פורים תרצ"א

201פורים תרצ"א1

היינט איז די עבודה פון עד דלא ידעי, און וואָס איז דער לא ידעי, בין ארור המן לברוך מרדכי2. דאָס איז אַ דבר ידוע ומוחלט עפ"י תורה אַז המן איז אַ ארור, און מרדכי איז אַ ברוך. פורים איז די עבודה לבסומי בפוריא עד דלא ידעי בין ארור המן לברוך מרדכי, דאָס הייסט צוקומען צו העכער ווי דער גאַנצער ענין פון ברוך וארור, און דער אופן פון צוקומען צו דער מדריגה איז דורך שמחת פורים.

פורים איז די עבודה אין דלא ידעי, כל השנה איז די עבודה אין ידיעה והשגה, דאָס הייסט אַזוי די עבודה באמת, די אמתע עבודה איז אין בירור ותיקון המדות, אָבער די יגיעה איז אין ידיעה והשגה, וואָס די יגיעה אויף מוחין איז אַ צווייענדיקע. אַ יגיעה אויף פאַרשטיין, וואָרעם פאַרשטאַנד איז דאָך וואָס מיא פאַרשטייט דעם מושכל ווי מושכל איז באמת, ניט ווי ער איז תופס אין זיין שכל דעם מושכל (כמ"ש במ"א3) פאַרשטיין דעם מושכל ווי ער איז באמת, איז דאָס קומט מיט און דורך אַפולע יגיעה. און הב' די יגיעה אַז דער פאַרשטאַנד זאָל פועל זיין אויף די מדות בפועל.

וואָס אין דער פעולה וואָס מוחין דאַרף פועל זיין אויף מדות איז אין דעם פאַראַן כמה דרגות זה למעלה מזה. מוחין זיינען פועל חלישות המדות, שבירת ובירור המדות, תקון המדות, פעולת המדות חיות המדות, וואָס יעדער מדריגה איז אַ ענין בפני עצמו.

און בכדי אַז יעדער מדריגה זאָל זיין ווי עס דאַרף זיין, איז ווייטער דורך עבודה ויגיעה, נאָר דאָס איז שוין אַ עבודה פרטית, דאָס הייסט די עבודה פון דעם פרט, וואָס אין דעם איז שוין פאַראַן חילוקי מדריגות.

עס איז ניט גלייך די עבודה הפרטית וואָס מיא דאַרף האָבן בכדי עס זאָל זיין אַ חלישות בהמדות, וואָס דאָס איז אַ ביטול כללי אין מדות. ע"ד ווי מען לעשט אָפּ אַ פייער מיט דעם ערשטן עמער וואַסער, דאָס האַקט איבער דעם פייער קאָך. אָט אַזוי איז אין דער עבודה כללית פון פעולת המוחין אין חלישות המדות. מדות זיינען בטבע ההתפעלות התרגשות אַ ברען אַ קאָך, און דער פעולת המוחין איז אַ פעולה כללית אָפּ האַקן דעם ברען און דעם קאָך.

די עבודה הפרטית פון חלישות המדות איז ניט גלייך צו דער עבודה פרטית פון שבירת ובירור המדות, צו ברעכן און אויסקלייבן, אויף דעם דאַרפמען שוין האָבען אַ גילוי השכל מערער ווי אויף חלישות המדות. וואָס דעם ברעכן דאַרפמען מיט כח, דער כח איז אויך ווי עפ"י תורה אָבער דער גילוי כללי איז כח (היינו סיגופים וכו') און דעם בירור דאַרפמען מיט שכל.

די עבודה פרטית פון שבירת ובירור המדות איז ניט גלייך צו דער עבודה פרטית פון תיקון המדות, וואָס דאָס איז שוין התחלת העבודה, דאָס הייסט אַז ביז תיקון המדות איז דאָס אַלץ נאָך די 202דרגא פון סור מרע. אָבער פון תיקון המדות הויבט זיך אָן דער אל"ף פון דער דרגא ועשה טוב. און די עבודה פרטית פון ועשה טוב איז שוין גאָר אַ אַנדער דרגא. נאָר אין דער דרגא פון ועשה טוב גופא איז אויך דאָ מדריגות חלוקות און דערפאַר איז מכל מקום ניט גלייך די עבודה פרטית פון תיקון המדות צו דער עבודה פרטית אַז עס זאָל זיין דער פעולת המדות.

פעולת המדות מיינט מען ניט נאָר בפועל ממש פון דער מדה דאָס הייסט אַז תיקון המדות איז מער ניט ווי עד"מ איינער מאַכט אַ כלי, אָבער די כלי איז מער ניט ווי אַ כלי מוכנה אל הפועל, און פעולת המדות הייסט אַז די כלי איז שוין אין אַרבעט. איז ניט אַזוי.

תיקון המדות איז אויך אַז די מדות זיינען בפעולתם, נאָר זייער אופן הפעולה איז ווי מדות עפ"י השכל זיינען, וואָס דער שכל פועלט דורך די מדות, און די מדות זיינען בחלישות מפני אור השכל. אָבער פעולת המדות איז, אַז די מדות זיינען פועל דאָס וואָס דער שכל פאַרשטייט. והעיקר בזה הוא. היינו היתרון על המדרי' דתקון המדות הוא בזה וואָס דער אופן הפעולה איז כטבע המדות מיט אַ התפעלות והתרגשות דאָס הייסט אַז דאָס איז טאַקע דער פעולת השכל, אָבער אין דער דרגא ווייזט זיך אַרויס און עס זעהט זיך אָן דער יתרון המעלה וואָס עס איז דא בטבע ההתפעלות (שהוא מדות) על טבע וענין הקרירות שהוא עכ"פ צל וענף המתינות המתיחס אל טבע השכל.

און עס איז ניט גלייך די עבודה פרטית פון פעולת המדות צו דער עבודה הפרטית פון חיות המדות. וואָס חיות המדות הייסט שוין מדות שכלים חיים. וואָס די מדות שכלים החיים איז בענינם זיינען זיי העכער, לא מיבעי פון מדות שבשכל, נאָר אויך אפילו פון שכל שבמדות, וואָרום שכל שבמדות איז דער שכל שטייט אין אַ התעלמות אין דער מדה, דערפאַר בעת עס איז דער גילוי השכל קאָן ניט זיין די מדה, און בעת גילוי המדה מוז זיין דער התעלמות השכל, אָבער אין חיות המדות איז די מדה שכל און דער שכל מדה וכחדא אינון.

