ליל ב' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה

367ליל ב' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה1

א. דאָס וואָס מען האָט גערעדט2 אַז די אותיות פון שמע ישראל וגו' איז אתוון זעירין, איז דאָס נאָר לגבי די אתוון רברבין, אָבער באמת זיינען זיי אַליין אויך אתוון רברבין.

דאָס האָט דער זיידע, הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש, געזאָגט דעם טאַטן אויף יחידות, וואָס די יחידות איז געווען דעם טאַטן נוגע עד מיצוי הנפש. דאָס איז געווען אין יענע צייט ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אויפגעהויבען דעם טלית ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ווען ער האָט געהאַלטן אין מיטן דאַוונען, און האָט גאָר ניט מרגיש געווען — כידוע המעשה בארוכה3 — נאָכדעם אַז דער טאַטע איז אַריינגעגאַנגען אויף יחידות האָט אים דאָס דער זיידע — הוד כ"ק אדמו"ר מוהר"ש — געזאָגט, אַז די אותיות פון שמע ישראל הייסן אתוון זעירין נאָר אַנטקעגן די אותיות עד, וואָס זיינען אתוון רברבין, אָבער באמת זיינען אַלע אותיות פון שמע ישראל אתוון רברבין. און בפרט אין די אותיות אשמח — וואָס בלייבט אין די ווערטער שמע און אחד אויסער די אתוון רברבין עד, און דוקא אין דעם סדר אשמח4.

ב. אַז מען דערציילט איבער אַ וואָרט 368פון אַ רבי'ן איז דאָס אותיות עצמיים, אַזוי אויך אַ תנועה5. אַז מען חזר'ט איבער אַ תנועה — אָט ווי מען האָט היינט איבערגעזונגען די תנועה מיט וועלכע דער טאַטע פלעגט שבת דאַוונען — באַווייזט עס, אַז מען האָט אַ אזן שומעת. זיין הרגש איז אין די כחות הגלוים, וואָס דאָס איז לפי ערכו, ער איז דאָס מרגיש לפי אופן זיין אזן שומעת, און אַזוי דערהערט זיך דאָס ביי אים אין די כחות הגלוים. אָבער דאָס איז אותיות עצמיים6.

ג. חסידים האָבן געדאַרפט מאַכן אַ קביעות אויף צו מצייר זיין זיך במחשבה וואָס זיי האָבן אַמאָל געזעהען און געהערט ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען, וכדומה. דאָס איז אַודאי, אַז אויף דעם אור הנשמה וואָלט דאָס זיכער פועל געווען, און אפילו אין די כחות הגלוים, וואָלט דאָס אויך געמאַכט אַ רושם. אַ רשימה לפי אופן ההרגש.

ד. (פנה להמסובים ואמר:) מילא אַז מען איז מקצר אין דאַוונען, דאָס הייסט אַז מען איז מקצר אין התבוננות, איז דאָס דערפאַר ווייל עס פעלט שכל. צו התבוננות דאַרף מען דאָך שכל, — פעלט שכל. אָבער פאַרוואָס איז מען מקצר אין שמחת יו"ט — הכוונה מדוע אין מנגנים בשמחה — צו דעם דאַרף מען האָבן מדות, און מדות איז דאָך ביי יעדערן דא, נאָר זיי געפינין זיך דאָרט וואו זיי דאַרפן ניט זיין, דעריבער דאַרף מען זיי ממשיך זיין במקום הראוי, אין שמחת יו"ט, וכדומה, טאַנצן, טופען מיט די פיס, ביז וואַנען מען זאָל דאָס דערהערען אין קאָפּ, וואָרום אַז ער איז מרקד ברגליו ווערט דאָך דער הילוך הדמים במרוצה יותר, ווערט ווארים אין קאָפּ.

אַיי יונגעלייט, וואָס איז מיט אייך, מען איז פויל און פאַרשלאָפן.

ה. (הרב רי. ב. אמר לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז אנ"ש פון פּאַריז און לאָנדאָן זאָלן קומען אַהער צום רבי'ן. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

מען דאַרף ממשיך זיין דעם אור ליובאַוויטש אַהין, דאָרטן וואו אנ"ש געפינען זיך. און עס האַלט דערביי.

הערות

עמוד 367

  1. 1. שיחות ליל ויום ב' דחה"ס, חוהמ"ס, ליל שמע"צ, ליל שמח"ת, יום שמח"ת בסעודה ואסרו חג דשנת ה'שי"ת נדפסו ע"פ רשימת השומעים עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 89 ואילך. "כמה מהדבורים חסרים ברשימה זו. ואנו בבקשתנו לכל מי שיש תח"י רשימת הענינים החסרים — להמציאה לנו ותודפס באחד הקונטרסים הבע"ל" (סה"מ שם ע' 78 הערה 1).
  2. 2. בשיחת יום א' (נדפסה בקונטרס חה"ס — קונטרס פד [סה"מ תשי"א ע' 69. לעיל ס"ע 366 ואילך]).
  3. 3. [ראה לעיל ע' 82. וש"נ].
  4. 4. ראה זח"ג רלו, ב. סידור שער הק"ש בסופו. אמרי בינה שער הק"ש פע"ו ואילך. ספר המצות להצ"צ מצוה קצקצה [ל, ב].

עמוד 368

  1. 5. בעת החזרה לא ידעו בבירור הכוונה אם "תנועה" היא בשוה כמו אַ "וואָרט" א"ל. — המעתיק.
  2. 6. [בהנחה בלתי מוגה: אָבער אַז מען חזר'ט איבער אַ וואָרט איז דאָס אותיות עצמיים.