פורים תש"ז

99פורים תש"ז

א. (התחילו לנגן את הניגון1 של הר"מ זלאָטשעווער2 ואמר:) עס איז נאָך צו פרי, מ'דאַרף ניט איילען, איילעניש איז שלא בזמנו שלא במקומו. ביי אַ פנימי איז אַ דבר בעתו, ער טוט ניט אַן אַ הקדמה. צום דאַוונען איז פריער פאַראַן פאָרן דאַוונען. פאַרן דאַוונען איז די טבילה — ניט די טבילה המוכרחת נאָר טבילת טהרה3; איז דאָס איז נאָך אַ געזונטן שלאָף, און ווען איז אַ געזונטער שלאָף? ווען קודם השינה איז דאָ ק"ש שעל המטה; וואָס ביי ק"ש שעל המטה דאַרף זיין די הנחה אַז מאָרגן דאַרף זיין אַנדערש4. אפילו אין טוב אלקי דאַרף זיין די הנחה אַז מען דאַרף זיין מאָרגען אַנדערש, און נאָך דער הכנה איז דער שלאָפן גאָר אַן אַנדערער און דער דאַוונען איז אַן אַנדערער.

ב. דער אַלטער רבי איידער ער איז געפאָרען אין מעזריטש איז ער געווען אַ של"ה איד5, ער האָט שוין געהאַט אַרום זיך יונגעלייט בר דעת'ן אין נגלה און אין קבלה און האָבן געטאָן להתלמד אין עבודת החסידות.

ווען ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָט דער אַלטער רבי געזאָגט6: אין מעזריטש האָב איך געלערנט וואָס אַ 100איד איז, מען דאַרף האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד, דער תשלום שכר ע"ז איז אהבת השם; ניט מצד עבודה נאָר אהבה עצמית. דער אויבערשטער זאָגט: דו האָסט האָלט מיינע קינדערלעך — בין איך זיך צו דיר מתגלה, עצמות איז זיך מתגלה.

דער רבי ווען ער איז געקומען פון מעזריטש האָט ער מיט זיך געבראַכט חבילות חבילות7 של אור עצמי, ניט התפשטות האור, וואָס דאָס האָט אַרומגענומען פון פנימיות המוח ביז צו די נעגל (בלשון הזה קבלתי).

עס איז ידוע דער וואָרט וואָס דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז אַ געשמאַק אין תורה ועבודה איז דורך עבודה בפועל.

אַמאָל האָט מען געלעבט מיט אַ וואָרט, מ'האָט געהאַט אַ געשמאַק אין אַ וואָרט. עס איז געווען השכלה, השגה, עבודה בפועל; נאָר געלעבט האָט מען מיט אַ וואָרט.

ג. מ'דאַרף נעמען משקה, שיכור דאַרף מען ניט ווערן8, מ'דאַרף ניט געבן דעם נפש הבהמית, מ'דאַרף משמח זיין דעם נפה"א עס זאָל זיין בהתפשטות און ניט בכיווץ.

ליידיק דאַרף מען ניט שטיין, אָדער נעמען משקה אָדער זינגען אַ ניגון9.

ד. אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט — הייתי אז בן י"א י"ב שנה ועמדתי אחורי הכסא של כ"ק אדמו"ר נ"ע כי יראו להעמיד אותי נגדו כי יראו מפני הדוחק שמא יבלבלו — האָט ער דערציילט פון עלטער זיידען דער רבי דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט דערציילט פון די סיפורים וואָס דער אַלטער רבי האָט אים דערציילט, ובתוכם, פון די מס"נ וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט אויף אהבת ישראל.

דער אַלטער רבי איידער ער איז געגאַנגען אין מעזריטש איז ער געווען מיוסד אין גליא שבתורה ד. ה. גרונטיג — דאַכט זיך עס איז ניט געווען קיין ווינקעלע וואו עס איז ניט געווען דורכגעטאָן אין פאַרשטאַנד; חיות אין מצות — אַ איד וואָס איז אַ שומר תורה ומצות, האָט חיות אין מצות; צוגעקומען איז אים אין אהבת ישראל.

ער האָט דאַן אַרומגערעדט ג' מיני אהבות: אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, און אַרומגערעדט די ג' מיני אהבות עפ"י נגלה, עפ"י קבלה ועפ"י חסידות. ואמר: אהבת ישראל דאָ תרעא לאעלאה10, האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד11 — ניט קוקן אויף זיין התפשטות נאָר אויפן עצם.

ווען מען זעט אַז יענער פירט זיך ניט כדבעי, דאַרף אים וויי טאָן די האַרץ. און דאָס איז תיסרך רעתך12: דאָס זעט ער פון זיין רע; דער עצם ביי יענעם איז 101דאָך גוט, אַזוי ווי עס איז דאָ ווילד פלייש, ווייסט מען דאָך אַז די ווילד פלייש ניט דאָס איז דער עצם.

