רשימה
392רשימה
חורף ה'שי"ת1
א. אין מיין יומן איז פאַראַן אַ אריכות'דיקע פאַרצייכנונג איבערגעשריבן עטלעכע מאָל, וואָס מיין מוטער2 האָט מיר דערציילט אייניגע מאָל ווען איך האָב שוין געלערנט באַ דעם דריטען מלמד ר' דובער ב"ר פסח3, איבערגעשריבן — ווייל איך האָב נאָך ניט געקענט שרייבן ביז איך בין אָנגעקומען צו מיין מלמד ר' ניסן4.
איך זאָג אַז זייענדיק באַ המלמד ר' דובער ב"ר פסח האָב איך ניט געקענט שרייבן, גוט שרייבן האָב איך נאָך ניט געקענט אפילו דאַן ווען איך האָב שוין געלערנט באַ ר' ניסן, אָבער איך אַליין האָב געקענט איבערלייענען — הגם מיט מאַטערניש — דאָס וואָס איך האָב אָנגעשריבן.
שרייבן לערן איך זיך באַ ר' הערצל 393בלומענטהאַל. וועמען מען האָט גערופן אין ליובאַוויטש הערציל דער שרייבער5.
באַ אונדז אין חצר איז הערציל דער שרייבער געווען דער וואָס פלעגט ערליידיגן אַלע זאַכן וואָס האָבן געהאַט אַ שיייכות מיט דעם פריץ פון שטעטל, מיט דעם אוריאַדניק6 און מיטן פריסטאָוו6, וועלכע פלעגן אונדז מכבד זיין פון צייט צו צייט מיט זייערע וויזיטן.
הערציל איז געווען אַ פּראָדוקט פון דער ליובאַוויטשער השכלהשול וואָס די רוסישע רעגירונג האָט געגרינדעט אין ניקאָלאַי דעם ערשטנס צייטן.
די ליובאַוויטשער צוואנג השכלהשול האָט אַ בעזונדער וויכטיקע דברי הימים אין וועלכן עס שפיגלט זיך אָפּ דער לעבנססדר אין די קליינע שטעטלאַך אין די רוהיגע אידישוואַרימע היימען פון יענער צייט.
ב. מיין חינוך, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען הויבט זיך אָן אין די גאָר גאָר פריעסטע קינדער יאָהרן.
איינע פון די פיעלע הדרכות אין דרכי החסידות, באַ חסידי חב"ד בכלל און בית רבי בפרט, איז צו מאַכן וויסן אַ קינד פון גאָר גאָר יונג אַז מען בעדאַרף זיין געהיט פון זיין איבערקלייבעריש וואָס צו עסן אויך ניט איבערקלייבעריש אויף וואָס צו שלאָפן, און זיין אימער ריין הן קערפּערליך און הן אין קליידונג.
ג. אין יאָהר תרמ"ג ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז עובר לפני התיבה אַלע דריי תפילות, שחרית, מנחה ומעריב, ביים זיידן אין חדר7, וואו אַלעס — די ספרים, כתבים, דער שרייבטיש און די איבעריקע מעבל — איז נאָך געווען מסודר ווי בחיי דעם זיידן בעלמא דין7, פלעגט מיך די מאַמע אַריינפירן און אַוועקזעצן אין איינע פון די גרויסע פאָטערשטולן, און אָנזאָגן מיר איך זאָל זיין שטיל און פאָלגן וואָס ר' יוסף מרדכי משרת8 וועט מיר זאָגן.
דעם טאַטנס דאַוונען פלעגט מיך מאַכן וויינען, נאָר איך פלעג זיך שטאַרק היטן דער טאַטע זאָל ניט הערן מיין געוויין.
איך פלעג זיך היטן ניט צו פאַרפעלן אַ אמן, שפּרינגען קדוש און זיך בוקן צו מודים.
ד. מיין מוטער האָט מיר דערציילט אַז איך פלעג דאַן אַלץ פרעגן וואו איז דער זיידע און פאַרוואָס וויינט דער טאַטע.
איך בין דאַן געווען שטאַרק בלייך און פלעג וויינען. איך בין בטבע בתולדתי אַ שטאַרק פאַרשלאָסענער, ניט אַרויסצוווייזן מיינע געפיהלן, און האָב שטאַרק ניט ליעב, ריכטיקער געזאָגט — פיינט, ווען מען לייגט רחמנות אויף מיר.
מיין מוטער האָט געזעהען ווי מיך פאַרפאָלגט עפּעס אַ אינערליכער געפיהל, האָט זי ריכטיק בעגריפן אַז דאָס איז אַ פועליוצא פון דעם טאַטענס דאַוונען, און פון דאַן אָן האָט זי מיך מעהר ניט געלאָזט זיין אין דעם צימער בזמני התפלה.
394דעם טאַטנס פאַרלאַנג איז געווען — לויט ווי די מאַמע האָט מיר דערציילט — אַז ווען איך האָב ניט בעדאַרפט עסן אָדער שלאָפן זאָל איך אַ געוויסע צייט אין טאָג זיין באַ אים אין צימער.
