אחרון של פסח, תרפ"ו

104אחרון של פסח, תרפ"ו*

א. אדמו"ר הצ"צ נ"ע שלח את בנו אדמו"ר מהר"ש עם. . . לפּעטערבורג וצוה להם שיסתכלו בהדרך — זיי זאָלן זיך אַרום קוקן — ובבואם על גשר "טראיצק" ראו איש אחד מיחד יחודים,

ואמר כ"ק אדמו"ר: אדמו"ר הצ"צ האָט געוואוסט וואו זיי זיינען, און דער זיידע1 האָט געוואוסט וואו צו קוקן.

דעם אויבערשטן איז גוט ער קוקט דאָך מלמעלמ"ט און ווי אין פנימיות איז, און בפרט אַז עס איז דאָך מלא כל הארץ כבודו1, און אין פנימיות איז יעדערער גוט, און קוקענדיק אויף דעם צווייטן איז נאָך אויך נשקשה וואָרום יענעם דאַרף מען רעכענען אַז ער איז כדבעי למהוי, נאָר קוקענדיק אויף זיך — ווי יעדערער ווייס דאָך נגעי לבבו — און פון זיך קען מען פאַרשטיין אויף דעם צווייטן אַז דער אַנדערער האָט אויך פּעקלאך אָט דאָ ווערט ניט גוט, נאָר בכלל אידן [זיינען] אַ גישמאַקע זאַך.

ב. כשישבו אצל השולחן אמר כ"ק אדמו"ר שנמצא בהמכתבים2 שקנה אותם רש"ג3, שאצל הבעש"ט הי' נהוג קידוש באחרון של פסח4, ואחריו התנהג כן הרב המגיד וגם אדמו"ר הזקן בשנים הראשונות התנהג עד שנת תקנ"ו שמאז התחיל התחלה פון חסידות, דאָס הייסט חסידות אין השגה.

סיפר אחד שבמקומם אצל החסידים דפולין ג"כ נהוג הקידוש והוא נמשך עד השעה השמינית בלילה.

ואמר כ"ק אדמו"ר: מער ניט ביז אַכט 105אַזייגער באיי דער נאַכט? דעם בעש"ט'ס קידוש איז דאָך אַ קידוש ביז איבער אַ יאָר ערב ר"ה, וואָרום וואָס איז דעם בעש"ט'ס קידוש, אויף לקדש את העולם.

דער אלשיך איז גאָר אַ פשטן, רעדט ער דעם גאַנצן סדר פון פסח ווי דאָס איז אין עבודה אין כחות הנפש זאָגט ער אויך אַז דער קידוש פון פסח איז ניט גלייך צו דעם קידוש פון אַ גאַנץ יאָר פון שבתות ויו"ט.

נאָר דעם בעש"ט'ס קידוש איז אויף לקדש את העולם, ווי עס שטייט פאַרשריבן בכתבי הצ"צ5 אַז אַ נדר איז ניט חל עד שיתפס בדבר הנדור6 והאידנא איז חל בכל דבר, וה"מ לאחר התגלות הבעש"ט בעולם, ווייל דער בעש"ט האָט מקדש געווען את העולם דערפאַר קען שטיין דעם בעש"ט'ס קידוש ביז איבער אַ יאָר.

דער צ"צ פאַרגינט זיך צו זאָגן אויף דעם פסוק7 "איש כי תשטה אשתו", טייטשט ער אַזוי, "איש" איז עצם הנשמה "כי תשטה" איז הארת הנשמה המלובשת בגוף, וואָס תכלית העבודה איז עבודה בפנימי', "ומעלה בו מעל" — אַז ער וויל נעמען אלקות אין השגה, ער וויל פאַרשטיין די טעמי המצות, "ונסתרה גו' והיא לא נטמאה"8 — איז אויף דערויף פאַראַן אַ דין ומשפט צי פון אַ ריבוי חקירות איז ער ניט אַריינגעפאַלן אין שכל אנושי.

ג. יש בכתבי מהר"ש בד"ה "מים רבים"9 אַז ניט די כוונה איז אַז מען זאָל ניט זיין אין עסק, נאָר זיין אין עסק, נאָר מען זאָל וויסן אַז דער עסק איז אַ ציווי הוי' דאָס הייסט צוותא וחיבור10 צו שם הוי'.

