שיחות חג הפסח

27שיחות חג הפסח

סדר הראשון של חג הפסח תש"ו

ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש1 — וואָס אין דעם הילוך פון מעזריטש איז ער געווען גאָר באופן אחר — אין וויטעפסק מקום מגורו, איז געווען — ותהום כל העיר2. אַז מען האָט אים געפרעגט, וואָס האָט ער גענומען אין מעזריטש, האָט דער אַלטער רבי געענטפערט3, אַז אין מעזריטש האָט ער זיך דערוואוסט דריי זאַכן: וואָס דער אויבערשטער איז, וואָס אידן זיינען, ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד4, און — וואָס אַ ניגון איז. דעם ערשטן פסח קומענדיג פון מעזריטש, ביי דעם צווייטן סדר, האָט ער זייער פיל געזונגען5.

אח"כ צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן, אחרי שניגנו איזה ניגונים חבדיי"ם מקובלים, אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אין די ניגונים שפּיגלט זיך אָפּ דער חסידישער "אני".

יום א' דחג הפסח תש"ו בסעודה

א. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטען מאָל פון מעזריטש האָט ער געזאָגט1, אַז אין מעזריטש האָט מען אים מגלה גיווען, וואָס ער איז און צוליב וואָס זיין נשמה איז אראָפּגעקומען אויפ'ן מאַרק2. מען האָט אים מגלה גיווען אַז זיין נשמה איז חכמה דאצילות3 און וואָס איז די כוונה פון זיין שליחות דאָ למטה. וויסענדיג וואָס ער איז און וואָס איז די שליחות פון זיין ירידת הנשמה למטה, האָט ער זיך אָפּגעשעמט און אָנגעהויבן זיך פירן בהתגלות4.

28ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטען מאָל אין וויטעבסק איז געווען ותהום כל העיר5. אין וויטעבסק זיינען געווען פיל לומדים, גאונים, זיינען זיי נתפעל געוואָרן פון דעם אַלטען רבי'נס גאונות.

דער אַלטער רבי האָט דערציילט, אַז ער אַליין האָט ניט פאַרשטאַנען, פאַרוואָס ער האָט ניט געהאַט דערפון אַ הרגש גאוה, און ער האָט געקלערט, אפשר איז ער ביי זיך אַזוי הויך אַז דאָס איז ביי אים ניט תופס מקום, אָבער אַז ער איז נאָכדעם געגאַנגען אין מעזריטש און האָט זיך דערוואוסט אַז זיין נשמה איז חכמה דאצילות — איז דאָס ביי אים רעכט געוואָרן, ווייל חכמה דאצילות ווייס וואָס זי איז, און חכמה דאצילות דערהערט אַז די גאַנצע חיות העולמות איז מער ניט ווי אַ הארה בעלמא.

בכלל ביז איצטער האָבען די רביים מעלים געווען צו דערציילן סיפורים, ווייל מ'האָט געוואָלט אַז ביי חסידי חב"ד זאָל אַלץ זיין מצד המוחין, אפי' התעוררות המדות זאָל אויך זיין מצד המוחין, אָבער היינט6... אָבער...

דאָס וואָס איך דערצייל איז אַלץ וואָס איך האָב געהערט פון טאַטן און דער טאַטע פון דער זיידע און נאָך העכער.

באַ די רביים איז גיווען אַ קביעות צו דערציילען סיפורים פון די התנהגות פון אַלטן רבי'ן בימי נערותו, דער אַלטער רבי האָט דערציילט צום מיטעלן רבי'ן און צום צמח צדק וואָס האָט מיט אים פּאַסירט בימי ילדותו און ווען ער איז געווען אַ אברך.

דער צמח צדק זייענדיג אַלט 9 יאהר האָט שוין אָנגעהויבען פאַרשרייבען רשימות פון די סיפורים וואָס ער האָט געהערט.

דער אַלטער רבי האָט דערציילט דעם מיטעלן רבי'ן און צמח צדק, אַז מימי ילדותו האָט ער קיינמאָל ניט געהאַט קיין קושיות אין תורה. ד. ה. זיין לערנען איז ניט געווען באופן של קושיות און תירוצים, נאָר ער האָט יעדען ענין אין תורה געלערנט גלייך כהלכתו. אויב ער האָט יע געהאַט אַ קשיא איז דאָס פאַרבליבן אַ קשיא, וואָס דאָס איז ניט געווען מצד חסרון המקבל נאָר מצד העלם המשפיע, וואָס דאָס גייט אַריין אין כלל — יתרץ קושיות ואבעיות.

קומענדיג אַהיים — אין וויטעבסק — דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש און וויסנדיג פון דעם גרויסן אחריות פון זיין נשמה שליחות, האָט דער אַלטער רבי מייקר גיווען כל רגע ורגע און האָט אָנגעהויבן טאָן און מקרב זיין אידען, ניט נאָר די וואָס זיינען שייך צו חב"ד, און ניט נאָר די וואָס זיינען שייך צו מדות חג"ת, נאָר אויך די וואָס זיינען שייך צו נה"י, אידן וואָס זיינען שלמים בתורה ומצוה, גאָר פּשוטע אידן7, וואָס די פּשטות פון אַ פּשוטען אידן נעמט זיך פון פּשיטות הנשמה, וואָס פּשיטות הנשמה האָט אַ שרש אין פּשיטות העצמות8.

וועלנדיג מקרב זיין אויך די פּשוטע אידן, האָט דער אַלטער רבי ממציא געווען דעם ענין פון ניגון, וואָס דורך ניגונים וועט ביי זיי נתגלה ווערען שרש 29נשמתם. דער אַלטער רבי איז דאָך געווען חכמה דאצילות, האָט ער מחבר געווען די עשרה ניגונים9, וואָס זיינען מסודר עפ"י חכמה דאצילות10.

דעם ערשטן פסח וואָס דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש11, בעת דעם צווייטען סדר, זיינען זיך צונויפגעקומען אַלע לומדים און גאונים פון שטאָט, האָט דאַמאָלסט דער אַלטער רבי געזונגען ניגונים, וואָס דורך די ניגונים האָט ביי יעדערן געלויכטן זיין שרש נשמה.

וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: אָט דאָס איז אַ חסידישער ניגון, וואָס דאַרף מעורר זיין דעם גילוי הנשמה.

ב. ביי אַלטע חסידים איז געווען אַ קביעות צו לערנען חסידות און טאָן אין עבודת התפלה, דאָס איז ביי זיי געווען בפשיטות, אַז אָן דאַוונען קען מען קיין חסיד ניט זיין. מען מיינט ניט אָן דאַוונען כפשוטו ח"ו, נאָר אַז מען איז זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה. אַמאָל האָט מען ווייניגער געלערנט חסידות און ווייניגער געוואוסט, איך האָב געקענט אַלטע חסידים וועלכע האָבן געוואוסט נאָר געציילטע מאמרים, אָבער דאָס וואָס מען האָט געוואוסט האָט מען געלעבט אין דעם12, היינט לערענט מען מער און מ'ווייס מער, אָבער עס פעלט עבודת התפלה עס פעלט דער הרגש פנימי, ידיעה און חיות זיינען צוויי בעזונדערע זאַכן.

ג. רשב"ץ13 האָט אַלעמאָל מכיר טובה גיווען פאַר דעם זכות וואָס מען פלעגט איהם אַריינלאָזן צו די פאַרבריינגעניש פון אַלטע חסידים. אַמאָל פלעגט מען דאָך ניט אַריינלאָזן צו די חסידישע פאַרבריינגעניש נאָר יונגעלייט, אָבער די בחורים פון ישיבה — ווי עס איז ידוע אַז אין ליובאַוויטש איז געווען אַלעמאָל אַ ישיבה14, אויך די זיצער — פלעגט מען ניט אַריינלאָזן. רשב"ץ, ווייל ער איז געווען אַ תלמיד און אַ מחונך פון החסיד ר' מיכל אַפּאָצקער15, פלעגט מען אים יאָ אַריינלאָזן.

רשב"ץ האָט דערציילט וואָס ער האָט געזען בעת אַ חסידישער פאַרבריינגען אין ליובאַוויטש וואו עס זיינען געזעסן ר' הלל פּאַריטשער16 און ר' אייזיל האָמליער17, בעת'ן פאַרבריינגען האָט ר' הלל זיך אָפּגערופן, אַז ער איז מקנא שלום יוסף'ן דעם בויער — בונה — פּלאָטניק.

