קטע משיחת ל"ג בעומר, תש"ז

123קטע משיחת ל"ג בעומר, תש"ז1

א. הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ של"ה איד2. דאָס הייסט ער האָט געלערנט דעם של"ה און געדאַוונט מיט די כוונות פון של"ה. און בכלל אין אַלע זיינע הנהגות האָט ער זיך געפירט ווי די גדולי התורה אין יענעם זמן.

כידוע, פלעגן די לומדים אין יענעם זמן זיך האַלטן אָפּגעזונדערט פון די פּראָסטע אידן, וועלכע זיינען ברובם געווען בעלי מלאכות, שוסטער, שניידער און אויך מאַרק הענדלער און דאַרפסגייער.

די רבנים, שוחטים, מלמדים און סתם לערנער פלעגן זיך אָפּזונדערן פון די פּראָסטע אידן אפילו אויך אין די בתי מדרשים.

די התבדלות איז דערגאַנגען אַזוי ווייט, ביז מען האָט זיך אָנגעהויבן שעמען מיט די פּראָסטע אידן, מען האָט זיי זעלטן געגעבן אַ עלי', די יאָרצייטן און אבלים פון די פּראָסטע אידן האָט מען ניט גערן צוגעלאָזן צום עמוד.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געהאַט יונגע לייט, גדולים בתורה, פאַר וועלכע ער פלעגט זאָגן אַ שיעור גמרא והלכה, און זיי האָבן געהאַט זייער אייגענעם מנין און האָבן זיך מתרחק געווען בכל מיני ריחוק והבדלה פון די פשוטע אידן.

ווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן זיינע תלמידים יונגע לייט באַמערקט אַ שינוי אין זיין הנהגה בהנוגע צו די פּראָסטע אידן. ניט נאָר האָט ער אויפגעהערט זיך מתרחק זיין פון זיי, נאָר ער האָט זיי גאָר אָנגעהויבן מקרב זיין3.

ביי די יונגע לייט איז די זאַך גע 124וואָרן זייער מוקשה, זיי האָבן אָבער ניט געהאַט די דרייסטקייט צו פרעגן אים וועגן דעם.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מרגיש געווען אַז די יונגע לייט זיינען פאַרוואונדערט אויף זיין נייער הנהגה.

האָט הוד כ"ק רבינו הזקן דאַן פאַר זיי איבערגעזאָגט די תורה וואָס דער מעזריטשער מגיד האָט אים איבערגעגעבן בשם מורנו הבעש"ט4:

הוּלט האָבן אַ אידן איז אַ מצוה דאורייתא. אין יעדער מצוה איז פאַראַן די עשה פון דער מצוה און די לא תעשה. און אַזוי אויך אין דער מצוה פון אהבת ישראל איז ואהבת לרעך5 די עשה און לא6 תשנא את אחיך7 די לא תעשה. די פשיטות פון דעם פשוטן אידן, זיין תפלה, זיין זאָגן תהלים נאָכן דאַוונען, זיין טאָן אַ מצוה ווייל השי"ת האָט געהייסן, איז גורם אַ נחת רוח למעלה8.

* * *

די חסידישע הדרכה איז אַז יעדער איד, אָן אונטערשייד, אַ למדן צי אַ פשוטער, בעדאַרף זיך אַליין שטעלן די פראַגע צו וואָס בעדאַרף מען מיך אויף דער גשמיות'דיקער וועלט. די נשמה איידער זי איז אַראָפּ אין גוף האָט דאָך געלעבט למעלה אין געטלעכקייט, און אַראָפּקומענדיק למטה אין גוף מוז זי זיך דאָך אָנטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס דאָס איז דאָך אַ גרויסע ירידה פאַר דער נשמה, וכמאמר "ירידת הנשמה בגוף".

