  3. 146. ראה תו"א הוספות לפ' תשא קיא, א ואילך. סה"מ עטר"ת ע' רסז ואילך. תרפ"ז ע' קיג ואילך. ד"ה כי תשא תשי"א (סה"מ תשי"אתשי"ג ע' 19 ואילך).
  4. 147. ראה ברכות סג, א (לפי גירסת העין יעקב). מקומות שצויינו בהערה הקודמת.

עמוד 127

  1. 148. יתרו כ, יג. ואע"פ דפסוק זה מיירי בגונב נפשות (סנהדרין פו, א), מצינו שהשתמשו בו גם לענין גניבת ממון — ראה תורה שלימה עה"פ. וש"נ. וראה גם רא"ם משפטים כא, ו. לקוטי שיחות חלק יא ע' 89 הערה 6.
  2. 149. מדרש תהלים קלו, ח. מדרש משלי לא, ה. זח"ב קע, א. ברכה ראשונה דברכת המזון.
  3. 150. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.

עמוד 128

  1. 151. ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא.
  2. 152. משלי יד, א.

עמוד 130

  1. 109. ראה לקוטי שיחות חלק טו ע' 287. וראה שם ע' 282. ועוד.

מצוטט ב־45 עמודים

תורת מנחם 23
  1. ג - שנת תשי"א - חלק שני ‹ בס"ד. אחרון של פסח, ה'תשי"א ספר השיחות תר"ץ ע' 117
  2. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ קדושים, מבה"ח אייר, ה'תשי"ד. סה"ש תר"ץ ע' 95
  3. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. ר"ד אור ליום ג' פ' וארא, כ"ד טבת, ה'תשט"ו. סה"ש תר"צ ע' 92
  4. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשט"ו. סה"ש תר"ץ ע' 119
  5. יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשי"ז. סה"ש תר"ץ ע' 84
  6. כב - שנת תשח"י - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח ה'תשח"י. סה"ש תר"ץ ע' 118
  7. כג - שנת תשח"י - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשח"י. סה"ש תר"ץ ע' 84
  8. כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת י"ט כסלו, ה'תש"כ. סה"ש תר"ץ ע' 84
  9. ד - שנת תשי"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וארא, כ"ח טבת, מבה"ח שבט, ה'תשי"ב. סה"ש תר"ץ ע' 92
  10. ה - שנת תשי"ב - חלק שני ‹ בס"ד. יום א', י"א ניסן[ftn_560_*] ה'תשי"ב. סה"ש תר"ץ ע' 92
  11. ל - שנת תשכ"א - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים, ה'תשכ"א סה"ש תר"ץ ע' 123
  12. כט - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ נח, בדר"ח מרחשון, ה'תשכ"א סה"ש תר"ץ ע' 117
  13. מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ ב"ה. ענינה* של תורת החסידות** סה"ש תר"ץ ע' 84
  14. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח*, ה'תשכ"ז סה"ש תר"ץ ע' 84
  15. נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. ש"פ שופטים, ד' אלול, ה'תשכ"ז ספר השיחות תר"ץ ע' 119
  16. לג - שנת תשכ"ב - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ל"ג בעומר, ה'תשכ"ב סה"ש תר"ץ ס"ע 117
  17. נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשכ"ח סה"ש תר"ץ ע' 119
  18. נז - שנת תשכ"ט - חלק רביעי ‹ כ"ו אלול, ג' דסליחות, ה'תשכ"ט ספר השיחות תר"ץ ע' 119
  19. נח - שנת תש"ל - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ וירא, כ"ף מרחשון, ה'תש"ל סה"ש תר"ץ ע' 95
  20. נט - שנת תש"ל - חלק שני ‹ שיחת יום ועש"ק פ' בא, יו"ד שבט, אחרי חצות, ה'תש"ל סה"ש תר"ץ ע' 128
  21. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת אחרון של פסח, ה'תש"ל סה"ש תר"ץ ע' 84
  22. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ בחוקותי, מבה"ח סיון, ה'תש"ל סה"ש תר"ץ ס"ע 89
  23. ע - שנת תשל"ג - חלק ראשון ‹ שיחת מוצש"ק פ' וישלח, י"ט כסלו, ה'תשל"ג סה"ש תר"ץ ע' 84
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 4
  1. הוספות ‹ רפא ספר השיחות תר"ץ ע' 84
  2. הוספות ‹ שט ספר השיחות תר"ץ ע' 92
  3. הוספות ‹ שמה ספר השיחות תר"ץ ע' 111
  4. הוספות ‹ שצה ספר השיחות תר"ץ ע' 86
ספר המאמרים ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 3
  1. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. י"ט כסלו, רצ"ב. בהכנ"ס ליובאוויטש. ריגא. ‹ קעה ספר השיחות תר"ץ ע' 119
  2. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד, שחה"פ ‹ שכד ספר השיחות תר"ץ ע' 106
  3. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. ש"פ פקודי רצ"ב פּאַסטאָוו ‹ רנ ספר השיחות תר"ץ ע' 119
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 15
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"א ‹ רשימה ‹ 17 ספר השיחות תר"ץ ע' 96
  2. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ב ‹ יום שמחת תורה תרפ"ב ‹ 32 ספר השיחות תרפ"ט ע' 96
  3. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ג ‹ י"ט כסלו תרפ"ג ‹ 41 ספר השיחות תר"ץ ע' 96
  4. תר"פ-תרפ"ז ‹ הוספות ‹ רשימה ‹ 286 ספר השיחות תרפ"ט ע' 95
  5. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ ליל א' דחג הסוכות תש"ו ‹ 4 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 87
  6. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ ר"ד ש"פ נח ה'תש"ו, בסעודת הלילה ‹ 11 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 92
  7. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ ליל ש"ק פ' לך לך תש"ו בסעודה ‹ 12 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 95
  8. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ פורים תש"ו ‹ 25 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 89
  9. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ שיחות חג הפסח ‹ 34 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 100
  10. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ שיחות חג הפסח ‹ 107 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 100
  11. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ שיחות חג הפסח ‹ 109 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 97
  12. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ שיחות חג הפסח ‹ 113 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 119
  13. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ שיחות חג הפסח ‹ 114 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 97
  14. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ בסעודת ליל הראשון דחג השבועות, תש"ח ‹ 232 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 84
  15. תש"ו-ה'שי"ת ‹ הוספות ‹ רשימה ‹ 424 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 96