י"ט כסלו תרצ"א
ליל א'
דער רבי2 האָט געהאַט מסירת נפש אויף דעם כלל ישראל3, אַז דער כלל ישראל זאָל שטייגן העכער, ער איז געווען אַ דורש טוב לכל אחד מישראל ער האָט געקוקט מיט אַ עין טובה אויף יעדערן, און האָט געזוכט דעם גרעסטן לימוד זכות אויף יעדערן.
דעם רבי'נס מסירת נפש איז געווען ניט נאָר בכח נאָר מסירת נפש בפועל, מס"נ בכח איז אַז מיא איז ביי זיך אויפן אָרט און מיא איז זיך עוסק בתורה ועבודה ובתפלה לד' שיאיר ויפקח עיני האנשים לראות ולהכיר את האמת ואשר ישלח רוח ממרום לעורר לבות בני אדם להתקרב לדרכי העבודה, וואָס אַזוי איז געווען אין כמה זמנים אַז בעזה"י אידישע הערצער זיינען געוואָרן וואַרעמער און אופגילעבט בדרך התעוררות מלמעלה, וואָס דאָס איז געווען בהתעוררות רחמים של הצדיקים ותפלתם במס"נ בתעצומות עוז קדש הקדשים.
אָבער מסירת נפש בפועל הוא מה שהצדיק מניח את עצמו לגמרי מכל וכל, וכל התעסקותו הוא להאיר אור בדרך משפיע ומקבל והיינו להכניס את עצמו בכל פרטי המקבל לפי"ע ומצבו של התלמיד ולאו דוקא כשהוא מקבל היינו בעל כשרון אלא דכל ההתעסקות שלו לעשותו למקבל, און מאַכן אַ מקבל איז דאָס נאָר דורך דעם מסירת נפש פון משפיע, דאָס הייסט מסירת נפש פון משפיע מאַכט אַ מקבל.
און דאָס איז איינע פון די טעמים וואָס באַ חסידים האָט מען ניט געזוכט קיין בעלי כשרונות, דאָס הייסט מיא האָט ניט געשטעלט קיין תנאים מוגבלים פון גוטע חושים דוקא און גוטע קעפּ, דער עיקר איז גיווען אַז מיא זאָל זיין אַ בעל עבודה, יעדערער לפי כחו און דאָס איז געווען דעם רבינס שיטה, מאַכן מקבלים אָן אַ חילוק צי יענער איז אַ בעל חושים וכשרונות מופלאים או בינונים אָדער גאָר פשוטע חושים.
מיר ווייסן אַז דער רבי איז געווען אַ מסודר, ער איז געווען אַ מופלא אויך אין דעם ענין פון סדר, אַלץ איז באַ אים געווען מסודר, אַ סדר פון תורה ועבודה, אַ סדר אין תלמידים בעלי מוחין בעלי מדות, רבנים, שוחטים, מלמדים, בעלי עסקים ואברכים הסמוכים על שולחן אבותיהם או חותניהם.
און פאַר יעדערן פון די אַלע סוגי 173בני אדם האָט דער רבי אַ סדר כללי און אַ סדר פרטי ווי עס איז צו זען פון תקנות השניות וואָס זיינען געשריבן געוואָרן בליאזנא בשנת תקנ"ח4 (ווען זיינען די תקנות הראשונות געשריבן געוואָרן ווייס איך איןדערוויילע ניט5).
אָט אַזוי זעהן מיר דעם רבי'ן אין פערשיידענע צייטן, און אין פערשיידענע ענינים אין דער צייט פון זיין וואַקסן אַלעס תלמיד קטן באַ דעם רבי'ן ר' ישכר דוב נ"ע קאַבילניקער המגיד דליובאַוויטש6 בהיותו בן י"ב שנה7, וכן אנו רואים אותו בעמדו על פרשת דרכים בהיותו בן עשרים7, ובמהלך נפשו הק' והטהורה במעזריטש ובימי נשיאותו ובהנהגותיו עד יומו האחרון בעלמא דין, אַ ציור כללי וואָס דער רבי איז, איז אַרום נעמענדיק די אַלע הנהגות און הדרכות פון רבין, איז אַרויס זאָגן אין קורצע ווערטער, איז דער רבי געווען און ער איז אַ לב בוער ומוח שליט על הלב.
באַ יעדער זאַך וואָס עס גייט אַרויס פון רבין זעהן מיר ווי צוויי גרויסע וועלטן, מוח ולב קומען זעך צוזאַמען, און דורך זיי ביידן ווערט געשאַפן אַ ברייטע וועג פאַר דעם כלל ישראל, אַ וועג וואָס איז אַ דרך סלולה גלייך גוט פאַר דעם גרעסטן למדן און משכיל, און פאַר דעם גאָר גאָר פשוטן אידן.
דער רבי האָט אונז אָפּגיעפנט די אויגן און האָט אונז באַוויזן, די גרויסקייט פון דער קלענסטער זאַך און די קליינקייט פון דער גרעסטער זאַך.
חסידות לערנט אונז פאַרשטיין און פילן דעם אמת פון אמת, זעהן אין יעדער זאַך דעם גשמי ורוחני, דעם גוף און די נשמה, איידלען דעם גשמי און ציען זיך צו דעם רוחני.
דער רבי זאָגט אַז אַלץ בעדאַרפמען אָנהויבן פון זיך אַלץ זיך אויסבעסערן, יעדער קלייניקייט פון ניט קיין גוטע זאַך, וואָס אין זיך איז פאַראַן אין מדות אָדער אין הנהגת בני אדם זאָל זיין אַ פולע גרעסער און פאַרנעמען מער אָרט ביי זיך, ווי די גרעסטע בעסטע זאַך פון גוטע וואָס באַ זיך איז יע פאַראַן. וואָרום די ביסעלע ניט גוטע, קען איבערפירן די גוטע, והוא אומר אַז אַביסעלע גוטע דורך תשובה ועבודת הלב קאָן בעזרת השם יתברך ברענגען אַ רפואה שלמה צו אַלע חולאתן ר"ל פון מדות רעות.
דאָס איז דער יסוד העבודה פון תורת החסידות דאָס מאָנט דער רבי באַ אונז און דאָס איז דער יסוד החסידות וואָס אבותינו רבותינו הקדושים האָבן אונז געגעבן, און אונז מדריך געווען.
דער רבי האָט מחנך געווען יונגעלייט, געוויס האָט ער געזוכט בעלי כשרון ובעלי חוש אויך, אָבער דער עיקר וואָס ער האָט מחנך געווען אַז מיא זאָל זעהן דיא גרעסטע אמתע גרויסקייט 174אין דעם תמימותדיקן דאַוונען, אמן יהא שמי' רבא, און מדות טובות שבטבע ורגילות פון יעדער גאָר גאָר פשוטן אידן.
