פורים, תרפ"ח

11פורים, תרפ"ח

באולם תומכי תמימים, ווארשא

א. בשעה ה' בערב נכנס כ"ק אדמו"ר אל האולם של הישיבה שם עמדו הכן כל תלמידי הישיבה והרבה בע"ב וחסידים, כל או"א על מקומו, אחרי שעה קלה נטל כ"ק אדמו"ר ידיו לסעודה ואחריו כל המסובים, באמצע הסעודה לבש כ"ק אדמו"ר את הכובע ואמר:

איך וויל זאָגן, ניט קיין חסידות, נאָר אַ הקדמה צו חסידות:

האומר1 דבר בשם אומרו יהא רואה כאלו בעל השמועה עומד לפניו 12שנאמר2 אך בצלם יתהלך איש, איז ממילא אַז מען זאָגט דברי הרב וכמו"כ אַז מ'זאָגט אַ ניגון וואָס איז מכוון עפ"י הכוונה איז דעמולט כאלו בעל השמועה עומד לפניו3.

דעם רבי'נס ניגון3 זיינען די זיידעס נזהר געווען צו זינגען נאָר אין זמנים מיוחדים4: ר"ה, חודש אלול, אויף אַ ברית, אויף אַ חתונה און אַ בר מצוה וואָס איז זמני שמחה, י"ט כסלו האָט דער טאַטע געזאָגט איז ר"ה צו דעם ניגון.

בשנת תרס"ג5 האָט דער טאַטע אונז צוגערופן און האָט אונז געלערנט דעם ניגון און האָט אים פאַרטייטשט, און האָט געזאָגט אַז אין דעם ניגון איז פאַראַן פיר פאַלען כנגד ד' עולמות און באַ יעדער פאַל איז פאַראַן אַ אָפּהאַלט אַ אָ?זאַץ6, אַזוי איז דער ענין עלי' אָט ווי איינער גייט אַז ער וויל גיין העכער מוז זיין דער צוריק האַלט.

דער טאַטע האָט מנהיג געווען צו זינגען דעם ניגון אויך פורים און שמח"ת, איז זאָל מען זינגען יעצט דעם ניגון און יעדערער זאָל זיך מעורר זיין כפי חפצו און דער אויבערשטער זאָל העלפן.

[ושרו את הניגון הידוע של אדמו"ר הזקן. בבא האחרונה שרו עשר פעמים כי כן צוה כ"ק אדמו"ר. גם הוא שר את הניגון בדביקות נפלאה ובבכי' רבה].

אח"כ אמר אחד מהמסובים אל התמימים שיקחו משקה. ואמר כ"ק אדמו"ר: באמת קומט זיי משקה, וואָרום כל העולם הזה איז משועבד לבעלי תורה, וואָרום אם בחקתי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם7, ע"פ פשוט איז ווייל ע"י הגשמים איז דאָך די צמיחה פון כל מיני צמחים8, נאָר גשמים איז אויך כל מיני גשמיות8, איז דאָך אם בחקתי תלכו ונתתי גשמיכם כו' די גאַנצע גשמיות איז משועבד לבני תורה, וואָרום הקב"ה נק' חתן ונש"י נק' כלה9 ובעת מתן תורה האָט דער אויבערשטער מקדש געווען את ישראל10, קידושין דאַרף דאָך זיין ע"י טבעת קידושין11, אַ זאַך וואָס מיט דעם איז מען מקדש וואָס דאָס איז כל עניני עולם הזה12, נאָר זיי דאַרפן ניט נעמען, ווארום יעקב האָט זיך צעטיילט מיט די עולמות ועשו נטל עולם הזה13, 13איז אַ איד דאַרף זיין מיט אַ טפח14 העכער פון דער ערד, נאָר ס'איז פאַראַן דברים המוכרחים וואָס מען מוז האָבן, פאַרוואָס מוז מען זיי האָבן ווייל אַזוי האָט מען געוואָלט למעלה, די כוונה עליונה איז אַז די בירורי ניצוצות דתהו זאָל זיין דורך יעקב'ן15 און ניט דורך עשו'ן ממילא דאַרף מען אָנקומען צו עניני עולם הזה דאַרף מען זיי טאַקע אַלץ געבן.

