שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

126בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"ל1.

אח"כ ניגנו הניגון "ווי וואָנט משיח נאַו"].

ב. דער טאָג פון ל"ג בעומר איז פאַרבונדן מיט מערערע זאַכן פון שמחה של מצוה.

אָנהויבנדיק דערפון וואָס דאָס איז יום שמחתו פון רשב"י2, דער טאָג פון דער שמחה פון דעם גרויסן תנא רבי שמעון בן יוחאי, וואָס ער האָט געזאָגט וועגן דעם טאָג אַז דאָס איז זיין שמחה, און ער וויל אַז יעדער איד און אַלע אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער, זאָלן זיך באַטייליקן אין זיין שמחה און זיך מיטפרייען מיט אים3, און מיט אַ "שמחה גדולה"4.

אַ צווייטע זאַך וואָס איז געווען אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר (וואָס איז אויך אַ טעם אויף שמחה ביום זה): די תלמידים פון רבי עקיבא [וואָס (רבי עקיבא) איז געווען דער רבי אויך פון רשב"י5] וועלכע "מתו מפסח ועד עצרת5" — "פסקו מלמות"6, עס האָט אויפגעהערט די מגיפה ר"ל.

די סיבה אויף דער מגיפה (ביז ל"ג בעומר) איז געווען וואָס די תלמידים פון רבי עקיבא "לא נהגו כבוד זה לזה"7. זיי האָבן זיך ניט געפירט איינער מיטן צווייטן מיטן געהעריקן כבוד, מיטן כבוד ווי ס'פּאַסט פאַר תלמידים פון ר' עקיבא — דערפאַר האָבן זיי באַקומען דעם עונש (שטראָף).

און אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר "פסקו מלמות". וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דעמולט האָט אויפגעהערט, ס'איז בטל געוואָרן די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו דעם וואָס זיי האָבן זיך געפעלט. ד.ה. אַז פון דעמולט (פון ל"ג בעומר) האָבן זיי זיך נוהג געווען מיטן כבוד וואָס איז צוגעפאַסט צו אַ אידן בכלל ובפרט צו אַ תלמיד פון רבי עקיבא.

ג. וויבאַלד אַז יעדערער פון אונז דערוויסט זיך פון די צוויי ענינים פאַרבונדן מיט דעם טאָג פון ל"ג בעומר, איז ווי יעדער זאַך — דאַרף מען זיכער עפּעס אָפּלערנען דערפון. אָפּלערנען בפרט אין דער הויפּט שליחות פון אַ אידן — "אני נבראתי לשמש את קוני"8, וואָס יעדערער פון אייך, יעדערער פון אונז און יעדערער פון אידישן פאָלק איז ?אַשאַפן געוואָרן כדי צו דינען דעם אויבערשטן און פאַרשאַפן 127דעם אויבערשטן נחת רוח, "נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"9.

וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק דער גרויסער גליק געפיל און פאַרגעניגן וואָס אַ איד האָט בשעת ער באַטראַכט זיך אַז מ'האָט די מעגלעכקייט צו פאַרשאַפן פאַרגעניגן צום מלך מלכי המלכים הקב"ה —

וועט מען זיכער דאָס טאָן בשמחה ובטוב לבב, מיט אַ שמחה גדולה און מיט דער גרעסטער באַגייסטערונג.

כולל אויך דעם טאָן אין איינשטימונג מיט די אָפּלערנונגען פון די צוויי אויבנדערמאָנטע ענינים פאַרבונדן מיט ל"ג בעומר — אין דער עבודה פון יעדן אידן צו דינען דעם אויבערשטן און אים פאַרשאַפן נחת רוח.

ובפרט אַז התורה היא נצחית10: תורה (כולל אויך דאָס וואָס תורה דערציילט אונז וועגן ר' עקיבא און רשב"י) איז אַן אייביקע לערנונג11, ניט נאָר אין דעם דור פון רבי עקיבא און רשב"י, נאָר אויך אויף אַלע דורות נאָכדעם, אויך אונזער דור און די דורות נאָך אונזער דור — ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פירן אין טאָג טעגלעכן לעבן, אין דער הויפּט שליחות וועלכע אַ איד האָט — "אני נבראתי לשמש את קוני".

אָנהויבנדיק פון דעם כלל גדול בתורה — "ואהבת לרעך כמוך" — די אָנווייזונג און אָפּלערנונג פון דעם סיפּור הנ"ל וועגן תלמידי רבי עקיבא — ווי מ'האָט ערשט גע'חזר'ט12 די אָנווייזונג פון רבי עקיבא13, אַז "ואהבת לרעך כמוך"14 איז אַ "כלל גדול בתורה" —

וועט יעדערער וואָס האָט זיך דערפון דערוואוסט איינווירקן אויף די אַלע צו וועמען ער קען דערגרייכן, און בפרט קינדער אויף אַנדערע קינדער, אינגעלעך אויף אַנדערע אינגעלעך, און מיידעלעך אויף אַנדערע מיידעלעך — אַז אויך זיי זאָלן נוהג זיין כבוד זה לזה.

וואָס דאָס מאַכט און שאַפט אַ נחת רוח גדול באַ דעם אויבערשטן וואָס ער האָט אָנגעזאָגט "ואהבת לרעך כמוך", און אַ נחת רוח גדול באַ רבי עקיבא און זיינע תלמידים וואָס זיי האָבן אָנגעזאָגט און מגלה געווען אַז דאָס ("ואהבת לרעך כמוך") איז אַ "כלל גדול בתורה", וואָס התורה היא נצחית (כנ"ל).

ד. ס'איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד דער טאָג פון ל"ג בעומר איז פאַרבונדן מיט רשב"י, דאַרף מען צום אַלעם ערשטן אָפּלערנען זיך (בנוגע צו דער אייגענער עבודה לשמש את קוני) פון די הנהגות, אויפפירונגען, פון רשב"י וועגן וועלכע תורה דערציילט אונז.

וויבאַלד אַז תורה דערציילט אונז וועגן דעם, איז דאָס זיכער ניט סתם אַ דערציילונג15, ח"ו, נאָר אַ הוראה, אַן אָנווייזונג פאַר כל אחד ואחת —

אַז ניט קוקנדיק אויף דער גרויסקייט פון רשב"י, וואָס ווער קען זיך צו אים גלייכן16, ביז וואַנעט אַז רבי עקיבא, זיין 128רבי, האָט אויף אים עדות געזאָגט17 "אני ובוראך מכירין כוחך". ווער קען אָפּשאַצן די גרויסקייט פון רשב"י? איז דאָס בלויז "אני", רבי עקיבא וועלכער איז געווען זיין רבי, און "בוראך", דער אויבערשטער וועלכער האָט אים באַשאַפן18 —

ניט קוקנדיק אויף דעם, איז אַזוי ווי רשב"י האָט געוואָלט מזכה זיין און אויפטאָן פאַר דער גאַנצער וועלט — איז צוזאַמען מיט זיינע אויפפירונגען וועגן וועלכע תורה דערציילט אונז, האָט ער (רשב"י) געגעבן יעדער אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער וועלכע וועלן גיין אין זיינע וועגן — די מעגלעכקייט אַז אין דערויף זאָל מקוים ווערן "יגעתי ומצאתי"19: בשעת זיי וועלן זיך משתדל זיין און האָרעווען אויפפירן זיך בהנ"ל ווי רשב"י האָט זיך געפירט — איז ווי קליין מ'זאָל זיין אין יאָרן אָדער קליין אין פאַרשטאַנד, איז אַ זיכערע זאַך אַז "ומצאתי", אַז מ'וועט עס דערגרייכן און געפינען אין דער פולסטער מאָס.

