ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א

247ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א

דער ענין פון נס איז למעלה מהשתל', השתל' איז טבע, נס איז המשכה מלמעלה מהשתל' אין השתל'2. וואָס פאַר אַ נס עס זאָל ניט זיין, צי אַ נס המלובש בדרכי הטבע, צי אַ נס היוצא מדרכי הטבע, איז דאָס אַלץ אַ המשכה מלמעלה מהשתלשלות, איז 248הלמאי זאָל מען שטיין אין סדר השתלשלות און האָבן צרות צרורות, יסורים קשים ומרים און לאח"כ יאיר הנס, וואָס הוא ית' איז דאָך אַ זיסער טאַטע און עס ווערט גוט, איז דאָך בעסער כדאי אַז מען [זאָל] דורך תומ"צ ממשיך זיין מלמעלה מהשתל' אין השתל'. וואָס וועט זיין די פרנסה דערפון, אַז מען וועט פטור ווערן פון אַ פּעקל צרות.

חסידות מאָנט דעם שימו לבבכם

אין דער תורה איז לאחר כל הדברים פון אלה הדברים אשר דיבר משה3, וואָס בתחלה איז משה געווען לא איש דברים4, משה איז ניט געווען קיין ריידער, משה איז געווען נאָר אַ עובד, נאָכדעם איז משה געוואָרן אַ ריידער5, עבודה בפועל ברענגט דעם חוש עס זאָל אַרען פאַר דעם אַנדערן, און מען זאָל מיט דעם זולת ריידען דברי התעוררות, משה איז געוואָרן אַ ריידער, און גערעדט שאַרפע ברענענדיקע רייד.

אָט דער כבד פה וכבד לשון4 האָט אָנגעהויבן ריידן5, און ווי אַ עובד רעדט, הגם משה איז דאָך געווען אַ משכיל נפלא, משה איז די מדריגה פון חכמה דאצי', מ"מ איז אין זיין דבור עם ישראל רעדט ער ווי אַ עובד. וואָס דאָס איז דער יתרון פון מדרי' משה על מדרי' חכמה דאצי', חכמה דאצי' הגם שהיא בחינה נפלאה, בחי' כ"ח מ"ה אבל כ"ז הוא באצי', אבל משה6 הי' למטה בעולם הגשמי, ובעולם זה הי' במדרי' חכמה דאצי' היינו בתכלית הביטול, און אין דעם גאָר פשוטען אידן האָט ער געפונען די טיפסטע מעלות.

אַ משכיל אמיתי מוז זיין אַ עובד, וואָרום עס איז דאָך אין חכם כבעל הנסיון7, דהנסיון בפועל הוא מאמת אמיתית ענין החכמה, איז דער וואָס איז אַ חכם נפלא און אַ משכיל אמיתי איז ער אַ עובד, און דער וואָס איז אַ עובד איז אַ משכיל ווי מיר זעהען במוחש דאלו אשר עסקו בעבודה הגיעו למעלות נפלאות הרבה יותר מאלו שהתעסקו בהשגה לבד.

השכלה ועבודה הא בהא תליא, ומ"מ ישנם חילוקים אם ההשכלה מביאה את העבודה או העבודה מביאה את ההשכלה. משה הגם ער איז געווען אַ משכיל נפלא דער ריידן זיינער איז אַ עבודה'דיגער ריידן, וויילע באַ אים איז די התגלות כחות ההשכלה געקומען ע"י עבודה, דער אָנהויב איז געווען עבודה.

אַ עובד רעדט צו דער זאַך בהנוגע אל הפועל, און געפינט אין יעדער זאַך דאָס וואָס איז נוגע אל הפועל. איז נאָך אַלע שאַרפע דבורים וואָס אין כי תבוא נצבים וילך, און נאָך שירת האזינו, און נאָך דעם ווי עס שטייט8 ויכל משה לדבר את כל הדברים האלה אל כל ישראל, דאָס הייסט אַז אַלץ איז אָפּגירעט און אַלץ איז אָפּגעזאָגט, איז ערשט דאַן שטייט9 ויאמר אליהם שימו לבבכם.

