סעודת י"ג תמוז תרצ"א

255סעודת י"ג תמוז תרצ"א

עס איז נויטיג צו מודיע זיין, אַז אין אויר איז מרחף אַ דעה כוזבת די דעה כוזבת איז אַז איצטער איז שינוי הזמן, די צייט האָט זיך געביטן, איצטער איז ניט ווי אַמאָל, און מען זאָגט אַ פתגם "וואָס זאָל מען טאָן", אָט דער וואָס זאָל מען טאָן איז פול מיט יאוש, און קומט פון עצלות און שקר. און די דריי זאַכן, שקר, עצלות ויאוש זיינען די דריי פיס אויף וואָס עס איז געבויט די דעה כוזבת, וואָס דערפון פון דער דעה כוזבת נעמט זיך טעותים.

יעדער זאַך מוז האָבן אַ שרש למעלה, און יעדער ענין גשמי איז פאַראַן שרשו ומקורו למעלה, אויף אפילו דער חיות און קיום הסט"א מוז האָבן אַ יניקה מן הקדושה ווי ער זאָגט אין זהר2 בענין שק"ר, דאותיות ק' ר' אתוון דזיופא אינון, און שקר אַליין קען דאָך קיין חיות ניט האָבן. דערפאַר נטלין אות שי"ן.

פאַראַן אַזעלכע וואָס ווילן זאָגן אַז די דעה כוזבת פון שינוי הזמן, דאָס הייסט אַז די צייט בייט זיך, במילא 256ווערט געשאַפן ענינים בסדר והנהגה בעניני תורה ומצות לפי אופן ומצב הזמן, האָט אַ שרש, והראי' מורינו הקדוש הבעש"ט נ"ע האָט מגלה געווען אַ אור חדש, מורינו המגיד ממעזריטש ותלמידיו הצדיקים הקדושים נ"ע האָבן געעפנט דרכי אורחות חיים.

רבינו הגדול נ"ע האָט געלייגט דעם יסוד פון דעם בנין הענקי חב"ד יצ"ו און במשך פון די זיבן און דרייסיק יאָר פון זיינע נשיאות3 מיט זיינע באַוואוסטע מסירת נפשו הקדושה והטהורה האָט ער אויס געבויט דעם היכל הוי', און די הייליקע רביים, כ"ק אבותינו רבותינו הק' נ"ע, כל אחד בדורו פעל ועשה במסירת נפשו להגדיל ולהאדיר את ההתעסקות בתורה ועבודה.

יע, אמת אַז בכל עת ובכל זמן לפי מעמד ומצב העולם מוז געשאַפן ווערן בעזרתו ית' ענינים ודרכים באיזה אופן לחזק ההתעסקות בתורה ועבודה. עס שטייט4 מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל, שטייט לשון רבים, ער רעדט דאָך איבער דעם כלל ישראל האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן מה טוב אהל יעקב ומשכן ישראל, פאַרוואָס זאָגט ער מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל, ריבוי אהלים און ריבוי משכנות, נאָר דער אמת איז ווייל אין דעם איז פאַראַן כמה מדריגות, אָבער מען טאָר ניט פאַרגעסן איף אַ רגע און מען מוז אַלע מאָל געדענקען אַז די אַלע זיינען אהלי יעקב ומשכנות ישראל.

עס זיינען פאַראַן באַזונדערע נוסחאות, ווי עס איז ידוע5 ענינם של י"ב שבטים, והשערים שהיו במקדש, אָבער וואָס געהערט אין דעם ענין פון סור מרע ועשה טוב איז כולם שוים.

מען רעדט דאָ ניט פון דעם ועשה טוב וואָס דער היפוך דערפון איז סור מרע, מכח אַזעלכע זאַכן רעט מען ניט, נאָר מען רעט מכח דעם ועשה טוב ווי ע"פ חסידות איז, וואָס אין דעם איז אויך ניטא קיין שינוי הזמן, אדרבה עס איז נשתנה המצב לטוב, עס איז דאָך עקבות משיחא מיר גייען ב"ה נעענטער צום שליאך, וואָס אַ טאָג, וואָס אַ וואָך וואָס אַ חודש ווערן מיר נעענטער צום בעתה און מכל שכן צום אחישנה5.

תורה ומצות זיינען נצחים שינוי הזמן איז ניטאָ, וואָס מען האָט אַמאָל ניט געמעגט מעג מען היינט אויך ניט, וואָס מען האָט אַמאָל געדאַפרט טאָן מוז מען היינט טאָן.

נאָר אין דער צייט, דאָס הייסט אין די לעצטע צען פופצען יאָר, וואָס בא סנחרב ובלבל את העולם6, און אידן זאָלן געזונט זיין האָבן זיך צושפרייט איבער סיבות שונות אין פערשידענע לענדער, וואָס דאָס אַליין איז דאָך על פי סדר ההשגחה העליונה ווי עס שטייט7 כי בארבע רוחות השמים פרשתי אתכם, די השגחה עליונה פירט אין מעקסיקע און אין אורוגוואיי והדומה בכדי ער זאָל דאָרטן מאַכן אַ שול ברענגען אַ רב, מאַכן אַ מקוה אַ חדר און בעלייכטן דעם געגנט מיט תורה ומצות און מדות טובות.

257די אַרבעט איז זייער אַ שווערע עס קומט אַ איד מיט אַ פאמיליע זאָל געזונט זיין אַ נעונד'ניק, דורך געגאַנגען אַזאַ שווערע ביטערע וועג, פרעמד פון תנאי המקום און ער אָט דער צובראָכענער איד, דאַרף אויס פירן די כונה העליונה, להאיר מחשכי ארץ8 הלזו הגשמי' באור תורה ומצות ומדות טובות און וואו אין אַמעריקא יאפאן און חינא.

עס איז ניט קיין גרינגע שטיקל אַרבעט אפילו אין וואַרשע אין אין ווילנא וואו ב"ה מען טוט זיך אַ קער איז אָן ע"ה עוסקים בתורה ועבודה כן ירבו, ובפרט די וואָס זיינען עלול צו זיין בעזה"י עוסקים בתורה ועבודה, איז די אַרבעט אַ שווערע, היינט מכש"כ אין די ווייטע לענדער איז אין אַזאַ מצב איז פאַראַן זאַכן וואָס די עלטערן דאַרפן מעלים עין זיין פון די אינגערע.