אַז אַ איד וואָלט וויסן וואָס טוט זיך אָפּ דורך זיינע אַ פּעולה טובה אָדער אַ מחשבה טובה וואָס גאַנץ סדר השתל' וואַרט אויף דעם, פרצוף הראשון דא"ק האָט דאָס קיין מאָל ניט משיג געווען, ער האָט דאָס ניט געהאַט און ער וועט דאָס ניט האָבן.

עס דאַרף ניט פאַראַרן וואָס מ'האָט פאַרמאַכט אַ שול אַ ישיבה, דאָס דאַרף זיין נוגע צו די גדולים, גדולי ישראל, איך בין מחויב פאַרענטפערן דעם אויבערשטן? דאָס איז העלם העצמי דא"ס, איך דאַרף זיך פאַרענטפערן פאַר טיטוס'ן וואָס גידר כו'11?

נאָר אויב אַז עס ווערט איינג אין קאָפּ מחמת דעם הסתר פון גוף דאַרף מען זיך דערמאָנען אויף די אַמאָליקע צייטן אַז עס איז געווען גוט אויך.

בשעת אחז — וואָס "למה נקרא שמו אחז שאחז (סגר) בתי כנסיות ובתי מדרשות" כמ"ש בגמרא ומדרש12 — האָט געזאָגט "אם אין קטנים אין גדולים אם אין גדולים אין תלמידים וכו'"12, האָט דער אויבערשטער געענטפערט 106"ושאר ישוב בנך"13, וויבאַלד עס איז פאַראַן איין איד וואָס לערנט און דאַוונט, האָבן זיי נאָך ניט אָנגעהויבן צו טאָן. ובפרט אַז עס איז פאַראַן אַ פולע אידן וואָס לערנען און דאַוונען.

נאָר פון איין זייט ווערט ניט גוט וואָס דער מיטעלער רבי שרייבט14 אויף דעם פסוק15 תיסרך רעתך אַז פון ריבוי מח"ז ווערט אַ מנגד, איז עפעס פּאמענטנע עס זאָל זיין אַזוי פיל מח"ז באַ אידן אַז זאָל זיין אַ מנגד.

ד. אויף איינע פון די שאלות וואָס מען האָט געפרעגט דעם אלטן רבי'ן (בהיותו במאסר) האָט ער זיך פאַנאַנדער געלאַכט16. דאָס איז אַז מען קריכט גאָר אַריין אין די געדיכטע, דאָ דאַרף זיין דער אל תען כו'17.

דאָס איז שוין צו די וואָס זיינען שייך צו ענטפערן, נאָר אַזוי בכלל דאַרף זיין דער "אל תען", אויב ער קריכט אַריין — יע ענטפערן איז ישקני, דאָס איז שוין די השכלה פון דעם, נאָר מיט אַ רוחב הפה און מיט אַ כוסף הלב אָט ווי אַ בעל חוב קומט מאָנען וואָס עס קומט גאָרניט, איז איינס פון די ביידע: אָדער געבן טריעריע, אויס פּאַצען, עם אַרויס פירן פון שטוב, אָדער גאָרניט ענטפערן.

ה. ווען מען וואָלט וועלן השגה וואָלט מען איצט אַראָפּלאָזן משה מיט אהרן, מיר זיינען נשמות פון עקבתא דמשיחא, מיר זיינען פּיאַטעס פון עקבתא דמשיחא, דאַרפן מיר טאָן די זאַך פון אַ פּיאַטע.

כ"ק אדמו"ר סיפר מאחד שהי' חולה והכירו הרופאים פיאטנע בהעקב שלו, וחששו מאד למחלתו שזה הי' נוגע במוח הדעת, יכול להיות כמו כל האדם אך שיכול להיות סילוק מוח הדעת, אך בעזרת השם קם ממחלתו ב"א.

אַמאָל אַ פּיאַטע איז נוגע אין קאָפּ, אַ פּיאַטע קען גיין אין בלאָטע, אויפן פנים אַז עס ווערט אַ פלעק איז ניט שיין, נאָר אויף אַ פּיאַטע שאַט ניט, נאָר מען דאַרף זען אַז די פּיאַטע זאָל זיין אַ ריינע וועט ממילא ווערן גוט אין קאָפּ.

