יום ש"ק חול המועד סוכות תש"ז בסעודה
69יום ש"ק חול המועד סוכות תש"ז בסעודה
ז. ניגנו הניגון הידוע1 של החסיד ר' זלמן זלאַטאַפּאָלסקי2, אחרי שסיימו הניגון אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א3:
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט מיר אַמאָל אין מענטאָן4 געפירט ווייזן, וואו ר' זלמן זלאַטאַפּאָלסקי איז געזעסען על כיף ימא, און געזונגען דעם ניגון און בשעת מעשה געטראַכט אַ חסידות וואָס ער האָט געהערט פון רבי'ן מוהר"ש. דאַמאָלסט איז ר' זלמן ניט געווען אין מענטאָן, די מעשה איז געווען מיט אַ צייט פריער5.
70ר' זלמן איז דאַמאָלסט געקומען צום טאַטען אין מענטאָן ווינטער, איז ער געקומען מיט אַ פוטערנע שובע (במענטאָן האויר חם גם בחורף), און האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ באַנק און זיך פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, טראַכטענדיג דערביי אַ מאמר חסידות פון רבי'ן מהר"ש נ"ע. ער האָט ניט געוואוסט, אַז דאָ ניט ווייט וואוינט דער טאַטע. דערווייל איז דער טאַטע פאַרביי געגאַנגען און געזען ר' זלמן'ען ווי ער זיצט פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, האָט ער אים ניט געוואָלט מפסיק זיין. שפּעטער האָט אים דער טאַטע געפרעגט: וועלכען מאמר חסידות פון טאַטען האָט ער בשעת מעשה געטראַכט.
— ר' זלמן איז ניט געווען קיין רך הלב — בכלל קרעמענטשוקער זיינען ווייט פון רכות הלב און בפרט ר' זלמן — פונדעסטוועגען אַז דער טאַטע האָט אים דאָס געפרעגט, האָט ער אַ גאָס געגעבען מיט טרערן, און עס האָט אים פאַרכאַפּט דער אָטעם, אַז ער האָט ניט געקענט ריידען.
נאָכדעם — ווען ער האָט זיך באַרואיגט — האָט ער געזאָגט: דער רבי6 האָט געזאָגט דעם און דעם מאמר, אין דעם און דעם שבת.
אַה! אַ פנים אַז אַ חסיד איז גאָר אַ אַנדער זאַך.
חסיד איז ניט משכיל, ניט עובד, נאָר אַ חסיד, און פשיטא אַז מען איז אַ משכיל און אַ עובד אויך. משכיל איז דאָך מוחין, דאָס הייסט, אַז די מוחין קומען אַראָפּ אין עבודת החסידות.
ח. זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור7 — אַז זכור ימות עולם, דאַן איז בינו שנות דור ודור.
מען טאָר דאָך ניט זאָגען, מען געפינט זיך דאָך אין אַ סביבה פון תורה ועבודה, אָבער אַז מען דערמאָנט זיך ווי עס איז געווען אַמאָל — וויינט די האַרץ.
איך האָב געהערט פון טאַטען, וואָס ער האָט דאָס געהערט אויף יחידות ביי דעם זיידען (מוהר"ש נ"ע) אַז אַמאָל האָט איינער אַ חסיד — איך וויל יעצט ניט פורש בשמו זיין — געקלאָגט זיך פאַר דעם צמח צדק: מען לערנט און מ'דאַוונט, נאָר עס איז גאָרניט. האָט דער רבי צמח צדק געענטפערט: דאָס גופא, אַז מ'ווייס אַז עס איז גאָרניט, איז אויך גוט.
פון אים — נראה הכוונה על החסיד הנ"ל — איז דאָך פאַראַן דער וואָרט, אַז די קאָפּ פאַרגעסט ניט וויפל די קאָפּ דאַרף פאַרשטיין, און די האַרץ פאַרנעמט ניט וואָס די קאָפּ פאַרשטייט.