אָבער די ירידה איז "צורך עליה", אַז דוקא דורך דער ירידה קומט די נשמה צו די העכסטע דרגות אין געטלעכקייט, און אָט די פשוטע אידן מיט זייער הנהגה פשוטה, באַלד אויפשטייענדיק לויפן דאַוונען בצבור, זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים און ענטפערן אמן און אמן יהא 125שמי' רבא, שאַפן דעם גרעסטען קורת רוח למעלה9.

* * *

זקני10 החסידים פלעגן דערציילן וואָס זיי האָבן מקבל געווען פון די זקני החסידים הראשונים פון ליאָזנע דעם סיפור הידוע11 וועגן איינעם פון די גבירים חסידים, וועלכע זיינען געווען שטאַרק מקושר צו הוד כ"ק רבינו הזקן און פלעגן געבן גרויסע סכומים געלט לרבינו הזקן אויף החזקת ארצנו הקדושה און אויף פדיון שבוים.

איינער אַזאַ חסיד, וועלכער איז געווען אַ גרויסער עושר, האָט שוין חתונה געמאַכט די קינדער און די קינדער זיינען אויך געווען גוט אָפּ, האָט זיך אָנגענומען חתונה מאַכן די קינדער פון זיינע קרובים און צוגעזאָגט פאַר זיי פיינע נדנ'ען, און בכלל געפירט אַ רייכן שטאט, איז אָבער מיט אַמאָל געוואָרן נתהפך הגלגל און ער איז געוואָרן אַ יורד ר"ל, געבליבן אַ גרויסער אביון און דערצו נאָך אַ גרויסער בעל חוב. איז ער אַוועקגעפאָרן צום אַלטן רבי'ן און האָט פאַר אים אויסגעגאָסן זיין ביטער האַרץ.

אויסהערנדיק זיין מצב האָט דער אַלטער רבי אויפגעהויבן דעם קאָפּ און געזאָגט, מיט אַ ניגון, כדרכו בקדש הקדשים: דו האָסט אַלץ דערציילט, 126וואָס דו דאַרפסט, און אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו12 גאָר ניט!

דער חסיד איז געפאַלן חלשות און דער משרת האָט אים אַרויסגעפירט פון רבינס חדר. קומענדיק צו זיך האָט ער זיך גענומען באַטראַכטן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט, האָט ער אויף אַלץ פאַרגעסן און זיך גענומען צו תורה ותפלה כראוי.

נאָך אַ געוויסער צייט האָט הוד כ"ק רבינו הזקן געהייסן אים אַריינרופן.

ווען דער חסיד האָט דערהערט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן רופט אים איז ער געוואָרן זייער צובראָכן, באַרעכנענדיק זיך נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל דעם מאמר הקדוש, וואָס כ"ק רבינו הזקן האָט אים געזאָגט "דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט אָבער אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו ניט", האָט ער זייער געוויינט, געפאַסט און געטאָן אין עניני עבודה.

ווען ער איז אַריין להוד כ"ק רבינו הזקן איז ער געווען ביי זיך צובראָכן כחרס הנשבר, האָט אים הוד כ"ק רבינו הזקן געזאָגט:

איצטער אַז דו ווייסט און פילסט דעם אמת הוי' לעולם13, אַז דער אמת איז הוי' הי' הוה ויהי' כאחד14, און צו דעם אמת קומט צו אַ נשמה בגוף, קענסטו שוין פאָרן אַ היים און דער אויבערשטער ברוך הוא זאָל דיר מצליח זיין.

און אַזוי איז געווען15.

* * *

דער טאַטע האָט אַמאָל איינעם געזאָגט16 אַז עס זיינען דאָ צוויי נאַראָנים. עס איז דאָך אַ גלגל החוזר בעולם17. איז דער וואָס זיצט אויף דעם ראָד און לאַכט איז ער דאָך אַ נאַר. שוטה, וואָס לאַכסטו, עס איז דאָך נאָר אַ ראָד. דער וואָס זיצט אונטער דעם ראָד און דער 127ראָד איז אויף אים וויינט. איז ער אַ נאַר. וואָס וויינסטו, עס איז דאָך אַ ראָד אַ גלגל החוזר.

