יום ב' דחג השבועות תש"ו

48יום ב' דחג השבועות תש"ו

א. ביים טאַטן זיינען געווען מנהגים גלויים און מנהגים נסתרים, אַזעלכע ענינים וואָס ער האָט געטאָן בסתר, אַז קיינער האָט גאָרניט געוואוסט און גאָרניט מרגיש גיווען, וואָרום עס איז דאָ אַ סוד וואָס הגם מען ווייסט עס ניט, אָבער מען איז מרגיש אַז עס איז דאָ עפּעס אַ דבר הנעלם, אָבער ביי דעם טאַטען האָט מען גאָרניט מרגיש געווען1, ווייל ער האָט ניט געוואָלט, אַז מען זאָל נמשך ווערען נאָך ענינים חיצונים, ער האָט געמאָנט אמת.

דער טאַטע האָט געזאָגט, אַז חסידות האָט אַ ראַמעלע2 וואָס דאָס איז עבודה; און עבודה מוז זיין באמת, וואָרום אויב ניט איז דאָס קיין עבודה ניט. עס איז דאָ שקר אין רע און עס איז דאָ שקר אין טוב, אַז מען נעמט אָן אַ דרגא אין עבודה וואָס איז לעילא מדרגי' איז דאָס שקר.

כאן הפסיק כ"ק אדמו"ר שליט"א לדבר הענין מפני האורחים מזקני אנ"ש שבאו להחדר, וציוה כ"ק אדמו"ר שליט"א ליתן להם ספסלים לישב, ואמר בשחוק קל: אין אַמעריקא איז אַ באָרד אַ יחוס, בפרט אַ סיווער באָרד3.. .

אח"כ חלקו משקה להאורחים ואמר: לחיים.

ב. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש4, האָבען די גאוני וויטעפּסק ביי אים געפרעגט וואָס ער האָט מקבל געווען אין מעזריטש — זיי האָבען געוואוסט אַז דער אַלטער רבי איז אַ גאון, אַ גאון הגאונים, און זיי פלעגן מיט אים אָפט ריידן אין לערנען.

— דער ווילנער גאון איז געווען אַ פאַרזיך'דיגער און פלעגט אויסמיידען צו ריידען מיט יעדען, ער האָט מייקר געווען דעם זמן און פלעגט שרייען: וואָס האָט איר צו מיר, לאָזט מיר אַליין. ער פלעגט זשאַלעווען די צייט און ניט געוואָלט מען זאָל אים מבלבל זיין פון חידושי תורה, און פלעגט ריידען מיט איינעם נאָר ווען ער האָט גערעכענט צו מקבל זיין פון אים אַ נייעס אין חידושי תורה. ווען מען האָט געדרוקט די שו"ת צמח צדק, האָט דער זיידע מהר"ש 49געהייסן משמיט זיין אַ בלעטל פון כת"י וואו דער צמח צדק בריינגט אַראָפּ דעם גר"א און שרייבט דאָרט אַז זיין התמדה אין לערנען איז געווען אַזוי גרויס, אַז ער איז בלויז געשלאָפן צוויי און אַ האַלב שעה אין מעת לעת5. האָט דער זיידע מהר"ש געזאָגט: אָט דאָס איז אַ פלא פאַר אַ גאון? —

האָט דער אַלטער רבי געענטפערט, אַז אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען, וואָס דער אויבערשטער איז און וואָס אַ איד איז, דעם יוקר פון אַ אידען ביים אויבערשטן און די טייערקייט פון אויבערשטן ביי אַ אידן. פריער איז אויך געווען אהבת ישראל, אָבער דאָס איז געווען מצד יוקר התורה, מען האָט ליב געהאַט אַ אידן מצד זיין ידיעת התורה, איז במילא געווען צוויי זאַכן: דער איד און זיין ידיעת התורה. חסידות האָט אויפגעטאָן — אהבת ישראל, ליב האָבן אַ איד ווייל ער איז אַ איד6. ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער בוחר געווען אין אידן, עם סגולה לה' אלקיך7, איז דאָך געווען די בחירה אין די אידן מצד העצם, ווייל זיי זיינען אידן, און אַזוי דאַרף זיין אהבת ישראל מצד ווייל ער איז אַ איד.

לגבי דעם אויבערשטן זיינען דאָך אַלע כעמי הארצים, איז דאָך במילא ניט שייך קיין יחוסים, נאָר מען דאַרף ליב האָבן דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען8, וואָס צוליב אים האָט דער אויבערשטער באַשאַפען אַלע עולמות און געגעבען די תורה, און דאָס איז אַ איד בעצם.

דער בעש"ט האָט ליב געהאַט אַ אידישן גוף, און האָט געזאָגט, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבען וויסן אַז ער איז אַ חשוב למעלה האָט ער גלייך אָנגעהויבן בעטן אַז דער אידישער גוף זאָל געזונט זיין.

דער בעש"ט פלעגט זאָגען יעדן טאָג אַ ברכה, אַז אידן זאָלן זיין געזונט פשוט אין גוף, און דאָס איז אהבת ישראל עפ"י חסידות.

50דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אַז עס איז דאָ אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל. און האָט אויסגעפירט, אַז אָנהויבן דאַרף מען פון אהבת ישראל.

ג. שבועות איז מתן תורה און קבלת התורה. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט: מיר זיינען ניט געווען זשעדנע9 אין גאונים, און מיר האָבען אויך געוואוסט פירוש המלות, אָבער דעם אמיתית'דיגען פירוש המלות פון מתן תורה און קבלת התורה האָבען מיר געהערט אין מעזריטש.

