רשימות דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א במשך זמן היותו בעיר ראקשיק
191רשימות1 דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א במשך זמן היותו בעיר ראקשיק2
רשימה א
[יום ב', ו' אדר תרצ"א
לקבוצת נשי ישראל3]
איר היט ב"ה אידישקייט (מקוה און אַלץ וואָס מיא דאַרף) און איר זאָלט זיך שטאַרקן אין היטן אידישקייט, טאָמער איז דאָ אַזעלכע וואָס ביז איצטער האָבן זיי ניט אַזוי גוט געהיט, זאָלן זיי אָנהויבן בעסער היטן, השם יתברך זאָל אייך אַלעמען בתוך כלל ישראל בענטשן מיט שלום בית גיזונט און גוטע פרנסה, און מגדל זיין די קינדער, זאָלן לעבן, לתורה חופה ומעשים טובים. מיא זאָל זיך פאַרשרייבן אין די פרויען פעראיינען (פון טהרת המשפחה), און יעדער פרוי זאָל ווירקן אויף אירע בעקאַנטע היטן אידישקייט. אויב עס איז דאָ פאַראַן חלילה אַזעלכע וואָס זיי האָבן נאָך ניט קיין קינדער, זאָל זיי השם יתברך דערפרייען די הערצער מיט גוטע געזונטע קינדער. השם יתברך זאָל אייך מיט די פאַמיליען בעגליקן.
192רשימה ב
[יום ג', ז' אדר תרצ"א
לקבוצת אברכים4]
תורה און מצות איז באַ אונז אידן אַ פאָלקס לעבענס פראַגע. דער טאָג טעגלעכער לעבן ווייזט אונז דייטליך קלאָר אַז דער אידישער גאון דער אידישער אַדעל איז שטאַרק צונויפגעבונדן און אויסגעבונדן מיט דער תורה ערציאונג, און דאָס איז דער אידישער שטאָלץ.
תורה מחזרת על אכסניא שלה זאָגט די גמרא (ב"מ דפ"ה ע"א), די צענדליקער דורות אידן וועלכע האָבן געלערנט תורה בעיון און מקיים געווען מצות השי"ת מיט שמחה און יראת שמים, די צענדליקער טויזנטער בלעטער גמרא וועלכע זיי האָבן דורכגעלערנט, ווי אויך די הונדערטער שאלות ותשובות און טיפע חקירות וועלכע זיי האָבן געלערנט האָט אויס געשאַרפט זייערע מוחות, געשטאַרקט זייערע הערצער, און האָט זיי געבראַכט צו די העכסטע מדריגות פון חכמה און מוסר.
מיט אַ פּאָר דורות פריער — יעצט זעלטענער — האָט מען געטראָפן אָפט גאָר געוויינלעכע אידן וועלכע זיינען געווען פאַרנומען מיט דעם וואָכענדיקן לעבן, אַ קרעמער, אַ ישובניק (אַ דאָרפסמאַן), אַ איד אַ בעל הבית, און זיינען געווען קלאָר אייניגע מסכתות גמרא מיט די טיפסטע חידושים, און זאָגן זיך אַרויס אין אַ גאַנץ געוויינלעכן געמיטלעכן שמועס אַ שאַרף קלאָרן מיינונג אין אַ טיפער חקירה.
אידן האָבן אָפּגעגעבן די גרעסטע מיהע צו האָרעווען און לערנען און געוואוסט אַז דאָס איז דער עיקר און אַז אַ חוץ תורה איז אַלץ אַ טפל, וואָס דעם טפל דאַרף מען האָבן מער ניט ווי צוליב דעם עיקר, און מיט דעם עיקר, דאָס הייסט מיט דעם תורה גייסט און חכמה גלוסט, איז געווען איבערפילט די אידישע גאַס און הויז.
די אידישע הויז אָן אונטערשייד, רייך, מיטל קלאַס, ווי אויך אָרעם, גבירים, בעלי בתים, בעלי מלאכה, פרויען און קינדער זיינען געווען דורך געדרונגען מיט אהבת התורה און ווען דער קינד איז נאָך געווען באַ דעם אלף בית אָדער דרדקי מלמד, האָט אים שוין די מוטער צוגעזונגען מיט אַ ישיבה ניגון.
אַזאַ אויפפירונג און ערציאונג האָט אויף געבויט באַ דעם אונטערוואַקסענעם דור די אייזערנע וואַנט פון אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן ית'.
די אמונה און בטחון מיט וועלכן זיי זיינען געווען אינגאַנצן דורך געדרונגען האָט זיי געגעבן דעם ריכטיקן מוט, דעם אינערלעכן זעעלישען כח אויף ביישטיין און אַרויס גאַנץ פון אַלע כוואַליעס פון לעבן, וואָס זיי האָבן געטראָפן אויף זייער וועג.
