י"ט כסלו
ליל ב'
די צעהן זכותים2 האָבן אַלטע חסידים גערעכנט, סידור השולחן ערוך, נוסח התפלה, תיקון המקוה, השחזת הסכין, פרסום תורת החסידות, החזקת בני ארץ הקדש ת"ו, הישיבה במאסר והגאולה, ספריו התקבלו בכל העולם כספרי הגאונים הקדמונים ונכתר בשם רב, עשרה הניגונים ושפועלים התעוררות תשובה ודביקות, וברכתו3 182שבכל מקום אשר חסידים ישתדלו בהחזקת תורה ומצוות יצליחו והאחד יהי' לרבבה.
נאַרן זיך טאָר מען ניט, עומק רום איז פאַרבונדן מיט עומק תחת, די העכסטע זאַך און די קלענסטע זאַך זיינען גלייך אין דעם ענין אַז גינאַרט טאָר מען ניט זיין, מיא מוז אַלע מאָל וויסן דעם ריכטיקן רעכענונג.
בעלי עסקים ווייסן אַז עס טרעפט אַ צייט וואָס עס איז ניט קיין צייט אויף מאַכן חשבונות, וואָרעם אַז מיא זאָל יעמולט מאַכן דעם חשבון קאָן ווערן שטאַרק ניט גוט אויפן האַרצן, און מיא קאָן זעך יעמולט פאַרלירן און אַראָפּ פאַלן באיי זיך און עס וועט זעך גאָרניט אופטאָן.
עס איז געווען אַ חסידישער איד אַ גרויסער סוחר און פאַררעכנט פאַר אַ גרויסן עושר, און האָט געהאַט זייער גרויסע בטוחות, זיין געשעפט איז געווען פּאַדראַדן4, און יענע צייט איז גראַדע געווען זייער אַ איינגע, זייענדיק באיי זיך אין צימער אויסהערענדיק אַפולע גישעפטלעכע פאָרשלאגן, וויסנדיק זיינע גרויסע בטוחות האָט ער מחליט געווען מאַכן די געשעפטן, דער ווייל איז אַריין געגאַנגען דער בוכפיהרער און זאָגט אים איך האָב אייך געבראַכט די באַלאַנסן פון די חובות. ענטפערט אים דער סוחר, ביזט אַ שוטה איצטער איז ניט קיין צייט פון קיין באַלאַנסן.
בעלי עסקים ווייסן אַז עס איז דאָ אַ צייט וואָס מיא דאַרף ניט קוקן קיין סך הכל'ן מיא דאַרף אויסנוצן די בטוחות, מיא דאַרף טאָן און דרייען די רעדל און האָפן אַז השי"ת וועט געוויס העלפן.
דאָס איז די ריכטיקע וועג, דאָס איז ניט גינאַרט זיי ווייסן דעם רעכענונג זייער גוט. זיי ווייסן וואו זיי האַלטן, זיי ווייסן וואָס זיי קומט און וואָס זיי זיינען שולדיק, אָבער זיי ווייסן אַז מיא דאַרף האָרעווען מיא דאַרף זייער טייער האַלטן די בטוחות, און מיא דאַרף אויסניצן אויף פאַרבעסרן בעזה"י דעם גאַנצן מצב זיינעם און די אַלע וואָס זיינען אין זיין סביבה.
אַ ערלעכער בעל עסק ווייס גאַנץ גוט ווי טייער מיא דאַרף און מיא מוז האַלטן די נאמנות און וויסנדיק אַז דאָס איז ניט אייגענע דאָס איז פרעמדע דאַרף מען זיין אויסגערעכנט אין דער הוצאה, אויף וואָס אויסצוגעבן די הלואה, אויב אויף פאַרבעסרן דעם געשעפט יעמולט איז די הוצאה אַ הכנסה און מיא מאָג פאַרניצן די בטוחות און הלואות, און סוף דבר השי"ת מצליח לו.
די זעלבע זאַך איז אין עבודה, עס איז פאַראַן צייטן וואָס מיא דאַרף ניט קוקן אויף דעם סך הכל, מיא טאָר ניט בלעטערן דעם באַלאַנס, עס קאָן ווערן טונקל אין די אויגן און שווער אויפן האַרצן, מיא דאַרף אויסניצן די בטוחות און די הלואות און מיא דאַרף ווייטער טאָן אין לערנען און דאַוונען ניט אַראָפּפאַלן ביי זיך אלא עוד אדרבה מיט מער פרישקייט און לעבעדיקייט און האָפן להשי"ת אַז ער וועט געוויס העלפן.
אידן איז אין אַלע צייטן האָבן גרויסע בטוחות כי לא ינום ולא יישן שומר ישראל5, וואָס מצד דעם איז דאָך 183ברוך השם כי לא אלמן ישראל6, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס שה פזורה ישראל7, מפוזר ומפורד אין אַלע מדינות, השי"ת יחיש גאולתינו ע"י גואל צדק בב"א, איז ברוך השם אומעטום כי לא אלמן ישראל, און ווי דער רבי לערנט אונז צו זעהען די גרויסקייט פון יעדער קליינער זאַך, און בפרט אַז עס איז דאָ טיילווייס אויך גרויסע זאַכן, ב"ה טויזנטער קינדער כן ירבו יחיו לערנען תורה, תורה אָהן זייטיקע חכמות און זיי וועלן בעזה"י אַריין טראָגן אַ פרישן לעבעדיקן לעבן אין בית ישראל. אידן האָבן ב"ה גרויסע בטוחות. און בפרט בעקבות משיחא אַז החשך יכסה ארץ8 זעהט זיך אָהן ב"ה אָהן עין הרע די שטאַרקייט פון די בטוחות נאָך מערער, מיא לייט אונז מלמעלה גרויסע הלואות אַז אין אַזא שווערן רוחניותדיקן צושטאַנד איז פאַראַן אידן יחיו וואָס טוען בהרבצת תורה און עס איז פאַראַן וואָס עס שיינט דורך אַ גיפיל צו עבודה און דרכי החסידות, איז דאָס בעווייזט אויף אונזערע בטוחות.
נאָר די נאמנות האָט מען געדאַרפט אויסניצן אין דער אַרבעט, מיר טאָרן זיך ניט נאַרן אין אונזער מצב הכללי, עס איז אַזוי ווי באַ דעם בעל עסק אַ שווערע צייט, דער עולם ווערט פאַרפּראָסטעט בעלי בתים האַלטן אין אויסרוען זיך, אַמאָל אַז מיא האָט אָפּגיטאָן דעם עסק ומסחר, איז מען געגאַנגען אין בית מדרש לערנען, איצטער אַז מיא טוט אָפּ דעם טאָג איז אַ גרויסער טייל קומט ניט לערנען, דער ענטפער איז אַז מיא האָרעוועט אָפּ דעם טאָג איז נאָכדעם מוז מען אויסרוען.
בעלי בתים האַלטן אין אויסרוען זיך און די יונגע לייט די ערלעכע, די וואָס זיינען שייך צו עפּעס לערנען, איז אַז די עלטערע רוהען קריגן זיי אויך אַנדערע אַרבעט, און דער סך הכל איז אַז פון אַלץ אין איינעם ווערט געשאַפן אַ קאַלטער אויר. און די קעלט גייט אַריבער פון איין סוג מענשטן צו דעם צווייטן דער איז קאַלט צום לערנען, דער צווייטער ווערט ר"ל קאַלט צום דאַוונען גאָר כפשוטו, און דאָס פירט צו ניט לייגן תפילין, חילול שבת, עסן וואו עס מאַכט און וואָס עס מאַכט זיך וכו', פון דער קעלט צום לערנען ווערט קאַלט די מקוה, עס ווערט ר"ל אַלץ קאַלט, עס ווערט אַ קאַלטקייט ר"ל צו אַלץ, עס איז ניט נוגע צי עס איז יע פאַראַן אַ מקוה אָדער עס איז ניט פאַראַן אַ מקוה, היט מען וואָס מיא דאַרף, היט מען ניט, עס איז ניטאָ קיין צייט צו זאָרגן פאַר אַזעלכע זאַכן, מיא דאַרף זיך אויסרוהען. אָבער וואו איז מסירת נפש, וואו זיינען חסידים, וואו זיינען תמימים, פאַרוואָס וועקט מען ניט, פאַרוואָס טוט מען ניט. דער רבי האָט גיהאַט מסירת נפש בפועל אויפן כלל ישראל, און מיט דעם האָט ער געגעבן אַ כח יעדערן אַז מיא זאָל קאָנען טאָן, און אַז מיא וועט טאָן זאָהל מען מצליח זיין.
דער רבי האָט געהאַט אזויפיל יסורים ביז ער האָט געמאַכט חסידים, ביז ער האָט געמאַכט בעלי עבודה. עס איז גאָר קיין פלא ניט פאַרוואָס דעם רבין איז דאָס אָהן געקומען אַזוי שווער, מי לנו גדול ווי אברהם אבינו עליו השלום אַ נשמה דאצילות אַ מרכבה צו 184אלקות9 איז געווען אַלט הונדערט יאָהר דורך גיפרואווט געוואָרן מיט אַכט נסיונות יעמולט ערשט האָט ער גיהאַט יצחקן, ביז עס ווערט גיבאָרן אַ איד דאַרפמען אַפולע דורך גיין, נאָר איצטער אַז דער רבי האָט גיעפנט דעם צנור פון מסירת נפש אויף עבודה איז אַפולע גרינגער, אָבער טאָן מוז מען, פון זיך אַליין ווערט קיין זאַך ניט.