און דאָס איז דער ענין אַז די אמתע זאַך פון עבודה איז אויף מדות, היינו אין דער עבודה פרטית פון יעדער פאַל האמורים למעלה. אָבער דער ענין פון יגיעה איז אויף מוחין אויף דער ידיעה והשגה טובה, און אויף מוחין אַז עס זאָל זיין ההשפעה והפעולה על המדות.

דער ערשטער צוטרעט צו עבודת השי"ת מוז זיין ובערת הרע מקרבך4, פרעגט זיך דאָ אַ קשיא פון וואַנען ווייס מען אַז ער האָט רע אין זיך. עס איז דאָך פאַראַן אַ כללותדיקער חסרון, דאָס וואָס יעדערער איז ער זיך אַליין שטאַרק גיפעלן און געפינט אין זיך קיין חסרון ניט. און טאָמער פילט ער יע עפּעס אַז באַ אים איז ניט גאָר אַלץ אַזוי ווי עס דאַרף צו זיין, האָט ער דערויף באַ זיך אַליין כמה התנצלות און לימוד זכותן, ביז ער איז בעיני עצמו גאָר אַ בעל מעלה.

איז ווי ווייס מען צי ער האָט רע ביי זיך, אויף דעם שטייט תיסרך רעתך5, דיין אייגענער רע פּייניגט און שטראָפט דיך6. אָט פון דעם וואָס ער זעט רע 203בחבירו, וואָס אויף דעם צווייטן איז אַ חוץ דעם וואָס אויף יענעם האָט ער ניט קיין שום לימוד זכות, אלא אדרבה ער האָט נאָר קושיות און חוב, איז דעם אַנדערנס רע איז באַ אים זייער גרויס און האַרב, און ער רעהט אין דעם ברבים (נגד האמת ווי עס דאַרף זיין להוכיח את חבירו באהבה וחיבה ובחשאי כו' כמ"ש במ"א7) און מדבריו איז ניכר אַז ער איז זיך מצטער על זה, איז באמת איז דאָס זיין אייגענער רע, שזהו פירוש תיסרך רעתך, דיין אייגענער רע. דערפאַר איז פאַראַן מענטשן וואָס זעען ניט קיין רע אין דעם אַנדערן. אָט דאָס וואָס הרב הקדוש מבארדיטשוב נ"ע האָט מלמד זכות געווען אויף אידן איז דאָס ניט קיין ווערטלעך, ער האָט אין יעדערן געזען דעם טוב וואָס אין אים איז.

אין רע איז פאַראַן צוויי אופנים, צוויי מיני רע. פאַראַן אַ רע וואָס מיא מוז אים מדחה זיין, ווי עס שטייט8 צא טמא יקרא לו. מיא דאַרף אים אַרויס וואַרפן ווי אַ אומריינע זאַך, מיא קען פון אים גאָרנישט מאַכן, נאָר דחייתו זהו תקנתו. און פאַראַן אַ רע וואָס שבירתו זהו תקנתו, אַז מיא צוברעכט אים אויף שטיקלעך איז יעמולט פאַראַן אַזעלכע שטיקלעך וואָס אַז מיא זאָל דאָס איבערמאַכן קען מען עס פאַרניצן9.

ועל דרך משל אַז מיא ברענגט אַ כלי צו אַ בעל מלאכה אויף פאַרריכטן קוקט ער גוט אַרום די כלי, אַלע חלקי הטוב און חלקי הרע וואָס אין דער כלי איז, און צו ברעכט זי בכדי פאַנאַנדער טיילן די שלעכטע בעזונדער און די גוטע בעזונדער. דער צוברעכן איז התחלת התיקון, דאָס הייסט דאָס איז אַ התחלת הבירור, איז במילא דער צוברעכן אויך מיט אַ סדר, איז וואָס עס טויג ניט וואַרפט ער גלייך אַרויס, און דאָס וואָס טויג אפילו יע מוז מען דאָס פריער גוט אויסרייניקן, אַראָפּנעמען דאָס וואָס עס איז אָנגעוואקסן, און יעמולט קאָן [מען] דאָס ניצן.

און אַזוי איז אין עבודה אַז די ערשטע זאַך דאַרף זיין דער בעטראַכטן די כלי. דאָס הייסט די התבוננות אין זיך מכח זיך, וואָס טוט זיך מיט אים, און וואָס וועט פון אים זיין, וואָס די התבוננות פועלט אַ חלישות כללי אין די מדות, וכנ"ל ווי די ערשטע וואַסער וואָס האַקט אָפּ לרגע לכל הפחות דעם קאָך פון דעם גרויסן ברען, אָט אַזוי איז די התבוננות מכח עצמו פועלט אַ כלליתדיקע השפעה אויף זיינע מדות אַז ער זאָל קאָנען צו גיין נעהנטער צו די פרטי המדות בעטראַכטן די חלקי הטוב וואָס באַ אים איז פאַראַן און די חלקי הרע.

לאחר דער התבוננות דאַרף זיין די שבירה וכנ"ל אַז די שבירה דאַרף זיין מיט שכל, דאָס הייסט עפ"י דיני התורה. אָבער דאָס מוז זיין בכח דאָס הייסט בתעניתים וסיגופים, הכל לפי ערך ולפי מצבו. והעיקר אַז די חלקי הרע זאָל ער גלייך אַרויסוואַרפן בכח גדול, ווי עס שטייט ובערת הרע מקרבך, אָבער זיין רע, דאָס הייסט אויסראַמען די שלעכטע וואָס ביי זיך איז פאַראַן הן מדות רעות, הן עין רע, הן פה רע, וואָס פאַר אַ אופן רע עס זאָל ניט זיין מוז מען דאָס אויסראַמען אַז בל יראה ובל ימצא.

