119
דער איד זאָל אויף דעם קענען עובר זיין?
די סיבה אויף דעם איז דער יצה"ר. ער רעדט איין דעם מענטש'ן און פיהרט איהם אַראָפּ פון דער ריכטיגער שעהנער וועג, ווי די גמרא זאָגט אין שבת (דק"ה ע"ב) כך הוא אומנתו של יצה"ר, היום אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה, והולך ועובד.
דער יצה"ר איז אַ אומן, ער איז אַ פאַכמאַן אין זיין זאַך. דער יצה"ר קומט ניט צום ערשטען מאָל זאָגן דעם מענטש'ן, אַז ער זאָל ניט לייגן קיין תפילין, אָדער ניט היטען טהרת המשפחה, אָדער עסן טרפה און מחלל שבת זיין, ניין, אַזעלכע זאַכען טוהט ער ניט צום ערשטען מאָל, דאָס איז אַ צו גראָבע אַרבעט, ער — דער יצה"ר — ווייס גאַנץ גוט, אַז ער וועט קומען צו אַ אידן זאָגען איהם אַז ער זאָל ניט לייגען קיין תפילין, מחלל שבת זיין וכו' וועט דער איד — איהם — דעם יצה"ר — געוויס ניט פאָלגען.
דער יצה"ר איז אַ אומן, אַ קינסטלער אויף קאָנען צוגיין צו יעדער מענשן לויט זיין מהות און זיין מצב, און די ערשטע אַרבעט פון דעם יצה"ר איז אַריינצונעהמען דעם מענטשען אין האַנט, אין זיין רשות, אַז דער מענטש זאָל איהם אין אַלעס פאָלגן.
מא. די קונסט פון דעם יצה"ר איז, וואָס ער האָט פאַר יעדער סוג מענטש אַ שפראַך ווי צוצוגיין צו יעדערן, און געפינט וועגן ווי אַזוי אַריינצובעקומען דעם מענטשן אין זיין רשות122.
ווי נעמט אַריין דער יצה"ר דעם מענטשן און ווי ווערט דער יצה"ר אויף דעם מענטשן אַ בעל דעה און אַ פיהרער? אָט אין דעם באַשטייט די אומנות פון דעם יצה"ר און זיין פעהיגקייט — קענען אויף יעדערן ווירקען.
דער ערשטער צוטריט פון דעם יצה"ר צו דעם מענטשן איז מיט דברים המותרים, דער יצה"ר רעדט איין דעם מענטשן אַז ער זאָל זיך נאָכגעבן אין אַלץ וואָס מ'מאָג על פי התורה, אין עסען און טרינקען און פאַרשידענע פאַרגעניגענס, ביז ער ווירקט אויף דעם מענטשן אַז ער ווערט צולאָזן, דער יצה"ר פיהרט אַריין דעם מענטשן אין די וועלטן פון פאַרגעניגען און תאוות מאַכט איהם אַ צעלאָזענע האַרץ אויף וועלען נאָכגעבען זיך, וואָס מיט דעם עפענט ער אויף דעם מענטשן אַ טיהר אין דער פאַרברעכער וועלט, אין וועלט פון עבירות פון פאַרברעכעריי, ביז דער מענטש הויבט זיך אָן רחמנא לצלן, צו גליטשען פון די טרעפּ און פאַלט אַריין אין גאַנצען אין רשות פון דעם יצר הרע, וואָס וועבט שוין אַרום דעם געפאַנגענעם בעל תאוה'דיגען מענטשן מיט פאָדים פון פאַרברעכעריי, אַז ער פאַרלירט שוין גאָר דער מענשליכען שכל'דיגען באָדען, און ער ווערט פאַרענדערט אין בהמות'דיגען קערפּערליכען לעבען אַז נמשל כבהמות נדמו123.
און אַזוי אַרום עפענט זיך אויף פאַר דעם זינדיגען בעל תאוה אַן אָפּגרונט פון שאול תחתית, אַז ער ווערט ווי אַ חי' רעה און ווערט שוין פאַרדאָרבען אין אַלע זיינע מדות (זיטען), אַז ער ווערט אַ
הערות
- 122. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 124 ואילך.
- 123. תהלים מט, יג. שם, כא.
מצוטט ב־7 עמודים
תורת מנחם 4
- יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשט"ו. סה"ש תר"ץ ע' 119
- נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. ש"פ שופטים, ד' אלול, ה'תשכ"ז ספר השיחות תר"ץ ע' 119
- נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשכ"ח סה"ש תר"ץ ע' 119
- נז - שנת תשכ"ט - חלק רביעי ‹ כ"ו אלול, ג' דסליחות, ה'תשכ"ט ספר השיחות תר"ץ ע' 119
ספר המאמרים ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
- תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. י"ט כסלו, רצ"ב. בהכנ"ס ליובאוויטש. ריגא. ‹ קעה ספר השיחות תר"ץ ע' 119
- תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. ש"פ פקודי רצ"ב פּאַסטאָוו ‹ רנ ספר השיחות תר"ץ ע' 119
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ שיחות חג הפסח ‹ 113 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 119
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