ד. שבועות איז קבלת התורה און שמירת התורה. יעדען שבועות ווערט נמשך אַ המשכה חדשה אין תורה, וואָס די המשכה חדשה איז אַ המשכה עצמית — ניט אַ גילוי פון סדר השתלשלות, נאָר המשכה עצמית.

ה. די תמימים דאַרפען וויסען דעם צד הזכות וואָס זיי האָבען, וואָס מ'האָט זיי איבערגעגעבען די אַרבעט פון הרבצת תורה, מ'האָט ב"ה אַסאַך אויפגעטאָן. די וואָס מיינען אַז זיי האָבען ניט קיין כחות אויף דעם — זיינען טועים, די וואָס מיינען אַז זיי טוען דאָס בכח עצמן איז אויך ניט אמת, מען גיט זיי כחות און מען האָט ב"ה אויפגעטאָן, אָבער קיין צופרידנקייט דאַרף ניט זיין. אַז מען איז צופרידען נעמט עס צו די תשוקה צו די ווייטערדיגע עבודה. מען דאַרף דער עיקר דערהערן, וואָס מ'האָט נאָך ניט געטאָן. אָט אַזוי ווי אַ טאַטע גיט אַ קניפּ אין באַק זיין אינגל נאָכ'ן פאַרהערן, זאָגנדיג: אויב דו מאַכסט יע אַזוי גוט, איז אַז דו וואָלסט וועלן וואָלסטו דאָך געמאַכט נאָך בעסער10.

ו. איך וויל ניט זאָגן מיט דעם לשון, אַז מיר האָבן געהאַט ליכטיקערע אויגן, נאָר מיר האָבן זיך מער דערגרונטעוועט צו דעם תוך פון די היגע אידן. פריער האָט מען געמיינט, אַז מיט די היגע אידן קען מען שוין גאָרניט אויפטאָן, דער אמת איז ניט אַזוי, ביי די היגע אידן איז פאַראַן די תמימות און דרך ארץ פנימי פאַרן אמת.

אַז מען רעדט מיט זיי וועגען שמירת שבת דערנעמט עס זיי און זיינען זיך מתנצל מצד הפרנסה.

אַז זיי קומען אַהיים פון ביהמ"ד דערציילען זיי מיט אַ התפעלות, אַז אין ביהמ"ד איז געווען אַ חזן אָדער אַ בעל קורא, אוי האָט ער געדאַוונט, אוי האָט ער געלייענט, עס איז געווען אַ געשמאַק צו הערן, איז דער סיפור מאַכט ליכטיקער די היים.

ז. ברכה (ד' ענינים11).

הערות

עמוד 48

  1. 1. להעיר מג' הדרגות בבעל סוד — ראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 91 ואילך.
  2. 2. מסגרת.
  3. 3. ראה גם שיחת ט"ו מנחםאב תש"ז (לקמן ע' 147).
  4. 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 49

  1. 5. באגרות-קודש אדמו"ר הצ"צ ח"ב ע' קז: "הגר"א ישן ג' חצאי שעה בלתי רצופי' וגם באותן ח"ש שפתיו מרחשן כו'" (מובא בהקדמת בני הגר"א (המבלבה"ד) לביאור הגר"א לשולחן ערוך — שקלאוו תקס"ג). וביומנו של הרה"ח ר' ברוך שניאור שניאורסאהן בן הרב לוי יצחק נכדו של אדמו"ר הצ"צ ש"ביום ש"ק [פ' תשא תרע"ה] אמרתי לו" (לאדמו"ר מהורש"ב): "שמעתי מאביו כ"ק דודי אדמו"ר מהר"ש נ"ע. . שהגר"א מווילנא הי' ישן ג' חצאי שעות במעתלעת, והי' בסירוגין. ועל כ"ק רבינו הזקן שהי' יכול לישן ולא לישן כלל. . ואמר כ"ק [מהורש"ב] שליט"א שלאו דוקא על הגר"א מוילנא כיוון זה, כי זה מצאנו בכי"ק אדמו"ר הצמח צדק נ"ע, והי' כתוב סתם הגר"א, והי' זה על ר' אברהם מקאליסק ז"ל, תלמיד המגיד ממעזריטש נ"ע".
  2. 6. ראה שיחת ליל אחש"פ שנה זו (לעיל ע' 40). וש"נ.
  3. 7. ע"פ יתרו יט, ה. ואתחנן ז, ו. פ' ראה יד, ב. תבוא כו, יח.
  4. 8. ראה אגרות-קודש ח"ג ע' תכה. הועתק ב"היום יום" כח ניסן.
  5. . ע"ד רשימותיו של ר' ברוך שניאור — ראה ספר השיחות תש"ה ע' 4: "הרב"ש האָט מיר דאן איבערגעגעבן די רשימות וואָס זיינען געווען ביי אים פאַרצייכנט, וועגן אַלץ וואָס ער האָט געהערט און געזען ביי הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש און ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. ער פלעגט אַזוי מדייק זיין אין פאַרצייכענען, אַז צווישן די רשימות זיינען אויך געווען אַזעלכע פאַרצייכענונגען: אין דעם און דעם טאָג בין איך אַריינגעגאַנגען צום פעטער כ"ק אדמו"ר און ער האָט מיר געזאָגט גוט יום טוב".

עמוד 50

  1. 9. קמצנים.
  2. 10. ראה גם שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו (לעיל ע' 46).
  3. 11. חסר.