אַז מען איז רייך און מען איז אויפן ראָד, בעדאַרף מען טראַכטן, אַז עס איז מער ניט ווי אַ ראָד, וואָס דרייט זיך כסדר און עס האָט ניט קיין קיום לדורות, אָבער אַ פסוק חומש, אַ פסוק תהלים, טאָן אַ טובה אַ אידן, דאָס איז אַ דבר המתקיים. עס האָט אַ נצחיות'דיקן לעבן און בריינגט נצחיות'דיקע פירות און פירי פירות, וכמאמר18 זכות אבות לא תמו און לא יתמו לעד ולנצח נצחים.

* * *

מען דאַרף זיין בשמחה. אַז מ'קוקט זיך צו צו זיך געפינט מען אַמאָל פלעקן וואָס מ'דאַרף אויסוואַשען, אָבער דאָס דאַרף אַלץ זיין בשמחה.

* * *

עס איז דאָ אַ קורצע תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן פון די ערשטע יאָרן פון זיין נשיאות19, וועלכע ער האָט געזאָגט בשם רבו, דעם מעזריטשער מגיד בשם מורינו הבעש"ט:

אהבת ישראל מיינט האָלט האָבן אַ אידן אַן קיין שום חילוק, צי אַ למדן צי אַ פשוטער איד, און דער אופן האהבה אין אהבת ישראל בעדאַרף זיין אַ ברידערלעכע20, וואָס די התגלות האהבה איז אין נשיקה21, אָט אַזוי ווי אהבת התורה איז, אַז מען איז מחבב און מייקר די מענטעלע פון אַ ספר תורה22.

* * *

אַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז. דער אויבערשטער ווייסט דאָך וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז, האָט ער דאָך אים געדאַרפט געבן עס זאָל זיין גוט אין גשמיות און אין רוחניות.

ווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, איז געווען אַ זמן וואָס עס איז געווען, ל"ע, אַ עת צרה, ר"ל פאַר אידן. פרנסה איז געווען זייער שווער, און בכלל די רדיפות מצד הממשלה אין דאַמאָלסטיקן רוסלאַנד. — ליובאַוויטש איז געווען אויפן גרעניץ פון "טשערטא" (תחום המושב23) לעבן סמאַלענסק, און טאָמער, אַ איד פלעגט אַריבערגיין די גרעניץ 128פון "טשערטא" איינקויפן אַביסל פלאקס וכדומה, פלעגט אַ פּאָליציי מאַן, וואָס האָט געוואָלט אַ טרונק בראָנפן אים אַרעסטירן וכו'.

אין יענעם זמן איז אַמאָל געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען. האָט דער טאַטע דאַן געזאָגט: דער אויבערשטער ווייסט דאָך די געשמאַקייט וואָס איז דאָ אין אַ איד, דאַרף ער זיי געבן עס זאָל זיין גוט בגשמיות וברוחניות24.

הערות

עמוד 123

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ח ע' 190 ואילך.
  2. 2. [ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 99). וש"נ.
  3. 3. ראה שיחת י"ג אלול שנה זו. שיחת י"ט כסלו תש"ח (לקמן ע' 149. ע' 181).