30ר' שלום יוסף איז געווען אַ אַלטער איד פון דעם אַלטן רבי'נס חסידים, נאָר זייער אַ פּשוטער, זיין פרנסה איז געווען, וואָס ער איז געווען אַ בויער, אַ פּשוטער אַרבעטער. ווען ר' הלל איז נאָך געווען אַ יונגערמאַן, איז ר' שלום יוסף שוין געווען אַ שטאַרקער זקן. ר' שלום יוסף פלעגט אַ סאַך דאַוונען. איינמאָל האָט ר' הלל געזען ווי ר' שלום יוסף האָט שטאַרק געוויינט אין דאַוונען, האָט אים ר' הלל נאָכדעם געפרעגט, פאַרוואָס האָסטו געוויינט אין דאַוונען, האָט אים ר' שלום יוסף געענטפערט, איך האָב געהערט פון רבי'ן18 אַז באַ יעדען איז זיין נשמה פון חכמה דאצילות, היינט אַז איך האָב אַ טראַכט געטאָן, חכמה דאצילות אין אַ ליידאַק19, וואָס פאַר אַ רחמנות עס איז אויף חכמה דאצילות צו זיין אין אַזאַ ליידאַק, האָב איך זיך פאַנאַנדערגעוויינט.

בעת ר' הלל האָט געזאָגט ביים פאַרבריינגען אַז ער איז מקנא ר' שלום יוסף'ן, האָט ער זיך שטאַרק פאַנאַנדערגעוויינט. ווען רשב"ץ האָט מיר איבערדערציילט דעם סיפור האָט ער געזאָגט, אַז ר' הלל'ס געוויין איז געווען ע"ד ווי געה בבכיה20 וכו'.

האָט ר' אייזיל זיך אָפּגערופן: איך בין מקנא ר' הלל'ן, אַזאַ משכיל, אַזאַ ידען — ווי עס איז ידוע אַז ר' הלל איז געווען קלאָהר אין כתבי האריז"ל אותיותווייז — און אַזאַ עובד, זאָל מקנא זיין די פשטות פון שלום יוסף'ן דעם בויער.

ויאמר ר' הלל לר' אייזיל, נו.. וענה ר' אייזיל: דאָס קען מען ניט מאַכן, אַז מ'האָט דאָס האָט מען דאָס, דאָס איז נאָר מצד געגועי הנשמה, וואָס אַ נשמה ציט לאלקות, און אויף דעם האָרעווען מיר אַז מיר זאָלן זוכה זיין צו דעם.

ד. (עס איז דאָ אַ וואָרט מקובל רבי מפי רבי, אַז) ווען דער אַלטער רבי האָט זיך דערוואוסט די אחריות פון זיין שליחות, האָט ער זיך ניט באַרואיגט ביז ער האָט שוין געהאַט אַ אייגענעם מנין, אַז ער האָט געהאַט אַ אייגענעם מנין יונגעלייט, האָט ער געוואוסט אַז ער האָט שוין עפּעס אויפגעטאָן אין זיין נייעם דרך.

ב"ה, מיר אין אַמעריקא האָבען שוין אַ מקום מנוחה, אַזוי איז דאָך דער הוהאַ פון אַמעריקאַנער גשמיות'דיגן לעבן, דער רעש וכו', אָבער ב"ה מיר האָבן שוין אַ מקום מנוח, אָבער מען דאַרף זיך דערמיט ניט מסתפק זיין, יעצט דאַרף מען ערשט אָנהויבן טאָן. ע"ד ווי עס שטייט נאָכן מבול אַז "ולא מצאה היונה מנוח לכף רגלה"21, אין פלוג — ווי קומט מנוחה צו כף הרגל, מנוחה נעמט זיך דאָך מצד העונג, גילוי עצם הנפש, היינט ווי קומט מנוחה צו אַ פּאַדעשווע? נאָר דער ענין איז אַז די כוונה פון מנוחה איז אַז מ'זאָל אַראָפּקומען אין כף הרגל, היינו אין אַ בפועל ממש. די מעלה פון רגל איז דאָך וואָס דאָס איז מעמיד דעם גאַנצען ציור האדם, אַזוי קען ער דאָך אומפאַלען, נכשל ווערען, אָבער ע"י הרגל איז דער ציור האדם על מקומו, אָבער די כוונה איז אַראָפּטראָגן די מדריגה פון מנוחה אין כף הרגל אין די נידעריגסטע מדריגה אין מעשה בפועל ממש, דאַמאָלסט איז דאָס מנוחה, אַז מען איז בערואיגט.

31ה. דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אין אַ המשך מאמרים דעם ענין פון חכמה דאצילות און האָט מבאר גיווען אַז די מציאות פון חכמה איז באַ מצד הביטול. וויפיל ער האָט דעם ענין מסביר גיווען איז נאָך אַלץ געווען ניט מובן כל צרכו.

אין אַ משך זמן אַרום זיינען מיר געווען אין פּעטערבורג. דאַן איז אין פּעטערבורג געווען אַ גרויסער פּאַראַד, עס איז געגאַנגען אַ פּאָלק22, אַלע סאָלדאַטן אויסגעמושטירט אין שיינע קליידער מיט זייערע כלי זיין, באַ יעדע שורה איז געגאַנגען אַ פירער און אין שפּיץ איז געפאָרן אַ רייטער אויף אַ פערד, דער פערד איז געווען אויסגעצירט און אויפ'ן פערד איז געזעסען אַ פאָניע, וואָס פאָניע קען רייטן אויף אַ פערד, און זיינען געגאַנגען מיט'ן גאַנצען נימוס פון חיל.

האָט דער טאַטע צו מיר געזאָגט, אַז דאָס איז אַ הסבר אויף דעם ענין פון חכמה דאצילות, דער סאָלדאַט ביז וואַנען ער איז געוואָרן אַ גוט אויסמושטירטער סאָלדאַט האָט דאָך גענוג קלעפּ אַריינגעכאַפּט, אַז דער קנעפּל איז ניט גענוג אויסגעפּוצט האָט מען דאָך געשלאָגען און געגעבען קאַרצער, און וואָס פאַר אַ בעטרעף האָט דער סאָלדאַט באַ זיין פירער, גאָרניט, ער איז דאָך באַ אים כעפרא דארעא, און דאָ זעט זיך דער סאָלדאַט אין אַ מציאות, איז דאָך זיין גאַנצער מציאות בא מצד הביטול, וכמו"כ הוא בענין חכמה דאצילות שכל המציאות שלה בא מצד הביטול.

דער טאַטע איז אַזוי געווען צוזאַמענגעבונדן מיט חסידות אַז וואָס ער האָט געזען, האָט ער ניט געזען די זאַך ווי עס ווייזט זיך כפשוטו, נאָר ווי דאָס איז אין עניני אלקות.

און דאָס איז אַ הוראה פאַר אַ עובד אַז וואָס ער זעט און וואָס ער הערט, זאָל ער דאָס דערהערען אין דעם אמת'ן ענין.

סדר השני של חג הפסח תש"ו

א. הא לחמא עניא.

ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטען מאָל פון מעזריטש1 האָט מען איהם געפרעגט, וואָס האָט ער דאָרטן מקבל געווען פסח, האָט ער געענטפערט, אַז אין מעזריטש האָט ער גענומען, וואָס איז דער גאַנצער סדר פון גלות מצרים און די גאולה, די כוונה פון גלות און די כוונה פון גאולה, וואָס דאָס ליגט אין די דריי ווערטער פון: הא לחמא עניא.

די אידען אין מצרים איז זייער עבודה געווען אַ עניות'דיגע, ווייל זיי האָבען גענומען פון ה"א פון שם הוי'. און דאָס איז דער פירוש פון: הא לחמא עניא, פאַרוואָס איז דאָס לחמא עניא, ווייל דאָס איז נאָר ה"א פון שם הוי'.

דאַרפען דאַרף מען אָנהויבן פון יו"ד פון שם הוי', וואָס יו"ד איז דער העלם העצמי, וואָס ער איז כולל אַלע גילויים, אָבער אַז מען נעמט נאָר פון ה"א איז דאָס לחמא עניא.

32ב. וכל המרבה לספר וכו' הרי זה משובח.

