פורים תש"ו

22פורים תש"ו

א. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען קיין וויטעבסק האָט מען אים שוין געהאַלטן פאַר אַ גאון, עס איז ידוע אַז צו 13 יאָר איז שוין דער רבי געוועזן אַ גאון1.

ווען זיין פאָטער ר' ברוך איז מיט אים געקומען משדך זיין אים אין וויטעפסק — האָבן די גאוני וויטעבסק שוין געוואוסט פון זיין גאונות. ביז 17 יאָר האָט זיך דער אַלטער רבי ניט מגלה געווען. און בערך צום 18'טען יאָהר האָט ער שוין געהאַט חברים, וואָס ער האָט מיט זיי געלערנט, אַזוי אַז מען האָט שוין געוואוסט פון זיינע גאונות2.

ווען ער איז אַלט געוואָרן אַכצן יאָהר האָט ער אָנגעהויבן זוכן שלימות, האָט אים דאַן דער פעטער מהרי"ל3 געזאָגט: לערנען קענסטו אַביסל אָבער חסידות ווייסטו גאָרניט (כידוע אַז אביו ר' ברוך ודודו הרב יוסף יצחק האָבען פון אים מעלים גיווען4. כידוע אַז דאַן האָט מען שוין געוואוסט פון חסידות, נאָר עס איז געווען בסתר, כידוע פון די צדיקים נסתרים — אויך דער פעטער הרב ר' 23יוסף יצחק ואביו ר' ברוך היו מהנסתרים5), איז דאַן דער רבי אַוועק קיין מעזריטש6.

צוריק קומענדיק פון מעזריטש, האָט מען אים געפרעגט וואָס האָט ער גענומען אין מעזריטש7. האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אַז אין מעזריטש האָט ער גענומען אַ נייעם דרך8, אַז מ'דאַרף וויסן אַז מען איז אַן עם הארץ, אַן עם הארץ איז אַ גרויסע מדריגה9, אַן עם הארץ טוט יעדער זאַך מיט אַ פשיטות ניט וויסענדיק קיין טעם וסברא פאַרוואָס עס דאַרף אַזוי זיין, און10 פון די פשיטות קומט מען צו צו תמימות.

אויך האָט ער גענומען אין מעזריטש דעם ענין פון ניגון. וואָס אַ ניגון איז אויף אַרויסגיין פון וואַנען מען איז, און צוקומען דאָרט וואו מען דאַרף זיין11.

ב. דעם ערשטען פורים וואָס דער רבי איז געווען אין מעזריטש, איז ווען ער איז צוריקגעקומען האָט ער שוין געהאַט אַרום זיך יונגעלייט לומדים מופלגים. האָבען זיי ביי אים געפרעגט וואָס ער האָט דאָרט געהערט, ואמר להם12: דער 24רבי13 האָט אונז מבאר געוועזען דעם "ידע", און מען איז צוגעקומען צו דעם "לא ידע"14, און דורך דעם "לא ידע" איז מען צוגקומען צו דעם אמת'ן "ידע"15.

(והתחיל ואמר:) מיר חסידי חב"ד זיינען ב"ה היינט אויף אַ גוטען שטאַנד, אָבער עס פעלט נאָך אַ סאַך. אַמאָליגע חסידים זייינען געווען פאַראיינציגט מיט די חסידות וואָס זיי האָבן געלערנט, זיי זיינען געווען איין זאַך. זיי האָבען קיין סאַך נישט געלערנט, ווינציגער פאַרשטאַנען; בלויז יחידים זיינען געווען קלאָר אין אַפולע חסידות ובריבוי השכלה, אבל רובם של החסידים האָבען נישט געוואוסט קיין סאַך חסידות, אָבער דאָס וואָס זיי האָבען געלערנט איז געווען איין זאַך מיט זיי, נישט קיין צוויי זאַכן16.

מען איז געפאָרן צום רבי'ן איינמאָל אין יאָר, איינמאָל אין צוויי יאָר, איינמאָל אין דריי יאָר; מען האָט געהערט פון רבי'ן אַ וואָרט — האָט מען מיט דעם וואָרט געלעבט, ער איז מיט דער חסידות געווען איין זאַך. אין גאַס, אין קראָם, ביים עסען, ער האָט געלעבט מיט דעם.

