שיחות חג הפסח

102שיחות חג הפסח

סדר הראשון של חג הפסח תש"ז1

א. ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד האָב איך גיהערט דעם סיפור פון טאַטן, אַז דער אַלטער רבי האָט געהערט פון זיין טאַטן — ר' ברוך — אַז זייענדיג ביי זיין רבי'ן — הבעש"ט נ"ע — פסח ביים סדר האָבן די תלמידים געפרעגט די קשיות מה נשתנה מיט דעם נוסח: "טאַטע איך וועל דיר פרעגן פיר קשיות" און מיט דעם ניגון הידוע לזה.

ביי דעם צמח צדק פלעגן אַלע קינדער פרעגן די קשיות און מיט דעם נוסח כנ"ל, נאָכדעם פלעגט דער רבי אַליין פרעגן בלחישה די קושיות וג"כ בנוסח הנ"ל2.

ניט לאַנג האָב איך געזען אַ הגדה וואָס איז לעצטנס אָפּגעדרוקט געוואָרן, וואו עס געפינען זיך יסודות'דיגע טעמים על סדר ההגדה, ברענגט ער דאָרט אַ טעם פון דעם מנהג צו זאָגען: טאַטע איך וועל דיר פרעגן פיר קשיות, און זאָגען דעם מספר הקושיות כנ"ל — בשם הגאונים.

ב. עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו וכו'.

אין דעם ענין פון רב ותלמיד, איז 103דאָך דער רב פועל אין דעם תלמיד, וואָס ער איז מעמיד אַ תלמיד, ובפרט אַז די תלמידים זיינען רבנים, איך מיין ניט אין דעם וואָרט, סתם רבנים, נאָר וואָס דער תלמיד איז שוין אַליין בבחי' רב, בבחי' משפיע.

עוד זאת, אַז די תלמידים קומען צו זייער רבי'ן און דערציילן וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן. און דאָס איז די כוונה, עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן ק"ש וכו', דאָס זיינען זיי געקומען דערציילן וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן.

עס איז ידוע דער וואָרט, אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט אַ זון דעם מיטעלן רבי'ן, במילא איז ער דאָך געווען אַ טאַטע, אָבער די שלימות פון טאַטן איז אין אייניקל.

ג. רבי אליעזר אומר מנין וכו' אמור מעתה במצרים לקו וכו'.

אחד מהמסובים אמר ההגדה בקול רם ומיילל קצת, ובהגיעו לפיסקא זו, הפסיק אותו אחד מזקני החסידים שישב אצלו מנוכח השולחן: וואָס קלאָגט איר אַזוי ביי די מכות פון די מצריים?

והעיר ע"ז כ"ק אדמו"ר שליט"א: זיי דאַרפן טאַקע זיין בפועל, וועט דעמאָלסט זיין די אמת'ע שמחה.

ד. אחרי סיום ההגדה, לשנה הבאה בירושלים, אמר כ"ק אד"ש:

דער אויבערשטער זאָל אונז באַצאָלן די חוב דעם יאָר. דער אויבערשטער איז אונז אַ בעל חוב, ער האָט אונז צוגעזאָגט בריינגען משיח'ן, זאָל ער אונז אים טאַקע בריינגען דעם יאָר. גענוג געקאָרמעט אונז מיט הבטחות, עס איז שוין שווער אַריבערצוטראָגן, דער ביטערער גלות איז אַריין אין די ביינער, ער איז שוין דערעסן געוואָרן ווי אַ ביטערע ציבעלע3, זאָל דער אויבערשטער באַצאָלן דעם חוב און בריינגען משיח דעם יאָר.

ליל ב' דחה"פ תש"ז1

א. הא לחמא עניא.

הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ של"ה איד2. אַ גאַנץ יאָר האָט ער זיך געפירט עפ"י סידור השל"ה, במועדים האָט ער געהאַט כוונות נוספות.

ב. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט קומענדיק פון מעזריטש3 אַז אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען אַ השפעה עצמית אין ידיעת אלקות, השגת אור תורה דעם נועם אמיתי אין השגה, אַז יעדע השגה האָט געלעבט מיט אַ חיות פנימי; און דער חיות איז אַ חיות פון להחיות, עס איז ניט נאָר וואָס עס לעבט נאָר עס באַלעבט.

ג. אין די עניני תורה ועבודה ופירושם וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען אין מעזריטש, האָט רבינו הזקן מקבל געווען דעם פירוש המלות פון הא לחמא עניא, עס איז דאָך אין עני 104אלא בדעת4, אַז מען איז אַ למדן איז מען דאָך אַ עשיר ובפרט אַז מען איז אַ גרויסער למדן איז מען דאָך אַ גרויסער עשיר.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט לבנו הוד כ"ק רבינו האמצעי ולהוד כ"ק רבינו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז דעם פי' המלות פון הא לחמא עניא האָט ער זיך דערוואוסט אין מעזריטש.

ד. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון מעזריטשער מגיד בשם רבו הבעש"ט נ"ע, אַז אין די פיסקא הא לחמא עניא וכו' זיינען דאָ כ"ח תיבות בגימטריא כח; ביז נאָך די ווערטער לשנה הבאה זיינען דאָ כ"ו תיבות בגי' שם הוי'. דער פי' איז, אַז דורך וואָס מען איז מגלה דעם כח הוי' אין אַ פנימיות, ווערט מען בני חורין.

ה. מה נשתנה.

ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד האָט דער טאַטע מיר געלערענט ווי צו זאָגען מה נשתנה מיט'ן נוסח:

טאַטע איך וועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט אַז ער האָט געהערט פון זקנו הוד כ"ק אאזמו"ר צמח צדק בשם זקנו הוד כ"ק רבינו הזקן אַז ער האָט מקבל געווען ממורו הרב המגיד ממעזריטש בשם מורנו הבעש"ט אַז דער נוסח השאלה פון די פיהר קושיות איז אין צוויי פערשידענע אויסשפּרעכין, איין אויסשפּראַך איז "טאַטע איך ויהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות" און די צווייטע אויסשפּראַך איז "טאַטע איך וועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות".

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מקבל געווען רבי מרבי אַז הן דער נוסח טאַטע איך ועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות און הן דער נוסח איך וויהל באַ דיר פרעגין די פיהר קשיות, איז מיט'ן וואָרט "טאַטע" מיינט מען דאָ אב ישראל, וואָס אַלע אידען פרעגען ביי דעם אויבערשטען די פיהר קושיות.

דער חילוק איז דעם אופן השאלה, אָבער אַלע זאָגין איין נוסח אין דעם קריאת שם טאַטע, יעדער איד דערהערט דעם אמת לאמתו אַז אב אחד לכולנו.

ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן גיזאָגט אַז די פיהר קשיות זיינען כנגד ד' אותיות פון שם הוי', און אַז די קשיות זיינען דאָפּעלע. און האָט מסיים געווען: אַז דו וועסט ווערען גרעסער וועסט דו עס פאַרשטיין.

אַז איך בין עלטער געוואָרען האָב איך פאַרשטאַנען וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דאַמאָלסט געזאָגט, אַז די פיהר קשיות זיינען כנגד די אותיות פון הוי' הוי' און דערפאַר זיינען די קשיות כפולים, וואָס די כוונה איז מאַכען — פון הוי' אלקים, הוי' הוי'.

די כוונה פון גלות מצרים, ווי אויך פון די אַנדערע גלות'ן איז ניט קיין ענין פון אַ עונש, נאָר וואָס דורכדעם ווערט מען אַ כלי צום גילוי אור הוי'.

ז. וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח.

איך האָב שוין דאָס עטליכע מאָל דערציילט5, נאָר מצד החביבות וויל איך דאָס איבערזאָגען.

105אין פלוג זיינען דאָך די ווערטער "הרי זה" איבעריג, עס האָט געקענט שטעהן: וכל המרבה לספר ביצי"מ משובח. נאָר דער ענין איז: אין סיפור יצי"מ זיינען דאָך פאַראַן חלוקי דרגות פון ד' בנים חכם רשע תם שאינו יודע לשאול וואָס יעדין בעדאַרפמען געבין צו פאַרשטייען נאָך זאַיין פאַרשטאַנד פייאיקייט.

ח. וכל המרבה לספר, מלשון6 ספירות ובהירות7, אַז מען מאַכט איידעל און ליכטיג דעם יציאת מצרים, איז דאַמאָלסט אַ משובח'דיגער "זה", הרי "זה משובח".

ט. מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבי אַלעזר בן עזריה ורבי עקיבא ורבי טרפון שהיו מסובים בבני ברק והיו מספרים ביציאת מצרים כל אותו הלילה עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית.

עס איז אַ פאַיינע מסיבה8.

יעדער איינער פון זיי האָט עפּעס געהאַט וואָס צו זאָגין, און אַלע זאַיינען גיוועהן מסובים און מסובבים מיט זייערע תלמידים.

והיו מספרים ביציאת מצרים, מען האָט מספר גיועהן אין יציאת מצרים אין אופנים שונים, סיפור לשון מספר, סיפור לשון ספירות ובהירות9.

זיי אַלע זאַיינען גיוועהן גרויסע בני תורה אָבער זיי זיינען בעלי עבודה, זיי האָבן געוויזען זייערע תלמידים אַז הגם מ'איז אַ חכם און אַ מבין אין ידיעת התורה איז די מצוה מספר, גיין מאַכן ליכטיג דעם ענין פון תורה דורך עבודה פון קבלת עול.

זיי האָבן אויסגיפירט די עבודה פון סיפור מצרים ביז אַז באו תלמידיהם אויך פאַיינע גאונים און האָבן גיזאָגט רבותינו מיט אייער עבודה האָט איהר ממשיך גיועהן די ליכטיקייט פון קריאת שמע10.

י. אמר רבי אַלעזר בן עזריה הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי שתאמר יציאת מצרים בלילות עד שדרשה בן זומא שנאמר למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ימי חייך הימים כל ימי חייך להביא הלילות וחכמים אומרים ימי חייך העולם הזה כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

די11 חכמים האָבען געגאַרט צו ימות המשיח.

עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס אפי' בזמן הגלות הערען זיי שוין דעם גילוי פון משיח, איז אדרבא האָבען זיי נאָך אַ גרעסערע תשוקה צו ביאת המשיח.

אַ עני קען ניט האָבען אַזאַ תשוקה צו געלד, ווי אַ עשיר וואָס האָט שוין אַמאָל פאַרזוכט אַ רייכען געשמאַקען באָרשט, איז ביי דעם עשיר די תשוקה צו רייכקייט גאָר באופן אחר. און דאָס איז וחכ"א "להביא לימות המשיח".