204אַ שלעכטער מענטש אָדער אַ שלעכטע אויג (ניט קיין פאַרגינער, אַ בעל מקנא) און דער וואָס האָט אַ שלעכטן מויל, אַ ליגנער, אַ בעל רכילות, אַ מענטש וואָס זאָגט חלילה אַ קללה וואָרט, איז די אַלע זאַכן מוז מען עוקר זיין מן השרש. וואָרום פון די שלעכטע זאַכן קען ניט זיין קיין גוטע זאַך. ניין, די אַלע זאַכן מוז מען אַרויסוואַרפן ווי אַ אומריינע זאַך און דאָס איז דער טייטש ובערת הרע מקרבך.

פאַראַן ענינים וואָס זיי זיינען אין ניט גוט, אָבער מיא קאָן זיי מאַכן אַז זיי זאָלן זיין גוט. ועד"מ די גוטע שטיקלעך וואָס דער בעל מלאכה געפינט אין דער כלי, דאָס הייסט די חלקי הטוב, דאַרפמען אַרויסנעמען פון דעם וועלטיקן זומפּ, אויסרייניקן זיך פון דעם וועלטיקן שטויב און בלאָטע וואָס קלייבט זיך צונויף אין משך פון יאָרן ליצנות דברים בטלים וכו', וואָס דאָס איז דער הפרש פון שכל אלקי וואָס אין תורה און מצות איז, צו שכל אנושי.

שכל אנושי האָט לכאורה געדאַרפט ווירקן אויף די מדות פון דעם מענטשן, און באמת אין בפועל ממש זעהען מיר אַז שכל אנושי ווירקט ניט.

עס איז פאַראַן וועלטיקער שכל, דאָס וואָס די וועלט רופט שכל, אַז מיא פרעגט באַ איינעם פאַרוואָס טוסטו אַזוי, פאַרוואָס שערסטו די באָרד, פאַרוואָס פירסטו זיך מיט אַזאַ הנהגה, אין פערשידענע זאַכן, ענטפערט ער וויילע אַזוי טוט די וועלט. דאָס הייסט אַז דער ענטפער זיינער איז, ער ווייס ניט פאַרוואָס ער טוט אַזוי, נאָר די וועלט טוט אַזוי טוט ער אויך אַזוי. און דער אמת איז אַז יענער ווייס אויך ניט פאַרוואָס ער טוט אַזוי, נאָר די אַלע זיינען זיך סומך אויף דעם מנהג העולם. דאָס הייסט אַז די אַלע וואָס טוען אַזוי זיינען זיי ווי גופים אָן אַ קאָפּ. און דאָס איז די סתם וועלטיקע הנהגה אַ גוף אָן אַ קאָפּ.

שכל אנושי איז אַ קאָפּ אָן אַ גוף. שכל אנושי פאַרשטייט אַז מדות רעות, און אהבת עצמו איז ניט גוט. און מדות טובות און אהבת ישראל איז גוט. מדות רעות איז מגונה און מיאוס. מדות טובות איז נאה און שיין. דאָס אַלץ פאַרשטייט שכל אנושי זייער גוט. אָבער די אַלע פאַרשטאַנדן וואָס מיא פאַרשטייט עפ"י שכל זייער גוט, בלייבט דאָס מער ניט ווי אין קאָפ, דאָס הייסט אַז צו דעם פועל ממש איז דאָס ניט נוגע. דעם פאַרשטאַנד ברענגט מען ניט אין לעבן. דאָס רופט מען אַ קאָפּ אָן אַ גוף.

עס איז פאַראַן קראָמען וואָס האַנדלען מיט כלים חדשים. מיט אַנטיק סחורה. אידן זיינען בעלי מדות טובות בטבע תולדתן, ביישנים רחמנים גומלי חסדים10. אָבער אידן זיינען דאָך מפוזר ומפורד בין העמים11, איז הגם די כוונה פנימית אין דעם פיזור איז דאָך לטהר האויר דורך תורה ועבודה, אָבער דערווייל זיינען זיי דאָך במקומות ומדינות שונות, איז פאַראַן עכרורית און עפרוריות פון מנהגי המדינות וואָס עס האָט זיך אָנגעקליבן, און דאָס דאַרפמען מברר זיין. פאַראַן אַ זעלכע זאַכן וואָס מיא מוז זיי דוחה זיין לגמרי, און פאַראַן אַ זעלכע זאַכן וואָס מיא קאָן זיי אויסניצן אין דרכי התורה והמצוה, אָבער אַלע פאַרשטייען קלאָר אַז ניט דאָס אַליין איז דער תכלית פון עבודה, 205דער תכלית פון עבודה איז, דער תיקון און העלאת פון מדות טובות, וואָס איז דורך שכל אלקי, דער שכל פון תורה און מצוות.

דער שכל פון תורה און מצות, זיי ביידע צוזאַמען זיינען אַ קאָפ מיט אַ גוף, שכל אלקי פועלט אויף די מדות אַז די מדות זאָלן זיין עפ"י השכל, און מיט דעם אור פון שכל אלקי דאַרף מען דערלייכטן דעם כללות המהות פון דעם מענטשן, און יעמולט פועלט דער שכל אַ חלישות אין מדות כנ"ל. דער שכל אלקי קילט אָפּ דעם כללותדיקן ברען און קאָך פון מדות, און יעמולט הויבט זיך אָן די עבודה פון שבירת המדות און בירור המדות. וואָס פריער דאַרף מען צו ברעכן, דעם ברעכן דאַרף מען אויך מיט שכל, דאָס הייסט עפ"י התורה. תעניתים וסיגופים דאַרף זיין ווי עפ"י התורה כמ"ש בספרי תיקוני תשובה (באופן שלא יזיק ח"ו לבריאות גופו)12 און אַז מיא צוברעכט, איז דעם רע הגמור כנ"ל דאַרף זיין דער ובערת הרע כנ"ל, און די גוטע וואָס ליגט אין די ניט גוטע דאַרף מען דאָס גוט אויסקלייבן שהוא בירור המדות און אויסרייניקן, און יעמולט קאָן מען פון דעם מאַכן מדות טובות שזהו תיקון המדות, ומאז והלאה הוא בעבודה דפעולת המדות וחיות המדות וכנ"ל.

