ליל שמחת תורה תש"ז
71ליל שמחת תורה תש"ז
א. למעלה זיינען אַלע ידיעות ע"י הכרזה, וואָס די הכרזה קומט ע"י המלאכים, אַ מלאך איז דאָך ניט קיין מציאות לעצמו, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די שליחות — ער ווייס אַז דאָס מיינט מען אים ניט — פאַר אים איז דאָס ניט נוגע.
אַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו, זי ווייס אַז דאָס אַלעס מיינט מען איר, און איר איז דאָס נוגע, ווייל זי דאַרף דאָס דורכפירען, דורכטאָן.
דער עיקר עבודה איז עבודה בפועל. . . און דורך דעם ווערט די עליית העצמות בעצמותו.
ב. בשנת תרנ"ח ביי אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה האָט דער טאַטע אַרומגערעדט דעם חילוק פון מלאכים און נשמות, וואָס מלאכים זיינען בהתפעלות וברעש ווייל זיי זיינען ניט קיין מציאות לעצמו, עס גייט זיי ניט אַן די אַלע הכרזות, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די הכרזה, קענען זיי זיין בהתפעלות און שפּרינגען קדוש, אַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו זי הערט זיך צו די הכרזות און איז קולט אין זיך אויף דורכצופירן זיי.
אַ נשמה שפּרינגט ניט, זי דאַרף גיין, אַ דורך גיין. ער ווייס ווען צו גיין און ווען אַ שפּרינג טאָן, כמו שאומרים העולם: "ביז מען האָט ניט איבערגעשפּרונגען זאָגט מען ניט האָפּ".
דער טאַטע האָט דאַן גערעדט די שאלה פאַרוואָס קומט ניט אַראָפּ די עצם הנשמה למטה נאָר הארת הנשמה לבד — ווייל ווען די עצם הנשמה וואָלט אַראָפּגעקומען וואָלט זי אַ דורך געברענט, אָבער די הארת הנשמה איז מברר ומזכך, זי קומט אַראָפּ אין אַ גוף, עס איז איר מלביש אַ נה"ב — ניט קיין יצה"ר: ער פאַרשטעלט זיך אַמאָל פאַר אַ אָרימאַן, פאַר אַ עושר, פאַר אַ בדחן, אַמאָל גאָר פאַר אַ פּריץ, אָבער מען דאַרף אים קענען מיט אַלע זיינע התחכמות'ן — מען דאַרף אים מברר 72ומזכך זיין, וואָס דאָס איז נאָר דורך עבודת התפלה.
חסידים דאַרפען טאָן אין עבודת התפלה, מ'דאַרף אָנפאַנגען דאַוונען. דער טאַטע האָט געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען בשנת תרנ"ו1 אַז דער וואָס טוט אין עבודת התפלה — איז דער רבי און אַלע רביים בענטשען אים; און דער וואָס טוט ניט אין עבודת התפלה זאָגט מען אים: צא מכאן, מ'וויל דיך דאָ ניט האָבן, דו זאָלסט אין די ד' אמות ניט זיין. און נאָך שאַרפע רייד וואָס מען קען זיי ניט איבערזאָגן.
ער האָט יעמאָלט גערעדט באריכות גדולה וועגן דאַוונען: אַ משכיל וואָס לערנט חסידות און דאַווענט ניט, זאָג איך אים: צא מכאן, איך וויל דיר ניט אין מיינע ד' אמות. ער האָט גערעדט זייער שאַרפע דיבורים וואָס איך וויל זיי נישט איבער'חזר'ן.
חוץ דעם וואָס מען האָט אַסאַך מאָל גערעדט אַז אויב ער טראָגט דאָס ניט אַראָפּ אין עבודת התפלה איז פאַרשטייט ער גאָרניט — די השכלה און די הבנה זיינע איז קיין השכלה והבנה נישט, איז בכלל טויג דאָס ניט — דער עיקר איז עבודה בפועל.