106יא12. ברוך המקום וכו' כנגד ארבעה בנים דברה תורה.

עס איז מיר אַ וואונדער אויף רמ"ש'ן שי' וואָס ער האָט ניט בעאַרבעט אין די אַרויסגעגעבענע הגדה13 די ענינים פון די ד' בנים, עס איז דאָך דאָ אַ רייכער ענין אין דעם: וואָס יעדער פון די ד' בנים פרעגען, פאַרוואָס זיי פרעגען אַזוי, און וואָס מען ענטפערט יעדערן אויף זיין שאלה14.

יג15. רשע מה הוא אומר.

אפי' צו אַ רשע דאַרף מען אויך רעדען צו איהם, הערען וואָס זאָגט ער און רעדען צו איהם, אַז מען רעדט ווירקט מען אפילו אויפ'ן רשע.

יט16. ואתן לעשו את הר שעיר לרשת אותו וכו'.

דער פי' פון לרשת אותו מיינט ירש'נען עשו'ן17. עס איז פאַראַן מתנה און ירושה, מתנה גיט מען נאָר ווען עס קומט יענעם, אי לאו דעביד נייחא לנפשי' לא יהיב לי'18, אָבער ירושה איז אַ זאַך וואָס קומט ממילא. וואָס מען "גיט" איהם. דורך וואָס קומט מען צו — צו דעם לרשת אותו, אויף דעם איז — ויעקב ובניו ירדו מצרים19, די בירורים אין גלות, וכידוע בב' אופני הבירור, אוכל מתוך פסולת או פסולת מתוך האוכל20, ועל ידי זה מגיעים לרשת אותו21.

כ. ויאמר לאברם ידע תדע וכו' וגם את הגוי וכו' דן אנכי ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.

מען האָט ביי אברם'ן ניט געפרעגט צו ער איז מסכים, אפשר וויל ער גאָר ניט דעם רכוש גדול מיט דעם גאַנצען עסק פון גלות; דער אויבערשטער האָט איהם געזאָגט: ידע תדע. נאָר דער ענין איז, צו אברם האָט מען ניט געקענט מגלה זיין דעם סוד הגלות, שפּעטער אַז ער האָט געהייסען אברהם (בתוס' ה') האָט ער שוין פאַרשטאַנען.

כב22. בתוך הסעודה.

ניגנו ניגון ואמר כ"ק אד"ש: מען האָט געדאַרפט זינגען דעם ניגון פון ר' אשר ניקאָלאַיעווער23, דעם ניגון24 וואָס ער האָט געזונגען בעת דער טאַטע האָט איהם געהייסען25 מיר באַגלייטען אויף מיין נסיעה26 און ער האָט דאַמאָלסט געזונגען דעם ניגון מיט אַזאַ רייכקייט.

107נאָכדעם ווי ער איז מיט מיר מיטגעפאָרען און דער טאַטע איז דאַמאָלסט געווען אין אויסלאַנד, אין האַמבורג27, איז ר' אשר ספּעציעל געפאָרען אין האַמבורג צום טאַטען איבערגעבען אַז ער האָט אָפּגעטאָן די שליחות ע"ד ווי עס שטייט וישב משה את וגו'28. דער טאַטע האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַ מאמר ביחידות פאַר ר' אשר'ן29, נאָכן מאמר רופט זיך אָפּ ר' אשר: ניע בעריאָט, אַ גראָבע פעל (אמר זאת על עצמו). ואמר לו אדמו"ר נ"ע: בעריאָט...

אַמאָל30 איז דער טאַטע געווען אין מענטאָן31 (והי' אז בימות החורף ושם האויר חם כמו בקיץ) איז געקומען ר' זלמן זלאַטאָפאָלסקי32 מיט אַ גרויסען טאָפונעם פוטער (כי נסע מרוסי' בעת הקור גדול), ער איז געקומען זייער פרי, פאַרטאָג, איז ניט געווען שייך ער זאָל קענען אַריינגיין באַלד צום טאַטען, איז ער אַריינגיגאָנגען אין גאָרטען פון דעם הויז וואו דער טאַטע האָט געוואוינט, אַוועקגעזעצט זיך אויף אַ באַנק און פאַרדבק'ט זיך אין אַ ניגון. אַ זייגער 76 הערט דער טאַטע אַז מען זינגט, עפּעס אַ באַקאַנטער קול אַזוי ווי זלמן זלאַטאָפאַלסקי, דער טאַטע גייט אַריין אין גאָרטען, ערשט ער זעט ווי ר' זלמן זיצט אויף אַ באַנק שטאַרק פאַרטראַכט און זינגט אַזוי האַרציג אַ ניגון, האָט דער טאַטע אים ניט געוואָלט מבלבל זיין און האָט איהם אַזוי געלאָזען ניט באַמערקטערהייט.

דער טאַטע האָט נאָכדעם געזאָגט, אַז ביי אים איז ברור, אַז ר' זלמן האָט דאַמאָלסט געטראַכט אַ מאמר חסידות וואָס ער האָט געהערט פון טאַטען (אדמו"ר מהר"ש נ"ע).

דער טאַטע האָט געזאָגט אויף ר' זלמן'ן: ער איז אַ מקבל פנימי, פון טאַטען (מהר"ש נ"ע) האָט מען געקענט מקבל זיין, נאָר ער איז געווען אַ מקבל פנימי.

הרב ר' יעקב מרדכי33 האָט מקבל געווען אין לב און פון לב איז דאָס דערגאַנגען אין מוח, ר' זלמן האָט מקבל געווען אין מוח און פון מוח איז דאָס דערגאַנגען אין לב.

כג. שפוך חמתך אל הגוים.

קודם אמירת שפוך חמתך התבונן כ"ק אד"ש זמן מה ואח"כ אמר:

זכרון מאַכט דעם עבר פאַר אַ הוה: אַז מען איז זיך מצייר דעם עבר ווערט דער עבר אַ הוה, במילא ווערט דער הוה אַן אַנדערער. אַז מען איז זיך מתבונן אין דעם עתיד, ווי מען וועט זיך דעמאָלסט דערמאָנען דעם עבר, ד. ה. דעם יעצטיגען הוה, איז וואָס פאַר אַ פנים וועט דאָס האָבען, במילא דאַרף דער הוה ווערען אַן אַנדערער.

דער פעטער רז"א34 פלעגט זאָגען:

108וואָס איז דער חילוק פון מיר ביז בנציון'ען35 (המשרת של אדמו"ר מהר"ש נ"ע שהי' קפדן גדול), אַז איך זע אויף איינעם אַ עוולה ווער איך אויך אין כעס אַזוי ווי ער, ביז יענעם דוקר זיין, נאָר איך לייג אָפּ דעם כעס אויף אַ שעה און אַ מינוט, דעמאָלסט זע איך אַז (דער כעס) איז געווען אַ שטות.

איך גידיינק ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און דער טאַטע האָט געפּראוועט דעם סדר ביי דער באָבען (הרבנית רבקה אשת אדמו"ר מהר"ש נ"ע) אין הויז, האָט מען צו שפוך חמתך געעפענט אַלע טירען פון די חדרים, פון דעם חדר וואו מען איז געזעסען ביז די ערשטע טיר פון גאַס36, מ'האָט געשיקט שלוחים — מהמסובים אל השולחן — חשובים עפענען די טירען, הגם אליהו הנביא קען אַליין טרעפען אין אַ אידישע הויז, אָבער מען דאַרף גיין אַליין עפענען אַריינלאָזען אליהו הנביא. די אמונה פשוטה גיט אַריין אַ תוקף אין השגה.

איינמאָל, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, בין איך געגאַנגען עפענען די טיר, איין טיר איז געווען אַ דאָפּעלע, האָב איך די ערשטע געעפנט די אַנדער העלפט, האָט מען געדאַרפט עפענען פון אויבען, האָב איך זיך געשטעלט אויף אַ שטול און נאָך אַלץ ניט געקענט דערלאַנגען, האָט מיר דער טאַטע אויפגעהויבען. אַראָפּגייענדיק פון שטול האָב איך אַזוי ווי אָפּגעזיפצעט פון אָנשטרענגונג, רופט זיך אָפּ דער טאַטע: אַריינצולאָזן אַ איד אין הויז — אליהו הנביא, דאַרף מען זיך אָנהאָרעווען.

אח"כ אמר אד"ש: איך וואָלט וועלען גיין עפענען נאָר... וצוה לרש"ל37 ועוד מהמסובים לילך בתורת שליחות לפתוח הדלת.

בב' לילי הסדרים מזגו כוס אליהו הנביא אחר בהמ"ז38.

כד. אחר גמר אמירת ההגדה אמר כ"ק אד"ש: מאָרגען דאַרף מען זיך ניט איילען. מ'קאָן גיין אין וואַסער, לערנען חסידות פאַרן דאַוונען און נאָך דעם גייען דאַוונען, [.. . ] נעמען אפי' עס אין די אַרבעט.

109ליל שביעי של פסח תש"ז בסעודה

א. נאָך אין די קינדער יאָרן איז ביי מיר געווען אַ סדר אַז אַ שעה אין טאָג, נאָך דער לערןצייט, זאָל איך איבערטראַכטען די רייד וואָס מיין פאָטער האָט מיט מיר גערעדט און דערציילט.

איך האָב שוין אייניגע מאָל דערציילט1 אַז נאָך אין די גאָר יונגסטע יאָרן פלעגט מיך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פרעגן: "וואָס געדענקסטו"? וואָס פאַר אַ מענטשן אָדער פּאַסירונגען האָסטו געזען? און כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט מיר מבאר זיין דעם תוכן הענין און ערקלערן.

אַמאָל פלעגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגן אַז דער ענין קען איך דיר נאָך ניט ערקלערן. ביסט נאָך צו קינדעריש אויף צו פאַרשטיין דאָס, זאַלסט פון צייט צו צייט איבערטראַכטן וואָס דו געדענקסט, און עס וועט קומען די צייט וועסטו פרעגן וועל איך דיר דאַן זאָגן.

הנהגה זו פעלה עלי כטבע שני לחזור במחשבה והרהור מזמן לזמן את כל אשר שמעתי מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. וכן מה ששמעתי ממלמדי: ר' יקותיאל2, ר' שמשון3, ר' ניסן4, רשב"ץ5; ומהחסידים: ר' חנוך הענדל6, ר' אבא טשאַשניקער7, ר' שמואל ברוך8, ר' מאיר מרדכי טשערנין9, ר' אבא פערסאָן10, ר' מנחם מאַניש מאָנעסזאָהן11, ועוד.