גרויסע יסורים איז דער רבי אויסגעשטאַנען צוליב חסידים, דאָס הייסט צוליב מאַכן חסידים. בכלל איז דער דרך דעם רבין אַליין אויך גרינג ניט אָנגעקומען, יעדער דבר פנימי קומט אָן שווער, און בפרט אַ דבר פנימי וואָס איז פאַרבונדן מיט פנימית המוח און פנימית הלב, קומט געוויס אָן זייער שווער.
אַלטע חסידים וואָס האָבן געהאַט גאָר אַ אַנדער דערהער אין אַ ענין, זיי האָבן געהאַט אַ טיפן געפיל אין יעדער זאַך האָבן אָנגעציילט צעהן יסורים אין פערשיידענע אופנים.
דער גיין אין מעזריטש, צוויי קפידות פון הצדיק הקדוש ר' פנחס'ן (בעל הפלאה)8, די התנגדות פון זיינע גוטע בעקאַנטע גאונים פון שקלאָוו, מהליב וכו' פאַר זיין גיין אין מעזריטש, די שוועריקייטן אין הכרעת דינים בשו"ע, תלונת התלמידים הישנים ובראשם הצדיק הקדוש ר' ברוך זצ"ל על דרכי ושיטת חסידות חב"ד9, הויכוחים עם המנגדים, תלונת חביריו צדיקי וואלין על אשר לא חפץ להשתתף עמהם להטיל חרם ר"ל על המנגדים10, העבודה בהחזקת יושבי אה"ק ת"ו, ותלונת הצדיק הקדוש ר' שלמה נ"ע מקארלין11 על 175אשר הי' נגד נאַפּאליאן12.
ושאל אחד מהיושבים פאַר וואָס רעכנט מען עפּעס ניט דעם זיצן, אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט און דאָס איז דאָך דער יום טוב של גאולה.
והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א יע י"ט כסלו איז אַ יום טוב, היום הרת עולם, היינט זיינען חסידים געבאָרן געוואָרן, און בכל שנה ושנה איז דאָס דער ראש השנה פון חסידות, דער רבי האָט געהאַט מסירת נפש אויף חסידים ניט אויף חסידות, חסידות איז דער פאַרשטאַנד און חסידים איז די עבודה. דער רבי האָט געהאַט מס"נ אויף עבודה מיא זאָל זיך ניט נאַרן, מיא זאָל אַלע מאָל און אין אַלע צייטן, וויסן וואו מיא שטייט אין דער וועלט.
נאָר דאָס וואָס ער איז געזעסן אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט האָבן אַלטע חסידים גערעכנט איינע פון די צעהן זכותים וואָס דער רבי האָט זוכה געווען13.
באַ אַ פנימי איז יעדער זאַך הן גוטע אָדער חלילה פאַרקערט אַ טיפע איבערלעבונג, ווי מיר זעהן במוחש אין טבעי בני אדם פאַראַן אַזעלכע וואָס הן די גוטע כו' לעבן זיי דאָס גרינג און געך איבער, דאָס רופט מען אַ חיצון ניט קיין יסודותדיקער מענטש, דאָס איז אַ קל הדעת, דעת איז דאָך התקשרות13 צוגעבונדן און איינגעשלאָסן מיט דעם וואָס ער איז פאַרבונדן, און קל הדעת הייסט אַ גרינגער און שוואַכער פאַרבונד, אָבער באַ אַ פנימי איז אַלץ טיף, אַלץ קומט פון פנימיות המוח און דערלאַנגט אין פנימית הלב, ומכל שכן אַ עצמי דאָס איז שוין גאָר אַ אַנדער זאַך.
דער רבי איז געווען אַ עצמי14, לבד זאת וואָס בכלל נשמות הגבוהות זיינען אין דער מדריגה פון עצמי ניט התפשטות (כידוע בענין הב' מדריגות שבאור, אור מתפשט ואור עצמי) ומכל שכן נשמה דאצילות15, איז דער רבי געווען אַ עצמי מצד העבודה, והיינו זיין עבודה איז געווען אין דער מדריגה ווי אַ משפיע וואָס מקבלים קאָנען האָבן אין דעם אַ קצת תפיסא והשגה.
אין דעם עצם המוחין ומדות פון רבי'ן קאָנען מיר קיין שום השגה ותפיסא ניט האָבן, באַ אונז איז דאָס במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור16. וואָס מיר קאָנען יע עפעס האָבן אַ אפס קצה השגה ותפיסא איז אין מעשה כמו שנראה הנהגת רבינו עם תלמידיו, עם חסידים מיט סתם אידן, אין יעדער הנהגה, אין יעדער וואָרט, פון יעדער אגרת הקדש וואָס דער רבי רעט בעניני התפלה, הן בהעבודה פנימית שבתפלה והן בהאזהרה הגדולה שלא 176לדבר בעת התפלה, וכן בעניני ההדרכה במדות טובות איז אין יעדער וואָרט ליגט אַ שטיק עצמי, אַ שטיק לעבן, אַלץ איז ערנסט, טיף אויסגעוויינט, עס פילט זיך אַז די ווערטער גייען פון אַ ווייטן טיפן, שטאַרקן קוואַל. איצטער באַ אונז איז דאָך דעם רבינס ווערטער געשריבענע ווערטער, געדרוקטע ווערטער אויף פּאַפּיר, אָבער די געדרוקטע און געשריבענע ווערטער לעבן מיט אַ חיות פנימי, די ווערטער אַליין שרייען פון זיך אַליין, די דברים הקדושים וואָס יוצאים מהלב בוער, ברענט נאָך ב"ה איצטער בלבת אש קדש ווי זיי זיינען אַרויס ממקורם ושרשם, זיי שרייען זיי בעטן זיי הייסן. אָפּלערנענדיק דעם רבינס עטלעכע שורות פון אַ אגרת (הן מהנדפסים והן אשר בכתובים) אַריין נעמענדיק די ווערטער אין קאָפּ איז די ווערטער אַליין זיינען מעורר און עס פועלט אין קאָפ און אין האַרצן.
דעם רבי'נס אגרות17 בהנוגע קופת רמבעה"נ זיינען ברענענדיקע ווערטער אַ אזהרה ופקודה לדורות, און אַ הבטחה בברכת בני חייא ומזונא לדורי דורות. וויפל לעבן האָט דער רבי אָפּ געגעבן אויף עניני ארץ הקודש ת"ו, ווי עס איז ידוע איז דער בעל שם טוב אויך געווען אַ נשיא פאַר ארץ הקדש ת"ו ווי ער שרייבט אין איינעם פון זיינע בריוו18 אשר מעתה מן השמים קא זכו לי' להיות הראש והגבאי גם על פרנסת הנסתרים דארעא דישראל, כן מורינו הרב המגיד ממעזריטש נ"ע האָט געטאָן לטובת קופת רמבעה"נ19, ורבינו הגדול נ"ע הוסיף אומץ בעבודת הקדש, וכידוע אשר הבטיח לכל החבורא קדושה מהתלמידים אשר נסעו עם הרה"צ הקדוש רמ"מ זצ"ל כי בעזה"י פרנסתם תהי' בטוחה20, און בגלל זאת האָבן מיר זוכה געווען די אגרות הקדש.