ה. וואָס איז די הויפּט הנהגה, די הויפּטאויפפירונג פון רשב"י? דערציילט אונז תורהשבעלפה, הוראה שבעלפה (וואָס איז דערנאָך שוין אויך אָפּגעדרוקט געוואָרן און מ'לערנט עס) — אַז ביי אים איז געווען "תורתו אומנתו"20.

ער האָט זיך פאַרנומען מיט פאַרשידענע זאַכן. זיכער האָט ער געמוזט אָנקומען צו עסן, טרינקען21 און ענלעכעס. וואָס איז אָבער געווען "אומנתו", זיין פאַך און ?אַרוף, און אין דערויף האָט ער זיך "אויפגעהאָדעוועט", און געהאָדעוועט זיינע תלמידים, און האָדעוועט און איז מחנך יעדערן פון אונז וואָס וויל מקבל זיין פון אים זיין חינוך — אַז תורתו דאָס איז "אומנתו".

אפילו אויב מ'איז פאַרנומען מיט פאַרשידענע אַנדערע זאַכן, דאַרף מען געדענקען אַז אַלע איבעריקע זאַכן חוץ תורה זיינען "סעקאנדערי", טפל — אַ צווייטע זאַך, אַ דריטע זאַך. דער אמת'ער פאַך און אמת'ער באַרוף און אמת'ע חיות פון יעדער אידן וואָס וויל גיין אין די וועגן פון רשב"י — איז די זאַך פון לערנען תורה.

ו. די אָנווייזונג אַז ביי יעדער אידן דאַרף זיין "תורתו אומנתו" איז אַ שטאַרקע און לעבעדיקע אָנווייזונג ספּעציעל פאַר יעדער אידיש קינד:

ערוואַקסענע, בפרט חתונהגעהאַטע, דאַרפן אָפּגעבן אַ טייל פון זייער צייט אויף פאַרדינען אויף פּרנסה, במילא גייט אַוועק צייט אויך אויף קומען אין באַרירונג מיט אַנדערע מענטשן, מיט וועלכע מ'דאַרף רעדן וועגן תורה22, אָבער מ'מוז מיט זיי אויך רעדן אין אַן אופן אַז ס'זאָל אַרויסהעלפן צו פאַרדינען אויף דער פּרנסה.

באַ קינדער אָבער, פאַרשפּאָרן זיי זייערע עלטערן און זיי נעמען אַוועק פון די קינדער אַלערליי דאגות, מ'גיט זיי פאַרטיקע עסן און טרינקען, אַ דירה, 129לבושים און אַלע זאַכן אין וועלכע זיי נויטיקן זיך, און מ'גיט דאָס זיי בעין יפה, אין דער בעסטער מאָס וואָס די עלטערן קענען זיי דאָס געבן —

איז זיכער אַז די קינדער האָבן ניט קיינע דאגות און קיינע אַנדערע באַשעפטיקונגען וואָס זאָלן צונעמען צייט פון דער צייט וועלכע זיי קענען אָפּגעבן אויף לערנען תורה. ד.ה. אַז באַ זיי קען זיין "תורתו אומנתו", וויבאַלד אַז זיי האָבן ניט קיינע אַנדערע דאגות.

וואָס דערפאַר איז די אָפּלערנונג פון רשב"י אַז ס'דאַרף זיין "תורתו אומנתו" ספּעציעל באַ אידישע קינדער:

ניט קוקנדיק אין וואָס פאַר אַן אָרט און בית ספר די קינדער לערנען און ווערן ערצויגן — דאַרפן זיי וויסן, אַז זיי האָבן אַ נתינת כח, אַ שטאַרקייט, געגעבן געוואָרן פון רשב"י, אַז באַ זיי זאָל זיין (אויב ס'וועט באַ זיי נאָר זיין "יגעתי", זיי וועלן באַשליסן אַז באַ זיי וועט זיין) "תורתו אומנתו", אַז זייער גאַנצע פרייע צייט, יעדע פרייע מינוט, וועלן זיי זיך אָפּגעבן מיט זייער פאַך, מיט זייער באַרוף, אין וועלכן דער אויבערשטער איז זיי מחנך — לערנען תורה, "תורתו אומנתו", וואָס חינוך איז אויך פאַרבונדן מיט "אומנות", כמ"ש23 "אומן את הדסה", "אומן" מלשון חינוך. אַז יעדער פרייע מינוט וועט מען אָפּגעבן אויף לערנען תורה ווי איר האָט איצטער גענומען איינטייל אין חזר'ן און גע'חזר'ט פּסוקים פון תורה שבכתב און מאמרי חז"ל פון תורהשבעלפה.

ז. דערפון קומט צו נאָך אַ ספעציעלע אָנווייזונג פאַר קינדער — ספּעציעל פאַרבונדן מיט די טעג:

איצטער דערנעענטערט זיך די צייט ווען אייערע מוטערס און פאָטערס (אָדער קרובים) וועלן אייך פאַרשרייבן אין אַ "קעמפּ" (מחנה קיץ). בשעת ס'וועט זיך אָנהויבן "וואקיישען", די צייט וואָס מ'ווערט באַפרייט פון בית ספר, וועט מען אייך פאַרשרייבן איר זאָלט אַריינגיין אין אַ "קעמפּ" אויף מערערע טעג, וואָכן אָדער חדשים —

זאָלט איר בעטן די מוטער און דעם פאָטער, און די מוטער און פאָטער וואָס זיינען איצטער דאָ, בעט מען באַ זיי אין דעם נאָמען פון רשב"י — אַז זיי זאָלן זיך משתדל זיין, ביז אין אַן אופן פון "יגעתי", האָרעווען, אויף אַריינשרייבן יעדער קינד און אַלע קינדער אין אַ "קעמפּ" וואו יעדער פרייע מינוט ווערט אָפּגעגעבן אויף לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, "תורתו אומנתו".

זעלבסטפאַרשטאַנדיק, מיינט מען דערביי די וואָס דאַרפן דאָס טאָן בנוגע צו זיך אַליין, וואָרום מ'ווייסט נאָך ניט וואו מ'וועט זיי פאַרשרייבן. אָבער מצד "ואהבת לרעך כמוך" — דאַרף מען איינווירקן אויף אַנדערע קינדער און אַנדערע עלטערן, אַז מ'זאָל פאַרשרייבן די קינדער אין אַ "קעמפּ" וואו יעדער פרייע מינוט גיט מען אָפּ אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.

יעדער קינד דאַרף פאַנאַנדערפרעגן זיך באַ זיינע חברים, און מיידעלעך באַ זייערע חבר'טעס: ווי אַזוי וועלן זיי פאַרברענגען און אויסנוצן די זומער צייט, די "וואַקיישען" צייט, אַז דעמולט זאָל זיין דער לשמש את קוני, דינען 130דעם אויבערשטן און אים פאַרשאַפן פאַרגעניגן אויפן בעסטן וועג. וואָס דער אופן צוגאַנג ברענגט גלייך די מסקנא, אַז מ'מוז טאָן אַלץ וואָס מ'קען אַז מ'זאָל פאַרברענגען דעם זומער אין אַ סביבה, אַ "קעמפּ", וואָס יעדער פרייע מינוט ווערט אָפּגעגעבן אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, "תורתו אומנתו" (כנ"ל).

ח. צוזאַמען מיט תורה קומען מצוות, גדול תלמוד שמביא לידי מעשה24, תורה אור באַלייכט און באַווייזט ווי אַזוי מ'זאָל מקיים זיין די מצוות. איז — נאָך דער ערשטער אָפּלערנונג פון רשב"י בנוגע צו תורה ("תורתו אומנתו"), קומט די צווייטע אַפּלערנונג בנוגע צו מצוות, וואָס אויך אין דעם האָט רשב"י אָנגעוויזן און דורכגעטראָטן דעם וועג:

די ערשטע זאַך וואָס רשב"י אַליין האָט געטאָן גלייך באַ דער ערשטער מעגלעכקייט נאָך דעם ווי ער איז באַפרייט געוואָרן פון דעם זיין דרייצן יאָר אין דער מערה, אָפּגעשלאָסן פון וועלט, באַהאַלטנדיק זיך צוליב אַ גזירה וועלכע מ'האָט אויף אים גוזר געווען פאַר פאַרשטאַרקן אידישקייט25 — איז געווען: ער האָט געטאָן אַ טובה אידן.