דאָס אַלץ איז די עבודה דכל השנה, די יגיעה אין ידיעה והשגה, און די עבודה אין פעולת וחיות המדות, אָבער פורים איז די עבודה אין דלא ידעי, דורך שמחת פורים. דאָס הייסט אזוי, אַז דאָס איז אַ דבר ברור, קלאָר פאַר אַלעמען, אַז המן איז ארור און מרדכי איז ברוך, אַלע ווייסן און אַלע דאַרפן וויסן אַז די וואָס שטערן אידן פון מקיים זיין תורה ומצות זיינען ארורים, און די וואָס העלפן אידן צו מקיים זיין תורה ומצות זיינען ברוכים.

פורים איז דאָס, וואָס עס איז גאָר קיין המן ניטאָ, דאָס הייסט אַזוי, הגם עוה"ז הוא עולם היותר שפל שהוא גשמי ורשעים גוברים בו13, והחשך יכסה ארץ14, ורבו המניעות ועיכובים על לימוד התורה ועבודה שבלב וקיום המצוות, אך לאחר כל זה באיי זיך אין חדר דערהערט מען דעם אמת, אַז מיא וויל באמת העלפט השי"ת אַז עס איז ניטאָ קיין מניעות ועיכובים, און דורך שמחת פורים קומט מען צו לא ידעי.

פורים הוא מדרי' גבוה, וכמבואר בתורה אור15, דיום כפורים הוא כפורים16 ששניהם במדריגה אחת, יסוד אבא, ואנו רואים במוחש דביום כפור הנה כל אחד מישראל הוא באופן אחר לגמרי, אָבער מיא איז דאָך ניט אין דעם מדריגת יום כפור וואָס לפני הוי' תטהרו17, אמת אַז עצומו של יום מכפר18, און אַלע אידן שמקיימים מצות יוכ"פ בתענית וסיגופים זיינען אין דער מדריגה פון יום כפור און עס איז אויך די מדריגה פון לפני הוי' תטהרו, אָבער דאָס איז אַלץ אין מדרי' פון נר"ן ח"י. אָבער פורים קאָנען אַלע זיין אין מדריגת פורים בפועל בגופם ממש.

פורים איז דער ענין פון מסירת נפש 206אויף לימוד התורה און קיום המצות, אידן זיינען געווען דעם גאַנצן יאָהר19 אין מסירת נפש אויף דעם קיום פון תורה און מצות.

המן הרשע ימ"ש האָט געוואָלט להשמיד להרג ולאבד את כל היהודים20, המן ימח שמו האָט געוואָלט אויסרייסן יהדות, אידישקייט.

המן הרשע ימ"ש האָט גוט געוואוסט אַז אידישקייט איז מושרש ב"ה באַ אידן און אַז אין דעם זיינען אַלע נער וזקן טף ונשים גלייך, איז ער געפאַלן אויף אַ המצאה און האָט איינגערעדט אחשורוש'ן מאַכן אַ סעודה גדולה, און מכשיל זיין אידן מיט אכילת טריפה21, און יעמולט וועט ער זיי שוין חלילה אַריין נעמען אין זיין רשות.

המן האָט גוט געוואוסט אַז אידן מכשיל זיין אין מאכל טריפה וכו' איז שווער, שטייט אין מדרש22 סעודת ארץ ישראל הראה להם, ער האָט אָנגעהויבן מיט אַ ענין של קדושה, סעודת ארץ ישראל, און מיט דעם האָט ער זיי מכשיל געווען בטריפה וכו', און פון דער סעודה וואָס ער וועט מכשיל זיין די אידן האָט המן הרשע געהאָפט אַז ער וועט זיין בכח גוזר זיין אויף אידן אַז מיא זאָל ניט לערנען קיין תורה און ניט מקיים זיין קיין מצות און אַזוי אַרום האָט המן הרשע ימ"ש געוואָלט הי' לא תהי' אויסרייסן יהדות.

מרדכי היהודי וויסענדיק אַז יעדער גורל פון אַלע אידן און פון אידישקייט איז תלוי אין דעם חינוך פון די קינדערלעך, דער חינוך איז דער יסוד פון בית ישראל און יסוד פון יהדות, האָט ער אַוועקגעגעבן די גאַנצע כחות זיינע צונויפקלייבן קליינע קינדער און האָט מיט זיי געלערנט תורה און דאָס האָט געגעבן אַלע אידן די שטאַרקייט שטיין אַ גאַנץ יאָר אין דעם מסירת נפש פון קיום התורה ומצות, און דורך דעם מסירת נפש האָבן זיי זוכה געווען צו אַ גאולה.

כמו כן איצטער אויך, מיא דאַרף שטיין מיט אַ מסירת נפש אויף לימוד התורה און קיום המצות, מיא טאָר ניט נאָך לאָזן אַ האָר, מיא דאַרף לערנען אותיות התורה און היטן די נקודות, היטן די קדושת התורה, און דאָס איז די עבודה פון פורים, צו קומען צו דעם, אַז קיין המן זאָל גאָר ניט זיין.

שאל רמ"ח שי' שו"ב23 הלא ענין מס"נ יכול להיות בכל השנה, ומהו זה שבפורים דוקא יכולים להיות במדריגה זו.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: פורים הוא ר"ה למסירת נפש, פורים דאַרף מען זיך אָנשעפּן מיט דעם כח פון מס"נ אויף לימוד התורה ווי אונזערע אבות אבותינו האָבן געלערנט, און קיום המצות בקבלת עול מלכות שמים על כל השנה, אַז אַ גאַנצן יאָר זאָל מען ליגן אין דעם אַז די קינדער זאָלן לערנען באַ ערלעכע אידן מלמדים, מיא זאָל לערנען אותיות ונקודות24, און מיא זאָל מאַכן חדרים וואָס מיא לערנט גמרא בהנהגה של 207יראת שמים, יעמולט וועט קיין המנ'ס ניט זיין ונזכה לגאולה.

צו ביסלעך פאַרגעסט מען אפילו דעם אַרום, אפילו די חיצוני' פון אַ אַמאָליקן חסידות'שן פאַרברענגען, אַמאָל פלעגט מען אַליין ברענגען דעם שטיקל אייזן צום שמיד, ער זאָל אים ווייך מאַכן אויפן פייער, און איצטער איז מען אַ מציאות און אַ יש.