ווי איך האָב שוין אייניגע מאָל דערציילט האָט זיך באַ מיר די דאָזיקע קינדער הנהגה געשטאַרקט מזמן לזמן; און ווען מיין מלמד ר' ניסן נ"ע האָט מיך מעורר געווען צו פאַרשרייבן די סיפורי מעשיות12 וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט זיך ביי מיר אָנגעקליבן צענדליקער כרכים.

ב. אין די זכרונות פון אַ מענטשן בכלל און אַ חסידישן מחונך בפרט איז ניט פאַראַן קיין פאַרגעסענער עבר, עס איז אַלץ אַ לעבעדיקער אריכותימים'דיקער הוה.

חסידי חב"ד עלטער עלטער זיידעס האָבן איבערגעגעבן — באַ פאַרשידענע זמני התועדות — זייערע קינדער און אייניקלעך — די דברי תורת החסידות, אמרי קודש, דברי התעוררות, עניני עצות ותיקוני תשובה ודרכי הנהגה וואָס זיי אַליין האָבן זוכה געווען צו הערן אויף יחידות, ווי אויך אין די זמני 110התועדות ברבים; און וואָס זיי האָבן מקבל געווען מאבותיהם.

די אַלע סיפורים וואָס חסידים דערציילען בשעת אַ פאַרבריינגען, מאַכן די גאָר גאָר יונגע בני ונכדי החסידים פאַר כלים טובים צו דרכי החסידות. און נוסף אויף דעם וואָס מען גיט איבער די דברי תורה און דרכי עבודת התפלה ודרכי החיים פון חסידים לדורותיהם. מאַכן אויך אָט די סיפורים דעם פאַרגאַנגענעם — ביי ניט חסידים — עבר פאַר אַ לעבעדיקן גייסטיקען הוה ביי חסידים.

מנהגי החסידים אין מחשבה דיבור ומעשה: מחשבה — איבערטראַכטן אַ דברי חסידות וואָס מען האָט זוכה געווען צו הערן ביים רבי'ן צום פאַרבריינגען, אָדער דעם ניגון13 וואָס מען האָט געזונגען ביי דעם יחידות ריקוד14. דיבור — איבערדערציילען די חסידישע סיפורים וואָס מען האָט געהערט. און מעשה — דער סדר הנהגה וואָס מען האָט געזען פון רבי'ן און זקני החסידים.

ג. מנהגי החסידים האָבן געמאַכט חסידים פאַר בעלי השכלה, בעלי ידיעה והשגה, און בעלי עבודה, ועל כולם בעלי הרגש, מיט אַ חיות עצמי וואָס איז העכער פון השכלה. השכלה איז אַ כח פון כוחות הנפש: אין כחות זיינען פאַראַן כוחות מתפשטים און כחות עצמיים; אַלע פאַרשטיין אַז עצמיים זיינען מופלאים פון מתפשטים, אָבער דאָס זיינען דאָך אויך כוחות. וואָס כוחות אין וועלכער מדריגות נעלות זיי זאַלען ניט זיין, זיינען זיי מער נישט ווי כוחות און ניט עצם הנפש.

אין נפש זיינען פאַראַן שכל און מדות. שכל איז כדי צו פאַרשטיין וואָס טוב און רע זיינען; מדות זיינען צו אַרויסבריינגען דעם טוב און דער רע אין פועל. ד. ה. אַז שכל איז מער ניט ווי דער פאַרשטאַנד וואָס איז טוב און וואָס איז רע, אָבער מדות בריינגען דעם טוב אָדער דעם רע ח"ו אין לעבן מיט אַ קאך. אין שכל איז הן דער טוב און הן דער רע אַ טויטער, אַ קאַלטער טוב און אַ קאַלטער רע; און מדות זיינען מיט אַ קאָכיגן חיות, דער טוב און רע פון מדות איז אַ לעבעדיקער.

אָט די עטלעכע ווערטער זיינען אַ הכשרה'דיקע עבודה הקדמה צו פאַרשטיין מיט אַ הבנה און חיות פנימית, אַן אַלטן, גאָר אַן אַלטן, עבודה וואָרט, וואָס חסידים הראשונים, תלמידי הוד כ"ק רבינו הזקן, האָבן מקבל געווען מהוד כ"ק רבינו הזקן ווען ער איז געקומען דעם ערשטען מאָל פון רבינו המגיד ממעזריטש.

ד. אַלע ווייסן וואָס מען האָט ביי פאַרשידענע זמני התועדות געהערט פון 111הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ברבים בכלל און ביחידות בפרט, דעם סדר הלימוד ועבודה פון הוד כ"ק רבינו הזקן. פאַר מעזריטש איז הוד כ"ק רבינו הזקן געווען אַ של"ה איד15, געדאַוונט אין של"ה'ס סידור; און קומענדיק פון הוד כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש וויסענדיק שוין ווער ער איז — אַ נשמה חדשה16 בגילוי — און וואָס פאַר אַ עבודה האָט מען אויף אים אַרויפגעלייגט מלמעלה און וועלכע כוחות עצמיים ופנימיים האָט מען אים צוליב דעם געגעבן, ווי אויך וועלכע מסירתנפש נסיונות ער וועט מוזן דורכגיין, האָט הוד כ"ק רבינו הזקן זיך איבערגעגעבן מיט אַ מסירת נפש עצמי אויסצופירן די כוונה עליונה17.

ביי די חב"ד חסידישע מסיבות ווערן דערציילט סיפורים און דברי תורה וואָס די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן האָבן מקבל געווען פון הוד כ"ק רבינו הזקן און האָבן דאָס איבערגעגעבן מדור לדור בדיוק האותיות.

ווי עס איז שוין גערעדט געוואָרן מערערע מאָל ביי פאַרשידענע מסיבות איז בעפאָר הוד כ"ק רבינו הזקן איז געגאַנגען דעם ערשטן מאָל צו הוד כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש האָט ער געהאַט אַ חדר יונגעלייט תלמידים וועלכע ער האָט מדריך געווען, און ווען ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש18, האָט ער זיי מגלה געווען דעם נייעם דרך אין עבודה, און האָט אָנגערופען זיינע תלמידים: חסידי חב"ד.

ה. ווי עס איז דערמאָנט אין אַנדערע שיחות איז באַלד ווי הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען מביקורו במעזריטש18 האָט ער אָנגעהויבן זאָגן תורה חסידות אויף אידיש און זייער קורץ, ווי עס איז פאַרצייכנט אין אַן אַנדער אָרט באריכות אַז חסידות חב"ד איז בעיקרה מוחין — השכלה — אָבער די כוונה פנימיות פון דער השכלה איז עס זאָל זיין גילוי המדות.

אין דער התגלות תורת החסידות איז פאַראַן אַ סדר אמרים — "ווערטער" — בקיצור מופלג און אין אידיש19. שפּעטער מיט יאָרן זיינען געווען מאמרים קצרים אויף פסוקי תנ"ך, מאמרי חז"ל, מאמרי הזוהר20 — באַוואוסט אונטער דעם נאָמען "די להבין'ס"21. און תורת חסידות חב"ד און עבודת החסידות האָט אָנגעפילט די קעפּ און הערצער פון חסידי חב"ד מדור לדור — ברוכים יהיו הם ובני ביתם בתוך כלל אחב"י ה' עליהם יחיו.

די עטליכע ווערטער וואָס זיינען דאָ געזאָגט געוואָרען, איז חוץ דעם וואָס זיי זיינען זייער וויכטיג און נוגע צו וויסן ווי אַזוי עס איז געווען די הנהגת החסידים בכל דור ודור, איז דאָס אויך אַ הוראה בחיים פון חיי החסידים בהוה.

112חסידים בעדאַרפן וויסן ווער זיי זיינען און פון וואַנען זיי וואַקסן; אַז זייערע טאַטעס און מאַמעס, זיידעס און באָבעס זיינען געווען מסירות נפש מיטגלידער אין דער חב"ד משפחה. זיי — די חסידישע אור אור עלטערן — האָבן מיטגעמאַכט דעם גרעסטן מסירת נפש אויף אויפשטעלן — מיט גט'ס ב"ה הילף — די חסידות חב"ד היימען, און זיי זיינען גילדערנע רינגעלעך אין דעם שלשלת חסידות חב"ד.

עס איז זיכער אַז אַלע פאָטערס און מוטערס וואָס האָבן אין די אַלטע צייטן — בשעת די התחלת התיסדות חסידות חב"ד — דורכגעלעבט שווערע ליידען און רדיפות יאָרן, האָבן זוכה געווען צו דעם ריכטיקן עולם הבא שכר, אַז זייערע נשמות צוזאַמען מיט די נשמות פון זייערע קינדער — חסידים נשמות, זיינען זיך מתענג אין עדן גן אלקים, אין די היכלי הקודש פון אבותינו רבותינו הקדושים; און זיינען מעורר רחמים אויף זייערע קינדס קינדער אַז זיי זאָלן מצליח זיין בכל עניניהם בגשמיות וברוחניות.

ו. די חסידות חב"ד מסירות נפש הנהגה און הדרכה, האָט בעלויכטן דעם עדת החסידים און האָט געשאַפן די חסידות חב"ד היימען. יעדער פון משפחת חסידי חב"ד, זין און טעכטער, האָט מיט אַ איבערגיגעבענעם מסירות נפש אָפּגעהיט דעם חב"ד חסידישען פירונג אין עניני הנהגת הבית און אין דער הדרכה פון די קינדער; און אַ דאַנק זייערע מסירות נפש הנהגה, האָבן זיי — בעזרת השם יתברך — דורך געפירט אַלעס, און האָבן זוכה געווען צו בנים ובנות דורכגעדרונגענע מיט מדות חסידות.

עס איז פאַראַן אַ גאָר אַלטער וואָרט, וואָס חסידי חב"ד הראשונים האָבן איבערגעגעבן ביים פאַרבריינגען מיט אינגערע חסידים בזמנם, וואָס זיי האָבן געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן ווען ער איז דעם ערשטען מאָל געקומען פון מעזריטשער מגיד18:

עיקר החסידות איז מדות טובות. ניט השכלה — חכמה, ניט הבנה — בינה, ניט השגה — דעת, איז עיקר חסידות חב"ד. דער עיקר חסידות חב"ד איז מדות טובות. נאָר בכדי עס זאָל זיין מדות טובות בעדאַרף מען האָבן מוחין — שכל — אָבער דאָס — מוחין ושכל — זיינען מער ניט ווי צוליב מדות טובות. דער עיקר איז מדות טובות, און צוליב דעם האָט מען געגעבן מוחין.

אין אָט דער תורה האָט הוד כ"ק רבנו המגיד ממעזריטש איבערגעגעבן להוד כ"ק רבינו הזקן דעם יסוד ועיקרי החסידות וואָס הוד כ"ק רבינו הבעש"ט האָט מגלה געווען.