אונזערע טאַטעס און זיידעס האָבן אויף זיך מקבל געווען לדורותיהם מחזיק זיין לומדי תורה אין ארץ ישראל, מיא דאַרף וויסן אַז דאָס האָבן זיי מקבל געווען אויף זיך לדורותיהם באלה ובשבועה על דעת המקום שאין לו הפרה לעולם, געוויס איז די הבטחות און ברכות פון רבין אויך לדורותיהם, דאַרף יעדער איד און אידענע וואָס זיינען מגזע החסידים וויסן אַז אין וואָס פאַר אַ מדינה זיי זיינען דאַרפן זיי האָבן אַ פּושקע פון כולל חב"ד וואָס מיט דעם זיינען זיי מקיים דעם צוזאָג פון זייערע עלטערן ז"ל, מיט דעם זיינען זיי מזכה די נשמות פון זייערע עלטערן ז"ל און מאַכן זיי אַ קורת רוח אין גן עדן און מיט דעם וועלן זיי זוכה זיין צו די הבטחות און ברכות פון רבי'ן וואָס ער בענטשט לדורי דורות די אַלע וואָס וועלן מקיים זיין זיין פקודה געבן ארץ ישראל געלד אויפן כולל חב"ד ודברי צדיקים וברכותיהם חיים וקיימים לעד.
די אַלע תירוצים וואָס איז איצטער פאַראַן פאַר וואָס מיא איז זיך ניט עוסק בתורה ועבודה שבלב ווי חסידות מאָנט20, איז באמת דאָך געווען אין אַלע צייטן און אין די פריערדיקע דורות 177אויך, זיי האָבן נעבעך אויך געהאַט ל"ע גרויסע עניות ודחקות, און מכל מקום האָט מען געטאָן, עס איז געווען עבודה, רבנים האָבן געוואוסט אַז אויף זיי ליגט דער עול הקדש פון הדרכה, בעלי בתים האָבן געוואוסט אַז זיי דאַרפן הערן וואָס די רבנים זאָגן, עס איז געווען דער כבוד התורה און דער עול העבודה.
שוחטים האָבן געוואוסט אַז זיי זיינען עמודי בית ישראל21, זיי האָבן גיטראָגן אויף זיך עול תורה הן אַליין געלערנט אַ ריבוי זמן (לבד ההלכות והדינים המחויבים להיות בקיאים ולחזור עליהם תמיד22) און אויך געלערנט בחבורה פאַר בעלי בתים, בפרט חסידישע שוחטים זיינען געווען פאַרנומען מיט לימוד חסידות בכתב ובעל פה און מיא איז געלעגן אין דאַוונען. דאַוונען האָט פאַרנומען אַ גרויסן אָרט אין דעם עבודת היום, דער פאַרן דאַוונען מיט דעם נאָכן דאַוונען איז געווען אַ עבודה. דער דאַוונען אַליין איז געווען באַ חסידים אַ שכר טוב, אַז עס האָט זיך געדאַוונט האָט זיך געדאַוונט, עס האָט זיך געלעבט, און אַז עס האָט זיך ניט געדאַוונט, האָט זיך געוויינט, די האַרץ האָט געוויינט פאַר וואָס דאַוונט זיך ניט. אָבער דער פאַרן דאַוונען און נאָכן דאַוונען איז געווען אַ עבודה, מיא האָט ניט געהיילט, מיא האָט געוואוסט אַז דאָס איז דער מקור חיים, מיא איז געלעגן אין אַ בירור וזיכוך פון אַ מדה, מיא האָט געהאַלטן זיך אַליין אין האַנט, מיא האָט געקוקט אויף זיך אַליין זייער שטאַרק, ניט גינאַרט, מיא האָט דערהערט דעם אַנדערן, דעם אַנדערנס גשמיות און ווער רעדט דעם אַנדערנס רוחניות איז געווען זייער נוגע, מיא האָט אַליין געוואָלט לעבן אַ לעבן פון תורה ועבודה און מיא האָט געוואָלט אַז דער אַנדערער זאָל לעבן.
אַמאָליקער חיבת התורה און חיבת הקדש האָט אַרום גינומען די אידישע הויז, די טייערקייט פון אַ ערליכן אידן, די הייליגקייט פון די אותיות און נקודות22 איז געווען איינגיבאַקן ביי יעדער איד און אידענע. די גליקלעכקייט פון יעדער אידישער הויז אַז מיא האָט דערלעבט דעם קינד פירן אין חדר, צו אַ מלמד אַ ערליכן אידן מיט אַ חיות, וואָס האָט זיך מוסר נפש געווען איינפלאַנצן יראת שמים אָפּ גיסן נעגל וואַסער, שלאָפן אין יאַרמולקע, זאָגן ברכות, לייענען קריאת שמע, ענטפערן אמן יהא שמי' רבא, פאָלגן דעם טאַטן און מאַמען, בענטשן ציצית אויף דעם ארבע כנפות, און די פאות האָבן טאַטע און מאַמע אַכטונג געגעבן, די גרויסע שמחה פון בר מצוה, און דער גרויסער נחת רוח וואָס מיא האָט געהאַט פון דעם קינד וואָס איז אין דער ישיבה.
איצטער איז אוי מה הי' לנו, עס איז ביטער אויפן האַרצן, אַ ביטערע קעלט, אַ פראָסט אין דער אידישער הויז, פון אַלע זייטן בלאָזט אַ ווינט, עס איז דאָך אפילו נקרש הדם, פאַרקילטע בלוט. אַז מיא האָט געבראַכט אַ קרבן אין בית המקדש, און אַלץ איז געווען כשר כדינו והלכתו לשם זבח ולשם זובח23, בזמנו ובמקומו, האָט מען געדאַרפט טאָן שלא 178יקרש הדם24 וכתיב25 כי הדם הוא הנפש, דם איז אַ כלי צו חיות, און פירט פאַנאַנדער דעם חיות אין אַלע אברים, וואָס דאָס איז דאָך דער דופק רצוא ושוב, היינט איז נקרש הדם ח"ו, אַז אפילו די וואָס ברענגען שוין אַ קרבן מיא מאַכט אַ חדר, איז ווער איז דער מלמד, און אַ מלמד אַ ערלעכן אידן וויל מען ניט, מיא זוכט מעטאָדעס אַז דער מלמד איז אַ קענער איז שוין אַלץ כשר, קיין יראת שמים פעלט ניט, קיין קדושת האותיות און קדושת הנקודות איז ניט נוגע, מיא איז פאַרקילט, נקרש הדם, עס איז ניטאָ קיין חיות אין קיין זאַך, חסידים לערנען ווייניג חסידות און אַז מיא לערנט יע אַמאָל איז דאָס ווי אַ נדבה עס איז ניטאָ קיין אהבת רעים קיין פאַרברענגען צווישן זיך, עס איז ר"ל נקרש הדם ח"ו און ווער רעדט מכח אַ עבודה בתפלה מיט אַ לעבן, ווי באַ גאָר געוויינליכע אַלטע חסידים איז געווען.