עבודה ע"פ השגה איז דאָך אַז איך פאַרשטיי דערנאָך טו איך. נאָר די זאַך פון חסידות איז ניט אַזוי, מען זאָל פאַרשטיין און נאָכדעם טאָן נאָר מען דאַרף טאָן, און אַז מען טוט העלפט דער אויבערשטער אַז מען פאַרשטייט וואָס מען טוט.

דער טאַטע האָט געזאָגט אַז די עובדים זיינען מער משיגים פון די בעלי השגה וואָס זיי מיינען אַז זיי זיינען משיגים.

הערות

עמוד 104

  1. *. בהעתקה אחרת: תרפ"ג.
  2. 1. אדמו"ר מהר"ש.
  3. 1. ישעי' ו, ג.
  4. 2. "הגניזה החרסונית" — ראה "התמים" חוברת א ע' ט [ו, א] ואילך. אגרותקודש ח"י ע' שעה ואילך. "סקירה ע"ד הגניזה החרסונית" בהוספות לאגרותקודש אדמו"ר הזקן (קה"ת, תש"מ) ע' תסט ואילך.
  5. 3. ר' שמואל ב"ר שניאור זלמן גורארי'. מה"יושבים" אצל אדמו"ר מהר"ש, ואח"כ נצטווה ממנו להתעסק במסחר. מחסידי אדמו"ר מהורש"ב ואדמו"ר מהוריי"צ. נפטר בחודש אד"ר תרפ"א.
  6. 4. ראה מכתב (מ"הגניזה החרסונית") ששלח הרב המגיד להר"ר דוד ממיקאלאיוב (יום ג' שלח תקכ"א) — "התמים" חוברת ו ע' ל [רפב, ב]: בטח זוכר כ"ק הדבורים הק' שיצאו מפה קדוש רבנו הגדול והק' רשכבה"ג מו"ר הבעש"ט נבג"מ ביום אחרון של פסח בעת שאכל שלוש סעודות כמנהגו הק' שביום אחרון של פסח אכל ג' סעודות בכל שנה ובשנת תק"ך עמד כ"ק י"נ אצל השלחן הק' והוא מו"ר נ"ע נתן טעם על מנהגו הק' לאכול ג' סעודות ירשום נא כ"ק כל הדבורים הק' וישלח אלי כי נחוץ לי מאוד. וראה "היום יום" כב ניסן: סעודת אחרון של פסח היתה נקראת — אצל הבעש"ט — משיח'ס סעודה. וראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 140. וש"נ. שם ע' 236. וש"נ.

עמוד 105

  1. 5. ראה סהמ"צ להצ"צ מצות נדרים מב, סע"ב ואילך. מד, א.
  2. 6. ראה נדרים יד, א.
  3. 7. נשא ה, יב.
  4. 8. נשא שם, יגיד.
  5. 9. תרל"ו פרק א. וראה שם פרק עה.
  6. 10. מצוה מלשון צוותא וחיבור — ראה לקו"ת בחוקותי מה, ג. סה"מ תרח"ץ ע' נב. וש"נ.
  7. 11. גיטין נו, ב.
  8. 12. ירושלמי סנהדרין פ"י ה"ב. ב"ר פמ"ב, ב. ויק"ר פי"א, ז. פתיחתא דאסת"ר יא. וראה תדא"ז פ"ט.

עמוד 106

  1. 13. ישעי' ז, ג ובפרש"י. סנהדרין קד, א ובפרש"י.
  2. 14. ראה דרך חיים ע' 54. מאמרי אדמו"ר האמצעי — קונטרסים ע' רמז. וש"נ. וראה גם שיחת: ליל א' דשמח"ת תרפ"ז (לקמן ע' 113); ספר השיחות תרצ"א ע' 202.
  3. 15. ירמי' ב, יט.
  4. 16. ראה בית רבי חלק א פרק יח.
  5. 17. משלי כו, ד.

מצוטט ב־6 עמודים

תורת מנחם 2
  1. א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. שיחת ח"י אלול ה'שי"ת סה"ש תרפ"ו ע' 106
  2. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ז סה"ש תרפ"ו ע' 106
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 2
  1. הוספות ‹ רמח ספר השיחות תרפ"ו ע' 104
  2. הוספות ‹ רסב ספר השיחות תרפ"ו ע' 104
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ פורים תרצ"א ‹ 202 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 106
  2. תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ ב' דחוהמ"פ. רצ"א ריגא. ‹ 213 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 105