יעדערער דאַרף זיך אַליין פרעגן מיט וואָס האַלט מען זיך פאַר אַ מציאות, עס איז דאָך מער ניט ווי יעוז בהוותו25, ער גרויסט זיך מיט זיין אייגענער מציאות.

אָבער אַלע דאַרפן גוט וויסן און געדענקען אַז אויף דעם וואָס מיא האַלט זיך גרויס מיט דעם אייגענעם מציאות שטייט יעוז ל' העזה, עס שטייט ניט יתגאה בהוותו, נאָר עס שטייט יעוז בהוותו.

מתגאה הייסט אַז ער האַלט זיך גרויס וואָס עס איז פאַראַן מיט וואָס צו גרויסן זיך, איינער גרויסט זיך מיט חכמה, ער איז אַ משכיל אַ מבין אַ בעל מדות טובות אָדער אפילו מיט געלט, וואָס דער אמת איז אַז מיט געלט איז זיך גאָר ניט פאַראַן וואָס צו גרויסן זיך, כמאמר26 גלגל החוזר הוא בעולם, עז איז אַ גלגל וואָס דרייט זיך, ווי מיר זעהען במוחש אַז נעכטן איז יענער געווען אַ אָרימאַן און היינט האָט אים השי"ת געהאָלפן און ווערט אַ עושר גדול, און אַזוי איז פאַראַן חלילה פאַרקערט, איז דאָך געלט אַליין קיין זאַך ניט, אָבער ער מיינט אַז דאָס איז יאָ אַ זאַך. און דער אמת איז, אַז אויב מיט געלט טוט מען דאָס וואָס מען דאַרף, איז יעמולט ווערט דאָס אַ זאַך, דער מדרש27 זאָגט לא נברא זהב אלא לצרכי המקדש, איז אַז מען מאַכט אַ מקדש איז דאָס טאַקע אַ זאַך, אָבער גרויסן זיך מיט דעם דאַרף מען ניט.

יעדערער דאַרף זיך אַליין פרעגן מיט וואָס גרויסט מען זיך. יעוז הייסט עזות וחוצפה, וואָס די טבע פון אַ עז פנים איז אַז ער אַליין ווייס גאַנץ גוט, אַז ער איז אַ פוסטע זאַך, נאָר זיין גאַנצער מציאות איז וואָס ער איז מעיז פנים, דאָס איז די טבע פון עזות. היינט אַז עס שטייט יעוז בהוותו, הייסט אַז דער וואָס איז באַ זיך אַ יש מיט זיין מציאות איז דאָס מער ניט ווי עזות.

יעדערער דאַרף זיך אַליין פרעגן מיט וואָס גרויסט מען זיך, ידע אינש בנפשי' ווי מען שטייט אין ידיעת ולימוד התורה, און בפרט שיהי' דברי תורה חקוקים במוחו28, ווי מיא שטייט אין עבודה פון תפלה, וואָס עס טוט זיך מיט זיינע מדות, מיט די מחשבות און דבורים, און אפילו צייטנווייס די מעשים זיינע.

וויסנדיק ווי מען דאַרף זיין הן בהנוגע בתורה ועבודה דתפלה והן בהנוגע במחשבה דיבור ומעשה, און וויסנדיק דעם אמת, ניט גענאַרטערהייט, ווי מיא איז אין די אַלע זאַכן, איז מיט וואָס איז מען באַ זיך אַ מציאות און אַ יש.

עס איז דאָך מער ניט וויילע מיא איז זייער פאַרפּראָסטעט געוואָרן אין די געפילן, עס איז טומפּ געוואָרן דער הרגש האמת, מיא איז אַ ביסל פאַרוואַקסן געוואָרן, עס דער נעמט ניט 208דאָס וואָס דאַרף פאַרנעמען, פאַרוואָס איז מען ניט קובע עתים אויף אַ חשבון, בערעכענען וואָס וועט זיין.

וואָס איז מען פאַר חסידים אַז מען לערנט ניט קיין חסידות29, און מען דאַוונט ניט כדבעי בעבודה פנימית, מיא טראָגט אַ גאַרטל, דאָס איז זייער גוט, הלואי וואָלט געווען אַ חגורה פנימית, אַז מיא זאָל אַרום געגאַרטעלט זיין מיט אותיות פון תורה, ווי מען האָט אַפולע מאָל אין דעם גערעט, אַז מיא זאָל באמת ניט זיין שייך צו וואָס מיא דאַרף ניט.

וואו זיינען די דאָנערשטיקע נעכט, אַמאָל פלעגן חסידים זיצן דאָנערשטיקע נעכט און מען פלעגט טאָן אין לערנען אין עבודה פנימית. וכידוע דיש בזה ב' ענינים, א' ענין התיקון ב' ענין העבודה, איך רייד וועגן דעם ענין העבודה פון דאָנערשטאָג.

אַז מיא איז דאָנערשטאָג געזעסן, און געטאָן מיט זיך, איז דער שבת געווען אַ אַנדערער, שבת פלעגט מען דאַוונען, און אַז עס זאָל זיך דאַוונען איז געווען אַ הכנה לזה דער פאַרן דאַוונען, ניט ווי איצטער אַז די קאַפע איז די הכנה לתפלה.

אַמאָל אַז אין די וואָכעדיקע טעג מאָנטיק אָדער דינסטיק, האָט מען פאַרפעלט דעם ענין העבודה בתפלה, פלעגט שבת זיין דער ענין העבודה דתפלה, נאָר שבת איז דאָס אין אַ העכערן אופן.

עס האָט גימאָגט זיין אַזעלכע וואָס מאָגין זיך פאַרגינען אַז באַ זיי זאָל זיין דער ענין פון להתענג על ה'30. עס איז פאַראַן כמה ענינים בתפלה, להתענג על ה', לחזות בנועם ה'31, לאסתכלא ביקרא דמלכא32, און פשוט דעם ענין פון הקרבת הקרבן, נאָר בכל אופן איז שבת דאָס באופן יותר נעלה.