אין16 שנת תרס"ז איז געשטאַנען צום פּריזיוו17 איינער פון די תמימים — כ"ק אדמו"ר רמז להמקורבים אצלו שזה הי' ר' שילם18 — וואָס עפ"י טבע האָט ער ניט געקענט באַפרייט ווערן ווען מ'זאל ניט מאַכן קיין כלי, האָט דער טאַטע געהייסן אַז מען זאָל גאָרניט טאָן, און האָט געזאָגט19 דו וועסט באַפרייט ווערן, און כך הוה. האָט דער טאַטע געזאָגט אַז דער גאַנצער ענין פון ניצוצות דתהו וואָס נפלו בשבירה און ס'איז געוואָרן דער וואָלאָסט20 איז דאָך אַלץ געווען כדי דער תמים זאָל דאָרטן שטיין און בעפרייט ווערן מען זאָל אים זאָגן ניע גאדין21 און ער זאָל גיין צוריק לערנען און דאַוונען,

איז דאָך טאַקע מוכח אַז כל עניני עולם הזה געהערט צו זיי, נאָר זיי דאַרפן ניט נעמען, וואָרום אַז מ'נעמט איז מען דאָך אַ מקבל, אַ מציאות.

אח"כ חלק אחד משקה לאנ"ש, ואמר לו כ"ק אדמו"ר: נעמט איר אַליין פריער משקה וואָרום מ'קען ניט זיין קיין משפיע וואו מען זאָל ניט זיין פריער אַ מקבל, יין איז אַ דבר המופרך חוץ יין לקידוש און דאָ מאַטערט מען זיך מתווך זיין קבלה מיט נגלה, יי"ש22 איז שבת נאָכן דאַוונען און פאַר בעלי מדרי', אַ גאַנצע וואָך טאָר מען ניט טרינקען23, נאָר אין זמנים פון שמחה דאַרף מען נעמען בדרך קבלת עול.

14ב. אח"כ עמד כ"ק אדמו"ר על רגליו ואמר דעם ערשטן לחיים, בשם אבותי הקדושים הנני מברך אַלע אידן פון רוסלאַנד ובפרט אנ"ש ובכלל אַלע אידן וואָס לערנען תורה מתוך העוני והדוחק.

עס שטייט אין ילקוט24 בשם המדרש25 אַז עיקר גזירת המן הי' לבטל תינוקות של בית רבן מלימוד התורה, און מרדכי האָט געטאָן פאַרקערט וקיבץ כ"ב אלף תינוקות של בית רבן ולמד עמהם תורה26 ועמדו שנה תמימה27 במסירת נפש על התורה ובזכות זה איז געווען די גאולה למעלה מן הטבע און בהתלבשות אין טבע.

אין רוסלאַנד איז אנשים נשים וטף שטייען מיט מסירת נפש בפועל ממש על התורה. דער אויבערשטער זאָל אַראָפּ נעמען אַלע העלמות והסתרים זיי זאָלן קענען לערנען תורה מתוך הרחבה. ענטפערט אידן אמן. וענו כולם אמן.

ואח"כ אמר כ"ק אדמו"ר: דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז די מסירת נפש וואָס איז פאַראַן אין רוסלאַנד זאָל אייך — וואָס אייך לגבי זיי קען מען אָנרופן לומדי תורה מתוך העושר — זאָל אַייך מאיר זיין אין עבודה פנימית, כל העוסק במצוה פטור מן המצוה28, וואָס ס'איז דאָך ידוע הפי' בזה29 ווייל אין דער מצוה איז פאַראַן די המשכה פון יענער מצוה אויך, איז ממילא דורך דעם וואָס איר וועט זיך משתתף זיין בהשתתפות הרוח מיט יענע אידן דורך דעם וועט מאיר זיין אין אייער תורה ועבודה דער אור פון תורה במסירת נפש אין אַ פנימית.

אח"כ ישב כ"ק אדמו"ר על מקומו.

ג. רח"ע (דער קאַלישער) אמר לחיים לכ"ק אדמו"ר. וענה: לחיים עם כל הפירושים, איר זייט דאָך בעצם אַ פּוילישער, נאָר איר האָט זוכה געווען צו זיין באַ דעם טאַטן, איר האָט געזען אַ צדיק אין אַ ראי' פנימית, איר זייט געוועזן אויף יחידות, דער טאַטע האָט געזאָגט לחיים עם כל הפירושים, דער פשט איז, אַז מ'לעבט איז דאָס עם כל הפירושים.