ה. אַזוי זיינען געווען מיינע קינדער חינוך יאָהרן פון יאָהר תרמ"ד ביז מען האָט מיך אַריינגעגעבן אין חדר צום דרדקי מלמד ר' יקותיאל9, וואָס אַ חוץ לערנען עברי דערציילט ער סיפורים פון תנ"ך מיט געוויסע ב'טעמ'טע דערקלערונגען וואָס מאַכן רייך די קינדערשע פאָרשטעלונג.
מיין צווייטער מלמד, ר' שמשון10, האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער זאָל מצליח זיין אין ללמד תשב"ר, און די ברכה איז געווען מפורסם אין בפועל ממש, ער איז אָבער געווען בטבע אַ שטאַרקער כעס'ן, און כל חמתו פלעגט ער אויסלאָזן אין שמייסן.
בשעת אַ געוויסן כעס אָנפאַל האָט דער מלמד געשלאָגן, שרייענדיק דערביי: "באַ מיר זיינען אַלע גלייך, ניטאָ קיין בנייחידים, קיין יחסנים, ומורא רבך כמורא שמים". אַ טייל חברים מיינע באַהאַלטן זיך אונטערן טיש, אַ טייל אַנטלויפן פון חדר, איך און נאָך צוויי חברים חלש'ן.
נאָך דער דאָזיקער פּאַסירונג זיינען מיר, די געשלאָגענע תלמידים, אייניקע וואָכן שטאַרק ניט געזונט געווען, ביז מיר האָבן זיך ערהאָלט.
ו. אין ליובאַוויטש זיינען געווען אין יענער צייט דריי דאָקטוירים. אַן אַלטער פּולישער דאָקטאָר, וויקטאָר באָגאָראָדסקי, ער האָט געהאַט אַ ארדן מיטן טיטול גענעראַל וואָס ער האָט באַקומען פון דעם פוילישן גוט באזיצער טשעקרעט, וואָס אַ גרויסער טייל פון ארשער אויעזד איז געווען שייך צו דעם אייגענטום פון דער פאַמיליע טשעקרעט.
אין מיינע קינדער יאָהרן איז דאָקטאָר באָגאָראָדסקי געווען אַ טיפער ניינציק יאָהריקער זקן. ער האָט געלעבט אין זיין אייגענעם פּאַלאַץ אין פאלווארק (אחוזה) "קריווינע", און פלעגט פון צייט צו צייט קומען אין ליובאַוויטש, אין אַ חגא טאָג, אויסגעפּוצט אין זיין אַרמיי מונדיר און קוקן אויף אַלעמען פון אויבן אַראָפּ.
דער צווייטער דאָקטאָר, יערמאקאוו, איז געווען דער דאָקטאָר פון וואלאסט11, אַ רוסישער, געווען אַ ראַיעלער מענטש, און האָט געהאַט זיינע דרכי רפואה, ער האָט ליב געהאַט דעם מעסער און רייסן ציינער.
דער דריטער, דער אידישער דאָקטאָר פון שטעטל, איז געווען ד"ר יאַקאָבסאָן, זיין געהאַלט פון שטעטל איז געווען 10 רובל אַ חדש, 5 רובל פון הכנסת המרחץ, 5 רובל פון ביקור חולים, 10 רובל פון חצר און רייכערע בעלי בתים, און צוואַנציק קאָפּיקעס אַ וויזיט. גאָר געהויבענע בעלי בתים און דער חצר פלעגן צאָלן פון פופציק קאפּיקעס ביז אַ רובל אַ וויזיט.
ווען איך בין געווען ניט געזונט, וואָס ר' שמשון מלמד האָט מיך צוביילט, פלעגט ד"ר יאַקאָבסאָן קומען יעדע דריי פיר טעג און געבן רפואות.
אין משך פון אייניגע חדשים מיט געוויסע רפואות האָב איך זיך פאַרשטאַרקט. איך בין דאַן קראַנק געוואָרן 395אויף וואזווראטנעם טיף. די עלטערן זיינען דאַן געפאָרן אין יאלטא12 — קרים — ווען דער פאָטער איז געווען לונגעןליידענד — און מען האָט מיך מיט גענומען אין יאלטא.
ז. נאָך ר' שמשון מלמד, גיט מען מיך אָפּ צום מלמד ר' דובער בר' פסח — בערע פיישעס.
ר' דובער בר' פסח מלמד איז געווען אַ אור אייניקל פון דעם ליאָזנער מלמד, צו וועמען אין חדר הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אָפּגעגעבן את בנו הוד כ"ק אאזמו"ר האמצעי.
עס איז ידוע בקבלה מדור לדור וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דאַן געזאָגט צום ליאָזנער מלמד13:
איך וויל מיט דיר בייטן אַ מצוה אויף אַ מצוה. איך האָב אַ מצוה ולמדתם אותם את בניכם14, דו האָסט אַ מצוה מפרנס צו זיין את בני ביתך.
און האָט אים געבענטשט ער זאָל מעמיד זיין תלמידים וואָס זאָלן מצליח זיין אין תורה ויראת שמים.