(בשם אביו כ"ק אדמו"ר נ"ע) אין פלוג וואָס איז דער ענין פון סיפור יציאת מצרים, אויב בלויז וואָס דאָרט איז געווען עבודה בפרך אין גשמיות און נאָכדעם איז מען דערפון בעפרייט געוואָרן, איז צוליב דעם אַליין וואָלט מען ניט קובע געווען דעם ענין הסיפור פון יציאת מצרים לדורות.

עס איז פאַראַן דיבור און עס איז דאָ סיפור, דיבור קען זיין בקיצור אין עטלעכע ווערטער, וואָס די עטלעכע ווערטער קענען אַמאָל מכיל זיין די גאַנצע אריכות, אָבער סיפור מיינט דערציילען יענעם, אַז דער אַנדערער זאָל דאָס פאַרשטיין, אויב ער פאַרשטייט ניט מיט איינמאָל דאַרף ער זאָגען נאָך אַמאָל, אויב ער פאַרשטייט ניט מיט די ווערטער דאַרף ער אים זאָגען מיט אַנדערע ווערטער.

דער עצם פון יעדען אידען איז דאָך זייער גוט און זייער הויך, מ'קען דאָך גאָר ניט איבערגעבען אין ווערטער ווי הויך יעדער איד איז מצד העצם, אָבער אין גילוי קען דאָך זיין, אַז מען איז ניט ווי מ'דאַרף, אָבער דורך דעם וואָס מען איז מרבה לספר ביציאת מצרים ווערט אויך דער "זה" אַ משובח2.

און דאָס איז דער פירוש וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח.

ג. הגיע זמן קריאת שמע של שחרית.

עס איז פאַראַן קריאת שמע שעל המטה און עס איז דאָ קריאת שמע של שחרית, עס איז דאָ אַ גרויסער חילוק פון קריאת שמע של ערבית בכלל און קריאת שמע שעל המטה בפרט און קריאת שמע של שחרית3.

אַז די רביים האָבען דערציילט ביציאת מצרים כל אותו הלילה, האָט אָנגעהויבן צו לייכטן ביי די תלמידים די מדריגה פון קריאת שמע של שחרית4.

ד. אראב"ע וכו' עד שדרשה בן זומא.

ביי ראב"ע איז געווען, ולא זכיתי, עס האָט ניט געלויכטען דער יציאת מצרים, בלילות אין גלות5, פאַרוואָס ווייל ראב"ע איז געווען אַריינגעטאָן נאָר אין גליא שבתורה, וואָס הגם מצד גליא שבתורה איז אויך פאַראַן דער ענין פון גאולה, אָבער דאָס איז אַ גלות'דיגע גאולה. עד שדרשה בן זומא וואָס דאָס איז פנימיות התורה6, וואָס דאָס טוט אויף אַז דער ימי חייך זאָל זיין אַ כלי צו דעם כל ימי חייך להביא הלילות, ליכטיג מאַכן דעם גלות ביז דעם ענין פון להביא לימות המשיח, אַז ניט נאָר זאָל מען וויסן די כוונה פון גלות, נאָר אויך די כוונה פון גאולה זאָל לייכטן אין גלות7.

ה. צא ולמד.

אַז דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט מען אים געפרעגט, וואָס האָסטו דאָרטען גענומען, האָט ער געענטפערט1 דאָרט האָט מען מיר גע 33לערנט אַז עס דאַרף זיין: צא ולמד, אַרויסגיין פון זיך און לערנען פון יענעם8, זען דעם אייגענעם חסרון און די מעלה פון יענעם.

ו. ויהי שם לגוי גדול עצום ורב.

מערער ווי פופציג יאָר צוריק — אין יאָר תרנ"א — האָט דער טאַטע זייער אַ סאַך גערעדט באַ די הגדה, עס איז געווען זייער אַ פריילעכער פסח.

— עס איז אַ גרויסער עגמ"נ וואָס מ'קען ניט ריידען באריכות דאָס וואָס מ'וואָלט געדאַרפט ריידען8 און מען מוז זיך פאַרלאָזן אויף אותיות הכתב, אָבער אין דבור איז דאָס גאָר אַנדערש מיט אַ אַנדער חיות.

יסורי הגוף דאַרף אַ איד מקבל באהבה זיין, אָבער יסורי הנפש וואָס זיינען פאַרבונדען מיט יסורי הגוף — אויף דעם קען מען ניט מסכים זיין און מ'דאַרף ניט מסכים זיין, נו...

אז מען שטעלט זיך אָפּ אין ציור המחשבה פון אַמאָל, איז מען ניט עלענד. הגם מען איז איצטער אויך ניט עלענד, מען געפינט זיך ב"ה צווישען אידען, און אַזעלכע וואָס ווילען הערען און האָבען געגועים צו הערען אַ וואָרט. —

דאַמאָלסט — אין יאָר תרנ"א — האָט דער טאַטע געטייטשט "ויהי שם לגוי גדול", אַז אפילו אין מצרים האָבען אידען דערהערט אַז זיי זיינען אַ "גוי גדול". עס איז דאַן געווען אַ גאַנצע אריכות וועגען "גדול עצום ורב", און דער טאַטע האָט גערעדט אַ אריכות אין דעם ענין, אַז אין נשמות איז פאַראַן די מדריגה פון גדלות, עצמות און ריבוי, זייער אַ טיפער ענין אין חסידות, באַ מיר איז דאָ אַ הנחה פון דעם מאמר9.

ז. וירעו אותנו המצרים.

פון די ווערטער איז משמעות ווי עס וואָלט זיך געוואנדען אין זייער בחירה, אין פלוג איז דאָך דער גלות מצרים און אַזוי אַלע גלות'ן מצד השגחה מלמעלה וואָס עס איז פאַראַן אַ כוונה אין דעם, וואָס די עניני הגלות דאַרפן דורכגעפירט ווערן, היינט וואָס זאָגט ער "וירעו אותנו המצרים" כאילו עס איז תלוי אין זיי אַליין.

נאָר דער ענין איז, וירעו איז מלשון ריעות, די מצרים האָבען זיך אָנגעהויבען חבר'ן מיט די אידען10. און אַזוי אין יעדען גלות איז פאַראַן אַ סוג אידען וואָס חבר'ן זיך מיטען פּריץ; אפילו די וואָס מיינען אַז דורך דעם וואָס זיי וועלען זיין גוט מיט'ן פּריץ וועט דאָס בריינגען אַ טובה לכלל ישראל. דאָס איז אַ טעות, ניטאָ וואָס צו האָפען אויף דעם, ניט זיי ווילען טאָן און ניט זיי קענען טאָן.

וואָס איז אָבער דער פועל יוצא פון דעם "וירעו", "ויענונו ויתנו עלינו עבודה קשה", אַז דער גלות ווערט נאָך שווערער וכו'.

ח. רבי יהודא הי' נותן בהם סימנים.

(בשם כ"ק אבי אדמו"ר נ"ע) וואָס איז דער ענין פון די סימנים און נאָך וואָס דאַרף מען סימנים (גם איזה שייכות יש בין רבי יהודה שהי' נותן בהם סימנים לרב יהודה שכולי תנויי בנזיקין הוה11), 34און דער טאַטע האָט גערעדט אין דעם אַ אריכות. — בקיצור, אַז אין קדושה איז דאָ אַ סדר, הויבט זיך אַן כח"ב, חב"ד, חג"ת נהי"מ; מכות איז דאָך קליפות, דאָרט איז אַ פאַרקערטער סדר, אַז באח"ב וואָס דאָס מיינט כתר איז גאָר לבסוף.

ט. בתוך הסעודה ניגנו את הניגון הידוע12 של ר' אשר ניקאָלאַייעווער13 וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א14: דער מחבר פון דעם ניגון איז גיווען ר' משה חאַריטאָנאָוו15. הניגון (ב' בבות הראשונות) הביא ר' אשר הנ"ל מה ששמע על החתונה במשפחת האָרענשטיין (חתונת ר' שלמה האָרענשטיין16), וכשבא אח"כ ר' אשר לליובאַוויטש17 למסור פ"ש מהחתונה אמר לו כ"ק אאמו"ר נ"ע שבטח יבא להנאות דשא בחו"ל וכן הוה, ובא18 ר' אשר הנ"ל על פורים19 תרס"א לחו"ל, וניגן את הניגון הנ"ל כפי שתיקנו וסידרו ושכללו ר' משה20 חאַריטאָנאָוו, ואמר כ"ק אאמו"ר נ"ע: אין דעם ניגון שפּיגעלט זיך אָפּ די פאַרלוירענקייט פון אַ חסיד מצד מעשיו און זיין האָפען אויפן רבי'ן.