די העלמת עין מיינט מען ניט העלמת עין פון גראָבע זאַכן, דאָס הייסט ח"ו מעלים עין זיין פון דעם וואָס מען טאָר ניט, דאָס וואָס מען טאָר ניט, האָט מען אַמאָל ניט געטאָרט און מען טאָר איצטער ניט, מיט די גאַנצע האַרבקייט ווי עס איז געווען, אין דעם איז ניטאָ קיינע הנחות, נאָר אין ענינים פון הנהגה איז באַ געוויסע זאַכן דאַרף מען האָבן העלמת עין.

דער העלמת עין מיינט ניט אַז דאָס איז אַ היתר וואָס מיא איז יענעם מתיר, אָדער אַ געוויסע קולא, ניין, און בפרט אין די מדינות די באָרד דאַרף מען ניט שערן, אין מיט אַ סם דאַרף מען ניט גאָלן, מען רעט דאָ ניט מכח דעם איסור והיתר פון דעם, אָדער פון אַנדערע אַזעלכע זאַכן, מען רעט מכח דעם אַז די זאַכן זענען פותח שערי טומאה ר"ל.

אַז מען גייט מיט אַ באָרד און פאות, מעט גייט מיט לבושים ווי עס דאַרף זיין, איז דאָס אַליין אַ געוויסע הגדרה, און אַ געוויסע הגבלה, אַז מען איז ניט שייך צו קיין אַנדערע סביבה, במילא איז מען שייך צו דער סביבה פון תורה ומצות. אָבער אַז מען שערט די באָרד9, מען פוצט זיך אָדער מען נעמט אָראָפּ מיט אַ סם, נעמט מען אַראָפּ די הגבלה און די הגדרה, דאַן איז ער גלייך מיט אַלעמען.

אָט דער גלייכער שנירל וואָס אַלע זיינען גלייך דאָס הייסט, דאָס וואָס מענטשן האָבן זיך אָנגעהויבן אויסגלייכן, אַז יענער טוט דאַרף ער אויך טאָן האָט אָנגעמאַכט רוחניותדיקע חורבנות, און אין דעם גייט נאָך אַוועק די געוויסע פלפולים אויף דעם יסוד, אַז יענער טוט אַזוי מעג ער אויך טאָן אַזוי.

דער העלמת עין וואָס מען מיינט דאָ איז אַ געוויסע סבלנות, זאָגן יענעם דעם אמת, דעם גאַנצן אמת ווי ער איז אָן קיינע הנחות און אָן קיינע קולות און נאָר יעדער זאַך זאָגן מיט אַ געוויסן אויסרעכענונג, מיט אהבה און מיט קירוב אָן נעמען יענעם פאַר אַ פינגער, און מקרב זיין צו זיך, נאָר אין דעם דאַרף מען זיין זהיר, עס זאָל ניט זיין ח"ו עד"מ ווי איינער טרינקט זיך ר"ל און מען נעמט אים אָן פאַר אַ פינגער, וואָס לא די מען איז יענעם ניט מציל, אדרבה ח"ו ער קען נאָך דעם אַנדערן אויך אַריינשלעפן, און אַז די כוונה איז בשביל הקירוב, און דער קירוב איז מיט אַ סדר ווי ע"פ תורה, דאַן איז דורך דעם קירוב ווערט ער מיט דער צייט אין גאַנצן נתקרב צום טוב באמת.

אח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א 258להתמימים תלמידי הישיבה ואמר: די תמימים ווייסן ניט דעם סדר ווי עס האָט זיך געפירט אין ליובאַוויטש, הגם מען קען אויף זיי מלמד זכות זיין, זיי זיינען פאַרטראָגן אין לערנען אין תורה הנגלית, אין חסידות און אין דאַוונען קענען זיי זיך ניט אָפּגעבן צו דעם סדר ווי עס איז געווען אין ליובאַוויטש, אָבער עס פעלט די לחלוחית.

עד"מ וואָס אַ בנין מאַכט מען פון עצים ואבנים, כדאי' בספר יצירה10 שתי אבנים בונות שתי בתים, וואָס אַ בנין מאַכט מען פון ציגל, אָבער פון בלויז ציגל אַליין קען מען נאָך קיין בנין ניט מאַכן, עס דאַרף אויך זיין חומר צו מחבר זיין די ציגל, און דער חומר דאַרף זיין מיט לחלוחית.

משא"כ אַז איינער האָט בלויז ציגל, ער איז אַ גביר האָט מיליאָנען ציגל, אָבער קיין בנין קען ער דערפון ניט מאַכן, ער זאָל אַרויף שטעלן איין ציגל אויפן אַנדערן אָנשיטן זאַמד און מסדר זיין ווי אַ בנין, איז אַ סכנה דורך צוגיין אַרום דעם בנין, עס קען זיין ח"ו עס זאָל אַראָפּ פאַלן אַ ציגל פון זעקסטן שטאָק, און יענער קען אַוועק גיין אָן אַ קאָפּ, מען מוז האָבן חומר ולחלוחית אויף מחבר זיין די לבנים זיי זאָלן האָבן אַ קיום. עס זאָל בלייבן די לחלוחית טויג אויך ניט, עס איז ניט קיין בית מושב, די לחלוחית מוז פאַרטריקנט ווערן און דאַן ווערט דאָס אַ בית מושב לאדם.

אַזוי איז אויך אַז איינער לערנט גמרא, פוסק[ים], ער פאַרמאָגט אַ הון עצום, ער האָט מיליאָנען ציגל נאָר עס פעלט די לחלוחית און די התדבקות, פון אַזאַ דאַרף מען זיך היטן און אין זיינע ד' אמות טאָר מען ניט שטיין ווייל מען קען אַוועק גיין אָן אַ קאָפּ ח"ו.