באַ ר' דובער בר' פסח לערן איך זייער פלייסיק, צוזאַמען מיט עטלעכע צוגעקליבענע פּאַסיקע חברים, ר' שמואל דעם שרייבערס15 און ר' בןציון משרת16 קינדער, וועלכע זיינען מיט אַ יאָהר אָדער צוויי עלטער פון מיר. זיי קומען יעדן טאָג צום אַכטאַזייגערדיקן מנין, בריינגען מיט זייער אָנבייסן, און האַלב צעהען זעצט מען זיך לערנען.
אין ליובאַוויטש זיינען דאַן געווען פינף שוהלן. אונדזער שוהל (האָט געהייסן דעם רבי'נס שוהל), דער שטאָטישער בית המדרש, בנימין'ס שטיבל, חאחלויקער בית המדרש און גאָלדעס מנין.
באַ מיינע ערשטע מלמדים איז אונדזער חדר געווען אין בנימין'ס שטיבל17.
ח. ווען איך בין אַלט געוואָרן ניין יאָהר, בשנת תרמ"ט, האָט מען מיך אָפּגעגעבן צו ר' ניסן מלמד, ר' ניסן סקאַבלאָ. זיין חדר איז געווען באַ ר' ישעי' קאַסטיער18.
ר' ישעי' קאַסטיער איז געווען אונדזערער אַ שכן, אַ קרעמער, אַ בןתורה און אַ בעלצדקה. ער איז געווען אַ חשוכי בנים ר"ל און אַ שטאַרקער בעלצדקה, פלעגט מחזיק זיין אַלע שטעטלדיקע מוסדות הצדקה ווי אויך די משולחים וואָס פלעגן קומען אין ליובאַוויטש.
ר' ישעי' פלעגט קלייבן נחת פון ר' ניסן'ס לערנען מיט די קינדער. נאָך דער קראם צייט פלעגט ר' ישעי' זיך אַוועקזעצן באַ זיך אין צימער, וואָס איז געווען אָפּגעטיילט פון אונדזער חדר מיט אַ דינער קומתאדם ווענטיל, פלעגט נעמען אַ זיטאָמירער גמרא און זיך צוהערן ווי המלמד ר' ניסן לערנט מיט אונדז.
עס פלעגט זיין אַ פערגעניגן צו זעהען, מיט וואָס פאַר אַ הדרתהכבוד דער ווייס גרויער זקן פלעגט דערלאַנגען אונדזער מלמד אַ גלאָז טיי מיט וואַרעניע.
אַזאַ כבודהתורה איז אין יענע צייטן 396געווען באַ אידן אין די אידישע שטעטלעך און ישובים.
ט. אין אַ פאַרצייכנונג אין מיין יומן פון די שמחת הבר מצוה שלי19 איז פאַרשריבן אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אַז הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט געזאָגט באַ זיין סעודת בר מצוה אַז הוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק פלעגט באַ יעדער שמחה פון זיינס אַ קינד דערציילען דעם אופן הסדר ווי זיין שווער, הוד כ"ק הרה"ק האמצעי האָט זיך נוהג געווען און די סיפורים וואָס ער האָט געהערט מהוד כ"ק אביו רבינו הזקן, וועגן די מנהגים וואָס ער האָט געהאַט בקבלה פון כ"ק רבו מורנו המגיד ממעזריטש בשם רבו כ"ק מורנו הבעש"ט.
דאָס וואָס מען דערציילט איבער אַ סדר הנהגה פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' איז לבד זאת וואָס דאָס איז אַ הזכרת דבקות נשמתא בנשמתא עילאה איז די הזכרה אַליין אַ צחצוח הכלי.
י. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט מחנך געווען את בנו, בן הזקונים, הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אין אַ שטאַרק ברייטע הרחבה נאָך גאָר פון זיינע יינגסטע קינדער יאָהרן.
הוד כ"ק דודיי זקני האָבן געוואוסט אַז אָט דעם קינד איז הוד כ"ק אביהם הרה"ק אַנדערש מחנך. אין יעדע קליינע הנהגה והדרכה האָט זיך געפיהלט די עינא קדישא פקיחא, וואָס האָט אַלעמען שטאַרק באַוואונדערט.
נאָך גאָר אין די קליינע קינדער יאָהרן האָט הוד כ"ק אביו משגיח געווען אַז ער זאָל זיך שפילן באַ אים אין צימער.
משנה לשנה, הנה — כשאר אחיו — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מתעלה בהפלאת מעלת חושיו בלימוד הנגלה ודא"ח, ואחר חתונתו הנה דירתו היתה בחצר הוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק.
בשנת תרכ"ו20 נכתב אליו המכתב דלהלן, וז"ל21:
לבני ידידי וחביבי הר"ש שי'.
ראיתי דא"ח שלך והוטב בעיני מאד. השי"ת יחזק לבך ושכלך להוסיף אומץ בתורתו ועבודתו וחזקת והיית לאיש. פתח פיך ויאירו דבריך. ואני מבטיח לך מה שאמרתי לך בעל פה. וכאשר אמרתי לך מה ששמעתי מאאזמו"ר הגאון ז"ל. חזק ואמץ לכתוב ולהגיד ואני סומך אותך בסמיכה רבה. ולא תירא משום אדם. והשי"ת יצליח לך ברו"ג ללמוד וללמד לשמור ולעשות.