וואָס קאָן מען מאָנען באַ בעלי בתים אַז די קעפּ זיינען ליידיק. די וואָס זיינען די ראשי העדה זיינען ניט איבערגעגעבן לתורה כנ"ל, און מען איז ניט טועם קיין טעם בהתקשרות דתפלה, וואָס קאָן מען מאָנען באַ בעלי בתים.

אמת, עס איז פאַראַן אַפולע התנצלות פאַרוואָס מען איז ניט קובע עתים ללימוד דא"ח, און מען דאַוונט ניט ווי מען דאַרף. נאָר התנצלות איז אַ ענטפער ח"ו אויף אַ דין ומשפט, אָדער אַז מען מאָנט באַ אים, אָבער באיי זיך אַליין ווייס דאָך יעדערער דעם אמת, אַז עס איז ניטאָ קיין התנצלות, השי"ת זאָל עפענען די צנורי הפרנסה לכלל ישראל, אָבער בכל אופן מוז מען קובע עתים לתורה זיין.

מען דאַרף קובע עתים זיין לתורה און מען דאַרף שלעפּן דעם אַנדערן אין בית מדרש לעתים הקבועים לתורה, פאַרוואָס אַז מען זעט אַז דער אַנדערער טוט אַ עולה אין עניני ממון רעט מען אים אויס, און דעם וואָס איז מער נוגע אים, שרייט ער און רופט אים צום רב אָדער צו מענטשן, און פאַרוואָס אַז מען זעהט אַז דער אַנדערער פירט זיך ניט ווי מיא דאַרף אין ענינים רוחנים אַרט דאָס גאָר ניט. געוויס דאַרף מען יענעם זאָגן נאָר באופן כזה שלא לביישו ח"ו אדרבא עס דאַרף זיך זייער ווייטאָן.

209באמת דאַרף גאָר זיין אַז מען דאַרף זיצנדיק ביי זיך אין חדר גועה בבכי' זיין, וואָס יענער פירט זיך ניט ווי מיא דאַרף.

עס שטייט כי תראה ערום וכיסיתו ומבשרך לא תתעלם (ישעי' נ"ח33), אַז מיא זעהט אַ אידן אַ נאַקעטן אָן ציצית און אָן תפילין, וכסיתו34, ניט אַ מאַך טאָן מיטן האַנט און מבטל זיין מיט אַ יאוש, זאָגנדיק וואָס קען מען טאָן, אָדער געבן אַ קרעכץ און יוצא זיין מיט דעם קרעכץ.

ניין, מיט יאוש און מיט קרעכצעניש מאַכט מען גאָר ניט, און ניט דאָס איז די כוונה העליונה, נאָר וכסיתו דו דאַרפסט אים צודעקן, דו דאַרפסט אים אָנטאָן ציצית און תפילין35.

עס זיינען פאַראַן מענטשן וואָס אויף יענעם דערזעהען זיי באַלד אַלע פעלערן, און מיא געפינט ניט קיין צד זכות און סבה, מיא גיט גאָר ניט אָפּ קיין אַכט אויף פאַרטראַכטן זיך וואָס זיינען די סיבות פאַרוואָס יענער שטייט ר"ל אין אַזאַ שלעכטן ביטערן צושטאַנד אין אידישקייט, פאַרוואָס טראָגט ער קיין ציצית ניט, פאַרוואָס לייגט ער ר"ל קיין תפילין ניט, וואָס זיינען די סיבות וואָס האָבן אים אַזוי ווייט פאַרשלעפּט, און אָפּגעבראָכן ח"ו פון מקיים זיין מצות.

מיא וויל גאָר ניט טראַכטען אין דעם און דאָס זאָגט דער פסוק ווייטער ומבשרך לא תתעלם, אַז ווען דיך אַרט ניט דער אַנדערער זאָלסטו זיך ניט נאַרן און מיינען אַז מער ניט ווי דער אַנדערער אַרט דיך ניט, וויילע דאָס איז דער אַנדערער, ניין, אויב דיר אַרט ניט דער אַנדערער איז אַ סימן אַז דו אַרסט זיך אַליין אויך ניט, איז במילא אַז מיא זעהט איינעם אַ נאַקעטן ר"ל פון ציצית און תפילין איז דאָס ניט נוגע, עס אַרט ניט, און אַז עס אַרט ניט איז דאַן ווערט אַ יאוש און מיא איז יוצא מיט אַ קרעכץ.

און דאָס איז כי תראה ערום, אַז מיא זעט אַ נאַקעטן ר"ל פון תורה ומצות איז דיין חוב, וכסיתו, דו זאָלסט אים אָנטאָן אין לבושים פון תורה ומצות. די זאַך דאַרף דיר שטאַרק נוגע זיין. און דו דאַרפסט אין דעם טראַכטן, וויסן די סבות וועלכע האָבן גורם געווען אַז יענער איז געוואָרן אַזוי נאַקעט, און זוכן עצות טובות מיט רחמנות אהבה וקירוב ווי אַזוי מיט דעם אויבערשטנס הילף ברענגען אים צוריק אין דרכי התורה והמצות.

און אויב דיר אַרט ניט דער אַנדערער איז די סיבה אויף דעם ווייל דו אַליין ביסט ניט ווי מען דאַרף זיין, און דו דאַרפסט זוכן די פעלערן אין זיך אַליין, און דאָס איז ומבשרך לא תתעלם, און אַז דיר וועט אַרן זיך אַליין פאַרבעסערן אין דרכי התורה והמצוה, וועט דיך אַרן דער אַנדערער אויך, און דו וועסט טאָן דעם אַנדערן אויך אַ טובה אין אידישקייט.

יונגעלייט האָבן געדאַרפט מאַכן אַ חברה מלביש ערומים, אָנטאָן דעם יוגענד ציצית און תפילין, יעדער יונגער מאַן דאַרף ווירקן אויף זיין סביבה און 210זיין חברותא, אַז מיא זאָל ווערן נעענטער צו דרכי התורה והמצוה.

עס איז שווער און ביטער צו זאָגן, אָבער מען מוז זאָגן און עס איז אַ חוב מפרסם זיין ברבים, ריידן אין אַלע גאַסן אין אַלע שטעט און ערטער, אַז די סבה פון די עניות און דוחק הפרנסה וואָס אין דעם דור איז, איז דאָס מחמת חילול שבת. מען זעט במוחש אַז מיא איז מחלל שבת ווערט גאָר נישט פון די געלט, עס דוכט זיך אַז עס איז אַ קריזיס וכדומה כו'. אָבער דער אמת איז אַז דער חילול שבת פּאַטערט אַוועק די פרנסה, און ברענגט ח"ו עניות ר"ל.

