יום א' דחג השבועות תש"ו בסעודה

46יום א' דחג השבועות תש"ו בסעודה

א. הרש"ל שי'1 שאל ע"ד מה שסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א אתמול2 בשם אדמו"ר הזקן נ"ע שבמעזריטש למדו איך לכבד "בןתורה" וכו' אם זהו מצד מעלת הנשמות על התורה?

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: אויב פשט, דאַרף מען דאָך אַליין פאַרשטיין...

ב. אין יאָר תרנ"ו האָט דער טאַטע געזאָגט דעם מאמר ועשית חג שבועות3, והקשה4 מהו ועשית5, וואָס איז שייך צו מאַכען דעם חג שבועות6, והתירוץ ע"ז שבועות הו"ע מעלת תיקוני המדות.

ג. דער אַלטער רבי, נאָך פאַר מעזריטש, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגער אינגל, איז ער געווען אַ גרויסער מנגן. ער פלעגט זינגען די ניגונים וועלכע ער פלעגט הערען פון די אורחים, עוברים ושבים, וואָס פלעגן אַריינקומען צו זיין טאַטן ר' ברוך, וואָס זיי זיינען געווען די צדיקים נסתרים שלוחים פון בעש"ט נ"ע. דער אַלטער רבי האָט דאַן ניט געוואוסט פון בעש"ט און האָט ניט געוואוסט אַז זיין טאַטע ר' ברוך איז אַ בעל שם'סקער איד7. דאַמאָלסט איז געווען די צייט פון איבערגאַנג פון צדיקים נסתרים צו התגלות, דער בעש"ט ענינו איז געווען להתגלות. די אורחים צדיקים נסתרים וואָס פלעגן קומען צו ר' ברוך'ן אין הויז זיינען געווען שלוחים פון בעש"ט צום 47קינד (היינו אדמו"ר הזקן נ"ע) בנוגע הוראות צו זיין חינוך וכדומה8.

דער אַלטער רבי קליינערהייט האָט זייער ליב געהאַט פעלד9. ער איז געווען אַ איש שדה. ווען ער פלעגט אַרויסגיין פון חדר וואו ער האָט געלערנט, פלעגט ער ניט גיין אַהיים, נאָר פלעגט אַוועקגיין אין פעלד און דאָרטן פלעגט ער ווייטער לערנען.

שפּילן זיך איז באַ אים ניט שייך געווען, ער האָט קיינמאָל ניט געשפּילט. ער פלעגט זאָגן: אַז מען גיט אַ קוק אויפן הימל און מען דערמאָנט זיך אַז "השמים כסאי"10, און אַז מען גיט אַ קוק אויף די ערד וואָס "והארץ הדום רגלי", היינט ווי קען מען זיך שפּילן...

איז זייענדיק אין פעלד פלעגט ער זיך אָפט אויסזינגען. עס איז דאָ זינגען, און אויסזינגען זיך11. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, אַז פנימיות הנפש קען זיך אויסזינגען אין אַ ניגון.

אין יאָר תרנ"ד, ביי אַ פאַרבריינגען, האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז עס איז הונדערט יאָר, זינט דער אַלטער רבי האָט געזאָגט דעם וואָרט: אַ ניגון קען אַרויסשלעפּען פון די טיפסטע בלאָטע.

דער טאַטע האָט דאַמאָלסט מבאר געווען דעם ענין פון מאה שנים.

ד. איך האָב געהערט פון טאַטן, וואָס ער האָט געהערט פון זיין טאַטן דער זיידע מהר"ש, וואָס ער האָט געהערט פון הר' אייזיק וויטעפּסקער12, אַז איינער פון די גדולי המתנגדים האָט געפרעגט דעם אַלטן רבי'נס חסידים, וואָס האָט אייער רבי אויפגעטאָן און מחדש געווען? האָבען זיי געענטפערט: דער רבי האָט אויפגעטאָן אַנשטאָט רעדען טראַכטען. וואָס מיינט דאָס? אַנשטאָט רעדען מעלות עצמו, טראַכטען וועגען מעלות פון דעם אויבערשטען.