עס איז זייער נויטיק צו לערנען מזמן לזמן די מאמרים החלצו רנ"ט11, ושבתה רס"ב12. די אַלע חסרונות פון שנאת חנם, פירוד לבבות, תערובות טוב ורע, וואָס אין יענע מאמרים ווערט אַרומגערעדט זיינען לדאבון לבבינו אַ סחורה מהלכת באַ חסידים שי', און די עצות צו די חסרונות פוילט מען זיך זוכן און מקיים זיין.

עס זיינען צווישן אנ"ש שי' פאַראַן גבירים אדירים, וואָס פאַרמאָגן אַ סאַך ציגל, אותיות פון תורת הנגלית, אותיות פון תורת החסידות, און ניט נאָר אותיות אַליין נאָר טאַקע אַ גאַנץ פיינע הבנה מיט טיפע הסברות, און אפילו אַזעלכע וואָס זיינען בקיאים אין היבש מאמרים, אָבער דאָס איז אַ בנין פון ציגל, דאָס איז ניט קיין בית מושב, דאָס גיט אין קאָפּ, ער איז מבטל את זולתו, דער אַנדערער האָט קיין אָרט ניט, ויש בזה ריבוי פרטים ואופנים שונים, והסבה העקרית היא שחסר הלחלוחית.

דער ענין פון התדבקות און לחלוחית איז אַ חסידישער פאַרברענגען און עבודה שבלב.

אַ חסידישער פאַרברענגען האָט אַמאָל געגעבן אַ יונגענמאַן אַ יסוד אין לעבן, באַ דעם חסידישן פאַרברענגען 259האָט מען געזען וואָס ידידות איז, וואָס אהבה וחבה איז, און וואָס מען רופט אמת, וואָס איז ענו, און ווי מען דאַרף זיין איבערגעגעבן עלטערע חסידים.

ר' שמואל מונקעס13, דעם אלטן רבי'ס אַ חסיד, נאָך גאָר פון די ערשטע, אַ הצנע לכת, איינמאָל14 באַ אַ פאַרברענגען האָט ער געהאַלטן דעם פאַרבייסן. פערשידענע פליישיקע מאכלים וואָס דער שו"ב האָט געבראַכט. אַז מען האָט געבעטן פאַרבייסן האָט ער ניט געגעבן, פאַרוואָס ער גיט ניט האָט ער ניט געזאָגט.

דער עולם האָט גוט פאַרבראַכט, און מען האָט געוואָלט פאַרבייסן, און ער גיט ניט, האָט דער עולם געוואָלט נעמען בחזקה, און מען האָט זיך גענומען אַמפּערן מיט אים, ער האָט דערזען אַז עס איז שלעכט באַלד וועט מען אים גובר זיין האָט ער גענומען דעם גאַנצן פאַרבייסן און אַריינגעוואָרפן אין דער כלי פון די אומריינע וואַסער.

אַז דער עולם האָט דאָס דערזען איז מען געוואָרן פאַרוואונדערט אָבער פאַרפאַלן מען האָט אים געוואָלט געבן קאָרקעס, דערווייל איז מען געקומען צולויפן פון שוחט זאָגן אַז מען זאָל דעם פאַרבייסן ניט עסן, ווייל עס איז אַ גרויסע שאלה און אַלץ איז טריפה.

דאַן ערשט האָבן זיך די עלטערע חסידים גענומען צו ר"ש מונקעס מאָנען באַ אים ווי קומט ער צו אַזעלכע הויכע דרכים, וויסען רוח הקדש זאַכן. צום סוף נאָך אַ סאך ריידעניש האָט ער געזאָגט אַז ער האָט געדאַרפט דעם ערשטן מאָל אַריינגיין צום רבי'ן אויף יחידות האָט ער מחליט געווען אַז אַ ענין גשמי וואָס עס ווילט זיך זאָל ער ניט טאָן15.

און אַז ער האָט גענומען דעם פאַרבייסן אין האַנט האָט זיך אים זייער געוואָלט דאָס עסן, האָט ער דאָס ניט געגעסן, און אַז ער האָט געזען אַז דער עולם וויל שטאַרק דעם פאַרבייסן האָט ער אים אַרויס געוואָרפן.

יעדער תנועה פון איין אַלטן חסיד איז אַ ליכט אין לעבן, אַ יסוד מוצק אין דרך החיים. הערט זיך צו חסידים און תלמידי התמימים די ערשטע טרעפּ אַריין גיין צום רבי'ן אויף יחידות איז מיט אַ החלטה און הגדרה אין אַ הידור דבר. עס רעדט זיך ניט וועגן סו"מ ועש"ט בפו"מ מכח אַזאַ זאַך איז גאָר ניטאָ צו ריידן, אַ מדה לא טובה האָט מען אויסגעברענט מיטן וואָרצל, ידידות און אהבה וחבה יתירה האָט מען באַגעגנט אויף יעדער טריט.

אַמאָל איז געזעסן ר' משה ווילענקער16, דעם אלטען רבי'ס אַ חסיד און האָט דערציילט וואָס פאַר אַ קירוב און הדרכה ער האָט געהאַט פון חסידים בעת ער איז דעם ערשטן מאָל געקומען אין ליאָזנע צום רבי'ן, פינף חדשים איז ער געזעסן און געהערט און געלערנט ביז ער האָט געפילט אַז ער מאָג און קען אַריין גיין צום רבי'ן אויף יחידות.

260יעדער וואָרט וואָס מען האָט געהערט פון אַ חסיד האָט מען עס געלערנט, געחזרט, אַריין גענומען אין קאָפּ און אין האַרצן, אַז מען האָט געקוקט אויף דעם רבי'ן איז דאָס ביי זיך געווען ווי גילוי שכינה, און אַז מען האָט געהערט אַ תורה פון רבי'ן (ניט מער ווי איין מאָל אין חדש, די איבעריקע מאָל האָט מען ניט אַריינגעלאָזן), האָט מען געחזרט פופציק זעכציק מאָל אַז איינער איז געווען אויף יחידות איז מען געווען בתשוקה גדולה וויסן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט.

