ליל פורים תרפ"ח, ווארשא

8ליל פורים תרפ"ח, ווארשא

א. [ישבו איזה מסובים אשר הוזמנו אל הסעודה אצל השלחן, וגם עמדו אברכים ותמימים סביב השלחן בסדר ומשטר מצויין. ואמר כ"ק אדמו"ר:] זייער סטאטעטשנע, יונגעלייט קענען דאָך מיינען אַז אַזוי דאַרף זיין (היינו אַז אַזוי הייסט אַ חסידישער פאַרברענגען).

ב. אַמאָל, מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט מען ניט משער געווען אַז עס וועט זיין היינט אַזאַ השגה אין חסידות. השערה איז שכל, מיט שכל האָט מען ניט געקענט משער זיין אַז עס וועט זיין אַזאַ השגה. אַ רבי איז ראי', אָבער שכל קען ניט משער זיין.

ג. דער עיקר איז עבודה שבלב, היינט איז דאָך עקבתא דמשיחא, וואָס אַ עקב דאַרף וויסן אַז ער איז אַ עקב, ווי קומט אַ עקב צו חכמה, העיקר הוא עבודה בפועל.

ד. אַמאָליקע חסידים האָבן זיך געוואַלגערט צוואַנציק יאָר, און ניט גלאַט געוואַלגערט נאָר געהערט חסידות, און זיי האָבן ניט פאַרשטאַנען — וואָס היינט אַ יונגערמאַן.

שכל קען ניט מסכים זיין אַז השגה טויג ניט, אפילו שכל אלקי זאָגט אַז עס דאַרף זיין השגה, אָבער השגה אָן עבודה איז גאָרניט (והשפיל מאד השגה בלי עבודה שבלב).

9דער1 זיידע2 האָט אַמאָל געהערט אַ חסידות פון עלטער זיידן הצ"צ נ"ע

— דער צ"צ פלעגט זאָגן חסידות פאַר די קינדער לבד מה שאמר דא"ח לפני החסידים —

האָט ער (הצ"צ) געזאָגט אַ חסידות פאַר דעם זיידן — דעם רבי'נס3 אַ מאמר אות באות — דער מאמר הויבט זיך אָן ברוך שעשה נסים המשך להמאמר בכ"ה בכסלו, ומשפיל שם מאד התפעלות הלב. נאָר עס איז פאַראַן אַ הנחה פון זיידן4 מיט הגהות5, ושם בהגהה זאָגט ער אַז דאָס איז געווען אַ הוראת שעה, ווייל די עבודה זייערע איז געווען בהתפעלות גדולה6, ביז — ווי דער זיידע האָט געזאָגט7 — אַז זיי האָבן ניט געקענט דאַוונען אין שטאָט, זיי פלעגן גיין מחוץ לעיר און תולה זיין את עצמם בין שמים וארץ און דאַוונען. מיט וואָס הענגט מען זיך דאָס אויף? נו. . .

התפעלות הלב דאַרף זיין בלי רעש ובלי קול המולה, משל לעצים יבשים, אַז זיי ברענען ווערט פון זיי וואַרעם, אָבער עצים לחים אַז זיי ברענען רויכערט זיך און עס רעש'ט זיך אָבער עס בלייבט פון זיי מער ניט אַ טשאַד8, מ'קען זיך ניט אָןדעם אָנוואַרעמען.

ה. [שאל אחד המסובים: היינטיקע צייט איז שווער צו האַלטן ביי עבודה. ואמר כ"ק אדמו"ר:] למעלה איז געוויס די כוונה בירידת הנשמה למטה אַז עס זאָל זיין עבודה, וממילא האָט מען דאָך געגעבן כחות אויף דעם. תורה ומצות זיינען ניט אין זמן, זיי זיינען שייך בכל זמן. און בכלל וואָס איז שייכות — אַז אין רוסלאַנד איז פאַראַן מניעות ועיכובים דערפאַר קען מען דאָ ניט טאָן? און אין רוסלאַנד איז אויך באמת קיין תירוץ ניט, דער עיקר איז די מניעה פון דעם אייגענעם נפש הבהמית, מען דאַרף גיין לערנען אין בית המדרש בין מנחה למעריב, עס דאַרף ניט אַרן צי איז מען אַ עשיר און אַ בעה"ב או ח"ו אַ עני, צו עבודה איז דאָס ניט נוגע.

אַמאָל אַז מ'פלעגט אַריינגיין אין אַ ביהמ"ד פלעגט מען זען ווי דער נר ה' נשמת אדם9 ציט זיך צו אלקות.