ווי די גמרא דערציילט26, אַז אַרויסגייענדיק פון מערה האָט רשב"י געזאָגט "איכא מילתא דבעי לתקוני", צי ס'איז דאָ אַ זאַך וואָס ער קען מתקן זיין דאָרט. און מ'האָט אים געזאָגט אַז ס'איז דאָ אַ געוויסע זאַך וועלכע איז מצער, איז אַ טירחא פאַר אידן, האָט ער דאָס גלייך מתקן געווען.

און ער האָט אַליין אין דעם געטאָן, אין אַן אופן פון "יגעתי", געהאָרעוועט, ביז ער האָט אויסגעפירט און אַליין פאַרשפּאָרט די אידן וועגן וועלכע מ'האָט אים דערציילט אַז זיי נויטיקן זיך אין אַ טובה — אַז זיי זאָלן קענען פירן זייער געהן (בלכתך בדרך) אָן דער טירחא און די שוועריקייטן.

וואָס דאָס איז איינע פון די וועגן ואופנים ווי אַזוי צו טאָן די מצוה פון גמילות חסדים און צדקה.

ט. וואָס דאָס איז די צווייטע אָפּלערנונג פון רשב"י (נאָך דער ערשטער אָפּלערנונג — אין תורה):

יעדערער פון אייך דאַרף געדענקען, אַז בכדי צו מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" איז ניט גענוג אַז מ'האָט דעם געפיל אין האַרצן, אָדער אַז מ'רעדט מיט אַ צווייטן דברי אהבה, גוטע רייד, אָדער אַז מ'האָט עס במחשבה, דאָס אַלעס איז זייער וויכטיק — ס'מוז אָבער (אויך) אַראָפּקומען אין מעשה בפּועל,

אַז איר זייט זיך אַליין מטריח, מיט אייער גוף, מיט אייערע געלט און ענלעכעס, אויף אַרויסהעלפן יעדער אידן וועלכן איר קענט דערגרייכן און איר ווייסט אַז ער נויטיקט זיך אין צדקה אָדער אין הילף פון געלט אָדער הילף אין אַן אַנדער אופן. און טאָן דאָס בפועל, ובשמחה ובטוב לבב, ווי געזאָגט פריער.

וואָס דאָס איז פון די זאַכן וואָס פאַרשאַפן כביכול דעם אויבערשטן נחת רוח, "נחת רוח לפני", ואדרבה — דעם גרעסטן נחת רוח, ווי דער אַלטער רבי 131ערקלערט אין תניא27, אַז דערפאַר איז צדקה "שקולה כנגד כל המצוות"28, דאָס איז אַזוי וואָגיק ווי אַלע מצוות צוזאַמען.

וואָס וויסנדיק דאָס (אַז דורך דעם פאַרשאַפט מען דעם אויבערשטן נחת רוח) גיט דאָס צו נאָכמער געשמאַק און נאָכמער יגיעה צו טאָן אין ביידע אויבנדערמאָנטע ענינים (אין וועלכע מ'האָט אַן אָפּלערנונג פון רשב"י) — לימוד התורה ביז "תורתו אומנתו", און קיום המצוות, אָנהויבנדיק פון דער עיקר'דיקע מצוה, מצות הצדקה בממון, צדקה בדיבור און צדקה במחשבה, דורך "ואהבת לרעך כמוך", און אין דער פולסטער מאָס.

און אין די אַלע זאַכן איז מען פאַרזיכערט, אַז בשעת מ'באַשליסט (מ'איז מחליט) צו טאָן אַזוי — איז "הקב"ה עוזרו"29 און רשב"י עוזרו, און מ'העלפט אַז איר זאָלט קענען אויפטאָן אין די ביידע זאַכן נאָכמער וויפל איר ריכט זיך פון פריער, און אויפטאָן לייכטער, בעסער, ברייטער און טיפער.

* * *

י. די צווייטע זאַך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר איז (ווי דערמאָנט פריער) — אַז נאָך דעם וואָס די תלמידי רבי עקיבא "לא נהגו כבוד זה לזה" איז אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר האָבן זיי צוריק אָנגעהויבן נוהג זיין כבוד זה לזה.

וואָס אויך דערפון איז דאָ אַן אָפּלערנונג פאַר יעדערן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער (אין צוגאָב צו דער הוראה פון דער ערשטער זאַך אין ל"ג בעומר, יום הילולא דרשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און די צווייטע זאַך — טאָן אין מצוות, אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה וכו'), ובהקדמה:

די פּעולות און אויפפירונגען פון אַ מענטשן, און אויך די מצוות, טיילן זיך בכלל אין צוויי סוגים — "סור מרע" און "עשה טוב". אויסהיטן זיך מיט דער גרעסטער פאָרזיכטיקייט אויף ניט טאָן קיין רע, ניט גוטע זאַכן, און האַלטן אין איין טאָן גוטע זאַכן.

דאָס וואָס מ'האט פריער גערעדט די אָפּלערנונג פון (דער ערשטער און צווייטער זאַך אין ל"ג בעומר — פון) רשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און מקיים זיין מצוות אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה און "ואהבת לרעך כמוך" — איז דאָס אין דעם סוג פון "עשה טוב".

דערצו קומט די אַנדערע אָפּלערנונג פון ל"ג בעומר (פון דער הנהגה פון תלמידי רבי עקיבא) אין "סור מרע" — אַז מ'דאַרף זיין שטאַרק אָפּגעהיט אויף ניט אָנרירן אַ צווייטן אידן, "דעלך סני לחברך לא תעביד"30, וואָס דאָס איז דער "סור מרע", פון דעם היפך פון "ואהבת לרעך כמוך":

"ואהבת לרעך כמוך" איז אין חיוב, אין "עשה טוב". "דעלך סני לחברך לא תעביד" איז אין שלילה, "סור מרע", אויסהיטן זיך פון טאָן ניט גוטע זאַכן אַ צווייטן, וואָס אויב מ'וואָלט עס געטאָן 132צו אים וואָלט ער דאָס ניט געוואָלט ליידן.

וואָס אויף דערויף (די שלילה, "דעלך סני לחברך לא תעביד") דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלן אָנזאָג (ס'איז אויף דעם ניט גענוג דער אָנזאָג אויף חיוב, "עשה טוב" — "ואהבת לרעך כמוך"), און אויף דעם קומט די אַנדערע אָפּלערנונג פון ל"ג בעומר (אין צוגאָב צו די ערשטע אָפּלערנונגען וואָס רעדן וועגן "עשה טוב"):

ס'איז בטבע פון אַ מענטשן, אַז נאָך דעם ווי ער האָט מקיים געווען מיט אַ צווייטן "עשה טוב", ער האָט אים געטאָן אַ טובה, אַ גוטע זאַך, צדקה, אַרויסגעהאָלפן אָדער ענלעכעס — טראַכט ער באַ זיך: וויבאַלד אַז ער האָט אים געטאָן אַ טובה, גיט עס אים אַ רעכט אויף ניט אַזויפיל רעכענען זיך מיטן צווייטן, און ניט זיין אַזוי אויסגעהיט אויף ניט אָנרירן זיין כבוד, וויבאַלד אַז ער האָט אים שוין געטאָן אַ טובה, און ווער רעדט נאָך אַז ער האָט אים געטאָן די טובה איין מאָל און צוויי מאָל און מערערע מאָל!