איך בין אין אַ טיפער מרה שחורה, מיא מיינט דאָך אַז דער מצב איז ר"ל אַזוי שטאַרק נידעריק איז לפי ערך הדור איז מען דאָך אין אַ ציור פון תורה ויראת שמים, אָבער באמת איז ניט אַזוי, שולדיק זיינען די יושבי אהל, מיא איז ניט מעורר וויפל מיא דאַרף און אַז מיא וואָלט מעורר געווען וואָלט געווען גאָר אַנדערש, הגם מיא האָט אין דעם שוין פיל מאָל גערעט, אָבער עס גיט ניט קיין מנוחה.
באַ חסידים איז פאַרברענגען איינע פון די יסודי דרכי החסידות, און פאַרברענגען פאַרברענגט מען באַ אַ ביסל משקה, וואָס די עצם משקה דאַרף דאָך ?אַ חסידים זיין אָפּגיפרעגט10, און עס איז אַ פלא ווי קומען חסידים צו משקה. חסידות איז השגה, און מדות חסידות איז אויך על פי השכל דאָס הייסט מדות שבשכל, היינט ווי קומט דאָס אַז חסידים זאָלן נעמען משקה, ועיקר ענין החסידות הוא זהירות, וואָס דאָס איז אַ חסיד שאינו שם חדש, נהמא אפום חרבא ליכול11, אַז מיא לייגט אין מויל אַ שטיקל ברויט איז דאַס ווי אַ חרב, ניט נאָר פלייש נאָר אויך ברויט אפילו, און בפרט משקה, דעל פי הקבלה צריכים זהירות יתירה בענין היין12, וכמ"ש האלשיך13 בענין הצלחת הלימוד שתלוי בג' דברים וא' מהם איז מאכלים הדקים, ובפרט בלימוד הקבלה שאחת מן ההכנות הוא הזהירות בשתיית יין, עס איז געווען אַ צייט ווען מיא האָט ניט געהייסן מאַכן קיין קידוש אויף יין נאָר אויף לחם.
נאָר דער טעם האמיתי אין די ביסל משקה איז צוליב אַ כוונה פנימית אָפּ ווייקן די פעל, ועל דרך14 ההשקאה קודם השחיטה שהוא בשביל הפשטת העור15, פון אַ חסידישער ביסל משקה ווערט ווייכער די פעל עס נעמט דורך דער עור המכסה על האמת. באַ אַ חסידישער ביסל משקה ווערט אַ הסכם חזק אויף סור מרע און עשה טוב. באמת איז אַז באַ אַ חסידישער ביסל משקה איז דער סור מרע ועשה טוב קריגט אַ אַנדער פנים, יעמולט פאַרשטייט מען און יעמאָלט לייגט זיך אָפּ אַז רע מיינט מען ניט ח"ו רע גמור, אפילו אַ דבר מותר וואָס פאַר אים איז דאָס ניט נויטיק איז אויך רע, און טוב מיינט מען טאַקע טוב גמור ניט וואָס מיא רופט סתם טוב, בעסער ווידער ערגער, נאָר טוב באמת, און דער אָפּלייג איז באַ אַ חסידישער ביסל משקה, אַז עס ווערט ווייכער דער עור הבהמה פון נפש הטבעי.
185ושאל אחד אם שייך ברוחניות הענין הב'15 דמשקין קודם השחיטה שזהו משום סרכא.
והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: בודאי שייכה בעבודה דאָס איז נאָך אַ העכערע מדריגה, דאָס איז אַ בעל מדריגה שיודע מצבו אשר יש לו סרכא ומתעסק להסירה16, אבל התחלת העבודה היא מהפשטת העור.
דער טאַטע האָט געזאָגט בביאור המאמר עשרה שיושבין ועוסקין בתורה וכו' ומנין אפילו אחד17, מיא איז זעך עוסק אַז תורה זאָל פועל זיין מיא זאָל דערהערן דעם אור התורה, יעמולט ווערן נמשך אויך מקיפים נעלים, דאָס איז מקדש מכון לשבתו יתברך, און די התעוררות איז מזבח, און עס איז מצוה להביא מן ההדיוט18 דאָס איז אַ חסידישער פאַרברענגען.
עס איז דאָ דער אש של מעלה, דער אש של מעלה איז פאַראַן באַ יעדער אידן, יעדער איד אפילו גאָר גאָר כו' וכו' האָט דעם אש של מעלה19. דער זיידע האָט געזאָגט19 אַז אַ איד טוט ראש השנה אַ קרעכץ אָדער ער וויינט אויף אַ ניט גוט גשמי ח"ו אין געזונט אָדער אין פרנסה איז דאָס תשובה עילאה, זאָגט דער טאַטע וויילע ראש השנה איז יעדער תנועה אין אַ העכערע מדרגה, דאָס הייסט יעדער תנועה איז אין אַ פנימית, און אין פנימית דפנימית איז יעדער איד אַ איד, און באַ יעדער אידן איז דאָ דער אש של מעלה, נאָר מצוה להביא מן ההדיוט און דאָס איז אַ חסידישער פאַרברענגען באהבת רעים און בידידות דער רעט מען זיך צו אַ קביעות עתים לתורה, צו אַ בירור פון אַ מדה, און אַ אידן אַ טובה טאָן, מיא רעט זעך אויס די האַרץ, מיא איז זיך מעורר און מיא איז מעורר דעם אַנדערן במתכוין ושלא במתכוין, מיא רעט מיט יונגעלייט און מיא דאַרף באַ זיי מאָנען אַז זיי זאָלן וויסן אַז זיי זיינען מחויב צו קומען לערנען און פועל זיין אין זייער סביבה אַז מיא זאָל זיין שומרי תורה ומצוה.
בכלל איז איצטער אין דער וועלט געוואָרן אַ צופרידנקייט מיט רוחניות, אַ מדת ההסתפקות, מיא איז מיט אַלץ צופרידן, אַז אַ איד גייט צו אַ בלאַט גמרא איז אַ רעכטע זאַך, ווער רעדט אַז אַ יונגערמאַן לערנט אַ בלאַט גמרא און איז זעך מקרב צו ישראל סבא איז יש לו שם, און די בחורים וואָס האָבן אגודות און לערנען ב"ה וואָס דאָס איז טאַקע באמת גוט, אַזוי דאַרף דאָך זיין איז האָט מען דאָס געמאַכט פאַר אַ דבר פלא. צוליב וואָס דאַרף מען דאָס אַזוי מפליא זיין, אַזוי דאַרף דאָך זיין, אַ אידישער בחור דאַרף לערנען און דאַרף זעך פירן אידיש בכל עניני המצות, עס דאַרף ניט זיין קיין דבר המופלא. למשל אַז מיא גייט אין גאַס און מיא טרעפט אַ מענטש גייט ב"ה אין גאַס ניט אויף קאוילעס20, און ב"ה מיט אייגענע הענט, וועט מען דען נתפעל ווערן, עס גייט אַ 186מענטש מיט גאַנצע פיס און אייגענע הענט, אזוי דאַרף דאָך זיין, מיא דאַרף זיין געזונט. געוויס כל נשמה תהלל י"ה21 על כל נשימה ונשימה צריכים להלל ולשבח להשי"ת22. אָבער ניט דאָס איז אַ ענין פון אַ צופרידנקייט. וכן הוא ברוחניות אַז מיא זעט אַ אידן וואָס ב"ה לייגט תפילין היט שבת עסט כשר טהרת המשפחה, לערנט אַ בלאַט גמרא לערנט משניות עין יעקב מדרש, ב"ה ער גייט ניט אויף קאוילעס, אַזוי דאַרף דאָך זיין.
די צופרידנקייט און די מדת ההסתפקות אין רוחניות איז געוואָרן גאָר די לעצטע צייט אַז עס איז בא סנחרב ובלבל את העולם23, עס זיינען געוואָרן ירא שמים'ס מיט היתירים, דאָס האָט דער מתיר געווען און עס איז געוואָרן א מדת חסידות, פונדעסטוועגן אפילו אַ מתנגד וואָס לערנט קיין חסידות ניט און וויל ניט וויסן וואָס חסידות איז, טוט דאָס ניט, וויילע ער איז אַ ירא שמים אָן היתירים. דער אַנדערער האָט מתיר געווען חמאה מן השוק כו' וכו', אַ וועלט פון ירא שמים'ס מיט לכתחילה'דיקע בדיעבד'ן.
אונטער די יונגעלייט איז פאַראַן אַ גרויסער חלק וואָס זיי קאָנען ב"ה זיין יראי אלקים אָן הכשרים צעטלעך, די יונגעלייט זיינען געזונטע אברים אין דעם אידישן קערפּער, אַז עס וואָלט ניט געווען קיין נקרש הדם ווי מיא האָט גערעט24, וואָלטן די אַלע אברים געלעבט מיט אַ חיות פנימי, צו זיי קען מען אין דעם אופן און אין דעם מצב גאָר קיין טענות ניט האָבן, זיי זיינען נאָך אין דער דרגא פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם25, זיי האָבן נאָך ניט געזען קיין אור, מיא האָט אויף זיי ניט געהאָרעוועט אויף ווייזן זיי דעם דרך החיים, אדרבה זאָל מען זיי ווייזן אור, זאָל מען זעך מיט זיי פאַרנעמען.