ו. אַמאָליקע חסידים האָבן געוואוסט אַז ס'איז דאָ אלקות און זיי זיינען דאָ, און זיי זיינען נפרדים, במילא דאַרף מען אַראָפּנעמען דעם פירוד. אַמאָליקע חסידים האָבן געהאַט ברייטע מוחין און 10ברייטע הערצער, היינט איז ניטאָ די השבה אל הלב, עס איז פאַראַן דער ענין פון די מדות טובות שבטבע כל ישראל, אָבער עס איז ניט עבודה.

סוף כל סוף איז דאָך כי לא ידח ממנו נדח10, אַלע וועלן דאָך צוקומען צו עבודה, וואָס דאַרף מען זיין אַ נאַר און מאַכן זיך ענג און יענעם ענג, ס'איז דאָך גלייכער זיין אַ קלוגער און טאָן אין עבודה.

ז. אַז אַ איד גייט אין גאַס און ער איז טרוד ומוטרד בעסקיו דאַרף ער טראַכטן אַ וואָרט תורה11, ווער ווייס — עס קען זיין אַז די גאַנצע גאַס מיט די מויערן זיינען נאָר צוליב דעם אַז אַ איד זאָל גיין אין גאַס און טראַכטן אַ וואָרט תורה און דערהערן אַז דאָס איז חכמתו ורצונו יתברך. איך מיין ניט אַז ער זאָל אָפּפרעגן אַ רע"א אָדער פאַרענטפערן עפּעס מיט זיינע אַ המצאה, נאָר ער זאָל טראַכטן אַ וואָרט תורה.

[ושאל אחד המסובים: און רעדן דברי תורה אויך? ואמר כ"ק אדמו"ר:] דיבור הוא עוד ענין. בדיבור יש ענינים שצריכים לידע המבואות כו'12. בכלל דיבור איז אַראָפּטראָגן אין אַ נידעריקן כח אויך, וואָרום אַז ער רעדט הערט ער דאָך וואָס ער רעדט, איז דאָך ממילא פאַראַן מחשבה אויך. ער מעג טראַכטן אַ פסוק אשרי אפילו ניט בדרך תפלה נאָר בדרך לימוד.

ח. [אחד המסובים אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל מאיר זיין אַ גילוי אור מלמעלה וועט אַלעס רעכט ווערן. ואמר כ"ק אדמו"ר:] דער צמח צדק האָט אַמאָל גערעדט וועגן דעם בירור שעל ידי גילוי אור מלמעלה, ואמר, אַז דורך דעם קען מען חאַפּן אַ דרעשטשאק — עס מוז זיין אַ פוילישער וואָרט, אַמאָל פלעגט מען אַריינמישן פוילישע ווערטער אין חסידות, רבי הלל12 פלעגט אין מיט'ן חסידות זאָגן "זאראז" (אויף פּויליש: באַלד) —.

ט. עס איז דאָך יתבררו ויתלבנו כו' והרשיעו כו'13 דאָס איז דאָך אַ גילוי אור מלמעלה די כוונה איז געוועזן עס זאָל זיין עבודה בכח עצמו.

עס איז פאַראַן דער ענין פון ונתתי עשב בשדך לבהמתך14 שזהו גילוי שם ע"ב ד"ע יחו"ע בזרע בהמה15, אָבער ניט דאָס איז די כוונה, די כוונה איז עס זאָל זיין עבודה בכח עצמו אפי' אַז עס איז בקטנות דקטנות.

דער גאַנצער ענין פון ברה"ע און מיעוט הירח און חטא עה"ד איז אויף די כוונה אַז עס זאָל זיין דער בירור מלמטה למעלה בכח עצמו דוקא16.

אַז משה רבינו וואָלט אַריין געגאַנגען אין ארץ ישראל וואָלט געווען די עבודה באופן אחר17, איז דאָך אָבער ניט אַזוי געוועזן.

11י. [ענה לאחד מהמסובים על דבריו:] אין יעדער אידן איז פאַראַן אַ עשירות גדולה18 נאָר מען דאַרף אים אַרויס מאָנען ביז עס ווערט נתגלה.

יא. אח"כ אמר לרז"ש שיאמר לחיים, ואמר: זלמן דערמאָן זיך אויף אַמאָליקע יאָרן ווי דו ביסט געשטאנען אין חדר קטן פון קליינעם זאַל19 דער טיש איבער גידעקט מיט אַ זיידענע טישטוך אַ צעריסענע, איך פלעג דאַרפן ברענגען די ידיעות דעם טאַטן.

ואמר הרז"ש: אַז מען דערמאָנט זיך היינט אויף יענע יאָרן דערמאָנט מען זיך אַז מען איז געוועזן דאַמאָלסט אין ג"ע און היינט איז מען אין עוה"ז. ואמר כ"ק אדמו"ר: מען קען זיך היינט אויך אריין שטעלן אין ג"ע, דער ציור במחשבה איז דאָך געבליבן, אַזוי איז אַלץ אָפּגעברענט געוואָרן אָבער אין מחשבה איז אַלץ גאַנץ, קען מען זיך היינט אויך אַריין שטעלן אין ג"ע.