בכדי עס זאָל זיין די עבודת התפלה כדבעי, דאַרף טאַקע פריער זיין קריאת שמע שעהמ"ט, מאַכען אַ חשבון הנפש, און סוף כל סוף דאַרף מען קומען צו דער מסקנא ווי ר' הענדל2 האָט געזאָגט בשם ר' גרשון בער3, אַז מען דאַרף ווערען אַ אַנדערער. ער האָט געזאָגט צו זיך: ווער אַנדערש, דער מאָרגען זאָל זיין אַנדערש ווי היינט.
ג. בשמע"צ אומרים: "שמיני עצרת החג הזה", איז דאָך אַ שאלה אַלע ימים טובים זאָגט מען פריער חג (כמו: חג המצות, חג השבועות, וכו'), און פאַרוואָס שמיני עצרת זאָגט מען ("שמיני עצרת החג הזה") דער חג שפּעטער4, נאָר שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם חג5. דער אויבערשטער איז שמח וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַ גוטע שטיקל אַרבעט, ער האָט אַלע אידען געגעבן אַ גוט יאָר.
כי בר"ה איז דאָך ספרים נפתחים6, און די תובעים מאָנען און זייער טענה איז דאָך אַ ריכטיגע. וואָרום ביי דעם איש הפשוט איז דאָך דער אלול ניט אַנדערש ווי חודש אב און ימי הסליחות ווי אלול, און אַזוי ר"ה, עשי"ת, יוהכ"פ, און די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות. אָבער אַז עס קומט סוכות איז ער גאָר אַ אַנדערער: ער גייט אין סוכה הגם עס איז אַ רעגן וואָס עפ"י דין איז ער דאָך פטור7, ער ווערט אַריינגערעגנט, ער טוט דאָס מחמת אהבה8. ער שטייט אויף 6 אַזייגער בענטשען אתרוג. אַ אתרוג האָט ער ניט, לויפט ער אין שול בענטשען אתרוג און דאַוונען. ער פאַר'משכון'ט די כלי המלאכה אויף צו קויפן אַ ביסל משקה אויף יו"ט. און אַז עס קומט שמע"צ טאַנצט ער מיט די ס"ת מיט צעריסענע פּאָדעשוועס, און קוקט ניט אויף די 73קללות וואָס די ווייב גיט עם, די קינדער זיינען באָרוועס און נאַקעט, די כלי המלאכה האָט ער פאַר'משכון'ט — וועט ער ניט האָבן מיט וואָס אָנפאָנגען נאָך יו"ט צו אַרבעטן9, נאָר ער איז זיך משמח מיט אַ תמימות און ער דערהערט די פשיטות העצמות. איז יעמאָלט פאַלן אַוועק די טענות התובעים און דער אויבערשטער גיט אַלע אידן אַ גוט יאָר, און פון דעם איז ער שמח, און דאָס איז וואָס שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם יו"ט10.
אט דאָס הייסט אַ איד, די תמימות און מסירה ונתינה, און דערפאַר האָט עצמות בוחר געווען אין נשמות ישראל.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מיר האָבען גאַנצע פּאָדעשוועס, דאַרף מען טאַנצען.
ד. ווען דער רבי דער צ"צ איז אַלט געווען 9 יאָר האָט אים דער אַלטער רבי דערציילט פון דער צייט וואָס ער איז געווען אין מעזריטש, און פון פאַר מעזריטש און פון נאָך מעזריטש, פון דעם בעש"ט, פון זיין פאָטער ר' ברוך און פון זיין פעטער הריי"צ וואָס זיינען געווען דעם בעש"ט'ס מענטשען11.
ווען דער צ"צ איז אַלט געוואָרן 13 יאָר און ער האָט שוין אַלעס גוט פאַרשטאַנען, האָט ער אַמאָל איבערגעטראַכט מכח די עבודת התפלה פון אַ איש פשוט, און האָט אויף איינעם אָנגערופען מיט דעם נאָמען: ער איז אויך מיר אַ חסיד!
