יום א' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה

365יום א' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה

אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָרן איז אַ דאַנק דער השגחה און דער הדרכה פון מיין מלמד הרב החסיד ר' ניסן ע"ה1 וועלכער איז געווען אַ גרויסער בעל שמועה און אַ שטאַרקער דייקן אין יעדן סיפור ווען און פון וועמען ער האָט מקבל געווען די שמועה מיט אַ מדוייק'דיקן זמן באַ וועלכער געלעגענהייט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק משבח געווען את המלמד רנ"ס1 — אַזוי פלעגט ער אים רופן ווען ער פלעגט אים דערמאָנען — זאָגענדיק דערביי אַז דיין מלמד הרנ"ס האָט געהאַט אַ געזונטן אמת חסידישן קינדערחינוך.

עס זיינען געווען זמנים וואָס לרגלי חלישות בריאותו של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָבן אים די דאָקטוירים פאַראָרדנט אַ סדר הנהגה, אַז נאָך עטלעכע שעה יגיעה אין לערנען אָדער שרייבן זאָל ער אַ האַלבע אָדער אַ גאַנצע שעה רוהען, און צוליב בעסערע בלוטצירקולאַציע זאָל ער די שעה אַרומגיין אין צימער און באַ אַ גוטן וועטער — אין גאָרטן.

צו יענער צייט איז מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מודיע — דורך דעם הויז טעלעפאָן וואָס איז געווען פון זיין צימער צו מיינעם — אַז איך זאָל באַלד קומען2.

די מנוחה שפּאַציר שעה ניצט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויס אויף פאַרשידענע ענינים. א) הערן אַ בעריכט פון עניני ישיבת תת"ל און געבן הוראות הנהגה. ב) געבן מיר פאַרשידענע הוראות אין עניני הכלל וואָס איך זאָל שרייבן און צושטעלען אים אויף צו חתמ'נען.

רובא דרובא פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פרעגן, מיט אַ שמייכל אויף פני קדשו בנועם מיוחד, וויפיעל צייט האָט באַ דיר גענומען די אַרבעט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וויל וויסן פּינקטליך ניט בהשערה נאָר בדיוק אין מינוטן.

נאָך גאָר אין די פריהעסטע יונגע יאָרן איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען אַ מופלא בהנהגותיו מיט אַ מדוייק'דיקן סדר אין3 און שמירת הזמן, איינגעטיילט די זמני עבודת היום ועבודת הלילה.

שוין פון די גאָר יונגסטע יאָרן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געהאַט אַ שטאַרק מסודר'דיקע הנהגה אַז יעדער ענין וואָס ער האָט געלערנט בלי פלוג, צי אַ דין אין שלחן ערוך אורח חיים אָדער אַ מאמר חסידות וואָס איז אויך אַ געוויסער שלחן ערוך אין ארחות חיים פנימיים פון עבודת התפלה און סידור ותיקון המדות. האָט ער געלעגט די גרעסטע עבודה 366יגיעה אַז דער בכן פון דער השכלה זאָל בריינגען אַ עבודה בפועל ממש, אין מדות חסידות.

מורי הרשב"ץ4 איז געווען אַ טאַלאַנטפולער מחנך. זיין חינוך איז בעשטאַנען אין געבן אַ לעבעדיקן ציור אין גילוי הכחות והחושים.

דער אויסשפּראַך "כאלו אתה רואה מהות מציאות הדבר" וואָס געפינט זיך אין פערשידענע מאמרי חסידות איז געווען דער גרונט יסוד באַ מורי הרשב"ץ אין זיינע ביאורים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט — בשנת תרנ"ד: מורך הרשב"ץ האָט אַ בעזונדער הפלאה חוש צו מאַכן דעם תלמיד, מיט וועלכן ער לערנט, אַז דער תלמיד זעלבסט זאָל מעורר זיין דעם חיות אין עבודה.

עבודה און חיות אין עבודה זיינען צוויי בעזונדערע דרגות אין עבודת השי"ת. ביידע זיינען עובדי הוי' וואָס טוען יעדע מצוה בעתה ובזמנה כהלכתה. דער חילוק ביניהם איז אין דער לעבעדיקייט ווי מען טוט די מצוה.