עמוד 124

  1. 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 5. קדושים יט, יח.
  3. 6. שם, יז].
  4. 7. כשיראה לו שנאה וידע שהוא שונאו אינו עובר ע"ז הלאו, אמנם עובר על לא תקום ולא תטור (ס' החינוך מצוה רלח), בכ"ז כתב כאן ל"ת דלא תשנא. וי"ל: א) ע"פ מש"כ הרמב"ם הל' דעות פ"ו ה"ה. אבל לכאורה אין זה מספיק, שהרי ברמב"ם שם מבאר בזה: ולא הזהירה תורה אלא כו'. וראה ג"כ שם ספ"ז (ע"ד מש"כ בס' החינוך). וי"ל ב) מפני שלא תשנא — היא קודמת והסיבה (בנפש האדם) ל"לא תקום ולא תטור" — כמובן. ג) ס"ל בדברי הרמב"ם כהכס"מ שם דגם כשמראה השנאה עובר. וידוע שקו"ט האחרונים בדברי הכס"מ ובהסתירה מסהמ"צ להרמב"ם מל"ת שב [קונטרס אהבת ישראל (קה"ת, תשל"ז) ע' 9 בהערה].
  5. 8. [בהנחה בלתי מוגה: אַז דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש, איז ער שוין געווען אין אַ מדריגה פון אַ משפיע, ער האָט געהאַט אַ סאַך תלמידים. האָבן זיי אים געפרעגט וואָס פאַר אַ חידוש האָט ער געהערט אין מעזריטש? האָט דער אַלטער רבי געענטפערט, אז ער האָט דאָרט געהערט אַ נייעם פירוש אויף דעם "אהבתי אתכם אמר ה'" (מלאכי א, ב) — האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד. אין מעזריטש האָט ער געקראָגן אַ חוש אין האָלט האָבן אַ אידן, און דאָס האָט אים געגעבן אַ ליכטיקייט אין אהבת השם. אין יענעם זמן זיינען דאָך פשוטע אידן געווען אָפּגעפרעגט, עס זיינען געווען באַזונדערע מנינים פאר זיי: אַ שניידערשע שול, אַ שוסטער שול, אַ בעל עגלה שול. דער אַלטער רבי האָט געלערנט אַז מען דאַרף האָלט האָבען אַ פשוטן אידן; ניט נאָר מביני מדע, די דרייקעפּלעך, נאָר די פשוטע אידן וואָס אין זיי איז פאַראַן די פשיטות העצמות.

עמוד 125

  1. 9. בהנחה בלתי מוגה: דער ענין בקצרה איז: די ירידת הנשמה למטה איז דאָך אויף להתלבש בגוף, וואָס דער גוף מיט זיינע מעשה'לאַך איז דאָך ניט אַזאַ שיינער מהות; וואָס די כוונה אין דער ירידה איז ניט נאר להעלות הנשמה למעלה ממדריגתה נאָר אויף מעלה זיין דעם כללות העולם ווי דער משל הידוע פון דעם "ליווער" (ראה תו"א ד, א), און דער אהבתי אתכם וכו' איז דאָך אויף דער נשמה המלובשת בגוף. אהבת ישראל איז צו אַלעמען גלייך, האָלט האָבן אַ פשוט'ן אידן וויילע ער איז אַ איד, וואָס די פשיטות העצמות איז אין אַ פשוט'ן אידן, און אַ איש פשוט איז פשיטות העצמות. {* * *} דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט אַז דער עיקר ענין המוחין איז צו פאַרשטיין די מעלה פון פשיטות; ניט פשיטות וואָס קומט מצד השכל, נאָר פשיטות בעצם . מען דאַרף ליגן אין אַ ענין. אַז מען לעבט זיבעציג יאָר — איך מיין ניט בלויז לעבן, נאָר לעבן זיבעציג יאָר אין עבודה — דאָס מיינט לעבן הונדערט יאָר און טאָן זיבעציג יאָר אין חסידות — קאָן מען פאַרשטיין וואָס פשיטות איז. אַלע מעלות וואָס מען רעדט אין עצמות קומט דאָס ניט צו די מעלת הפשיטות, און די פשיטות העצמות איז אין אַ איד פשוט . אַ פשוט'ער איד, אַז ער שטייט אויף אינדערפרי, זיין אמונה, זיין זאָגן אַ קאַפיטל תהלים פאַרן דאַוונען, זיין דאַוונען [אַ איד זאָגט ניט אַז ער דאַרף אָפּדאַוונען, ער האָט אָפגעדאַוונט; נאָר זאָגט: ער האָט געדאַוונט, ער האָט נאָך ניט געדאַוונט, ער דאַרף גיין דאַוונען וכו']. ער האָט האָלט תפילין; ער האָט האָלט אַ אידן; דאָס איז זיין פנימיות, דאָס איז ער בעצם. ער מאַכט חתונה קינדער און טראַכט ניט פון וואַנען וועט ער נעמען, מען דאַרף דאָך האָבן אַ עקזיסטענץ כמו שאומרים אוה"ע, און ער טראַכט דאָס ניט, ער האָט בטחון.
  2. 10. בהנחה בלתי מוגה: מען דאַרף זיך שטענדיג פרעגן: אויף וואָס דאַרף מען מיך דאָ. ובנוסחא אחרת: אויף וואָס דאַרף מען זיך, פרעגט מען ניט.
  3. 11. ראה בארוכה אגרות-קודש ח"ט ע' רעג ואילך. מקומות שצויינו בהערה הבאה.
  4. . נוסחא אחרת: אז דער גאַנצער ענין פון מוח איז נאָר אויף צו פאַרשטיין דעם ענין הפשיטות, ניט שכל'דיג פאַרשטיין פשיטות, נאָר דערהערן דעם ענין הפשיטות.
  5. . נוסחא אחרת: וואָס פשיטות העצמות איז פאַראַן באַ אַ פשוטן אידן. — ראה לעיל ע' 3. וש"נ.

