ליל א' דחג השבועות תש"ו בסעודה

43ליל א' דחג השבועות תש"ו בסעודה

א. ביז דעם יאָר תרנ"ד, פלעגט דער טאַטע דאַוונען יעדען טאָג און שבת אין קליינעם זאַל1. דאָנערשטאָג ביינאַכט פלעגט ער אויף זיין אויך אין מנין (קליינעם זאַל), און אַמאָל פלעגט ער דאַן פאַרבריינגען מיט חסידים.

דאָס איז געווען אַ דאָנערשטאָג ביינאַכט וואָס פאַר שבועות אין יאָר תר"נ אָדער תרנ"א — איך געדיינק ניט גענוי דעם יאָר, אָבער דאָס איז געווען אין יענעם יאָר וואָס איך האָב שוין געלערנט ביי ר' ניסן דער מלמד2 (ר' ניסן איז געווען אַ גרויסער בעל שמועה, ער האָט געדיינקט אַפולע סיפורים און פלעגט די סיפורים פאַרצייכענען בכתב. ער האָט געהערט סיפורים פון זיין שווער3 און עלטער שווער4 וואָס איז געווען אַ חסיד ביים אַלטן רבי'ן. ר' ניסן האָט געהאַט אַ חוש אין סיפורים און 44האָט מייקר געווען אַ סיפור מער ווי אַ מאמר חסידות).

יענעם דאָנערשטאָג ביינאַכט האָט דער טאַטע פאַרבראַכט און האָט געזאָגט: איך האָב משעבד געווען מיין צייט צום טאַטן דעם רבי'ן

— אַמאָל פלעגט ער זאָגן: דעם טאַטן דעם רבי'ן, און אַמאָל פלעגט ער זאָגן: דעם רבי'ן דעם טאַטן (הכוונה צו די תורה ששמע ממנו) —

איך האָב געמיינט אַז איך האָב געמאַכט אַ גוטן אויסבייט5, איך בין מוחל... אַז מ'נעמט אַ ענין פון מוחין, דאַרף מען אַליין האָבן אַ חיות אין דעם, אָבער אַז מען הערט אַ סיפור גיט מען חיות.

וסיפר אַז כ"ק אאמו"ר נ"ע: אַז ווען מען האָט דעם רבי'ן (אדמו"ר הזקן נ"ע) מגלה געווען אין מעזריטש, ווער ער איז, האָט ער אָנגעהויבען טאָן, און האָט זיך מתגלה געווען אין נגינה6.

דאַמאָלסט האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז עס איז דאָ ג' אופנים אין ניגונים: אַ ניגון וואָס מען זינגט אין דאַוונען, אַ ניגון וואָס מאַכט דאַוונען און אַ ניגון וואָס מאַכט אַ דאַוונער.

דער טאַטע האָט דאַמאָלסט דערציילט, אַז שבועות תר"מ האָט דער זיידע (אדמו"ר מהר"ש נ"ע) געזאָגט דעם טאַטען: ברי לי אַז דו וועסט האָבן אַ זון.

אַז דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש7 און איז נאָכדעם געווען אין מינסק; האָט מען אים געפרעגט: וואָס האָט איר דאָרט מקבל געווען פאַר אַ חידוש אין תורה?

האָט ער זיי געענטפערט: וואָס מען האָט געקענט אויפטאָן אין תורה — האָט מען אויפגעטאָן, נאָר איר וועט אין דעם קיין טעם ניט האָבען. אָבער, ניט נאָר האָט מען אויפגעטאָן אין תורה, נאָר מען האָט געלערנט ווי מכבד זיין אַ בן תורה, און ווער איז אַ בן תורה, אַ איש פשוט8.

דער טאַטע האָט אַמאָל געפרעגט דעם זיידן מהר"ש: וואָס איז דער ענין פון פשיטות העצמות, עצמות איז דאָך פשוט. האָט אים דער זיידע מהר"ש געענטפערט: עצמות איז פשוט, אָבער עצמות פילט מעלת העצמות, פשיטת העצמות מיינט דער עצם אַליין. האָט דער טאַטע דערציילט, אַז מיט דעם וואָרט האָט ער געדאַווענט אַ משך זמן רב.