אַמאָל איז געזעסן ר' הלל פאַריטשער17, ר' זלמן זעזמער18 און ר' פסח מאלאסטאווקער19 און מען האָט פאַרבראַכט, מען האָט זיך געטראָפן אין ליובאוויטש אומגעריכטערהייט, האָט מען זיך געפרייט איינער מיט דעם אַנדערן באהבה וידידות נפלאה, דערוויילע איז אַריין געגאַנגען ר' אייזיק האָמליער20 איז געוואָרן די שמחה גרעסער, און מען האָט זייער גוט פאַרבראַכט.

כידוע איז ר' זלמן געווען אַ משכיל נפלא און אַ גרויסער עמקן, פלעגט ריידן זייער קורץ און זייער טיף (דער אלטער רבי האָט געזאָגט, זלמנ'ס אַ וואָרט מעג מען לערנען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע באחד המאמרים מביא בשמו21, גולל אור מפני חשך וחשך מפני אור22, גולל אור שלפני הצמצום, מפני חשך הצמצום וחשך הצמצום מפני שיתגלה אור העצמי23), און ער האָט געמאַכט ר' הלל פאַריטשער פאַר אַ חסיד.

ר' פסח איז געווען אַ גרויסער עובד און אַ בעל מדות תרומיות, בעת דעם פאַרברענגען האָט זיך ר' פסח מאלאסטאווקער שטאַרק צו וואַרעמט און האָט אַרום גענומען ר' זלמן זעזמער און האָט אים האַרציק געקושט און האָט זיך שטאַרק צו וויינט. ואמר זלמן, זלמינקע, אַך ווען דיין האַרץ וואָלט געווען אַ כלי אמיתית צו דיין קאָפּ וואָלט געווען באופן אחר לגמרי, וואָס פאַר אַ רחמנות אויף דיר איז. האָט ר' הלל פאריטשער געזאָגט אַז ער איז נתפעל געוואָרן פון ר' זלמן זעזמערס מדת חסידות און ר' פסח מאלאסטאווקער'ס מדת האמת.

זיי אַלע דריי, ר' זלמן, ר' הלל און ר' פסח זיינען געווען שטאַרק פאַרמאַטערט פון דעם פאַרברענגען און האָבן אָנגעהויבן איינצושלאָפן, ר' אייזיק איז דאָך געקומען שפעטער איז ער נאָך געווען בכח פאַרברענגען, ר' אייזיק איז דאָך געווען אַ בעל חושים וכשרונות 261נפלאים און אַ בעל ציור בדבור יפה ומסודר, ופה מפיק מרגליות.

האָט ר' אייזיק געזאָגט24, שלמה המלך איז דאָך געווען נעלה בחכמה וכמ"ש25 וה' נתן חכמה לשלמה, החכמה נתונה לך26, איז וואָס קען זיין גרעסער, העכער און בעסער ווי חכמה, און נאָך עצם החכמה, מ"מ האָט ער קיין רבי'ן ניט געהאַט, אַז ער וואָלט פאָרן צו אַ רבי'ן, איז אַ חוץ דעם וואָס די חכמה וואָלט געווען באופן אחר, וואָלט ער האָבן חסידישע חברים, און זיין אויף חסידישן פאַרברענגען, דאַן וואָלט ער אַלע הפלאות פון אוהב ואהוב געמאָלט אויף חסידים און רביים.

זייענדיק די ערשטע מאָלן אין ליאזנע — זאָגט ר' אייזיק — אַז איך בין נאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק, האָב איך גענעכטיקט אין קליינעם מנין ביין רבי'ן, און איך האָב זיך אויפגעכאַפּט אין מיטן נאַכט, ערשט זלמן, דעם רבינ'ס משרת27, גייט מיט אַ ליכט אין האַנט און דער רבי אַליין גייט, בין איך געוואָרן צומישט, און האָב ניט געהאַט בכח אַ ריר צוטאָן מיט אַ אבר, אָט אַזוי האָט אַ רבי ליב חסידים מער ווי אַ מאַמע אַ קינד.

אַמאָל האָבן די עלטערע חסידים מקרב געווען יונגע לייט מיט אַ קירוב פנימי, באמת מען האָט ליב געהאַט אַ יונגן מאַן, מען האָט געזען זיינע חסרונות און פאַרשטאַנען זיינע מעלות, און מען האָט אים געהאָלפן אַרויס קריכן פון בלאָטע, און אַוועק שטעלן זיך במקום אורה, אָבער די יונגע לייט האָבן געוואוסט אַז זיי דאַרפן האָבן דרך ארץ.

דער אַמאָליקער חסידישער דרך ארץ איז געווען מיט אַ ביטול פנימי, מען האָט געפילט דעם עלטערען חסיד'ס מעלה און די אייגענע קליינקייט, אויף יעדער שריט און טריט האָט מען געלערנט ווי ווערט מען פטור פון די מומי בני אדם, און ווי מען נעמט זיך אין האַנט אויף אָן הויבן ווערן אַ מענטש, און מזמן לזמן איז מען אַלץ געגאַנגען העכער און העכער.

דער חסידישער פאַרברענגען האָט געגעבן די ריכטיקע לחלוחית און דבקות, עס האָט געגעבן אַזעלכע זאַכן אין סור מרע ועשה טוב וואָס עס גייט ניט אונטער, אונטער דעם ענין פון מצוה והיפוכו, נאָר עס איז אַלץ אין העכערע פעל. דאָס הייסט אַז דקות דדקות פון אַ מדה לא טובה, איז דאָך אויך רע, און אַז מען איז מקיים אַ מצוה כתיקונה בהידור איז דאָס נאָך אויך ניט טוב באמת, און אַזוי אַרום איז פון די אַלע ציגל, אותיות התורה ואותיות החסידות געוואָרן אַ בנין חזק באמת.