שימו לבבכם, שימו לבבכם

חסידות איז השכלה חסידות איז 249הבנה חסידות איז ידיעה מיט אַלע העכסטע ענינים פון דעת, חסידות איז עבודה שבלב, אין לב און מיטן לב, חסידות איז בין אדם למקום און חסידות איז בין אדם לחבירו, מדות טובות בפועל.

חסידות איז אַ מאור. עס איז דאָ מאורי אור און מאורי אש. ווי ער זאָגט אין זהר10 אינון נהורין דסלקין לעילא אקרון מאורי אור, ואינון נהורין דנחתין לתתא אקרון מאורי אש. אור און אש זיינען ביידע פעולות, אור לייכט און אש ברענט, וואָס דער כח הפועל לפעול את הפעולה הנה הוא בעצמו נקרא ג"כ פעולה, וזהו מאורי אור ומאורי אש.

אור און אש, איז גילוי והעלם, אור וכלי, קירוב און ריחוק, כי פעולה שלמה היא דוקא כאשר באה במזיגה והרכבה נכונה, וכמו בהשפעת השכל מהרב אל התלמיד, הנה הפעולה האמיתית הוא כשההשפעה של הרב פועלת בהתלמיד התפתחות כשרונותיו והתרחבות כלי שכלו.

חסידות איז דער מאור הכללי, וואָס איז כולל מאורי אור און מאורי אש, עס לייכט און עס ברענט, עבודת המוח ועבודת הלב. עבודת המוח איז מאורי אור, עבודת הלב איז מאורי אש.

עבודת המוח איז מאורי אור, עס לייכט, ער שטייט במקום אורה, ער פילט דאָס וואָס דער שכל בענעמט ניט, און מיא הערט אין טיפקייט פון מוח אָט דאָס וואָס שכל אנושי קען ניט פאַרשטיין, ער לעבט אין ליכטיקייט, אַז וואו ער גייט שיינט אים אור, וואו ער שטייט זעהט ער אַלץ העכער און איידעלער ווי דאָס וואָס די עיני בשר זעהען די גשמיותדיקע זאַכען, און אפילו די אַלע ערדיגע חומריותדיגע זאַכן, וואָס סתם מענטש רופט דאָס טבע, זעהט ער דעם אמת, דעם אמת הוי' לעולם11, ווי עולם וואָס איז טבע איז למעלה מהטבע.

עבודת הלב איז מאורי אש, עס ברענט און עס קאָכט און עס פלאַקערט ווי עס שטייט12 בהגיגי תבער אש, ער ברענט און אַרום אים ברענט אַלץ, יעדער זאַך וואָס ער טוט, לא מיבעי בעת התפלה וואָס דאָס איז די עלי' בסולם המוצב ארצה וראשו מגיע השמימה13, און דאָס איז דאָך דער זמן פון עת רצון, וואָס א"ס ב"ה האָט געגעבן נש"י, אַז זיי זאָלן קענען נתקרב ווערן לאלקות, אך גם בעת הלימוד וקיום המצות, און אַ אידן אַ טובה טאָן אין גשמיות און אין רוחניות איז אַלץ מיט אַ ברען, מיט אַ חיות, וואָס דער פייער ברענט אויס אַלע כתמים פון מומי בני אדם.

דער14 זיידע הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דערציילט אַ מעשה וועלכע ער האָט געהערט פון זיין הייליגען פאָטער, דער זיידע דער רבי צמח צדק, נאָכדעם ווי ער האָט פאַר אים איבער געזאָגט די חסידות וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידן רבינו הגדול, ווען ער איז געווען עטלעכע חדשים נאָך בר מצוה דעם דרוש בכ"ה בכסלו15 משנת תקס"ג.

250אין דעם מאמר הויבט דער רבי התפעלות המוחין און וואַרפט התפעלות המדות, ער זאָגט דאָרטן אַז העבודה האמיתית איז עבודת המוח, און דער עיקר העבודה איז אַז מען זאָל זיין אַ מאיר אור, פועל זיין בזולתו. און התפעלות המדות בלבד, הגם שהיא ג"כ מדרי', אבל אין זה כלל בערך הבחינה והמדרי' דעבודת המוח.