אמת זיי דאַרפן אַליין טאָן זייער זאַך, ריידן מיט יונגע לייט און מעורר זיין אויף שמירת התורה ומצוה, זיי דאַרפן מאַכן רעדלעך אין די גאַסן און ריידן מכח שמירת שבת מכח הנחת תפילין מכח טהרת המשפחה. זיי דאַרפן ריידן אויף זייער שפּראַך, אויף דער שפּראַך פון יונגע לייט וואָס עס איז ב"ה פועל מיט יונגן קראַפט, מיט דעם יונגן פייער, מיט דעם טעמפּ און קאָך פון יונגע לייט. אָבער מיא דאַרף זיי אויך לערנען, זיי דאַרפן וויסן אַז דאָס וואָס מיא רעט איצטער וועגן שמירת שבת הנחת תפילין כו' איז דאָס ר"ל ווי אין אַ מגיפה צייט ווען עס גייען אום ר"ל שלאַפקייטן ה"י רעט מען וועגן שמירת הבריאות אָבער אין אַ געזונטער צייט רעט זעך גאָר ניט וועגן אַזעלכע זאַכן, איצטער ביז השי"ת וועט העלפן אַז עס וועט זיך פאַרבעסערן דער מצב ישראל ברוחניות דאַרפמען מכח דעם ריידן, אָבער דער עיקר רייד דאַרף זיין אַז מיא זאָל שטייגן אין לערנען און חיזוק שמירת המצוות. ברור הדבר אַז די בעלי בתים בעלי עסקים וואָלטן זעך גענומען צום לערנען וואָלט דאָס געגעבן אַ לעבן יונגע לייט אויך אַז זיי זאָלן שטייגן העכער.
אַ אדם בריא איז אַז די אַלע אברים זיינען געזונט, ניט אַז מער ניט ווי די קאָפּ און האַרץ איז געזונט, אַלע אברים דאַרפן זיין געזונט. און אויב ח"ו די 187אברים זיינען שוואַך, פועלט דאָס אַ שוואַכקייט אין האַרצן און אין קאָפּ.
רבנים זיינען עיני העדה26, ראשי בני ישראל, בעלי תורה שו"בים מלמדים זיינען דער לב ישראל. מיא האָט שוין אפילו מכח דעם גירעט26 אָבער מיא דאַרף זעך דער ריידן צום טאָלק. מיר טאָרן זיך ניט נאַרן, נאַרן זיך איז ניט גוט, גינאַרט איז שקר, און שקר איז רע. מיר דאַרפן זעך ניט נאַרן ניט אין די שלעכטע און ניט אין די גוטע. מיר דאַרפן וויסן דעם אמת פון ביידע זייטן, אי פון די ניט גוטע, אי פון די גוטע.
אין גשמיות אַז איינער איז גינאַרט אין זיין מצב, הן אַז ער רעכנט אַז ער איז ר"ל אַ עני, און באמת איז ניט אַזוי, אָדער אַז ער רעכנט אַז ער איז אַ עשיר און באמת איז ער ר"ל אַ עני, איז ביידע זאַכן גינאַרט און וועט ר"ל בלייבן אַ עני, וואָרעם אַז ער איז אפילו ניט קיין עני אָבער ער רעכנט דאָך אַז ער איז אַ עני במילא טוט ער דאָך גאָרניט וועט ער ר"ל בלייבן אַ עני. און כמו כן איז אין רוחניות מיא טאָר זעך ניט נאַרן. אמת דער מצב הכללי איז ר"ל ביטער יעדערער ווייס דעם מצב גוט, אָבער באמת זיינען מיר עניים עשירים, רייכע אָרימע לייט, מיר האָבן ב"ה גרויסע בטוחות מיא גלויבט אונז ב"ה זייער אַפולע אויף אונזערע נאמנות משמיא מיהב יהבי27 כחות אויף טאָן, מיר האָבן ב"ה אַפולע סחורה. אמת אַ גרויסער חלק ניט אויסגעאַרבעטע, אָבער עס איז סחורה. און דער סתם איד זאָל געזונד זיין איז זייער אַ גוטע סחורה ער האָט אַ אזן שומעת ער וויל הערן אַ אידישן וואָרט. ער קומט אין בית המדרש מיט אַ חשק. אַז מיא רעט ווערט מען נתעורר.
די פּראָסטע אידן זיינען פנינים יקרים. אָט די פּראָסטע אידן האָבן אונז מגדל געווען אונזערע גאונים אונזערע גדולי התורה וואָס מפיהם אנו חיים ומימיהם אנו שותים, וויפל גאונים און גדולי התורה און אלפי אלפים בני ישיבה בדורות שלפנינו זיינען אויסגעוואַקסן אויף דעם ברויט און קרופניק28 פון די פּראָסטע אידן און אידענעס.
אַז מיר טוען אַ קוק אויף אַ פּאָר פריערדיקע דורות, די פּראָסטע אידן מיט זייער תמימותדיקע יראת שמים און ליבשאַפט פון החזקת תורה, אַ איד אַ גביר האָט אויסגעהאַלטן תלמידי חכמים אויף זיין חשבון, אַ איד אַ בעל הבית אַ בעל עסק האָט געהאַלטן איינעם צוויי תלמידי חכמים, אַ ישובניק האָט געהאַלטן באַ זיך אַ אידן וואָס איז געזעסן און געלערנט, און גאָר אַ מיטעלער איד האָט געהאַלטן אַ לערנער אין דער ישיבה עטלעכע טעג אין וואָך, און אויף שבת צוויי דריי, די בעוואוסטע "טעג" וואָס מיא האָט געגעבן ישיבה תלמידים, די צופרידנקייט פון דעם אידן און אידענע פון דעם תלמיד וואָס האָט באַ זיי געגעסן, מיא האָט אים געהאַלטן טייער, מיא האָט זעך מיט אים אָפּגעגעבן מער ווי מיט אַ אייגענעם קינד.
די "טעג" האָבן ליכטיג געמאַכט די אידישע הייזער, זיי האָבן געאיידלט די אידישע מדות. פון איין זייט די "טעג" פון דעם צווייטן זייט די תהלים'ס עין 188יעקב'ס מדרש וואָס מיא האָט געהערט אין בית מדרש אַלע פאַרטאָג און בין מנחה למעריב האָט געגעבן אַ דור ישרים געזונטע אידן אין מדות טובות והנהגות ישרות.
דער סדר פון אַ פּראָסטן אידן אַמאָליקע יאָרן, אופגישטאַנען ווינטער פאַר טאָג און זומער זייער פרי געגאַנגען אין בית המדרש געווען אַ נכתב אין חברה תהלים אָפּגעזאָגט תהלים געדאַוונט געגאַנגען אין עסק געקומען צו מנחה געהערט עין יעקב מדרש אַ בלאַט גמרא און פאַרבראַכט אַ פּאָר שעה, און געבראַכט אַהיים אַ מאמר רז"ל, אַ מדה טובה אַ הנהגה טובה, אַ מעשה פון אַ תנא אָדער אַ אמורא, און האָט דאָס דערציילט די קליינע קינדערלעך, און באַ אַלע בני בית האָט זעך דאָס איינגעבאַקן אין האַרצן, און עס האָט געגעבן אַ לעבעדיקייט אין כבוד אב ואם, און עס האָט זעך פאַרקאַרבט די הייליקייט פון תורה ומצוות.
אָט די פּראָסטע אידן און אידענעס האָבן מעמיד געווען דעם בית ישראל מיט זייער גיזונטער פיהרונג און זיי האָבן אונז געגעבן די גרעסטע גדולים וגאוני עולם.
דער וואָס האָט אַ שטיקל מוח און קאָן זיך פאַרטראַכטן און זעהן במחשבתו דעם ציור פון עולם הבא, מיר ווייסן אַז כל הנשמות מתאימות ואב אחד לכולנו29, דער רבי זאָגט30 נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו יתברך, אַלע נשמות זיינען מושרשים אין אצילות31, ולהלכה איז צעהן אידן איז אַ מנין, און נייען משה רבינו'ס הגם ודבר הוי' עם משה פנים אל פנים32, איז קיין מנין ניט.
אַ נשמה אַז זי קומט צוריק אין עולם האמת, דאָס הייסט אַז מיא קומט פון יריד, וואָרום האי עלמא איז דאָך אַ יריד, מיא לאָזט אַראָפּ אַ נשמה אויף דער וועלט, הייסט מיא שיקט דער נשמה אויפן יריד, היום לעשותם33, די וועלט איז דער יריד וואָס מיא קאָן קויפן אַ מצוה אַ מדה טובה, אַז מיא קומט פון יריד זעהט מען דורך די סחורה וואָס מיא האָט דאָ אויף דער וועלט איינגעקויפט.
עס קומט אַ נשמה וואָס האָט געלערנט תורה, און עוסק געווען זיך אין עבודה און האָט מאיר געווען באור תורה ברבים מזכה געווען את הרבים בתשובה ומעשים טובים, און דיא נשמה האָט דאָך געהאַט אַ גוף און בני בית און האָט דאָך געדאַרפט האָבן מזונות ופרנסה גשמית, איז וואו האָט ער דאָס געהאַט. און עס ווערן געבראַכט די אַלע נשמות וואָס האָבן מחזיק געווען דעם מענטשן וואָס האָט זיך עוסק געווען בתורה ועבודה, מיט זיינע בני בית, און בית דין של מעלה פסקנט אַז דער ישובניק וואָס האָט אים אויסגעהאַלטן אָדער דער איד און אידענע וואָס האָבן געגעבן די "טעג" האָבן אַ חלק אין דער תורה ועבודה וואָס דער גדול האָט זעך עוסק געווען און די נשמות פון די פּראָסטע אידן און פּראָסטע אידענעס וואָס האָבן אויסגעהאַלטן די לומדי תורה זיינען במחיצתן של היכלי התורה וואו די נשמות פון גדולי התורה זיינען.
