ט'תפב

ט'תפב

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

יעדע זאַך אין תורה, אפילו אַ פרט, און אַודאי אַ פרט פון אַזאַ כללות'דיגן1 ענין ווי יציאת מצרים, האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג און ספּעציעלע אָנווייזונגען.

דערציילט אונז די תורה, אַז איידער די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, האָט זיי דער אויבערשטער געגעבן פאַרשידענע מצוות: אַ טייל פון זיי האָט מען געדאַרפט מקיים זיין זייענדיג נאָך אין מצרים; אַ טייל פון זיי – מקיים צו זיין שפּעטער.

צווישן די מצוות וועלכע זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן אין מצרים איז פאַראַן איין מצוה וואָס טיילט זיך אויס דערמיט וואָס זי איז באַשטימט געוואָרן אַלס אַ ספּעציעלער "אות" – אַ צייכן און דערמאָנונג – פון דעם גאַנצן ענין פון יציאת מצרים, און האָט געדאַרפט דינען אַלס אַזעלכע ניט נאָר אין אַ באַשטימטער צייט פון יאָר, נאָר אין אַלע2 וואָכנטעג פון אַ גאַנץ יאָר3,

דאָס איז די מצוה פון תפלין4.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די פאַרבינדונג פון מצות תפלין מיט יציאת מצרים איז אַ5 גאָר ברייטע און טיפע. און אפילו6 אין פאַרגלייך צו דעם חג הפסח מיט אַלע זיינע איינצלהייטן – זיינען זיי דאָך נאָר אין די טעג פון פסח, אָבער דער געדיינקען און איבערלעבן7 יציאת מצרים דאַרף דאָך זיין טאָג טעגליך8, און דאָס ווערט פאַרצייכנט לאות 9 על ידך ולזכרון בין עיניך (אַלס אַ צייכן אויף דיין האַנט און פאַר אַן אָנדענקונג צווישן דיינע אויגן) – אין די ( אַלע וואָכנטעג פון אַ גאַנץ יאָר) תפלין.

* * *

ווי אַלע ענינים פון תורה און מצוות, האָט אויך די ספּעציעלע באַדייטונג פון מצות תפלין מערערע דערקלערונגען, און אויף איינע פון זיי וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן.

דער ענין פון יציאת מצרים איז געווען די באַפרייאונג פון פאַרשקלאַפונג, אָנהויבנדיג מיט דעם איינפאַכן זין פון דעם וואָרט – פון פיזישע צוואַנגס-אַרבעט (עבודת פרך), ביז10 צו דעם טיפסטן זין פון גייסטיגער באַפרייאונג, באַפרייאונג פון "מצרים" (מצרים וגבולים) – פון אַלע באַגרענצונגען און באַשרענקונגען וועלכע האַמען די נשמה; ביז עס אַנטפּלעקט זיך דער עצם מהות פון דעם אידן, סיי אַלס יחיד און סיי אַלס פאָלק,

וואָס דער עצם מהות פון אַ אידן איז דאָך, ווי דער אויבערשטער זאָגט: בנים 11 אתם לה' אלקיכם – "איר זייט קינדער צו ג-ט אייער ג-ט". וואָס דערמיט ווערט געמיינט ניט נאָר די נשמה ווי זי איז איידער זי גייט אַראָפּ אויף דער וועלט, נאָר אויך אַ איד ווי ער איז אין עולם הזה, אַ נשמה מיט אַ גוף און מיט אַלע זייערע אייגענשאַפטן.

* * *

דער באַגריף פון בנים למקום – דעם אויבערשטנ'ס קינדער – מיינט צווישן אַלעם, אַז פּונקט ווי דער אויבערשטער איז אַ מושל ושולט (הערשער און געוועלטיגער) איבער דער וועלט און אַלץ וואָס איז אין וועלט, אַזוי דאַרף אַ איד – אין אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט זיין זיין אַ איד , מיט אידישקייט – זיין אַ הערשער איבער וועלט און ניט נאָר באַ "יום-טוב'דיגע געלעגנהייטן" נאָר אויך אין זיין טאָג-טעגלעכן לעבן. דאָס דאַרף זיין בפועל ממש – פאַקטיש און אין אַן אַנטפּלעקטער פאָרם. דאָס הייסט, אַז ניט נאָר וואָס אַ איד דאַרף ניט נתפעל און ניט באַאיינפלוסט ווערן פון דער וועלט אַרום אים, נאָר, אדרבה, ער דאַרף הערשן12 און געוועלטיגען – אין אַלעם וואָס געהערט צו אידישקייט – איבער אַלע ענינים פון וועלט.