אָבער היינט מען פאַרשטייט אַ סאַך מער, מ'לערנט חסידות, אָבער דער חסידות לערנט אים גאָר ניט — ער מיט די חסידות זיינען צוויי זאַכן. עס קומט צום דאַוונען זשאַלעוועט ער ניט קיין קנאַק מיט'ן פינגער17, אַ קלאַפּ אין טיש — אָבער עס איז לא נגע ולא פגע18. און מ'דאַרף וויסן אַז דאָס איז היפך הכוונה.

ג. זייענדיק אויף יחידות בשנת תרנ"ח, האָט מיר דער טאַטע דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון זיידען בשם הצ"צ, אַז די עבודה פון אַלטען רבי'ן איז געווען אויף מגלה זיין ביי יעדען דעם חב"ד שבנשמה. אַז עס איז אַריינגעקומען צו איהם אויף יחידות אַ פשוטער איד, האָט ער איהם אַ סמאָליע (כן הי' הלשון של כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע) געטאָן מיט זיין חב"ד שבנשמה.

דער אַלטער רבי צוריק קומענדיג פון מעזריטש19 קיין וויטעבסק, וועלענדיג נעמען די לומדישע יונגעלייט, האָט ער פאַר זיי געזונגען אַ ניגון. כידוע אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט צען ניגונים20, און מיט דעם ניגון וואָס ער האָט פאַר זיי געזונגען זיינען זיי געקומען צו דביקות און זיינען אויסגעגאַנגען אַזוי ווי אַ ליכט, און דאַן האָט ביי זיי מאיר געווען דער אור התורה, און עס איז ביי זיי פאַרענטפערט געוואָרען אַלע שאלות וקושיות. ולאח"ז בהמשך הזמן זיינען זיי אינמיטן איינגעשלאָפען געוואָרען.

און דאָס קען נאָר מאַכן אַ רבי, וואָס 25ער איז אַ עצמי21. אַ עצמי קען מאַכן, מאיר זיין דעם חב"ד שבנשמה.

וכמעשה הידוע22 מר' אייזיק23 עם הצ"צ במאמר על שלשה דברים העולם עומד שאמר הצ"צ בתחלת קבלת הנשיאות, אותו המאמר ששמע מאדמו"ר הזקן בהיותו ילד, כידוע24 שהלך אַז הצ"צ לבקר את הר' אייזיל, ויהב לי' ידי' ואוקמי'25, ואמר לו אז הפי' ע"ז בקבלה26. ואמר אַז אח"כ ר' אייזיק: 50 יאָהר אַז איך האָרעווע אין חסידות, און איך בין נאָך ניט צוגעקומען אפי' כאצבע קטנה; באַ אונז איז אורות געשאָנקענע און כלים ניט קיין אויסגעאַרבעטע, און באַ אים איז אורות עצמיים און כלים אויסגעאַרבעטע.

ד. כידוע איז ר' אייזיק געווען אַ גרויסער גאון, און זיין גאונות האָט גע'שם'ט ניט נאָר אין וויטעבסק און אין מינסק, נאָר מ'האָט אויך געזאָגט זיין תורה אין ווילנא. און ווען ער איז דאָס ערשטע מאָל צוריק געקומען פון ליאָזנא האָט מען ביי אים געפרעגט: וואָס האָסטו דאָרט געהערט, תורה האָסטו דאָך אַ סאַך. והשיב להם: געהערט האָב איך ווינציק נאָר געזען האָב איך אַ פולע, איך האָב געזען דעם אור התורה, די גילויים ווי עס איז געווען אין ביהמ"ק27. ושאלו אותו: ווי אַזוי קען מען דאָס זען דעם אור התורה, והשיב להם: אין זוהר28 שטייט עס איז פאַראַן עינין סתימין ואזנין אטומים29 דערפאַר זעט מען ניט און מען הערט ניט, אַז מ'האָט ניט קיין בלינדע אויגן און מ'האָט ניט קיין טויבע אויערן — קען מען הערן און זען כעין האור בבית המקדש.

(ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אויף זאָגען דעם וואָרט דאַרף מען זיין אַ ר' אייזיל. און מיר ווינטשן זיך היינט: הלוואי זאָלן מיר חאָטש נאָכזאָגן אַ וואָרט פון אַ אַלטען חסיד מיט אַ פנימיות און מיט אַ דערהער וואָס האַלטן דערביי ווייס נאָר דער אויבערשטער אַליין. וואָס באמת האָבען מיר גאָרניט און מיר זיינען גאָרניט, מען באַנוגענט זיך מיט דעם וואָס עס איז דאָ. אַ קבצן פרייט זיך ווען אַ גביר גיט איהם שלום עליכם.

אַמאָל פלעגט מען זאָגען אַ וואָרט אויף די וואָס זאָגען תורה און טוען ניט אין עבודה, פאַרוואָס ביזטו מגנה תורה, עס איז תורה טהורה בכלי מאוסה, עס 26דאַרף זיין ווי דער טאַטע זאָגט: "טאָפּאָראַ דאָ פּלאַחאַ"30.

ה. דער רבי זייענדיק אין פּעטערבורג אין פּעטעראָפּאָוואַלסקי קרעפּאָסט, זיינען געקומען צו אים דער בעש"ט און דער מגיד איהם מבקר זיין און מחזק זיין31. האָט דער רבי זיי געזאָגט32: איך דאַרף ניט קיין חיזוק ווייל איך האָב אויף זיך גענומען מסירת הגוף33, נאָר מיט מיין מסירת הנפש וויל איך אויס'פּועל'ן אַז די אַלע וואָס וועלן גיין אין דעם דרך זאָלן מצליח זיין34, און דער דרך זאָל האָבן הצלחה ביז ביאת המשיח, און אויף דעם דאַרף איך האָבן חיזוק; און זיי האָבן אים צוגעזאָגט. און ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט, אַז איך האָב פון זיי אויף דעם בטוחות, נאָר איך האָב אַ בקשה אַז מיט די מנגדים זאָל מען זיך כלל ניט מתווכח זיין, און ניט מתפאר זיין זיך.

והתחיל לדבר כ"ק אדמו"ר שליט"א, שכמו"כ צריכים להתנהג: מ'דאַרף זיך מיט די מנגדים כלל ניט מתווכח זיין; מ'דאַרף זיך פירען אַזוי אַז מ'זאָל זעהן דעם דרך הטוב. אויב יענער לאָזט זיך — דאַרף מען טאָן אַ אידען אַ טובה. און אויב ער איז אַ שוטה אַ טיפש, און במילא שוין אויך דאָס וואָס עס שטייט ווייטער35 (רשע וגס הרוח), דאַרף מען ניט. מיט אַ שוטה אַ פתי איז אפילו לאחר ק"כ שנה אין ג"ע אויך ניט באַקוועם צו זיין צוזאַמען.

אין אַ עת צרה, ר"ל, שרייט מען דאָך: טאַטע! זיידע! מען דאַרף זיך מכין זיין אויף זאָגען דעם אַלטען רבי'נס ניגון, און מען דאַרף זיך מצייר זיין ווי מען איז אין האַדיטש אויפן אהל און מען קלאַפּט אָן אין טיר און מ'זאָגט: רבי!36

ו. איך וויל ריידען צו די תלמידי התמימים ובפרט צו די תלמידים וואָס לערנען מיט אַנדערע. מ'וואָלט באַדאַרפען ריידען אין דעם בארוכה, נאָר מ'וועט ריידען דברים קצרים.

אַלע ענינים הן אין תורה הן אין יראת שמים הן אין הדרכה, דאַרפען זיין מיט אַ פנימיות, אָן רעש, אָן אַליאַרעם, אָן דעם "אַהאַ". דאָס ערשטע דאַרף מען טאָן מיט זיך אַליין — מען זאָל זיך אַליין מתקן זיין37; און דאָס וואָס מען וויל מתקן זיין באַ דעם תלמיד זאָל זיין אָן רעש. אפילו די קינדער וואָס קענען ניט עסען אין די היימען — זאָלען זיי ניט עסען, אָבער אָן דעם "אַהאַ", ניט מעיז זיין אביו ואמו. איר תלמידי התמימים ווייסט גאָרניט וואָס מען ערוואַרט נאָך צו זען דורך אייך — מען שטעלט אויף אייך אויס אַ גרויסען צעטעלע — איר מוזט אַלעס טאָן מיט אַ פנימיות, וועט דער אויבער 27שטער אייך העלפען איר וועט האָבען הצלחה אין אייער אַרבעט.