189ווער עס האָט אַ מוח בקדקדו קאָן פאַרשטיין דעם תענוג הנשמות פון די פּראָסטע אידן, די אידן האָבן אונז געגעבן די גרעסטע גאונים און צדיקים, און די אידן זיינען געוואָרן תמימותדיקע געזונטע אידן פון גיין אין בית מדרש דאַוונען דריי מאָל אַ טאָג און הערן עין יעקב און מדרש.
איצטער אַז אַ גביר איז דער וואָס האָט אַ הויז, איז ער אַ גרעסערער גביר האָט ער צוויי הייזער, און איז אַ טרוד ומוטרד, דער וואָס גייט אַלע טאָג אין בית מדרש דאַוונען איז דאָך שוין אַ בעל מדריגה, אָבער קומען לערנען האָט ער קיין צייט ניט, לערנען אַ בלאַט גמרא איז צו שווער פאַר אים, ער קאָן די קאָפּ ניט צו לייגן, לערנען עין יעקב און מדרש פּאַסט אים ניט וואָס וועט ער זעך גיין זעצן צווישן די פּראָסטע אידן. דער סוף איז אַז ער בלייבט נעבעך אַ נאַקעטער פון תורה, אַז מיא לערנט ניט קאָן מען ניט, און אַז מיא לערנט קאָן מען, ב"ה אין עסקים האָבן זיי גוטע קעפ און דרייען אויס גאַנץ פיינע המצאות און טיפע סברות, איז אַז זיי וואָלטן צוגעלייגט די קאָפּ וואָלטן זיי פאַרשטאַנען גאַנץ גוט אַ בלאַט גמרא נאָר עס פעלט עפּעס, און דער עפּעס איז טאַקע זייער ביטער, השי"ת זאָל זיי העלפן דערקענען דעם אמת.
אידן האָבן ב"ה גרויסע כחות דאָס קאָנען מיר זעהען אין אונזער דור, אַזאַ דור יתום, אַזויפיל שונאים ורודפים מכל צד ופנה, מיא שלאָגט אונז מחוץ ומבית, די רודפי הדת ר"ל פון איין זייט, און די בעלי טובות מיט דער רשימת היתירים און הכשרים פון דער אַנדער זייט, און ב"ה עס איז דאָ אָן עין הרע כן ירבו גאָר אַ גרויסע טייל יוגענד וואָס ער איז ב"ה זייער גוט, און נאָך אַ גרעסערער טייל וואָס קאָן זיין גוט, ווען עס וועט ניט זיין נקרש הדם, ווי מיא האָט גערעט24.
אידן האָבן ב"ה גרויסע כחות אַז אַ איד שטייט אין מאַרק פאַרקויפט סחורה און בין קונה לקונה טראַכט ער אַ דבר תורה, און זאָגט אַ אידיש וואָרט פון לערנען, איז צוליב אים האַלט זעך דער גאַנצער מאַרק, אַז עס גייט אַ איד אין גאַס, קיינער קוקט אויף אים גאָר ניט, און אין גאַס רעשט און טומעלט, און ער גייט און חזר'ט34 אַ פסוק חומש תהלים אַ משנה משניות אַ פרק תניא, איז די אַלע זיינען מתקיימים בזכות זה, וויילע דער אמת איז דאָך בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ35 אָט דאָס וואָס השי"ת ברא את השמים ואת הארץ איז דאָס צוליב די צוויי ראשית תורה און ישראל36, תורה איז אור און אור איז נר כמ"ש37 נר ה' נשמת אדם איז אַ נשמה אין אַ גוף גייט אין גאַס און טראַכט אָדער ער זאָגט בפיו אַ דבר תורה איז אויף די אידן שטייט די וועלט.
נאַרן זיך טאָר מען ניט, אַז מיא איז אַ עשיר און מיא רעכנט אַז מיא איז אַ עני בלייבט מען ר"ל אַ עני, חסידים מוזן וויסן אַז זיי זיינען עשירים, מיא זאָל זעך ניט נאַרן און וועלן יוצא זיין מיט אַ שיעור משניות גמרא עין יעקב מדרש, אַ אידן אַ טובה טאָן וכו', ניין מיא טאָר זעך ניט נאַרן, חסידים האָבן אַ ירושה בטבע מהותם, חסידים האָבן אַ הרגש פנימי אַ לבת אש, דאָס איז ניט אונזערע דאָס איז ניט בכח עצמינו ובעבודתינו, 190דאָס איז בירושה לנו מאבותינו, מיט עבודה קאָנען אַלע צו דעם צוקומען. געוויס דאַרפמען אַ יגיעה עצומה אויף דעם, אָבער צוקומען קאָן מען. אָבער חסידים האָבן דאָס בירושה, און דאָס רופט זיך אָפּ באַ קינדער און קינדס קינדער לדורי דורות, געוויס איז אַ גרויסער חילוק אין וואָס פאַר אַ מצב מיא געפינט זיך, אין וואָס פאַר אַ מצב רוחני יענע שטייען.
הערט אַ מעשה, עס איז געווען איינער אַ גרויסער עושר און מוטרד בעסקים גדולים בפטרבורג און איז געווען אַ מסובב פון עשירים גדולים יהודים און להבדיל נכרים, האָט געלעבט בדירה מפוארה ובתענוגים גדולים, וישמן ויבעט, בגילוי האָט ער ניט מחלל שבת געווען, מכח זיין הנהגה איז ניטאָ וואָס צו ריידן. באַ אים אין חדר איז געשטאַנען דעם רבינ'ס פּאָטרעט38. איז איין מאָל י"ט כסלו, ער האָט גענומען אַ ביסל משקה מיט עטלעכע חסידים וואָס זיינען באַ אים געווען, מיא האָט גערעט פאַרבראַכט ווי באַ עלטערע חסידים איז געווען דער אופן פון פאַרברענגען אַז מיא האָט געוואָלט באמת דעם אַנדערן אַ טובה טאָן אין רוחניות און עס איז געווען דברים היוצאים מן הלב. אין מיטן האָט מען זיך געכאַפּט אַז דער בעל הבית איז אַוועקגעגאַנגען, נו האָט מען פאַבראַכט צווישן זיך. עס האָט אָבער גידויערט זייער אַ לאַנגע צייט איז מען געגאַנגען זעהען וואו ער איז, מיא איז אַריין צו אים אין חדר ערשט ער ליגט אויפן בריק אַנטקעגן דעם רבינס פּאָטרעט און קלאָגט אין אַ פאַרביטערטן קול, רבי ראַטעוועט. און פון יעמולט אָן איז ער געוואָרן גאָר אַ אַנדערער, ער איז געוואָרן אַ שומר תורה ומצוה. איך האָב געקענט (פאַר דער מלחמה) זיינע צוויי זין, וואָס זיי זיינען שוין געווען פון די פעטערבורגער רייכע בעלי תענוגים'דיקע יונגעלייט איז אפילו אין זיי איז געווען אַ זיידענס אָדער אַ עלטער זיידענס אַ ירושה.
חסידים האָבן אַ ירושה מאבותיהם ואבות אבותיהם, דאָס איז אַ געוויסע בטוחות און נאמנות און מיא טאָר זיך ניט נאַרן.
חסידים דאַרפן לערנען חסידות און עוסק זיין זיך אין עבודה, עבודה שבלב דאַוונען, עבודה שבלב מיטן האַרצן דאָס הייסט בירור המדות, אַ מדה לא טובה, ניט נאָר אַ מדה רעה אַ מדה רעה איז אַ דבר אסור ממש, נאָר אַ מדה לא טובה איז טריף. און מדות טובות מוז מען האָבן, מיא האָט שוין אין דעם אַפולע מאָל גערעדט39, אַז ואהבת לרעך כמוך40 איז אַ כלי צו ואהבת את ה' אלקיך41.
בכל מצוה איז פאַראַן דער גוף פון דער מצוה און די נשמה פון דער מצוה42. וכמו מצות תפילין וואָס מיא טוט אָן בזרוע ובראש איז דאָס דער גוף פון דער מצוה, די כוונה פון מצות תפילין איז די נשמה. די כוונה פון מצות תפילין איז אין צוויי ענינים של ראש ושל יד, דער של ראש איז דער ענין פון השגה, השגה אַליין איז קיין ענין ניט, דער אמת פון השגה איז פועל טוב, וכמאמר43 אין חכם כבעל נסיון וואָס 191ברענגט די חכמה אין נסיון בפועל, תפילין של ראש איז די השגה פון עבודה, ותפילין של יד איז די מדות אהבה ויראה. איז כשם די ר"ל וואָס לייגן קיין תפילין ניט ה"י זיינען זיי קרקפתא דלא מנח תפילין44, אָט אַזוי איז אין רוחניות די וואָס זיי זיינען ניט מקיים מצות תפילין. מיא דאַרף לערנען חסידות און פאַרשטיין כל אחד לפי ערכו דאָס איז תפילין של ראש, און מיא דאַרף מגביל זיין די מדות, די מדות שבלב זאָלן זיין על פי השכל דתורה דאָס איז תפילין של יד.