עס טוט זייער וויי צו ריידען ברבים און בפרטיות אין דעם ענין פון דער הנהגה והדרכה וואָס די צעירי חסידי חב"ד — אין דער חומריות גופניות רעש'דיקער מדינת אַמעריקע — זיינען זיך אַליין מדריך און מתנהג.

די הנהגה און הדרכה וואָס די אַמעריקאַנער צעירי וזאטוטי תלמידי התמימים זיינען זיך מתנהג און מדריך, איז בעגרינדעט אויף דעם הגברת החומר על הצורה: איך וויל, איך דאַרף, מיר קומט.

דאָס איז דער הונטערגרונט פון אַמעריקאַנער זאטוטי תלמידי התמימים פון גרויס ביז קליין. פון דעם בחיר התלמידים — בעיני עצמו — ביז דעם קלענסטן, שרייט אין לערנען מיט קולות 113משונות אַז עס הערט זיך אין אַלע אַרומיקע פילשטאָקיקע הייזער.

ז. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך געהערט בשעת אַ פאַרבריינגען פון זקני החסידים — ר' אהרן און יקותיאל מלמדי דאָקשיץ22, ר' מאיר מרדכי, און מורי ר' ניסן23 — ווי אַ איידים אויף קעסט, אַ למדן, האָט יאָרן לאַנג געלערנט בקול וזמרה בהתמדה גדולה, צוליב דער קאַץ וועלכע האָט זיך געשפּילט אונטער זיין טיר מיט אַ עכבר; און ער האָט געמיינט אַז דאָס איז זיין שווער און שוויגער הערן זיך צו ווי ער לערנט.

עס טוט זייער וויי, עס איז פשוט אַ האַרץ ווייטאָג צו זען ווי די יונגעלייט, די בחורים — תלמידים האָבן מדות רעות; זיי לערנען חסידות און ווייסען ווי עס דאַרף זיין און מכל מקום האָבן זיי מדות רעות. אַז ניט נאָר עס איז שווער צו קוקן אויף זייערע ד' אמות, נאָר דער קוקן אויף זייערע פנים'ער רופט אַרויס אַ גועל נפש.

חסידי חב"ד בכלל, תלמידי תומכי-תמימים דליובאַוויטש בפרט און תלמידי תומכי-תמימים באַמעריקע בפרטיות, דאַרפן און מוזן זיך טיף פאַרטראַכטען אויף דעם מצב הפרוע.

עס איז אַ כללות'דיקער ירוד ירדנו, מען איז זייער פאַרפּראָסטעט געוואָרן; עס פעלט אינגאַנצן דער ענין עבודה שבלב, ניט נאָר אין פועל נאָר אפילו אין רצון און מכל שכן אין עונג.

דער "ירד ירדנו" זעט זיך אָן אין אַלע דרגות, פון דעם חסידישן בעל עסק און בעל מלאכה ביז דעם בן תורה. אַלע פון גזע החסידות זיינען, געלויבט השי"ת, דורכגעדרונגען מיט געבאָרענע דרכי ומדות חסידות, וואָס חסידישע קינדער ירש'ענען פון זייערע עלטערן חסידים; אָבער דאָס איז ניט גענוג, ווייל דאָס ווערט אָפּגעשוואַכט אין דעם וואָכענדיקען טומעלדיקן אַמעריקאַנער הואהא פרנסה לעבן.

חסידות חב"ד איז בעיקרה דער גילוי פון מדות טובות אין דעם טאָגטעגליכן לעבן: לייגן זיך שלאָפן אַ חסיד, שלאָפן אַ חסיד מיט חסידישע חלומות און צום אויפשטיין מיט חסידישע אויסגערוטע און שטאַרקע עבודה כוחות.

ח. חסידות חב"ד איז אַ צוזאַמענשטעל פון חב"ד שבמוח און מדות שבלב. און דער תכלית איז, אַז די השכלה שבמוח חב"ד זאָל בריינגען דעם טוב טעם אין מדות, אַז מען זאָל דערהערן דעם טוב טעם פון געטליכקייט אין קיום המצוות בפועל.

אויף פשוט'ע עברי הייסט דאָס, אַז די השכלה און השגה וואָס אין חסידות, איז נאָר בשביל העבודה; וויסן ווי ארומצוגיין דעם נפש הבהמית מיט זיינע חכמה'לאַך און המצאה'לאַך.

דער נה"ב איז דאָך אַ אומן במלאכתו24 און קומט צו יעדן מיט זיינע חכמה'לאַך, איז אויף דעם האָט מען געגעבן השכלה והשגה פון חסידות 114איינצונעמען דעם נה"ב. וואָס דערפאַר האָט מען דאָך געזאָגט אַז חסידים זיינען קלוגע25, וואָס דורך דער השכלה פון חסידות ווייסן זיי אוסצודרייען זיך פון די חכמה'לאַך פון נה"ב, אָבער השכלה אַליין איז דאָך גאָרניט.

הוד כ"ק אבותינו רבותינו האָבן מזהיר געווען אנ"ש אַז מען זאָל ניט הערן לימוד און חזרת מאמרי דא"ח פון אַ חסיד וואָס טוט ניט אין עבודה בכלל און עבודת התפלה בפרט26.

תורת חסידות חב"ד איז אַ תורה שלימה וואָס בנינה און התגלותה איז אַ ציור שלם פון מוחין און מדות, כהכלל הידוע אַז מוחין זיינען מעורר און מגלה מדות. ד. ה. אַז מוחין זיינען נאָר אַ "צוליב זאַך"27, ווייל דער עיקר איז דאָך מדות — אהבת ה' ויראתו ית'. אָבער להיות אַז די התעוררות און גילוי המדות קומט נאָר דורך דעם השגת המוח, דערום מוז מען האָבן אַ השגה אלקית. אָבער אַלע מוזן וויסן דעם אמת אַז דער עיקר ענין החסידות איז מדות טובות; און דער וואָס טוט ניט אין עניני עבודה, הן אין אריכות התפלה בהתעוררות המדות שבלב, און הן אין תיקון ובירור המדות בפועל, איז זיין נאָמען אַלס משכיל געוואָרן אין דער חסידות חב"ד וועלט אַ גנאי נאָמען: ער איז דאָך אַ משכיל!...

ט. ווי איך האָב שוין פיל מאָל דערציילט האָב איך אין מיינע קינדער יאָרן געהערט פיל סיפורים וועגן דעם לעבן און פירונג פון די חסידישע היימען.

צווישן די זקני חסידי חב"ד וואָס פלעגען קומען אין ליובאַוויטש להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, זיינען געווען זקנים מופלגים וועלכע זיינען נאָך אין זייער קינדערהייט געפאָרן מיט זייער פאָטערס צו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, און פלעגן דערציילן פערשידענע התעוררות און עבודה ווערטער.

החסיד הזקן ר' שמואל ברוך נ"ע וואַרשעווער8 האָט דערציילט אַז ער איז געווען אַ תלמיד ביי זיינעם אַן עלטער פעטער החסיד ר' ירחמיאל צבי, און אַז די זקני חסידי תלמידי הוד כ"ק רבינו הזקן הראשונים האָבן גע'חזר'ט איינע פון די ערשטע תורות וואָס זיי האָבן געהערט מהוד כ"ק רבינו הזקן ווען ער איז געקומען פון מעזריטש18.

אין יענעם מאמר האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מבאר געווען באריכות — לויט די ווערטער מאמרים וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן פלעגט זאָגן די ערשטע צייט קומענדיק פון מעזריטש — אַז תורה בכלל און תורת החסידות בפרט זאָל מען הערען נאָר פון דעם וואָס איז אַ עובד, פון דעם וואָס האָרעוועט אויף תיקון המדות. און אַז מען זאָל זיך היטן פון אַ חסידישן שקרן. דער וואָס איז אַ אומר דברי חסידות ואינו עושה.

חסידות בעדאַרף מען הערן נאָר פון אַ בעל עבודה; פון דעם וואָס איז אַ מאריך בתפלתו; פון דעם וואָס ליגט מבקר זיין מחשבותיו דיבוריו ומעשיו צי זיי זיינען ווי חסידות וויל האָבן. פון אַזאַ עובד זאָל מען הערן און איינהערין זיך און מגפף ומחבב זיין יעדן ווארט.

אך! ווי גליקלעך אין רוחניות ההשגה פון חסידות און אין הנהגה פון מדות 115חסידות, זיינען די בחורים און די יונגעלייט וואָס האָבן זיך געריבן און רייבן זיך אַרום חסידים בעלי עבודה.

עס טוט זייער וויי צו צוזען די יונגעלייט, די תלמידים וואָס האָבן מדות רעות. תמורת זה וואָס חסידות בעדאַרף זיי מטהר זיין פון זייער אהבת עצמם און פון זייערע מדות רעות ווי גאוה ושקר וכו', איז גאָר פאַרקערט אַז די אַזוי גערופענע — בדמיונם — השכלה פון חסידות ווערט טמא פון זייער ישות און גאוה.

י. די משפיעים ליגן נאָר אין דעם ווי אַזוי צו געבן די תלמידים אַ געשמאַק אין אַ וואָרט השגה והבנה. אָבער אין דעם אמת'ן האָבן זיי בעדאַרפט טאָן אין דעם אַז די תלמידים זאָלן דערהערן דעם ניט געשמאַק פון זיך. איידל גערעט, אָבער באמת איז דער סרחון און ריח רע פאַרדרייט די קאָפּ און מאַכט פינסטער אין די אויגן.

מען קען די משפיעים אויך ניט באַשולדיקן. די יונגע לייט, די בחורים, ווילן גאָר ניט הערן; זיי האָבן פאַרשטאָפּט די אויערן, אודנין סתימין, עינין סתימין28. יעדער האַלט אַז ער איז אַנדערש. "ער" ווייס וואָס אַ חסיד איז; אַז אַ חסיד בעדאַרף לערנען און פאַרשטיין חסידות און אַז דער עיקר אָבער זיינען די מדות חסידות וואָס דאָס איז — מער אָדער ווייניגער — תלוי אין עבודת התפלה. אָבער ער איז אַנדערש.

מיט וואָס איז ער אַנדערש?

אויף דעם האָט ער פאַרשידענע תירוצים און טיפע גרינדליכע — לויט זיין מיינונג וואָס ווערט אָנגעפירט פון דעם נפש הבהמית — אמתלאות. זיין נפש הבהמית — דער חכם29 להרע30 — זאָגט אים אַז ער איז אַ חסיד. אַרבעטן אויף עבודת התפלה, אַרבעטן אויף מדות טובות, דאָס זיינען קלייניקייטען; ער איז לעילא'דיק פון דעם, ער שטייט העכער.

אַי, מיט וואָס שטייט ער העכער?