קומט די אָפּלערנונג פון ל"ג בעומר און לערנט יעדערן פון אונז, יעדערן פון אייך און יעדערן פון דעם אידישן פאָלק אין דער גאַנצער וועלט — אַז אַפילו אַז דער אויבערשטער האָט מזכה געווען און געגעבן אַ מעגלעכקייט אַן אינגעלע צו אַרויסהעלפן אַ צווייטן אינגעלע, אַ מיידעלע — אַ צווייטע מיידעלע, ובשמחה ובטוב לבב און אין דער גרעסטער מאָס (כנ"ל) — איז צוזאַמען דערמיט דאַרף אָבער ער (אָדער זי) זיין גאָר שטאַרק אָפּגעהיט און אויסגעהיט ניט נאָר ניט אָנרירן אַ צווייטן קינד, אַ צווייטן אידן אָדער אַ צווייטן מענטשן בכלל, נאָר נאָכמער — נוהג כבוד זיין מיט אים, אים אָפּגעבן כבוד.

יעדער קינד (און בכלל יעדער איד) דאַרף וויסן אַז מ'דאַרף זיך איינהאַלטן ניט צונעמען אַ זאַך ביי אַ צווייטן, ווייל ער האָט דאָס געוואָלט פאַר זיך — וויבאַלד אַז ס'איז אַ געשמאַקע זאַך. און אַפילו ניט משיג גבול זיין אַ צווייטן, ווי לדוגמא: בשעת ער וויל קויפן אַ "טאָי" (אַ צאַצקע) אָדער אַ צוקערקע, און אַ צווייטער איז געווען דער ערשטער וואָס וויל דאָס קויפן — דאַרף ער זיין אויסגעהיט אויף ניט משיג גבול זיין און זאָגן דעם פאַרקויפער, אַז איך וועל דיר געבן מער מיט אַ "פּעני" במילא גיב דאָס מיר אָפּ. און ענלעכעס31.

וואָס דאָס איז אַן ענין "דעלך סני": ווען איינער וואָלט דאָס מיט אים געטאָן, וואָלט ער דאָס ניט געוואָלט ליידן. דאָס איז אויך דער ענין פון משיג גבול, אַריינגיין אין אַ שטח (אַן אָרט), אַ זאַך, וואָס אַ צווייטער האָט עס געטאָן דער ערשטער.

אַזוי אויך ניט אָנרירן יענעמ'ס כבוד, און נאָכמער (כנ"ל) — ניט נאָר ניט אָנרירן יענעמ'ס כבוד, נאָר יענעם געבן — אָפּגעבן כבוד.

יא. וואָס דאָס (זיין אויסגעהיט אין דעם כבוד פון אַ צווייטן) ווערט לייכטער און פאַרשטאַנדיקער (ווי אַזוי מאָנט מען עס באַ יעדערן, אַפילו באַ גאָר קליינע קינדער) — בשעת מ'באַטראַכט זיך אַז דער צווייטער מענטש איז אויך אַ 133תלמיד פון רבי עקיבא, וואָרום ער האָט געלערנט תורה, וואָס "כולה אליבא דר' עקיבא", גאַנץ תושבע"פּ און די פּירושים אויף תושב"כ זיינען באַגרינדעט אויף די לימודים (לערנונגען) וואָס רבי עקיבא האָט געלערנט מיט זיינע תלמידים אין זיין צייט, און זיי האָבן עס דערנאָך איבערגעגעבן צו זייערע תלמידים ביז אַז ס'איז דערגאַנגען צו אונז.

קומט אויס, אַז יעדער איד וואָס לערנט תורה איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא. במילא, בשעת מ'קומט אין באַרירונג מיט אַ צווייטן אידן, אַ קינד אָדער בכלל — דאַרף מען זיך גלייך דערמאָנען אַז ער איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא, און עס קען זיין — אַ גרעסערער, בעסערער תלמיד ווי ער אַליין איז,

און זייענדיק אַ תלמיד פון רבי עקיבא, איז ער אויך אַ חבר פון רשב"י (וויבאַלד אַז רשב"י איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא),

און דערצו נאָך איז יעדער מענטש, יעדע באַשעפעניש, אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן32, אין אים איז דאָ דער "אומן שעשאני"33, דער אויבערשטער וואָס האט אים באַשאַפן.

דעריבער: דאָס וואָס ער האָט געהאַט די זכי' אַרויסהעלפן יענעם דורך מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" אין דיבור און אויך אין מעשה — איז ניט נאָר וואָס דאָס גיט אים ניט קיין רעכט צו ח"ו ניט נוהג זיין כבוד מיט יענעם, נאָר אדרבה: דאָס לייגט אויף אים אַרויף אַ זכות, אַז ער זאָל זיין נאָכמער זהיר אין יענעם

אָפּגעבן כבוד. און טאָן דאָס מיט שמחה, בשמחה גדולה ובטוב לבב.

און וויבאַלד אַז יעדער איד איז (כנ"ל) אַ תלמיד פון רבי עקיבא און אַ חבר פון רשב"י און אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן — פאַרלאַנגט דאָס און דאָס גיט כח אַז מ'זאָל קענען דורכפירן אין דער פולסטער מאָס דעם נוהג כבוד זיין מיט יעדן קינד, יעדן אידן און יעדן מענטשן, און זיכער — ניט אָנרירן יענעם אויף וואָס פאַר אַן אופן ס'זאָל ניט זיין, ניט במעשה, אפילו ניט בדיבור.

יב. ס'איז דאָ אַ וואונדערלעכער מדרש וואָס באַגרינדעט און מאַכט נאָכמער פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי אַ קליין קינד אין יאָרן, אָדער אַ קליין קינד אין וויסן די ענינים פון אידישקייט, האָט דעם כח זיך צו איינהאַלטן און ניט אָנרירן דעם כבוד פון אַ צווייטן, ועאכו"כ ניט משיג גבול זיין און צונעמען עפּעס פון אַ צווייטן, ואדרבה — געבן, אָפּגעבן יענעם כבוד:

עס שטייט34 "אלקים נצב בעדת אל בקרב אלקים ישפוט", דער אויבערשטער זאָגט אַז "אלקים נצב", ער געפינט זיך און שטייט מיט דער גאַנצער שטאַרקייט35, "בעדת אל", דאָרטן וואו ס'געפינט זיך אַן עדה מענטשן (מערערע מענטשן) וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אל, מיטן אויבערשטן, מיט גטלעכקייט.

דערציילט ער אין מדרש36 — ווי דאָס איז געקומען. דאָס האָט צום ערשטן 134מאָל פּאַסירט מיטן ערשטן אידן, אברהם אבינו, "אחד הי' אברהם"37, וואָס פון אים שטאַמען אַלע אידן, קינדער און ערוואַקסענע:

אברהם אבינו איז געווען "יושב פתח האוהל"38 (ער איז געזעסן באַ דער טיר, באַ דער עפענונג פון זיין געצעלט) ווען דער אויבערשטער האט זיך צו אים באַוויזן ("וירא אליו ה'"38). "כיון שנגלה עליו הקב"ה הי' יושב. . בא אברהם לעמוד", אברהם האָט זיך געוואָלט אויפשטעלן. "א"ל הקב"ה אל תצטער לעמוד שב לך". דער אויבערשטער האָט אים אָבער געזאָגט אַז ער זאָל בלייבן זיצן. "א"ל אברהם וכי כך הוא דרך ארץ שאני יושב ואתה עומד", אברהם האָט געזאָגט דעם אויבערשטן, אַז ס'פּאַסט ניט, ס'האָט קיין אָרט ניט אַז ער (אברהם) זאָל זיצן בשעת דער אויבערשטער שטייט. "א"ל הקב"ה אל תצטער, זקן אתה בן מאה שנה שב". דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט אַז ער זאָל בלייבן זיצן,

דער אויבערשטער האָט פאַרגעניגן אַז ער שטייט לעבן אברהם אבינו יושב, וואָרום אברהם אבינו האָט מקיים געווען מצוות, ער האָט מכניס אורחים געווען, און מקיים געווען פאַרשידענע מצוות.