אין טבעי בני אדם זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של שמחה מיט אַ חיות, על חטא אין ק"ש שעל המטה זאָגן זיי אויך מיט אַ חיות, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של עצבות, און אָט די זאָגן שישו ושמחו בשמחת תורה אויך מיט אַ טרויעריקייט און אָנגעבלאָזנקייט.

דער נקודת הענין איז וואָס באַ זיי פעלט דער גאַנצער ענין פון עבודה אמיתית און דערפאַר איז באַ זיי די התגברות החומר על הצורה אַז די ענינים פון צורה זיינען באַ זיי אויך חומריות'דיק.

חסידות חב"ד, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען, איז מיוסד אויפן יסוד פון השגת המוחין און עבודת הלב, וואָס אין דעם זיינען זיך משתתף אַלע עשרה כחות הנפש, און דאַן קומט דאָס אַרויס אין אַ עבודה שלמה.

דאָס אַלעס וואָס איז דאָ געזאָגט געוואָרן איז אַן אַריינפיר וואָרט צו דער יחידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אין יאָר תרל"ט באַ הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש.

וואָס זיי האָבן דאַמאָלסט גערעט איז אַ ענין בפני עצמו, נאָר פאַרן אַרויסגעהן האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאָלגענדען סיפור.

אין ליאָזנא איז געווען אַ איד אַ זקן, דעם אַלטן רבינס אַ חסיד, וועמען מען האָט גערופן ר' אלי' בער ישובניק.

ער איז קיינמאָל קיין ישובניק ניט געווען און אפילו ניט געוואוסט וואָס אַ ישוב איז. דעם נאָמען ישוב'ניק האָט מען אים געגעבן ווייל אויף יעדער זאַך פלעגט ער זאָגן: מען דאַרף האָבן אַ ישוב הדעת.

אַז מען פלעגט אים רופן אַלס אַ צענטן צו אַ מנין פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת. פלעגט מען אים רופן צו אַ חולה מסוכן ר"ל, פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת, און כרגיל, פלעגט דאָס די וועלט האַלטן פאַר עניני שטות.

אָבער באמת איז די סיבה פון דעם געווען ווייל ער האָט אַמאָל געהערט פון כ"ק רבינו הזקן בזה"ל: איך וועל אייך זאָגן אַ תורה פון רבי'ן — דעם מעזריטשר מגיד — וואָס ער האָט געהערט פון זיידן — מורנו הבעש"ט: שמע ישראל 367הוי' אלקינו הוי' אחד5, זיינען די אתוון רברבין עד דע, דער פירוש איז אַז עס דאַרף זיין דער דע, מען זאָל וויסן דעם עד שבנשמה, וואָס דאַמאָלסט האָט ער אַ השגה אין עצמות הנשמה.

דער דרך החסידים אַמאָל איז געווען אַז מען האָט געלעבט מיט אַ וואָרט, מען האָט ניט געזוכט קיין אריכות, אַ וואָרט האָט מספיק געווען.

חכמה איז אמת, דעת איז אמת, אָבער בינה איז לעצמה ניט אמת. דעת ווייל עס איז מקושר אין דעם אמת פון חכמה איז אויך אמת, אָבער בינה קען זיין ניט דורכאויס אמת, און אַמאָל אויך אפילו שקר, און אין אָט דעם בעדאַרף זיין די יגיעה און עבודה, מברר זיין דעם פסולת השקר.

דער טעם הדבר פאַרוואָס אין הבנה קען זיין דער ענין השקר איז ווייל הבנה און הסבר קען זיין שקר, ווייל בעיקרה איז דאָך דאָס הסבר, וואָס איינער איז מסביר דעם ענין אַזוי און דער צווייטער איז מסביר אַנדערש, און ער זאָגט אַז ער האָט "דאָס" מחדש געוען, איז דאָ קען מען שוין זיין געחאַפּט. די עבודה איז אַראָפּצוטראָגן דעם אמת פון חכמה אין בינה און אויך אין דעם בפועל ממש.

הערות

עמוד 365

  1. 1. [ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  2. 2. ראה גם רשימת היומן שמע"צ ושמח"ת תרצ"ג ("רשימות" חוברת יד ע' 10). לקו"ש ח"ב ע' 506].
  3. 3. חסירה תיבה אחת.

עמוד 366

  1. 4. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.

עמוד 367

  1. 5. ואתחנן ו, ד.

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 1
  1. כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תש"כ. סה"ש תש"י ס"ע 366
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ לו ספר השיחות ה'שי"ת ס"ע 366