מען דאַרף מיט אַ שעה פאַר ליכט צינדן ווערן פריי פון אַלע עסקים, און עס זאָל ווערן שבת אין קראָם, אין געשעפט, און אין שטוב. דער שבת ברענגט שלום בית, אידישע קינדער, באַ די קינדער ווערט דער עונג שבת איינגעוואָרצלט אין קאָפּ און אין האַרצן. שבת ברענגט ברכה והצלחה און דער שבת דאַרף זיין שבת לד'35, מערער לערנען און מערער דאַוונען. ניט אַוועק לייגן זיך שלאָפן. אויף יעדער אידן און אידענע ליגט אַ חוב לקדש את השבת און טאָן אין דעם אויף ווירקן אויף דעם אַנדערן אויך אַז ער זאָל היטן דעם הייליקן שבת. יעדערער אָן חילוק צי ער איז אַ למדן, אָדער אַ געוויינליכער איד איז מחויב צו ריידן מיט זיינע בעקאַנטע און ניט בעקאַנטע, אַז מיא זאָל זיין שומרי שבת כהלכתו.

כל ישראל אחים36, אַלע אידן זאָלן געזונט זיין איז ווי איין משפחה. אהבת ישראל איז אַ מצות עשה37, באַ יעדער אידן דאַרף זיין טייער דער אַנדער איד ווי אַ אייגענער פאָטער און מוטער, און ווי אַ אייגענער קינד. און שמירת שבת קדש איז נוגע צו דער הצלחה גשמיית פון כלל ישראל. אַז מיא וועט היטן שבת קדש וועט השי"ת עפענען די צנורי השפעה לכלל ישראל, און זיי וועלן זיין געבענטשט בכל טוב.

מיא דאַרף צו גיין צו אַ אידן, און מיא דאַרף אים זאָגן, דו ווילסט ניט זיין קיין אָרימאַן, ח"ו, איך וויל אויך ניט אַז דו זאָלסט ח"ו זיין אַ אָרימאַן, היט שבת קדש, וועט דיר השי"ת העלפן אַז דאָס וואָס דו האָסט אָנגעקליבן וועט באַ דיר זיין גאַנץ. דו ווייסט דאָך אַז דאָס איז אַ קיילעכדיקע זאַך, און אַ קיילעכדיקע זאַך דאַרפמען שטאַרק היטן, ווי קאָן זיך אַ מענטש היטן, היטן דאַרף השי"ת, היט שבת קדש, וועט השי"ת היטן דיך און דיינע בני בית מיט דיינע גוטס, און וועט דיר געבן שפע ברכה.

די גרינגע לופטיקע מענטשן האָבן אַ כללות'דיקן ענטפער וואָס זאָל מען טאָן, איר אַליין ווייסט וואָס פאַר אַ צייט איז איצטער, מיא מוז, אויב היטן שבת איז ניטאָ קיין פרנסה, דאַרפמען אים געבן צו פאַרשטיין אַז ער איז גינאַרט, און מיא דאַרף האָבן בטחון בהשי"ת הזן ומפרנס ונותן לחם לכל בשר38, און באַווייזן אים, אַז אין גינאַרטע זאַכן גלויבט ער און פאַרלאָזט זיך אויף דעם, און דאָס וואָס איז באמת זיכער און קלאָר, איז וויל ער ניט וויסן.

אַלע ווייסן אַז קיין בטוח איז קיין 211בטוח ניט. דו ווייסט אַליין גאַנץ גוט עס איז געווען גרויסע גבירים, ערלעכע מענטשן מיט אַ אמת, גרויסע באַנקן זייער רייכע, און אַז עס איז געקומען ר"ל אַ ביטערע צייט, אַ מלחמה, אָדער אַ אַנדער אומגליק ר"ל, איז אויס בטוחים, ניטאָ קיין גבירים ח"ו צו קראָכן, צו שוואומען די קאַפּיטאַלן, פונדעסטוועגן דיינע פּאָר רובל וואָס השי"ת האָט דיר געגעבן להצלחה האַלסטו ווייטער באַ די זעלביקע בטוחים, דו גלויבסט. און אין השי"ת וואָס ער האָט זיך ניט פּראָטעסטירט, און וועט זיך ניט פּראָטעסטירן, איז פאַרוואָס גלויבסטו אים ניט אַז ער וועט געבן פרנסה אַז מיא וועט היטן שבת, און קובע זיין עתים לתורה.

צעירי אגודת ישראל, דער חסרון אין אייך איז, וואָס איר מיינט אַז איר זייט נאָך אַלץ צעירים, במילא פאַר צעירים איז דאָס גענוג. פאַר אַ קינד איז זיין שכל גענוג, נאָר מיא דאַרף וואַקסן, איר זייט שוין ב"ה מענטשן אויסגעוואַקסענע מיא דאַרף לערנען און מיא דאַרף שטייגן אין יראת שמים.

שאל השואל: מה החילוק בין חנוכה לפורים, הלא גם בחנוכה הי' מס"נ.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א, בודאי שיש חילוק ביניהם, נאָר אַרויסגעבן אין וואָס דער חילוק איז, איז אין השגה אַליין גיט זעך דאָס ניט אַרויס. והמשל בזה אַז איינער קומט צו אַ מבין פרעגן אויף פּערל, וואָס איז דער אונטערשייד פון דעם מרגלית ביז דעם אַנדערן, איז אַז ער האָט די פּערל ווייזט מען אים דאָס איז אַזאַ פּערל און דאָס איז אַזאַ, וואָס די הבחנה איז דאָך אַ הבחנת השכל, אבל היא מתלבשת בראיית העינים, איז אַז ער האָט די פּערל און די אַנדערע פּערל קאָן מען עם געבן צו פאַרשטיין דעם אונטערשייד פון איין פּערל ביז דער צווייטער, אָבער אַז ער האָט ניט די פּערל און ער זעט ניט די פּערל, קען מען אים ניט אַרויסגעבן דעם חילוק פון די פּערל.