און דער מדרש פאַרענדיקט אַז דער אויבערשטער האט מבטיח געווען אברהם'ען אַז אַזוי וועט זיין לעתיד לבוא באַ זיינע אייניקלעך און אוראייניקלעך עד סוף כל הדורות: "א"ל הקב"ה חייך, בשביל39 שאתה יושב ואני עומד40, עתידין בניך בני ג' שנים, בני ד' שנים, לישב בבתי מדרשות ובבתי כנסיות41 ואני עומד עליהם שנאמר אלקים נצב בעדת אל".

באַ אברהם אבינו וועלן געבאָרן ווערן אייניקלעך און אוראייניקלעך, און בשעת זיי וועלן זיין נאָך גאָר קליין (דריי יאָר אַלט, פיר יאָר אַלט) און וועלן גיין אין אַ בית41, אין אַן אָרט וואו מ'לערנט מיט זיי תורה און דאַוונען — וועט דעמולט זיין "אלקים נצב בעדת

אל", די קינדערלעך זיינען פאַרבונדן מיט אל, מיט גטלעכקייט, דורך לערנען זיין תורה און מקיים זיין זיינע מצוות — און דער אויבערשטער שטייט איבער זיי און היט אויס און באַהיט

זיי! —

איר האָט פריער שוין געזאָגט42 (און געהערט) "הנה ה' נצב עליו". אָבער דאָ איז דער מדרש מוסיף, אַז דער פּסוק אלקים נצב גו' רעדט ספּעציעל וועגן קליינע קינדער, אָנהויבנדיק נאָך ווען זיי זיינען אַלט דרייפיר יאָר — שטייט דער אויבערשטער איבער זיי אין אַן אופן פון "נצב" (ווי דער לשון פון פסוק — והנה הוי' נצב). וואָס "נצב" באַווייזט אויף דער גאַנצער שטאַרקייט43.

135און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער שטייט מיט דער שטאַרקייט, "נצב", איבער די קינדער — ווערט די שטאַרקייט איבערגעגעבן כביכול צו די קינדער, אַז זיי זיינען מבטל און רעכענען זיך לגמרי ניט מיטן יצר.

דער יצר וויל איינרעדן אַז די צוקערקע איז אַ געשמאַקע און די צאַצקע איז אַ שיינע, דאַרף ער זיך ניט רעכענען דערמיט וואָס אַ צווייטער קינד איז געווען דער ערשטער וואָס האָט עס געוואָלט האָבן, און זיכער — זאָגט אים דער יצר — דאַרף ער זיך ניט יאָגן אָפּגעבן כבוד דעם צווייטן קינד —

האָט אָבער דער קינד אַ שטאַרקייט באַקומען פון "אלקים נצב בעדת אל", איז ער אינגאַנצן מבטל דעם יצר, דער יצר האָט קיין באַטרעף ניט ביי אים, ער גייט מיט "אלקים (וועלכער איז) נצב בעדת אל", מיט דער שטאַרקייט פון דעם אויבערשטן, זייענדיק משמש את קוני.

און דעמולט איז זיכער אַז דער יצר ווערט אינגאַנצן בטל, און דער קינד ווערט אויסגעהיט סיי אין "סור מרע" סיי אין "עשה טוב", כולל אויך אין נוהג כבוד זיין זה לזה, אַז מ'גיט אָפּ כבוד איינער דעם צווייטן.

יג. און דעמולט ווערט אויך "כולנו כאחד"44, אַלע אידן ווערן פאַראייניקט צוזאַמען ווי איין זאַך. וואָס דאַן ווערט "ברכנו אבינו"44, אַז דער אויבערשטער בענטשט אונז מיט אַלע ברכות.

ביז — מיט דער הויפּט ברכה און עיקר ברכה — אַז במהרה בימינו ממש, גאָר אינגיכן "נאַו", נעמט דער אויבערשטער אַרויס יעדן קינד און אַלע קינדער, צוזאַמען מיט זייערע ברידער, שוועסטער, עלטערן, באָבעס און זיידעס, "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"45, פון גלות,

און מ'גייט אַלע צוזאַמען, אַלס אַ "קהל גדול"46, אַ גרויסע "עדת אל", שלימות העם, דער גאַנצער אידישער פאָלק גאַנצערהייט בגופו ובנשמתו ובממונו, מיטנעמענדיק מיט זיך שלימות התורה והמצוות, אַלץ וואָס מ'האָט באַקומען דורך לערנען תורה ובפרט — פון "תורתו אומנתו" און דורך מקיים זיין מצוות בשמחה ובטוב לבב, ביז אַז עס ווערט שלימות התורה והמצוות,

און מ'גייט "עם ענני שמיא"47, "אחישנה"48 — דער אויבערשטער ברענגט אידן דורך וואָלקנס און גאָר אין אַ שנעלן אופן, בלשון הרמב"ם49 "מיד הן נגאלין" — אין דער גאולה האמיתית והשלימה, אין אונזער הייליקער לאַנד, "ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"50, און דער אויבערשטער האָט עס אָנגערופן פלטרין של מלך, דאָס איז זיין פּאַלאַץ,

און תורה האָט פאַרזיכערט אַז די ארץ געהערט אַלס נחלת עולם, אַלס אַן אייביקע ירושה, צום עם עולם, צום אייביקן פאָלק, וואָס איז זיי געגעבן גע 136וואָרן דורך אלקי עולם, דורכן אייביקן אויבערשטן. זי געהערט צו זיי —

זיכער די טיילן וואָס השם האט שוין אָפּגעגעבן אידן, און זיכער אַז מ'וועט ניט צוריקגעבן פון מתנת השם אפילו אַ שעל דערפון.

און וויבאַלד אַז מ'איז מקיים אויך די מצוה, אַז מ'האַלט די מתנת השם, אַלע שטחים וועלכע מ'האָט שוין פאַרנומען אין ארץ הקודש, וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן מיט נסים ובסבר פנים יפות, — וועט דאָס נאָכמער צואיילן אַז דער אויבערשטער דורך משיח צדקנו, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, גיט אָפּ הארץ בשלימותה — שלימות הארץ צו אידן. די גאַנצע לאַנד בשלימותה ווערט אָפּגעגעבן צו יעדער אידן און צו אַלע אידן, בדרכי שלום, ווייל דאָס גיט דער אויבערשטער וואָס שמו שלום.

ווערן אַלע דריי שלימות'ן ביחד — שלימות העם, שלימות התורה און שלימות הארץ.

און ס'ווערט, ווי רבי שמעון בן יוחאי האָט געזאָגט51, "כמה חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהן. . גלו לאדום52 שכינה עמהן. . ואף כשהן עתידין ליגאל שכינה עמהן, שנאמר53 ושב ה' אלקיך את שבותך, והשיב לא נאמר אלא ושב, מלמד שהקב"ה שב עמהן מבין הגליות",

רשב"י זאָגט, אַז כל זמן וואָס אפילו איין און איינציקער איד, אַפילו אַ קליין פּיצל קינד, געפינט זיך נאָך אין גלות, איז נאָך אַלץ שכינתא בגלותא, בשעת דער אויבערשטער נעמט אַרויס אַלע אידן פון גלות דורך משיח צדקנו, "ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"54, יעדער אידן און אַלע אידן ביז דעם לעצטן קליין קינד וואָס געפינט זיך אין גלות — גייט דאַן דער אויבערשטער אויך אַרויס פון גלות,

"ורחמך"53, דאָס טוט זיך אַלץ אָפּ ברחמים, און דורך דעם וואָס אַ איד פירט זיך מיט רחמים מיט אַ צווייטן אידן (וואָס "ורחמך" האָט אויך דעם אָפּטייטשט).