עס שטייט: כי ה' אלקיך אש אוכלה13, מים מעביר ומכבס, אש איז מכלה; דורך מים ווערט אָפּגעוואַשן אָבער די שמוץ בלייבט, אש מכלה ואח"כ וואַרעמט מען זיך אָפּ דורך דעם — יש ע"ז הרבה ביאורים —

מהחסידים שהיו באותו הפאַרבריינגען היה ר' מאיר מרדכי14, ר' ניסן15, ר' קאָפּל16, ור' שלמה חיים17. זיי זיינען געווען חסידים ווי מ'רופט זיי הארלאטשיקעס (די כלים וואָס מאַכט זויער מילך). ר' ניסן איז געווען אַ פנימי.

ווען אפילו מ'לערנט און מ'פאַרשטייט חסידות, מען דאַוונט מיט אַ קאָך; איז דאָס נאָך ניט אַלעס, עס מוז זיין אהבת ישראל. ואפילו ווען עס איז דאָ אהבת ישראל, מוז עס זיין מיט אַ חיות, ער לעבט אין דעם. ווען עס גייט דורך אַ טאָג און ער איז ניט מחי' — פשוט אין גשמיות — אַ אידען, דאַרף ער זיין ביי זיך אַראָפּגעפאַלן, ווייל ער האָט ניט דעם זכות דערצו צו מחי' זיין אַ אידן.

ה. אין נעמען משקה איז פאַראַן ב' לשונות: א) נעמען משקה, ב) אַז די משקה זאָל אים נעמען. מ'דאַרף נעמען משקה אַז די משקה זאָל אים נעמען.

ו. דער רבי דער צ"צ האָט געזאָגט: דער אַלטער רבי איז געווען אַ נשמה דאצילות18, אַ נשמה כללית. ער האָט געוואוסט אַז ער נעמט אויף זיך אַ פּעקל.

עס איז ידוע אַז די צען ניגונים פון אדמו"ר הזקן19 זיינען כנגד עשר ספירות. דער ניגון הידוע פון די פיר פאַלן20 איז מבואר שוין בארוכה באחד המכתבים21.

מיר האָבן אַ הבטחה אַז ווען מ'וועט זינגען דעם ניגון — מהד' בבות — אין וואָס פאַר אַ צייט און אין וועלכען אָרט אין וועלכע העכסטע מדריגות דער רבי וועט זיין — וועט ער אים הערען, און מאַכן דערהערן און דאָס ווענדעט זיך לויט די הכנות המקבל.

מען קען זיך משער זיין דעם רבי'נס מס"נ, אַז 2 מלמדים וואָס האָבן ניט אויף די הוצאה, פאַרבריינגען ביי אַ ביסל משקה און פאַרבייסן און זינגען דעם רבי'נס ניגון; פאַרלאָזט דער אַלטער רבי דעם גן עדן העליון און איז זיך צו זיי מתגלה און דאָס איז זיי מעודד22.

102מיר לעבן באמונה פשוטה, עס איז ניטאָ קיינע חילוקים פון די מדינה און די מדינה, אַ למדן, אַ איש פשוט, אַ תהלים איד — דער רבי איז דאָ מיט אונז.

מ'זאָגט אַז חסידים האָבן ניט קיין דרך ארץ. באמת בפנימיות זיינען חסידים יע בעלי דרך ארץ, מיר זיינען דעם רבי'נס אידן, מיר ווייסן גאָר ניט; מיר דאַרפן וויסן אַז מיר האָבן מס"נ אויף דעם רבי'נס אַ וואָרט חסידות, מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט אַלע זייטיקע ענינים, מיר זיינען דעם רבי'נס, מילא אַז דער רבי איז דא, דאַרף דער דרך ארץ גאָר זיין אַן אַנדערער.

... עס זאָל נמשך ווערן חיי החיים ניט אין גן עדן העליון נאָר חיים ממש.

ז. צוה לנגן את הניגון הידוע של ארבע הבבות, וניגנו בדביקות גדולה וכ"ק אדמו"ר שליט"א בכה הרבה בעת הניגון.

ח. בירך: דער אויבערשטער זאָל העלפען אַלע אנ"ש את אשר ישנו פה ואשר איננו פה, בבני חיי ומזוני רויחא בתוך כלל ישראל.

הוי' הוא האלקים23, הוי' זאָל מאיר זיין בגילוי למטה, למעלה מהטבע זאָל מאיר זיין אין טבע, אַז אין טבע ממש זאָל נמשך ווערן — בגשמיות — דער למעלה מהטבע.