דער ענטפער איז אַז ער שטייט אויף "קאווילעס", אויף הילצערנע פיס. וואָס דורך די הילצערנע פיס ווערט ער טאַקע העכער, אָבער דאָס זיינען הילצערנע פיס; ד. ה. אַז די הויכקייט זיינע איז אַ הילצערנע, אַ טויטע — בריינגט ניט קיין חיות ניט אין דעם פאַרשטאַנד און ניט אין דעם בפועל ממש פון מדות טובות ואהבת ישראל.

אַזאַ איינעם, רופט חסידות אַ חיצון31; אַז ווען ער דאַווענט שוין אַמאָל יע באריכות איז על פי רוב קוקט ער אין אַלע זייטן צי זעט מען אַז ער איז אַ עובד און איז מאריך בתפלתו. איין אמן יהא שמי' רבא ענטפערט ער ניט, ער איז אַ חסיד — זאָגט ער — וואָס טוט ניט צוליב גן עדן שכר.

ער איז אַ חסיד.

מיט וואָס?

מיט ביטול.

אָבער דער ביטול איז מקור הרע.

ביי אַ חסידישן פאַרבריינגען ווען ער איז מצייר אין אריכות ההסבר כמה בעלי חסרונות אין העדר עבודה. אין 116העדר הכרת חסרונות עצמו איז ער דער נאַר וואָס בתוך הריפות.

אַלץ מיינט דעם אַנדערן. און ווען ער זיצט שוין אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען ובפרט אַז ער זינגט נאָך אַ חסידישען ניגון מיינט ער שוין אַז ער איז אַ חסיד אויך.

יע, ער ווייסט אויך אַז חסידות איז ביטול, נאָר ניט מבטל זיין זיך, נאָר יענעם.

יא. ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך ממנה געווען אַלס מנהל פועל פון תומכי-תמימים32, זיינען אַמאָל געקומען צו מיר עטליכע בחורים מיט אַן אָנקלאַגע אויף די משגיחים ומשפיעים אַז זיי טויגן ניט33, און זיי פאַרלאַנגען אַז מען זאָל אַרייננעמען אין דער הנהלה עטלעכע עלטערע תלמידים אַלס באיכח פון די תלמידים.

אין מיינע הרצאות — פון צייט צו צייט — להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועגן עניני תומכי-תמימים, האָב איך דערפילט מיין חוב אַלס מנהל און האָב דערציילט להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַז די תלמידי תומכי-תמימים קלאָגן זיך אויף די משגיחים ומשפיעים, און מאָנען ביי מיר אַלס מנהל איך זאָל אַרייננעמען אין דער הנהלת הישיבה באיכח פון די עלטערע תלמידים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געענטפערט אויף אַלע מיינע פראַגן כסדר הקבוע, און איך האָב אַלס פאַרשריבן כמנהגי בכל עת. אויף דער בקשה פון די עלטערע תלמידים האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר געענטפערט אַז איך זאָל זיי — די עלטערע תלמידי התמימים — זאָגן זיי זאָלן קומענדיקן מאָנטאָג אָדער מיטוואָך אַריינגיין צו אים אין דער שעה קבועה וואָס ער האָט אויף דעם קובע געווען.

איך האָב איבערגעגעבן דעם ענטפער לתלמידי התמימים.

די עלטערע תלמידים וואָס זיינען געווען ניט צופרידן מיט מיין שטרענגער הנהלה דורך די משגיחים ומשפיעים, זיינען געווען זייער צופרידן פון דעם וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ממלא געווען זייער בקשה, זיי האָבן אין דעם געזען אַ געוויסע אומצופרידנקייט — אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז ניט צופרידן מיט דעם אופן הנהלה ווי איך פיר תומכי-תמימים, און זיינען געווען בטוח אין זייער דערפאלג בהנוגע זייערע הצעות אין הנהלת34 תומכי-תמימים.

ווען די תלמידים האָבן בעדאַרפט אַריינגיין להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער געהייסן אויך רופן ר' מיכאל משפיע35 און הרה"ג ר"ז משגיח36 און מיך.

117ווען מיר אַלע — די הנהלה און די עלטערע תלמידים — זיינען אַריין להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט:

דער מנהל פועל פון תומכי-תמימים האָט מיר איבערגעגעבן התאוננות פון די עלטערע תלמידים, און אַז איר ווילט איך זאָל קובע זמן זיין אויסצוהערן אייערע התאוננות אויף דער הנהלה.

אויף אייער התאוננות, בעדאַרף מען לייען ביי פסח דעם בעל עגלה37 די בייטש, ער ווייס אַ עצה צו געוויסע בעלי חיים פויליאַקעס.

יב. ווען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געדאַרפט אַוועק פאָרן פון מעזריטש, איז דער מלאך הקדוש38 געגאַנגען אים בעגלייטען. האָט דער מלאך הקדוש געזאָגט צום בעל עגלה39: זאָלסט שמייסן די פערד אַז זיי זאָלן פאַרגעסן אויף דעם היי און האָבער און זאָלן וויסן זייער פליכט צו שלעפּן דעם וואָגן. אַז מען איז אַ בעל הבית אויף דעם גופניות'דיקן פערד, יעמאָלט קומט מען צו דעם מענטשליכער אמת'דיקער הויך פון מעלת הנשמה.

יע! מנהלים פון תומכי-תמימים האָבן פיינע רוחניות'דיקע אַרבעט. ניט נאָר לערנען חסידות און ריידען עניני עבודה, נאָר מען בעדאַרף אויסרייניקן און אַמאָל אויך דורכלעכערען די הבנה און עבודה אויערלעך ביי די תלמידים, אַז זיי זאָלן קענען מקבל זיין און דערהערן אין אַ פנימיות וואָס מען רעדט צו זיי. מילא, די עלטערע תלמידים האָבן אַסאַך דורכגעמאַכט, אָבער די יונגע לייט דאַרפן אָנהויבן טאָן אין עבודה און מברר זיין די מדות רעות.

אין יאָר תר"ס בערך איז געווען אַ גרויסער פאַרבריינגען און דער טאַטע האָט גערעדט באריכות אין דעם ענין אַז חסידות חב"ד מיינט מדות חסידות40.

אַז אָך און וויי אויף דעם איצטיקן העדר העבודה אין עבודת התפלה. ווי ווייט מען איז פאַרפאָרן פון די ווערטער. מען האָט אַראָפּגעפירט חסידות אין אַ אָרט וואָס איז היפך לגמרי. ווען איז דאָס געווען אַז מען זאָל זיין חסידים אָן עבודת התפלה.

מען דאַרף אָנהויבן טאָן אין עבודה.

דער דאַוונען דאַרף זיין מיט אַ צובראָכנקייט. אין דאַוונען בעדאַרף זיין מרירות און נאָכדעם שמחה. אָבער אַז די שמחה איז פון דעם וואָס ער האָט געהאַט מרירות טויג נישט.

אין קריאת שמע שעל המטה דאַרף זיין די החלטה צו ווערן בעסער, וכידוע מהחסיד ר' גרשון דוב נ"ע41 שהיה אומר קודם השינה42: מאָרגן דאַרף מען ווערן גאָר אַן אַנדערער43.

118מען דאַרף דערהערן דעם ניט גוט ווי עס איז יעצט און מאַכן די החלטה צו ווערן בעסער. אָבער אַז מען פילט אַ צופרידנקייט פון דעם גופא — פון דעם דערהערן אַז אַזוי ווי עס איז איצט איז ניט גוט — טויג דאָס ניט.

אין דאַוונען דאַרף מען זיין צובראָכן ביי זיך און דאָס אַליין דאַרף בריינגען צו עבודה.

עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך אין ב' נוסחאות: א) חסידים זיינען בעלי עבודה. ב) בעלי עבודה זיינען חסידים.

דער ביאור דערפון בעדאַרף מען ריידן באריכות גדולה. נאָר דער קיצור הענין איז:

"חסידים זיינען בעלי עבודה", הפירוש אַז די גאַנצע יגיעה פון חסידים אין השכלה והשגה איז נאָר בשביל עבודה.

"בעלי עבודה זיינען חסידים", הפירוש אַז דורך עבודה קען מען צוקומען צו די העכסטע מדריגות פון השכלת החסידות.

החלטה אַליין איז ניט גענוג. די החלטה אַז אַזוי ווי מען איז טויג ניט און אַז מען דאַרף ווערן בעסער, דערמיט אַליין איז מען ניט יוצא. עס דאַרף טאַקע זיין אַ בכן, אָבער בלייבן ביים בכן אַליין איז גאָרניט — מען דאַרף דעם פועל ממש, די עשי' בפועל.

די יונגעלייט דאַרפן האָבן אַ ביטוש כללי. על דרך ווי דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט44 אַז אַ רב פון אַ שטאָט וואָס ביי זיך אין דער היים איז ער אַ גאַנצער ציור, פלעגט פאָרן אין ליובאַוויטש; קומענדיק אין קראַסניאַע אָדער רודניאַ (התחנות הסמוכות לליובאַוויטש) פלעגט פסח דער בעל עגלה אַ געשריי טאָן: רבי'ל! קומט זעצט זיך מיט מיר אויפן וואָגען. דאָס פלעגט פועל'ן דעם ביטוש כללי.

מען דאַרף זיך דאָך שעמען, עס איז דאָ אַ רבי: דער אַלטער רבי, דער מיטעלער רבי, די ווייטערדיקע רביים, וועלכע האָבן זיך מוסר נפש געווען איינצופלאַנצען ביי חסידים מדות טובות, און צום סוף, אַזוי ווי מען איז.

תמימים! חסידים! מען בעדאַרף זיך נעמען פאַר דעם עבודת החסידות אַרבעט, און השי"ת, בזכות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים, וועט אונז געוויס העלפן.

119סעודת אחרון של פסח תש"ז

א. אין דעם ענין פון דבקות זאָגט דער אַלטער רבי אַ משל פון צוויי אוהבים נאמנים הדבוקים זה בזה, וואָס איינער איז פאַר'דבק'עט אין דעם צווייטען אין זיין עצם, וואָס אפילו ווען ער איז ניטאָ מיט אים צוזאַמען, איז מחשבה מקשר. וואָס כמו"כ איז דאָך דער ענין ההתקשרות פון די נשמה בגוף מיט דעם שרש הנשמה, עס איז דאָך נאָר אַ הארה ומקצת הנשמה מלובש אין גוף און זי איז זיך מקשר מיט'ן עצם הנשמה למעלה, וואָס דאָס איז די מדריגה פון יחידה וואָס זי איז מקבל פון יחיד1 און בחי' יחיד איז משפיע אין יחידה. הגם באמת איז דאָך כל מדריגות הנשמה אפילו מדריגת נפש מקבל פון אלקות, נאָר בכדי צו האָבען אַ ידיעה אין די ענינים דאַרף מען האָבען אַ חוש אין רוחניות. און ווי דער טאַטע האָט געזאָגט, אַז בכדי צו האָבען אַ חוש אין רוחניות דאַרף מען האָבען הפשטת הגשמיות, וועט מען דאַמאָלסט פאַרשטיין וואָס איז אַ גשם פון אַ אידן.