וכשמסר אח"כ ר' אשר הנ"ל הדברים לר' משה חאַריטאָנאָוו21, אמר בהתרגשות: דער רבי זעט, וויפיל פנימיות הלב דער ניגון האָט מיר געקאָסט.

35שבת חוה"מ פסח תש"ו בסעודת היום

א. אחד מהמסובים לא אכל והרגיש בזה כ"ק אדמו"ר שליט"א ואמר: עבודת חב"ד איז אַז מען זאָל עסן, נאָר מען דאַרף קענען (ווי צו) עסן.

ב. ניגנו את הניגון של ר' אשר מניקאָלאַייעוו1 ואח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

איך האָב געהערט פון טאַטען, בשם אביו אאזמו"ר מוהר"ש, וואָס ער האָט געהערט פון צמח צדק, אַז ניגוני חב"ד זיינען אחד משני פנים, אָדער זיי קומען פון חב"ד אָדער זיי זיינען מגלה חב"ד. אויף דעם ניגון וואָס מ'האָט יעצט געזונגען האָט דער טאַטע געזאָגט אַז דאָס איז פון די פרשה וואָס איז מגלה חב"ד.

דער טאַטע האָט דאָס גערעדט אין אַ געוויינליכען שבת באחת משבתי השנה, און האָט ממשיך געווען: אַז מען לערנט 2 שעה חסידות פאַר'ן דאַוונען, נאָכדעם גייט מען אין וואַסער, נאָכדעם שטעלט מען זיך דאַוונען, און מ'גיט אַ טראַכט מיט וואָס גייט מען דאַוונען, "ווער" גייט דאַוונען און מיט וואָס, און נאָכדעם אַז מען דאַווענט באריכות התפלה און מען זינגט דעם ניגון קען מען עפּעס אויפטאָן, דער עיקר פון עבודת התפלה איז עס זאָל זיין סיומא דתפלה, עס זאָל פּועל'ן אויף נאָכן דאַוונען.

פאַראַן אַזעלכע וואָס האַלטן ביי די דרגא פון פאַרן דאַוונען, ד.ה. אַז דער פאַר'ן דאַוונען איז באַ זיי גוט, זיי לערנען חסידות ווי מ'דאַרף, נאָר דער דאַוונען אַליין איז אַ טרוקענער, ווער רעדט נאָכן דאַוונען, איז שוין גאָר אַ קאזיאל2. דער עיקר עבודת התפלה איז אַז עס זאָל פּועל'ן אויפ'ן גאַנצען טאָג.

און דער טאַטע האָט גערעדט אין דעם דרגות: פריער איז, אַז דער עסען נאכ'ן דאַוונען זאָל זיין ווי אַ דאַוונער עסט. נאָר דאָס איז אַ דבר הפשוט און ער האָט אין דעם ניט מאריך גיווען. דער מעלה פון דעם איז, אַז דער דאַוונען זאָל ביי אים דערהערט ווערען אין אַלע זיינע ענינים בכל היום, ער טוט זיך טאַקע זיינע ענינים וואָס ער דאַרף טאָן אָבער אין אַלע זיינע ענינים דערהערט ער דעם דאַוונען און דאָס איז אים מעורר צו תפלת המנחה, נאָכדעם בערבית אַז עס ווערט פינסטער, גיט ער אַ טראַכט אַז עס איז ניט נאָר פינסטער אין גאַס, נאָר עס איז פינסטער באַ איהם אין האַרצען און עס איז פּוסט אין קאָפּ, און מיט די התבוננות הויבט ער זאָגען והוא רחום יכפר, וואָס רחמים פון סדר השתלשלות איז ניט מספיק, אָבער אַז עס איז "והוא" רחום, וואָס "והוא" איז עצמות, עס זאָל נמשך ווערען רחמים פון עצמות א"ס, איז דאַמאָלסט הויבט אים אָן לייכטען, וואו לייכט זיך דאָס אין קריאת שמע שעל המטה, וואָס דעמאָלט איז נאָכדעם די שלאָף ניט ווי אַ שוטה שלאָפט וכו'.

דער עיקר פון חסידות איז צו דערהערען דעם ענין. דערהערען וויפיל חיות עס ליגט אין אַ חסידישען ניגון, וויפל חיות עס ליגט אין אַ חסידישען וואָרט.

דער ענין פון עבודת התפלה איז 36היינט געוואָרען אַ ביסעל אויסגעוועבט, אַ ביסל פאַרשלאָפן3. הגם מאָנען דאַרף מען מאָנען ביי זיך, ביי יענעם דאַרף מען זעהן די מעלות, אָבער...

ג. איך האָב אַמאָל געהערט פון טאַטן אויף יחידות, אַז דער אַלטער רבי האָט מתקן געווען דעם ציור חב"ד, ניט נאָר מתקן געווען נאָר ממשיך געווען אַז אפילו אַ ישובניק (העוסק בישובו של עולם) זאָל אויך דערהערען הפלאת חכמה עילאה, אָבער די תכלית הכוונה איז, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ בפועל.

דער טאַטע האָט דאַן געזאָגט, אַז מ'טוט בלויז אין לימוד החסידות אָן עבודת התפלה, איז דאָס קיין קאָפּ ניט, נאָר במחילה...

עבודת התפלה איז שייך צו אַלעמען (ניט נאָר פאַר יחידי סגולה), נאָר מען דאַרף אַראָפּטרייסלען דעם שטויב און בלאָטע וואָס איז אָנגעוואַקסן, וואָס אין דאַוונען איז פאַראַן ב' תנועות, געגועים צו אלקות, אָדער דער געשמאַק, וואָס עס איז גוט, עס פעלט קיין זאַך ניט, ער בעט ניט אויף מזונות, אויף גשמיות, ער איז צופרידען דאָס וואָס ער האָט (היינו ההרגש מאלקות) און ער וויל אַז דאָס וואָס ער האָט זאָל ביי אים לייכטען.

אַמאָל איז געווען אַז די וואָס האָבען געדאַוונט (באריכות) האָבען געוואוסט, און די וואָס האָבן געזען יענעם דאַוונען האָבן געהאַט געגועים צו דעם, היינט...

אַ חסידישער דאַוונען איז אַזוי ווי אַ טרוקענע שטיקל האָלץ. אַ נאַסער האָלץ ווען ער הויבט אָן ברענען, שיפעט עס און עס פלאַקערט אויף מיט אַ גרויסען רעש, אָבער אַ טרוקן שטיקל האָלץ, ברענט שטיל, אָן רעש, און ווען דער פלאַם גיט עם אַ חאַפּ אָן, גיט ער זיך אַ טרייסעל, און דער פייער ברענט עם דורך. אַזוי איז אויך אין אַ חסידישן דאַוונען, שטיל אָן רעש, ווען דער פלאַם פון דאַוונען גיט עם אַ חאַפּ, גיט ער זיך אַ טרייסל, איבערברעכן זיך זיינע מדות, אָבער אַלץ אָן רעש וכו'.

איך האָב געהערט צוויי לשונות וועגען דאַוונען, אויסלעבן זיך (אין דאַוונען) און אויפלעבן.

אַמאָל איז געווען דער חסידישער ווינקעל, מען פלעגט אַריינגיין אין ביהמ"ד און אַוועקזעצן זיך אין אַ ווינקל און אָנהויבן זיך באַטראַכטן וואָס טוט זיך מיט אים, ווער גייט דאָס דאַוונען און פאַר וועמען מען גייט דאַוונען...

היינט, אַז מען שטייט אויף אינדערפרי, הויבט מען זיך אָן אַיילען, מען דאַרף, מען דאַרף גיין אַהין, מען דאַרף דאָס, מען דאַרף העלפן דעם רבונו של עולם, און אויף עבודת התפלה פאַרגעסט מען.

הי' ענין ע"ד: חב"ד חג"ת נהי"ם, די ממשלה אויף זיך.

37בכינוס הר"מ ומנהלי ישיבות תומכי-תמימים ואחי-תמימים

אשר בערי השדה ב[יום ד' ד]חוהמ"פ תש"ו1

יעצט קען מען זאָגן אַז די שליחות פון קומען אין אַמעריקא האָט ב"ה מצליח געווען.

עס איז יעצט ניט די צייט צו ריידן וועגן דעם באריכות, נאָר מען דאַרף געבן אַ הלל ושבח דעם אויבערשטן, וואָס ער האָט מצליח געווען די שליחות.