ד. כ"ק אדמו"ר אמר לאחד שגנח על שדוחקים כתפיו: קרעכצעט ניט, אויף וואָס דאַרף מען האָבן אַ רוקן אויב ניט אויף קוועטשן אים צו אַ חסידישען פאַרברענגען, דער קוועטש מאַכט ניט אויס, אַ אנדער קוועטש דאַרף אַרן.

ה. קרא לרש"ז ואמר באמת האָט מען געדאַרפט צורופן די עלטערע בחורים און יונגעלייט און דורך ריידן זיך מיט זיי, מען ווייס ניט די יסודי החסידות, די עלטערע זיינען געווען באַ דעם טאַטן און געוואַלגערט זיך מיט חסידים זיי ווייסן די יסודי החסידות, אָבער די יונגע לייט ווייסן ניט.

אח"כ פתח ואמר: רבים שואלים ודורשים וואָס איז חסידות חב"ד? תורת 15הבעש"ט? תורת החסידות? והתשובה בזה: חסידות איז אַ מחקר אלקי, אַ געטלעכע חקירה, הגם החקר אלוה תמצא30 וואָרום אין אלקות איז ניט פאַראַן קיין הקדמות ומבוא אויף צו משיג זיין, אין שכל אנושי איז פאַראַן אַ הקדמה און א מבוא אויף צו קומען צו דעם, ווי אַ מלמד לערנט מיט די קינדער פריער לערנט ער אים אויס אותיות, דערנאָך צירופים, דערנאָך דעם פירוש, וואָס דער פירוש ווענדעט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, וואָרום איין וואָרט טראָגט אין זיך כמה פירושים, נאָר עס ווענדט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, דערנאָך איז פאַראַן דער לימוד פון ענין הסברא, און סברא בנוי' מן סברא, השגת החיוב השגת השלילה, וואָס השגה בכלל איז אַלץ אין זמן ומקום, העכער פון זמן ומקום איז ניט שייך קיין השגה, וואָס חוקרים זיינען אויך מודה אַז למעלה מגלגל התשיעי איז ניט שייך קיין זמן ומקום31, עולם הזה איז זמן ומקום32, עשי' הרוחני' איז אויך זמן ומקום נאָר בהפשטה ביז אצי' דאָרט איז בדרך קדימה ואיחור, מל' דאצי' בינה דאצי' חכמה דאצי' — ס'איז בדרך קדימה ואיחור33, אין מדרש34 זאָגט ער כשעלה משה למרום מנין ידע אימתי יום ואימתי לילה, בשעה שאמרו ברוך ידע שהוא לילה, וואָס די ידיעה פון קדוש וברוך צו דעם ענין יום ולילה האָט כלל קיין שייכות ניט נאָר עס איז אַ הוראה אויף זמן, פון דעם וואָס די ענינים זיינען מתחלפים ווייס מען זמן.

איך קען זאָגן35, איך האָב אויף דעם אַ יסוד צו זאָגן ווי — להבדיל אלף אלפי הבדלות לאין קץ — קען מען האָבן אַ ציור אויף דעם ענין ידיעת הזמן פון טורמע, וואָס אין טורמע ווייס מען דאָך ניט קיין זייגער איז פון וואַנען ווייס מען וויפל דער זייגער איז, אַז מען גיט ברייט איז זיבן אַזייגער, אַז מען גיט וואסער איז נייען אַ זייגער, אַז מען גיט נאָך אַ מאָל וואַסער איז זעקס פאַר נאַכט, וואָס די ידיעה אין זמן איז פון די ענינים וואָס טוען זיך אָפּ אין דעם זמן.

היינט וואָס איז שייך השגה אין אלקות, וואָס האָט ניט קיין שייכות צו זמן ומקום ואיך אפשר לומר אַז חסידות איז אַ מחקר אלקי?