ב. החסידים ר' אבא ציאַסניקער2 און ר' הענדל3 פלעגען אין ליובאַוויטש עסען שבת ביי דעם טיש פון טאַטען. ר' אבא ציאסניקער איז געווען אַ זקן. קליינערהייט איז ער געבליבען אַ קיילעכדיקער יתום און האָט זיך אויפגעצויגען צווישען חסידים. ער האָט זיך אויפגעהאָדעוועט ביי זיינעם אַ פעטער, אַ פשוט'ער איד, אַ מאַרקאיד, וועלכער איז נאָך געפאָהרען צו דעם אַלטן רבי'ן.

איינמאל שבת ביי דעם טיש האָט דער טאַטע געבעטען ר' אבא ציאסניקער ער זאָל עפּעס דערציילען מימי קטנותו. האָט ר' אבא דערציילט, אַז אַמאָל האָט אים זיין פעטער געזאָגט, אַז ער האָט געהערט פון אַלטן רבי'ן אַ ענין, ווי אַזוי אַ איד דאַרף זאָגען "מה טובו".

דעם תוכן הענין האָט ער איהם ניט געקענט איבערזאָגען, נאָר די ווערטער וואָס ער האָט געהערט פון אַלטן רבי'ן: אָט אַזוי דאַרף אַ איד זאָגען מה טובו.

אבא ציאסניקער האָט אָבער געוואוסט, אַז זיין פעטער איז יענע צייט ערגעץ ניט געפאָרען, פרעגט ער ביי אים: ווען זענט איר געווען ביי דעם רבי'ן? ענטפערט אים דער פעטער: וואָס מיינסטו — יעצט? דאָס זאָג איך דיר, וואָס איך האָב געהערט מיט 30 יאָר צוריק!

— אָט אַזוי האָט דער חסיד געלעבט מיט אַ וואָרט וואָס ער האָט געהערט פון רבי'ן 30 יאָר צייט, און דאָס איז געווען אַ איש פשוט.

מיר האָבן גאָרניט קיין השגה אין דעם הפלאת המעלה פון אַ איש פשוט. די פשיטות פון אַ פשוט'ען אידען דערלאַנגט אין פשיטות העצמות4, וואָס כשם ווי מיר האָבען קיין ידיעה ניט אין התפשטות אלקות און מכ"ש אין די פשיטות העצמות, אַזוי פאַרשטייען מיר ניט דעם עילוי והפלאה פון די פשיטות פון אַ פשוט'ען אידען.

אַ פשוט'ער איד אַז ער שטייט מיט זיין פערד און וואָגען אין מאַרק און מיט אַמאָל רייסט זיך אַרויס פון אים: "אַי, 120רבונו של עולם!" אַן אַ הכנה און אָן אַ פאַרוואָס, האָבען מיר דאָך גאָר ניט קיין ווערטער אַרויסצוגעבען וואָס דאָס מיינט, מיט דעם אויסגעשריי איז ער דאָך מברר דעם פערד און וואָגען און דעם גאַנצען וועג אויף וועלכען ער איז געפאָרען. וויפיל מען זאָל ניט ריידען וועגען דעם, וועלען ווערטער ניט דערליינגען אַרויסצוגעבען די הפלאה פון דעם אויסגעשריי פון אַ פשוט'ן אידען: "אַי, רבונו של עולם!", מען דאַרף האָבען אַ געפיהל אין דעם.

ג. אַ חסיד שטייט ניט מיטן וואָגן אין מאַרק. אַ חסיד איז אומעטום חסיד; אין מאַרק. אין שטוב, אין סטאָר, אין גאַס.

ד. לחיים! דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין יעדערען וואָס אים פעלט, און דער אויבערשטער זאָל אַריינגעבען יעדערן דעה צו וויסן וואָס אים פעלט.

ה. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש את ר' מיכאל דוואָרקין5 שילמד את התמימים דפה די אַלטע ליובאַוויטשער ניגונים.

ויאמר ר' מיכאל הנ"ל: זיי זיינען ביי זיך שטאַרק אין דער דעה, זיי זאָגען אַז זיי קענען גוט.

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:

עס איז דאָך ידוע דער וואָרט פון זיידען (מהר"ש נ"ע) עס איז דאָ גוט און עס איז דאָ נאָך בעסער6.

ו. אחרי שר' מיכאל דוואָרקין ניגן הניגון של ר' מיכל זלאָטשעווער7 אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

איך בין מכיר טובה מיכאל דוואָרקין, וואָס צוליב זיינעם אַ ניגון האָב איך אַמאָל זוכה געווען צו הערען פון טאַטען אַ ביאור בכמה שעות אין דעם ענין פון אורות דתוהו אין כלים דתיקון.

והמעשה שהי' כך הי'8:

איך פלעג אָפט האָבען אומגעריכטע אורחים; דער טאַטע פלעגט אָפט זיין ביי מיר אַ אורח. איינמאָל איז דער טאַטע געגאַנגען צו מיר, דורכגייענדיק די חדרים האָט ער געדאַרפט דורכגיין אַ פאָדערשטיבעל (דאָרט איז געווען אַמאָל די סוכה, און נאָכדעם אַ וועראַנדע אין גאָרטען); וועלנדיק אַריינגיין אין דעם פאָדער דורכגאַנגס שטיבעל, ערשט מיט אַמאָל לויפט אַריין מיכאל דוואָרקין פון הויף אין דעם פאָדערשטיבעל און הויבט אָן טאַנצען אַרום חדר מיט דעם ניגון בשפת רוסית: "ניעט, ניעט, ניקאַוואָ, קראָמיע באָגאַ אַדנאַוואָ" (זהו תרגום של אין עוד מלבדו). — אַז ר' מיכאל האָט געטאַנצט, איז ער געווען אינגאַנצען רויט, געטאַנצט מיטן גאַנצען עצם.

דער טאַטע איז געבליבען שטיין אונטער דער טיר — ווייל ער האָט אים ניט געוואָלט שטערען — ביז וואַנען מיכאל דוואָרקין איז צוריק אַרויס פון פאָדערצימער.

האָט דער טאַטע דאַמאָלסט מיר געזאָגט, אַז דער ניגון ביי מיכאל'ן איז דאָך געקומען פון וואַלד, אַ וואַלד ניגון (ר' מיכאל הי' עסקו ביער), דאָס נעמט זיך דאָך ניט ביי אים פון זוהר אָדער פון עץ חיים — נאָר פון וואַלד. וביאר לי אז הענין באריכות אורות דתהו בכלים דתיקון.

121כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל את ר' מיכאל דוואָרקין, אם הוא זוכר את הניגון. וענה ר' מיכאל: דאָס איז ניט קיין ניגון, דאָס איז אַ התבוננות.

והעיר ע"ז כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ הפשטה'דיקע התבוננות. עס איז דאָ אַ התבוננות בהלבשה און עס איז דאָ אַ הפשטה'דיקע התבוננות.

בכלל מיכאל'ס עבודה דאַרף ניט קיין ביאורים...

ז. מיר זיינען אָרעם אין השכלה, מיר זיינען אָרעם אין הבנה, מיר זיינען אָרעם אין ידיעה, מיר זיינען קטני ידיעה; ומכל שכן זיינען מיר אָרעם אין הרגש, צו דערהערען דעם ענין פון אהבת ישראל.

מקיים זיין אַ מצוה טוען מיר מיט קבלת עול, און די מלאכים דערלייגען וואָס ס'פעלט; עס איז דאָ אַ מלאך מיכאל, אַנדערע מלאכים, דער אויבערשטער האָט זיך מיט וועמען אַ קער טאָן זיך. אָבער אין דעם ענין פון אהבת ישראל, פעלט אינגאַנצען דער הרגש. אויב איינער האָט פרנסה ווישט מען זיך שוין אָפּ די הענט און מען פטר'ט זיך שוין. עס דאַרף דאָך אָבער אַרען דער אַנדערער, עס דאַרף אים פאַראַהרען דער זולת — און דאָס פעלט.

דאָס איז גורם אַז דער איש הפשוט לערנט זיך אָפּ פון אים. ער טראַכט זיך: אויב דער בן תורה האָט ניט קיין געשמאַק אין וואָס מען דאַרף האָבען אַ געשמאַק, און האָט אַ געשמאַק אין דעם וואָס מען דאַרף ניט האָבען אַ געשמאַק, היינט וואָס זאָל ער שוין טאָן.

דער איש הפשוט ווייס דאָך ניט פון זיין מעלה אין פשיטות העצמות, וואָס באמת דאַרף זיך גאָר דער בן תורה אָפּלערנען פון אים, אָבער דער איש הפשוט ווייס דערפון ניט; במילא קוקענדיק אויפן בן תורה ווי אַזוי ער פירט זיך ניט כדבעי, שאַדט דאָס אים אין זיין הנהגה.

ח. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען אַ געזונטען תמיד אין גשמיות און אין רוחניות.

עוד הפעם אמר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען אַ פרייליכע וואָך, איך מיין ניט נאָר די וואָך, נאָר בכלל אַז די וואָכעדיגע טעג זאָלן זיין פרייליך, מען זאָל האָבן פרנסה, זיין רייך און קענען טאָן אין עבודה מיט הרחבה, מען זאָל זיין געזונד, רייך, פרום. נו — קלוגער.

עוד הפעם אמר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען מען זאָל ווערען מענטשען, וועט מען נאָכדעם בעטען מען זאָל זיין חסידים.

ט. אַמאָל9 בין איך געגאַנגען שפּאַצירן מיט'ן טאַטן אין ראָסטאָוו. שפּאַצירנדיג אויף אַ געוויסע גאַס זיינען מיר צוגעקומען צו אַ הויז וואו מען האָט געאַרבעט נייע מאַשינען. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און זיך צוגעקוקט צו די נייע מאַשין און אַ זאָג געטאָן: אַ טיפע המצאה.

צוריקגייענדיק, זאָגט דער טאַטע אַז מען דאַרף זיך פאַרטראַכטן וואָס מ'קען דערפון אָפּלערנען אַ ענין אין עבודה. וואָרום עס איז דאָך דאָ אַ כוונה אין די השגחה פרטית: אַז פּונקט יעצט איז מען געגאַנגען שפּאַצירן און גראַדע אויף די 122גאַס און אָנגעטראָפן צו זען די נייע מאַשין, דאַרף מען דערפון עפּעס אָפּלערנען אין עבודה.