דער אויבערשטער זאָל דערפרייען אַלע צו?ראָכענע הערצער. דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דאָס זאָל זיין דער לעצטער פורים אין גלות, און אַלע אידען זאָלען זיין אין ארץ ישראל ווי מ'דאַרף זיין, און עס זאָל זיין חי — געלעבט.

הערות

עמוד 22

  1. 1. "לעונת בר מצוה נכתר מהגאונים בתואר רב תנא הוא ופליג" — אגרותקדש ח"ט ע' נז. שלשלת היחס בתחלת "היום יום". ובספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 59 שבמסיבת הבר מצוה של אדה"ז הסמיכוהו כל הגאונים והכתירוהו בתואר "רב". וראה בית רבי ח"א פ"א (א, ב). ספר השיחות שם ע' 175.
  2. 2. נוסחא אחרת: ביז 17 יאָר האָט זיך דער אַלטער רבי ניט מגלה געווען, חוץ מיט זיינע חברים וואָס ער האָט מיט זיי גערעדט אין תורה, אין אַכצענטן יאָר האָט אים דער פעטער מהרי"ל געזאָגט [ההמשך בפנים].
  3. 3. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 19. וש"נ.
  4. 4. ראה ספר השיחות תש"א ע' 102. תש"ה ע' 132 ואילך. לקמן ע' 68. ע' 255. ועוד.

עמוד 23

  1. 5. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 127 ואילך. שיחת ב' ניסן תש"ח (לקמן ע' 192). ועוד. וראה גם שיחת יום א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 46).
  2. 6. באגרות-קודש אדמו"ר הזקן ח"ב ע' לב: "שבהיותי בן עשרים שנה בערך במשך זמן שהייתי בויטעפסק נסעתי משם למעזריטש". וב"הקדמת הרבנים בני הגאון המחבר" לשו"ע אדה"ז (הועתק בבית רבי ח"א פ"ב (ב, א)): "וכאשר היותו בן עשרים לרדוף. . לא מצא בכל עיונו כדי המספיק למלאות כל עמקי משאלותיו ובפרט בידיעת סתרי התורה וסודותי'. . מאת ה' היתה לו זאת שהורוהו. . לעלות לפני ולפנים להיכל קדשו של. . מו"ר דוב בער נ"ע מ"מ דק"ק מיזעריטש". ובאגרות-קודש ח"ט ע' נג שבא להה"מ בשנת תקכ"א. ושם ע' נז: "וכבן עשרים ע"פ עצת אחיו הצעיר — בעל שארית יהודה — הוא נוסע להגאון המקובל המגיד ממעזריטש". בספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 266 (הגדה של פסח עם לקוטי טעמים ומנהגים פיסקא בדיקת חמץ (ע' ב). "היום יום" יא מנחם אב) שאדה"ז הלך למעזריטש בפעם הראשונה ביחד עם אחיו מהרי"ל, בשנת תקכ"ד. בספר השיחות תש"ה ע' 132: "ווען דער אַלטער רבי האָט באַדאַרפט ווערן אַ בן עשרים, איז נאָך פסח אין יאָר תקכ"ה, האָט דער אַלטער רבי מחליט געווען. . צו פאָרן אין דער פרעמד. . אחי הגאון מהרי"ל איז אַ בעל שכל הישר האָט ער געזאָגט, אַז איך זאָל גיין אין מעזריטש".
  3. 7. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לקמן ע' 24. ע' 27 ואילך. ע' 29. ס"ע 31. ס"ע 32 ואילך. ע' 40. ע' 44. ע' 48. ע' 52. ע' 64. ע' 91. ס"ע 99 ואילך. ס"ע 103. ע' 112111. ע' 114. ס"ע 123 ואילך. ע' 130. ע' 132. ע' 149. ע' 151. ע' 161. ע' 170. ע' 199. ע' 232. ע' 244 ואילך. ע' 290. ע' 296. ע' 401. וראה לקמן ע' 208.
  4. 8. נוסחא אחרת: צוריק קומענדיק פון מעזריטש האָט מען אים געפרעגט: וואָס איז חסידות? האָט ער געזאָגט: חסידות איז כמה ענינים. ערשטנס אַז מ'דאַרף וויסן [ההמשך בפנים].
  5. 9. נוסחא אחרת: אַן עם הארץ טוט יעדער זאַך מיט קבלתעול ניט וויסענדיג קיין טעם וסברא פאַרוואָס עס דאַרף זיין אַזוי. און אויך, באַ אַן עם הארץ איז דאָ פשיטות און תמימות, און אַז פון פשיטות קומט מען צו, צו אמיתיות.
  6. 10. נוסחא אחרת: און דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן (מיט זיין מס"נ?) אַז פון פשיטות זאָל מען צוקומען צו תמימות.
  7. 11. נוסחא אחרת: ושאלו אותו: מהו המעלה בזה, והשיב: אַז דורך א ניגון גייט מען אַרויס פון זיך און מען ציט זיך צו העכער וואו מען בעדאַרף זיין.
  8. 12. נוסחא אחרת: דער רבי האָט אונז מבאר געוועזען דעם "ידע", און מיר האָבען אין דעם "ידע" דערהערט דעם "לא ידע"; און פון דעם קומט מען צו צום אמת'ן "ידע" דורך עבודה. און דאָס איז דער אמת'ער "ידע".