האָט דער זיידע דער רבי צמח צדק דערציילט דעם זיידן15, אַז אין יענער צייט — בשנת תקס"ג — זיינען אויפגעוואקסן אַ חבורה יונגע חסידים גרויסע בעלי כשרונות, לומדים מופלגים, מיט ברענענדיגע הערצער, און אויך עלטערע חסידים וואָס עבודתם בתפלה איז געווען מבהיל, און דער זיידע שרייבט ולא היו יכולים להתפלל בעיר, והיו הולכים מחוץ לעיר בשדות וביערים, והיו תולים עצמם בתפלתם בין השמים לארץ.

בקיץ תרנ"ט, כשנולדה בתנו הבכירה מ' חנה תחי', האָט מיר דער טאַטע געשיינקט אַ מתנה דעם ספר כתבים וואָס דאָרט איז דער דרוש בכ"ה בכסלו15 הנ"ל בכי"ק של הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, עם הספור הנ"ל שכותב הוד כ"ק כפי ששמע מכ"ק אביו הוד כ"ק אדמו"ר הצ"צ כנ"ל.

בלמדי את הדרוש הנ"ל כמה פעמים וידעתי אותו היטב באופן שיכולתי לחזור אותו ע"פ בשפה ברורה (כי כן נצטויתי אשר כל המאמרים שבהספר ההוא אהי' בקי בהם) ובקראי את רשימת המעשה נתפעלתי במאד, על עוצם מעלתם של החסידים ההם שלא יכלו להתפלל בעיר, והיו מוכרחים להתבודד, ויתר מזה התפעלתי כי גם בחינה ומדרי' כזו לחסרון נחשבת בתורת החסידות.

ובאחד הימים אשר זכיתי ללכת עם הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בעת טיולו (כי אז היינו בנאות דשא) צוה לי לחזור לפניו אחד המאמרים שבספר ההוא ובגמרי לחזור הואיל לבאר לי איזה ענינים מהמאמר ההוא.

אנכי לא יכולתי להתאפק והתחלתי לדבר אודות המעשה הכתובה אחרי המאמר בכ"ה בכסלו הנ"ל על אודות החסידים בעלי הלב, וראיתי כי כללות ענין זה עשה רושם חזק על הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וכחצי שעה הלך שקוע במחשבותיו ולא דבר מאומה — חזות מראה פני קדש, בשנה ההיא נצב כמו חי לנגד עיני ויחנני השי"ת אשר כל ימי חיי לא אשכח אף תנועה אחת שראיתי את הוד כ"ק אאמו"ר הה"ק ודברי קדשו הן בעניני דא"ח והן בעניני תורה הנגלית, הן בעניני עבודה והן בעניני הכלל ומילי דעלמא אשר זכיתי במשך כארבעים שנה — ואח"כ הביט על השעון ואמר כי בפעם השני אי"ה נדבר בזה.

איזה ימים מפני סבות שונות לא הלך לטייל, ובפעם הראשון שהלכנו צוה עלי לחזור המאמר בכ"ה בכסלו הנ"ל, ובגמרי הואיל לבאר לי איזה ענינים מהמאמר ההיא, ואח"כ דבר אודות המעשה הנ"ל.

בפעם ההוא הואיל לבאר ענין עבודת המוחין, בסגנון הנ"ל מאורי אור, וענין עבודת הלב, ויספר לי כי כ"ק אביו הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש סיפר לו אשר הוא 251כתב את המעשה בסוף הנחת דרוש הנ"ל, בקיצור, וכ"ק אביו הוד כ"ק אדמו"ר צ"צ ביאר לו מהות כשרונותיהם של האברכים, תלמידי כ"ק זקנו רבינו הגדול, והפלאת עבודתם. ואמר בזה"ל נאָר די התפעלות באתגליא איז איבעריג. האָט דער טאַטע (כן סיפר לי הוד כ"ק אאמו"ר) געפרעגט ביין זיידען, ווי דען דאַרף זיין. האָט דער זיידע געענטפערט16, עס דאַרף זיין ע"ד ווי משה רבינו ביי קרי"ס, בעת קרי"ס ראו כל ישראל אלקות במוחש בגילוי ממש און זיינען געווען אַרויס פון גדר כלים לגמרי, מצד די התפעלות הגדולה על אלקות. האָט דער טאַטע געפרעגט, און וואָס איז געווען מיט משה'ן. האָט דער זיידע געענטפערט, משה האָט געהאַט קאַלטע בראנד17, עס האָט געברענט און געקאָכט אָבער אַלץ קאַלט (והיו עוד הרבה דברים בזה).