עמוד 126

  1. 12. ראה לקמן הוספה א נוסחא אחרת . וראה ג"כ התמים ח"ה ע' נג . ואפשר שאירע כעין זה פעמים אחדות .
  2. 13. [תהלים קיז, ב.
  3. 14. זח"ג רנז, סע"ב (ברע"מ). פרדס שער א (שער עשר ולא תשע) פ"ט. שעהיוה"א פ"ז (פב, א).
  4. 15. בהנחה בלתי מוגה: אַרויסגייענדיק האָבען אים חסידים מסביר געווען: פריער האָסטו געמיינט אַז דו ביסט אַ מאַכער, דו האָסט זיך רייך געמאַכט און דו האָסט זיך אָרעם געמאַכט, האָסט געמיינט אַז כחי ועוצם ידי וכו'; אָבער איצט אַז דו ווייסט שוין אַז אַלץ איז פון אויבערשטען קענסטו אַהיים פאָרען און דער אויבערשטער וועט העלפן. ונסע לביתו והצליח ונעשה גביר].
  5. 16. בארוכה בשיחת שמח"ת תרצ"ו אות יג [ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 32 ואילך. וש"נ.
  6. 17. ראה שבת קנא, ב].
  7. . סה"מ תש"ח ע' 194 (אגרות-קודש ח"ג ע' קכ).
  8. . וז"ל: באזני מצלצל אותו המאמר אשר אמר הוד כ"ק מורנו הגדול נ"ע בעת שהחסיד משקלאוו התאונן לפניו על מר מצבו וכי דרוש לו לשלם חובות, להשיא את בנותיו, ושיהי' לו לחם חקו. השיב הוד כ"ק מורנו הגדול. . "דו זארגסט אלץ אויף דעם וואָס דו בעדאַרפסט, אויף דעם אויף וואָס מען דאַרף דיך זאָרגסטו גאָרניט".
  9. . נדפס באגרות-קודש ח"ג ע' תלט ואילך.
  10. . ראה אגרות-קודש ח"ב ע' תקמא: "ספור זה שמעתי מאתו כפי ששמען בכמה נוסחאות, כי ענין זה הי' עם איזה חסידים בזמנים שונים". ובאגרות-קודש ח"ג ע' קנה: "דוא זאָגסט (נ"א דוא זאָרגסט) אַלץ ואָס דו בעדאַרפסט אויף ואָס מיא דאַרף דיך זאָגסט (נ"א זאָרגסטו) גאָר ניט". וראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח (לקמן ע' 225). לקמן ע' 251 הערה 70. סה"מ תרפ"ט ע' 159.