איר זייט דאָך טעטיק אויפן געביט פון חינוך הכשר און האָט ב"ה מצליח געווען, נאָר וויפיל איר טוט ניט אין דעם, איז נאָך אַלץ ניט גענוג. מען דאַרף קלאָר מאַכן פאַר אייך די אחריות, וואָס די השגחה העליונה האָט אַרויפגעלייגט אויף אייך. איר זייט די נבחרים פון דער השגחה עליונה וועלכע גיט אייך די נויטיגע כחות אויף דורכפירן די שליחות, נאָר איר דאַרפט זיך ניט נאַרן ניט אין דער שליחות און ניט אין די כחות.

פון צייט צו צייט דאַרפט איר זיך פאַרזאַמלען און צוזאַמענריידן זיך וואָס איר האָט צו טאָן פאַר דעם חינוך הכשר, און ווי אַראָפּצובריינגען בע"ה אייערע החלטות מן הכח אל הפועל.

מען דאַרף טאָן מיט אַ פנימיות — איך מיין דאָ ניט פנימיות בדרכי החסידות — נאָר טאָן מיט כחות פנימיים. מען האָט געעפנט אַ טיר, דאַרף מען זיין אַ נכנס בפנים.

דאָס איז אין עצם. און די התגלות והתפשטות דאַרף זיין בכל לשון שאתה שומע. עס זיינען דאָך דאָ קינדער און יוגענט וועלכע פאַרשטייען ניט קיין אידיש, דאַרף מען זוכן עצות ווי צו בריינגען אויך זיי צו תורה ויראת שמים און ווי צו בריינגען תורה ויראת שמים צו זיי. מען דאַרף שטרעבן צו מאַכן די אַמעריקאַנער אידישע קינדער פאַר לומדים, אָבער פריער — פאַרשטייט זיך — דאַרף מען אַראָפּנעמען די לבושים המלוכלכים און אָנטאָן זיי לבושים נקיים.

אַז עס געפינט זיך אין אַ שטאָט אַ יונגערמאַן אַ בןתורה, דאַרף זיך דאָרטן דערהערן אַז עס איז דאָ אַ איד אין שטאָט. אַ ודאי זיינען ב"ה פאַראַן מערער אידן, כן ירבו, אָבער דאָס זיינען כחותהנעלמיםאידן וועלכע מען דאַרף שייערן און רייניגן ביז עס ווערט ביי זיי נתגלה דער טוב.

איר דאַרפט נעמען די יוגענט אין אייערע הענט. איר דאַרפט שאַפן פאַר זיי שיעורים און מסיבות! איר דאַרפט זיי באַקענען מיט דעם לעזעמאַטעריאַל וועלכע איז שוין ערשינען דורך דעם "מרכז לעניני חינוך" און מען דאַרף זוכן בע"ה צו ערמעגלכן דעם ערשיינען פון נאָך — פאַר דעם יוגענט צוגעפּאַסטע — שריפטן.

דער אויבערשטער זאָל אייך אַלעמען מצליח זיין אין אייער שליחות בכלל, און יעדן איינעם אין וואָס ער דאַרף בפרט.

38ליל שביעי של פסח תש"ו בסעודה

א. איך האָב געהערט פון טאַטן וואָס ער האָט געהערט פון זיידן, בשם הצ"צ, אַז דער אַלטער רבי האָט געזאָגט לנכדו הרב"ש1: דו האָסט מיך מחיי געווען, מיט דעם וואָס דו האָסט זיך איינגעהערט צו די טעמי הנגינה2 און האָסט זיי איינגע'חזר'ט.

— דער אַלטער רבי האָט געהאַט באַזונדערע טעמי הנגינה צו יעדען טייל פון קרה"ת3, עס איז ניט געווען גלייך די טעמי הנגינה פון גאַנץ תורה צו די טעמי הנגינה פון אז ישיר, און די טעמי הנגינה פון עשרת הדברות אין יתרו איז ניט געווען גלייך צו די טעמי הנגינה פון עשרת הדברות אין משנה תורה4. —

דער למען תספר באזני בנך ובן בנך5 — האָט דער אַלטער רבי ווייטער געזאָגט צו רב"ש — מיינט מען ניט נאָר אַ אייניקל, נאָר עד סוף כל הדורות, נאָר מען קען דאָך ניט איבערגעבן בע"פ נאָר צו אַ אייניקל, אָדער אַ אוראייניקל, וואָלט איך זייער וועלן, אַז די ניגונים וואָס דו האָסט געהערט פון מיר, וואָס דאָס איז ווי מלכות דאצילות זינגט, זאָל מען זיי זינגען עד סוף כל הדורות.

נאָך אזויפיל יסורים און מנגדים וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט, וואָס די מנגדים אין עוה"ז זיינען ניט בערך צו די מנגדים וואָס ער האָט געהאַט מצד שרשי הקליפות, וואָלט ער וועלען, אַז די אַלע כוונות וואָס ער האָט מכוון געווען, און די ניגונים וואָס ער האָט מסדר געווען, זאָל מען זיי זינגען עד סוף כל הדורות, און וואו אַ איד וועט זיך געפינען און באַ וועלכען מצב ער וועט זיך געפינען וועט דער ניגון אים מעורר זיין צו תשובה, וואָס תשובה מיינט מען ניט אויף אַ חטא ועון6, נאָר תשובה אויף דעם גילוי, אַז ער דערהערט גילוי מיינט ער דאָך אַז ער האָט שוין עפּעס, דאַרף ער וויסען אַז דאָס איז ניט מער ווי אַ גילוי.

דער אַלטער רבי האָט זייער מחבב געווען דעם רב"ש7. נאָך די הסתלקות פון אַלטען רבי'ן, איז דער רב"ש כל ימיו געווען צובראָכן באַ זיך און ער האָט זיך ניט געקענט טרייסטן8. דער צמח צדק האָט איינמאָל געזאָגט צו רב"ש, וואָס קענסטו ניט קומען צו זיך, דער זיידע זיצט אין גן עדן און איז מגלה פנימיות התורה, וענה הרב"ש: איך וואָלט דאָס וועלן הערן...

ב. דער צמח צדק פלעגט בחיי דעם אַלטן רבי'ן, בחיי דעם מיטעלן רבי'ן, און אויך שפּעטער בעת נשיאותו פאַרבריינגען מיט חסידים9.

39דער צ"צ האָט אָנגעהויבן פאַרבריינגען מיט חסידים זייענדיג אַלט 15 יאָהר, שפּעטער בעת נשיאותו פלעגט ער פאַרבריינגען זייער בקיצור און בהתיישבות.

דער סדר פון דעם פאַרבריינגען איז געווען, אַז ער פלעגט אָנהויבן מיט אַ סיפור המעשה און נאָכדעם פלעגט ער מבאר זיין דעם בכן, ווי דאָס דאַרף פּועל'ן אין כחות חב"ד, חג"ת, נה"י, און קבלת עול מלכות שמים דאַרף מען אַליין קריגן.

דער צמח צדק האָט געזאָגט: אַ סיפור דאַרף פועל'ן בענינים הנ"ל, און אויב דאָס פועל'ט ניט איז דאָס מסיבת א' מג' טעמים: א) ווייל דער שומע פאַרשטייט ניט, ב) ער וויל ניט פאַרשטיין, והג) ווייל דער מקבל איז אַ כלי מאוסה. דער זיידע — געמיינט אדמו"ר הזקן — איז דאָך געווען אַ טוב עין10, האָט ער געגעבען אַ כח אויסצווואַשן די כלי מאוסה דורך — אַ ניגון.

וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: דאָס איז אַלץ אויב עס איז אדעתא דנפשי'.

ג. איך בין מכיר אין דעם חסד עליון, וואָס עס איז ב"ה דאָ הצלחה אין מיין נסיעה אַהער, מ'האָט ב"ה אין אַ קורצע צייט אַ פולע אויפגעטאָן.