אביך הדו"ש וטובת אנ"ש מנחם מענדל בן דבורה לאה
הנהגתו בהרחבה22, קונה המגרשים עם הבנינים הסמוכים לחצר הוד כ"ק אביו 397ובונה לו בית גדול מוקף חצר וגן23.
אלול תרכ"ז24 נפלה דליקה ברחוב זארעצא אשר גגי הבתים היו מכוסים תבן ורוב בניני העיר ובניני החצר עלו על המוקד. ואז הנה במקום דירת הוד כ"ק אביו הוא בונה25 בנין גדול26 וקורא לו "זאַל הגדול"27, ושם מתפללים בימים נוראים ובמועדים, ושם עורכים שלחנות משתה.
שם בזאַל הגדול ההוא הי' משתה חתונתה של דודתי חי' מושקא28 עם בעלה דודי ומחותני הרב משה הכהן נ"ע האָרנשטיין29, ושם היתה חגיגת הבר מצוה שלי בשנת תרנ"ג, ושם גם היתה שמחת חתונתי עם זוגתי הרבנית נחמה דינה, אלול תרנ"ז30.
398יא. מיטוואָך, ט' תמוז תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך אַריינגערופען און האָט מיך מזהיר געווען אַז דאָס וואָס ער וועט מיר איצטער זאָגן זאָל איך קיינעם ניט דערציילן, און זאָל אַלעס טאָן פּינקטליך ווי ער וועט מיר זאָגן.
"שבת — יב תמוז — ווערסטו אַלט עלף יאָהר, וויל איך דיר זאָגן דעם סדר מיוחד, ווי דער טאַטע האָט מיר איבערגעגעבען בשם דעם זיידן, דעם סדר וואָס דער אַלטער רבי האָט געגעבען לבנו אדמו"ר האמצעי און לנכדו זקננו הצמח צדק, אַז פאַר די שלימות פון עלף יאָהר הייבט מען אָן לייגן תפילין — נאָר בחשאי אַז קיינער זאָל ניט מרגיש זיין"31.
די נאַכט פון דאָנערשטאָג י' תמוז האָב איך ניט געקענט איינשלאָפן ביז פאַרטאָג, מורא האָבנדיק אַז איך וועל זיך פאַרשלאָפן. פון ניט שלאָפן די נאַכט בין איך געווען אַזוי מיעד אַז פרייטאָג נאָך דעם ערשטן מאָל תפילין לייגן בין איך איינגעשלאָפן אין די קליידער.
מענדיל דער משרת32, זעהענדיק אַז איך שלאָף אין די קליידער האָט מיך אָנגעהויבן וועקן, פון מידקייט האָב איך זיך ניט געקענט אויפהייבן זעהענדיק אַז איך שלאף שטאַרק און בין אויך זייער בלייך האָט ער דערציילט דער מאַמען.
ווען די מאַמע איז אַריין צו מיר אין צימער און דערזעהען מיין אויסזעהען און מיין שטאַרקן שלאָף איז זי געוואָרן זייער אומרוהיג, און איז אַוועק דערציילן דעם טאַטן. דער טאַטע האָט איר בערוהיגט.
פרייטאָג האָבן מיך דער טאַטע מיט דער מאַמען אַריינגעפירט צו דער באָבען, הרבנית רבקה, זי זאָל מיך בענטשן, דאַן איז אויך געווען באַ אונדז צו גאַסט די באָבע הרבנית חנה33 האָט זי מיך אויך געבענטשט, דערנאָך האָבן דער טאַטע און די מאַמע מיך געבענטשט34.
יב. פרייטאָג, נאָכדעם ווי די עלטערן האָבן מיך געבענטשט, האָט מיך דער טאַטע געהייסן מעביר די סדרה זיין.
מיט היבשע טעמי נגינה פעלערן האָב איך אין דעם תמוז'דיקן טאָג מעביר געווען די פרשת השבוע, און בין געווען זייער צופרידן פון דעם וואָס איך האָב אַלעס מקיים געווען ווי דער טאַטע האָט מיר געהייסן.
היינט צו טאָג, ווען — געלויבט השי"ת — עס גייט דער ניין און פופציגסטער יאָהר פון יענער פּאַסירונג, איז נאָך באַ מיר פריש אין זכרון מיינע יענע איבערלעבונגען פון דעם וואָס איך האָב ניט געטאָרט קיינעם דערציילן וואָס מיט מיר האָט פּאַסירט יענע טעג.
דער טאַטע האָט מיך אַריינגערופן 399און זאָגט מיר, דעם שבת ווען איך וועל ריידן חסידות זאָלסט שטיין לעבן ר' קאָפּל זעליקסאָהן35. ר' קאָפּל זעליקסאָהן פלעגט שטיין, בשעת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן חסידות אין דער ערשטער שורה.