אַזאַ אויפפירונג און ערציאונג האָט געשטאַרקט און ענטוויקלט די תשוקה און דראַנג צו תורה, און צו אַרבעטן און האָרעווען אויף תורה, יעדן אידישן קינד האָט געצויגן צו דער ישיבה, צו פאָרן 193לערנען, מיט דער האָפענונג אַז דאָרטן וועט ער דערגרייכן זיין ציל, זיין גלוסט.
דאָרטן אין דער ישיבה וועט ער זיך טרעפן פנים אל פנים מיט אביי ורבא'ן, דאָרטן וועט ער קומען צו גרויסע טיפע פאַרשטאַנדן און דאָרטן וועט ער אָנשעפּן זיין בעכער גליק אויפן גאַנצן לעבן.
די געזונטע אידישע ערציאונג פון אהבת התורה ויראת שמים האָט אונז אידן ב"ה געגעבן גאונים אויף אַלע געביטן, די גרעסטע גאוני התורה און גדולי המדע, ווי אויך אָרנטלעכע און גאונישע געשעפטס לייט.
מיר אידן, בני אברהם יצחק ויעקב, ניט רעכענענדיק זיך מיט אונזער ביטערן גלות לעבן — השי"ת ישלח לנו משיח צדקנו בב"א — ב"ה שטייען מיר פעהיגער אין געוויסע וויסענשאַפטלעכע און געשעפטלעכע אופטואונגען און אונטערנעמונגען, ווי אַנדערע פעלקער.
דאָס אַלעס איז צו פאַרדאַנקען די געזונטע שכלדיקע חינוך והדרכה, וואָס האָבן געשאַפן אונזערע אבות אבותינו אַוועקגעבענדיק זייערע מוחות אין תורה און זייערע הערצער אין יראת שמים.
אין פערלויף פון די לעצטע עטלעכע צענדליקער יאָרן, דורך דער שאַפונג פון פערשידענע חברות, האָט דאָס אידישע הויז, ווי אינערלעך אזוי אויך אויסערלעך אַ סך דורך געלעבט און איבערגעטראָגן, באַ אַ געוויסן טייל האָט דאָס געבראַכט צום אָפּשוואַכן און טונקל מאַכן זייערע טייערסטע תכונות (חאַראַקטער צווייגע) יראת שמים און אהבת התורה, אָבער מיר דאַרפן ניט און טאָרן ניט פאַרצווייפלען ח"ו, אַז אַ געוויסער טייל פון זיי וועלן בעזה"י אויך ערקענען דעם גוט און אמת ושבו בנים לגבולם5.
מיט אהבת ישראל שמחה און מיט גאון יעקב שטאָלץ, האָבן מיר דאָס רעכט צו זאָגן "געלויבט און געדאַנקט השי"ת פאַר זיין חסד מיט אונז אידן, פאַר דעם גרויסן פּראָצענט — כן ירבו — וואָס מיר האָבן לאריכות ימים ושנים".
עס איז צו אונטערשטרייכן אַז מער פון די גרעסערע פּערזענלעכקייטן אויף די פערשידענע געביטן פון לעבן זיינען צווייגן פון די פריערדיגע דורות, גוט באַוואוסטע פאַמיליען אין דער תורה וועלט.
די גרויסע גליקליכע ירושה וואָס השי"ת האָט אונז אידן מנחיל געווען קומט פון דער אַלטער אידישער גאַס, פון די ווענט פון בית הכנסת, פון די בענק פון בית המדרש און ישיבות.
ניט ריידנדיק נאָר איבער דעם געזונטן שיינעם עסטעטישן לעבן וואָס תורה ומצות גיט אונז אידן, איז די קלוגשאַפט, איידלקייט און מדות טובות — שיינע זיטען — וואָס תורה ומצות לערנט אונז, איז דאָס אַליין מוז ווירקן אויף יעדן מענטשן אַלס מענטש.
יעדער מענטש, וועלכער האָט אַ פאַרשטאַנד צו אַנערקענען דעם מענטשלעכן בעדייטונג אַלס מענטש, און וויל לעבן אַלס מיטגליד פון אמת'ן גייסטלעכן אַדעל איז תורה ומצות מעשיות באמונה פשוטה די איינציקע מיטלען און טרעפּ אויף צו קומען צו דער ריכטיקער הויך.
194דער נאָמען מענטש איז ניט קיין בערויף, ניט קיין נאָמען פון אַ אַרבעטס אָדער בילדונגס באַשעפטיגונג, דער נאָמען מענטש האָט געוויסע באַגרעניצונגען, וועלכע טיילן אים אָפּ פון נידעריקער פאַר אים, דאָס הייסט בהמות וחיות, און העכער פאַר אים דאָס הייסט מלאכים ונשמות.