די וואָס זעהן מיך און איך אַליין וואונדערן זיך פאַרוואָס מען זעט ניט אויף מיר שמחה בהתגלות. באמת האָט מען דאָך געדאַרפט זיין שש ושמח, אַז במשך אַזאַ קורצער צייט האָט מען געמאַכט ליכטיג אַ סאַך אידישע הערצער, מען האָט ב"ה פאַרפלאַנצט אַ נטיעה פּנימית, אַ פּנימיות'דיגע נטיעה, אַ אור זרוע וואָס בריינגט און וועט בריינגען פירי פירות. מען האָט דאָך געמאַכט ליכטיג אַז אין די מדינה זאָל מען אויך דערהערען דעם אמת, וואָס די ליכטיגקייט האָט גע'פועל'ט אין אַלע סוגי בני אדם, אפילו די וואָס ווילען ניט אַריינגיין אין די אַרבעט און טוען אַלע השתדלות'ן אויף ניט אַריינגיין אין דעם און דרייען מיטן קעפּל אויף ניט, זיינען אויך געוואָרען אַנדערש, וואָס לפי ערכם זיינען זיי נשתנה געוואָרען מהקצה אל הקצה,

— איך בין כלל ניט גענאַרט, מ'האָט ב"ה אַ פולע אויפגעטאָן. האָט דאָך געדאַרפט זיין אַלע טאָג שמחת תורה, די שמחה פון תורה בהתגלות, נאָר וואָס דען, מען איז זייער צובראָכן.

50 יאָהר אַז מען ווייקט זיך אין אידישע יסורים, אין פערשידענע צייטען און פערשידענע שליחות'ן, צוזעהענדיג דעם שעבוד הגוף, ניט שעבוד הגוף נאָר שבירת הגוף, זעענדיג וואָס פאַר אַ טוב אידען זיינען ווערט, איז דערפון איז מען זייער צובראָכן און עס קען ניט זיין די שמחה בהתגלות11.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז אידן זאָל ווערן גוט, אַ פּנימיות'דיגן גוט, און עס זאָל נמשך ווערן דער גילוי המשיח בפועל, ניט נאָר בכח נאָר בפועל, ס'איז שוין דורכגעווייטאָגט, און אַלע אידן זאָלן גיין אין ארץ ישראל, און עס זאָל טאַקע זיין ארץ ישראל.

40ליל אחרון של פסח תש"ו בסעודה

א. אַז דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטן מאָל אין וויטעפּסק פון מעזריטש, האָט ער דערציילט1 וואָס ער האָט געהערט פון מעזריטשער מגיד, אַז ביי דעם בעש"ט האָט די מסכת אהבת ישראל געהאַלטן כמה מאות פרקים. ביי אברהם אבינו האָט די מסכת ע"ז געהאַלטן ד' מאות פרקי2, און ביי דעם בעש"ט האָט די מסכת אהבת ישראל געהאַלטען כמה מאות פרקים. אברהם אבינו האָט מנחיל געווען צו אידן אהבת המקום — אהבת השי"ת, און דער בעש"ט האָט מנחיל געווען צו אידן אהבת ישראל, ליב האָבען אַ אידן ווייל ער איז אַ איד3. אַז אַ איד געפינט זיך בקצה העולם4, וועמען ער קאָן גאָר ניט5, נאָר דער אויבערשטער ווייסט פון אים און ער ווייסט פון אויבערשטן — דאַרף מען אים ליב האָבן.

דעם וואָרט האָט מען גערעדט פסח ת"ש6 און מען האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַז ביי דעם בעש"ט האָבען אייז"ליכטלעך" אויך געברענט און היינט זיינען אויסמושטירטע חסידים קאַלט און פינסטער.

די מעשה מיט די אייז"ליכטלעך" איז אַזוי, דער בעש"ט האָט זייער ליב געהאַט ליכטיגקייט, דער בעש"ט האָט ליב געהאַט ליכטיג און וואַרעם, אפילו זומער פלעגט ער הייסען הייצען דעם אויווען, עס זאָל זיין וואַרעמער און נאָך וואַרעמער, און האָט זייער ליב געהאַט ס'זאָל זיין ליכטיג.

— אַמאָל פלעגט מען ברענען חלב'נע ליכטלעך, וואָס דאָס איז געווען אַ עשירות, און עס איז געווען אַזעלכע "סטאַציקעס" פון געפלאָכטענע וואַקסענע ליכטלעך וואָס דאָס איז געווען נאָר ביי עשירים —

איינמאָל זיינען די תלמידים געזעסען אין ביהמ"ד און געוואַרט אויף דעם בעש"ט, וועלכער האָט געדאַרפט באַלד אַריינקומען, אָבער זיי זיינען געווען זייער פאַר'דאגה'ט וואָס זיי האָבן ניט קיין "סטאַציקעס" אָנצוצינדען, אין גאַס איז געווען אַ גרויסער וויוג (זאַווירוכע) און מען האָט ניט געקענט קריגען קיין ליכט.

די תלמידים האָבען געוואָלט פאַר'משכנ'ען זייערע קאַפּאָטעס אָבער מ'האָט ניט געקענט קריגען קיין ליכט, והי' הדבר לפלא גדול אצל התלמידים. דערווייל איז דער בעש"ט אַריינגעגאַנגען, האָבען די תלמידים אים דערציילט אַז מען קריגט ניט קיין ליכט, ואמר הבעש"ט: אָבער ליכטיג דאַרף דאָך זיין. וציוה הבעש"ט להתלמידים, אַז מען זאָל אָפּהאַקען פון דאַך די אַייז"ליכטלעך" וואָס היינגט נאָך און מ'זאָל דאָס אָנצינ 41דען. האָבן די תלמידים אַזוי געטאָן און די אַייז"ליכטלעך" האָבען געברענט.

ווען דער זיידע מהר"ש האָט דערציילט די מעשה אויף יחידות צום טאַטען האָט ער מסיים געווען: ניט נאָר וואָס די אייז איז ניט צוגאַנגען, נאָר עס האָט געמאַכט ליכטיג און וואַרעם.

ב. איך דערמאָן זיך יעצט וואָס איך האָב איבערגעלעבט דעמאָלט ווען איך האָב גערעדט די ווערטער אין ת"ש, אַז איך האָב אַ טראַכט געטאָן מיט וואָס פאַר אַ באַגאַזש מען איז געקומען און וואו געפינט מען זיך, איך האָב געוואוסט מיין שליחות, אָבער ווי אזוי... מער ניט וואָס יעדער איד איז דאָך אַ מאמין בפנימיות מוחו ופנימיות לבו, אַז אין אַלץ איז דאָ אַ כוונה עליונה וכו'.

יעצט ב"ה אַז מ'זעט די הצלחה אין די אַרבעט, וואָס מ'האָט במשך די קורצע צייט אַפולע אויפגעטאָן און די כוונה עליונה אין די שליחות האָט זיך דורכגעפירט, און דורך וועמען, דורך צובראָכענע מענטשען, וואָס די עלטערען זיינען צופרידען... האָט מען דאָך געדאַרפט זיין שש ושמח, נאָר מען איז פאַריאָגט7. בלשון העולם, אַז איינער פרעגט דעם אַנדערן: ברודער וואָס מאַכסטו? ענטפערט ער: אַזוי איז נישקשה, נאָר מ'איז פאַריאָגט.

מ'איז פאַריאָגט פון די צרות היום יום, דאָ איז ביי דעם אַ פּריזיוו, ביי דעם איז אַ אַפּעראַציע ר"ל, אַ יולדת, איז מען כסדר פאַריאָגט, אַז מ'קען ניט זיין בשמחה8.

ג. אין איינעם פון די שפּאַצירן וואָס איך בין געגאַנגען מיט'ן טאַטן, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט: די נשמה זעט, שכל שטעלט זיך פאָר, און האַרץ לעבט איבער.

עס האָט זיך דעמאָלסט גערעדט וועגען חסידישען חינוך, וואָס עלטערען מעגען דאָך האָבען אידישען נחת פון קינדער, עלטערען פון קינדער און קינדער פון עלטערען פון חסידישן חינוך וכו'. דער טאַטע האָט מיר דעמאַלסט געזאָגט: איך בין מהלל ומשבח צום אויבערשטן פאַר דיין חינוך.