ווען ער האָט דאָס איבערגערעדט מיט דעם אַלטן רבי'ן, האָט ער געזאָגט צום צ"צ: אָט דאָס איז אַ חסיד. דו דאַרפסט זיך רייבען אַרום אַלטע חסידים, מען זאָל דיך גוט דורכרייבען, אַזוי ווי מען האָט מיך דורכגעריבען אין מעזריטש.
וסיפר לו אדמו"ר הזקן: קומענדיק אין מעזריטש האָב איך געזען דאָס התלהבות'דיגע דאַוונען פון די אידען אין ביהמ"ד, האָב איך געמיינט אַז זיי זיינען קלאָר בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, קבלה און חסידות, ווען איך האָב זיך מיט זיי פאַנאַנדערגערעדט האָב איך געזען אַז זיי זיינען עין יעקב אידן און ווייסן אַ שטיקל שו"ע, און די פנימיות פון אגדה ווייסען זיי ניט. בין איך שטאַרק אַראָפּגעפאַלען ביי זיך, און האָב אַ זאָג געטאָן: דאָס זיינען אויך מיר חסידים!
ואח"כ כשנכנסתי להרב המגיד ביאר לי שיטת הבעש"ט וואָס ער האָט זייער משבח געווען די מעלות פון אנשים פשוטים, והעיקר — זייער תמימות, מס"נ און אמונה פשוטה, און באַ זיי — באַ די אנשים פשוטים — איז התגלות עצם פשוט.
אדמו"ר נ"ע סיפר בשם המהר"ש והמהר"ש בשם הצ"צ אַז דער אַלטער רבי פלעגט זיך ווינטשען צוצוקומען צו די מעלות התמימות פון אַ איש פשוט, ואמר הצ"צ אַז בעת דער אַלטער רבי פלעגט דאָס זאָגען האָט זיך אים געשטעלט צוויי טרערען אין די אויגען. און דער צ"צ האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי נעמט זיך אַז ביי אַזאַ בעל מוחין ווי דער אַלטער רבי זאָל פון דעם האָבען 74כיווץ המוחין, כידוע12 שדמעות הם מכיווץ המוחין.
ה. עס13 איז דאָ אַ מאמר פון מוהר"ש נ"ע14 המתחיל בכ"ה בכסלו15, וואָס דער מאמר16 איז אַ הנחה מר"פ רייזעס17 — ר"פ רייזעס ווען ער איז געווען אין ליאָזנאָ ביי אדמו"ר הזקן איז ער געווען דער מניח המאמרים18 —. אין דעם מאמר איז דער אַלטער רבי מגנה התפעלות הלב, אַלע מאָל פלעגט דער אַלטער רבי מגנה זיין (אין די מאמרים) התפעלות המוחין און משבח זיין התפעלות הלב ביז איין מאָל זיינען די חסידים אַרויסגעגאַנען דאַוונען מחוץ לעיר ווייל זיי זיינען געשטאַנען אין אַזאַ התפעלות הלב אַז זיי האָבן ניט געקענט פאַרטראָגען די הגבלה פון דער שטאָט, דעמאָלסט האָט דער אַלטער רבי געזאָגט דעם מאמר און האָט מגנה געווען התפעלות הלב און מיט דעם האָט ער משקיט געווען און אָפּגעקילט דעם להבה שלהבת פון התפעלות הלב19.
ו. אַמאָל אין אַ יאָר וואָס עס איז געווען די קביעות כמו השתא שמע"צ שמח"ת און גלייך שבת בראשית, האָט דער טאַטע גערעדט אין דעם ווי שבת איז דאָך אַ קדושה פאַר זיך מיט אירע ענינים. ואמר: עס איז דאָך גאָר ניטאָ קיין צייט פאַנאַנדערפּאַקען די פּעקלאַך. ווי דער מנהג הסוחרים איז20, ווען זיי קומען צוריק פון יריד21, פּאַקען זיי אויס די סחורה וואָס זיי האָבן איינגעקויפט, און קוקען איבער יעדער שטיקעל סחורה ווי גוט עס איז, און באַשטימען די פּרייזען פון די סחורה, ער רעכנט אויס: דאָס איז אַזוי פיל ווערט, און דאָס האָט אים אַזויפיל מיה געקאָסט, און לייגט אויס יעדער שטיקעל סחורה באַזונדער.