דער מענטש איז געבויט פון צוויי זעלבסטשטענדיקע זייער ווייטע מאַטעריאַלן, נשמה — גייסט — און גוף — קערפּער —, די ביידע נשמה און גוף, זיינען צוויי וועלטן, צוויי פאַרשידענע לעבנס, און דאָ קומט תורה און מצות ערציאונג און ברענגט זיי צוזאַמען.
די אויפגאַבע פון תורה ומצות איז, אַז דער ערדיקער טיהרישער קערפּערליכער לעבן, זאָל זיין באַלויכטן און דורכגעדרונגען מיט הימל'שן קלוגן גייסטלעכן פירונג, און אין דעם דאַרף זיין דעם מענטשנס אַרבעט, אַז אויף יעדער געביט זאָל ער אַריינברענגען די פאָרשריפטן פון דעם גייסט אין קערפּערלעכן לעבן.
פרומקייט, געטלעכן אָנערקענונג, געטלעכע געפיל, געטלעכע פאַרשטאַנדן וואָס תורה ומצות מעשיות מיט אמונה פשוטה גיט אונז אידן, איז דורך דעם אָפּהיטן אידישקייט קען מען גרינגער באַקעמפען די קערפּערלעכע טיהרישע פאַרלאַנגען און עס איז גרינגער צו עררייכן דעם ריינעם וויסן און פאַרשטאַנד און פירן אַ ריינעם געוויסענס לעבן.
ניט דאָ איז דער אָרט, ניט יעצט איז די צייט ברייטער צו ערקלערן און באַווייזן די גרויסע אומבאַגרענעצטע כלל ישראל עררייכונגען אויף אַלע געביטן וואָס תורה ומצות האָבן געגעבן און גיבן ב"ה יעצט אויך דעם אידישן פאָלק און די גרויסע ביטערע ליידן און פאַרלוסטן וואָס דער אָפּרייסן זיך פון תורה ומצות האָט געשאַפן און שאַפט דעם כלל ישראל.
אָבער אָנדייטן מוז מען אַז די פרייקייט פון תורה ומצות וועלכע ווערט ר"ל פאַרשפּרייט צווישן די יוגענד איז אַ חוץ דעם וואָס זי רויבט אַוועק פון אונז אַ געוויסן טייל פון דער יוגענד אַלעס אידן וואָס זיי ווייסן ניט פון אַ אידישער ערציאונג פון אַ אידישן לעבן איז אַ דאָפּלטער ווייטאָג, וואָס עס ווערט צו שטערט דער אידישער קראַפט אוצר פון אהבת ישראל מדות טובות וכו' און עס ווערט טרויעריק אויפן האַרצן בשעת מען שטלעט זיך פאָר די ענטוויקלונג און צוקונפט פון די אידישע קינדער וואָס די מאָדערנע חדרים גיבן אַרויס.
די איצטיקע מאָדערנע ערציאונג איז אַ חוץ דעם וואָס זי איז ניט פעהיג צו געבן אונז, אידישע קינדער אַלעס פרומע אידן און ווער רעט שוין וועגן דעם אַז עס זאָל אויסוואַקסן גדולי התורה און גאונים איז אַ חוץ דעם פאַרדאַרבט זי נאָך די גייסטיקע פעהיגייטן פון די לערנער, אַז זיי וועלן קוים קענען עררייכן די געוויינלעכע הויך פון אַנדערע לערנער.
באַ יעדער אידן אָן אויסנאַם איז ברוך השם אומבאַגרענעצט טייער דער נאָמען איד.
דער נאָמען איד וואָס דאָס איז די ליכטיקע קרוין פון דעם כלל ישראל מיינט דעם האַרטן עקשנותדיקן איד, דער מסירת נפש איד, דער אויביקער אומבאַזיקטער איד.
195דער איד וואָס סיי פייער און וואַסער הונגער און קעלט און די פּיין פון דער לעצטער בעסטער אינקוויזיציע קונסט, און סיי רייכטום מיט קערפּערלעכן פרייען לעבן פון אַסמיליאַציע האָבן אים ניט באַזיגט און וועלן אים ניט באַזיגן.
אַזאַ איד איז אויסגעוואַקסן און וואַקסט אויס ב"ה נאָר אויף דער אידישער גאַס אין דעם אַלטן חדר, אויף די ערציאונג פון אַ מלמד אַ ערלעכן אידן, אין דער ישיבה וואו מען האָט געלערנט און מען לערנט גמרא, אין די ווענט וואו הקול קול יעקב איז איבערפולט מיט יראת שמים.
השי"ת זאָגט אונז דורך משה רבינו6, "ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה".