מיר האָבן אַ תירוץ, זייער אַ ביטערער, זייער אַ טוטווייער תירוץ, דער מצב העולם די וועלט איז גיפאַלן, עס איז איבעריג צו ריידן יעדערער ווייס אַליין וואָס ער טראַכט. דער תירוץ איז אַ תירוץ, אָבער יעדערער מוז זיך פאַרטראַכטן און פרעגן באַ זיך אַליין צי איז דאָס אַ תירוץ. אמת טאַקע דער עולם ווערט פאַרפּראָסטעט, די אברים פון דעם בית ישראל זאָלן געזונט זיין ווערן שוואַך, ווער איז אָבער שולדיק, שולדיק איז נקרש הדם, די פאַרקילטע בלוט.
אמת מיא דאַרף איצטער ריידן מכח זאַכן וואָס אַמאָל האָט מען מכח דעם ניט געדאַרפט ריידן, מיא רעט איצטער באַ אַ חסידישן פאַרברענגען וואָס אַמאָל האָט אפילו קיין מוכיח ניט געדאַרפט מכח דעם דערמאָנען. אַמאָליקע יאָרן וואָס פאַר אַ שלעכטער מצב אין פרנסה ל"ע עס איז געווען האָט מען ניט גידאַרפט דערמאָנען מכח שמירת שבת, הנחת תפילין, שמירת טהרת המשפחה, מחנך זיין די קינדער באַ ערליכע מלמדים, און לערנען אלף בית קמץ אלף וכו'22.
אמת עס איז שטאַרק טוטוויי אַז מיא דאַרף וועגן אַזעלכע זאַכן ריידן, אָבער אַז מיא דאַרף ריידן, אַז עס איז געקומען דערצו, מוז מען ריידן, און ריידן, פון טיפן האַרצן, זאָגן דעם גאַנצן אמת ווי ער איז, ניט פאַרפּוצן און צו שמייכלען ווי יענער טוט, השומע ישמע, אַ איד דערהערט אַ אמת, אַ אידישע האַרץ איז דער חלק אלוקה דער נקודת היהדות, און אַז איין איד אָדער איין אידענע דערהערט דעם אמת וואַקסט אויס אַ כשרער איד, און איין איד איז אַ בוים וואָס וועט בעזה"י ברענגען אַפולע גוטע פירות וברכה בבית ישראל און דער נסיון האָט געוויזן אַז בעזה"י אַז מיא איז אין דעם מצליח, ווי ביטער שלעכט ח"ו דער מצב היהדות איז אין אייניגע ערטער זעהן מיר במוחש אַז לב ישראל חי הוא, און אַז די האַרץ לעבט קאָן דער גאַנצער גוף געזונט ווערן.
איך האָב היינט אַ בשורה טובה, אַ קאַרטל פון אַ וועלטישן געלערנטן יונגערמאַן וואָס שרייבט מיר אַז ער האָט מיך געפאָלגט, און האָט מיט אייניגע יונגע לייט גערעט און האָט ב"ה פועל געווען בשמירת הכשרות. מיט עטלעכע וואָכן פריער האָב איך מקבל געווען אַ בריף פון איינעם אַ יונגערמאַן וואָס וויל און דאַרף פאָרן אין אַ אָרט צוליב זיינע זאַכן און בעט אַ ברכה אַז 179השי"ת זאָל עם מצליח זיין, איך האָב עם אויף זיין בריף געענטפערט, און דרך אגב געשריבן אַז ער זאָל האָבן אַ שיעור לימוד בכל יום, וואָס איך האָב עם געשריבן און ערקלערט אַז אויף יעדער יונגערמאַן ליגט אַ חוב קדוש ווירקן אויף דער סביבה, אין דעם זין פון שמירת קיום המצות, און ווי ער איז דאָך אין אַזאַ אָרט וואָס זיינען דאָ נאָך יונגעלייט זאָל ער זעהן פירן שמועסן מכח שמירת שבת והנחת תפילין, כשר, ביז ער זאָל צו ברענגען מיא זאָל עפּעס לערנען.
דעם יונגערמאַן קען איך ניט, אָבער דער ערשטער בריף זיינער איז געווען אמונה'דיק געשריבן, תמימות'דיק, אָן אייבער המצאות, און מיר האָט גיצייגן די האַרץ אים שרייבן וואָס איך האָב געשריבן.
אין דער צייט האָב איך שוין פון עם געהאַט עטלעכע בריף, ער האָט שוין ב"ה זייער אַפולע דורך געמאַכט, עטלעכע היטן שוין ריכטיק אָפּ וואָס מיא דאַרף, ער האָט שוין 67 חברים טובים, וואָס זיי זיינען שוין געוואָרן אין דער דרגא פון ליגן אין דעם ווי ווירקט מען אויף די איבעריקע, אַז זיי זאָלן זיין שומרי מצוה.
ווייא איז די יאָרן מיט וואָס מיא קוויקט זיך, אַז ב"ה מיא לייגט תפילין, און מיא עסט כשר, מיא לערנט אַ פרשה חומש מיט רש"י און מיא זאָגט אַ קאַפּיטל תהלים. אָבער אין אַזא מצב איז דאָס ב"ה.
אַ חולה מסוכן ר"ל אַז השי"ת העלפט און ער האָט בכח מאַכן אַ טראָט וועט השי"ת העלפן און ער וועט ווערן אַ בריא.
אַזעלכע פעל האָב איך געזען ב"ה גאָר אַפולע אַז מיא איז מעורר ווערט מען נתעורר, די אברים זיינען טאַקע שוואַכע, אָבער אַז די בלוט איז געזונט, אַז עס איז רצוא ושוב מיט אַ חיות, גיט דאָס אַ חיזוק אין די אברים און זיי ווערן געזונט באמת.
מיר דאַרפן תמיד געדענקען דאָס וואָס דער רבי האָט אונז געלערנט, זעהן אין יעדער קלייניקייט די גרויסקייט, קוקן אויפן זולת ניט נאָר בעין טובה, נאָר בעין יפה.