דער אויבערשטער זאָל געבן ברכה מרובה בגשמיות, עס זאָל קענען זיין עבודה רוחניות בשמחת לבב.

דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל נמשך ווערן אַ חיות פנימית על כל השנה.

הערות

עמוד 99

  1. 1. ע"ד ניגון זה — ראה שיחת י"ז אלול תרנ"ז (הועתק בספר השיחות תש"ג ע' 169). שיחת י"ג תמוז תרצ"ב. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 132. תש"א ע' 96. שיחת יום א' דחג הפסח תש"ח (לקמן ע' 202). וראה גם ספר השיחות תרצ"וה'ש"ת ע' 241. — תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ניגון כב.
  2. 2. הצדיק ר' יחיאל מיכל (תפ"ו — תקמ"א) בן הצדיק ר' יצחק מדרוהוביטש.
  3. 3. ראה גם שיחת י"ט כסלו שנה זו סי"ז (לעיל ע' 96).
  4. 4. ראה לעיל שיחת יום א' דחג הסוכות תש"ו ס"ד (לעיל ע' 5). וש"נ.
  5. 5. ראה גם לקמן ע' 103. ע' 111. ע' 123. ע' 197. ע' 219. ע' 255. ע' 316. וראה בית רבי ח"א פ"א (א, ב).
  6. 6. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 100

  1. 7. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 206.
  2. 8. ראה גם שיחת יום שמח"ת שנה זו ובמקומות שצויינו שם (לעיל ע' 79).
  3. 9. ראה גם שיחת יום שמח"ת שנה זו ס"ג (לעיל ע' 77).
  4. 10. ראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח ס"ג (לקמן ע' 225). ובספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 20: "אהבת ישראל דאָס איז דער ערשטער טויער, וואָס פירט אַריין אין חצרות הוי'".
  5. 11. ראה שיחת ליל אחרון של פסח תש"ו (לעיל ע' 40). וש"נ.
  6. 12. ירמי' ב, יט.

עמוד 101

  1. 13. ואתחנן ד, כד.
  2. 14. טשערנין — ראה לעיל ע' 89. וש"נ.
  3. 15. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  4. 16. החסיד ר' יעקב קאָפּיל זעליגסאָהן החוזר בשנת תרנ"בתרנ"ג (ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17. תרפ"חתרצ"א ע' 229). נזכר לקמן ע' 399. ע' 419 ואילך.
  5. 17. ר' שלמה חיים קיטאין שו"ב דליובאַוויטש. ראה אודותו רשימת היומן חורף תרצ"ה ("רשימות חוברת קפה ע' 6). נזכר ביומן כב כסלו תרנ"ב (סה"מ תשי"א ע' 300). כ"ג אייר תרנ"ג. כ' אייר תרנ"ו (לקמן ע' 419. ע' 426). ספר השיחות ה'ש"ת ע' 152. רשימת המאסר (ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 253). אגרות-קודש ח"ג ע' שצג. ח"ד ע' קפא. ובכ"מ.
  6. 18. ראה שיחת יום ב' דחה"ס תש"ו (לעיל ע' 6). וש"נ.
  7. 19. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 24). וש"נ.
  8. 20. תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ניגון א.
  9. 21. אגרות-קודש ח"ב ע' רי ואילך. ע"ד הניגון — ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 23 ואילך. שיחת כ כסלו תרצ"ד ס"ה. חג השבועות תרצ"ד סט"ו. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 12. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 90. קיץ ה'ש"ת ע' 159.
  10. 22. ראה גם שיחת אחש"פ שנה זו (לקמן ע' 123).

עמוד 102

  1. 23. ואתחנן ד, לה. ועוד. וראה סה"מ תרפ"ט ע' 228. ובכ"מ.

מצוטט ב־9 עמודים

תורת מנחם 7
  1. א - שנת ה'שי"ת ‹ רשימת הסיפורים שזוכרים. סדר הסיפורים אין זוכרים סה"ש תש"ז ע' 99
  2. כא - שנת תשח"י - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל ה' פ' לך לך, וא"ו מרחשון ה'תשח"י. סה"ש תש"ז ע' 99
  3. כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תש"כ. סה"ש תש"ז ע' 99
  4. לא - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מטות-מסעי, ב' מנחם-אב, ה'תשכ"א סה"ש תש"ז ע' 99
  5. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת מוצאי ש"פ שמות, כ"ג אור לכ"ד טבת, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ז ע' 99
  6. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ז ע' 100
  7. לג - שנת תשכ"ב - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ אחרי, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ז ע' 99
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"א ‹ רשימה ‹ 17 ספר השיחות תש"ז ע' 101
  2. תר"פ-תרפ"ז ‹ רשימת המאסר  עם הוספות ‹ רשימה ‹ 253 ספר השיחות תש"ז ע' 101