דאָ שטעלט זיך באַלד איין איינפאַכע און שטאַרקע פראַגע: ווי קען מען דאָס פאַרלאַנגען פון יעדן אידן, און ווי קען ער דאָס דערגרייכן?

איז דער ענטפער אויך אַן איינפאַכער: וויבאַלד ער איז דעם אויבערשטנ'ס אַ קינד, האָט אים דער אויבערשטער געגעבן ספּעציעלע ג-טלעכע און איבער -נאַטירלעכע כוחות –

וואָרום דאָס זעט מען דאָך אפילו אין דעם משל פון קינדער און עלטערן, וואָס קינדער נעמען איבער, אין13 אַ נאַטירלעכן אופן, אייגנשאַפטן און כאַראַקטער-שטריכן פון זייערע עלטערן, און עלטערן גיבן דאָס איבער צו קינדער. אין נמשל – ווי אידן זיינען בנים למקום – איז דאָס נאָך אין אַ פיל טיפערער פאָרם, ווי דער אַלטער רבי, בעל התניא והשלחן-ערוך, דערקלערט14, אַז אין משל פון עלטערן און קינדער זיינען דאָך די קינדער אַ מציאות פאַר זיך, נאָר ענג און טיף פאַרבונדן מיט עלטערן; אין נמשל אָבער – ווי אידן זיינען בנים למקום – זיינען אידן שטענדיג, און דורך תורה און מצוות אויך אין אַן אַנטפּלעקטער פאָרם, ניט קיין מציאות פאַר זיך, נאָר אינגאַנצן בטל צום אויבערשטן – זייער גאַנצע מציאות איז דורכפירן דעם אויבערשטענ'ס רצון – כעבד וכבן15 (ווי אַ קנעכט און ווי אַ קינד).

וואָס יציאת16 מצרים האָט דאָך אויך אַרויסגעבראַכט און אַנטפּלעקט כי לי בני ישראל עבדים עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים (וואָרום צו מיר זיינען די אידן קנעכט, מיינע קנעכט זיינען זיי וואָס איך האָב זיי אַרויסגעפירט פון לאַנד מצרים).

איז ווען אַ איד ברענגט אַרויס אָט די ג-טלעכע כוחות אין דער פולער מאָס, ביז זיי נעמען אַדורך זיין גאַנצן וועזן, ניט נאָר זיינע מעשים, נאָר אויך זיין ריידן און דענקען – גיט דאָס אים די מעגלעכקייט צו זיין אַ הערשער און געוועלטיגער איבער אַלע ענינים פון דער וועלט אַרום אים.

* * *

און דאָס איז דער ענין פון מצות תפלין, ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער, ביז אין דער קלאָרסטער און קאָנצענטרירסטער פאָרם אין שלחן-ערוך: 17

אַז בשעת אַ איד לעגט תפלין18 דאַרף ער מכוון זיין, אַז דער אויבערשטער האָט אונז אָנגעזאָגט צו לעגן תפלין אויף דער האַנט אַנטקעגן האַרצן, און אויפן קאָפּ אַנטקעגן מוח "כדי שנזכור נסים ונפלאות שעשה עמנו . . ואשר לו הכח והממשלה לעשות בעליונים ובתחתונים כרצונו" (כדי מיר זאָלן געדיינקן די נסים און וואונדער וואָס ער האָט געטאָן מיט אונז . . און אַז ער האָט די קראַפט און הערשאַפט צו טאָן וואָס ער וויל אין די אויבערשטע און אונטערשטע וועלטן) " וישעבד להקב"ה הנשמה שהיא במוח וגם תאות ומחשבות לבו לעבודתו יתברך " – און מאַכן אונטערוואַרפן ווי אַ עבד צום אויבערשטן די נשמה וואָס איז אין מוח, און אויך די נייגונגען און געדאַנקן פון האַרצן, צו דינען דעם אויבערשטן, וואָס דער מוח (פאַרשטאַנד) און האַרץ (געפיל) פירן דאָך אָן מיט אַלע מעשים, דיבורים און מחשבות פונם מענטשן. און דאַמאָלס איז דאָך – עבד מלך כמלך19 (דעם קעניג'ס קנעכט איז (האָט די קראַפט) ווי דער קעניג),

איז דורך דעם עבד ובן המלך ווערן דורכגעפירט בפועל דער כח וממשלה לעשות בעליונים ובתחתונים כרצונו – העכער פון אַלע בעגרענצו[נ]ג[ע]ן, יציאת מצרים אין דער פולער מאָס.