טויזנטער טויזנטער יונגעלייט ווערן ח"ו פאַרפאַלן איבער דעם נקרש הדם, די קאַלטקייט, און די גלייכגילטיקייט, וואָס האָט אַרומגענומען אַ טייל פון די יראי אלקים און בקרב אנ"ש שי', די רבנים און די שוחטים, מיט די מלמדים און בעלי בתים. בני תורה האָבן געדאַרפט טאָן אין החזקת התורה, ניט נאָר יוצא זיין וואָס מיא העלפט די ישיבות מיא גיט אַ נדבה מיט דעם איז מען יוצא. ניין מיא דאַרף אַליין אויך לערנען, און מיא מוז פועל זיין אויף די בעקאנטע אַז זיי זאָלן קומען אין שול לערנען די שיעורים, אויף דעם דאַרף מען האָבן מסירת נפש, ליגן אין דעם בכל כחו.
אנ"ש שי' דאַרפן האָבן שיעורים פון לערנען חסידות בזמנים קבועים בכל מקום ומקום לפי תנאי המקום, מכח דעם האָבן מיר שוין אַפולע מאָל גערעט, און ב"ה אין היפּש ערטער איז מען מקיים, וברכות יחולו על ראשם.
דער רבי האָט פותח געווען דעם צינור פון מסירת נפש אויף תורה ועבודה שבלב און עס איז ידוע26 אַז 180דער רבי האָט געזאָגט אַז דעם כח און זכות פון זיין עבודה אויף תורת ודרכי החסידות גיט ער אַוועק חסידים לדורותיהם, אַז בכל עת ובכל מקום וואָס אַ חסידישער איד וועט מעורר זיין בחיזוק התורה והעבודה ובחיזוק קיום המצוות, בתיקוני המדות ואהבת רעים זאָלן זיי מצליח זיין, אין דעם פינסטערשטן ווינקל, השי"ת זאָל רחמנות האָבן און מאַכן ליכטיג בגשמיות ורוחניות, איז אַז ס'קומען זיך צונויף הייפטלעך אידן, און יונגע לייט און מיא לערנט, מיא לערנט חסידות, און מיא פערברענגט וואָס יעדער טראָט איז מסירת נפש בפועל, איז דעם רבינס ברכה שטאַרקט זיי און היט זיי, ניט נאָר חסידים פון גזע אנ"ש שי' נאָר יראי אלקים שומרי תורה ומצוות חסידים און מתנגדים, אין וואָס פאַר אַ מדינה עס זאָל ניט זיין, במרחבי תבל ומלואה איז דעם רבינס ברכה עליהם ועל זרעם בגשמיות וברוחניות, וויילע דער רבי האָט געהאַט מסירת נפש אויף דעם כלל ישראל.
דער רבי האָט גיעפנט דעם צינור פון מסירת נפש, און האָט געוויזן די וועג פון עבודה, אַז מיא דאַרף אַליין טאָן, ניט נאָר בממונו נאָר טאָן בגוף מיט טרחה, און מיט דעם נפש, אַוועק געבן דעם גוף און דעם נפש מיט מסירת נפש בעבודה, דזהו מעלת אאע"ה לגבי הצדיקים שקדמו לו27 שהיו צדיקים גדולים לעצמם, וגם התפללו על בני דורם, אבל אאע"ה הוסיף ענין העבודה ללמדם דעת ולפרסם אלקותו ית' בעולם, אאע"ה28 אַז עס איז צו אים געקומען אַ ערבי האָט ער זיך מיט אים מטפל געווען געגעבן עסן און טרינקען און געגעבן אים צו פארשטיין נאָך זיין ערבישן שכל נאָך, וואָס געטליכקייט איז, און אַז עס איז דאָ אַ בורא יחיד ב"ה וואָס האָט בעשאַפן די וועלט און אַז דער מענטש דאַרף האָבן מדות טובות. וכן הוא ברבינו נ"ע אשר לימד דעת את ד' ופתח הצינור דמסירת נפש על עבודה, ובכח זה ביכולתינו בעזה"י גם אין דער צייט להאיר את העולם, באור תורה ועבודה שבלב, והתחלת העבודה הוא הרבצת התורה היינו לבד זה שיוסיפו אומץ בהחזקת הישיבות, זאָל מען זעהן אַז בעלי בתים בעלי עסקים זאָלן קומען לערנען בבתי כנסיות דאָס זאָל גיטאָן ווערן מיט אַ קאָך און מיט א חיות עס זאָל זיך ניט געפינען איין איד וואָס זאָל ניט קומען צום לערנען, און מיא זאָל מקרב זיין יונגעלייט זעהן געבן זיי אַ האַנט אָן וואָס זיי זאָלן זיך קאָנען אָנהאַלטן, אַז זיי זאָלן ווערן בעזה"י נעהנטער צו אידישקייט, מיא דאַרף ריידן ברבים מיא דאַרף זיי מעורר זיין, וועלן זיי געוויס נתעורר ווערן.
צדקה תרומם29 דע"י פועל טוב נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה30, אַז אַ איד אַ בן תורה, וואָס קאָן אַפולע לערנען, און איז אַ חסיד אויך וואָס זיינע אַ שעה איז זייער טייער, און 181ער גייט צו צו אַ יונגן מאַן און רעט מיט אים אַ שעה און צוויי גאָר אַזאַ פשוטע זאַך ווי לייגן תפילין, אָדער שמירת הטהרה וכו', וואָס מכח דעם האָט מען גאָר ניט גידאַרפט ריידן, איז די צוויי שעה אַ פולע טייערער ווי לערנען דעם טיפסטן ענין אין נגלה אָדער אין חסידות וויילע דאָס איז עבודה בפועל ממש, און ווי די גמרא31 זאָגט ומתוך שחסידים המה תורתם משתמרת ומלאכתם מתברכת.
און דאָס איז די זאַך פון מסירת נפש זיך מוסר נפש זיין צוליב יענעם32, אָט די צוויי שעה וואָס ער וואָלט לערנען נגלה צי חסידות און פון דעם לערנען וואָלט גיוואָרן אַ תוספות כח אין אהבה ויראה, און אַ טוב טעם אין עבודת השי"ת, איז מען זיך מוסר נפש און מי גיט דאָס אַוועק אויף דעם אַנדערן, אויף פועל זיין הנחת תפילין טהרת המשפחה וכו', און אויף דערוף זאָגט דער רבי30 וצדקה תרומם אַז דורך דעם פועל טוב נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה, אַז ער וועט לערנען און עוסק זיין בעבודה שבלב וועט ער בעזה"י אופטאָן גלייך ווי ער וואָלט יענע צייט אויך געלערנט, און דעם צינור פון מסירת נפש האָט דער רבי פותח געווען און האָט געגעבן זיין הבטחה און ברכה, אַז בכל עת און בכל מקום אַז מיא וועט דאָס טאָן זאָל מען מצליח זיין.