דער טאַטע איז דאָך געווען אַ רבי, דאָס וואָס מען האָט יעצט דערציילט איז דאָס דער טאַטע ווי ער איז געשטאַנען בדרגת חסיד.

איך האָב דאַמאָלסט געהערט אַ סאַך הויכע ענינים פון טאַטן אָבער איך האָב נאָך ניט געקענט אַלץ פאַרשטיין וואָס איך האָב געהערט, וואָס קען אַ צען יאָריג קינד פאַרשטיין.

ב. דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט אין אַ פאַרבריינגען שבועות: "וכל העם רואים את הקולות וגו'"9, אין מתן תורה איז געווען רואים את הנשמע ושומעים 45את הנראה10, ביי וועמען איז דאָס געווען, ביי "וכל העם", אנשים פשוטים. די לומדים און גאונים — זיי האָבן ערוואַרט צו הערן ביי מ"ת אַ חידוש, אַ פלפול, וואָרום עס זיינען דאָך געווען לומדים פאַר מתן תורה אויך, ווי חז"ל זאָגן11: "אברהם כו' יושב בישיבה כו' היו במצרים ישיבה עמהם" — לומדים און מצרים, נאָר מצרים'דיגע לומדים, אַז זיי זיינען געקומען צו מ"ת האָבען זיי געמיינט אַז זיי וועלן הערן אַ חידוש, אַ פלפול.

ווער האָט דערהערט, אַז דורך תורה קען זיין רואים את הנשמע און שומעין את הנראה — די אנשים פשוטים, "וכל העם רואים". און די לומדים זיינען געבליבן פּעטאַכעס12...

מען האָט אַמאָל געהערט ווערטער וואָס אפילו אין דער היים האָט מען עס ניט געקענט ריידן בגלוי נאָר בסתר.

ג. אַמאָל אין רוסלאַנד זיינען חסידים געווען רייך אין גשמיות און אין רוחניות, מען האָט געבעטן אויף גשמיות אָבער קיין סאַך האָט מען ניט פאַרלאַנגט, און עס האָט ניט געפעלט מער ווייניגער, זיינע יענעמס. און רוחניות האָט מען אַודאי געהאַט, מען איז געלעגען אין עבודה און מען האָט געהאַט אַ חיות אין דעם, משא"כ במדינה זו חסר לגמרי ענין עבודה הרוחניות.

די סיבה אויף דעם איז די היגע סביבה, דער יעוז בהוותו13, עס איז אַלץ ווייניג, נאָך און נאָך, איך בין דאָך ניט קיין אַרומלויפער, איך זיץ ביי זיך אין חדר, דאַכט זיך וועמען זע איך, וועמען הער איך, מ"מ בין איך צובראָכן פון דעם מצב אַרום, די הגברת החומר על הצורה וואָס איז דאָ ביי די היגע אידן, הגם זיי האָבן מעלות, זיי גיבן אויף הצלה און אויף פערשידענע החזקות, אָבער...

היינט שטעל איך מיר פאָר די צובראָכנקייט פון אַ בן תורה ושומר מצוות און בפרט אַ חסידישן איד וואָס גייט אין גאַס און זעט צו דעם אַרום, וואָס פאַר אַ צובראָכענקייט עס פועל'ט אויף אים וכו', עס איז אַ רעכטער עונש...

ד. פונדעסטוועגן האָבען די היגע אידן אַ סאַך מעלות, דעם דרך ארץ פנימי וואָס זיי האָבן פאַר אַ בן תורה און זיי זיינען חובבי תורה און שעמען זיך ניט דערמיט, אדרבא זיי יחוס'ן זיך דערמיט און זיינען מקרב בני תורה מיט אַ דרך ארץ פנימי, און אַ אמת דערהערן זיי און אַ שקר דערפילן זיי.

בני תורה בכלל און תלמידי התמימים בפרט האָבן דאָ געקענט אַ סאַך אויפטאָן אויף מכניס זיין אור, הגם מען האָט ב"ה אַ סאַך אויפגעטאָן, אָבער עס קומט גאָר ניט צו דעם וואָס מען האָט געקענט אויפטאָן, עס איז גאָר באין ערוך.