ווען איך האָב נאָר אָנגעהויבען צו ריידען, אַלס אַ קינד פון 3 יאָהר בערך, פלעגט דער טאַטע מיר פרעגן, וואָס געדענקסטו?9 — איך זאָל זיך מצייר זיין — האָב איך געזאָגט איך געדיינק דעם זיידן — מהר"ש נ"ע — ווי ער האָט געטראָגען 2 גאָלדענע קייטלעך אויפ'ן וועסט — כידוע שהמהר"ש נ"ע נשא תמיד 2 שעונים בכיסו — דעם ט"ק וואָס האָט אַרויסגעזען זיך פון וועסט, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט אַז איך זאָל זיך דאָס מצייר זיין. ער האָט ביי מיר מפתח געווען דעם חוש הציור. אַז איך האָב געלערנט ביי מיין ערשטען מלמד ר' יקותיאל10 ודרכו הי' שאחר הלימוד פלעגט ער דערציילען סיפורי מעשיות שהי' בהם עניני הפלאה, שגם לגדולים הי' זה הפלאה ומכ"ש לילדים, פלעג איך זיך דאָס מצייר זיין. אח"כ למדתי אצל המלמד ר' ניסן11. וכמו"כ בכל ענין בלימוד דא"ח ציירתי 42לעצמי הענין. דער טאַטע האָט מיר אַמאָל געזאָגט: דער כח הציור האָט דיר געראַטעוועט. און דורכדעם איז ביי מיר נתפתח געוואָרען דער חוש הציור (עד שיש כמה דברים שהנני זוכר שאינני יודע אם ראיתי בעצמי הדבר או שזהו מה שציירתי לעצמי ממה ששמעתי).

אויפן יסוד פון אהבת ישראל פון בעש"ט שטעל איך זיך פאָר וואָס פאַר אַ גרינגע אַרבעט מלאך מיכאל האָט יעצט אויף מלמד זכות זיין אויף אידן, אַמאָל פלעגט מלאך מיכאל דאַרפען זוכען הרי הרים צו געפינען אַ זכות אויף אידן, ווי עס איז ידוע די מעשה, וואָס מלאך מיכאל האָט געדאַרפט בריינגען דעם וואָגען, די פערד און די בלאָטע, און אַרויפלייגען אויפ'ן משקל לזכות את ישראל.

אָבער היינט אַז ער בריינגט די הערצער פון מס"נ, אפילו פון אַזעלכע וואָס זיינען ניט שומרי שבת און ניט קיין מניחי תפילין ר"ל, וואָס דאָס זיינען זיי דאָך ניט שולדיג, דאָס איז דאָך נאָר מצד עם הארצות און פון די וועלכע זיינען מסית ומדיח. וואָס באמת ווען די פירער וואָלטען תשובה געטאָן וואָלטען דאָך די אידען גאָר אַנדערש אויסגעזען, אָבער אפילו ביי די, איז דאָך: וואָס מיר זיינען זיינען מיר, אָבער אידען זיינען מיר; אָט דער מס"נ וואָס עס האָט זיך געפונען ביי זיי צו קעמפען און פאַרטיידיגען דאָס איז דאָך מצד העצם, אַז דער שונא האָט געוואָלט אַז ולא12 יזכר שם ישראל עוד ח"ו, האָט דאָס זיי אָנגערירט אין עצם און זיינען געגאָנגען אויף מס"נ. האָט דאָך מלאך מיכאל אַ גרינגע שטיקעל אַרבעט, מען האָט דאָך די אידען אויסגעפּרואווט אויף אַלע אופנים. שוין גענוג געשפּילט זיך, שוין צייט די גאולה ע"י משיח זאָל קומען בקרוב.

ד. אַ בעטלער איז שטענדיג פאַרנומען מיט בעטלעריי, ער קען גאָר ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס ער האָט, ער דאַרף כסדר בעטלען, און דאַרף מאַכען דעם פנים אַזוי אַז עס זאָל ניכר זיין בפניו אַז ער איז אַ בעטלער, אַז ניט וועט מען אים ניט געבען, און קען גאָר ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס ער האָט יע. כמו"כ אַ גביר, איז דער גביר וואָס גיט, גייט איהם ניט איין זיין עשירות, פון דעם וואָס יענעם פעלט; און דער גביר וואָס גיט ניט, גייט ניט איין זיין רייכטום, ווייל מען מאָנט ביי אים כסדר.

מען דאַרף כסדר בעטלען, דאָ דאַרף איינער געזונד, דאָ דאַרף איינער פרנסה, דאָ אַזאַ זאַך. מען איז כסדר פאַרנומען אין בעטלעריי, קען מען ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס מען האָט ב"ה13. אָבער מען בעט דאָך אַ טאַטען פאַר זיינע קינדער, אַ טאַטע וואָס קען געבען, וויל געבען און דאַרף געבען. זאָל דער אויבערשטער געבען, אַז די אידען זאָל ווערען באמת גוט.

43כ"ח ניסן תש"ו1

להבחורים קודם נסיעתם לשיקאגא2

(כשנכנסו שאל: ווען פאָרט איר? וענו: היום. ואמר:) אייער פאָרען קיין שיקאַגאָ איז אַ צווייענדיקע זאַך: איר פאָרט פאַר זיך, און ווייזען אַ "סאַמפּעל"3 וואָס אַ תלמיד פון תומכי-תמימים איז. א תלמיד פון תומכי-תמימים דאַרף זיך פירן עפ"י חסידות, נישט נאָר עפ"י תורה, נאָר אַ תלמיד פון תומכי-תמימים דאַרף זיך פירן עפ"י חסידות אויך. איך האָב געהאַט אַ ביסל נחת רוח פון אייך, נאָר מען דאַרף האָבן מער. איך האָב געהערט אַז איר חזר'ט מאמרים, איך האָב געהאַט אַ נחת רוח פון דעם. מען דאַרף טאַקע חזר'ן, אָבער דאָס איז ניט גענוג, מען דאַרף טאָן. אויב מען חזר'ט אַן עבודה'דיקן מאמר דאַרף מען טאָן אין עבודה. מען דאַרף לערנען און זיין איבערגעגעבן צום לערנען און טאָן אין לערנען. מען מיינט נישט אין אַנדערע זמנים, אין זמן פון רוען דאַרף מען רוען, נאָר מען דאַרף טאָן אין לערנען בפועל ממש. מען דאַרף וועלן לערנען און קענען לערנען.

איר פאָרט ניט מיט אייגענע כוחות, מען גיט אייך כוחות.

איך וויל אייך אויפמערקזאַם מאַכן און בענטשן אייך, די תלמידים פון אייערע ישיבה, און די יוגענט פון שיקאַגאָ. זייט מצליח אין אייערע שליחות. פאָרט געזונט און זייט געזונט בגו"ר.

הערות

עמוד 27

  1. 1. לפני חג הפסח תקכ"ה (ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 265. ס"ע 266).
  2. 2. ע"פ רות א, יט.
  3. 3. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  4. 4. ראה זח"ג עג, א.
  5. 5. ראה שיחות יום א' דחה"פ וליל א' דחה"ש שנה זו (לקמן ע' 29. ע' 44).
  6. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  7. 2. ראה רשימה דש"פ נצבים תש"ז (לקמן ע' 150).
  8. 3. ראה שיחת יום ב' דחג הסוכות שנה זו (לעיל ע' 6). וש"נ.
  9. 4. ראה גם שיחת ליל שביעי של פסח תש"ז (לקמן ע' 111).

עמוד 28

  1. 5. ע"פ רות א, יט.
  2. 6. ראה גם לקו"ש ח"כ ע' 387.
  3. 7. ראה גם לקמן ע' 169. ע' 282. ע' 285. 291.
  4. 8. ראה גם שיחת ליל א דחגה"ס שנה זו (לעיל ע' 3). וש"נ.

עמוד 29

  1. 9. ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 24). וש"נ.
  2. 10. ראה שיחת פורים תש"ז (לקמן ע' 101), שעשרת הניגונים הם כנגד העשר ספירות.
  3. 11. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  4. 12. ראה גם שיחת פורים שנה זו ס"ב (לעיל ע' 24).
  5. 13. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
  6. 14. ראה אגרות-קודש חלק ב ע' קז. "רשימת המאסר" — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 255.
  7. 15. ראה "התמים" חוברת ע' עד [לח, ב] ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91. תש"א ע' 96 ואילך. שיחת י"ב תמוז תש"ז (לקמן ע' 137).
  8. 16. הרב ר' הלל בר' מאיר הלוי מאליסאוו, הידוע בשם "ר' הלל פּאַריטשער" (תקנ"ה — יא מנ"א תרכ"ד). ראשי פרקים מתולדותיו — ראה פלח הרמון על ספר בראשית ועל ספר שמות — הוצאת קה"ת בתחילתם. ספר השיחות תורת שלום ע' 13. 109. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 52 הערה 12. תרפ"חתרצ"א ע' 30 הערה 10. וש"נ. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221. ע' 231 ואילך. ע' 236 ואילך. ע' 240 ואילך. ע' 276. ע' 351 ואילך. אגרות-קודש ח"ג ע' שכט ואילך. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' קלב. לקמן ע' 259. ע' 410 ואילך.
  9. 17. ראה אודותו לעיל ע' 25 הערה 23.