איצטער המשיך כ"ק אאזמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דבריו הקדושים אַז מיר האָבען זוכה געווען צו חסידות וואָס דורך מס"נ, איז בעזה"י קען מען צו קומען צו די העכסטע מדריגות פון עבודת המוחין בכח עצמו.

אָט אַזוי האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז מיא זאָל דאָס פאַרשטיין, איז דער ענין אין דעם עס איז פאַראַן אַפאַל אין עבודת המוחין וואָס דאָס איז בדרך מתנה וואָס אַ רבי גיט אַ חסיד, וכהמעשה הידוע18 פון ר' יקותיאל לעפלער, וואָס ער איז געווען אַ איש פשוט, נאָר ער האָט זיך איבערגעגעבן דעם רבין19 בכל עצמותו ממש כידוע וואָס ער האָט ארויף געקלעטערט צום רבין אויפן אויבערשטיבל מיט אַ געשריי, רבי האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט19 ואח"כ נכנס על יחידות ודבר מה שדבר, ורבינו הגדול השיב, רבש"ע ואתה מחי' את כולם כתיב20, האָט ער אָנגעהויבן לעבן אַ חיים רוחני ממש, ער האָט געזעהן גילוי אור במוחש.

דער רבי האָט אים אַוועקגעשטעלט במקום אורה, נאָר דאָס איז דאָך בדרך מתנה, מ'דאַרף צו קומען צו אור און גילוי בכח עצמו, דורך אַ עבודה בסדר והדרגה, וואָס דאָס איז דער לימוד אין חסידות, ווי צו גיין מדרגא לדרגא ווי איינער גייט בסולם, וואָס ער דאַרף גיין משליבה לשליבה ביז ער קומט צו צום ראש הסולם.

נאָר אין פלוג איז דאָך דאָס ניט מובן, הן אמת חסידות איז המאור הכללי, אָבער ווי איז דאָס אויף איין יתד כמה ענינים כללים כנ"ל דחסידות השכלה — הבנה — ידיעה — עבודת הלב — וכו' וואָס ביניהם איז דאָ אַ זעלכע ענינים וואָס זיינען ווייט איינע פון די אַנדערע כמו השכלה איז נאָר לעצמו, בעת איינער בעדאַרף דורך טאָן אַ טיפן ענין אין לערנען הן נגלה והן חסידות, איז דער זולת אים מבלבל, דאָס וואָס עס שטייט21 הרבה קבלתי מרבותי כו' מחברי ומתלמידי יותר מכולם, דאָס איז לאחר אַז מיא ווייס דעם ענין, אָבער אויף דורך לערנען גרונטיק דעם ענין און דורך טאָן אים, איז נאָר לעצמו, און מדות טובות איז נאָר לזולתו כידוע, איז 252דאָך צוויי ווייטע ענינים און הפכים, איז ווי דאָס חסידות אַלץ? נאָר דער ענין פון דעם איז וויילע חסידות איז דער שימו לבבכם.

שימו לבבכם הייסט צוטראָגן צו זיך דעם ענין וואָס ער האָט געלערנט און פאַרשטאַנען און צוטראָגן זיך צו דעם ענין, דאָס הייסט די התאגדות און התעצמות מיט דעם ענין, אַז ער אַליין זאָל זיין דער ענין, און דער ענין זאָל זיין ער, ער לעבט אין דעם ענין און דער ענין לעבט אין אים.