"עיני העמים" הייסט וועלטישע בילדונג ווי תכונה רפואה וכו' אידישע בילדונג איז תורה, החקים האלה זיינען געטלעכע געזעצן תורה ומצות, און אַז מען איז ערצויגן אין "ושמרתם ועשיתם" דאַן איז מען אַ "עם חכם ונבון" אויך אין דעם אָרענטלעכן וועלטלעכן לעבן.
דער יסוד איז תורה ומצות, און דאָס איז דער אידישער עקזיסטענץ אַלס פאָלק, און אַלע עמי הארצות'ישע חדרים און ישיבות מיט בילדונג זיינען אַ געפאַר פאַר דעם הדרת ישראל און גאון יעקב.
די אַלע לימודים ערטער ווי תורה ודרך ארץ, יבנה א.ד.ג. אַנדערע חדרים וועלכע האָבן אַזעלכע פּראָגראַמען, איז דאָך מער ניט ווי אַ מיטל וואָס מען האָט געזוכט צו דער מכה, וואָס זאָל מען טאָן אַז עס איז דאָ צוואַנגס שולען מוז מען חולין'דיגע פּראָגראַמען אויך האָבן.
אָבער אַלע מוזן וויסן, אַז די אַלע דערמאָנטע לימודים ערטער פאַרבייטן בשום אופן ניט דעם אַלטן חדר, עס ווערט ניט געלערנט ווי אין דעם אַלטן חדר. עס פעלט דער עיקר, עס פעלט די השרשה פון יראת שמים, עס פעלט די הייליקייט, עס איז אַלץ קאַלט, דער חומש איז אַ לערן בוך און אַ היסטאָריע, און די נביאים איז אַ פּאָעזיע, להבדיל אלף אלפי הבדלות אַלע ביכער זיינען גלייך, אָט ליגן די ספרי קדש און מען רעט עברית בעברית מכח השי"ת, מכח דעם מסירת נפש פון אברהם אבינו, און אין אַ שעה אַרום גייט מען שפּילן און מען רעט עברית בעברית ווי צו מאַכן גימנאַסטיק, וואָס אין די חולין'דיקע ביכער שטייט.
דער עברית בעברית האָט וואָכעדיק געמאַכט דעם אַלעס אידישן הייליגטום, און קילט אָפּ ח"ו די אידישע וואַרעמקייט, און באַ דעם קינד בלייבט אַ געוויסע טונקעלע גראָבע פאָרשטעלונג אין קאָפּ, און אַ קאַלטע באַציאונג אין האַרצן.
עס פעלט דער יסוד פון יראת שמים, און דער גאַנצער בנין איז זייער שוואַך.
די לערער און לערערין פון די אַלע שוהלן מוזן וויסן זייער פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר דעם כלל ישראל, און אַז אין זייער האַנט ליגט דער גורל פון קומענדיקן דור.
געוויס זיינען די שולען בעסער ווי יענע אידישע שולען וואָס ליידער בשם 196ישראל יכונה7, אָבער אויך ניט די תורה ודרך ארץ, יבנה א.ד.ג. אַנדערע שוהלען וועלכע זיינען מיט יעצטיקן פּראָגראַם זייערן, קענען ערציען די אידישע קינדער.
די פּראָגראַמען אין די תורה ודרך ארץ יבנה שוהלען זיינען געשאַפן געוואָרן אין די קאַמף מאָמענטן בעידנא דריתחא, אין דער בלבול צייט, אונטער געוויסע אומשטענדן, אָבער יעצט אַז השי"ת האָט רחמנות געהאַט און אין געוויסע מדינות איז שוין דאָ ב"ה אַ אָרדנונג, מוזען די פּראָגראַמען איבער געזען ווערן און פאַריכט ווערן.
עס מוז געשאַפן ווערן אַזאַ פּראָגראַם וואָס דער אַלטער אידישער וואַרעמער יראת שמים און אהבת התורה געמיט זאָל דאָרט זיין די הויפּט זאַך, און דאַן קענען מיר האָפן אויף אַ דור ישרים יבורך.
רשימה ג
[יום ג', ז' אדר תרצ"א לחבר מרכז תפארת בחורים דליטא8]
דער תפארת בחורים9 אין ליטא אינטערעסירט מיר זייער, הערנדיק פון פערשידענע שטעט און פערשידענע ווינקלען פון ליטא, ווי דער תפארת בחורים פירט זיך ב"ה גוט אוף, האָט דאָס מיר געמאַכט גרויס פרייד.
אַ חוץ די גוטע אופפירונג פון שמירת היהדות און לימוד התורה וואָס דאָס אַליין איז דאָך זייער גרויס, און האָט ניט קיין שאַץ, איז אַ חוץ דעם איז אַז ב"ה דריי טויזנד כן ירבו יונגע לייט זיינען געקומען צו דער ריכטיקער הכרה אַז דער אידישער יוגענד דאַרף זיך שטעלן אין דער שורה פון אַרבעט אין חיזוק היהדות, דאָס מאַכט מיר אַ גרויסע שמחה, און עס גיט דעם גרעסטן האָפענונג אַז אידישקייט וועט פאַרשטאַרקט ווערן.