נאָר אַזוי ווי אין משל אויב די הויז איז נאַס, אויב דער חומר המדביק את הלבנים האָט זיך ניט אויסגעטריקנט, איז דאָס ניט קיין בית מושב, כמו"כ איז אין עבודה לחלוחית אַליין איז קיין עבודה ניט. מיט פאַרברענגענס אַליין קען מען ניט יוצא זיין. מען דאַרף האָרעווען און לערנען, מען דאַרף לערנען חסידות, מען דאַרף האָרעווען אין דאַוונען און די התיבשות החומר איז ע"י מרירות נאָר עס דאַרף זיין אַ מזיגה נכונה בין קו 262המרירות און קו השמחה וכו'. עס דאַרף זיין עבודה בכח עצמו, אָט כשם ווי דער כללות ענין הצמצום הראשון דהכוונה בשביל הגילוי כמו"כ בכל או"א בפרט הכוונה שיהי' הגילוי אור ע"י עבודה בכח עצמו.

איך וואָלט וועלן, שכאו"א מהתמימים שחפץ להיות מתלמידינו, און וויל זוכה זיין שיאיר עליו אור רבותינו הק', זאָל ער לערנען איין שעה מכ"ד שעות היום בחבורה מיט נאָך איינעם אַלע טאָג בקביעות, דער רצון פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' איז אַז יעדערער זאָל האָבן אַ חבר28 און אַ תלמיד, תורת החסידות מאָנט אַז יעדערער דאַרף וויסן אַז אויף אים ליגט אַ חוב פון האָבן אַ חבר און שאַפן זיך אַ תלמיד.

אַמאָל אין אַ חסידישן פאַרברענגען האָט איינער געזאָגט29, אויף תורה שטייט30 דרכי' דרכי נועם כו', דער סדר פון תורה איז הייליג ווי די תורה אַליין, דער ערשטער ציווי איז פרו ורבו31, די ערשטע מדה טובה איז אַז איין איד דאַרף וועלען עס זאָל זיין נאָך אַ איד.

יעדער איד, אפילו גאָר אַ פּשוטער וואָס קען ווייניק לערנען קען בעזה"י זייער פיל אויף טאָן אין הרבצת התורה און חיזוק היהדות. מכח דעם איז אויסגעקומען עטלעכע מאָל צוריידן באַרוכה, אַז אפילו גאָר די פּראָסטע אידן, האָבן אונז געבראַכט גרויסע ישיבות און גאוני ישראל, און בפרט חסידישע אידן וואָס זיי זיינען מזמן לזמן בחנות של בושם32, איז געוויס אַז יעדער קען בעזה"י גאָר אַ סאַך אויף טאָן.

פאַראַן אַזעלכע וואָס זאָגן אַז זיי האָבן ניט קיין סביבה, עס איז ניט פאַראַן מיט וועמען צו ריידן אַ וואַרעמען וואָרט. ווי שעמען זיי זיך ניט אַזוי צו זאָגן, זיי זיצן בע"ה אין אַ מדינה וואו עס איז ניטאָ קיין מניעות בעזה"י אויף לימוד התורה, היינט ווי האָט ער דאָס ניט קיין סביבה דאָס איז אַ הוראה אַז עס איז גאָר קיין ער ניטאָ.

ידידינו אנ"ש בכלל און תלמידים התמימים בפרט פאַרגעסן אַז יעדער פון זיי דאַרף זיין אַ משפיע, ער דאַרף און מוז ווירקן אויף דעם זולת, היינו לבד זאת וואָס ער אַליין מיט זיין הנהגה הן תפלה און קביעות עתים לתורה, און הן במדותיו לדרוש בטובת זולתו, מוז יעדער זוכען און ליגען אין דעם ווי אַרום צו ווירקען על הזולת לקרבו לתפלה, לתורה למדות טובות.

מען דאַרף זיין אַ משפיע אויף דער סביבה און מאַכן אַ סביבה, ניט זיין אַ מושפע פון דער פּראָסטער בעליבתי'שער סביבה. און די וועלכע זאָגן אַז זיי האָבן ניט קיין סביבה וואָס זיי זאָלן קענען ריידן אַ תורה וואַרעמען וואָרט, איז דאָס אַ הוראה אַז עס איז קיין ער ניטאָ, ער איז ניט ווי עס בעדאַרף זיין.

די דעה און דער קוק אַז עס פעלט אַ סביבה, איז ניט ווייל דאָס איז אַ חסרון אין חינוך אָדער אין יסוד העבודה. דער חינוך און דער יסוד איז אַ גוטער, נאָר עס פעלט אַ סדר אין עבודה. חסידות מאָנט זעהן אַ מעלה באַ יענעם, אָבער אַז די עבודה איז בלתי מסודרה, דאַן זעט מען די מעלה באַ זיך און דעם חסרון 263באַ יענעם, די רפואה צו דעם איז אַ חסידישער פאַרברענגען.

עס דאַרף זיין דער ענין פון פרוטה לפורטה. אין גשמיות זעהן מיר אַז מען קען זיין אַ גרויסער גביר האָבן גרויסע הייזער און ניט האָבן אויף קיין ברויט, אין קראָם קען מען קיין הייזער ניט טראָגן, אויף קויפן ברויט דאַרף מען האָבן אַ מזומענע מטבע. כמו"כ אין רוחניות, מען קען לערנען תורה הנגלית, און חסידות, און ניט האָבן דעם פרוטה לפורטה מיט וואָס צו גיין אין גאַס, זיין אַ סור מרע, עוצם עיניו מראות ברע ואוטם אזניו משמוע33, און זעהן וואָס מען דאַרף זעהן, און וואָס מען דאַרף הערן.

איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה. אַמאָל בין איך געווען באַ דעם טאַטן, און עס איז געווען אַ זמן וואָס תומכי תמימים איז געשטאַנען אין אַ מצב מרומם, וואָס מען קען דאָס זעהן פון דעם קונטרס וואָס איז דאַן אַרויס34. אויף דעם מיטעלן רבי'ן איז ידוע35 אַז ער פלעגט אַרויסגעבן די קונטרסים נאָך די סוגים פון חסידים וואָס דאַן איז געווען, איז אויב מיר וועלן זאָגן אַז ביין טאַטן איז אויך אַזוי געווען קען מען זעהן אין וואָס פאַר אַ מצב די תמימים זיינען געשטאַנען, נאָר זיי זיינען געווען אָן אַ משמעת, מען מיינט ניט אַז זיי זיינען ניט געווען גאַנץ אין משמעת החיצוני, נאָר יעדערער האָט פאַרשטאַנען אַז נאָך זיין מצב דאַרף ער לערנען דעם ענין, און דער דאַרף לערנען יענעם ענין36. איך בין דאָך געווען דער מנהל האָב איך געפרעגט, וואָס ווילסטו פון זיי? האָט דער טאַטע געענטפערט, זיי דאַרפן זיין די גבורי כח עושי דברו לשמוע בקול דברו37. אין פינף יאָר אַרום און בפרט אין דעם אַנדער דור האָט מען געזען ווי זיי זיינען ב"ה די גבורי כח, השי"ת יהי' בעזרם בגו"ר.

