106
"ושאר ישוב בנך"13, וויבאַלד עס איז פאַראַן איין איד וואָס לערנט און דאַוונט, האָבן זיי נאָך ניט אָנגעהויבן צו טאָן. ובפרט אַז עס איז פאַראַן אַ פולע אידן וואָס לערנען און דאַוונען.
נאָר פון איין זייט ווערט ניט גוט וואָס דער מיטעלער רבי שרייבט14 אויף דעם פסוק15 תיסרך רעתך אַז פון ריבוי מח"ז ווערט אַ מנגד, איז עפעס פּאמענטנע עס זאָל זיין אַזוי פיל מח"ז באַ אידן אַז זאָל זיין אַ מנגד.
ד. אויף איינע פון די שאלות וואָס מען האָט געפרעגט דעם אלטן רבי'ן (בהיותו במאסר) האָט ער זיך פאַנאַנדער געלאַכט16. דאָס איז אַז מען קריכט גאָר אַריין אין די געדיכטע, דאָ דאַרף זיין דער אל תען כו'17.
דאָס איז שוין צו די וואָס זיינען שייך צו ענטפערן, נאָר אַזוי בכלל דאַרף זיין דער "אל תען", אויב ער קריכט אַריין — יע ענטפערן איז ישקני, דאָס איז שוין די השכלה פון דעם, נאָר מיט אַ רוחב הפה און מיט אַ כוסף הלב אָט ווי אַ בעל חוב קומט מאָנען וואָס עס קומט גאָרניט, איז איינס פון די ביידע: אָדער געבן טריעריע, אויס פּאַצען, עם אַרויס פירן פון שטוב, אָדער גאָרניט ענטפערן.
ה. ווען מען וואָלט וועלן השגה וואָלט מען איצט אַראָפּלאָזן משה מיט אהרן, מיר זיינען נשמות פון עקבתא דמשיחא, מיר זיינען פּיאַטעס פון עקבתא דמשיחא, דאַרפן מיר טאָן די זאַך פון אַ פּיאַטע.
כ"ק אדמו"ר סיפר מאחד שהי' חולה והכירו הרופאים פיאטנע בהעקב שלו, וחששו מאד למחלתו שזה הי' נוגע במוח הדעת, יכול להיות כמו כל האדם אך שיכול להיות סילוק מוח הדעת, אך בעזרת השם קם ממחלתו ב"א.
אַמאָל אַ פּיאַטע איז נוגע אין קאָפּ, אַ פּיאַטע קען גיין אין בלאָטע, אויפן פנים אַז עס ווערט אַ פלעק איז ניט שיין, נאָר אויף אַ פּיאַטע שאַט ניט, נאָר מען דאַרף זען אַז די פּיאַטע זאָל זיין אַ ריינע וועט ממילא ווערן גוט אין קאָפּ.
עבודה ע"פ השגה איז דאָך אַז איך פאַרשטיי דערנאָך טו איך. נאָר די זאַך פון חסידות איז ניט אַזוי, מען זאָל פאַרשטיין און נאָכדעם טאָן נאָר מען דאַרף טאָן, און אַז מען טוט העלפט דער אויבערשטער אַז מען פאַרשטייט וואָס מען טוט.
דער טאַטע האָט געזאָגט אַז די עובדים זיינען מער משיגים פון די בעלי השגה וואָס זיי מיינען אַז זיי זיינען משיגים.
הערות
- 13. ישעי' ז, ג ובפרש"י. סנהדרין קד, א ובפרש"י.
- 14. ראה דרך חיים ע' 54. מאמרי אדמו"ר האמצעי — קונטרסים ע' רמז. וש"נ. וראה גם שיחת: ליל א' דשמח"ת תרפ"ז (לקמן ע' 113); ספר השיחות תרצ"א ע' 202.
- 15. ירמי' ב, יט.
- 16. ראה בית רבי חלק א פרק יח.
- 17. משלי כו, ד.
מצוטט ב־3 עמודים
תורת מנחם 2
- א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. שיחת ח"י אלול ה'שי"ת סה"ש תרפ"ו ע' 106
- מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ז סה"ש תרפ"ו ע' 106
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ פורים תרצ"א ‹ 202 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 106
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