הערט אידן, דעם מצב העולם ווייסט איר, עס איז ר"ל ביטער און פינסטער און מכל שכן דער וועלטיקער אידישער יוגענד, איז גאָר ווילד, שבת תפילין טהרה כשר כו' שטייט זייער זייער נידעריק השי"ת יחוס וירחם, עס איז מיר זייער טוטוויי צו זאָגן, עס איז מיר ביטער צו ריידן, אָבער דער אמת איז אַז אשמים אנחנו, אַלע אידן יראי אלקים און בעלי תורה דאַרפן וויסן אַז זיי האָבן בעזה"י דעם כח אויף צו העלפן, נעמט זיך אידן פאַר הרבצת התורה, גייט אין די שולן צו די שיעורים, באַ אייך זאָל זיין טייער יעדער פסוק חומש מיט רש"י וואָס ווערט גילערנט ברבים, און יעדער קאַפיטל תהילים וואָס ווערט געזאָגט ברבים, רעט מיט די יונגעלייט מיט אַ קירוב הלב וועט איר בעזה"י זייער אַפולע אופטאָן, און דער אור התורה והעבודה וועט מאיר זיין בבית ישראל.
הערות
עמוד 172
- 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשיג, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
- 2. אדמו"ר הזקן.
- 3. הובא ונתבאר בארוכה בשיחת י"ט כסלו תשכ"א.
עמוד 173
- 4. אוצ"ל: תקנ"ה — ראה "התמים" חוברת ב ע' לה [סה, א]. אגרותקודש אדה"ז ח"א ע' סה.
- 5. לאח"ז בשנת תרצ"ו כשנדפסו ה"תקנות הראשונות" ב"התמים" חוברת ב (ע' לב [סד, ב]) כתב המערכת: "כפי שיכולים לשער הנה התקנות הראשונות נערכו בשנת תק"מג בערך". וראה גם מקורות והערות לאגרותקודש אדה"ז ח"א ע' תל.
- 6. ראה אודותו — בספר הזכרונות חלק א פרק ז. שיחת חג הפסח תרצ"ד סעיף ג. ועוד.
- 7. כ"ה גם בבית רבי חלק א פרק א. וברשימת רבינו ב"בטאון חב"ד" גליון 3938 ע' 37 שכשנתמלאו לאדה"ז י"א שנה התחיל ללמוד עם ר' ישכר דוב. ובספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 96: בן עשר.
- 7. ראה ספר השיחות תש"ו ע' 23 הערה 6.
עמוד 174
- 8. לע"ע לא מצאתי במק"א ע"ד קפידת הרה"ק ר' פינחס הלוי הורביץ (בעל ההפלאה) על אדמו"ר הזקן, ואדרבא, ידוע ע"ד האהבה וחיבה ששררה ביניהם — ראה אגרותקודש אדה"ז ח"א ע' קיג. בית רבי חלק א פרק כה (סה, א ואילך). וראה הקדמת בני הגאון המחבר לשו"ע אדה"ז. ועוד.
- 9. ראה בית רבי חלק א פרק כא. וראה גם אגרותקודש אדה"ז ח"א ע' קטו. ע' רב. ע' רטז.
- 10. ראה רשימת רבינו הנקרא "דברי ימי חיי אדמו"ר הזקן". ספר השיחות תרצ"ו ע' 80 ואילך.
- 11. בספר סיפורי חסידים להרש"י זוין (ע' 208 ואילך) מעתיק השיחה שבפנים, ובמכתב כ"ק אדמו"ר אליו (אגרותקודש חלק טו ע' תנ. והמשכו שם חלק טז ס"ע רלח) כ': "רווח הנוסח דבר פלוגתי' דאדה"ז בהנוגע למלחמת נפאליאן הי' הרה"צ וכו' מהר"ש מקרלין. וכן הועתק בס' [סיפורי חסידים] הנ"ל. ואינו, ע"פ המובא בסדה"י שהנ"ל נהרג על קדה"ש הרבה שנים לפני מלחמה זו. כמדומה ראיתי מכבר באיזה ס' שהעיר ע"ז. וי"א שהבר פלוגתי' הי' המגיד מקוזניץ". עכ"ל . וראה גם רשימת אדמו"ר הזקן משנת תקנ"ט (אגרותקודש שלו ח"ב ע' לח): ומ' שלמה ג"כ נפטר זה זמן רב. אמנם עפמ"ש רבינו באגרותקודש ח"ב ע' שסט שהרה"ק ר' שלמה מקארלין "ביקר את כ"ק רבינו הגדול בליאזנא, בשנת תקנ"אב' (כי פעמים הי' בליאזנא בשנת תקנ"אב', ובשנת תקנ"הו', ואחרי כן כשלשה פעמים בליאדי)", נמצא שבשנת תקס"א, השנה שבה הגיע אדה"ז לליאדי , עדיין הי' הרה"ק ר' שלמה מקארלין בעלמא דין. וראה גם אגרותקודש אדה"ז ח"א ע' רח (מהגניזה החרסונית). לעיל ע' 171.
- . בבית רבי חלק א פרק כב הערה א (מה, ב): "בסיפורים הנדפסים מכבר כתוב שרבינו הי' מחולק אז עם הרה"ק ר"ש מקארלין נ"ע שרבינו התפלל בעד ממשלתנו והרר"ש התפלל שתגבור עם צרפת כו'. . אך אין זה אמת כי הרה"ק ר"ש נ"ע נפטר שנים הרבה מקודם כי הוא נפטר בשנת תקנ"ב שהתחילה ממשלתנו לכבוש לגמרי את מדינת פולין ואז הי' ההתחלקות ביניהם שכאו"א קיים מארז"ל הוי מתפלל שלומה של מלכות. . וע"כ הרר"ש שהי' תחת ממשלת פולין התפלל עבורה, ורבינו שהי' תחת צל ממשלתנו הרוממה התפלל עבורה. וב"ה שרבינו יצא המנצח. . אבל בעת מלחמת צרפת שמענו מאחד הרבנים מנכדי רבינו שרבינו הי' מחולק אז עם הרה"ק המגיד מקאזניץ נ"ע. . וב"ה שגם אז הי' רבינו המנצח בתפלתו כו'". וראה גם בית רבי פרק כה (סד, ב).
- . ראה גם לעיל ע' 171.
עמוד 175
- 12. ראה אגרותקודש אדמו"ר הזקן ואדמו"ר האמצעי ח"א ע' ע' קנקנא. ע' רלז ואילך. ספר השיחות תורת שלום ע' 203. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 232. וש"נ. לעיל ע' 171.