אָט אַזוי איז די דרכי החסידות, אַז קיין זאַך איז ניט קיין גולם; יעדער זאַך וואָס מען זעט — רעדט און דערציילט, דאַרף מען דערפון עפּעס אָפּלערנען אין עבודה10.

י. ווען איך בין געווען אַ קינד האָט דער טאַטע מיט מיר עטלעכע מאָל געלערענט די הגדה של פסח11. ער פלעגט מיט מיר אַלעמאָל לערנען אביסל העכער ווי איך האָב געקענט פאַרנעמען, מער ווי מיין בית קיבול האָט פאַרנומען. וואָס אַזוי איז דער דרך החינוך והשפעה, ניט נאָר ממלא זיין דעם בית קיבול פון תלמיד, נאָר צו מאַכען אַ טיפערען תוך אין דעם בית קיבול, אַז ער זאָל קענען צונעמען העכער ווי זיין בית קיבול פאַרנעמט.

דער טאַטע האָט מיר אַזוי געלערענט:

"סדר של פסח":

פסח מלשון דילוג12, איבערשפּרינגען פון גאָר גאָר אונטען ביז גאָר גאָר הויך, פונדעסטוועגען איז אין דילוג אויך דאָ אַ סדר.

"יסדר על שולחנו קערה בג' מצות זה על זה, הישראל ועליו הלוי ועליו הכהן":

דער יסוד איז ישראל, "ועליו" — מלשון עלי': "ועליו הלוי ועליו הכהן" — מדריגת ישראל קען נתעלה ווערן צו מדריגת כהן.

דורך וואָס קען מען צוקומען צו די עלי', דאָס איז דורך עבודת התפלה. דער דאַוונען אַליין איז גוט, אָבער דער דאַוונען דאַרף האָבן אַ "פאַרן" דאַוונען — מ'קען וויינען און שוויצן אין דאַוונען, אָבער אויב ער האָט נאָכדעם דעם הרגש אַז ער האָט עפּעס אויפגעטאָן — טויג עס ניט. דער "פאַרן" דאַוונען דאַרף האָבן קריאת שמע שעל המטה — אויסוויינען זיך אין קריאת שמע שעל המטה. דער קריאת שמע שעל המטה דאַרף האָבן די החלטה אַז מ'דאַרף ווערן בעסער, שטרעבען צו אַ עלי'. און דורך דעם גייט מען אַריין אין די טיר פון תפלה.

יא. ניגנו ניגון שמח. אח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

אַז מ'גייט אין ?ַאי (קאַמפף) גייט מען מיט אַ פריילעכן מאַרש13. אַ סאָלדאַט אַז ער טראַכט צו קומען אַהיים אַ שלם בגופו, איז ער קיין סאָלדאַט ניט. אַ סאָלדאַט אַז ער גייט אין מלחמה טראַכט ער נאָר מנצח זיין דעם שונא. פריער דאַרף ער וויסען אַז דער מנגד איז אים אַ שונא אין נפש, און ניט נאָר אים אַליין, נאָר זיין ווייב און זיינע קינדער און אַלעמען; און ער דאַרף אים מנצח זיין — ניט נאָר כובש זיין, נאָר מוחה זיין ד. ה. אָפּמעקן דעם שונא אינגאַנצען. איז אַז דער סאָלדאַט גייט אין ?ַאי, גייט ער מיט אַ מאַרש.

אָט אַזוי איז אויך אין עבודת התפלה, 123דאַרף מען זינגען אַ פריילעכן ניגון. אין ניגונים זיינען פאַראַן ניגונים פון התפשטות און עצמית'דיגע ניגונים — אויסער די טאַנצענדיגע ניגונים וואָס זיינען "קיישפּיי", פאַראַן ניגונים וואָס זיינען מעורר שמחה, און פאַראַן ניגונים וואָס זיינען מעורר מרירות. אין דאַוונען דאַרף מען האָבען שמחה, און אין קריאת שמע שעל המטה — מרירות, דערפאַר איז אין דאַוונען דאַרף מען זינגען אַ ניגון של שמחה.

די חב"ד ניגונים זיינען עצמית'דיגע, ובפרט די ניגונים פון אַ רבי'ן, און בפרט דער ניגון פון די פיר פעהל, וואָס דאָס קלאַפּט אָן אין די טיר פון רבי'ן אין געה"ע, אַז דער רבי זאָל נמשך ווערען צו זיינע חסידים הנמשכים אחריו14.

כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן את הניגון של הד' בבות מאדמו"ר הזקן נ"ע. ובכה הרבה בעת הניגון.

ניגנו עוד ניגונים: "האָפּ קאָזאַק" ועוד ניגונים שמחים, ואח"כ בירך כ"ק אדמו"ר שליט"א ברכת המזון. השיריים מהכוס מסר תיכף להר"א סימפסאָן לחלק להמסובים.

הערות

עמוד 102

  1. 1. בתוס' הגהות של רבינו.
  2. 2. ראה גם שיחת ליל א דחה"פ תש"ט (לקמן ע' 315). הגדה של פסח עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' יג. שיחת י"א ניסן תשמ"ג (התוועדויות תשמ"ג ח"ג ע' 1226). וראה ספר השיחות תש"ד ע' 87. רשימת היומן חג הפסח תרצ"ה ("רשימות" חוברת צ ע' 5).

עמוד 103

  1. 3. ראה גם שיחת סדר א' דחה"פ תש"ח ס"ד (לקמן ע' 199).
  2. 1. עד סו"ס י — בתוס' הגהות של רבינו.
  3. 2. ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 99). וש"נ.
  4. 3. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 104

  1. 4. נדרים מא, א.
  2. 5. ראה שיחת ליל ב' דחגה"פ תש"ו ס"ב (לעיל ע' 32). וש"נ.

עמוד 105

  1. 6. ראה זח"ב קלו, ב. פרדס שער ח (שער מהות והנהגה) פ"ב. ביאורי הזוהר להצ"צ ח"א ע' ע. ועוד.
  2. 7. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 88.
  3. 8. ראה גם שיחת ליל ב' דחגה"פ תש"ח. תש"ט (לקמן ע' 205. ע' 317).
  4. 9. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 262.
  5. 10. ראה גם שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ו ס"ג (לעיל ע' 32). וש"נ.
  6. 11. כאן יש הגהה בכי"ק רבינו אבל אינו ברור בצילום שתח"י.

עמוד 106

  1. 12. מכאן ואילך נעתק מהנחה בלתי מוגה.
  2. 13. הגש"פ עם לקוטי טעמים ומנהגים (קה"ת, תש"ו).
  3. 14. נתבאר בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (הוצאת תשמ"ז) ע' קכבקמב.
  4. 15. לע"ע לא נמצא תח"י אות יב.
  5. 16. לע"ע לא נמצא תח"י אותיות ידיח.
  6. 17. ראה גם רשימת היומן חג הפסח תרצ"ב ("רשימות" חוברת לח ע' 7). תרצ"ה ("רשימות" חוברת צ ע' 7). ספר השיחות תש"ג ע' 74. תש"ה ע' 83. שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ח (לקמן ע' 206).
  7. 18. ראה מגילה כו, ב. גיטין נ, ב. ב"מ טז, א. ב"ב קנו, א.
  8. 19. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 323. ספר השיחות תש"ג, תש"ה ושיחת ליל ב' דחג הפסח שם.
  9. 20. ראה המשך תער"ב ח"ב ע' א'מט.
  10. 21. ראה גם סה"מ תרפ"ד ע' רכג ואילך.
  11. 22. אות כא לא נמצא תח"י.
  12. 23. ראה אודותו לעיל ע' 34.
  13. 24. בהבא לקמן — ראה (בשינויים) ספר השיחות תש"א ע' 48. שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ו. תש"ז. תש"ח (לעיל ע' 34. לקמן ע' 206 ואילך).
  14. 25. בשנת תרס"א — ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רנז. רסט. רפ.
  15. 26. בחודש סיון תרס"א לקמינקא ולקעשינוב. — ראה אגרות-קודש שם.

עמוד 107

  1. 27. רובו של שנת תרס"א שהה כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע בחו"ל — ביום ב', ד' כסלו נסע לוועריסהאפען אצל מינכען, וביום ב', ט' סיון הגיע לבאד האמבערג — ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 100. וש"נ.
  2. 28. יתרו יט, ח.
  3. 29. ראה גם שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ח שם (לקמן ע' 207).
  4. 30. מכאן עד סוף הסעיף הועתק מהנחה אחרת.
  5. 31. ראה גם שיחת יום ש"ק חוהמ"ס תש"ז (לעיל ע' 69 ואילך). וש"נ.
  6. 32. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
  7. 33. בעזפאַלאָוו, רב בפּאָלטאַווע. ראה אודותו לעיל ע' 11.
  8. 34. ראה לעיל ע' 5. וש"נ.

עמוד 108

  1. 35. ראה שיחת ליל ש"ק פ' נח שנה זו (לעיל ע' 83).
  2. 36. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 81 (הועתק בספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 72). הגש"פ עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' מג.
  3. 37. ראה אודותו לעיל ע' 9.
  4. 38. ראה הגש"פ הנ"ל ע' מב: "מזיגת כוס זה [כוס של אלי'] אחר ברהמ"ז (חוץ מזמנים ידועים — שיחת חה"פ תש"ג [ספר השיחות תש"ג ע' 58]". בשנות תש"ג, תש"ד ותש"ה מזג רבינו את כוסו של אליהו לפני ברכת המזון (ספר השיחות תש"ג שם. תש"ד ע' 92. תש"ה ע' 84). בליל א' דחה"פ תש"ח, וב' הלילות דחה"פ תש"ט — אחר ברכת המזון (לקמן ע' 200. ע' 318). וראה ספר השיחות תשמ"ט ח"א ע' 391 הערה 78: "מזיגת כוסו של אליהו. . שייכת לחלקו השני של הסדר שקשור עם הגאולה העתידה, שלכן מזיגת הכוס בדרך כלל היא לאחרי ברכת המזון, ורק בזמנים ידועים היו מוזגים הכוס לפני ברכת המזון". ובשוה"ג שם: "ולאחרונה — נהגו כן (למזוג לפני ברכת המזון) בכל פעם". וראה גם שיחת ש"פ קורח תשד"מ (התוועדויות תשד"מ ח"ג ע' 2037).