כמו"כ איז בין שמח"ת לשבת בראשית איז אַ הפסק, אין צווישען איז דאָ צייט ווען אויסצופּאַקען און אויסצולייגען די סחורה22.
און אַזוי איז אויך היינט, אַז ר"ה יוכ"פ און סוכות שמע"צ האָט מען דאָך מקבל געווען און געשעפּט זייער אַ סאַך און אָנגעפּאַקט אַ סאַך פּעקלאַך, און עס איז נאָך ניט געווען קיין צייט פאַנאַנדערפּעקלען זיך, און עס איז שוין שבת בראשית.
75צוריק אָבער איז פאַראַן אַ מעלה, אַז מען ווייס דאָך אַז עס איז דאָ אין פּעקלאך — אפילו פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָך דאָ, מען קען זאָגען: אַיי וואָס פאַר אַ גוטע סחורה איך האָב אַיינגעקויפט, עס איז פאַראַן דאָס און דאָס, פון אַלע זאַכען, עס איז טאַקע פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָ. און דערווייל גייט ער אַ טענצל.
מען דאַרף אָבער ניט פאַרגעסען אויסצופּאַקען די סחורה, עס זאָל ניט פאַרשימעלט ווערען, עס זאָל ניט פאַרטריקענט ווערען, אַמאָל קענען זיך עכברים אַריינכאַפּען און צו עסען די סחורה.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: די בני ארץ ישראל האָבען איין טאָג אַ הפסק אויף אויסצופּאַקען די סחורה אפילו ווען די קביעות איז כמו השתא שבת בראשית אחר שמח"ת כי אצלם יום ו' הוא יום חול.
ז. מען דאַרף אָנהויבען דאַוונען און ווערען אַ אַנדערער. פאַר דעם דאַרף זיין קריאת שמע שעל המטה, און מען דאַרף טאַקע לייענען קריאת שמע שעל המטה. חסידים פלעגען זאָגען על חטא אין קריאת שמע שעל המטה, דאָס זאָגען על חטא דאַרף זיין געזאָגט ניט געבאַלאַבאָצעט. בפרט נאָך יו"ט וואָס עס האָט זיך אָנגעקליבען דער פרש חגיכם23; וואָס דער זאָגט: איך בין דאָך אַ מקורב, אַ שלישידיקער אָדער אַ ששידיקער. און דער — פון לערנען תורה, וואָס ער קען לערנען ניט נאָר גמרא מיט רש"י נאָר אויך תוספות מיט מפרשים און ער פאַרשטייט זיי, און וואָס אַלע מאמרי חז"ל אפילו אַ פאַרוואָרפענער ווייס ער אויך, אויך אגדה ווייס ער אפילו דעם פנימיות'דיגען פשט אויך, וואָס פון דעם אַלעם האָט זיך אָנגעקליבען פרש. און אויף דעם דאַרף מען האָבען קריאת שמע שעל המטה מאַכען אַ ריכטיגען חשבון הנפש אדעתי' דנפשי', נאָכהער דאַרף זיין די עבודת התפלה כדבעי, און דורך דעם איז מען משלים די כוונה העליונה.
ענינים גשמיים בכלל דאָס איז דאָך אַ טפל בלבד, אָבער די גשמיות דאַרף זיין צוליב רוחניות.
הערות
עמוד 72
- 1. ראה גם שיחת י"ט כסלו תש"ו ס"ד (לעיל ע' 17).
- 2. ראה אודותו לעיל ע' 5.
- 3. ראה לעיל שם. וש"נ.
- 4. ראה גם שיחת ליל שמח"ת ה'שי"ת (לקמן ס"ע 374 ואילך).
- 5. נוסחא אחרת: שמע"צ איז אַליין אַ יו"ט.
- 6. ראה ר"ה טז, ב.