עס איז דאָ נטיעה און זריעה, ויש בזה מעלה וחסרון, ובזה מעלה וחסרון. אין זריעה איז די מעלה שאין צריכים ע"ז יגיעה גדולה, והחסרון שבכל שנה ושנה דאַרף מען אַקערן און זייען. ובנטיעה יש יגיעה עצומה בהכנת האדמה ואח"כ לחרוש ולנטוע לעדר ולנכש, אָבער אַז מען פאַרפלאַנצט איז דאָס בעזה"י אַ דבר של קיימא רק שבאילני הכרם יש תולעים, דער תולעת שבכרם אין לו סגולה ועצה אלא צריכים לשרשם ולרחקם.

תומכי תמימים איז ע"ד נטיעה שבכרם און עס דאַרף זיין פירות און עס איז פאַראַן ב"ה פירות. טאָמער איז ח"ו פאַראַן אַזעלכע וואָס זיי האָבן תולעים, וואָס אין דעם איז פאַראַן מינים ממינים שונים ובאופנים שונים, דאַרף מען די תולעים מרחיק זיין.

רבינו הגדול נ"ע האָט געזאָגט קומענדיק פון פעטערבורג "מובטחני בהקב"ה אַז אַ חסידישער שטיקל ברויט וועט פאַרפאַלן ניט גיין"38, דאָס הייסט 264אַ חסידישע הדרכה און הנהגה וועט עקבערן און עקבערן ביז עס וועט פועלן לטובה ולברכה.

דער חסידישער דברי הימים אין משך פון הונדערט און צוואַנציק יאָר (תקע"ב — תרצ"ב) מיט די פערשידענע פּאַסירונגען פון די חסידישע הייזער האָט אונז געוויזן אַז אויב אפילו אין אייניגע הייזער האָט די חסידישע ליכטיקייט אָנגעהובין טונקלען, און דער חסידישער ברען אויסצוקילען, דאָך איז געבליבן בע"ה גרויסע פונקען פון חיבת הקדש, און עס איז צו האָפן להשי"ת אַז די להבה זאָל ווירקן קערן זיך צום שרש, השי"ת זאָל אויף זיי רחמנות האָבן בגשמיות וברוחניות.

אין חסידות רעט זיך אַז מוחין ומדות זיינען בדרך עו"ע, די עילה איז מחייב דעם עלול, הגם מוחין איז אַ פרצוף בפ"ע, מ"מ איז די שלימות פון דער עילה וואָס ער איז מחייב דעם עלול. וואָס מיט דעם ווערט דאָך רעכט אַ קשי' וואָס דער מעזריטשער מגיד נ"ע פרעגט39 ווי אַזוי קען מען מאָנען אויף אהבה, עס איז דאָך אַ מדה שבלב. נאָר דער תירוץ איז39 אַז דורך התבוננות קען מען צוקומען צו אהבה, און דער ציווי איז אויף דער התבוננות.

און דאָס איז דער פירוש ואהבת כו' סופך לבוא לידי אהבה40, איז דאָך די עילה מחייב דעם עלול פונדעסטוועגן זעט מען אַז הגם ער איז זיך מתבונן און ער פאַרשטייט און פונדעסטוועגן ווערט ער ניט נתפעל. דער תירוץ איז אַז עס איז פאַראַן טמטום הלב, וואָס לבו אטום מלקבל אור אַז ער זאָל נתפעל ווערן פון דעם ענין וואָס ער האָט פאַרשטאַנען במוחו.

די עצה איז דערצו חקיקה מבחוץ41, דאָס איז דער לזמר עריצים42 וואָס איז די עבודה אין תפלה, ווי עס איז מבואר ענינו בקונטרס התפלה תר"ס, און לעורר ר"ר על נפשו, גוט דורך וויינען זיך און בעטן השי"ת בתפלה ותחנונים אַז ער זאָל צו לאָזן אַז מען זאָל נתקרב ווערן לאלקות. באַ אַמאליקע חסידים פלעגט זיין אַ וואונטש וואָרט איינער דעם אַנדערן, השי"ת זאָל זיך מרחם זיין אַז עס זאָל זיך דאַוונען.

עס איז פאַראַן אויך טמטום המוח ר"ל, דער ענין הטמטום איז וואָס באַ עם לייגט זיך ניט אָפּ קיין ענין אלקי, וואָס דאָס איז פאַראַן באופנים שונים, און אויך בדקות, און אין חסידות איז פאַראַן עצות ווי אַראָפּ צונעמען דעם טמטום המוח, און איינע פון די עצות איז דורך זיעה של מצוה בכלל, וזיעה של הידור מצוה בפרט.

דער רבי האָט געזאָגט43, אבוך במה הוה זהיר טפי44, זהיר הייסט לייכטען, עס שטייט45 כי נר מצוה, אַ מצוה לייכט, יעדער נשמה האָט אַ מצוה פרטי' וואָס די נשמה איז איר עבודה אין דער מצוה, דאָס הייסט אַז די מצוה איז כמו שער 265וואָס על ידה גייען דורך כל המצות וואָס ער טוט, כמו שמצינו דאחד מהדר במצות תפילין, שבת, פדיון שבוים, לימוד התורה, הכנסת אורחים, היינו שמקיים כל המצות, רק שבמצוה זו הוא מהדר ביותר, וזהו אבוך במה הוה זהיר טפי, אין וואָס פאַר אַ מצוה האָט ער געשיינט מעהר.