מיר טאָרן זיך ניט נאַרן, חסידים זיינען ב"ה עשירים, עשירים בדעה45, עשירים ברגש טוב ובהתלהבות, דאָס איז אַלץ בירושה לנו מאבותינו און בכח זה דאַרפמען טאָן בתורה ועבודה, ובירור וזיכוך המדות און השי"ת וועט געוויס העלפן.
הערות
עמוד 181
- 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשיח, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
- 2. ראה לעיל ע' 175. וראה גם לקוטי שיחות חלק כה ע' 399.
- 3. ראה לעיל ס"ע 179 ואילך.
עמוד 182
- 4. קבלנות.
- 5. תהלים קכא, ד.
עמוד 183
עמוד 184
- 9. ב"ר פמ"ז, ו. פפ"ב, ו. ראה תו"א ויצא כד, א. ובכ"מ.
- 10. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. וש"נ.
- 11. זח"ג קפח, ב. וראה סה"מ תרנ"ט ע' קס. תש"ד ע' 103.
- 12. ראה הקדמת הרח"ו לשער ההקדמות הקדמה ג (נדפס בעץ חיים דפוס ווארשא, תרנ"א — וצילום ממנה — ע' 10). פוקח עורים פרק כז (מאמרי אדמו"ר האמצעי קונטרסים ע' תצא). ספר השיחות תר"פתרפ"ז שם. ועוד.
- 13. עה"פ דניאל א, ה.
- 14. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84. תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 257. תש"ה ע' 57.
- 15. ראה ביצה מ, א. שו"ע יו"ד סל"ט סי"ב ובש"ך ס"ק לב. לקו"ש ח"ו ע' 152 הערה 6.
עמוד 185
- 15. ראה ביצה מ, א. שו"ע יו"ד סל"ט סי"ב ובש"ך ס"ק לב. לקו"ש ח"ו ע' 152 הערה 6.
- 16. ראה לקוטי שיחות חלק כה ע' 358 הערה 88. חלק כו ע' 391.
- 17. אבות פ"ג מ"ו.
- 18. ראה עירובין סג, א. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 252.
- 19. ראה שהש"ר פ"ח, ז. סה"מ תרפ"ג ע' קעא. ה'שי"ת ע' 113.
- 19. ראה גם אגרותקודש ח"ג ע' תקנא. הועתק ב"היום יום" ג תמוז.
- 20. קביים.
עמוד 186
- 21. תהלים קנ, ו.
- 22. ב"ר פי"ד, ט.
- 23. ראה ברכות כח, א.
- 24. לעיל ע' 177 ואילך.
- 25. לשון חז"ל — חולין סד, ב.
עמוד 187
- 26. לשון הכתוב — שלח טו, כד. וראה שהש"ר פ"א, טו (ב). פ"ד, א (ב). ועוד.
- 26. ראה לעיל ע' 44.
- 27. תענית כה, א.
- 28. מרק גריסים.
עמוד 188
- 29. תניא פל"ב (מא, א).
- 30. תניא רפ"ב.
- 31. לקו"ת שה"ש יט, ב ואילך. ובכ"מ.
- 32. ע"פ לשון הכתוב — תשא לג, יא.
- 33. ס"פ ואתחנן ובפרש"י. עירובין כב, א. ע"ז ג, א.
עמוד 189
- 24. לעיל ע' 177 ואילך.
- 34. ראה גם לעיל ס"ע 155 ואילך.
- 35. בראשית א, א.
- 36. פרש"י ורמב"ן בראשית שם.
- 37. משלי ו, כג.
עמוד 190
- 38. תמונה.
- 39. ראה לעיל ע' 56 ואילך.
- 40. קדושים יט, יח.
- 41. ואתחנן ו, ה.
- 42. ראה תניא פל"ח. ובכ"מ.
- 43. עקידה פ' נח שער יד ד"ה [הקדמה] השלישית. וראה סה"מ תרצ"ז ע' 176.
עמוד 191
- 44. ראה ר"ה יז, א.
- 45. ראה כתובות סח, א.
בראשית רבה מ״ז:ו׳ - הטקסט מספריא
וַיְכַל לְדַבֵּר אִתּוֹ (בראשית יז, כב), תָּנֵי הַנִּפְטָר מֵחֲבֵרוֹ בֵּין גָּדוֹל בֵּין קָטָן צָרִיךְ לִטֹּל מִמֶּנּוּ רְשׁוּת, מִמִּי אַתְּ לָמֵד, מֵאַבְרָהָם, פַּעַם אַחַת הָיָה אַבְרָהָם מְדַבֵּר עִם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּאוּ מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת לְדַבֵּר עִמּוֹ, אָמַר לָהֶן נִפָּטֵר מִן הַשְּׁכִינָה שֶׁהִיא גְדוֹלָה מִכֶּם תְּחִלָּה, אַחַר כָּךְ אֲנִי מְדַבֵּר עִמָּכֶם, כֵּיוָן שֶׁדִּבֵּר עִם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כָּל צָרְכּוֹ, אָמַר לְפָנָיו רִבּוֹן הָעוֹלָמִים צָרִיךְ אֲנִי לְדָבָר, אָמַר לוֹ הִפָּטֵר בְּשָׁלוֹם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (בראשית יז, כב): וַיַּעַל אֱלֹהִים מֵעַל אַבְרָהָם. אָמַר רֵישׁ לָקִישׁ הָאָבוֹת הֵן הֵן הַמֶּרְכָּבָה, שֶׁנֶּאֱמַר: וַיַּעַל אֱלֹהִים מֵעַל אַבְרָהָם, (בראשית לה, יג): וַיַּעַל מֵעָלָיו אֱלֹהִים, (בראשית כח, יג): וְהִנֵּה ה' נִצָּב עָלָיו.
שולחן ערוך, יורה דעה ל״ט:י״ב - הטקסט מספריא
טוֹב לְהַשְׁקוֹת הַבְּהֵמָה סָמוּךְ לַשְּׁחִיטָה.
משנה אבות ג׳:ו׳ - הטקסט מספריא
רבי חלפתא איש כפר חנניה אומר עשרה שיושבין ועוסקין בתורה שכינה שרויה ביניהם. שנאמר (תהלים פב, א) אלהים נצב בעדת אל. ומנין אפילו חמשה שנאמר (עמוס ט, ו) ואגודתו על ארץ יסדה. ומנין אפילו שלשה. שנאמר בקרב אלהים ישפוט. ומנין אפילו שנים. שנאמר (מלאכי ג, טז) אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע וגומר. ומנין אפילו אחד. שנאמר (שמות כ, כ) בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבא אליך וברכתיך:
בראשית רבה י״ד:ט׳ - הטקסט מספריא
חֲמִשָּׁה שֵׁמוֹת נִקְרְאוּ לָהּ: נֶפֶשׁ, רוּחַ, נְשָׁמָה, יְחִידָה, חַיָּה. נֶפֶשׁ, זֶה הַדָּם, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים יב, כג): כִּי הַדָּם הוּא הַנֶּפֶשׁ. רוּחַ, שֶׁהִיא עוֹלָה וְיוֹרֶדֶת, שֶׁנֶּאֱמַר (קהלת ג, כא): מִי יוֹדֵעַ רוּחַ בְּנֵי אָדָם הָעוֹלָה הִיא לְמַעְלָה. נְשָׁמָה, זוֹ הָאוֹפִיָּא, דִּבְרִיָּתָא אָמְרִין הָאוֹפִיתָא טָבָא. חַיָּה, שֶׁכָּל הָאֵבָרִים מֵתִים וְהִיא חַיָּה בַּגּוּף. יְחִידָה, שֶׁכָּל הָאֵבָרִים מִשְׁנַיִם שְׁנַיִם, וְהִיא יְחִידָה בַּגּוּף. הֲדָא הוּא דִכְתִיב (איוב לד, יד): אִם יָשִׂים אֵלָיו לִבּוֹ רוּחוֹ וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף, רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בַּר נְחֶמְיָה וְרַבָּנָן, רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בַּר נְחֶמְיָה אָמַר אִם יָשִׂים אֱלֹהִים לִבּוֹ עַל הָאָדָם הַזֶּה, רוּחוֹ כְּבָר הָיָה בְּיָדוֹ (שנאמר): וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף בְּגוּפוֹ כְּבָר יִגְוַע כָּל אָדָם, אֶלָּא בְּשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן, נְשָׁמָה מְחַמֶּמֶת אֶת הַגּוּף שֶׁלֹא יִצְטַנֵּן וְיָמוּת. רַבָּנָן אוֹמְרִים אִם יָשִׂים אֱלֹהִים לִבּוֹ לָאָדָם הַזֶּה רוּחוֹ כְּבָר הוּא בְּיָדוֹ וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף לְמַעְלָה כְּבָר יִגְוַע כָּל אָדָם יַחַד, אֶלָּא בְּשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן נְשָׁמָה מְחַמֶּמֶת הַגּוּף שֶׁלֹא יִצְטַנֵּן וְיָמוּת, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי כ, כז): נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם. רַבִּי בִּיסְנִי וְרַבִּי אַחָא וְרַבִּי יוֹחָנָן בְּשֵׁם רַבִּי מֵאִיר אוֹמְרִים, הַנְּשָׁמָה הַזּוֹ מְמַלְּאָה אֶת כָּל הַגּוּף, וּבְשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן הִיא עוֹלָה וְשׁוֹאֶבֶת לוֹ חַיִּים מִלְּמַעְלָה. רַבִּי לֵוִי בְּשֵׁם רַבִּי חֲנִינָא אָמַר, עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו): כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ.