דער תפארת בחורים מוזן זיך טיילן אויף פערשידענע צווייגן פון אַרבעט אין חיזוק היהדות. דער פרומער יוגענד מוז וויסן אַז ער דאַרף זיך בעטייליקן אין דער אַרבעט פון חיזוק היהדות אויף אַלע געביטן, שמירת השבת, טהרת המשפחה, חינוך און זאָ ווייטער. יעדער חבר פון תפארת בחורים דאַרף האָבן דעם גרעסטן אינטערעס אין אַלע אָרטיקע מוסדי היהדות.
וויכטיק איז דער מרכז דער וואָס זאָל לייטין די אַרבעט אין אַלע ערטער, צוזאַמען בינדן אַלע צווייגן און שיקן מסדרים אין אַלע ערטער, האָבן אַחוץ שריפטלעכן פאַרבונד אויך אַ לעבעדיקן וואָרט פאַרבונד.
אַלע חברים פון תפארת בחורים דאַרפן האָבן די אופגאַבע פון קריגן הילף שטאַרקן דעם מרכז אַז ער זאָל האָבן די מעגלעכקייט אויספירן זיין אַרבעט.
אַלעס אַ חבר מהמרכז מאַך איך אייך פאַר אַ שליח מצוה, איבערגעבן מיין 197גרוס אַלע מיטאַרבעטער אין תפארת בחורים, און מיין ברכה צו אַלע חברים פון תפארת בחורים אַז השי"ת זאָל זיי בעגליקן אין זייער הייליקער אַרבעט, און זאָל זיי יעדערן געבן וואָס זיי איז נויטיק אין געזונט און פרנסה.
עס וועט מיך זייער פרייען הערן אין יעדער צייט אויספירלעך פון דער ארבעט פון מרכז תפארת בחורים בליטא, און איך האָף להשי"ת אַז זיי וועלן זיין למופת לכל אחינו הצעירים שי' בכל המדינות אַז דער יוגענד בני ישראל ובנות ישראל זאָלן לעבן זאָלן זיך שטעלן אין די רייען פון אַרבעט לחיזוק היהדות.
רשימה ד10
בעזהי"ת ובשעה טובה ומוצלחת מתייסדת פה ראקשיק יע"א חברת אגודת נשים — פרויען פעראיין — ומטרתה בהחזקת טהרת המשפחה, וכל הנשים השומרות טהרת המשפחה יכתבוה בהפנקס חברת אגודת נשים, והכלה קודם חופתה תכתוב עצמה בהפנקס חברת אגודת נשים.
ובזה הנני לברך את כל הנשים תי' אשר יכתבו עצמן בספר חברת אגודת נשים לקיים ולהזהר בטהרת המשפחה כי יברך השם יתברך אותן את בעליהן את בניהם ואת בנותיהם יחיו, בשלום בית, בפרנסה בריוח, בבריאות הגוף, באריכות ימים ושנים, ויגדלו בניהם ובנותיהם יחיו לתורה חופה ומעשים טובים מתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות, ודברי הברכה האמורים חיים וקימים לכל אשר תבאנה בכתוב לשמור טהרת המשפחה, בכל עת ובכל זמן.
כל עיר וכל מושב מאחב"י ד' עליהם יחיו בכל מקום שהם אשר יעשו אגודת נשים כזאת או יכנוה בשם אחר, ומטרתה תהי' בחיזוק טהרת המשפחה, יהיו הן בעליהן וזרעם יהיו בכלל הברכה האמורה.
ולראי' באתי עה"ח היום יום ג' פרשת ואתה תצוה ז' לחדש אדר שנת חמשת אלפים שש מאות תשעים וא' לפ"ג פה עי"ת ראקשיק, יע"א. (חי"ק).
רשימה ה
[יום ה', ט' אדר תרצ"א
לתלמידי ישיבת ראקשיק8]
קינדער, איר זייט תלמידים פון אַ ישיבה, איר לערנט אין דער היגער ישיבה. איך רעכן אַז געוויס ווייסט איר מער אָדער ווייניקער די בעדייטונג פון לערנען תורה בכלל און לערנען אין אַ ישיבה בפרט.
השי"ת תורה און אידן איז איין זאַך11. דער צוזאַמענבונד פון אַ אידן מיט תורה איז אין דעם זעלבן אופן ווי דער צוזאַמענבונד פון אַ אידן מיט השי"ת. וואָס דער צוזאַמענבונד איז אַ אייביקער.