מען האָט גערעדט אין די מאמרים22 אַז באו חשבון23 איז באו ונחשוב חשבונו של עולם24, וואָס הייסט דער חשבון פון ירידת הנשמה בגוף, און דער חשבון פון בריאת והתהוות העולמות וואָס דאָס איז דאָך אַלץ דער חשבון כללי, אָבער עס דאַרף זיין דער חשבון פרטי פון זיך וואָס טוט זיך מיט זיך, און פאַנאַנדער נעמען זיך מיט אַלע פרטים, דער גאַנצער מעמד ומצב וואָס טוט זיך מיט זיך, הן בהנוגע בין אדם למקום און הן בהנוגע בין אדם לחבירו, דאָס הייסט מתבונן זיין זיך אין מעמדו ומצבו, וואו האַלט ער אין דער וועלט, וואָס נאַרען זיך אין דעם איז ניט מיא קען און ניט עס העלפט.

איז אַז מען מאַכט דעם אמת'ן חשבון, וואָס מיט זיך טוט זיך און ווי די צייט גייט אַז יום ירדוף יום, מיא לייגט אַלץ אָפּ אויף שפעטער, און דערוויילע איז שבוע נכנס שבוע יוצא חדש נכנס חדש יוצא, שנה נכנסת ושנה יוצאת כדאי' בירושלמי25, און עס ווערט ח"ו נאָך ערגער דאָס הייסט מיא ווערט עלטער אין יאָרן, די חושים ווערן ח"ו שוואַכער און די חסרונות זיינען נאָך גאָר ווי באַ יונגען מאַן, אַלע ווייסן אַז אויב עס ווערט ניט בעסער איז במילא ערגער, און סוחרים ווייסן אַז אויב מען צאָלט ניט אין דער צייט ווערט דער חוב שטאַרקער און די בטוחות שוואַכער.

וזהו כי אש יצאה מחשבון26, פון אַזאַ חשבון גייט אַרויס אַ פייער אַז מיא בערעכענט זיך ריכטיג גוט די כוונה עליונה פון זיין קומען אויף דער וועלט, און אַז עס וועט קומען אַ צייט וואָס אויף יעדער טריט און שריט, אויף יעדער וואָרט און מחשבה, וועט מען באַדאַרפן אָפּגעבן אַ דין וחשבון.

אמת טאַקע אין דעם מאָמענט איז ער צוטראָגן און איבערראשט פון די אַלע טעגלעכע זאַכן, מען פילט ניט ווי די טעג גייען, די וואָכן און חדשים פליען, מיא איז פערנומען מיט דאגות הפרנסה, מיט הצטרכות בני אדם.

דער טאָג גייט אַוועק אין דאָס דאַרף איך האָבען און אין דאָס מוז איך האָבען און אין דאָס וויל איך האָבען, דער רצון מאַכט אויף דעם איך דאַרף און דער מוז טרייבט דעם מענטשן באַרג אַראָפּ, ער מאַכט אים נידעריקער, ער מאַכט אים קלענער, ביז ער מאַכט אים ח"ו אויס מענטש.

אַלץ מוז מען און אַלץ דאַרף מען, בעדאַרף זיך זעהען מיט מענטשן, מיא באַדאַרף פאַרברענגען, מיא דאַרף וויסן וואָס אויף דער וועלט טוט זיך, אויף אַלץ איז דאָ צייט, נאָר אויף תפלה 253בצבור ניט געהיילט און ניט געחאַפּט איז קיין צייט ניטאָ, אויף לערנען אַ שיעור בכל יום איז קיין צייט ניטאָ, און אַזוי אַרום ווערט מען פאַרפּראָסטעט און פאַרקילט.

איז אַז השי"ת העלפט אַז מי ווערט נתעורר אין דעם באו חשבון אַז מי קוקט זיך אַרום וואו מי האַלט אין דער וועלט, און מי מאַכט אַ חשבון צדק בנפשו, איז דאַן אש יצא מחשבון, פון דעם חשבון שפריצט פייער.

להבה מקרית סיחון

סיחון איז מלשון הזזה והעתקה, וכמ"ש27 כאשר יפרש השוחה, דהשט במים ענינו שנעתק ממקום למקום, כן התפלה נקראת שיחה28 שענינה בעבודה הוא שהאדם יזיז א"ע ממקומו הראשון ויעתיק עצמו לטוב יותר, וואָס די החלטה טובה שבתפלה דאַרף דאָך זיין אויף דער עבודה שבכל יום.