ט. צוה לנגן ואמר: עס שטייט דאָך ושמחת בחגך8, דאַרף מען דאָך האָבען שמחה, און ווי נויטיג מיר דאַרפן שמחה הן אין גשמיות און הן אין רוחניות.
י. בקיץ תרנ"ה התחיל הסדר בפעם הראשון לנסוע על דאַטשע9, וכ"ק אאמו"ר אמר לי אז, שהכוונה בהנסיעה, 71ווייל איך וויל דיר האָבען לעבען מיר10. ואז התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לכתוב רשימות מהענינים ששמע מאביו כ"ק אדמו"ר נ"ע.
יא. משך הדיבור אודות התמימים הראשונים שלמדו בליובאַוויטש, והזכירו את הרש"פ זאַלמאַנאָוו11 שהי' "חוזר" בשנות תרנ"ותרנ"ט12.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער טאַטע האָט אויף אים געזאָגט: ער פאַרנעמט און נעמט אַריין אַן התפעלות, אָן התפעלות.
הערות
עמוד 69
- 1. תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ניגון סא.
- 2. החסיד ר' שלמה שניאור זלמן זלאַטאַפּאָלסקי. מחסידי כ"ק אדמו"ר מהר"ש וכ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. ראה אודותו: ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 162. אגרות-קודש ח"ב ע' רס.
- 3. בהבא לקמן — ראה גם אגרות-קודש חי"ד ע' תלז. שיחת י"ג תמוז תרצ"ב. שיחת ליל ב' דחג הפסח שנה זו (לקמן ע' 107).
- 4. בחורף תרע"ג — אגרות-קודש שם.
- 5. בשנת תרמ"ה, ג' שנים אחרי הסתלקות אדמו"ר מהר"ש — שיחת י"ג תמוז שם.
- . שהה שם מאור ליום ה' כ"ב שבט עד ר"ח ניסן (אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תרפט. שם ע' תשד). וראה קונטרס חנוך לנער ע' 15: תרע"ג — לרגלי בריאותו מבלה ימי החורף במענטאן. ובאגרות-קודש ח"ג ע' רצג: "בחורף תרע"ג נסעתי לבקר את הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה זי"ע, שהי' אז במענטאן — צרפת — והיינו מטיילים על כיפא דימא, איזה שעות ביום, וזכיתי לשמוע דברים שלא שמעם איש". עיי"ש.
עמוד 70
- 6. אדמו"ר מהר"ש.
- 7. האזינו לב, ז.
- 8. פ' ראה טז, יד.
- 9. לנאות דשא באליווקא הסמוכה לקראַסנאָיע. — ראה מאמר "אבות החסידות" — "התמים" חוברת ב ע' מה [ע, א]. קונטרס חנוך לנער ע' 13. ע' 55. ספר השיחות תש"ד ע' 140. תש"ה ע' 123 ואילך. שיחת י"ב תמוז שנה זו. שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 140. ע' 246). אגרות-קודש חי"ד ע' תלז. וראה רשימת ח"י אלול תש"ח (לקמן ע' 262).
עמוד 71
- 10. ראה ספר השיחות תש"ה שם: דער יאָר תרנ"ה איז געווען דער ערשטער יאָר וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געפאָרן אויף דאַטשע. דער טעם הנסיעה בגלוי איז געווען מצד חלישות הבריאות, אָבער דער אמת'ער טעם איז געווען ווייל ער האָט געוואָלט זיין מער מיט מיר צוזאַמען און אָפּגעבן זיך מיט מיין חינוך.
- 11. נולד בשנת תרל"ט בקלימוביץ, פלך מוהילוב. הי' בליובאוויטש תרנ"ותר"ס. תר"סתש"ב בווארשא. ראה אודותו: ספר השיחות תש"א ע' 61. ספר השיחות שבהערה הבאה.
- 12. בספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17: תרנ"ותרנ"ז.