* * *

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז דורך מקיים זיין דעם ענין פון יציאת מצרים בחג הפסח און אין אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, זאָל מען זוכה זיין צו דער אמת'ער און פולשטענדיגער באַפרייאונג פון איצטיגן גלות, גלות הגוף און גלות הנשמה, בחסד וברחמים, בשובה ונחת20 דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

הערות

  1. 1. כללות'דיגן ענין ווי יציאת מצרים: ראה מכילתא ומפרשי התורה בקישור שני הענינים "אנכי ה"א אשר הוצאתיך מארמ"צ". זח"ג קח, א. תניא פמ"ז.
  2. 2. אַלע וואָכנטעג: להביא הלילות וגם מדרבנן לילה זמן תפלין הוא (שו"ע או"ח רס"ל)*. [516]*) דלכאורה י"ל דלאחרי גזרתם נעשה הלילה לאו זמן תפילין [דוגמא בעניני חה"פ – שו"ע אדה"ז סתל"ג ס"ל] וזה שולל בהמ"מ (לס"ל סעי' ב) : אם כו' כל הלילה מותר . שקו"ט בזה בחקרי הלכות ג"כ .
  3. 3. : מענה הרבי – ניסן תשכ"ח.
  4. 4. מצוה פון תפלין: אם נתחייבו בתפלין ב(מדבר ובמילא גם ב)טו בניסן לאחרי צאתם ממצרים – ראה בכורות ה, א**. סדא"ר פכ"ו. יל"ש שלח רמז תש"נ. חי' הרשב"א מנחות לד, א.
  5. 5. אַ גאָר ברייטע און טיפע: אף ש"בא לנו מצות רבות ע"ז (זכר ליצי"מ) מ"ע ומצות ל"ת" (חינוך מצוה כא).
  6. 6. אפילו אין פערגלייך צו דעם חג הפסח כו': אלא שחה"פ ופרטיו הם עצם ענין ותפלין וכיו"ב – אות כו' וזכר (ליצי"מ). וי"ל דהא בהא תליא. ואכ"מ.
  7. 7. איבערלעבן יציאת מצרים: עיין משנה פסחים (פ"י, מ"ה) חייב אדם לראות את עצמו כו'*** ואינו בשאר הזכירות שהובאו בשו"ע אדה"ז ס"ס ס"ד.
  8. 8. טאָג טעגליך: ראה רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג. שו"ע אדה"ז סס"ז ס"א. תניא רפמ"ז.
  9. 9. לאות . . עיניך: בא יג, ט. [523]**) הכוונה להברייתא דבי רבי ישמעאל . ואף שזה איתא גם בקידושין (לז, ב), מ"מ שם יל"פ (בדוחק עכ"פ) בגלות (אבל לאחר מ"ת) – כדי שתכנסו כו' . (בתו"ש חי"ב – ראשונים שפי' כן). ***) אף שלכאו' אי"ז בכל יום – 1) ישנו עכ"פ בכל דור (משנה) . 2) אדה"ז בתניא (פמ"ז) מפרש "בכל יום" . – וכנראה כוונתו שזוהי כוונת המשנה (שהרי א) אין מקור אחר , ב) מתחיל בל' המשנה) . ואואפ"ל דמפרש דהמשנה דפסחים משלימה המשנה ספ"ק דברכות שצ"ל סיפור יצי"מ בכל יום – שצ"ל באופן כאילו הוא יצא ממצרים . ועפ"ז יתורץ ג"כ דמביאים כו"כ נפק"מ בין הסיפור בפסח להסיפור בכל השנה ולא קאמר דרק בפסח צ"ל כאילו הוא יצא . [523] הכוונה . . כן) : מענה הרבי – ניסן תשכ"ח. אף . . יצא : מענה הרבי – ניסן תשכ"ח.
  10. 10. ביז צו כו': ואדרבה דוקא זה נתחדש בפסח, כי עבודה בטלה מאבותינו בר"ה (ר"ה יא, א).
  11. 11. בנים . . אלקיכם: ראה יד, א.
  12. 12. הערשן . . איבער אַלע ענינים פון וועלט: כי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו [526] יציאת מצרים . . גייסטיגער באַפרייאונג : ראה הגש"פ שם ע' תשנז, ובהנסמן שם הערה ד"ה יציאת מצרים. (ע"ז ג, סע"א) ואונס (מצד עניני עולם ולא שאנס עצמו בדעתו הרעה – רמב"ם הל' גירושין ספ"ב) דפטור הוא, הרי רחמנא פטרי' (נדרים כז, א), היינו שזהו מדיני המצות.
  13. 13. אין אַ נאַטירליכן אופן: ראה עדיות פ"ב מ"ט.
  14. 14. דערקלערט: לקו"ת דברים ד"ה שהמ"מ (סב, ד).
  15. 15. כעבד וכבן: ראה זח"ג קיא, ב. תניא פמ"א.
  16. 16. יציאת מצרים האָט . . אַנטפּלעקט כי לי בני ישראל עבדים: בהר כה, נה. אבן עזרא שם, מב. משא"כ מעלת בנים (שמות ד, כב).
  17. 17. שלחן ערוך: . . כדי שנזכור . . וישעבד כו': לרבנו הזקן חאו"ח סכ"ה סי"א. ועיין בהשינוים מל' שו"ע דהמחבר.
  18. 18. אַ איד לעגט תפלין: ונשים שפטורות (קדושין לד, א) הרי (גם לדעת המכילתא ס"פ בא וירוש' ברכות פ"ג ה"ג**** דפטורות מדפטורות בת"ת) הוי מ"ע שהזמן גרמא ובמצות אלו "בעשות הזכר את המצוה אין מהצורך שגם הנשים תעשינה לבדה כי כבר נכללת עמו בעת שעושה אותה המצוה" (לקוטי תורה להאריז"ל פ' בראשית בטעמי המצות שם. שער מאמרי הרשב"י – להאר"י – בפי' על התיקונים שבתחלתו). ולהעיר מברכות (יז, סע"א) נשים במאי זכיין באקרויי כו' – בנוגע לת"ת – ועד"ז י"ל גם בתפלין כשיטרחו על בניהן וכו' (ראה פרש"י סוטה כא, א) בנוגע לתפלין. וראה בברכות (שם): גדולה הבטחה שהבטיחן הקב"ה לנשים יותר מן האנשים.
  19. 19. עבד מלך כמלך: שבועות מז, ב. ****) הכוונה : דעת (הבבלי בברכות (כ, ב) "פשיטא" וכפס"ד) אדה"ז (סל"ח ס"ג) דפטורות מתפילין מפני דהוי מ"ע שהז"ג (ועכ"צ לדחוק הסוגיא דקידושין דמשמע כהירושלמי – לכאורה) – משא"כ להירושלמי ומכילתא (ופשטות דקידושין) דילפינן שאר מ"ע שהזמ"ג דפטורות – מתפילין (משא"כ להרא"ש (הל' תפילין סי' כט) – המכילתא והירושלמי דלא כהלכה) . הכוונה . . כהלכה) : מענה הרבי – ניסן תשכ"ח.
  20. 20. בשובה ונחת: ישעי' ל, טו. וראה סנה' צז, סע"ב. אור התורה לאדמו"ר הצ"צ ס"פ בא (ע' שה ואילך). המשך וככה הגדול בסיומו.