- 13. ראה שיחת ליל ב יט כסלו שנה זו (לקמן ס"ע 181 ואילך.
- 13. ראה תניא ספ"ג. פמ"ב. ובכ"מ.
- 14. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 166. לעיל ע' 89. וש"נ.
- 15. תורת שלום שם. מאמר אבות החסידות — "התמים" חוברת ב ע' מג [סט, א].
- 16. חגיגה יג, א.
עמוד 176
- 17. כו"כ נדפסו באגרותקודש אדה"ז ח"אב. וראה ספר תולדות חב"ד בארה"ק ע' לט ואילך. ע' ח ואילך. וראה גם שיחת ליל יט כסלו תרצ"ב. ספר השיחות תנש"א ח"ב ע' 614 ואילך.
- 18. "התמים" חוברת ה ע' ל [רכז, ב].
- 19. ראה "התמים" חוברת ז ע' כו [שלא, ב]. ספר השיחות תש"ח ע' 181.
- 20. ראה בית רבי חלק א פרק ו (ז, ב). פרק ח (יב, ב). ספר תולדות חב"ד בארה"ק ע' ח ואילך.
- 20. ראה גם לעיל ע' 151 ואילך.
עמוד 177
- 21. ראה לעיל ע' 44.
- 22. ראה רמ"א יו"ד הל' שחיטה ס"א ס"א. שו"ע אדה"ז שם ס"ק יג. אגרותקודש אדמו"ר האמצעי ח"א ע' שיב.
- 22. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
- 23. זבחים ב, ב. מו, ב.
עמוד 178
- 24. ראה מנחות כא, א.
- 25. ראה יב, כג.
- 22. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
עמוד 179
- 26. ראה אגרותקודש ח"א ע' קצז. ע' רעג. ח"ב ע' עז. ע' שפה. ח"ד ע' דש. ח"ו ע' עדר. ח"ז ע' כג. ח"ח ע' תקג. ח"ט ע' רפט. ע' תכב. חי"א ע' קא. ע' קמה. לעיל ע' 21. לקמן ע' ס"ע 181. ועוד.
עמוד 180
- 27. ראה סה"מ ה'ש"ת ע' 29. לקוטי שיחות חלק ג ע' 776.
- 28. ראה סוטה י, א ואילך. ב"ר פמ"ט, ד. סה"מ תרפ"ט ס"ע 98. וש"נ.
- 29. משלי יד, לד. ראה סה"מ תרפ"ט שם ואילך.
- 30. ראה תו"א בראשית א, ב. ועם הגהות — אוה"ת שם ח"ו תתרכו, ב ואילך. סה"מ תרל"ח ע' רלב ואילך. ספר השיחות תש"ג ע' 10.
עמוד 181
- 31. ברכות לב, ב.
- 32. ראה סה"מ תרפ"ט שם.
- 30. ראה תו"א בראשית א, ב. ועם הגהות — אוה"ת שם ח"ו תתרכו, ב ואילך. סה"מ תרל"ח ע' רלב ואילך. ספר השיחות תש"ג ע' 10.
תניא, ליקוטי אמרים ג׳ - הטקסט מספריא
וְהִנֵּה, כָּל בְּחִינָה וּמַדְרֵגָה מִשָּׁלֹשׁ אֵלּוּ: נֶפֶשׁ רוּחַ וּנְשָׁמָה – כְּלוּלָה מֵעֶשֶׂר בְּחִינוֹת, כְּנֶגֶד עֶשֶׂר סְפִירוֹת עֶלְיוֹנוֹת שֶׁנִּשְׁתַּלְשְׁלוּ מֵהֶן, הַנֶּחְלָקוֹת לִשְׁתַּיִם, שֶׁהֵן: שָׁלֹשׁ אִמּוֹת וְשֶׁבַע כְּפוּלוֹת; פֵּירוּשׁ, חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, וְשִׁבְעַת יְמֵי הַבִּנְיָן: חֶסֶד גְּבוּרָה תִּפְאֶרֶת כוּ׳.
וְכָךְ בְּנֶפֶשׁ הָאָדָם, שֶׁנֶּחְלֶקֶת לִשְׁתַּיִם: שֵׂכֶל וּמִדּוֹת.
הַשֵּׂכֶל כּוֹלֵל: חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, וְהַמִּדּוֹת הֵן: אַהֲבַת ה׳ וּפַחְדּוֹ וְיִרְאָתוֹ וּלְפָאֲרוֹ כוּ׳.
וְחָכְמָה־בִּינָה־דַּעַת נִקְרְאוּ אִמּוֹת וּמָקוֹר לַמִּדּוֹת, כִּי הַמִּדּוֹת הֵן תּוֹלְדוֹת חָכְמָה־בִּינָה־דַּעַת:
וּּבֵיאוּר הָעִנְיָן, כִּי הִנֵּה הַשֵּׂכֶל שֶׁבַּנֶּפֶשׁ הַמַּשְׂכֶּלֶת, שֶׁהוּא הַמַּשְׂכִּיל כָּל דָּבָר – נִקְרָא בְּשֵׁם ״חָכְמָה״, ״כֹּ״חַ מָ״ה״.
וּכְשֶׁמּוֹצִיא כֹּחוֹ אֶל הַפּוֹעַל, שֶׁמִּתְבּוֹנֵן בְּשִׂכְלוֹ לְהָבִין דָּבָר לַאֲשׁוּרוֹ וּלְעָמְקוֹ, מִתּוֹךְ אֵיזֶה דְּבַר חָכְמָה הַמּוּשְׂכָּל בְּשִׂכְלוֹ – נִקְרָא ״בִּינָה״.
וְהֵן הֵם ״אָב״ וָ״אֵם״ הַמּוֹלִידוֹת אַהֲבַת ה׳ וְיִרְאָתוֹ וּפַחְדּוֹ.
כִּי הַשֵּׂכֶל שֶׁבַּנֶּפֶשׁ הַמַּשְׂכֶּלֶת, כְּשֶׁמִּתְבּוֹנֵן וּמַעֲמִיק מְאֹד בִּגְדוּלַּת ה׳, אֵיךְ הוּא ״מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין״ וְ״סוֹבֵב כָּל עָלְמִין״ וְ״כוּלָּא קַמֵּיהּ כְּלָא חֲשִׁיב״ נוֹלְדָה וְנִתְעוֹרְרָה מִדַּת יִרְאַת הָרוֹמְמוּת בְּמוֹחוֹ וּמַחֲשַׁבְתּוֹ, לִירֹא וּלְהִתְבּוֹשֵׁשׁ מִגְּדוּלָּתוֹ יִתְבָּרֵךְ שֶׁאֵין לָהּ סוֹף וְתַכְלִית, וּפַחַד ה׳ בְּלִבּוֹ.