קיר איז אַ וואַנט וואָס איז מפסיק בין מוחין למדות און פון מדות ביז דעם פועל ממש אַז הגם אין מוח השכל פאַרשטייט מען אַז תורה ומצות ומדות טובות זיינען גוט, און מכל מקום ווערט ניט קיין התעוררות המדה און אפילו ווען עס ווערט אַ התעוררות המדה איז צום בפועל ממש איז דאָס ניט נוגע.

אין טוב פון עולם איז דאָך אויך פאַראַן שכל, נאָר עס איז ניט פאַראַן קיין דבר המפסיק. אין טוב העולם איז דאָך אויך פאַראַן דער פאַרשטאַנד ער איז דאָך ניט קיין בהמה, אַ בהמה ציט זיך אחרי עיני', אָבער ער איז דאָך אַ אדם, איז דאָך פאַראַן פאַרשטאַנד נאָר גלייך פון פאַרשטאַנד, אַז ער פאַרשטייט אַז די זאַך איז ניט פאַר אים גוט ווערט גלייך די מדה. דאָס הייסט עס ווערט דער גרויסער וועל און גלייך איז שוין דער פועל ממש.

אָבער אין עבודה איז פאַראַן אַ הפסק בין מוחין למדות ובין המדות אל הפועל, וואָס עס איז פאַראַן אין דעם אַ שהיות זמן, פריער געווערט ביז ער פאַרשטייט, און אַז ער פאַרשטייט שוין יע דעם ענין שכלי, און לפעמים גאָר מיט אַ פיינעם פאַרשטאַנד, ביז ער זאָגט אין דעם גאַנץ פיינע סברות, אָבער עס געווערט ביז עס איז פועל בהמדות. אַז עס זאָל זיך אָנהויבן וועלן. און אַז עס ווערט יע אַ וועל געווערט ביז דעם פועל ממש, מען רעט דאָך פון אַזעלכע וואָס האַלטן באַ עטוואָס, אטו בשופטני עסקינן29, ער דאַוונט און לערנט און טוט אַ מצוה, טוט אַ אידן אַ טובה און איז אַ חסיד, אָבער ער רירט זיך ניט פון אָרט.

און דאָס איז קרית סיחון, וואָס ער רירט זיך ניט פון אָרט, מען מיינט ניט אַז די הזזה זאָל זיין אַ הזזה אמיתית אַ יציאה פון הגבלה גשמי', פון דעם רעדט מען ניט, פשוט עטוואָס אַריר טאָן זיך פון אָרט וואָס ער שטייט, הן בעסער ווערין אין יראת שמים, און הן אין מדות טובות, טוט ער זיך ניט אַריר.

אָבער אַז מען מאַכט דעם ריכטיקן חשבון הנפש מיט אַלע זיינע פרטים, אדעת' דנפשי' אָן אהבת עצמו, איז דאַן אש יצאה מחשבון, פון דעם גייט אַרויס אַ פייער וואָס די ערשטע להבה, דער ערשטער פונק פאַלט אויף דעם קרית סיחון, ווי מיר זעהען במוחש אַז דער 254ערשטער דאַוונען וואָס קומט נאָך אַ חשבון צדק צוברעכט דעם קיר המפסיק בין המוח אל הלב און עס פועלט על כל פנים לשעה אַז דער בפועל ממש זאָל זיין בעסער.

אכלה ער מואב בעלי במות ארנון30

אין גשמיות זעהען מיר, אַז אויך אפילו גאָר אַ קליינער פונק פייער פאַלט אויף אַ גרינג אָנצינדענדיגער זאַך ווי נאַפט לבן אָדער שמן אפרסמון (שני הפכים וענינם אחד) איז דאַן האָט דאָס בכח צו מאַכן אַ גרויסע שרפה. כמו"כ אין רוחניות דער זמן פון תפלה איז אַ עת רצון און די התבוננות פון חשבון צדק פועלט די התעוררות אמיתי אויף להטיב דרכיו.