מצוטט בעמוד אחד

שוע"ר עם ביאור דברי שלום ספרי כ"ק אדמו"ר הזקן 1
  1. השכמת הבוקר וציצית ‹ הלכות ציצית ‹ יז מי הם החייבים בציצית אגרות קודש חכ"ה אגרת ט'תפב

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד - קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 16 עמודים.

  1. אגרות קודש כרך כה ט'תקכא מאותו ספר נדרים כז, א
  2. שולחן ערוך חושן משפט הלכות עדות ושטרות ושליש[ו]ת דיני עדות ושטרות ושליש[ו]ת יב נדרים כז, ב
  3. לקוטי שיחות כרך יז קדושים שיחה ד קדושין לד, ב
  4. לקוטי שיחות כרך יט עקב שיחה ה קדושין לד, א
  5. לקוטי שיחות כרך יט חג הסוכות שיחה ג קידושין לד, ב
  6. לקוטי שיחות כרך כד הוספות - שיחות שיחה א קדושין לד, א
  7. תורת מנחם שיחת אור ליום ועש"ק פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ז קידושין לד, א
  8. תורת חיים בראשית ח"א פרשת בראשית ותלד עדה את יבל קדושין לד, ב
  9. שולחן ערוך אורח חיים חלק א הלכות תפילין: לב דין כתיבת התפילין י קידושין לד, א
  10. שוע"ר עם ביאור דברי שלום הלכות שבת - ח"ג (סי' רסז-ש) רעא דיני קידוש שעל היין קידושין לד, א
  11. תורת מנחם שיחת יום ג', וא"ו תשרי, ה'תשכ"ח קידושין לד, א
  12. תורת מנחם שיחת אחרון של פסח, ה'תש"ל קידושין לד, א
  13. תורת מנחם שיחת חג הפורים, ה'תשל"א קידושין לד, א
  14. תורת מנחם שיחת יום ג' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשל"ב קידושין לד, א
  15. תורת מנחם שיחת ש"פ תבוא, ח"י אלול, ה'תשל"ג קידושין לד, רע"א
  16. שוע"ר עם ביאור דברי שלום הלכות תפילין הלכות תפילין לב דין כתיבת התפילין קידושין לד, א