עמוד 127

  1. 18. מחלוקת בשבת (נה, א) אבל כן הוא המסקנא בויקרא רבה (פל"ו, ו). ועיג"כ ירושלמי סנהדרין פ"י ה"א. אגדת בראשית פ"י. זח"א קסח, א. זח"ג קעד, א. ת"ז תי' כ"א (נז, ב). תיקונים מזהר חדש (קיג, ע"ד).
  2. 19. [בהנחה בלתי מוגה: וואָס ער האָט געזאָגט אין די ערשטע צייטען — דאַמאָלסט האָט דאָס ניט געהייסען מאמרים נאר צעטלען — אַ פּאָר שורות וואָס ער האָט געזאָגט אויף טייטש אז אַלע זאָלן פאַרשטיין. — איז דאָ אַ תורה פאַרשריבען אויף אַ צעטיל].
  3. 20. מעלתה שאינה פוסקת ואין בה שינוים. ראה לקו"ת ר"פ בהר ועוד.
  4. 21. שהיא באה ונמשכת מחמת פנימיות אהבה שבלב, שאותיות הדבור אין יכולים להכיל אה"ר זו. לכך אינה מתלבשת בדבור רק בבחי' נשיקין (תו"א ס"פ תרומה. וראה ג"כ לקו"ת שה"ש בתחילתו).
  5. 22. [בהנחה בלתי מוגה: אַז מען טרעפט אַ אידן אין גאַס, דאַרף מען אים אַ קוש טאָן, ווי מ'קושט אַ מענטעלע פון אַ ספר תורה .
  6. 23. ע"ד "תחום המושב" — גזירת גירוש בנ"י מן הכפרים — ראה בארוכה "מבוא" לאגרות-קודש כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ח"ד ע' 5 ואילך. וש"נ.
  7. . ראה ספר השיחות תש"א ע' 32 (הועתק ב"היום יום" טז תמוז). תש"ג ע' 139. תש"ד ע' 163. אגרות-קודש ח"ח ע' פח. רשימת היומן של רבינו מיום ה', כ' מ"ח תרנ"ו — סה"מ תש"ט ע' 87.

עמוד 128

  1. 24. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן את ניגון הדביקותחב"ד שהיה מזמר אאמו"ר נ"ע בתפלת שבת, ובעת שנגנו את הניגון היה בדביקות עצומה ודמעות נזלו מעיני קדשו. אח"כ צוה לנגן את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן ואח"כ אמר: דעם אַלטען רבי'נס ניגון איז "יחידות", נאָך יחידות דאַרף מען נעמען אַ ביסעל משקה און זינגען אַ פרייליכען ניגון ].
  2. . נוסחא אחרת: נאָך יחידות דאַרף מען זינגען אַ פרייליכען ניגון און גיין אַ טאַנץ.

מצוטט ב־9 עמודים

תורת מנחם 7
  1. יב - שנת תשי"ד - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ג' פ' פינחס, י"ב תמוז ה'תשי"ד. סה"ש תש"ז ע' 125
  2. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ ד. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וירד הוי' על הר סיני. *** סה"ש תש"ז ס"ע 126
  3. יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ז ס"ע 126
  4. מב - שנת תשכ"ה - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מקץ, שבת חנוכה, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ז ס"ע 126
  5. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' וארא, כ"ד טבת, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ו ריש ע' 127
  6. מח- שנת תשכ"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת אור ליום ועש"ק פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ז ע' 127
  7. מט- שנת תשכ"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ז ע' 123
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 2
  1. הוספות ‹ כד ספר השיחות תש"ז ע' 123
  2. הוספות ‹ קלו ספר השיחות תש"ז ע' 127