דער אַלטער רבי האָט מבאר געווען צום צמח צדק ב' ענינים די מעלת העצמות און די מעלת הנשמות, וואָס אין חסידות איז מבואר, אַז ביידע זיינען דרכי עבודה אין עבודת ה'.

ה. דער רבי און די רביים האָבען געגעבען און גיבען אַלע מיני כליזיין און תכסיסי מלחמה צו חסידים, זיי האָבען פאַרזאָרגט חסידים מיט אַלץ און זיי געגעבען כחות. חסידים זיינען קלוגע, וואָס איז דער וואונדער אַז חסידים זיינען קלוגע, נאָך די גרויסע כחות וואָס די רביים האָבען אויף מדריך זיין חסידים, איז דאָך אפילו אַ שוטה גמור געקענט ווערען אַ חכם עתיק, נאָר מען דאַרף טאָן. אויב נאָך די אַלע כחות וואָס די רביים האָבען געגעבען צו חסידים טוט מען ניט, איז דאָס טאַקע אַ פאַרברעך, אַסאַך ערגער ווי מ'וואָלט גאָר ניט געגעבען. אַז מען האָט דיר יע געגעבען 48אַזעלכע כחות דאַרף מען דאָך טאַקע טאָן.

ו. דער זכור ימות עולם13 פון חסידים איז זייער אַ רייכער. אַז מען רעדט חסידות איז דאָך אין למעלה הימנו, אַז מען רעדט אין עבודה, איז דאָך דאָס די זעלבע זאַך, וואָרום חסידות אָן עבודה איז דאָך גאָרניט, עבודה אָן חסידות נו..., אָבער אַז מען רעדט וועגן דעם זכור ימות עולם פון חסידים מאַכט דאָס אַ שינוי אין לעבן, און אַז מען בריינגט אַראָפּ דעם עבר אין הוה מאַכט דאָס אַ ליכטיגן הוה.

הערות

עמוד 46

  1. 1. ראה אודותו לעיל ע' 9.
  2. 2. לעיל ע' 44.
  3. 3. נדפס בסה"מ תרנ"ו ע' שנ.
  4. 4. סה"מ שם ע' שנא.
  5. 5. שתלוי בעשיית האדם (סה"מ שם).
  6. 6. והלא שבועות הוא זמן מתן תורתינו אשר מ"ת הי' בבחי' אתעדל"ע שלמעלה מאתדל"ת (סה"מ שם).
  7. 7. ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 23).

עמוד 47

  1. 8. ראה גם שיחת ליל ש"ק חוה"מ סוכות תש"ז ס"ו (לקמן ע' 68).
  2. 9. ראה גם אגרות-קודש ח"ו ס"ע תיז ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 129. תש"ד ע' 118. לקמן ע' 68.
  3. 10. ישעי' סו, א.
  4. 11. ראה גם שיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 52).
  5. 12. הרה"ח ר' יצחק אייזיק (בהרד) בהרב ר' ישעיה מתמיד (תלמידו של בעל סדר הדורות). נולד בסמילאוויטש שנת תקכ"ח. רב באסטראוונע ואח"כ בוויטעפּסק, נפטר שם בן צ"ח שנה בשנת תרכ"ו. בעה"מ שו"ת פני יצחק (ע"פ רשימת רבינו — ויכוח מינסק. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 78 בהערה). — ראה אודותו "התמים" חוברת ד ע' כח [קעט, ב] ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ס"ע 295 ואילך. קיץ ה'ש"ת שם. שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 250).

עמוד 48

  1. 13. ע"פ האזינו לב, ז.

מצוטט ב־3 עמודים

תורת מנחם 3
  1. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ צו, שושן פורים, ה'תשי"ד. סה"ש תש"ו ע' 47
  2. יב - שנת תשי"ד - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ג' פ' פינחס, י"ב תמוז ה'תשי"ד. סה"ש תש"ו ע' 47
  3. יז - שנת תשט"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שופטים, ד' אלול, ה'תשט"ז. סה"ש תש"ו ע' 47