עמוד 30

  1. 18. אדמו"ר הזקן.
  2. 19. {6} נבל.
  3. 20. ראה ע"ז יז, א.
  4. 21. נח ח, ט.

עמוד 31

  1. 22. {6} גדוד.
  2. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 32

  1. 2. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 225 (הועתק ב"היום יום" יז ניסן). שם ע' 262. שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז (לקמן ע' 104 ואילך).
  2. 3. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 88. תש"ה ע' 83.
  3. 4. ראה גם רשימת היומן חג הפסח תרצ"ב ("רשימות" חוברת לח ע' 6). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם. תש"ג ע' 81. לקמן ע' 105. לקו"ש ח"ב ע' 540.
  4. 5. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 71.
  5. 6. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 89.
  6. 7. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 72.
  7. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 33

  1. 8. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 91.
  2. 8. ראה גם ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 292.
  3. 9. לע"ע אינו תח"י.
  4. 10. ראה גם ספר השיחות ה'תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 324.
  5. 11. ברכות כ, א. וראה תענית כד, א. סנהדרין קו, ב.

עמוד 34

  1. 12. תוי הניגון — בספר הניגונים ח"א ניגון נט. — אודות ניגון זה ראה גם שיחת שבת חוה"מ פסח שנה זו (לקמן ע' 35). שיחות שבהערה 14.
  2. 13. ר' אשר בר' מאיר [גראָסמאַן] שו"ב מניקולאַיעב. ממחונכי ר' הלל מפּאַריטש ומחסידי אדמו"ר מוהר"ש נ"ע ואח"כ אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. התעסק בהגהת התניא דהוצאת ווילנא תר"ס. נפטר מרחשון ה'תר"פ (?) [ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 28 בהערה]. — ראה אודותו — שיחת עש"ק שופטים שנה זו (לקמן ע' 54 ואילך).
  3. 14. בהבא לקמן — ראה (בשינויים) ספר השיחות תש"א ע' 48 (הנחה אחרת בספר הניגונים ח"א ע' נג). תש"ב ע' 122 ואילך. שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז. תש"ח. (לקמן ע' 106. ע' 206).
  4. 15. כן הוא גם לקמן בהעתקת שיחה זו. אבל בספר הניגונים שם: כשנסע אח"כ הר' אשר לביתו לניקולאַיעוו ולמד הניגון לר' אהרן חאַריטאָנאָוו שו"ב שהי' מנגן נפלא ומחבר ניגונים, הוסיף עליו ר' אהרן כנפים.
  5. 16. עם מרת דבורה לאה בת הרבנית שיינא ברכה דוליצקא בת אדמו"ר ר' יוסף יצחק בן אדמו"ר הצ"צ. החתונה התקיימה י"ג סיון תרס"א (ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רנז).
  6. 17. כ"ה ברשימת ההנחה. וצריך בירור, שהרי מיום ב', ד' כסלו תרס"א עד יום ג', ה' אלול תרס"א שהה כ"ק אדמו"ר מהורש"ב בחו"ל (ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 100. וש"נ).
  7. 18. מכאן עד סוף השיחה נעתק בשינויים בספר הניגונים שם.
  8. 19. כ"ה ברשימת ההנחה. וצריך בירור שהרי החתונה התקיימה בחודש סיון תרס"א כנ"ל הערה 16.
  9. 20. בספר הניגונים שם: ר"א.
  10. 21. בספר הניגונים שם: לר"א חאַריטאָנאָוו שו"ב.

עמוד 35

  1. 1. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ שנה זו (לעיל ע' 34).
  2. 2. {6} תיש.

עמוד 36

  1. 3. ראה גם שיחת יטכ כסלו ה'שי"ת ס"ג ואילך (לקמן ע' 384).

עמוד 37

  1. 1. נדפס בסה"מ תשי"א ע' 239. פירוט התאריך "יום ד' דחוהמ"פ" ע"פ הנרשם בכותרת בהנחה בלתי מוגה.

עמוד 38

  1. 1. ר' ברוך שלום, בנו בכורו של הצ"צ. ראה אודותו: ספר השיחות שבהערה הבאה. וש"נ.
  2. 2. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 253. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 54. 253. וש"נ.
  3. 3. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם.
  4. 4. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם ע' 54: דער זיידע פלעגט לייענען די עשרת הדברות פון ואתחנן מיט אַ אַנדער ניגון ווי די עשרת הדברות פון יתרו. . דער זיידע פלעגט לייענען די פיהר פסוקי אז ישיר ישראל, באר חפרוה, וממתנה, ומבמות הגיא, מיט אַ ניגון מיוחד, אָבער אַנדערש ווי אז ישיר פון שירת הים.
  5. 5. בא י, ב.
  6. 6. ראה לקו"ת דרושים לר"ה ס, ד. סה"מ תרח"ץ ע' יג. וש"נ.
  7. 7. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 88.
  8. 8. ראה גם ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 151. תש"ג ע' 89.
  9. 9. ראה גם שיחת ליל ש"ק פ' לך לך שנה זו (לעיל ע' 12).

עמוד 39

  1. 10. ע"פ משלי כב, ט. וראה שיחת יום א' דחה"ס תש"ח (לקמן ע' 168).
  2. 11. ראה גם שיחת ליל אחש"פ שנה זו (לקמן ע' 41).

עמוד 40

  1. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 2. עבודה זרה יד, ב.
  3. 3. ראה שיחת יום ב' דחג השבועות שנה זו. פורים תש"ז. רשימה ש"פ נצבים תש"ז. ט"ז אד"ר תש"ח. יו"ד שבט תש"ט (לקמן ע' 49. ע' 100. ע' 151. ע' 185. ע' 300). אגרות-קודש ח"ט ע' קסא. ע' קסה. ע' רטז. ע' שכט. ספר השיחות תש"א ע' 93. תש"ג ע' 12. תש"ה ע' 117 ואילך.
  4. 4. ראה לקו"ש ח"א ע' 201.
  5. 5. ראה שיחת י"ט כסלו תש"ז סט"ז (לקמן ע' 96). אגרות-קודש ח"ה ע' פט (הועתק ב"היום יום" טו כסלו). לקו"ש שם.
  6. 6. ראה שיחת ש"פ תבא, ח"י אלול, ה'ש"ת (ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 174). לקו"ש חט"ו ע' 384.

עמוד 41

  1. 7. ראה שיחת ליל שביעי של פסח שנה זו (לעיל ע' 39).
  2. 8. ראה לקמן סעיף ד.
  3. 9. ראה לקמן ס"ע 64. ע' 109. ע' 230. ע' 239. ע' 306. ע' 336 (וראה ע' 333).
  4. 10. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 111. ע' 119. לקמן ע' 89 ואילך. ע' 239. ע' 352. ע' 361. ע' 394.
  5. 11. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 120. לקמן ע' 43. ע' 65 ואילך. ע' 89. ע' 128. ע' 161. ע' 240. ע' 254. ע' 392 ואילך. רשימות היומן — חורף תרצ"ה.

עמוד 42

  1. 12. ע"פ תהלים פג, ה.
  2. 13. ראה לעיל סעיף ב.

עמוד 43

  1. 1. ברשימה שתח"י:. . 55:1.
  2. 2. ע"ד הישיבה בשיקאגא ונסיעת בחורים לשם — ראה לעיל ע' 3. וש"נ.
  3. 3. דוגמא.

מצוטט ב־6 עמודים

תורת מנחם 5
  1. א - שנת ה'שי"ת ‹ רשימת הסיפורים שזוכרים. סדר הסיפורים אין זוכרים סה"ש תש"ו ע' 29
  2. א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. שיחת ש"פ נצבים, כ"ז אלול ה'שי"ת סה"ש תש"ו ע' 29
  3. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשי"א סה"ש תש"ו ריש ע' 27
  4. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ נשא, ט' סיון, ה'תש"ל סה"ש תש"ו ע' 28
  5. סא - שנת תש"ל - חלק רביעי ‹ שיחת ש"פ בלק, י"ד תמוז, ה'תש"ל סה"ש תש"ו ע' 28
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ רמ ספר השיחות תש"ו ע' 40