נאָר דאָך האָט דוד געזאָגט36 דע את אלקי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה, אַז עס זאָל זיין עבודה בלב איז דוקא דורך ידיעה והשגה וואָס באמת איז חסידות השגת העצמות, אַזוי ווי דער רבי זאָגט אין תניא37 בנים אתם לה' אלקיכם38, וואָס אַ זון דערהערט דעם טאַטן, הגם דער בן איז ניט בערך דעם טאַטן, מ"מ דערהערט ער אים וואָרום 16ברא כרעא דאבוה39, דאָס וואָס עס קען זיין יפה כח הבן איז דאָך דאָס גופא "מכח האב"40 מצד די כחות נעלמים פון דעם אב41. למעלה איז דער משל במכוון ניט שייכות, נאָר למעלה איז דער ענין וואָס עצמות איז נותן מקום אַז נשמות זאָלן אים משיג זיין.

די התחלת החסידות דאַרף זיך אָנהויבן פון עבודה בפועל, זיין אַ עוצם עיניו42, ניט קוקן וואו מען דאַרף ניט, אַ אוטם אזניו43 ניט הערן קיין גלייכווערטלעך, אויב ער זעט אַ מדה לא טובה באַ זיך דאַרף ער האָרעווען אויף מתקן זיין דאָס, יעדערער דאַרף זיך גוט קענען און ממילא וועט ער זיך מתקן זיין און דאָס דאַרף אים נוגע זיין עד דכדוכה של נפש, נאָר ער דאַרף באַ זיך ניט זיין אַראָפּגעפאַלן ער דאַרף פון דעם אַליין זיין פריילעך וואָס ער שטייט אין אַ מקום וואָס ער קען נתתקן ווערן.

אַ משגיח אַז ער זעט אין אַ תלמיד אַ מדה לא טובה דאַרף דאָס אים שטאַרק פאַרהאַרן און ניט יוצא זיין מיט אַ זאָג טאָן אים און יוצא, נאָר טאַקע זען אַז דאָס זאָל נתתקן ווערן, נאָר אַז מען דאַרף יענעם מוסר'ן דאַרף מען פריער זיך אַליין מתקן זיין, וואָרום עס איז דאָך כמראות הצובאות כו'44 אַז מען זעט עפּעס אַ דבר לא טוב באַ יענעם איז אַ סימן אַז דאָס איז באַ אים פאַראַן בדקות, און אַמאָל נאָך בחומר יותר, דאַרף מען פריער זיך מתקן זיין דעמאָלסט פועל'ט דאָס אויף יענעם אויך.

ודלא כהטועים וואָס זיי מיינען אַז דער עיקר איז דער פאַרשטאַנד די ידיעה, און ווער רעדט נאָך אַז ער ווייס אַ אות אין לקו"ת תו"א און ער ווייס אַז דאָ שטייט אַזוי און דאָ שטייט אַזוי, און ווער רעדט נאָך אַז ער ווייס אַ כתב, איז דאָך גאָר אַ נגע צרעת וואָס מען קען זיך פון אים גאָרניט אַרויסדרייען — איך וויל ניט ריידן באריכות וואָרום עס קען ברענגען צו התרגשות און דאָס איז איבעריק — ער דאַרף וויסן אַז ער איז מכניס צלם בהיכל. חסידות וואָס איז נתגלה געוואָרן לאחר כמה הרפתקאות דורך דעם בעש"ט און דערנאָך דורך תלמידי הבעש"ט און דערנאָך האָט דער רבי גענומען אויף זיינע כתפיו אַריינפירן אין לעבן — און דער איז מבזה חסידות כבוד אבותינו רבותינו הק'.

איך האָב געהערט פון אַלטע חסידים אַז באַ דעם רבי'ן איז דער קאַמער45 וואָס פאַר חדר יחידות האָט מען גערופן גן עדן התחתון, און דער חדר פון יחידות גן עדן העליון46. אַז מען האָט 17געפרעגט אויף איינעם וואו ער איז, האָט מען געענטפערט אַז ער איז אין גן עדן התחתון.

איידער ער איז אָנגעקומען אויף יחידות האָט ער באַ זיך מחליט געווען אַז וואָס עס ווילט זיך זאָל מען ניט טאָן, מען מיינט ניט וואָס מען טאָר ניט, וואָרום וואָס מען טאָר ניט, טאָר מען דאָך ניט, נאָר מען מיינט בכלל מה שליבו חומד אפילו בדברים המותרים ווי עס ווערט געבראַכט אין אַ מאמר המוסגר47, און אין אַ בריוו איז דאָס דאָ באריכות48.