עמוד 24

  1. 13. הרב המגיד.
  2. 14. ע"פ מגילה ז, ב.
  3. 15. ראה גם סד"ה וקבל היהודים תשי"א (סה"מ מלוקט ח"ג ע' עח). שיחת פורים תשי"א (תורת מנחם — התוועדויות ח"ב ע' 310).
  4. 16. ראה שיחת יום א' דחג הפסח שנה זו ס"ב (לקמן ע' 29).
  5. 17. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84. שיחת י"ט כסלו תש"ז. י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 96. ע' 249). שיחת ש"פ לך לך תשי"א (תורת מנחם התוועדויות ח"ב ע' 80).
  6. 18. ראה שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח סוס"ד. יום ב' דחג השבועות תש"ט סוסכ"א (לקמן ע' 161. ע' 332).
  7. 19. ראה הערה 7.
  8. 20. ראה שיחת יום א' דחה"פ שנה זו (לקמן ע' 29). ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 181. אגרות-קודש ח"ג ע' תמד (הועתק ב"היום יום" כה תשרי). ועוד.

עמוד 25

  1. 21. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 189. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 89. וש"נ.
  2. 22. רשימות היומן של רבינו ט' תמוז תרנ"ח "התמים" חוברת ג ע' כב [קכז, ב] ואילך. אגרות-קודש ח"ד ע' תקז ואילך. רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 235. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קעה ע' 3 ואילך). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ס"ע 3 ואילך. שם ע' 238. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 103 ואילך. תש"א ס"ע 146 ואילך.
  3. 23. הרה"ג והרה"ח ר' יצחק אייזיק בר' מרדכי הלוי עפשטיין מהאמיל. מחסידי אדמו"ר הזקן, אדמו"ר האמצעי ואדמו"ר הצ"צ. אודותו — ראה ספר השיחות תרצ"ו—חורף ה'ש"ת ע' 4 וש"נ. שם ע' 237 ואילך. ובארוכה — "תולדות הרה"ח ר' יצחק אייזיק" (קה"ת — אה"ק, תש"מ. תשמ"ז). וראה לקמן ע' 132. ע' 313. ע' 410 ואילך.
  4. 24. "התמים", אגרות-קודש וספר השיחות קיץ ה'ש"ת שם.
  5. 25. ראה ברכות ה, ב.
  6. 26. ראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת שם.
  7. 27. בנוסחא אחרת נוסף: און עס איז פאַרענטפערט געוואָרען די קשיות, און דאָס איז תורה לשמה.
  8. 28. ראה זח"א כח, א. ח"ב קצו, א. ח"ג רכב, א (ברע"מ). ועוד. וראה גם שיחת חג השבועות תרצ"ד סי"ז. לקמן ע' 115.
  9. 29. נוסחא אחרת: אודנין דלא שמעין.

