178
יקרש הדם24 וכתיב25 כי הדם הוא הנפש, דם איז אַ כלי צו חיות, און פירט פאַנאַנדער דעם חיות אין אַלע אברים, וואָס דאָס איז דאָך דער דופק רצוא ושוב, היינט איז נקרש הדם ח"ו, אַז אפילו די וואָס ברענגען שוין אַ קרבן מיא מאַכט אַ חדר, איז ווער איז דער מלמד, און אַ מלמד אַ ערלעכן אידן וויל מען ניט, מיא זוכט מעטאָדעס אַז דער מלמד איז אַ קענער איז שוין אַלץ כשר, קיין יראת שמים פעלט ניט, קיין קדושת האותיות און קדושת הנקודות איז ניט נוגע, מיא איז פאַרקילט, נקרש הדם, עס איז ניטאָ קיין חיות אין קיין זאַך, חסידים לערנען ווייניג חסידות און אַז מיא לערנט יע אַמאָל איז דאָס ווי אַ נדבה עס איז ניטאָ קיין אהבת רעים קיין פאַרברענגען צווישן זיך, עס איז ר"ל נקרש הדם ח"ו און ווער רעדט מכח אַ עבודה בתפלה מיט אַ לעבן, ווי באַ גאָר געוויינליכע אַלטע חסידים איז געווען.
מיר האָבן אַ תירוץ, זייער אַ ביטערער, זייער אַ טוטווייער תירוץ, דער מצב העולם די וועלט איז גיפאַלן, עס איז איבעריג צו ריידן יעדערער ווייס אַליין וואָס ער טראַכט. דער תירוץ איז אַ תירוץ, אָבער יעדערער מוז זיך פאַרטראַכטן און פרעגן באַ זיך אַליין צי איז דאָס אַ תירוץ. אמת טאַקע דער עולם ווערט פאַרפּראָסטעט, די אברים פון דעם בית ישראל זאָלן געזונט זיין ווערן שוואַך, ווער איז אָבער שולדיק, שולדיק איז נקרש הדם, די פאַרקילטע בלוט.
אמת מיא דאַרף איצטער ריידן מכח זאַכן וואָס אַמאָל האָט מען מכח דעם ניט געדאַרפט ריידן, מיא רעט איצטער באַ אַ חסידישן פאַרברענגען וואָס אַמאָל האָט אפילו קיין מוכיח ניט געדאַרפט מכח דעם דערמאָנען. אַמאָליקע יאָרן וואָס פאַר אַ שלעכטער מצב אין פרנסה ל"ע עס איז געווען האָט מען ניט גידאַרפט דערמאָנען מכח שמירת שבת, הנחת תפילין, שמירת טהרת המשפחה, מחנך זיין די קינדער באַ ערליכע מלמדים, און לערנען אלף בית קמץ אלף וכו'22.
אמת עס איז שטאַרק טוטוויי אַז מיא דאַרף וועגן אַזעלכע זאַכן ריידן, אָבער אַז מיא דאַרף ריידן, אַז עס איז געקומען דערצו, מוז מען ריידן, און ריידן, פון טיפן האַרצן, זאָגן דעם גאַנצן אמת ווי ער איז, ניט פאַרפּוצן און צו שמייכלען ווי יענער טוט, השומע ישמע, אַ איד דערהערט אַ אמת, אַ אידישע האַרץ איז דער חלק אלוקה דער נקודת היהדות, און אַז איין איד אָדער איין אידענע דערהערט דעם אמת וואַקסט אויס אַ כשרער איד, און איין איד איז אַ בוים וואָס וועט בעזה"י ברענגען אַפולע גוטע פירות וברכה בבית ישראל און דער נסיון האָט געוויזן אַז בעזה"י אַז מיא איז אין דעם מצליח, ווי ביטער שלעכט ח"ו דער מצב היהדות איז אין אייניגע ערטער זעהן מיר במוחש אַז לב ישראל חי הוא, און אַז די האַרץ לעבט קאָן דער גאַנצער גוף געזונט ווערן.
איך האָב היינט אַ בשורה טובה, אַ קאַרטל פון אַ וועלטישן געלערנטן יונגערמאַן וואָס שרייבט מיר אַז ער האָט מיך געפאָלגט, און האָט מיט אייניגע יונגע לייט גערעט און האָט ב"ה פועל געווען בשמירת הכשרות. מיט עטלעכע וואָכן פריער האָב איך מקבל געווען אַ בריף פון איינעם אַ יונגערמאַן וואָס וויל און דאַרף פאָרן אין אַ אָרט צוליב זיינע זאַכן און בעט אַ ברכה אַז
הערות
- 24. ראה מנחות כא, א.
- 25. ראה יב, כג.
- 22. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד - קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 11 עמודים.
- אגרות קודש כרך ב שח מנחות כא, ב
- לקוטי שיחות כרך ז הוספות - שיחות ומכתבים שיחה ז מנחות כא, ב
- תורת שמואל תרמ"א כתר יתנו לך מנחות כא, סע"א
- תורת שמואל תרמ"א כתר יתנו לך מנחות כא, סע"א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סי' סט (כז) משני צדדים מנחות כא, א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סי' סט (נז) מבשל מנחות כא, א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סי' סט (סג) בן דעת מנחות כא, א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סי' סט (סד) יפה מנחות כא, א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סי' סט (פג) כולן מנחות כא, א
- שארית יהודה הלכות מליחה - סימן ע' (סו) בציר מנחות כא, א
- תורת מנחם שיחת יום א' פ' פינחס, י"ג תמוז, ה'תשכ"ט מנחות כא, סע"ב