ו. ההפרש בין תבואת השדה לתבואת הכרם, דעם היות שגם בתבואת השדה צריכים ניכוש מ"מ אינו מפסיד כ"כ משא"כ בתבואת הכרם הנה הצמחים הלא טובים מפסידים גם את הגפנים הטובים, עוד הפרש דבתבואת השדה יש שצומח איזה פעמים בשנה משא"כ בתבואת הכרם יש שצומחים פעם אחת לג' שנים ועוד יותר. וכן יש חילוקים בצמיחה שהצמיחה בתבואת הכרם הוא באין ערוך, וגם שבתבואת השדה צריכים לזרוע כל פעם ופעם ובתבואת הכרם הוא הנה בזה שנוטע את האילן פעם אחת הוא מגדל פירות כ"ז קיום האילן. [כ"ק אדמו"ר האריך לדבר בזה בארוכה. ואח"כ סיים:] חסידות חב"ד איז תבואת הכרם.

ז. אחר ברהמ"ז קרא לועד ההנהגה של הישיבה והמנהלים והמשגיחים והמשפיעים והר"מ, ועמד על רגליו ובירך לכאו"א ברכה מיוחדה להועד, אח"כ להמשגיחים והמשפיעים והראשי ישיבות,

ואח"כ פנה להתמימים ואמר: אייך תמימים זאָג איך כו' ובירך אותם, ובתוך הברכה של התמימים שי' אמר:

די ישיבה אין ווארשע איז שוין זיבן יאָר. היום הזה נהיית לעם49 ישיבת "תומכיתמימים" דליובאוויטש בעי"ת ווארשע פולין! די יסודי החסידות איז שוין אַ ביסל נתברר געוואָרן און ס'וועט נאך אי"ה נתברר ווערן, דער חותם פון תמימים איז אהבה ואחוה בכלל, איינער דאַרף פאַרהאַרן דעם צווייטן אין אַלע ענינים, איר דאַרפט זיך מקשר זיין מיט די שארי בני הישיבות תו"ת של שארי הארצות, אַז איינער זעט באַ דעם אַנדערן אַ מדה טובה, דאַרף ער זיך מתענג זיין אין דעם אַקוראַט50 ווי דאָס וואָלט געווען באַ אים אַליין, און כמו"כ איז להיפך כו'51.

כ"ק אדמו"ר יצא מהאולם בשמחה גדולה ולוו אותו עד אשר ישב בהאוטו.

הערות

עמוד 11

  1. 1. ירושלמי שבת פ"א ה"ב. קידושין פ"א ה"ז.

עמוד 12

  1. 2. תהלים לט, ז.
  2. 3. ראה שיחת כ' כסלו תרצ"ב. שיחת כ' כסלו תרצ"ד סעיף ה. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 90. תש"ב ע' 138. אגרותקודש ח"ב ע' רי.
  3. 3. הניגון בן ד' בבות. ראה תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ע' 21.
  4. 4. שיחת כ' כסלו תרצ"ד שם. אגרותקודש ח"ג ע' שפב.
  5. 5. יט כסלו תרס"ג — ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 23 ואילך. ובאריכות יותר — אגרותקודש ח"ב ע' רי ואילך. וראה גם שיחת כ כסלו תרצ"ד שם. חג השבועות תרצ"ד סעיף טו. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 90. קיץ ה'ש"ת ע' 159.
  6. 6. פסקה, סעיף.
  7. 7. ר"פ בחוקותי (כו, גד).
  8. 8. ראה רמב"ן עה"ת שם, ד.
  9. 9. ראה מכילתא ופרש"י יתרו יט, יז. וראה לקו"ת ברכה צד, רע"א.
  10. 10. ראה במדב"ר פי"ב, ח. וראה אוה"ת שה"ש ח"ב ע' שפז. סה"מ תרנ"ט ע' רג.
  11. 11. ראה רמ"א אה"ע ר"ס כז. וראה לקו"ת ברכה שם.
  12. 12. ראה אגרותקודש ח"ה ע' רעז (הועתק ב"היום יום" כח תשרי).
  13. 13. ראה ילקוט שמעוני ופרש"י תולדות כה, כב.