198פון דעם ערשטן טאָג וואָס אַ אידישער קינד ווערט געבאָרן באַ זיינע עלטערן, ביז דעם לעצטן טאָג פון זיינע הונדערט און צוואַנציק יאָר, איז אונטער אַלע אומשטענדן דער איד און השי"ת איין זאַך, כמאמר12 שם שמים שגור בפי כל, און אַזוי איז דער צונויפבונד פון אַ אידן מיט תורה.
תורה ויראת שמים, דאָס איז די אייביקע ליכט פון דער אידישער הויז כי היא חיינו ואורך ימינו13. תורה ומצות גיבן אונז קרעפטן אויף איבערטראָגן דעם ביטערן גלות. און דאָס שטאַרקט אונזער האָפענונג להשי"ת אויף אַ גאולה שלמה ע"י משיח צדקנו בב"א. און די ישיבה דאָס איז דער מקור החיים פון אידן.
קינדער, איר זייענדיק אין דער ישיבה דאַרפט וויסן און געדענקען אַז די ישיבות האָבן ב"ה אונז געגעבן די גרעסטע גאונים, די גרעסטע בעלי שם טוב און אייערע יונגע קרעפטן זאָלט איר איבערגעבן אויף האָרעווען אין לערנען.
איר מוזט וויסן אַז יעדער טאָג אייערער, זייענדיק אין דער ישיבה איז דאָס אַ יסוד אין לעבן, זייענדיק אין דער ישיבה איז בעזרת השם יתברך האָט איר די מעגלעכקייט צו שטייגן אויף די טרעפּ פון פאַרשטאַנד און צוקומען צו ידיעת התורה.
תלמידי הישיבה, גיט איבער אייערע קעפּ און הערצער אויף לערנען תורה בהתמדה, יראת שמים, היט דעם דאַוונען דאַוונט אויף אַ אָרט אין סדור, היט הערן גוט קריאת התורה, זייט שטריינג געהיט אין לייענען קריאת שמע פאַרן שלאָף, נעגל וואַסער, פאָלגט אייער ראש ישיבה ומדריכים יחיו.
השי"ת זאָל אייך שטאַרקן דעם געזונט, און זאָל אייך שטאַרקן אייערע קעפּ און הערצער אַז איר זאָלט וועלן לערנען און איר זאָלט זיך פירן בהנהגה טובה. השי"ת זאָל באַגליקן אייערע עלטערן און קרובים און אַלע וועלכע העלפן דער ישיבה, אַז זיי זאָלן זיין באַגליקט אין אַלעס.
שטרעבט צו תורה ויראת שמים, וועט אייך השי"ת באַגליקן אַז איר וועט זיין ערלעכע אידן און איר וועט זיין לחן ולתפארת בבית ישראל.
רשימה ו
[יום ה', ט' אדר תרצ"א
לתלמידי ותלמידות חדרי "יבנה"8]
קינדער, איר לערנט אין חדרים וועלכע הייסן מיטן נאָמען "יבנה". איך רעכן אַז אייערע מלמדים און מלמדות יחיו האָבן אייך געוויס דערציילט וואָס "יבנה" איז געווען און וואָס "יבנה" באַדייט.
ר' יוחנן בן זכאי מיט זיינע תלמידים און אַ גרויסער טייל אידן האָבן געהאַט דעם גרעסטן צער און ווייטאָג וואָס די בריונים האָבן אַריינגענומען באַאיינפלוסט ירושלים עיה"ק ת"ו. אַ חוץ דעם הונגער צרות און ליידן, האָבן זיי פאָראויס געזען דעם חורבן בית המקדש, דעם חורבן הדת, דעם חורבן פון דער אידישער פאָלק, וואָס די 199בריונים וועלן ברענגען מיט זייער פירונג.
ווי טייער און הייליק ירושלים עה"ק ת"ו זאָל ניט זיין איז מיט בריונים צוזאַמען קען מען ניט זיין. און ר' יוחנן מיט זיינע תלמידים האָבן פאַרלאָזן ירושלים און זיינען געקומען בעטן ביים צורר אַז ער זאָל לאָזן גאַנץ די שטאָט יבנה וחכמי'14, אַ אָרט פון תורה ויראת שמים.
די יעצט גערופענע "יבנה", די "יבנה חדרים" איז צו אונזער גרויסן ווייטאָג, זיינען נאָך ווייט פון דעם חדר וואָס אידישע קינדער מוזן האָבן. אָבער עס איז צו האָפן להשי"ת אַז די פּראָגראַם וועט זיך אויסבעסרן און וועט געבן די תלמידים אַ גוטע ערציאונג אַז זיי זאָלן קומען צו דעם ריכטיקן קלוגן פאַרשטאַנד אַז זייער גאַנצער שטרעבונג דאַרף זיין פאָרן לערנען אין די ישיבות פון תורה ויראת שמים.