עמוד 109

  1. 1. ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 41). וש"נ.
  2. 2. ראה אודותו לעיל שם.
  3. 3. ראה אודותו לעיל ע' 66.
  4. 4. ראה אודותו לעיל ע' 41.
  5. 5. ראה אודותו לעיל ע' 12.
  6. 6. ראה אודותו לעיל ע' 17.
  7. 7. ראה אודותו לעיל ע' 89.
  8. 8. ראה אודותו: שיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ו. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 97. וש"נ. נזכר לקמן ע' 114. ע' 137. ע' 239. ע' 241. ע' 369.
  9. 9. ראה אודותו לעיל ע' 89. וש"נ.
  10. 10. ראה אודותו "התמים" חוברת ו ע' ח [רעא, ב] ואילך. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 248. וש"נ. שיחת יום ב' דחה"פ תש"ח (לקמן ע' 207 ואילך).
  11. 11. ראה אודותו — אגרות-קודש ח"ד ע' קפ. וש"נ. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 235. ע' 238.
  12. 12. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ג', ד' תשרי תרנ"ב ואילך (סה"מ תשי"א ע' 294 ואילך). שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 240. וש"נ).

עמוד 110

  1. 13. "ניגון היחידות הוא בן חמש בבות. שתי בבות הראשונות בקול מתון ממושך, מעוררות התבוננות והתעמקות. בבא שלישית ורביעית מביעות תודה ותקוה בקול רך ובטוח, ובבא החמישית מבעת אומץ הרוח בקול עליז ומתרגש, המעורר תנועת רגל והגבהת הידים לפי דפיקת הרגלים כפי תנועת הניגון" (רשימת רבינו — "דברי ימי חיי אדמו"ר הזקן" (נדפס בספר התולדות אדמו"ר הזקן ח"ב ע' 559)). וראה גם שיחת יום ש"ק חוהמ"ס תש"ו (לעיל ע' 7). ספר השיחות תש"ג ע' 122.
  2. 14. "כן משפט הימים ההם, אשר כל הזוכה להיות אצל כ"ק אדמו"ר ביחידות הנה בצאתו מהקודש יוצא במחול" — רשימת אחד מחסידי אדמו"ר הצ"צ ב"התמים" חוברת ב ע' קכד [קכג, ב]. וראה רשימת רבינו שבהערה הקודמת (ספר התולדות שם ע' 558. 562). ספר השיחות תש"ב ע' 38. לקמן ע' 110. ע' 340. אגרות-קודש ח"ח ע' תק.

עמוד 111

  1. 15. ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 99). וש"נ.
  2. 16. ראה שיחת ש"פ וישב כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  3. 17. ראה גם שיחת יום א' דחג הפסח תש"ו (לעיל ס"ע 27). רשימה דש"פ נצבים שנה זו (לקמן ע' 150 ואילך).
  4. 18. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  5. 19. ראה גם שיחת יום ב' דחג השבועות שנה זו. ליל ב' דר"ה תש"ח (לקמן ע' 130. ע' 160).
  6. 20. ראה גם אגרות-קודש ח"ג ע' שמ. ח"ד ס"ע רעג (הועתק ב"היום יום" טו סיון). "סקירה כללית" בהוספה למאמרי אדמו"ר הזקן — הקצרים ע' תקפט ואילך.
  7. 21. כו"כ נדפסו במאמרי אדמו"ר הזקן — ענינים.

עמוד 112

  1. 18. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 113

  1. 22. נזכרו כו"כ פעמים ביחד — ראה שיחת י"ב תמוז תש"ח. חורף ה'שי"ת. ליל שמח"ת ה'שי"ת (לקמן ע' 247. ע' 351. ע' 374). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 185. וש"נ. — אודות ר' אהרן קוגל מדוקשיץ — ראה שיחת יום א' דחה"ס תש"ח (לקמן ע' 167). אודות ר' יקותיאל דייטש מדוקשיץ — ראה ספר השיחות שם ע' 14. שם ע' 47.
  2. 23. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  3. 24. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 119.

עמוד 114

  1. 25. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 14. ספר השיחות תש"ד ע' 154.
  2. 26. ראה גם שיחת ש"פ וישלח י"ט כסלו תש"ו (לעיל ס"ע 17 ואילך). לקמן סעיף ט.
  3. 27. בהנחה אחרת: ד. ה. אז מוחין זיינען נאָר צוליב מדות.
  4. 8. ראה אודותו: שיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ו. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 97. וש"נ. נזכר לקמן ע' 114. ע' 137. ע' 239. ע' 241. ע' 369.
  5. 18. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 115

  1. 28. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 25).
  2. 29. ע"פ ירמי' כד, יב.
  3. 30. ראה פרקי דר"א פי"ג. וראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח. פורים תש"ט (לקמן ע' 226. ע' 306).
  4. 31. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 97. 143. 184. 292.

עמוד 116

  1. 32. ראה לקמן ע' 234. וש"נ.
  2. 33. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 75 ואילך, ובהערה 4 שם: בעת ההיא, הנה קבוצה מתלמידי תו"ת לא רצו לקבל עליהם מרות המשפיעים, כ"א ללמוד ד"ח בפ"ע, וכנראה שבמענה ע"ז באה שיחה זו.
  3. 34. בהנחה אחרת: הנהגת.
  4. 35. החסיד ר' מיכאל בלינער. נק' בשם ר' מיכאל נעוולער. — ראה אודותו ספר השיחות תורת שלום ס"ע 39 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221. שיחת ליל א' דחג השבועות תש"ח (לקמן ע' 234).
  5. 36. הר"ר זאב וואלף ב"ר משה אברהם לעוויטין (תר"חתר"ע). חתנו של הרה"ח ר' גרשון דובער מפּאַהאַר. — ראה קונטרס עץ החיים ע' 52. אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רכט. אדמו"ר מהוריי"צ ח"א ע' שב. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 205 הערה 27. ועוד.

עמוד 117

  1. 37. נזכר לקמן ע' 118 ובהנסמן בהערה 44 שם.
  2. 38. הרה"ק ר' אברהם בן הרב המגיד ממעזריטש.
  3. 39. ראה (בשינויים) שיחת ליל י"ט כסלו תרצ"ג סכ"ה. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 152. אגרות-קודש ח"ד ריש ע' תקנז. חי"ד ע' תמ. לקו"ש ח"א ע' 118.
  4. 40. ראה לעיל ע' 112. שיחות: י"ג אלול שנה זו. ליל שמח"ת, י"ט כסלו תש"ט (לקמן ע' 150. ע' 281. ע' 289). וראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 48.
  5. 41. ראה אודותו לעיל ע' 5. וש"נ.
  6. 42. ראה לעיל שם. וש"נ.
  7. 43. בסוף ההנחה הובא: "קטע משיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א" — ואולי שייך כאן: די סיבה פון דקות'דיקן טמטום המוח איז ווייל מ'קריאת שמע'ט זיך ניט. אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד, ער באַרעכנט די ענינים פון טאָג, און מאַכט אַ החלטה טובה אַז מאָרגן זאל זיין אַנדערש און מען זאָל זיך טאַקע פאַרנעמען מיט אַ עבודה, און פאַר דעם שלאָף טראַכט מען דברי תורה ביז מען ווערט אַנטשלאָפן; איז אז מען ווערט אַנטשלאָפן ווי אַ איד, שלאָפט אַ איד און עס שטייט אויף אַ איד מיט אַ חיות'דיקען מודה אני. אבער אַז מען פאַלט צו שלאָפן אָן אַ חשבון, שלאָפט מען פּראָסט; און אַ פּראָסטער שלאָפן איז פּראָסט, און מען שטייט אויף אַ פאַרשלאָפענער.

עמוד 118

  1. 44. ראה ספר השיחות תש"א ע' 35.

עמוד 119

  1. 1. ראה לקו"ת פ' ראה כה, א. סה"מ תרצ"ו ע' 57. וש"נ.
  2. 2. ראה אודותו לעיל ע' 89. וש"נ.
  3. 3. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ.
  4. 4. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.

עמוד 120

  1. 5. הרב מיכאל ב"ר חיים יצחק דוואָרקין. נפטר בברוקלין נ.י. ערב שבועות תש"ט.
  2. 6. אגרות-קודש ח"ד ע' שמ. ח"י ע' יג. חי"ד ע' תלו.
  3. 7. ע"ד ניגון זה — ראה בהנסמן לעיל ע' 99 הערה 1.
  4. 8. בהבא לקמן — ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 302. וש"נ.

עמוד 121

  1. 9. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ח. יום אחש"פ תש"ט (לקמן ע' 204. ע' 322). וראה גם שיחת יום ב' דחה"ש שנה זו (לקמן ע' 133).

עמוד 122

  1. 10. ראה גם ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 11. 73. 133. כתר שם טוב (הוצאת קה"ת, תשנ"ט) הוספות סימן רכג ואילך. וש"נ.
  2. 11. ראה גם שיחת יב תמוז שנה זו (לקמן ע' 140). רשימת היומן חג הפסח תרצ"ה ("רשימות" חוברת צ ע' 6).
  3. 12. ראה פרש"י בא יב, יא. שם, יג.
  4. 13. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 3. ע' 59. שיחות: י"ט כסלו ויום אחש"פ תש"ט (לקמן ע' 290. ע' 323). לקו"ש חכ"ד ע' 320.

עמוד 123

  1. 14. ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 101).

מצוטט ב־16 עמודים

תורת מנחם 15
  1. י - שנת תשי"ד - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל ג' דחול המועד סוכות, ספר השיחות תש"ז ע' 122
  2. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ צו, שושן פורים, ה'תשי"ד. סה"ש תש"ז ע' 122
  3. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ במדבר, מבה"ח סיון, ה'תשי"ד. סה"ש תש"ז ע' 122
  4. יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ ויקהל-פקודי, פ' החודש, מבה"ח ניסן, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ז ע' 108
  5. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ז ע' 105
  6. טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת-תורה (קודם הקפות), ה'תשט"ז. סה"ש תש"ז ע' 122
  7. טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בשלח, יו"ד שבט ה'תשט"ז. סה"ש תש"ז ע' 122
  8. כה - שנת תשי"ט - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשי"ט. סה"ש תש"ז ע' 122
  9. מג - שנת תשכ"ה - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תזריע, פרשת החודש, ר"ח ניסן, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ז ע' 102
  10. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ז ע' 120
  11. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ז ע' 108
  12. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח*, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ז ע' 102
  13. נב - שנת תשכ"ח - חלק שני ‹ שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ז ע' 113
  14. ס - שנת תש"ל - חלק שלישי ‹ שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תש"ל סה"ש תש"ז ע' 103
  15. סב - שנת תשל"א - חלק ראשון ‹ יום ב' דראש השנה, ה'תשל"א ספר השיחות תש"ז ע' 110
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ז ‹ רשימה ‹ 152 ספר השיחות תש"ז ע' 116