ב' דר"ח תמוז

246בס"ד ב' דר"ח תמוז1

שמעתי מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, תמוז תרנ"ד, קודם נסיעתו לאדעס2. אַמאָל האָט מען אין יעדער וואָרט וואָס מיא האָט גיהערט פון אַ חסיד (לא מיבעי רבי, אלא חסיד) האָט מען גיהאַט אַ חיות פנימי און אין יעדער תנועה האָט מען גיפונען אַ דרך אין עבודה.

חסידים האָבן עפעס אַנדערש דערציילט און יונגע לייט האָבן אַנדערש גיהערט, מיא האָט גיהערט און 247דער הערט3. און יעדער זאַך וואָס מיא האָט גיהערט האָט פועל גיווען, און דיא פעולה איז גיווען וויא בדרך ממילא, עס האָט גאָר אַנדערש ניט גיקאָנט זיין עס האָט גימוזט ווירקן, וויילע דיא ווערטער האָבן זעך גירעט מיט חיות, און דיא לעבעדיקייט פון דיא ווערטער אָדער דיא מעשה וואָס מיא האָט דערציילט האָבן פועל געווען.

אין וואַסער (מים) איז פאַראַן אַ חילוק ציא מים מכונסים מים תלושים4, ציא עס איז מים חיים4, מים מכונסים זאיינען אויך מחי' אַ נפש עיפה5 און מצמיח, פונדעסטוועגן בלייבן זיי אַלע מאָהל אויף זייער אָרט, נאָר אַז מיא מאַכט אַ אָרט אַ צנור אָדער אַ חלל יעמולט וועלן זיי זיך ציען ווייטער אָבער פון זיך אַליין וועלן זיי קיין חלל ניט מאַכן, אָבער מים חיים זיי מאַכן זיך אַ אָרט, זיי עקבערן דורך דיא סתימה און גייען דורך, וויילע מים חיים האָבן אַ חיות, און חיות פועלט, איז אַמאָליקע חסידים איז זייערע ווערטער זייערע סיפורים זיינען גיווען מיט חיות.

הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל פלעגט אַליין צונויפלייגן זיין טלית ותפילין, האָט מען אַמאָל בא אים גיפרעגט פאַרוואָס גיט ער דאָס ניט טאָן זאיינע תלמידים אָדער די מקורבים, וואָס יעדערער האָט דאָס זייער גיוואָלט טאָן מיט דעם גרעסטן פערגיניגין.

האָט הרה"ק רל"י זצ"ל גיענטפערט, השי"ת האָט זיך מטפל גיווען בכבודו ובעצמו עם גופו של משה רבינו6, דער גוף גם לאחר ההסתלקות של הנפש ממנו הוא גוף קדוש, טלית ותפילין בעת קיום המצות הוא גוף עצמות רצה"ע ובו מאיר כל הגילוי אורות שבכל סדר ההשתל' ושלמעלה מההשתל', וגם שלפני הצמצום ואיך שהוא בעצמות א"ס ב"ה, ולאחר שעשה את המצוה ופושט הטלית ותפילין הם גוף קדוש, ומשו"ז חפץ בעצמו להתעסק בזה.

אָט אזיי האָט אַ צדיק אַ עובד גיקוקט אויף דעם גוף מיט אַ טיפן פאַרשטאַנד, אַז דער עיקר איז דער נפש, ומ"מ איז דער גוף אויך קדוש, און אַזוי קלאָר האָט מען גיקוקט אויף אַ מצוה.

הערות

עמוד 246

  1. 1. נעתק מכי"ק רבינו.
  2. 2. ראה לעיל ע' 96 ובהערה 50.

עמוד 247

  1. 3. ע"ד החילוק בין "הערן" ו"דערהערן" — ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ג סי"ט. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 343. וש"נ.
  2. 4. ראה מקואות פ"א. ועוד.
  3. 5. לשון הכתוב — משלי כה, כו.
  4. 6. ראה סוטה ט, ב. פרש"י ברכה לד, ו. ועוד.