עמוד 26

  1. 30. {6} הקרדום (הגרזן) על העץ. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 198. וש"נ. לקמן ע' 188.
  2. 31. ראה בית רבי ח"א פט"ז בהערה (לא, א). לקו"ש ח"ל ע' 170.
  3. 32. במקומות שצויינו בהערה הקודמת איתא שרבינו הזקן שאל אותם למה מגיע לו שישב במאסר ומה תובעים ממנו.
  4. 33. ביאור ענין "מסירת הגוף" — ראה שיחת כ' כסלו שנה זו ס"ב (לעיל ע' 19).
  5. 34. ראה אגרות-קודש ח"ד ס"ע רסד ואילך.
  6. 35. אבות פ"ד מ"ז.
  7. 36. נוסחא אחרת: כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר שהוא אומר זאת אז חסידים זאָלען נישט מיינען אַז זיי זיינען עלענד.
  8. 37. נוסחא אחרת: יעדער דאַרף וויסען ווער ער איז. . אַ חסידישער יונגערמאַן ווייסט אַז מען דאַרף טאָן אין מדות וכו' נאָר מען לייגט אָפּ אויף מאָרגען, מען דאַרף ניט אָפּלייגן.

מצוטט ב־26 עמודים

תורת מנחם 24
  1. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ לך-לך, יו"ד מר-חשון ה'תשי"א* סה"ש תש"ו ע' 24
  2. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. פורים ה'תשי"א* סה"ש תש"ו ס"ע 23
  3. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשי"א סה"ש תש"ו ס"ע 23
  4. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשט"ו. סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  5. טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה ה'תשט"ז. סה"ש תש"ו ע' 25
  6. יז - שנת תשט"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בלק, י"ד תמוז ה'תשט"ז. סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  7. כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. ש"פ וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, ה'תש"כ סה"ש תש"ו ע' 22
  8. מב - שנת תשכ"ה - חלק שני ‹ בס"ד. ש"פ וארא, כ"ח טבת, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ה ספר השיחות תש"ו ע' 22
  9. מג - שנת תשכ"ה - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  10. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ואתחנן, שבת נחמו, ט"ז מנחם-אב, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  11. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וארא, ראש-חודש שבט, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  12. מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מקץ, שבת חנוכה, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  13. מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמות, כ"ג טבת, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  14. מח- שנת תשכ"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וישב, כ"ף כסלו, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  15. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. ש"פ במדבר, מבה"ח סיון, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ו ע' 24
  16. לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וילך, שבת תשובה, וא"ו תשרי, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  17. לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת אור ליום ב' דחול המועד סוכות, ח"י תשרי, שמחת בית השואבה, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  18. נג - שנת תשכ"ח - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ פינחס, מבה"ח מנחם-אב, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ו ע' 25
  19. סב - שנת תשל"א - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ וישב, כ"א כסלו, ה'תשל"א סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  20. סז - שנת תשל"ב - חלק שני ‹ שיחת ש"פ ויחי, י"ד טבת, ה'תשל"ב סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  21. סז - שנת תשל"ב - חלק שני ‹ שיחת יום ג' פ' וארא, כ"ד טבת, ה'תשל"ב סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  22. ע - שנת תשל"ג - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ וישב, שבת חנוכה, מבה"ח טבת, ה'תשל"ג סה"ש תש"ו ע' 22
  23. עא - שנת תשל"ג - חלק שני ‹ שיחת ש"פ שמות, כ"ה טבת, מבה"ח שבט, ה'תשל"ג סה"ש תש"ו ריש ע' 22
  24. עג - שנת תשל"ג - חלק רביעי ‹ שיחת ש"פ תבוא, ח"י אלול, ה'תשל"ג סה"ש תש"ו ריש ע' 22
מאמרים מלוקטים 1
  1. חלק ג ‹ בס"ד. פורים ה'תשי"א סה"ש תש"ו ס"ע 23
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ י"ט כסלו תרצ"א ‹ 173 ספר השיחות תש"ו ע' 23