"ומיד הן נגאלין" (כנ"ל). זעלבסטפאַרשטאַנדיק אַז בשעת דער אויבערשטער גייט אַרויס פון גלות, דאַרף ער ניט אָנקומען ח"ו צו "טריינס" און

"פּליינס" און צו ענליכע זאַכן, נאָר "מיד הן נגאלין", אין איין רגע און "כהרף עין" (ווי ס'איז געווען ב"ימי צאתך מארץ מצרים"55).

כהרף עין גיט מען זיך אַ כאַפּ אַז מ'שטייט אין ארץ הקודש, און דאָרטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דאָרטן גופא אויפן הר הבית, אין "מקדש אד' כוננו ידיך"56, אין "פראָנט" באַ דעם טויער און פתח פון בית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו, ו"יחזיר57 לנו עבודת בית המקדש למקומה במהרה בימינו אמן סלה"58.

* * * 137יד. מסתם וועט מען פאַרענדיקן ווי מ'פאַרענדיקט אַלעמאָל די כינוסים (פון קינדער) — מיטן ענין פון אַ תפילה, די תפלה59 פון "יהי רצון כו' שיבנה ביהמ"ק כו'".

וואָס דאָס וועט קומען אין צוגאָב (אַלס אַ הוספה) צו די מערערע דברי תורה שבכתב ושבעלפּה, די פּסוקים ומאמרי חז"ל, וועלכע מ'האָט פריער געזאָגט און געלערנט.

און מ'וועט אויך געבן יעדער קינד געלט ער זאָל דאָס (— אַ טייל דערפון) אָפּגעבן נאָך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר אויף צדקה.

וואָס דעמולט וועלן זיין די דריי עמודים פון תורה עבודה וגמילות חסדים60. וואָס זיי האַלטן אויף די וועלט אַז זי זאָל זיך ניט שאָקלען און ניט טרייסלען.

וואָס דאָס איז אויך די שליחות פון אידן צו ברענגען שלום אויך אין וועלט, דורך דעם וואָס זיי ברענגען שלום באַ זיך אַליין, צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן (ווי גערעדט פריער), ביז אַ שלום אמיתי, ברענגט דאָס אויך שלום אמיתי אין וועלט.

און זיכער וועט דאָס ברענגען שטאַרקייט אין דעם "עולם קטן" זה האדם61, אַז באַ יעדער אידן וועלכער טוט אין תורה עבודה וגמ"ח — וועט זיין עולם קטן שטיין מיט דער גרעסטער שטאַרקייט.

טו. ובפרט אַז מ'געפינט זיך אין די טעג פון ספירה. וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש די שטאַרקייט און לעבעדיקייט מיט וועלכע אידן זיינען מקיים תורה ומצוות (אַלע דריי עמודים פון תורה עבודה וגמ"ח):

איינער פון די ענינים אין ספירת העומר איז62, אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים, וואָס שוין דעמולט האָבן זיי געוואוסט אַז זיי גייען צו מתן תורה, מען האָט זיי אָנגעזאָגט אַז "בהוציאך63 את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה" — האָבן אידן געציילט מיט דער גרויסער תשוקה די טעג צו מתן תורה, וויפל טעג זיינען שוין דורכגעגאַנגען פון יצי"מ ביז מ"ת.

וואָס אַזוי טוען אידן בכל שנה ושנה64, אַזוי ווי אין דעם יאָר — אַז גלייך נאָך חג הפסח, הייבט מען זיך אָן גרייטן צו חג השבועות, זמן מתן תורתנו, מ'ווייסט אַז עס דאַרפן צווישן זיי דורכגיין ניין און פערציק טעג, ציילט מען די טעג מיט אַ תשוקה צו מ"ת, וויפל טעג זיינען שוין דורכגעגאַנגען,

און שטייענדיק בל"ג בעומר, ווייסט מען אַז ביז היינט זיינען שוין דורך דריי און דרייסיק טעג, דאַרף מען וואַרטן ביז 138מ"ת ווייניקער מיט אַ טאָג ווי מ'האָט געדאַרפט וואַרטן נעכטן, און במילא איז זעלבסטפאַרשטאַנדיק אַז מען דאַרף גרייטן זיך נאָכמערער אַז מ'זאָל זיין ווערט צו מ"ת, און מ'זאָל קענען לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און לעבעדיקייט — דורך דעם וואָס אין די טעג פאַר דעם פירט מען זיך אויף ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן.

ובפרט אַז מ'געפינט זיך בל"ג בעומר, ווי געזאגט פריער אַז דאָס איז יום שמחתו פון רשב"י, ביז — "שמחה גדולה", וואָס ער (רשב"י) האָט געזאָגט65 "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין". ד.ה. וואָס פאַר אַ חשבונות עס זאָל ניט זיין — איז רשב"י מציל די גאַנצע וועלט פון מדת הדין. קען דאָך די גאולה האמיתית והשלימה קומען בקרוב ממש, און נאָכמער — בשמחה גדולה, מיט דער שמחה פון רשב"י!

* * *

טז. בהמשך להמדובר לעיל וועגן גודל השמחה בל"ג בעומר —

זעט מען דאָס אויך אין אַ סיפּור וואָס מ'האָט אויך געדרוקט66 און מפרסם געווען און ס'איז דערגאַנגען צו אונז:

ר' אברהם הלוי, אַ תלמיד פון אריז"ל, צוזאַמען מיטן אריז"ל זיינען אַמאָל געווען אין מירון בל"ג בעומר (ביים קבר פון רשב"י). דער תלמיד האט זיך געפירט זאָגן יעדער טאָג אין ברכת "תשכון"67 (די ברכה פון "ולירושלים עירך ברחמים תשוב ותשכון בתוכה") די תפלה "נחם ה' אלקינו את אבלי ציון ואת אבלי ירושלים כו'". און אַזוי האָט ער עס אויך געזאָגט יענעם ל"ג בעומר. האָט רשב"י איבערגעגעבן דורך דעם אריז"ל, אַז דער תלמיד האָט ניט געטארט זאָגן "נחם" אין "יום שמחתינו"68 ל"ג בעומר און ער איז דערפאַר נענש געוואָרן וכו'.

וואָס דערפון האָט מען אַ ראי' אויף דעם גודל השמחה פון ל"ג בעומר:

יעדער איד זאָגט "נחם" נאָר תשעה באב. ר' אברהם הלוי האט אָבער אַזוי טיף געפילט דעם גלות, ביי אים איז דאָס געווען אויף אַזויפיל פילבאַר, אַזויפיל לעבעדיק און אַזויפיל טוטוויי — ווי עס שטייט אין ספרים, אַז ער איז געווען אַ גלגול ניצוץ פון ירמי' הנביא69 139(דער מנבא נבואות המרה נבואות הגלות) — אַז ער האָט געזאָגט "נחם" יעדער טאָג ("בכל יום"70) פון יאָר,

ביז אַז — לויט פּשטות הלשון איז מובן — אַז ער האָט עס אויך געזאָגט בראש חודש וכיו"ב, כאָטש אַז קיין תחנון זאָגט מען ניט דעמולט71 און ס'איז ניט קיין יום המעשה72.

און נאָכמער:

בראש חודש איז ניט בהדגשה דער ענין השמחה (וואָס דאָס איז דאָך געווען די טענה פון רשב"י אויף ר' אברהם הלוי, אַז ס'איז אַ יום שמחה). אָבער לויט פשטות הלשון האט ער געזאָגט "נחם" אויך בחול המועד, וואָס חול המועד איז "מועדים לשמחה", ווי דער אַלטער רבי פּסק'נט אין שולחן ערוך73, אַז "שמחה זו (דחוה"מ) היא מ"ע מן התורה".