עס איז פאַראַן צוויי קליפות המקיפים את האדם. ער מואב ובעלי במות ארנון, ער מואב איז וואָס ער מיינט אַז ער איז אַ בעל מוחין, מיינט מען ניט אַז ער איז אָנגערירט אין מוחין אין אמונה ח"ו אין ידיעות נאָר ער מיינט אַז ער איז אַ בעל מוחין, ער זאָגט אַז ער איז אַ משכיל, לערנט חסידות און ער האָט האָלט אַ וואָרט חסידות נאָר צום בפועל ממש איז דאָס ניט נוגע, עס טרעפט אַמאָל אַז ער דאוונט באריכות, אָבער דער דאַוונען איז אויך אָן תכלית פון עבודה, און דאָס איז ער מואב, ער איז רע, דער רע פון מוחין31.

בעלי במות ארנון, פאַראַן אַ חברה בעלי במות'ניקעס, בעלי מציאות'ן און בעלי הרגש, וואָס זיי זיינען מרגיש נאָר זיך, עס איז ניט פאַראַן קיין טעם פאַר וואָס ער איז אַ מציאות בעיני עצמו, לערנען קען ער ניט, פאַר וואָס קען ער ניט וויילע ער לערנט ניט און געפינט כמה טעמים פאַר וואָס ער לערנט ניט, לערנען אין שוהל כמנהג ישראל איז ניט לפי כבודו און דאָס האָט ער קיין צייט ניט, ער איז אַ חסיד אָבער קיין חסידות לערנט ער ניט, און פון זיך שטאַרק צופרידן.

די התחלה פון אַלץ איז באו חשבון, אַז מיא מאַכט אַ חשבון צדק דאַן איז דער אש יוצא מחשבון, און די להבה פאַלט אויף אַ ריכטיקן אָרט, דאָס הייסט אין זמן תפלה וואָס דאָס איז דער עת רצון דאַן צוברעכט דאָס דעם קרית סיחון, און די החלטה טובה וואָס אין תפלה איז אכלה דעם ער מואב און צוברעכט די בעלי במות ארנון.

און דאָס איז דער ענין וואָס חסידות איז שימו לבבכם חסידות מאַכט צוטראָגן דעם ענין צו זיך, און זיך צום ענין, און אַז ער זאָל נתעצם ווערן מיט דעם. דאָס הייסט אַז אַלע זיינע ענינים אין עניני עולם זאָלן זיין על דרך ואופן תורת החסידות.

שאל א' מהמסובים כאשר מזדמן לפעמים שאין זמן על עבודה שבלב בתפלה אם יכולים לצאת ע"י לימוד ספרי מוסר כמו ראשית חכמה וכו'.

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א, עס איז פאַראַן אַלערליי געשעפטן. על דרך משל, אַז איינער פאָרט אַרויס פון שטאָט נעמען אַ געשעפט, מאַכן אַ כלי אויף פרנסה און עס טרעפט אים אַ באַקאַנטער און פרעגט אים אברהם וואוהין פאָרסטו, ענטפערט ער איך גיי נעמען אַ פּאַדראד32. נאָכדעם טרעפט ער אַ צווייטן, פרעגט ער אים ווידער און דו יצחק וואוהין פאָרסטו, ענטפערט ער די פרנסה איז שוואַך איך גיי ווערן אַ מקבל.

255דער אמת איז אַז זיי ביידע מאַכן כלים אויף פרנסה, און זיי ביידען העלפט השי"ת נאָר דער חילוק איז, אַז דער ערשטער איז פערנומען אין אַ פּאַדראד און אַז השי"ת העלפט אים האָט ער אַלץ ווי אַ פיינער נגיד, פיש און פלייש, אַ גוטע דירה מיט גוטע מלבושים, און איז ביכולת העלפן לזולתו ג"כ, און דער צווייטער קלייבט פרוטות אויף ברויט מיט הערינג. חסידות הויבט אויף און שטעלט אַ חסיד אַוועק אין אַ אָרט וואָס שלא בערכו.

אַמאָליגע חסידים פלעגן טאָן אין חסידות און עבודה אַזוי ווי איינער טוט אין לערנען נגלה, היינט לערנט מען גמרא, מאָרגן לערנט מען די הלכה בחו"מ אַזוי איז געווען באַ אַלטע חסידים, היינט איז די התבוננות פון הפלאת ורוממות הא"ס, היינט איז די התבוננות אין עולמות הא"ס שלפני הצמצום, היינט איז די התבוננות אין די אורות הבאים בדרך אור ישר, איין אַנדער מאָל איז די התבוננות אין די אורות הבאים בדרך או"ח, אַמאָל איז די התבוננות אין ויגבה לבו בדרכי הוי'33.