די סבה פון דקות'דיקן טמטום המוח, איז ווייל עס קרישמעט זיך ניט. אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד, ער באחשבונט די ענינים פון טאָג, און מאַכט אָפּ אַ החלטה טובה אַז מאָרגן זאָל זיין אַנדערש, און מען זאָל זיך טאַקע פאַרנעמען מיט עבודה, און פאַר דעם שלאָף טראַכט מען דברי תורה, ביז מען ווערט אַנטשלאָפן, איז אַז מען ווערט אַנטשלאָפן ווי אַ איד, שלאָפט אַ איד, און עס שטייט אויף אַ איד, מיט אַ חיותדיקן מודה אני. אָבער אַז מען פאַלט צו שלאָפן אָן אַ חשבון, שלאָפט מען פּראָסט, און אַ פּראָסטער שלאָף איז פּראָסט, און מען שטייט אויף אַ פאַרשלאָפענער.

כאן נתבאר בקצרה ענין עמוק בדא"ח על יסוד מאמר כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בשנת תרס"ז46, בענין אור המשפיע ואור המקבל דישנו אור שכל אשר בו וע"י מבארים ענין השכלה, וישנו אור שכל שהוא מקבל ביאורי ההשכלה.

מען דאַרף טאָן אין אַ ענין אַ משך זמן, עס איז ידוע אַז די אַלטע חסידים האָבן מצליח געווען אין דעם וואָס זיי האָבן געטאָן, וויילע זיי האָבן געטאָן אויף אַ ענין אַ משך זמן. מען דאַרף ניט זיין אַ אץ להעשיר47, מיט אַמאָל קען מען ניט אַריין כאַפּן, מען דאַרף זיין מסור ונתון ומשועבד בכל לבו ומאודו.

דער רבי האָט געזאָגט כתית למאור48, שע"י הכתיתה קומט מען צו צו מאור49. אָבער מיר דאַרפן אַ יגיעה רבה ועצומה מיט אַ סאך תהלים און טרערן בכדי עס זאָל זיין דער כתית.

אח"כ עמד כ"ק אדמו"ר שליט"א על רגליו ואמר להתמימים, יעדער פון די תמימים דאַרף וויסן אַז תומכי תמימים האָט מייסד געווען דער טאַטע, ער איז אַ טאַטע פון אַ סאַך צענדליקער טויזנטער אידן, זאָלן געזונט זיין. אין דער ישיבה תו"ת איז אויף יעדער טראָט האָט זיך געגאָסן פנימי', און זיי דאַרפן וויסן אַז זייערע חברים יחיו, אין איין אַנדער מדינה שטייען דורך מיט מסירת נפש אַקעגן די וואָס ווילן צוברעכן מערכת אל חי, דאַרפן זיי זיך מתאחד זיין צוזאַמען מיט זיי ווי אחים לדעה, והשם יתברך יאר פניו אלינו בתוך אחינו בני ישראל ד' עליהם יחיו. סלה.

הערות

עמוד 255

  1. 2. ח"א בהקדמה ב, ב. וראה אוה"ת ויקרא ח"ג ע' תתסב. ד"ה והבריח התיכון שנה זו (תרצ"א פ"ו — סה"מ קונטרסים ח"א קנח, א). סה"מ תרפ"ג ע' קעז. ה'שי"ת ע' 119.

עמוד 256

  1. 3. ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 231. מאמר "אבות החסידות" ב"התמים" חוברת ב ע' נ [עב, ב] ואילך.
  2. 4. בלק כד, ה.
  3. 5. ראה לקוטי אמרים להרב המגיד סימן קלג. מאמרי אדה"ז הקצרים ע' תקפא ואילך. שער הכולל בהקדמה. וראה גם לעיל ע' 163.
  4. 5. ראה ישעי' ס, כב. סנהדרין צח, א.
  5. 6. ראה ברכות כח, א.
  6. 7. זכרי' ב, י (ושם: כארבע).

עמוד 257

  1. 8. לשון הכתוב — תהלים עד, כ.
  2. 9. ראה לעיל ע' 35.

עמוד 258

  1. 10. פרק ד משנה יב. ובקצת דפוסים — משנה טז.
  2. 11. נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' נג ואילך. ועם הוספות וכו' ד"ה נ"ר חנוכה תרצ"ד (נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' ריא ואילך).
  3. 12. נדפס בסה"מ תרס"ב ע' רצו ואילך. ועם הוספות ד"ה ממושבותיכם תביאו תרפ"ג. ד"ה כי ישרים תרפ"ד. ד"ה הבונה בשמים מעלותיו תרפ"ה. ד"ה אני חומה תר"ץ. תרצ"ב.

עמוד 259

  1. 13. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 67.
  2. 14. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 175 ואילך.
  3. 15. ראה קונטרס העבודה ספ"ב: כבר סיפרתי מא' מהחסידים הגדולים אשר בהכניסה הראשונה לכ"ק אדמו"ר [הזקן] זצוקללה"ה נ"ע זי"ע פעל בעצמו שכל מה שרוצה מצד הטבעי לא יעשה (אז וואס ער וויל זאל ער ניט טאן). וראה גם לעיל ע' 17.
  4. 16. ראה אודותו לעיל ע' 244. וש"נ.

עמוד 260

  1. 17. ראה אודותו לעיל ע' 30. וש"נ.
  2. 18. ראה אודותו לעיל ע' 244. וש"נ.
  3. 19. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
  4. 20. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
  5. 21. ראה שיחת מוצאי חה"פ שנה זו (לעיל ע' 216).
  6. 22. ברכות ק"ש דערבית (ברכות יא, ריש ע"ב).
  7. 23. ראה עד"ז מאמרי אדה"ז ענינים ע' שיז. תקס"ז ע' רמה. מאמרי אדמו"ר האמצעי במדבר ח"ה ע' א'תשנד. סה"מ תרנ"ט ע' עח. המשך תער"ב ח"א ע' תקנד. ד"ה ויקח ה"א תרצ"ה פרק כט. שיחות אור לוא"ו תשרי תשמ"ה. ד"ה וישמע יתרו תשמ"ה. וראה גם תו"ח תולדות קסא, סע"ג ואילך. וישלח קפה, ב. תו"ח שמות תסד, ב. שערי אורה ד"ה בכ"ה בכסלו פנ"ז. סה"מ תרע"ח ע' שעח. וברשימת הרה"ח ר' הלל מפאריטש — תלמידו של הרה"ח ר' זלמן זעזמיר — בענין יום ולילה (לא נדפס לע"ע): "שמעתי ממורי נבג"מ בענין אור מפני חושך, היינו אור העצמי שקדם לחושך ונתעלם בחושך וצמצום, וחושך מפני אור היינו בקיעת הקו הנקרא נהורא שבוקע מן ההעלם הנקרא חושך".