קינדער, זייענדיק איצטער אין די חדרים פון יבנה מוזט איר וויסן אַז דער עיקר איז למודי קדש, און הנהגה פון יראת שמים.
למודי קדש הייסט ניט עברית בעברית, עברית בעברית איז חול, וואָכעדיק, למודי קדש הייסט "הייליקער לערנען". הייליקער לערנען איז חומש, גמרא מדרש שולחן ערוך וכו' מיט גוטע פרומע אופפירונג.
קינדער, הערט זיך איין און געדיינקט וואָס איך זאָג אייך, איר זאָלט לייענען ק"ש פאַרן שלאָף, איר זאָלט שלאָפן אין יאַרמאלקעס — ניט מיט קיין בלויזע קעפּ — באַלד אופשטייענדיק אָפּ גיסן נעגל וואַסער, זאָגן ברכות טראָגן פאות און ציצית, דאַוונען אין אַ סידור שטייענדיק אויף איין אָרט. לערנען למודי קדש און פאָלגן אייערע מלמדים, אייער שטרעבונג זאָל זיין פאָרן אין די ישיבות וואו מען לערנט תורה ויראת שמים.
איר תלמידות פון יבנה חדרים, היט אָפּ ריכטיק די גוטע אידישע פירונג, שטרעבט צו פרומקייט און אָרענטלעכקייט, וועט אייך השי"ת באַגליקן מיט דער גרעסטער אומבאַגרעניצטער מתנה חכמות נשים בנתה ביתה15 גרינדן געזונטע פרומע רייכע הייזער אויף דער אידישער גאַס.
תלמידים ותלמידות פון יבנה חדרים, די ביסעלע למודי קדש וואָס איר לערנט זאָלט איר דאָס לערנען מיט גרויס התמדה און מיט לוסט, זופּט זיך אָן מיט חומש מיט נ"ך וכו' ווי יונגע צווייגעלעך פון אַ גוטן געבענטשטן רעגן.
השי"ת זאָל אייך אַלעמען העלפן איר זאָלט זיך ערציען געזונטערהייט, איר זאָלט זיך גוט אויפפירן און מצליח זיין אין לערנען, אייערע עלטערן קרובים יחיו, און די וואָס העלפן אייך צו פירן אין דער אידישער וועג זאָלן זיין געבענטשט און בעגליקט.
רשימה ז
[יום ה', ט' אדר תרצ"א
למדריכי ומדריכות "יבנה"8]
איר מלמדים און מלמדות, איך בין זיכער אַז איר ווייסט וואָס פאַר אַ 200פערטרויאונגס קאַפּיטאַל אייך איז איבערגעגעבן.
אויף אייער געוויסן איז איבערגעגעבן דער גורל פון הונדערטער אידישע קינדער דאָס מיינט טויזענטער, וויילע יעדער אידישער זון און יעדע אידישע טאָכטער איז מיט זייער פּערזענלעכער פירונג גיט אַ השפעה אויף דער גאַנצער סביבה.
דער גורל פון די קומענדיקע ישיבות מיט זייערע תלמידים, דער גורל פון דער קומענדיקער אידישער הויז, מיט כשר טהרת המשפחה, חינוך טוב, ליגט אויף אייער געוויסן.
אַלעס ווענדעט זיך אָן דער איצטיקער אייער השרשה אין די קינדער אָן אויסנאַם אינגלעך מיידלעך יחיו, יראת שמים. אהבת התורה, שמירת וזהירת קיום המצות.
אַלעס אַ תירוץ האָט פאַר זיך די פּראָגראַם, מיר אַלע ווייסן אַז אַ תירוץ אויף אַ קשיא מיינט מען ניט דעם תירוץ נאָר די קשיא זאָל ניט זיין. איר אַליין זייט געוויס איבערצייגט אַז די איצטיקע פּראָגראַם פון "יבנה" מוז דרינגענד אויסגעבעסרט ווערן בהנוגע למודי קדש והנהגה של יראת שמים פאַר דעם מוזן שטימען און אַרבעטן אַלע פרומע מלמדים און מלמדות, און דאַן וועט איר קענען ריכטיג פלאַנצן דעם אויבערשטנס גאָרטן מיט די אידישע צווייגעלעך און האָפן אויף גוטע פרוכט.
דער גערטנער מוז לייגן דעם גרעסטן אַכט אויף צוויי זאַכן:
א) די צווייגעלע זאָל וואַקסן גלייך, יעדע קלענסטע בייגונג איז אַ געפאַר אַז די בוים וועט אויס וואַקסן קרום, דערפאַר מוז מען יעדער אפילו אַ גאַנץ קליינע צווייגעלע האַרטען שטייף געבונדן זיין זיכער אַז דער ווינט זאָל זי ניט אַ בויג טאָן.