חולין ס״ד ב - הטקסט מספריא
לְרַבּוֹת אֶפְרוֹחִים שֶׁלֹּא נִפְתְּחוּ עֵינֵיהֶם! מִדְּרַבָּנַן, וּקְרָא אַסְמַכְתָּא בְּעָלְמָא.
תָּנוּ רַבָּנַן: גִּיעוּלֵי בֵּיצִים מוּתָּרוֹת, בֵּיצִים מוּזָרוֹת – נֶפֶשׁ יָפָה תֹּאכְלֵם, נִמְצָא עָלֶיהָ קוֹרֶט דָּם – זוֹרֵק אֶת הַדָּם וְאוֹכֵל אֶת הַשְּׁאָר.
אָמַר רַבִּי יִרְמְיָה: וְהוּא שֶׁנִּמְצָא עַל קֶשֶׁר שֶׁלָּהּ. תָּנֵי דּוֹסְתַּאי אֲבוּהּ דְּרַבִּי אַפְטוֹרִיקִי: לֹא שָׁנוּ אֶלָּא שֶׁנִּמְצָא עַל חֶלְבּוֹן שֶׁלָּהּ, אֲבָל נִמְצָא עַל חֶלְמוֹן שֶׁלָּהּ – אֲפִילּוּ בֵּיצָה אֲסוּרָה. מַאי טַעְמָא? דִּשְׁדָא תִּכְלָא בְּכוּלַּהּ. אֲמַר לֵיהּ רַב גְּבִיהָה מִבֵּי כְתִיל לְרַב אָשֵׁי: אִיפְּכָא תָּנֵי תַּנָּא קַמֵּיהּ דְּאַבָּיֵי, וְאַבָּיֵי הוּא דְּתָרְצַהּ נִיהֲלֵיהּ הָכִי.
אָמַר חִזְקִיָּה: מִנַּיִן לְבֵיצַת טְמֵאָה שֶׁהִיא אֲסוּרָה מִן הַתּוֹרָה? שֶׁנֶּאֱמַר: ״וְאֶת בַּת הַיַּעֲנָה״, וְכִי בַּת יֵשׁ לָהּ לַיַּעֲנָה? אֶלָּא אֵיזוֹ – זוֹ בֵּיצָה טְמֵאָה. וְדִלְמָא הַיְינוּ שְׁמַיְיהוּ? לָא סָלְקָא דַּעְתָּךְ, דִּכְתִיב: ״בַּת עַמִּי לְאַכְזָר כַּיְעֵנִים בַּמִּדְבָּר״.
וְלָא? וְהָא כְּתִיב: ״אֶעֱשֶׂה מִסְפֵּד כַּתַּנִּים וְאֵבֶל כִּבְנוֹת יַעֲנָה״? כְּיַעֲנָה זוֹ שֶׁמִּתְאַבֶּלֶת עַל בָּנֶיהָ. וְהָא כְּתִיב: ״וְשָׁכְנוּ שָׁם בְּנוֹת יַעֲנָה״? כְּיַעֲנָה זוֹ שֶׁשּׁוֹכֶנֶת עִם בָּנֶיהָ.
וְהָכְתִיב: ״תְּכַבְּדֵנִי חַיַּת הַשָּׂדֶה תַּנִּים וּבְנוֹת יַעֲנָה״, וְאִי סָלְקָא דַעְתָּךְ בֵּיצָה, בֵּיצָה בַּת מֵימַר שִׁירָה הִיא? אֶלָּא, כְּתִיב ״הַיַּעֲנָה״, וּכְתִיב ״בַּת הַיַּעֲנָה״.
וְשָׁאנֵי הָכָא, דְּפָסֵק סָפְרָא לִשְׁתֵּי תֵּיבוֹת, וּמִדְּפָסֵיק לְהוּ סָפְרָא
serves to include chicks of pigeons whose eyes have not yet opened in the prohibition against consuming swarming things. The Gemara responds: This prohibition is by rabbinic law, and the verse cited is a mere support for it. One who eats the embryo of a kosher bird is not liable to receive lashes.
§ The Sages taught in a baraita: Kosher eggs that have been boiled with non-kosher eggs are permitted. Unfertilized eggs are permitted, and one of strong constitution may eat them, even if the hen has sat on them for a long period of time. If a drop [koret] of blood is found on it, one discards the blood, which is the first stage of an embryo’s development, and eats the rest.
Rabbi Yirmeya said: And this applies when the blood is found on its knot, i.e., the place in the albumen where the embryo begins to develop, since this proves that tissue has not developed elsewhere in the egg. And so taught Dostai, father of Rabbi Aptoriki: The Sages taught that one may eat the rest of the egg only when the blood is found on its albumen, i.e., the knot; but if it is found on its yolk, even the rest of the egg is forbidden. What is the reason for this? It is that the decay has spread through all of it. Rav Geviha from Bei Ketil said to Rav Ashi: A tanna taught the opposite before Abaye, that one may eat the rest of the egg only when the blood is found on its yolk, and it is Abaye that corrected it in this manner.
§ Ḥizkiyya says: From where is it derived that the egg of a non-kosher bird is prohibited by Torah law? As it is stated: “And the daughter [bat] of the ya’ana” (Leviticus 11:16). But does the ya’ana have a daughter whose forbidden status would be different from that of its mother? Both daughter and mother should be included in the same prohibition. Rather, which is this? This is a non-kosher egg. The Gemara challenges: But perhaps this is their name, i.e., the bird is called bat ya’ana. The Gemara responds: This should not enter your mind, as it is written: “The daughter of my people has become cruel, like the ye’enim in the wilderness” (Lamentations 4:3).
The Gemara persists: And is bat ya’ana not its name? But isn’t it written: “I will make a wailing like the jackals, and a mourning like the daughters [benot] of the ya’ana” (Micah 1:8)? The Gemara responds: The verse means: I will make mourning like this ya’ana that mourns for its children. The Gemara asks: But isn’t it written: “And benot ya’ana shall dwell there” (Isaiah 13:21)? The Gemara responds: Here too, the verse means: And they shall dwell there like this ya’ana that dwells with its children.
The Gemara asks: But isn’t it written: “The animals of the field shall honor Me, the jackals and the benot ya’ana” (Isaiah 43:20)? And if it enters your mind that the term bat ya’ana is referring to an egg, can an egg sing a song of praise to God? Rather, one must say: The ya’ana is written, and the bat ya’ana is also written, and both are acceptable names for this bird.
And still, the name here is different from those of other animals, in that the scribe splits it into two words: Bat ya’ana, even though it is one species. And from the fact that the scribe splits it
תניא, ליקוטי אמרים ל״ב - הטקסט מספריא
וְהִנֵּה, עַל יְדֵי קִיּוּם הַדְּבָרִים הַנִּזְכָּרִים לְעֵיל, לִהְיוֹת גּוּפוֹ נִבְזֶה וְנִמְאָס בְּעֵינָיו, רַק שִׂמְחָתוֹ תִּהְיֶה שִׂמְחַת הַנֶּפֶשׁ לְבַדָּהּ, הֲרֵי זוֹ דֶּרֶךְ יְשָׁרָה וְקַלָּה לָבֹא לִידֵי קִיּוּם מִצְוַת ״וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ״ לְכָל נֶפֶשׁ מִיִּשְׂרָאֵל – לְמִגָּדוֹל וְעַד קָטָן.
כִּי מֵאַחַר שֶׁגּוּפוֹ נִמְאָס וּמְתוֹעָב אֶצְלוֹ, וְהַנֶּפֶשׁ וְהָרוּחַ מִי יוֹדֵעַ גְּדוּלָּתָן וּמַעֲלָתָן בְּשָׁרְשָׁן וּמְקוֹרָן בֵּאלֹקִים חַיִּים. בְּשֶׁגַּם שֶׁכּוּלָּן מַתְאִימוֹת, וְאָב אֶחָד לְכוּלָּנָה, וְלָכֵן נִקְרְאוּ כָּל יִשְׂרָאֵל ״אַחִים״ מַמָּשׁ, מִצַּד שׁוֹרֶשׁ נַפְשָׁם בַּה׳ אֶחָד רַק שֶׁהַגּוּפִים מְחוּלָּקִים. וְלָכֵן, הָעוֹשִׂים גּוּפָם עִיקָּר וְנַפְשָׁם טְפֵלָה – אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אַהֲבָה וְאַחֲוָה אֲמִיתִּית בֵּינֵיהֶם, אֶלָּא הַתְּלוּיָה בְדָבָר לְבַדָּהּ.
