ליל ש"ק וישב, כו כסלו, שבת חנוכה תש"ו, בסעודה.
20ליל ש"ק וישב, כו כסלו, שבת חנוכה תש"ו, בסעודה1.
א. בכלל זיינען די מאמרים פון חנוכה געזאָגט געוואָרען בש"ק חנוכה און ניט בימות החול. אָבער אַמאָל פלעגט טרעפען, אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט איבערזאָגן דעם זעלבן מאמר ביחידות מיט ביאורים אין די ימות החול פון חנוכה.
ב. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ פלעגט פאַרבריינגען אין איינעם פון די חנוכה טעג מיט די קינדער2. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש פלעגט אויך אַזוי טאָן, אָבער ער פלעגט עס מאַכן זייער בקיצור.
בכלל פלעגט ביי אים אַלץ זיין בקיצור. הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האמצעי פלעגט אויך פאַרבריינגען בקיצור.
ג. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש פלעגט צייטנווייז איבערזאָגן דעם מאמר פון שבת אין דערוואָכן מיט אַ ביאור פאַר זיינע קינדער3, און ער פלעגט זאָגן אַ טעם פאַרוואָס ער חזר'ט דעם מאמר.
ד. בכלל אַ מאמר איז אַ הוראה מלמעלה. דינסטאָג4 מיטוואָך איז דאָך שייך צו שבת. אָבער מען דאַרף האָרעווען דינסטאָג, מיטוואָך דאָנערשטאָג און פרייטאָג, אַז עס זאָל זיין באַ בימים5, ער זאָל קומען אין די טעג, ניט אַז די טעג זאָלן קומען אין איהם. דאָס הייסט ער זאָל ווערן עלטער.
ה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צינדן די חנוכה ליכט אין הויז פון זיין מוטער6, כבוד אמי זקנתי הרבנית רבקה7, און אויך פרייטאָג ערב ש"ק פלעגט ער דאָרט צינדן די חנוכה ליכט8, הגם ער האָט ניט געגעסן און געשלאָפן דאָרט.
אין די ערשטע יאָהרן נאָך די הסתלקות פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק 21מוהר"ש פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עסן פרייטאָג צונאַכט און אויך שבת בייטאָג אין הויז פון כבוד אמי זקנתי הרבנית רבקה, אין די שפּעטערדיקע יאָהרען פלעגט ער דאָרטן עסן בלויז שבת בייטאָג.
ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צינדן די חנוכה ליכט ביים טיר צווישען איין חדר צום צווייטען, און האָט ניט ליב געהאַט אַז אימעצער — ניט פון די בני בית — זאָל זיין דערביי9. נאָכן אָנצינדן פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בלייבן זיצן ביי די ליכטלאַך אַרום אַ האַלבע שעה10. נאָכדעם פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיין אַהיים און לערנען אַ שעה, אַ שעה און אַ האַלב אַ שיעור גמרא11. ניט דוקא פון ענין חנוכה, נאָר על סדר הש"ס וואָס ער האָט געלערנט.
ז. ווען12 הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאַרפן אַוועקפאָהרן פון דערהיים חנוכה, פלעגט ער אָנזאָגן כבוד אמי הרבנית13, אַז הגם זי וועט הערן חנוכה ליכט בענטשן פון אַן אַנדערן — מהגברים — פונדעסטוועגן זאָל זי אַליין באַזונדער אָנצינדן חנוכה ליכט14.
ח. בבית רבי פלעגט מען זיך נוהג זיין אָנצוהייבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך נאָך פאַר ברמצוה אַרום אַ יאָהר — צוליב חינוך. איך געדיינק ניט אויף זיכער ווען איך האָב אָנגעהויבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך, אין יאלטא15 אָדער תיכף נאָך יאלטא.
ט. אַמאָל האָט אַ חסיד משבח געווען אַ צווייטן חסיד פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ — עס איז דערביי אויך געווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — און געזאָגט אויף איהם אַז ער לערנט חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געזאָגט: בעסער ווי גאָרניט, אָבער וואָס האָט חסידות איהם געלערנט.
איינמאָל האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש משבח געווען פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ איינעם אַז ער טוט אין חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געענטפערט: נו, און וואָס האָט חסידות געטאָהן אין איהם.
י. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט, אַז ער האָט מער מקבל געווען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש ביחידות ווי ברבים, נאָר ער האָט דאָס ניט פאַרשריבן, ווייל ער האָט זיך פאַרלאָזט אויף זיין זכרון, שפּעטער האָט איהם באַנג געטאָהן וואָס ער האָט דאָס ניט פאַרצייכנט.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַ בעלזכרון.
יא. חסידות איז מטהר טמאים. וואָס טמאים איז, דאַרף מען זאָגן בחשאי.
22נאָר אַ נשמה חדשה16 דאצילות17 — הכוונה על הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט געקענט פותח זיין די מעיינות.
יב. אויף אַן אסיפה וואָס איז פאָרגעקומען אין פעטערבורג האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש געזאָגט צו איינעם אַ רב: עשו'ן האָט מען אויך גערופן הרב18.
ער האָט דאָס איהם געזאָגט ברבים.
יג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז אַמאָל19 האָט איהם געזאָגט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש: מען דאַרף זיך צוהערן וואָס די ליכטלאך — נרות חנוכה — דערציילן.
יד. מען דאַרף די ווערטער, ניט נאָר די ווערטער, נאָר אויך די פתגמים, פאַרצייכענען. אַ וואָרט איז ממש מחי'.
הערות
עמוד 20
- 1. נדפס עם הערות וציונים מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בקונטרס ברוך שעשה נסים (קה"ת, תשי"א) ע' 19 ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות ומ"מ מהמו"ל הבאות בחצאי מרובעות.
- 2. [ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 252. הועתק ב"היום יום" כח כסלו.
- 3. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 217].
- 4. אולי געמיינט דינסטאָג באַנאַכט — צו מיטוואָך. זע אויך "היום יום" כג כסלו.
- 5. [ע"פ חיי שרה כד, א.
- 6. ראה רשימות היומן חנוכה תרצ"ג ("רשימות" חוברת קעא ע' 6).
- 7. ראה אודותה בהנסמן לעיל ע' 14.
- 8. ב"רשימות" שם: "שבעש"ק לא הי' מחכה שם החצי שעה אלא חוזר מיד לביתו".
עמוד 21
- 9. נתבאר בשיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה, תשט"ז.
- 10. ראה "רשימות" שם. "היום יום" כה כסלו.
- 11. ב"רשימות" שם: ש"הי' לומד גמרא בסמוך להם". וראה גם שיחת ליל ב' דחנוכה תשמ"ב (התוועדויות ח"ב ע' 598 ואילך).
- 12. ראה לקו"ש ח"ל ע' 312. שיחת וא"ו תשרי תשל"ה.
- 13. הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה. ראה אודותה — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 13 הערה 12].
- 14. צ"ע בברכה או לא.
- 15. בשנת תרמ"ו (ראה מפתח מאמרי מהורש"ב ע' 7 [בהוצאת תשמ"א — ע' נח. לקמן ע' 369. ע' 395. וראה ספר השיחות שם הערה 11. וש"נ).
עמוד 22
- 16. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 127. שיחות תש"ז: יט כסלו. ליל שש"פ. רשימה ש"פ נצבים. כ"ט אלול, ער"ה תש"ח (לקמן ע' 91. ע' 98. ע' 111. ע' 150. ע' 157). אגרות-קודש ח"ט ע' קנג. ע' קסא. ועוד.
- 17. ראה שיחת יום ב' דחג הסוכות שנה זו (לעיל ע' 6). וש"נ.
- 18. ראה גם אגרות-קודש ח"י ע' שצד. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ס"ע 83. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ח ע' ר. ועוד.
- 19. בעת הדלקת נרות חנוכה (כ"ה בקובץ ליובאַוויטש שנה שלישית חוברת א' ע' 3)].
מצוטט ב־3 עמודים
תורת מנחם 2
- טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל ג' דחול המועד סוכות, סה"ש תש"ו ע' 21
- טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה, ה'תשט"ז. סה"ש תש"ו ע' 21
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
- הוספות ‹ רס ספר השיחות תש"ו ע' 20