ואמר הרז"ש : עס דאַרף דאָך זיין תשובה פריער.

וענה כ"ק אדמו"ר: נו מי מעכב, אוודאי דאַרף זיין תשובה וקיום תומ"צ.

אחר בהמ"ז אמר: נו עס איז געוועזן אַ אויפגאָב20 דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז עס זאָל זיין אַ גוטער מסחר. בכלל פורים איז דאָך אַ זמן שמחה פנימי', וואָרום אין זמני שמחה גופא איז פאַראַן חילוקים כמו מועדים לשמחה איז ניט אַלע מועדים זיינען דאָך גלייך, פורים איז דאָך דער ענין פון ונהפוך הוא21 אתהפכא חשוכא לנהורא כו'.

השמטה

בין הדברים הי' ג"כ: מעהל סוחרים און צוקער סוחרים קלאָגן זיך אַז די זעק איז צוריסענע, געלעכערטע, און דאָ איז די זעק אַזוי גאַנץ און שטאַרק אַרומגענומען. אָבער עס דאַרף דאָך זיין דער פתחת שקי כו'.

הערות

עמוד 9

  1. 1. בהבא לקמן — ראה גם שיחת: ש"פ חו"ב יג תמוז תרצ"א (לקמן ע' 249 ואילך). יט כסלו תרצ"ג סעיף יא. ספר השיחות תש"ג ע' 13. שיחת ליל שמח"ת תש"ז. אחש"פ תשט"ז.
  2. 2. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  3. 3. כ"ק אדמו"ר הזקן.
  4. 4. בוך 722 צא, א ואילך.
  5. 5. נדפס (בשינויים) באוה"ת בראשית ח"ה תתקנז, ב ואילך.
  6. 6. וז"ל ההגהה בבוך הנ"ל צט, סע"ב (כי"ק אדמו"ר מהר"ש): שמעתי מכ"ק אאמו"ר שי' שאאזמו"ר הזקן נ"ע בג"מ אמר דרוש זה הי' כוונתו להסירם מריבוי התפעלות הלב ותנועת חיצוני' שהיו נוסעים מהעיר לשדה נגד העיר להתפלל שם בצעקה גדולה, לכן אמר דרוש זה והגביה חב"ד בהתפעלות השכל דוקא, ובאמת זהו הוראת שעה שהי' צריך לכך. והמכוון מדרוש זה שע"י התפעלות השכל יוכל ללמוד אח"כ (משא"כ בהתפעלות הלב ידמה שיצא י"ח ולא ילמוד כו') ומכ"מ ענין השיר והזמרה בתפלה לעורר את האהבה אינו בכלל זה כלל. כן שמעתי בפי'.
  7. 7. ראה שיחת יט כסלו תרצ"ג שם.
  8. 8. אדפחמים.
  9. 9. משלי כ, כז.

עמוד 10

  1. 10. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' תלמוד תורה לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  2. 11. ראה גם לקמן ע' ס"ע 155 ואילך. אגרותקודש ח"ד ע' קנא. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 17.
  3. 12. ראה ברכות כד, ב. רמב"ם הל' ק"ש פ"ג ה"ד ובנ"כ שם. שו"ע או"ח ספ"ה ס"ב ובנ"כ שם.
  4. 12. ראה אודותו לקמן ע' 30. וש"נ.
  5. 13. דניאל יב, י.
  6. 14. עקב יא, טו.
  7. 15. ראה תו"א ר"פ משפטים (עד, ג ואילך. עה, ב. עו, א). ועוד.
  8. 16. ראה ד"ה על כן יאמרו המשלים תרצ"א.
  9. 17. ראה מגלה עמוקות אופן קפה. מאמרי אדה"ז תקס"ג ח"ב ס"ע תרסו ואילך. אוה"ת ואתחנן ע' סה ואילך. ח"ו ס"ע רא ואילך. ועוד.

עמוד 11

  1. 18. ראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 123, בהנסמן שם הערה 36.
  2. 19. בשם "דער קליינער זאל" היו קוראים בליובאוויטש את האולם שבו היו מתפללים, בניגוד להאולם שבו היו לומדים תלמידי הישיבה "תומכיתמימים" שהי' נקרא "דער גרויסער זאל".
  3. 20. דמיקדימה.
  4. 21. אסתר ט, א.

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 1
  1. לה - שנת תשכ"ג - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה, ה'תשכ"ג סה"ש תרפ"ח ע' 9
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ז ‹ ליל שמחת תורה תש"ז ‹ 74 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 9