עמוד 261

  1. 24. הובא בשיחת יום שמח"ת תשט"ז.
  2. 25. מלכיםא ה, כו.
  3. 26. דברי הימיםב א, יב (ושם: החכמה והמדע נתון לך). וראה שהש"ר פ"א, א (ט).
  4. 27. ראה אודותו: ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 209. וש"נ.

עמוד 262

  1. 28. ראה אבות פ"א מ"ו.
  2. 29. ראה ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 56. שם ס"ע 81 ואילך; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 119. וש"נ (בהערה 5; 11).
  3. 30. משלי ג, יז.
  4. 31. בראשית א, כח. נח ט, א.
  5. 32. להעיר מרע"ב אבות פ"א מ"ד.

עמוד 263

  1. 33. ע"פ ישעי' לג, טו.
  2. 34. ראה גם לעיל ע' 100 ואילך.
  3. 35. ראה אגרותקודש ח"ג ע' שסז ("היום יום" טו אדר שני). שיחת יט כסלו תרצ"ג סעיף יח. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 141.
  4. 36. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 75 ואילך. וראה "כרם חב"ד" גליון 3 ע' 152.
  5. 37. תהלים קג, כ.
  6. 38. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 58. וש"נ.

עמוד 264

  1. 39. הובא בספר שני המאורות (למהרי"א הלוי עפשטיין מהאמיל תלמיד רבינו הזקן) חלק ב ס"ב (ל, ב). הועתק בהערת כ"ק אדמו"ר בספר המאמרים תש"א ע' 116.
  2. 40. ראה תו"א תשא פו, ג. לקו"ת סוכות פ, סע"ד. סהמ"צ להצ"צ קצט, א. סה"מ תש"א שם. ועוד.
  3. 41. ראה לקו"ת בחוקותי מז, ג.
  4. 42. ע"פ ישעי' כה, ה.
  5. 43. ראה אגה"ק סו"ס ז. סה"מ תרפ"ח ע' קנד ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 22. אגרותקודש ח"ג ע' קכט.
  6. 44. שבת קיח, ב.
  7. 45. משלי ו, כג.

עמוד 265

  1. 46. ספר השיחות תורת שלום שבהערה 36.
  2. 47. לשון הכתוב — משלי כח, כ. וראה סהמ"צ להצ"צ קז, ב.
  3. 48. ר"פ תצוה.
  4. 49. כ"ה בד"ה וקבל היהודים תרפ"ז סט"ו (סה"מ תרפ"ז ע' קכד). נתבאר בד"ה ואתה תצוה תשמ"א סעיף ד ואילך (סה"מ מלוקט ח"ו ע' קלא ואילך).

מצוטט ב־21 עמודים

תורת מנחם 19
  1. ט - שנת תשי"ג - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'תשי"ג. סה"ש תרצ"א ע' 262
  2. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ צו, שושן פורים, ה'תשי"ד. סה"ש תרצ"א ע' 262
  3. יא - שנת תשי"ד - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשי"ד. סה"ש תרצ"א ע' 262
  4. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ ד. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וירד הוי' על הר סיני. *** סה"ש תרצ"א ע' 262
  5. טו - שנת תשט"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה ה'תשט"ז. ספר השיחות תרצ"א ע' 261
  6. יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. מוצש"ק פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשי"ז ספר השיחות תרפ"ח-תרצ"א ע' 260
  7. כט - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ נח, בדר"ח מרחשון, ה'תשכ"א סה"ש תרצ"א ע' 262
  8. מ - שנת תשכ"ד - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ד סה"ש תרצ"א ס"ע 255
  9. מו - שנת תשכ"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים*, ה'תשכ"ו סה"ש תרצ"א ע' 262
  10. לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמות, כ"ג טבת, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ב סה"ש תרצ"א ע' 262
  11. לג - שנת תשכ"ב - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשכ"ב סה"ש תרצ"א ע' 262
  12. נג - שנת תשכ"ח - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ בהעלותך, י"ט סיון, ה'תשכ"ח סה"ש תרצ"א ע' 262
  13. נג - שנת תשכ"ח - חלק שלישי ‹ ש"פ שלח, מבה"ח תמוז, התשכ"ח ספר השיחות תרצ"א ע' 262
  14. נה - שנת תשכ"ט - חלק שני ‹ י"ט כסלו, ה'תשכ"ט סה"ש תרצ"א ע' 262
  15. סא - שנת תש"ל - חלק רביעי ‹ ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב, ה'תש"ל ספר השיחות תרצ"א ס"ע 264
  16. סא - שנת תש"ל - חלק רביעי ‹ שיחת ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב, ה'תש"ל סה"ש תרצ"א ס"ע 264
  17. סג - שנת תשל"א - חלק שני ‹ שיחת ש"פ וארא, מבה"ח שבט, ה'תשל"א סה"ש תרצ"א ס"ע 264
  18. סד - שנת תשל"א - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ בהר-בחוקותי, מבה"ח סיון, ה'תשל"א סה"ש תרצ"א ע' 262
  19. סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ שיחת יום שמחת תורה, ה'תשל"ב סה"ש תרצ"א ע' 259
ספר המאמרים ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. ש"פ פקודי צב"ר פּאַסטאָוו|1 ‹ רנט ספר השיחות תרצ"א ע' 260
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תר"פ-תרפ"ז ‹ ספר השיחות תרפ"ד ‹ ליל י"ט כסלו תרפ"ד ‹ 56 ספר השיחות תרצ"א ע' 262