וְשׁוּב יִתְלַהֵב לִבּוֹ בְּאַהֲבָה עַזָּה כְּרִשְׁפֵּי אֵשׁ, בַּחֲשִׁיקָה וַחֲפִיצָה וּתְשׁוּקָה וְנֶפֶשׁ שׁוֹקֵקָה, לִגְדוּלַּת אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא.
וְהִיא כְּלוֹת הַנֶּפֶשׁ, כְּדִכְתִיב: ״נִכְסְפָה וְגַם כָּלְתָה נַפְשִׁי וְגוֹ׳״, וּכְתִיב: ״צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹהִים וְגוֹ׳״, וּכְתִיב: ״צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי וְגוֹ׳״.
וְהַצִּמָּאוֹן, הוּא מִיסוֹד הָאֵשׁ שֶׁבַּנֶּפֶשׁ הָאֱלֹהִית, וּכְמוֹ שֶׁכָּתְבוּ הַטִּבְעִיִּים, וְכֵן הוּא בְּעֵץ חַיִּים, שֶׁיְּסוֹד הָאֵשׁ הוּא בַּלֵּב, וּמְקוֹר הַמַּיִם וְהַלֵּיחוֹת מֵהַמּוֹחַ, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּעֵץ חַיִּים שַׁעַר נ׳, שֶׁהִיא בְּחִינַת חָכְמָה שֶׁנִּקְרָא מַיִם שֶׁבַּנֶּפֶשׁ הָאֱלֹהִית.
וּשְׁאָר הַמִּדּוֹת כּוּלָּן, הֵן עַנְפֵי הַיִּרְאָה וְהָאַהֲבָה וְתוֹלְדוֹתֵיהֶן, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּמָקוֹם אַחֵר.
וְהַדַּעַת, הוּא מִלְּשׁוֹן ״וְהָאָדָם יָדַע אֶת חַוָּה״, וְהוּא לְשׁוֹן הִתְקַשְּׁרוּת וְהִתְחַבְּרוּת, שֶׁמְּקַשֵּׁר דַּעְתּוֹ בְּקֶשֶׁר אַמִּיץ וְחָזָק מְאֹד, וְיִתְקַע מַחֲשַׁבְתּוֹ בְּחוֹזֶק בִּגְדוּלַּת אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא, וְאֵינוֹ מַסִּיחַ דַּעְתּוֹ.
כִּי אַף מִי שֶׁהוּא חָכָם וְנָבוֹן בִּגְדוּלַּת אֵין־סוֹף בָּרוּךְ־הוּא, הִנֵּה אִם לֹא יְקַשֵּׁר דַּעְתּוֹ וְיִתְקַע מַחֲשַׁבְתּוֹ בְּחוֹזֶק וּבְהַתְמָדָה – לֹא יוֹלִיד בְּנַפְשׁוֹ יִרְאָה וְאַהֲבָה אֲמִיתִּית, כִּי אִם דִּמְיוֹנוֹת שָׁוְא.
וְעַל כֵּן, הַדַּעַת הוּא קִיּוּם הַמִּדּוֹת וְחַיּוּתָן, וְהוּא כּוֹלֵל חֶסֶד וּגְבוּרָה, פֵּירוּשׁ, אַהֲבָה וַעֲנָפֶיהָ וְיִרְאָה וַעֲנָפֶיהָ:
בראשית רבה מ״ט:ד׳ - הטקסט מספריא
כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה (בראשית יח, יט), רַבִּי יוּדָן בְּשֵׁם רַבִּי אֲלֶכְּסַנְדְּרִי זוֹ הוֹבְרָיָא. וְרַבָּנָן אָמְרֵי זוֹ בִּקּוּר חוֹלִים. רַבִּי עֲזַרְיָה בְּשֵׁם רַבִּי יְהוּדָה מִתְּחִלָּה צֶדֶק לְבַסּוֹף מִשְׁפָּט. הָא כֵּיצַד אַבְרָהָם הָיָה מְקַבֵּל אֶת הָעוֹבְרִים וְאֶת הַשָּׁבִים, מִשֶּׁהָיוּ אוֹכְלִים וְשׁוֹתִים אָמַר לָהֶם בָּרֵכוּ. אָמְרוּ לוֹ מַה נֹּאמַר, אָמַר לָהֶם אִמְרוּ בָּרוּךְ אֵל עוֹלָם שֶׁאָכַלְנוּ מִשֶּׁלּוֹ, אִם מְקַבֵּל עָלָיו וּבְרִיךְ, הֲוָה אָכֵיל וְשָׁתֵי וְאָזֵיל, וְאִי לָא הֲוָה מְקַבֵּל עֲלֵיהּ וּבָרִיךְ, הֲוָה אֲמַר לֵיהּ הַב מַה דַּעֲלָךְ. וְאָמַר מָה אִית לָךְ עָלַי, הֲוָה אֲמַר לֵיהּ, חַד קְסִיט דַּחֲמַר בַּעֲשָׂרָה פּוֹלָרִין, וְחַד לִיטְרָא דְּקוֹפָר בַּעֲשָׂרָה פוֹלָרִין, וְחַד עִגּוּל דְּרִפְתָּא בַּעֲשָׂרָה פוֹלָרִין. מַאן יָהֵיב לָךְ חַמְרָא בְּמַדְבְּרָא, מַאי יָהֵיב לָךְ קוֹפָר בְּמַדְבְּרָא, מַאן יָהֵיב לָךְ עִגּוּלָא בְּמַדְבְּרָא. מִן דַּהֲוָה חָמֵי הַהִיא עַקְתָא דַּהֲוָה עָקֵי לֵיהּ, הֲוָה אָמַר בָּרוּךְ אֵל עוֹלָם שֶׁאָכַלְנוּ מִשֶּׁלּוֹ, הֲדָא הוּא דִכְתִיב לְכַתְּחִלָּה צְדָקָה וּלְבַסּוֹף מִשְׁפָּט. (בראשית יח, יט): לְמַעַן הָבִיא ה' עַל אַבְרָהָם וגו', תָּנֵי רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי אוֹמֵר, כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת, שֶׁנֶּאֱמַר: לְמַעַן הָבִיא ה' עַל אַבְרָהָם אֵת אֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו לֹא נֶאֱמַר, אֶלָּא אֵת אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' עָלָיו.
מצוטט ב־4 עמודים
תורת מנחם 1
- לח - שנת תשכ"ד - חלק ראשון ‹ בס"ד. י"ט כסלו, ה'תשכ"ד סה"ש תרצ"א ע' 175
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 3
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ יום ב' דחג הסוכות תש"ו ‹ 6 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 175
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ י"ט כסלו תש"ח ‹ 181 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 176
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ בסעודת ליל הראשון דחג השבועות, תש"ח ‹ 230 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 173