די בשורה טובה האָט מיך אינגאַנצן איבעראַשט, און איך בין גלייך געלאָפן צו דער מוטער דערציילן איר וועגן דעם, און אַ היבשע צייט פאַר ליכט צינדן בין איך שוין געווען אין פאָדער צימער וואו דער טאַטע פלעגט זאָגן חסידות.
שבת נאָך דער סעודה איז געווען אַ גרויסע התועדות. אין יענער צייט זיינען נאָך אין ליובאַוויטש געווען אַ צאָל עלטערע מענטשן, גאָר טיפע זקנים וואָס האָבן נאָך געדיינקט דעם מיטעלען רבי'ן און זיין גרויסן בית המדרש36 וואו ער פלעגט זאָגן חסידות.
איך בין נאָך דאַן צו יונג געווען אויף צו וויסן וואָס צו פרעגן באַ די זקני החסידים ענינים און הנהגות פרטיות ווי אַזוי די זקני החסידים פלעגן זיך נוהג זיין.
עס איז איבעריק צו דערציילן אַז צווישן זיי זיינען געווען טיפע פאַרשטייער אין דער השכלה פון חב"דחסידות, בעלי עבודה אין תפילה מיט אַ התפעלות הלב, אַמאָל מיט אַ תשוקה וצמאון אויסגוס און אַ מאָל מיט אַ נועם ועריבות אויסגוס, וואָס איך האָב דאַן וועגן דעם קיין שום בעגריף ניט געהאַט. עס איז מער ניט וואָס איך פלעג זעהען און הערן וואָס זיי דערציילן.
די אַלע סיפורים וואָס איך האָב דאַן געהערט האָב איך געלייגט יגיעה — לפי ערך יכולתי אין יענע עלטער — אַז איך זאָל זיי געדיינקען און איך זאָל קענען אַלעס פאַרשרייבן.
יג. איינע פון די גאָר וויכטיקסטע הדרכות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מדריך געווען אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָהרן און מזהיר געווען, איז אַז מען בעדאַרף מזמן לזמן מאַכן אַ צייט איבערצוטראַכטן און דער עיקר צו מעורר זיין דעם כח הזכרון37 אויף דעם אויסזעהען פון דעם צימער וואו דער טאַטע איז דאַן געווען אויך אויף די פרטים צי איז ער געשטאַנען אָדער געזעסן, ווי דער צימער האָט דאַן אויסגעזעהען, צי עס איז געווען זומער אָדער ווינטער, זונענשיין אָדער וואָלקענדיק, רעגן אָדער שניי.
זייענדיק קאָנצענטרירט אין דעם במחשבה אַ שעה ארוכה אָפּגעשלאָסן באַ זיך אין צימער, וואו די טיר און פענסטער זיינען געווען פאַרשפּאַרט די פענסטער פאַרהאָנגען, האָב איך זיך אַליין געפיהלט ווי דאָס אַלעס איז הוה.
זיצענדיק צוזאַמענגענומען מיט אַלע חושים און פאָרשטעלונג און טראַכטנדיק איינע פון די אמרי קדש בסגנונו הקדוש והמדוייק של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט דאָס אַלעס געשאַפן אין מיר אַ אינערליכע פאָרשטעלונג אַז דאָס איז ניט קיין חלומ'דיקער עבר נאָר אַ פול זאַפטיקער הוה.
400דער "וואָס געדיינקסטו"38 האָט מיר געבראַכט נאָך און נאָך מעלות און פאַרלייכטערונגען ווי צו ראַנגלען זיך מיט די קינדערשע פוילקייט, צו טראַכטן וועגן די אייגענע מוחין ומדות ניט ווי עס בעדאַרף צו זיין צושטאַנד, און פון פאַרשידענע דערציילונגען אַרויסנעמען געוויסע עצות אין דרכי התיקון.
מיין פערטער מלמד, ר' ניסן סקאַבלאָ, האָט געהאַט אַ סך בקבלה פון זיין זיידן בשם זיין פאָטער ר' ניסן מלמד39, וועלכער איז געווען איינער פון די תלמידים הנסתרים וואָס האָבן געלערנט מיט הגאון הצדיק הר' ברוך. אונדזער מלמד הר' ניסן האָט געהאַט פאַרשריבן אַ סך סיפורים40, וואָס על פי רוב פלעגט ער אונדז מכבד זיין יעדן פרייטאָג מיט אַ סיפור. מיר די תלמידים פלעגן שוין וואַרטן אויף דעם פרייטאָגסיפור מיט אַ צמאון.
יד. אין דער צייט וואָס איך האָב געלערנט אין חדר איז באַ די מלמדים געווען אַ סדר קבוע אַז מען זאָל די קינדער דערציילן סיפורים און אַז דאָס איז אַ דורותקבלה.
דעם סיפור וואָס מורי ר' ניסן מלמד דערציילט אונז אין אַ פרייטאָגסיפור, אַז אלטע חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרן אַז זקני החסידים האָבן אַליין זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק רבינו הזקן:
עס זיינען פאַראַן צוויי דרכי עבודה: די עבודה פון געפינען אין זיך דעם חסרון און אים מתקן זיין, וואָס ביידע זאַכן, הן דער געפינען דעם חסרון און הן דער מתקן זיין אים, דאַרפן זיין על פי דרכי התורה.