- 7. ראה משנה סוכה כח, ב. רמב"ם הל' סוכה פ"ו ה"י. טושו"ע או"ח סתרל"ט ס"ה ואילך. שו"ע אדה"ז שם סי"ז; סכ"א ואילך.
- 8. ראה גם לקו"ש חכ"ט ע' 211.
עמוד 73
- 9. נוסחא אחרת: און נאָך יו"ט האָט ער ניט פון וואַנענט דאָס אויסצולייזען.
- 10. נוסחא אחרת: איז פון די עבודה הקב"ה שמח. און איז דער "שמע"צ החג הזה", אַז דער שמע"צ הוא אחר חג הסוכות דאָס אַליין איז אַ יו"ט.
- 11. ראה שיחת ליל ש"ק חוהמ"ס שנה זו (לעיל ע' 68). וש"נ.
עמוד 74
- 12. ראה תו"א וישלח כו, א. שערי אורה ד"ה וקבל היהודים פ"ה ופי"ט (פט, ב. צד, א). סה"מ תרע"ח ע' צג.
- 13. בהבא לקמן — ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ג סי"א. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 9. וש"נ.
- 14. בוך 722 צא, א ואילך.
- 15. הכוונה לדרוש ברוך שעשה נסים שהוא המשך להמאמר בכ"ה בכסלו — ראה מקומות שצויינו בהערה 13.
- 16. המאמר נדפס עם הגהות כ"ק אדמו"ר הצ"צ באוה"ת בראשית ח"ה תתקנז, ב ואילך. ונמצא בלי ההגהות בבוך 1745 א, א.
- 17. ראה אודותו לעיל ע' 4. וש"נ.
- 18. הנחותיו נדפסו במאמרי אדמו"ר הזקן — הנחות הר"פ (קה"ת, תשי"ח). וראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 128.
- 19. ראה רשימת כ"ק אדמו"ר מהר"ש על המאמר בבוך הנ"ל צט, סע"ב — הועתק בשיחת י"ט כסלו הנ"ל. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א שם הערה 6.
- 20. ראה שיחת ליל שמח"ת תש"ט (לקמן ע' 282. ע' 284). אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ד ע' יח. לקו"ש חכ"ה ע' 299 הערה 24. ובכ"מ.
- 21. נוסחא אחרת: און זיי דאַרפען די סחורה פאַרקויפען, נעמט עטליכע טעג ביז זיי פּאַקען אויס פון די זעק די סחורה וואָס זיי האָבען איינגעקויפט.
- 22. ראה גם שיחת ליל א' דחג השבועות תש"ח (לקמן ע' 233).
עמוד 75
- 23. מלאכי ב, ג. וראה תו"א ר"פ חיי שרה (טו, ג ואילך).
משנה תורה, הלכות שופר וסוכה ולולב ו׳:י׳ - הטקסט מספריא
ירדו גשמים הרי זה נכנס לתוך הבית. מאימתי מותר לפנות משירדו לתוך הסוכה טפות שאם יפלו לתוך התבשיל יפסל אפילו תבשיל של פול. היה אוכל בסוכה וירדו גשמים ונכנס לביתו ופסקו הגשמים אין מחייבים אותו לחזור לסוכה (כל אותו הלילה) עד שיגמור סעודתו. היה ישן וירדו גשמים בלילה ונכנס לתוך הבית ופסקו הגשמים אין מטריחין אותו לחזור לסוכה כל אותו הלילה אלא ישן בביתו עד שיעלה עמוד השחר.
מצוטט ב־7 עמודים
תורת מנחם 7
- ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ ב"ה סה"ש תש"ז ע' 74
- טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ חיי שרה, מבה"ח כסלו, ה'תשט"ז. סה"ש תש"ז ע' 74
- מא - שנת תשכ"ה - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה, ה'תשכ"ה סה"ש תש"ז ע' 74
- מה- שנת תשכ"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ז ע' 74
- מז - שנת תשכ"ו - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ז ע' 74
- סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ ש"פ האזינו, י"ג תשרי, ה'תשל"ב סה"ש תש"ז ע' 74
- סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשל"ב סה"ש תש"ז ע' 74