פונדעסטוועגן האט ר' אברהם הלוי דעמולט געמעגט זאָגן און האָט בפּועל דעמולט געזאָגט "נחם" (והראי' אַז ער איז אויף דעם ניט נענש געוואָרן, ואדרבה — מ'האָט גאָר פאַרשריבן די הנהגה), כאָטש אַז דעמולט איז אַ יום שמחה, "מועדים לשמחה", און נאָך אַ שמחה מן התורה.

בשבת ויו"ט האָט ער טאַקע ניט געזאָגט "נחם" (ווייל ער האָט געזאָגט "נחם" אין ברכת "תשכון", וואָס דאָס זאָגט מען ניט בשבת ויו"ט) — אָבער ניט דערפאַר ווייל די שמחה דעמולט האָט איבערגעוועגט זיין טיפן געפיל אויפן גלות, נאָר צוליב אַ זייטיקן טעם:

ער פלעגט זאָגן "נחם" אין ברכת "תשכון", און בשבת ויו"ט זאָגט מען ניט קיין ברכת "תשכון". און דער דין74 איז אַז אין תפלת העמידה טאָר מען ניט אַריינשטעלן קיין זייטיקע זאַכן וואָס שטייען ניט אין דעם נוסח פון תפלת העמידה וואָס די כנסת הגדולה האָבן געמאַכט. און אַריינשטעלן דאָס אין אַן אַנדער תפלה וואו עס רעדט זיך ניט וועגן די ענינים, אָדער זאָגן דאָס ניט אין אַ תפלה — ניט דאָס איז געווען דער ענין וכוונה פון ר' אברהם הלוי, ער האָט עס געזאָגט אין תפלת העמידה בכדי דאָס "נחם" זאָל מקויים ווערן בפּועל — דעריבער האָט ער ניט געהאַט (בשבת ויו"ט) וואו דאָס צו זאָגן, האָט ער עס דעמולט ניט געזאָגט.

אָבער לולא זה וואָלט ער עס געמעגט זאָגן אויך דעמולט — והראי' אַז ער האָט עס געמעגט זאָגן און געזאָגט בחול המועד, וואָס איז "מועדים לשמחה" מן התורה, וואָלט ער דאָס אויך געמעגט זאָגן און וואָלט עס געזאָגט בימי יו"ט (לולא די סיבה הנ"ל).

און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק במכ"ש וק"ו אַז ער וואָלט דאָס געמעגט זאָגן בשבת (לולא סיבה הנ"ל אַז ער האָט עס ניט געהאַט וואו צו זאָגן) — וואָרום שבת איז דאָך ניט פאַרבונדן מיט שמחה נאָר מיט עונג (וואָס דערפאַר איז דעמולט ניטאָ די מצוות התלויות בשמחה, זיי זיינען דאָ נאָר ביו"ט וואָס 140ענינו איז שמחה)75, און בנוגע צו זאָגן "נחם" איז נוגע שמחה ניט עונג. איז מהדאָך אַז ער האָט עס געמעגט זאָגן און האָט עס געזאָגט בחול המועד וואָס איז אַ יום שמחה מן התורה, האט ער דאָס געמעגט זאָגן בשבת, וואָס איז ניט אַ יום שמחה (נאָר עונג).

נאָר דאָס וואָס ער האָט עס בפּועל ניט געזאָגט בשבת איז ניט מצד קדושת שבת אָדער עונג שבת, און אַז עונג איז מער ווי שמחה וכו', ווייל עונג האט קיין שייכות ניט מיט אמירת "נחם" — נאָר מצד דעם וואָס ער האָט ניט געהאַט וואו דאָס צו זאָגן, וויבאַלד אַז מ'זאָגט דעמולט ניט ברכת "תשכון".

קומט אויס לויט פּשטות הלשון אַז בכל יום, אַפילו אין אַ יום שמחה מן התורה, חול המועד, האָט ר' אברהם הלוי געמעגט זאָגן און האָט געזאָגט "נחם", מצד זיין טיפן געפיל אויפן גלות.

אעפ"כ ווען ס'איז געקומען דער טאָג פון ל"ג בעומר, זאָגט רשב"י אַז ער האָט דעמולט ניט געטאָרט זאָגן "נחם", מצד דער שמחה פון דעם טאָג, וואָס ס'איז אַזאַ שמחה גדולה וואָס וועגט איבער אַפילו דעם צער וואָס ר' אברהם הלוי האָט געהאַט פון דעם חורבן!

וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָכמער די גרויסע שמחה פון רשב"י אין ל"ג בעומר, אַז (אין דעם איז דאָ אַן ענין וואָס) איז נאָך שטאַרקער פון דער שמחה פון חול המועד, וואָס זי איז "מועדים לשמחה" מן התורה (די זעלבע "מועדים לשמחה" ווי בימי יו"ט האסורים במלאכה), און נאָך שטאַרקער פון דער שמחה ביו"ט ושבת, והראי' אַז לולא הנ"ל וואָלט ער געזאָגט "נחם" אויך ביו"ט ושבת.

וואָס אַזוי איז אויך בנוגע צו דער שמחה פון גאולה העתידה, אַז זי איז נאָך גרעסער ווי די שמחה פון "מועדים לשמחה",

ווי עס שטייט אין מדרש76 אַז לע"ל "כל המועדים יהיו בטלין וימי הפורים לא יהיו נבטלין לעולם". און עס שטייט אויף דעם די ערקלערונג77, אַז ח"ו זאָגן אַז אַ מצוה מן התורה וועט בטל ווערן. אויך דעמולט וועט מען אויך פּראַווען די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות, אָבער די שמחה פון דער גאולה וימות המשיח וועט זיין אַזוי גרויס אַז "שרגא בטיהרא מאי אהני"78, די שמחה פון די ימים טובים וועט דעמולט ניט פאַרנעמען קיין גרויסן אָרט לגבי שמחת הגאולה. משא"כ די שמחה פון פּורים וואָס איז "עד דלא ידע"79. ועד"ז יש לומר בדרך אפשר בנוגע דער שמחה פון ל"ג בעומר (וואָס איז גרעסער פאַר דער שמחה פון "מועדים לשמחה").

יז. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז פון דעם נעמען איינטייל לפי כוחנו אין דער שמחה גדולה פון רשב"י, דורך דעם וואָס מ'האָט אין דעם טאָג 141געלערנט תורה, און מ'וועט איצטער זאָגן דעם ניגון, די תפלה, "יהי רצון כו' שיבנה ביהמ"ק כו'", און דערנאָך וועט מען געבן צדקה —

זאָל מען אַריינטאַנצן פון שמחתו גדולה של רשב"י, פון ל"ג בעומר תשמ"ג, גיין טאַנצנדיקערהייט מקבל זיין פני משיח צדקנו, און אַריינטאַנצן לארצנו הקדושה, לירושלים עיר הקודש ולבית המקדש הנצחי80. "נאַו" אמן און "אמן סלה".

[ניגנו (הש"ץ שי' התחיל לנגן "יה"ר כו'") "שיבנה ביהמ"ק כו'".

אחרי ה"פּאַראַד" צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א ל(הש"ץ שי' ל)נגן (עוה"פ) "יה"ר כו' שיבנה ביהמ"ק כו'"].

הערות

עמוד 126

  1. 1. נדפסו בחוברת "י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל" (ברוקלין תשל"ו); בחוברות "צבאות השם" בכ"מ. ועוד.
  2. 2. ראה משנת חסידים מס' אייר פ"א מ"ו.
  3. 3. ראה פע"ח שער ספירת העומר פ"ז (וראה לקו"ש ח"ז ע' 343 בהערה ד"ה יום שמחתו. וש"נ).
  4. 4. משנת חסידים שם מ"ז.
  5. 5. יבמות סב, ב.
  6. 6. מאירי יבמות שם בשם הגאונים. טושו"ע (ואדה"ז) או"ח סתצ"ג ס"ב (ס"ה). פע"ח ומשנת חסידים שם (מ"ד).
  7. 7. יבמות שם.
  8. 8. משנה וברייתא סוף קידושין.