אין מעזריטש האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט אַז דרכי עבודת תיקון המדות והכשרת כלי המוח בדרכי החסידות איז צו מאַכן פון דעם חסרון אַ מעלה.
אויף דעם יסוד התורה ודרכי העבודה דערציילט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק להוד כ"ק בנו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, האָט דער זיידע — רבינו הזקן — אַוועקגעלייגט זיינע כחות עצמיים בערך דרייצן יאָהר.
אין יאָהר תקל"ג41 האָט דער רבי מייסד געווען אין זיין דאַמאָלסדיקן וואוין אָרט, די — באַ חסידי חב"ד באַוואוסטע — חדרים, אין דריי דרגות: חדר אלף, חדר בית, חדר גימל.
אין דעם ערשטן יאָהר פון דעם חדר אלף התייסדות און די תלמידים זיינען געווען אין זייערע היימען אין פערשידענע ערטער וואו עס האָבן געלעבט איינצעלנע בחירי תלמידי הגר"א זיינען זיי געווען זייער בעגייסטערט פון די שטאַרקע טיפע און רייכע סברות עמוקות'דיקע לומדות.
טו. אַ וואָרט פון דאַן אַ געוויסן תמימות'דיקן גאון וואָס האָט געהערט 401איבערזאָגענדיק איינע פון יענע דעם רבי'נס תורות: אַזאַ תורה קען זאָגן נאָר דער מקבל מפי הרמב"ם אַליין.
דער וואָרט פון דעם תמימות'דיקן אַלטען באַוואוסטען גאון האָט געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן רושם אין דער עולם'שער גאונ'ישער וועלט.
באַ געוויסע עולמ'שע פירנדיקע גאונים האָט דעם גאון תמים'ס וואָרט געמאַכט אַ טיפע קנאה ווירקונג וואָס האָט געשאַפן גאָר גרויסע ביטערע פאלגן מיט שענדליכע מעשים.
טז. שמחת תורה תרנ"ז האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דער טאַטע האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — דער רבי דער צמח צדק — אַז רבינו הזקן האָט מיט הונדערט און פיר און צוואַנציק יאָהר צוריק — תקל"ג — מייסד געווען די חדרים.
אין מיין יומן איז באריכות פאַרצייכנט דער מסורה ענין מרבי לרבי, דער שטריינגער, גאָר גאָר זייער טיפער אויסשפּראַך וואָרט וואָס דער רבי זאָגט גאָר די ערשטע נשיאות זמן קומענדיק פון מעזריטש42:
חסידים וואָס זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה מיט אַ איבערגעגעבענקייט זיינען בעלי הפרדה.
די — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — וואָס האָבין גיזעהן און געהערט דעם אינערליכן רגש און התלהבות ווי בעלי עבודה שבלב פלעגין איבערזאָגין די ווערטער האָט פועל געועזין אַ כללות'דיקע בושה אויף דעם אייגענעם בלי מהות.
טו"ב. דעם בליץ פייערדיקן וואָרט איז מגלה הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין יאָהר תרנ"ז בשעת די התייסדות הישיבה תומכי-תמימים.
כל ענין התורה והמצות, זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין זיין שיחה ארוכה באַ אונדזער חופה סעודה, איז אויף צו מגלה זיין אין גשמיות וחומריות דעוה"ז די כוונה העליונה אַז אין מציאות היש זאָל זיך הערן און נתגלה ווערן די כוונה עצמית ופנימית פון עצמות א"ס ב"ה.
אָט דער ענין ואופן העבודה האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מקבל געווען אין מעזריטש ביים מגיד מיט מורנו הבעש"ט'ס הצלחה ברכה.
עס איז אַ ענין פון עצמו מספר43. טייצן פון דעם וואָרט עצמו: א) עצם — שטאַרק. ב) עצם — האַרט. וואָס פון דעם צירוף קומט אַרויס אַ פירוש; ג) שטאַרק האַרט, כמאמר ברזל קשה אש מפעפעו44, אָבער שטאַרק האַרט45 איז אַזאַ שטאַרקע האַרטקייט וואָס אין פייער צוגייט דאָס ניט און וואַסער פאַרטרינקט דאָס ניט. עס איז שטענדיק און אומעטום אַ עצמי, און דאָס איז דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.
הערות
עמוד 392
- 1. נרשמה ע"י כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחורף ה'שי"ת. נדפסה בסה"מ תשי"א ע' 167 ואילך עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
- 2. הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה. — ראה אודותה לעיל ע' 21. וש"נ.
- 3. דערמאָנט אויך בשיחת כה שבט תרצ"ו (לקוט יג) אות ח [ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 56. וראה שיחת ליל א' דחה"ס ה'שי"ת (לעיל ע' 361)].
- 4. וועגען עם — ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 69 [וראה לעיל ע' 41. וש"נ.