עמוד 13

  1. 14. ענין טפח — ראה לקו"ת דרושים לר"ה ס, סע"ג ואילך. אוה"ת: בראשית ח"ב שלד, ב. (יהל אור) תהלים ס"ע קמז ואילך. שיחת יו"ד שבט תשמ"ו בסופה. וראה לקמן ע' 45. ע' 69.
  2. 15. ראה סה"מ תר"ל ע' פז ואילך. תרל"ד ע' מד. תרל"ה ח"א ע' צח. תרנ"ד ע' ל ואילך. תרפ"ד ע' ריב. ע' רכב. ובכ"מ.
  3. 16. ראה הערה 19.
  4. 17. גיוס חובה (לצבא).
  5. 18. הרה"ח ר' משולם ידידי' קוראטין מדיסנא. — אחד מהתמימים בזמן ההוא. ואח"כ מראשי המשפיעים בתומכיתמימים. נפטר בדמי חייו — בן ל"ד שנים — במוצש"ק שופטים אור ליום א' ה' אלול עטר"ת.
  6. 19. ראה שיחת שמח"ת תרס"ז (ספר השיחות תורת שלום ע' 70 ואילך): זה הי' כל ענין שבירת הכלים דתהו בכדי שיוכל להתלבש בהם כו'. . והם יאמרו כפי רצונו שיגאל גאולה שלימה. עיי"ש בארוכה. ובהערת כ"ק אדמו"ר שם: וז"ל ספור כ"ק מו"ח אדמו"ר בשיחתו שמח"ת ה'תש"ד [ספר השיחות תש"ד ע' 33], שכנראה הוא הוא התחלת השיחה הבאה כאן, ועכ"פ שייך לענינה: ווען שילם האט געדארפט שטיין צום פריזיוו האט איהם דער טאטע געזאגט: דו וועסט דאך סיי ווי ארויס גיין, נאר דער ניצוץ פון תהו וואס דארף נתברר ווערען על ידך דארף דורך גיין דעם וואלאסט, אז די ניצוצות פון תהו זאלען אויך מסכים זיין. והוסיף: אז אין די אלע וואלאסטען איז ניט געווען איין איד און ער, שילם — איז געווען איין איד אין דעם וואלאסט, און די אלע וואלאסטען זיינען געווען בכדי ער זאל דא דורכגיין.
  7. 20. הפלכים ברוסיא היו נחלקים לכמה "וואלאסטן", ולמשרד הוואלאסט היו נקראים לפריזיוו.
  8. 21. אינו מתאים לשירות.
  9. 22. יין שרף.
  10. 23. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. וש"נ.

עמוד 14

  1. 24. ילקוט שמעוני אסתר רמז תתרנז.
  2. 25. אסתר רבה פ"ז, יג.
  3. 26. ראה ילקוט שמעוני שם. אסתר רבה פ"ט, ד.
  4. 27. כ"ה בתו"א מגילת אסתר צז, א: מסרו עצמן למות כל השנה כולה. ועד"ז בשערי אורה שער הפורים צ, ב. סה"מ עטר"ת ע' שו. תרפ"א ע' קצא. תש"ח ע' 118. ועוד. אבל בתו"א שם בהוספות קכ, ד: כמעט משך שנה.
  5. 28. סוכה כה, א. כו, א.
  6. 29. ראה המשך תרס"ו ס"ע סח ואילך. שם ע' תקכב. סה"מ עטר"ת ע' תסג. תרפ"ה ע' קיא. תרפ"ח ע' קמד ואילך. סד"ה והאיש משה תרח"ץ (קה"ת, תשנ"ג).

עמוד 15

  1. 30. איוב יא, ז.
  2. 31. ראה פרדס שער ו (שער סדר עמידתן) סוף פרק ג. סהמ"צ להצ"צ מצות האמנת אלקות פרק יא (נז, ב). ובכ"מ.
  3. 32. ראה שער היחוד והאמונה פ"ז. לקו"ת ברכה צח, א. ובכ"מ.
  4. 33. ראה מאמרי אדה"ז תקס"ה ח"א ע' שכ ואילך. ועם הגהות וכו' — ביאורי הזהר להצ"צ ח"א ע' רנז ואילך. סהמ"צ להצ"צ שם ואילך. סה"מ עזר"ת ע' סז. ובכ"מ.
  5. 34. מדרש תהלים יט, ג. ילקוט שמעוני תשא רמז תו. נתבאר באוה"ת (יהל אור) לתהלים שם (ס"ע סב ואילך).
  6. 35. ראה רשימת המאסר (ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 227).
  7. 36. דברי הימיםא כח, ט. וראה תניא קונטרס אחרון קנו, ב.
  8. 37. רפ"ב. וראה אגרותקודש ח"ב ע' תפד.
  9. 38. ראה יד, א.