פורים איז וקבל היהודים את אשר החלו לעשות39, דאָס איז דער בכן פון פורים, שטיין שטייט וקבל לשון יחיד, היהודים את אשר החלו כו' לשון רבים, לכאורה האָט געדאַרפט שטיין וקבלו לשון רבים, פאַרוואָס שטייט וקבל לשון יחיד. תורה האָבן גענומען אַלע אידן, און מקיים זיין דאַרף יעדער איינצלטער, און דאָס גיט אַ כח אין דעם גאַנצן כלל ישראל, אין געזונט און פרנסה טובה.

דער פירוש הפשוט פון וקבל היהודים את אשר החלו לעשות אין טאָג טעגלעכן לעבן בפועל ממש איז אַזוי, החלו לעשות, החלו הייסט לשון חול וחולין, וואָכעדיק. דאָס הייטס אַז די זאַכן וואָס זיי האָבן געמאַכט חולין, און מיא האָט אין דעם פוגם געווען, קבלו עליהם לעשות, צו פאַרריכטן40 און פאַרריכט דורך מסירת נפש, וזכו לגאולה.

השי"ת זאָל געבן אידן די שטאַרקייט מנצח זיין די המן'ס, וכל קרני רשעים יגדע ותרממנה קרנות צדיק41, כמ"ש42 ועמך כולם צדיקים, ונזכה לגאולה שלמה בב"א.

הערות

עמוד 201

  1. 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשכד, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
  2. 2. מגילה ז, ב.
  3. 3. ראה המשך תרס"ו ע' יג ואילך. ובכ"מ.

עמוד 202

  1. 4. ראה יג, ו. שופטים יז, ז. ועוד.
  2. 5. משלי ב, יט.
  3. 6. ראה דרך חיים ע' 54. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 106.

עמוד 203

  1. 7. ראה שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ו ס"ח.
  2. 8. ראה ישעי' ל, כב. שבת פב, אב. תנחומא תצא ג. ועוד.
  3. 9. ראה סהמ"צ להצ"צ קצ, א. סה"מ עת"ר ע' קד. תרפ"ד ע' קיג. לקוטי שיחות חלק טז ע' 413. ובכ"מ.

עמוד 204

  1. 10. יבמות עט, א.
  2. 11. אסתר ג, ח.

עמוד 205

  1. 12. ראה אגה"ת פ"ג.
  2. 13. "כמ"ש בע"ח שער מ"ב [שער דרושי אבי"ע] סוף פ"ד" — תניא פ"ו (י, סע"ב ואילך). פכ"ד (ל, א).
  3. 14. ישעי' ס, ב.
  4. 15. צה, סע"ד ואילך. קכא, אב.
  5. 16. תקוני זהר תכ"א (נז, ב).
  6. 17. אחרי טז, ל.
  7. 18. ראה רמב"ם הל' תשובה פ"א ה"גד.

עמוד 206

  1. 19. ראה תו"א מג"א צז, א. שערי אורה צ, ב. סה"מ עטר"ת ע' שו. תרפ"א ע' קצא. לעיל ע' 14 הערה 27.
  2. 20. אסתר ג, יג.
  3. 21. ראה מגילה יב, א. שהש"ר פ"ז, ח.
  4. 22. אסת"ר פ"ב, א.
  5. 23. ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה לעיל ע' 41. וש"נ.
  6. 24. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.

עמוד 207

  1. 25. תהלים נב, ט.
  2. 26. שבת קנא, ב. וראה לעיל ע' 40.
  3. 27. ב"ר פט"ז, ב. שמו"ר רפל"ה.
  4. 28. ראה לקו"ת ס"פ קדושים (ל, ד).

עמוד 208

  1. 29. ראה גם אגרותקודש ח"א ע' רמז. ח"ב ע' כא.
  2. 30. ע"פ תהלים לז, ד.
  3. 31. תהלים כז, ד.
  4. 32. ראה זהר ח"ב רמז, ב. ח"א קצט, א לח, ב. ח"ג יג, א. לקו"ת שה"ש מא, ד. סה"מ תרפ"ט ע' 165.

עמוד 209

  1. 33. פסוק ז.
  2. 34. באגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א (ח"א ע' עז) מעתיק קטע משיחה זו, ומוסיף: והוא ע"פ תדבא"ר פ"ז וז"ל כי תראה ערום וכסיתו כיצד אלא אם ראית אדם שאין בו ד"ת הכניסהו לביתך ולמדהו ק"ש ותפלה ולמדהו פסוק א' בכ"י או הלכה א' וזרזהו במצות לפי שאין לך ערום בישראל אלא מי שאין בו תומ"צ והוא דומה למי שהוא ערום.
  3. 35. ראה גם סד"ה אז יבקע תרצ"ד (סה"מ קונטרסים ח"ב שז, ב).

עמוד 210

  1. 35. יתרו כ, י.
  2. 36. במדב"ר פ"ט, יא. תנחומא נשא א.
  3. 37. קדושים יט, יח. רמב"ם הל' דעות פ"ו ה"ג. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ו ס"ה.
  4. 38. תהלים קלו, כה.

עמוד 211

  1. 39. אסתר ט, כג.
  2. 40. ראה רש"י לב"ר פי"א, ו. לקו"ת שלח לח, ב. ובכ"מ.
  3. 41. ע"פ תהלים עה, יא.
  4. 42. ישעי' ס, כא.

מצוטט ב־5 עמודים

תורת מנחם 4
  1. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת י"ט כסלו ה'תשי"א סה"ש תרצ"א ע' 209
  2. לז - שנת תשכ"ג - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ג סה"ש תרצ"א ע' 208
  3. לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת* יום ב' דראש השנה, ה'תשכ"ב סה"ש תרצ"א ע' 203
  4. סא - שנת תש"ל - חלק רביעי ‹ שיחת ש"פ דברים, שבת חזון, וא"ו מנחם-אב, ה'תש"ל סה"ש תרצ"א ע' 203
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ו ‹ אחרון של פסח, תרפ"ו ‹ 106 ספר השיחות תרצ"א ע' 202