עמוד 393
- 5. ראה גם רשימת היומן של רבינו מיום ד', ה' תשרי תרנ"ב (ספר המאמרים תשי"א ע' 295)].
- 6. נעמען פון פּאָליציי בעאַמטע אין רוסלאַנד.
- 7. [ראה רשימת היומן ש"פ וירא, כ"ף מרחשון תרצ"ג ("רשימות" חוברת קיט ע' ס"ע 5 ואילך): "בשנת האבילות רמ"ג — הי' [כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע] בחדרו של מהר"ש נ"ע, שם אכל ושתה וישן, וגם המנין שלו הי' שם".
- 7. ראה מקומות שצויינו לעיל ע' 65 הערה 7].
- 8. זע ס' התולדות — אדמו"ר מהר"ש ע' 67, 70 [וראה לעיל ע' 233. וש"נ.
עמוד 394
עמוד 395
- 12. [ראה לעיל ע' 21. וש"נ.
- 13. ראה לעיל ע' 161. וש"נ.
- 14. עקב יא, יט.
- 15. ראה אודותו לעיל ע' 377 הערה 1.
- 16. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 83 הערה 11.
- 17. ראה לעיל ע' 79 ובהערה 13.
- 18. ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 248.
עמוד 396
- 19. עוד שיחות ורשימות מהברמצוה — ראה קונטרס בר מצוה של אדמו"ר מהוריי"צ (קה"ת, תש"ס) ע' כ ואילך. ע' סא ואילך. וראה גם לעיל ע' 160. ע' 192. ע' 354.
- 20. בספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ס"ע 13: "כנראה נכתב בימים ההם [תרכ"ו — בראשית השנה] מכתב הבא להלן, אף שאין בו הוראת הזמן".
- 21. נדפס בספר התולדות שם ע' 14. ובשינויים קלים — באגרות-קודש אדמו"ר הצ"צ (קה"ת, תש"מ) ח"א ע' שסג.
- 22. ראה רשימת היומן חורף תרצ"ג ("רשימות" חוברת קמ ע' 5): "עוד בימי הצ"צ דר מהרשנ"ע ברחבות". וראה — בנוגע עשירותו של אדמו"ר מהר"ש — אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' ריא. שיחות: ש"פ האזינו, יג תשרי תשי"ב. ש"פ מקץ תשט"ז בסופה. פורים תשכ"ח. מוצש"ק האזינו, יג תשרי תשל"ט. יג תשרי תש"מ. יג תשרי תשמ"ג. יג תשרי תשד"מ. מוצש"ק צו, אור ליג ניסן תשמ"ז. ועוד.
עמוד 397
- 23. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 5. בית רבי ח"ג פ"ח (טו, ב [קכג, ב]) הערה ב.
- 24. ובמק"א איתא שהשריפה הי' בקיץ תרכ"ח — בספר השיחות תש"ד שם: "זומער תרכ"ח ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין מאַריענבאד האָט אויסגעבראָכען אַ שריפה אין ליובאַוויטש, בעת וועלכער עס איז פאַרברענט געוואָרן אַ גרויסע טייל פון שטאָט און אויך אַלע בנינים פון רבי'נס חצר זיינען פאַרברענט געוואָרן". בספר השיחות תש"ה ס"ע 49: "זומער תרכ"ח איז געווען אַ שריפה אין ליובאַוויטש און הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז דאַן געווען אין מאַריענבאד". באגרות-קודש ח"ד ע' מב: "בקיץ תרכ"ח הי' הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע באחד ממקומי הקוהר בחוץ למדינה. וכימים אחדים לפני בואו, בהמחצה השני' דחודש אלול , היתה תבערה בליובאַוויטש ונשרפו כל בניני חצר הוד כ"ק אאזמו"ר אדמו"ר הרה"ק". ברשימת רבינו — "ליובאַוויטש": סוף מנחםאב. ברשימה שנדפסה ב"כרם חב"ד" גליון 4 ח"א ע' 9: בשנת תרכ"ח בח' אלול. בבית רבי שם (יב, ב [קכ, ב]): שהשריפה הי' בחודש מנחם אב תרכ"ח. וביומנו של הרה"ח ר' ברוך שניאור שניאורסאהן* : ה' אב תרכ"ח].
- 25. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהר"ש ע' לט ואילך.
- 26. בשנת תרל"ב — ראה הערה הבאה.
- 27. ראה אגרות-קודש חי"ג ע' א: "כאשר אאזמו"ר אור ישראל בעל הצ"צ. . ציוה בצוואתו לאמר: ששום אחד מזרעו מבניו או בני בניו בל ידורו במקום ביתו וחדריו, ושם יהי' מקום ת"ת לתשב"ר, או בית מדרש, או שום דבר שבקדושה אחר. ויהי אחר הסתלקותו, ובנו כ"ק אאזמו"ר מהר"ש. . ירא פן במשך הימים מפני השכחה המצויה יעברו ע"ד הצוואה ההיא, לכן בנה על שטח המקום ההוא בשנת התרל"ב אולם גדול שלשים אמה על שלשים אמה למקום תפלה להתפלל בו בעת כנסי' גדולה". בשנת תרס"א הוקדש אולם זה לישיבת תומכי תמימים — אגרות-קודש שם ע' א ואילך. ע' יג ואילך. ועוד.