מילא די ראשי ישיבות האָבען אויף זיך אַ שטאַרקען עול, און האָבען גענוג עגמ"נ, בפרט דער וואָס איז טאַקע מסור ונתון, איז פאַראַן ווייניג נחת, עגמ"נ פון ב"ב, עגמ"נ פון בעלי בתים אין שטאָט, און דער גרויסער חוב וואָס ליגט אויף זיי און נאָכאַלעמען מאָנט מען נאָך ביי זיי, אָבער די תלמידי התמימים האָבען דאָך געקענט אַ סאַך אויפטאָן.

וויפיל הונדערטער תפילין מען האָט געקענט אָנטאָן אידן, איך מיין ניט 46שלעפּן אידן פון גאַס און אָנטאָן זיי תפילין, מען דאַרף קיינעם ניט מכריח זיין, בכלל דאַרף ניט זיין די עבודה בהכרח, נאָר מען דאַרף יענעם מאַכן אַזוי זיס און געשמאַק אַז ער זאָל אַליין וועלן, מען קען זייער אַ סאַך אויפטאָן מיט די היגע אידן.

מען דאַרף אויך ניט צופרידענשטעלן מיט דעם וואָס מען האָט ב"ה שוין אויפגעטאָן, נאָר דער דערהער דאַרף זיין וואָס מען האָט נאָך ניט דערטאָן, וואָס איז נאָך שלא בערך וואָס מען האָט אויפגעטאָן. און דערפאַר זיינען זיי ווערט שמיצלעך, ניט בכעס חלילה, נאָר ווי אַ טאַטע שמייסט זיין קינד נאָכדעם ווי ער האָט אים פאַרהערט און האָט גוט געוואוסט — אַזוי, אויב דאָס האָסטו געקענט ניטווילענדיגערהייט, היינט ווי אַזוי וואָלסטו אויפגעמאַכט ווען דו ווילסט נאָך14.

ה. ווען איך בין געווען נאָך גאָר אַ קליינער אינגעל, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט שבועות ביינאַכט: היינט דאַרף מען אויף זיין אַ גאַנצע נאַכט און זאָגען תיקון. היינט גיט מען זייער אַ סאַך, מען זאָל נאָר אַזויפיל וועלען נעמען וויפיל מען גיט היינט ביינאַכט15.

הערות

עמוד 43

  1. 1. ראה קונטרס חנוך לנער ע' 12: התחל מערבית ליל ר"ה תרנ"ד קבע מקום תפלתו בביהכ"נ במקום שהתפלל כ"ק אביו אדמו"ר מהר"ש — עד אז התפלל במקומו המיוחד לו בביהכנ"ס עוד בחיי אביו. וראה ספר השיחות תרצ"א ע' 148. וש"נ.
  2. 2. ראה שיחת ליל אחש"פ שנה זו (לעיל ע' 41). וש"נ.
  3. 3. ר' פסח מלמד — ראה רשימת היומן של רבינו מיום כ' אייר תרנ"ו (לקמן ס"ע 422 ואילך). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 120. ע' 160. קיץ ה'ש"ת ע' 69. וראה לקמן ע' 161.
  4. 4. ראה רשימת היומן וספר השיחות קיץ ה'ש"ת שם. לקמן ע' 240.

עמוד 44

  1. 5. כנראה הכוונה מה שהקדיש את זמנו לשמיעת דרושים ולא לסיפורי חסידים. (המו"ל).
  2. 6. ראה שיחת ליל א' ויום א' דחגה"פ שנה זו (לעיל ע' 27. ע' 29).
  3. 7. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  4. 8. ראה שיחת יום א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 46).
  5. 9. יתרו כ, טו.

עמוד 45

  1. 10. ראה מכילתא עה"פ. וראה לקו"ש ח"ו ע' 120 הערות 65; ע' 122121.
  2. 11. יומא כח, ב.
  3. 12. שוטים.
  4. 13. ע"פ תהלים נב, ט.

עמוד 46

  1. 14. ראה גם שיחת יום ב' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 50).
  2. 15. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 3.

מצוטט בעמוד אחד

ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ הוספות ‹ בס"ד. ‹ 276 ספר השיחות תש"ו ע' 45