וְזֶהוּ שֶׁאָמַר הִלֵּל הַזָּקֵן עַל קִיּוּם מִצְוָה זוֹ: ״זֶהוּ כָּל הַתּוֹרָה כוּלָּהּ, וְאִידָךְ פֵּירוּשָׁא הוּא כוּ׳״. כִּי יְסוֹד וְשׁוֹרֶשׁ כָּל הַתּוֹרָה – הוּא לְהַגְבִּיהַּ וּלְהַעֲלוֹת הַנֶּפֶשׁ עַל הַגּוּף מַעְלָה מַּעְלָה עַד עִיקָּרָא וְשָׁרְשָׁא דְּכָל עָלְמִין וְגַם, לְהַמְשִׁיךְ אוֹר־אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא בִּכְנֶסֶת יִשְׂרָאֵל, כְּמוֹ שֶׁיִּתְבָּאֵר לְקַמָּן, דְּהַיְינוּ, בִּמְקוֹר נִשְׁמוֹת כָּל יִשְׂרָאֵל, לְמֶהֱוֵי אֶחָד בְּאֶחָד דַּוְקָא, וְלֹא כְּשֶׁיֵּשׁ פֵּירוּד חַס וְשָׁלוֹם בַּנְּשָׁמוֹת, דְּ״קוּדְשָׁא־בְּרִיךְ־הוּא לָא שַׁרְיָא בַּאֲתַר פְּגִים״, וּכְמוֹ שֶׁאוֹמְרִים: ״בָּרְכֵנוּ אָבִינוּ כּוּלָּנוּ כְּאֶחָד בְּאוֹר פָּנֶיךָ״, וּכְמוֹ שֶׁנִּתְבָּאֵר בְּמָקוֹם אַחֵר בַּאֲרִיכוּת:
וּמַה שֶּׁכָּתוּב בַּגְּמָרָא, שֶׁמִּי שֶׁרוֹאֶה בַּחֲבֵירוֹ שֶׁחָטָא – מִצְוָה לִשְׂנֹאותוֹ, וְגַם לוֹמַר לְרַבּוֹ שֶׁיִּשְׂנָאֵהוּ. הַיְינוּ – בַּחֲבֵירוֹ בְּתוֹרָה וּמִצְוֹת, וּכְבָר קִיֵּים בּוֹ מִצְוַת ״הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת עֲמִיתֶךָ״ – עַם שֶׁאִתְּךָ בְּתוֹרָה וּבְמִצְוֹת, וְאַף־עַל־פִּי־כֵן לֹא שָׁב מֵחֶטְאוֹ, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּסֵפֶר חֲרֵדִים.
אֲבָל מִי שֶׁאֵינוֹ חֲבֵירוֹ וְאֵינוֹ מְקוֹרָב אֶצְלוֹ, הִנֵּה עַל זֶה אָמַר הִלֵּל הַזָּקֵן: ״הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְכוּ׳, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה״. לוֹמַר, שֶׁאַף הָרְחוֹקִים מִתּוֹרַת ה׳ וַעֲבוֹדָתוֹ, וְלָכֵן נִקְרָאִים בְּשֵׁם ״בְּרִיּוֹת״ בְּעָלְמָא – צָרִיךְ לְמָשְׁכָן בְּחַבְלֵי עֲבוֹתוֹת אַהֲבָה, וְכוּלֵּי הַאי וְאוּלַי יוּכַל לְקָרְבָן לְתוֹרָה וַעֲבוֹדַת ה׳; וְהֵן לָא – לֹא הִפְסִיד שְׂכַר מִצְוַת אַהֲבַת רֵיעִים.
וְגַם הַמְקוֹרָבִים אֵלָיו וְהוֹכִיחָם וְלֹא שָׁבוּ מֵעֲוֹנוֹתֵיהֶם שֶׁמִּצְוָה לִשְׂנֹאותָם – מִצְוָה לְאָהֳבָם גַּם כֵּן. וּשְׁתֵּיהֶן הֵן אֱמֶת: שִׂנְאָה – מִצַּד הָרָע שֶׁבָּהֶם, וְאַהֲבָה – מִצַּד בְּחִינַת הַטּוֹב הַגָּנוּז שֶׁבָּהֶם, שֶׁהוּא נִיצוֹץ אֱלֹקוּת שֶׁבְּתוֹכָם הַמְחַיֶּה נַפְשָׁם הָאֱלֹקִית. וְגַם, לְעוֹרֵר רַחֲמִים בְּלִבּוֹ עָלֶיהָ, כִּי הִיא בִּבְחִינַת גָּלוּת בְּתוֹךְ הָרָע מִסִּטְרָא אָחֳרָא הַגּוֹבֵר עָלֶיהָ בָּרְשָׁעִים, וְהָרַחֲמָנוּת – מְבַטֶּלֶת הַשִּׂנְאָה וּמְעוֹרֶרֶת הָאַהֲבָה, כַּנּוֹדָע מִמַּה שֶּׁכָּתוּב: לְ״יַעֲקֹב אֲשֶׁר פָּדָה אֶת אַבְרָהָם״.
[וְלֹא אָמַר דָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם: ״תַּכְלִית שִׂנְאָה שְׂנֵאתִים וְגוֹ׳״, אֶלָּא עַל הַמִּינִים וְהָאֶפִּיקוֹרְסִים, שֶׁאֵין לָהֶם חֵלֶק בֵּאלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, כִּדְאִיתָא בַּגְּמָרָא רֵישׁ פֶּרֶק ט״ז דְּשַׁבָּת]:
תניא, ליקוטי אמרים ב׳ - הטקסט מספריא
וְנֶפֶשׁ הַשֵּׁנִית בְּיִשְׂרָאֵל, הִיא חֵלֶק אֱלוֹהַּ מִמַּעַל מַמָּשׁ, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב: ״וַיִּפַּח בְּאַפָּיו נִשְׁמַת חַיִּים״, וְ״אַתָּה נָפַחְתָּ בִּי״, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב בַּזֹּהַר, מַאן דְּנָפַח מִתּוֹכֵיהּ נָפַח, פֵּירוּשׁ, מִתּוֹכִיּוּתוֹ וּמִפְּנִימִיּוּתוֹ, שֶׁתּוֹכִיּוּת וּפְנִימִיּוּת הַחַיּוּת שֶׁבָּאָדָם מוֹצִיא בִּנְפִיחָתוֹ בְּכֹחַ:
כָּךְ, עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל, נִשְׁמוֹת יִשְׂרָאֵל עָלוּ בְּמַחֲשָׁבָה, כְּדִכְתִיב: ״בְּנִי בְכוֹרִי יִשְׂרָאֵל״, ״בָּנִים אַתֶּם לַה׳ אֱלֹהֵיכֶם״ פֵּירוּשׁ, כְּמוֹ שֶׁהַבֵּן נִמְשָׁךְ מִמּוֹחַ הָאָב, כָּךְ כִּבְיָכוֹל נִשְׁמַת כָּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל נִמְשְׁכָה מִמַּחֲשַׁבְתּוֹ וְחָכְמָתוֹ יִתְבָּרֵךְ, דְּאִיהוּ חַכִּים וְלָא בְחָכְמָה יְדִיעָא, אֶלָּא הוּא וְחָכְמָתוֹ אֶחָד, וּכְמוֹ שֶׁכָּתַב הָרַמְבַּ״ם,
הגהה
וְהוֹדוּ לוֹ חַכְמֵי הַקַּבָּלָה, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב בַּפַּרְדֵּס מֵהָרַמַ״ק. וְגַם לְפִי קַבָּלַת הָאֲרִ״י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה יַצִּיבָא מִילְּתָא, בְּסוֹד הִתְלַבְּשׁוּת אוֹר־אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא, ﬠַל־יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים, בְּכֵלִים דְּחָכְמָה־בִּינָה־דַּﬠַת דַּאֲצִילוּת, אַךְ לֹא לְמַﬠְלָה מֵהָאֲצִילוּת, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּמָקוֹם אַחֵר, שֶׁאֵין־סוֹף־בָּרוּךְ־הוּא מְרוֹמָם וּמִתְנַשֵּׂא רוֹמְמוּת אֵין קֵץ, לְמַﬠְלָה מַּﬠְלָה מִמַּהוּת וּבְחִינַת חָכְמָה־בִּינָה־דַּﬠַת, ﬠַד שֶׁמַּהוּת וּבְחִינַת חָכְמָה־בִּינָה־דַּﬠַת נֶחְשֶׁבֶת כַּﬠֲשִׂיָּיה גוּפָנִיִּית אֶצְלוֹ יִתְבָּרֵךְ, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב: ״כּוּלָּם בְּחָכְמָה ﬠָשִׂיתָ״:
שֶׁהוּא הַמַּדָּע וְהוּא הַיּוֹדֵעַ כוּ׳, וְדָבָר זֶה אֵין בִּיכוֹלֶת הָאָדָם לַהֲבִינוֹ עַל בּוּרְיוֹ כוּ׳, כְּדִכְתִיב: ״הַחֵקֶר אֱלוֹהַּ תִּמְצָא״, וּכְתִיב: ״כִּי לֹא מַחְשְׁבוֹתַי מַחְשְׁבוֹתֵיכֶם וְגוֹ׳״.