אָבער יעצט איז אפילו ווען איינער כלומרש טוט יע עטוואָס, איז דאָס עבודה? — עס איז דאָך מער ניט ווי אַ דמיון, היינט אַז ער טראַכט אָפּ באַ זיך אַז דעם טאָג איז מפני סבות שונות איז ער ניט שייך צו עבודת התפלה, הייסט דאָך אַז ער טראַכט אָפּ אַז אפילו צו אַ דמיון איז ער אויך ניט שייך איז די התבוננות גופא אַ פיינער מוסר. . .

הערות

עמוד 247

  1. 2. ראה סידור עם דא"ח מד, סע"ב. פירוש המלות פקל"ט. סה"מ תרע"ח ע' פט. סה"מ תרח"ץ ע' קסט. ובכ"מ.

עמוד 248

  1. 3. דברים א, א.
  2. 4. שמות ד, י.
  3. 5. ראה דב"ר פ"א, א. זח"ב כה, סע"ב.
  4. 6. ראה לקו"ת נצבים מט, ב. ובכ"מ.
  5. 7. עקידה פ' נח שער יד ד"ה [הקדמה] השלישית. וראה סה"מ תרצ"ז ע' 176.
  6. 8. האזינו לב, מה.
  7. 9. שם, מו.

עמוד 249

  1. 10. ח"א כ, סע"ב.
  2. 11. תהלים קיז, ב.
  3. 12. שם לט, ד.
  4. 13. ויצא כח, יב. זח"א רסו, ריש ע"ב. ח"ג שו, ריש ע"ב. תקו"ז תמ"ה (פג, א).
  5. 14. בהבא לקמן — ראה שיחת יט כסלו תרצ"ג סעיף יא. לעיל ע' 9. וש"נ.
  6. 15. הכוונה לדרוש ברוך שעשה נסים, שהוא המשך להמאמר בכ"ה בכסלו — ראה שיחות שבהערה הקודמת.

עמוד 250

  1. 15. ראה המצויין בהערה 14.
  2. 15. הכוונה לדרוש ברוך שעשה נסים, שהוא המשך להמאמר בכ"ה בכסלו — ראה שיחות שבהערה הקודמת.

עמוד 251

  1. 16. ראה גם אגרותקודש ח"א ע' תקנט. הועתק ברשימות כ"ק אדמו"ר — ילקוט — חוב' ט ע' 10.
  2. 17. להבה.
  3. 18. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 54. וש"נ.
  4. 19. אדמו"ר הזקן.
  5. 19. ראה במדב"ר פכ"ב, ט. תניא פ"ט.
  6. 20. נחמי' ט, ו.
  7. 21. תענית ז, א. מכות י, א.

עמוד 252

  1. 22. ד"ה באו חשבון דשבת זה (סה"מ קונטרסים ח"א קצז, א ואילך).
  2. 23. חוקת כא, כז.
  3. 24. ב"ב עח, ב.
  4. 25. ברכות פ"א ה"א. וראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 199. הועתק ב"היום יום" יז חשון.
  5. 26. חוקת שם, כח.

עמוד 253

  1. 27. ישעי' כה, יא.
  2. 28. ראה ברכות כו, ב. ע"ז ז, ב. סה"מ תרפ"ט ע' 225.
  3. 29. ע"פ ב"מ מ, א. ב"ב ז, א. ובכ"מ.

עמוד 254

  1. 30. חוקת שם.
  2. 31. ראה לקו"ת חוקת סו, ג.
  3. 32. קבלנות.

עמוד 255

  1. 33. דברי הימיםב יז, ו.

מצוטט ב־3 עמודים

תורת מנחם 1
  1. נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ שיחת ש"פ האזינו, שבת תשובה, ה'תשכ"ח סה"ש תרצ"א ע' 248
רשימות 1
  1. מנורה ‹ המנורה ע"ד הדרוש ‹ קיא סה"ש תרצ"א ע' 248
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ שיחות חג הפסח ‹ 38 ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 253