עמוד 127

  1. 9. ראה פרש"י עה"פ ויקרא א, ט. ספרי ופרש"י עה"פ (פינחס כח, ח).
  2. 10. לשון אדה"ז בתניא רפי"ז.
  3. 11. ראה זח"ג נג, ב. וראה זהר שם קנב, א.
  4. 12. בה"י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל".
  5. 13. תו"כ ופרש"י עה"פ שם.
  6. 14. קדושים יט, יח.
  7. 15. זח"ג שם.
  8. 16. ראה לקו"ש חי"ז ע' 509 בהערה (ד"ה מען).

עמוד 128

  1. 17. ירושלמי סנהדרין פ"א ה"ב (בסופה).
  2. 18. ראה גם לקו"ש ח"ז ע' 346 ואילך.
  3. 19. מגילה ו, ריש ע"ב — מה"י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל".
  4. 20. שבת יא, א.
  5. 21. ראה שבת לג, ב. המו"ל.
  6. 22. ראה היום יום ע' מב וע' נד. המו"ל.

עמוד 129

  1. 23. אסתר ב, ז.

עמוד 130

  1. 24. ראה קידושין מ, ב. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג.
  2. 25. שבת לג, ב.
  3. 26. שבת שם בסוף העמוד.

עמוד 131

  1. 27. פל"ז (מח, ב ואילך).
  2. 28. ב"ב ט, א. ירושלמי פאה פ"א ה"א.
  3. 29. ראה קידושין ל, ב. סוכה נ, ריש ע"ב.
  4. 30. שבת לא, א.

עמוד 132

  1. 31. ראה טושו"ע חו"מ ר"ס רלז. שו"ע אדה"ז הל' הפקר והשגת גבול ס"י.

עמוד 133

  1. 32. ראה תניא פרק לב (מא, ב).
  2. 33. ראה תענית כ, סע"א ואילך. וראה לקו"ש חט"ו ע' 125.
  3. 34. תהלים פב, א.
  4. 35. כמש"נ קמה אלומתי וגם נצבה (וישב לז, ז).
  5. 36. תנחומא (הקדום והישן) באבער וירא ד. יל"ש תהלים עה"פ (רמז תתלא). אגדת בראשית פי"ט.

עמוד 134

  1. 37. יחזקאל לג, כד.
  2. 38. ר"פ וירא.
  3. 39. ביל"ש שם: "כשם שאתה יושב ואני עומד כו'".
  4. 40. באגדת בראשית שם: "עכשיו אתה זקן את בן מאה שנים, ואתה תמה שאני עומד ואתה יושב, עתידין בניך כו'".
  5. 41. וראה הגירסא במחז"ו סי' כה (הובא בהערות באבער לתנחומא שם (הערה לג)).
  6. 42. בה"י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל" מתניא רפמ"א.
  7. 43. ראה אוה"ת נצבים ס"ע א'רא ואילך.

עמוד 135

  1. 44. ברכת "שים שלום" בסוף תפילת העמידה. וראה תניא פרק לב.
  2. 45. כמ"ש (ביצי"מ) בא י, ט.
  3. 46. ירמי' לא, ח.
  4. 47. דניאל ז, יג. סנהדרין צח, א.
  5. 48. ישעי' ס, כב. סנהדרין שם.
  6. 49. הל' תשובה פ"ז ה"ה.
  7. 50. עקב יא, יב.

עמוד 136

  1. 51. מגילה כט, א.
  2. 52. ע"פ דק"ס שם.
  3. 53. נצבים ל, ג.
  4. 54. ישעי' כז, יב. וראה פרש"י נצבים שם.
  5. 55. מכילתא ופרש"י עה"פ בא יב, מא.
  6. 56. בשלח טו, יז (ופרש"י שם). זח"ג רכא, א. ועוד.
  7. 57. נוסח "הרחמן" ב"סדר ספירת העומר".
  8. 58. עבודת סלה שאין לה הפסק (עירובין נד, א) כי זהו ביהמ"ק דכוננו ידיך — נצחי (זהר ח"ג שם).

עמוד 137

  1. 59. סוף תפילת העמידה (מאבות פ"ה מ"כ).
  2. 60. אבות פ"א מ"ב.
  3. 61. תנחומא פקודי ג. תקו"ז תס"ט (ק, ב). וראה אדר"נ פל"א. ועוד.
  4. 62. ראה מו"נ ח"ג פמ"ג. חינוך מצוה שו. מדרש ("הגדה") הובא בעיטור (סוף הל' מצה ומרור), ר"ן סוף פסחים. ועוד (ראה לקו"ש חכ"ב ע' 114 הערה 2).
  5. 63. שמות ג, יב.
  6. 64. ראה לקו"ש שם הערה 5.

עמוד 138

  1. 65. סוכה מה, ב.
  2. 66. שער הכוונות (להאריז"ל) ענין ספה"ע דרוש יב. פע"ח שער ספה"ע פ"ז. הובא בעט"ז לשו"ע או"ח סתצ"ג.
  3. 67. שער הכוונות ופע"ח שם. בשו"ע האריז"ל (וכן בנגיד ומצוה) איתא שאמר נחם בברהמ"ז, ובס' לחם מן השמים (להר"י צמח, מונקאטש, תרס"ה) שאמרו בברהמ"ז ובברכת תשכון — אבל ידוע שבכל כגון דא סמכינן על שעה"כ (ופע"ח) — ראה הגהת אדנ"ע לסידור (נדפסה בסי' תו"א, ברוקלין, תש"א ועוד) רל, ב*. ולפענ"ד ולולא דמסתפינא — ה"ז טה"ד וכו' בשו"ע האריז"ל — דמה טעם לאמרו בברהמ"ז ולא לאמרו בתפלה ובהברכה שכולא עלמא אומרים נחם בט' באב. וכ"ה להדיא בשו"ע האריז"ל כת"י שתח"י, וז"ל: הי' נוהג לומר נחם בברכת תשכון.
  4. 68. כ"ה בשעה"כ שם. ובפע"ח שם: "יום שמחתי".
  5. 69. ס' אור ישר (אור צדיקים — ראה שם הגדולים להחיד"א ערך זה) עמוד העבודה פי"א (בס' אור צדיקים — פי"ז) בשם האריז"ל.

עמוד 139

  1. 70. שעה"כ שם.
  2. 71. שו"ע או"ח סקל"א ס"ו. סידור אדה"ז לפני "ובא לציון גואל". הוספה לשו"ע אדה"ז (להר"נ מדובראוונא) או"ח שם ס"ח.
  3. 72. ראה לקו"ת ברכה צו, ד. אוה"ת בראשית כב, סע"א ואילך. ברכה ע' א'תתצט ואילך.
  4. 73. או"ח סתקכ"ט ס"ו.
  5. 74. טושו"ע ואדה"ז או"ח ר"ס קיט.

עמוד 140

  1. 75. ראה סה"מ תש"ט ע' 130 ובהערה שם ד"ה אינו זמן השמחה. וש"נ. לקו"ש חי"ג ע' 25 הערה 13. וש"נ.
  2. 76. מדרש משלי פ"ט. יל"ש משלי רמז תתקמד. ועוד.
  3. 77. אוה"ת ואתחנן ע' עב. וראה תו"א מג"א צ, ד. ספר הליקוטים — דא"ח צ"צ ערך לע"ל ע' תערב ואילך. וש"נ.
  4. 78. ל' חז"ל — חולין ס, ב. ועוד.
  5. 79. מגילה ז, ב.

עמוד 141

  1. 80. זהר דלעיל הערה 56.