וְאַף שֶׁיֵּשׁ רִבְבוֹת מִינֵי חִלּוּקֵי מַדְרֵגוֹת בַּנְּשָׁמוֹת, גָּבוֹהַּ מֵעַל גָּבוֹהַּ לְאֵין קֵץ, כְּמוֹ גּוֹדֶל מַעֲלַת נִשְׁמוֹת הָאָבוֹת וּמֹשֶׁה רַבֵּינוּ עֲלֵיהֶם־הַשָּׁלוֹם, עַל נִשְׁמוֹת דּוֹרוֹתֵינוּ אֵלֶּה דְּעִקְבֵי מְשִׁיחָא, שֶׁהֵם בְּחִינַת עֲקֵבַיִים מַמָּשׁ לְגַבֵּי הַמּוֹחַ וְהָרֹאשׁ; וְכֵן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר יֵשׁ רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁנִּשְׁמוֹתֵיהֶם הֵם בְּחִינַת רֹאשׁ וּמוֹחַ לְגַבֵּי נִשְׁמוֹת הֶהָמוֹן וְעַמֵּי הָאָרֶץ; וְכֵן נְפָשׁוֹת לְגַבֵּי נְפָשׁוֹת, כִּי כָּל נֶפֶשׁ כְּלוּלָה מִנֶּפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה.
מִכָּל מָקוֹם, שֹׁרֶשׁ כָּל הַנֶּפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה כּוּלָּם, מֵרֹאשׁ כָּל הַמַּדְרֵיגוֹת עַד סוֹף כָּל דַּרְגִין, הַמְלוּבָּשׁ בְּגוּף עַמֵּי הָאָרֶץ וְקַל שֶׁבְּקַלִים, נִמְשָׁךְ מִמּוֹחַ הָעֶלְיוֹן, שֶׁהִיא חָכְמָה עִילָּאָה כִּבְיָכוֹל.
כִּמְשַׁל הַבֵּן הַנִּמְשָׁךְ מִמּוֹחַ הָאָב, שֶׁאֲפִילוּ צִפָּרְנֵי רַגְלָיו נִתְהַוּוּ מִטִּפָּה זוֹ מַמָּשׁ, עַל יְדֵי שְׁהִיָּיתָהּ תִּשְׁעָה חֳדָשִׁים בְּבֶטֶן הָאֵם, וְיָרְדָה מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, לְהִשְׁתַּנּוֹת וּלְהִתְהַוּוֹת מִמֶּנָּה צִפָּרְנַיִם.
וְעִם כָּל זֶה, עוֹדֶנָּה קְשׁוּרָה וּמְיוּחֶדֶת בְּיִחוּד נִפְלָא וְעָצוּם בְּמַהוּתָהּ וְעַצְמוּתָהּ הָרִאשׁוֹן שֶׁהָיְתָה טִפַּת מוֹחַ הָאָב; וְגַם עַכְשָׁיו בַּבֵּן, יְנִיקַת הַצִּפָּרְנַיִם וְחַיּוּתָם נִמְשֶׁכֶת מֵהַמּוֹחַ שֶׁבָּרֹאשׁ; כִּדְאִיתָא בַּגְּמָרָא [נִדָּה שָׁם]: ״לוֹבֶן, שֶׁמִּמֶּנּוּ גִּידִים וַעֲצָמוֹת וְצִפָּרְנַיִם״ [וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּעֵץ חַיִּים שַׁעַר הַחַשְׁמַל, בְּסוֹד לְבוּשִׁים שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן בְּגַן עֵדֶן, שֶׁהָיוּ צִפָּרְנַיִם מִבְּחִינַת מוֹחַ תְּבוּנָה].
וְכָכָה מַמָּשׁ, כִּבְיָכוֹל, בְּשֹׁרֶשׁ כָּל הַנֶּפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁל כְּלָלוּת יִשְׂרָאֵל לְמַעְלָה, בִּירִידָתוֹ מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה עַל יְדֵי הִשְׁתַּלְשְׁלוּת הָעוֹלָמוֹת אֲצִילוּת־בְּרִיאָה־יְצִירָה־עֲשִׂיָּה מֵחָכְמָתוֹ יִתְבָּרֵךְ, כְּדִכְתִיב: ״כּוּלָּם בְּחָכְמָה עָשִׂיתָ״, נִתְהַוּוּ מִמֶּנּוּ נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ וּפְחוּתֵי הָעֵרֶךְ.
וְעִם כָּל זֶה, עוֹדֶינָה קְשׁוּרוֹת וּמְיוּחָדוֹת בְּיִחוּד נִפְלָא וְעָצוּם בְּמַהוּתָן וְעַצְמוּתָן הָרִאשׁוֹן, שֶׁהִיא הַמְשָׁכַת חָכְמָה עִילָּאָה, כִּי יְנִיקַת וְחַיּוּת נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ, הוּא מִנֶּפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁל הַצַּדִּיקִים וְהַחֲכָמִים רָאשֵׁי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁבְּדוֹרָם:
וּבָזֶה יוּבַן מַאֲמַר רַבּוֹתֵינוּ־זִכְרוֹנָם־לִבְרָכָה עַל פָּסוּק: ״וּלְדָבְקָה בוֹ״ – שֶׁכָּל הַדָּבֵק בְּתַלְמִידֵי חֲכָמִים, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִלּוּ נִדְבַּק בַּשְּׁכִינָה מַמָּשׁ, כִּי עַל יְדֵי דְּבִיקָה בְּתַלְמִידֵי חֲכָמִים, קְשׁוּרוֹת נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ וּמְיוּחָדוֹת בְּמַהוּתָן הָרִאשׁוֹן וְשָׁרְשָׁם שֶׁבְּחָכְמָה עִילָּאָה, שֶׁהוּא יִתְבָּרֵךְ וְחָכְמָתוֹ אֶחָד, וְהוּא הַמַּדָּע כוּ׳.
[וְהַפּוֹשְׁעִים וּמוֹרְדִים בְּתַלְמִידֵי חֲכָמִים – יְנִיקַת נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁלָּהֶם מִבְּחִינַת אֲחוֹרַיִים שֶׁל נֶפֶשׁ רוּחַ וְנִשְׁמַת תַּלְמִידֵי חֲכָמִים].
וּמַה שֶּׁכָּתוּב בַּזֹּהַר וּבְזֹהַר חָדָשׁ, שֶׁהָעִיקָּר תָּלוּי שֶׁיְּקַדֵּשׁ עַצְמוֹ בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ דַּוְוקָא, מַה שֶּׁאֵין כֵּן בְּנֵי עַמֵּי הָאָרֶץ כוּ׳, הַיְינוּ, מִשּׁוּם שֶׁאֵין לְךָ נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁאֵין לָהּ לְבוּשׁ מִנֶּפֶשׁ דְּעַצְמוּת אָבִיו וְאִמּוֹ, וְכָל הַמִּצְוֹת שֶׁעוֹשֶׂה – הַכֹּל עַל יְדֵי אוֹתוֹ הַלְּבוּשׁ כוּ׳, וַאֲפִילוּ הַשֶּׁפַע שֶׁנּוֹתְנִים לוֹ מִן הַשָּׁמַיִם – הַכֹּל עַל יְדֵי לְבוּשׁ זֶה, וְאִם יְקַדֵּשׁ אֶת עַצְמוֹ – יַמְשִׁיךְ לְבוּשׁ קָדוֹשׁ לְנִשְׁמַת בְּנוֹ, וַאֲפִילוּ הִיא נְשָׁמָה גְדוֹלָה, צְרִיכָה לְקִידּוּשׁ אָבִיו כוּ׳.
אֲבָל הַנְּשָׁמָה עַצְמָהּ, הִנֵּה לִפְעָמִים נִשְׁמַת אָדָם גָּבוֹהַּ לְאֵין קֵץ, בָּא לִהְיוֹת בְּנוֹ שֶׁל אָדָם נִבְזֶה וְשָׁפָל כוּ׳, כְּמוֹ שֶׁכָּתַב הָאֲרִ״י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה כָּל זֶה בְּ״לִיקּוּטֵי תּוֹרָה״ פָּרָשַׁת וַיֵּרָא וּבְטַעֲמֵי מִצְוֹת פָּרָשַׁת בְּרֵאשִׁית:
מצוטט ב־14 עמודים
תורת מנחם 12
- כב - שנת תשח"י - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשח"י. סה"ש תרצ"א ס"ע 190
- כד - שנת תשי"ט - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשי"ט. סה"ש תרצ"א ס"ע 190
- ד - שנת תשי"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה ה'תשי"ב. סה"ש תרצ"א ע' 187
- מא - שנת תשכ"ה - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דראש השנה, ה'תשכ"ה סה"ש תרצ"א ריש ע' 185
- מב - שנת תשכ"ה - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ג' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ה סה"ש תרצ"א ס"ע 181
- לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת מוצאי ש"פ שמות, כ"ג אור לכ"ד טבת, ה'תשכ"ג סה"ש תרצ"א ס"ע 181
- לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תרצ"א ע' 184
- לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וישב, מבה"ח טבת, ערב חנוכה, ה'תשכ"ב סה"ש תרצ"א ס"ע 181
- נה - שנת תשכ"ט - חלק שני ‹ שיחת יום ג' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ט סה"ש תרצ"א ס"ע 181
- נט - שנת תש"ל - חלק שני ‹ שיחת יום ג' פ' יתרו, כ"ף שבט, ה'תש"ל סה"ש תרצ"א ע' 184
- סא - שנת תש"ל - חלק רביעי ‹ י"ב תמוז, ה'תש"ל ספר השיחות תרצ"א ע' 185
- ע - שנת תשל"ג - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ האזינו, שבת שובה, ח' תשרי, ה'תשל"ג סה"ש תרצ"א ע' 184
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ פורים תש"ו ‹ 24 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 181
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ יום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה ‹ 79 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 184