- 28. ראה ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (הנ"ל) ע' 22.
- 29. החתונה התקיימה יום ו' עש"ק יו"ד אלול תרנ"ב (ראה סה"מ תרנ"ב ע')].
- 30. כאן רשם כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ על הגליון: בשנת תרנ"ח נתמניתי מאת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק למנהל ישיבת תומכי תמימים . בשנת תרס"א נמסרה לידי הנהלת עניני הכלל והנני עושה מסעות למדינות שונות ומשתתף בכל הועידות של עניני הכלל בתור מזכירו של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ובא כחו.
- . ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תשנ"ג) ע' ה — מכתב שכתב מאדעס ביום ג', י"ד אלול [תרכ"ח]. וראה אגרות-קודש ח"ה ע' רנד.
- . בכרם חב"ד שם: בח[ודש] אלול.
- . ראה לעיל ע' 49 בשוה"ג.
- . ראה גם לעיל ע' 234. וש"נ.
עמוד 398
- 31. [ביום ו' עש"ק י"א תמוז תרנ"א התחיל להניח תפילין בלא ברכה, ומיום א' י"ג תמוז — בברכה בשם ומלכות (ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 152. רשימת היומן אחש"פ תש"ב ("רשימות" חוברת קנו ע' 6). אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' קלז). וברשימת רבינו ע"ד הבר מצוה שלו (קונטרס בר מצוה של כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ (קה"ת, תש"ס) ע' טו ואילך): "משנת תרנ"ב בחדש תמוז ציוה עלי להניח תפילין, ויצויני כי איש לא ידע מזה. . כשבועים הנחתי בלא ברכה, ואח"כ הייתי מניח בברכה". ועד"ז בספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 221 ואילך.
- 32. ראה אודותו לעיל ע' 142. וש"נ].
- 33. די מוטער פון הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה נ"ע.
- 34. זע וועגען דעם אַלעם — ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 151.
עמוד 399
- 35. [החסיד ר' יעקב קאפיל זעליקסאהן החוזר בשנת תרנ"בתרנ"ג — ראה לעיל ע' 101. וש"נ.
- 36. בית המדרש של אדמו"ר האמצעי הי' גדול ביותר, ואלפיים איש יכלו לעמוד שם בריווח, והי' נקרא "הודו עלינו בית מדרש" כי הי' ארוך ביותר. והיו אומרים בדרך הצחות שאפשר הי' להתחיל להתפלל "הודו" בצד אחד של הביתהמדרש וכשהיו מגיעים לצד השני היו אומרים "עלינו" (רשימת רבינו משנת תרע"ד. ספר השיחות תש"ג ע' 125. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קעה ע' 4).
- 37. ראה לעיל ע' 254. וש"נ].
עמוד 400
- 38. זע קונטרס יב תמוז ה'שי"ת (קונטרס פ) ע' 265 [שיחת יג תמוז תש"ט (לעיל ע' 333)].
- 39. זע ס' הזכרונות ערשטער טייל וועגען עם.
- 40. ראה לעיל ע' 240. ע' 254. וראה לעיל ס"ע 43 ואילך.
- 41. כנראה היו שלשה זמנים כללים בסידור החדרים: תקל"ג (אחרי הסתלקות הה"מ ממעזריטש). תקל"ו — בהכתרת כ"ק רבינו לנשיא ליטא. תקל"ח — בבואו חזרה מנסיעתו ללות את הרה"ק הרמ"מ האראדאקער בעלותו לאה"ק ת"ו. ועפ"ז צריך לתקן "התמים" ח"ב ע' נ' בהערה שני'. וראה ג"כ שיחת י"ט כסלו תרצ"ג אות כב [וראה לעיל ע' 235.
עמוד 401
- 42. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 43. ע"ד תהלים מ, ו.
- 44. ראה ב"ב י, א].
- 45. ראה ד"ה אריב"ל בכל יום תפר"ח — שזהו ג"כ ב' פי' איתן, איתן שבנפש, תוקף שבנשמה, וואָס אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קאָן להיות, ח"ו, נפרד מאלקות. ובזה מובן מה שמסיים שזהו דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.
מצוטט ב־5 עמודים
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
- הוספות ‹ רלו ספר השיחות ה'שי"ת ע' 400
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 4
- תר"פ-תרפ"ז ‹ רשימת המאסר עם הוספות ‹ רשימה ‹ 245 ספר השיחות ה'שי"ת ע' 394
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ ב' דחוהמ"פ. רצ"א ריגא. ‹ 221 ספר השיחות ה'שי"ת ע' 398
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ ב' דחוהמ"פ. רצ"א ריגא. ‹ 222 ספר השיחות ה'שי"ת ע' 398
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ הוספות ‹ בס"ד. ‹ 272 ספר השיחות ה'שי"ת ע' 398