עמוד 16

  1. 39. עץ חיים שער כג (שער פרק הצלם) פ"א בשם רז"ל. יונת אלם רפ"ב. עמק המלך שער עולם הבריאה פי"ז (קעד, ג). של"ה קנד, א. וראה עירובין ע, ב. תוס' יבמות ג, א (ד"ה מקמי). רש"י כתובות צב, א (ד"ה כבעל). וראה ספר החקירה להצ"צ (מו, א): וכמרגלא בפומי' דאינשי, כי ברא כרעא דאבוהו הוא. ובח"ה [ובחובת הלבבות] שער ג' בהקדמה כי הבן נתח מהאב.
  2. 40. שבועות מח, סע"א. וש"נ. וראה סה"מ תרנ"ז ע' רסט ואילך. ד"ה ואברהם זקן תשמ"ו (סה"מ מלוקט ח"א ע' תנג). ועוד.
  3. 41. ראה אגרותקודש שבהערה 37.
  4. 42. ישעי' לג, טו. וראה לקו"ת ואתחנן ב, ג. קונטרס העבודה פרק ב.
  5. 43. ע"פ ישעי' שם.
  6. 44. ע"פ ויקהל לח, ח. וראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 83, ובהנסמן שם הערה 2. לקמן ע' 62.
  7. 45. חדר.
  8. 46. ראה גם לקמן ע' 164. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 99. וראה שם ע' 1.

עמוד 17

  1. 47. ראה סה"מ עת"ר ע' ס [סה"מ תרפ"ג ס"ע רנא ואילך. תש"ט ע' 222]. קונטרס העבודה ספ"ב.
  2. 48. ראה אגרותקודש ח"ב ע' שעב. שיחת יג תמוז תרצ"א (לקמן ע' 259). ספר השיחות תש"ג ע' 176. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 85; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 4.
  3. 49. ע"פ תבוא כז, ט.
  4. 50. בדיוק.
  5. 51. ברשימה אחרת: בשעה שני' אחרי חצות הלילה ברכו ברכת המזון וכ"ק אדמו"ר נכנס להקאנטאר [משרד] וקרא לאחד מאנ"ש במעמד ועד הישיבה, ואמר לו: לא שיערתי בכזאת את הישיבה הק' במעמד הכי נעלה כזה, עס איז דעם טאטענס א שטיקל ארבעט....

מצוטט ב־12 עמודים

תורת מנחם 7
  1. א - שנת ה'שי"ת ‹ בס"ד. משיחת* יום ב' דחג השבועות ה'שי"ת סה"ש תרפ"ח ס"ע 11
  2. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ ד. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וירד הוי' על הר סיני. *** סה"ש תרפ"ח ע' 12
  3. טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת-תורה (קודם הקפות), ה'תשט"ז. סה"ש תרפ"ח ע' 13
  4. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תרפ"ח ס"ע 13
  5. מז - שנת תשכ"ו - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"ו סה"ש תרפ"ח ע' 14
  6. מז - שנת תשכ"ו - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תבוא, ח"י אלול, ה'תשכ"ו סה"ש תרפ"ח ע' 12
  7. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת* ש"פ תצוה, ח' אדר-ראשון, ה'תשכ"ז סה"ש תרפ"ח ריש ע' 12
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 5
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ה ‹ סעודת פורים תרפ"ה ‹ 85 ספר השיחות תרפ"ח ע' 17
  2. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ פורים תש"ז ‹ 101 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 12
  3. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ י"ב תמוז תש"ז ‹ 146 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11
  4. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ שיחות חג הפסח ‹ 201 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11
  5. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ח ‹ שיחות חג הפסח ‹ 220 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 13