ב) היטן פון דעם קלענסטן וואָרעם, און טאָמער טרעפט זיך חלילה אַ קליין ווערימל, איז אַחוץ דעם וואָס די צווייג דאַרף האָבן די גרעסטע השגחה, מוז מען זייער היטן און רייניקן אַלע צווייגן.
אייער ריכטיקע פּראָגראַם איז "איד און אידעשקייט" און די פּראָגראַם מוזט איר שטריינג פרום ברענגען אין לעבן. און דאַן בעזה"י וועט יעדער צווייגעלע פון די אַלע קינדער תלמידים ותלמידות יחיו אויסוואַקסן גוטע בוימער וואָס וועלן געבן גוטע פרוכט בדור ישרים יבורך.
השי"ת זאָל אייך שטאַרקן די קעפּ און הערצער איר אַליין זאָלט זיך פירן פרום — וואָס דאָס איז דער ריכטיקער וועג ווייזער פאַר די תלמידים און תלמידות יחיו — און זאָל אייך בעגליקן מיט גוטע תלמידים ותלמידות יחיו איר זאָלט אַרויס געבן גוטע געזונטע פרומע קלוגע זין און טעכטער יחיו אין דעם אידישן פאָלק.
שטרעבט מיט אַלע אייערע קרעפטן צו דער אמת'ער יבנה פּראָגראַם און השי"ת זאָל אייך בעגליקן אין אייערע פּערזענלעכע זאַכן בכל טוב מנפש ועד בשר.
הערות
עמוד 191
- 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשלא, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
- 2. רבינו הגיע לראקשיק ביום ד', בדר"ח אדר, ושהה שם עד יום ה', ט' אדר — ראה לעיל ב"מבוא" ע' עב ואילך.
- 3. במכתב המזכיר הר"י פייגין (נדפסה בסה"מ קונטרסים ח"א קנג, ב. הועתק לעיל ב"מבוא" ע' עג ואילך): ביום ב' [ו' אדר] בקר נתאספו כאיזה מאות נשים תחי' בתלונה על אשר האנשים שי' נכנסים לדבר פא"פ ורואים את פני כ"ק אדמו"ר שליט"א, ולהם משיבים בכתב, אשר ע"כ מבקשים לראות את פני כ"ק ולשמוע ברכה מפיו, כ"ק אדמו"ר שליט"א הואיל למלא בקשתם ויצא אל האולם שלפני חדרו אשר בו התאספו כולן ויברכן, כאמור ברשימה א'.
עמוד 192
- 4. במכתב הר"י פייגין הנ"ל: ביום השלישי [ז' אדר] נכנסו איזה אברכים מלומדים, ביניהם גם מאלו המחזיקים בשיטת אופן הלימוד בחדרי "יבנה", וישוחח עמהם כ"ק אדמו"ר שליט"א כאמור ברשימה ב'.
עמוד 193
עמוד 195
עמוד 196
- 7. כנוי הוא דבר ושם המעלים ומכסה על ענינו של הנקרא בכנוי זה — אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' שלג.
- 8. מכתב הר"י פייגין הנ"ל.
- 9. "בכמה מקומות במרחבי תבל נוסדו אגודת תפארת בחורים וענינה של אגודה זו אשר מתקבצים בחורים. . אשר רובם מבעלי מלאכה, בעלי עסקים. . מתקבצים יחד בזמן קבוע בכל יום ללמוד שעה אחת כו'" — אגרותקודש ח"ב ע' קלב ואילך. וש"נ.
עמוד 197
- 10. במכתב הר"י פייגין הנ"ל: בערב [יום ג', ז' אדר] קרא כ"ק אדמו"ר שליט"א ועידת אנשים ונשים ויגד לפניהם דברי כבושין והתעוררות בדבר טהרת המשפחה, באותו מעמד נוסדה חברת "אגודת נשים" עם פנקס אשר בו נרשמו החברות, ובראש הפנקס הקדמה וברכה בחתימת כ"ק אדמו"ר שליט"א. וראה גם רשימה דומה בפנקס נשים בפילאדעלפיא [כסלוטבת] תר"ץ — נדפסה באגרותקודש ח"ב ע' רכד.
- 8. מכתב הר"י פייגין הנ"ל.
- 11. ראה זח"ג עג, א.
עמוד 198
- 12. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 20, ובהנסמן שם בהערה 132.
- 13. ע"פ נצבים ל, כ. האזינו לב, מז. ברכת ק"ש בתפלת ערבית.
- 8. מכתב הר"י פייגין הנ"ל.
עמוד 199
- 14. גיטין נו, ב.
- 15. משלי יד, א.
- 8. מכתב הר"י פייגין הנ"ל.

