ליל א' דחג הסוכות, ה'שי"ת

357ליל א' דחג הסוכות, ה'שי"ת

א. איך האָב שוין דערציילט, אין פערשידענע זמנים, איינצעלנע ענינים פון דעם אופן החינוך און דעם סדר החיים אין מיינע ימי הנוער פון די גאָר פריהעסטע קינדער יאָרן.

די אַלע דערציילונגען און זכרונות, הגם זיי זיינען מער אָדער ווייניגער חיים פרטיים, אָבער דרך אגב — און אפשר מער ווי דרך אגב — זיינען זיי אַ געוויסער "תואר חיי חסידים", ווי אַ חסידישער חב"ד לעבן האָט בעלייכטן און בעשיינט די אידישעבעליבתישע היימען אין דער אַלטער גרונטיקער פשוט'ער אידישער היים אין די וואכעןטעג, שבתים, ימים טובים, חדש אלול און ימים נוראים.

באַ יעדן דערציילער איז פאַראַן אַ געוויסער אינערליכער רייץ וואָס גיט אַ געוויסע לעבהאפטע בילד אַז עס איז כאלו אתה רואה את המחזה, די מענטשליכע פאַנטאַזיע מאָלט אויס די בילד מיט אַלע אירע פאַנטאַסטישע פאַרבן.

באַ דעם וועלכער איז אויך געבענטשט מיטן חוש הדבור און שפת חלקות דערוועקט זיין דערציילונג די כחות הציור אויך באַ די צוהערער אַז כאלו הם רואים תמונה חי' נגד עיניהם.

באַ חסידים בכלל און באַ חסידי חב"ד בפרט, וואָס אין אַלע זייערע דערציילונגען, הן אין זייערע פּריוואַט פאַמיליע היימען און הן אין זייערע התועדות'ן זיינען בעלויכטען מיט געוויסע סיפורים פון די הנהגות הרבים און עלטערע חסידים, זיינען זייערע היימען ליכטיקער און איידעלער.

דער הויפּט חילוק אין דעם איז אַ דבר ידוע צו דעם וואָס האָט אַ עין רואה און אזן שומעת אין אַ חב"ד חסידישן פאַרבריינגען.

אין יאָהר תר"ן, ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז אַריין די ערשטע נאַכט אין סוכה האָט ער געזאָגט:

(משנה א).

היינט איז די התחלה פון זמן שמחתינו, שמחתינו לשון רבים וואָס די 358שמחה איז שמחת הוי' און שמחת ישראל1.

ימי השנה זיינען איינגעטיילט אין זמנים שונים, ימי החול, ימי שבת, חדש אלול, וואָס ווערט געטיילט אין צוויי זמנים, א) ימי חשבון מצב הרוחני, ב) ימי בקשת סליחה. און חדש תשרי וואָס ווערט געטיילט, א) ר"ה, קבלת מלכותו ית', ב) יום הכיפורים, ג) סוכות.

יעדער זמן פון די ימי השנה ווערט אָנגערופען מיט אַ שם היחס וואָס איז געבונדען מיטן עם ישראל.

דאָס מיינט אַז לבד דעם יחס היום פאַר זיך אַליין וואָס ווערט באַצייכנט מיט די נעמען יום ראשון, שני, שלישי, רביעי, חמישי, ששי, און שביעי, און חוץ דעם שם וואָס איז געבונדן מיט די ימי החודש זיינען אויך פאַראַן זמני היחס.

מיט אָט דער קורצער און שארפער הערה און הארה יסודית וועלן מיר מער אָדער ווייניקער פאַרשטיין דעם נקודה עיונית וואָרט וואָס איך האָב אייך איבערגעגעבען וואָס מיר האָבען זוכה געווען צו הערן ליל א' דסוכות.

ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט די ערשטע דערמאָנטע משנה האָט ער מכבד געווען די צוהערער מיט דער צווייטער משנה, ווי עס איז געווען פאַרשריבן בקיצור באַ מורי הרנ"ס2.

(משנה ב).

דער זמן שמחתינו איז דער זמן פון אונזער שמחה עצמית. וואָס מיינט אונזער שמחה עצמית, די שמחה אויף התגלות העצמות, אָט דאָס וואָס יום כיפור קומט מען צו דעם כי בענן אראה3, וואָס עצמות כביכול איז זיך משעבד צו ישראל אַז עס זאָל זיין אראה און אויף דעם איז די שמחה סוכות, די התגלות העצמות.

ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַז די המשכה ווערט נמשך דורך די רביים און האָט אויסגערעכענט אַלע רביים זי"ע.

ג. אונז רופט מען חב"דניקעס, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ממשיך געווען אַ חב"ד'ניק מיינט ניט דוקא דער וואָס דאַוונט באריכות, נאָר יעדערער וואָס דאַוונט אין אַ חסידישן בית המדרש. יעדערער וואָס שטאַמט פון חסידישער גזע, צי דער פאָטער, דער פעטער אָדער אַ זיידע איז געווען אַ חב"ד'ניק ווייס פון אַ חסידי'שן קרעכץ.

אַ חסידישער קרעכץ איז ניט אויף אַ בולבע.

אַ חסידישער קרעכץ איז אָדער אויף דעם וואָס ער האָט אַזעלכע מדות אָדער אייגענשאַפטען הן אין דיבור און הן אין מעשה וואָס מען בעדאַרף ניט האָבן, אָדער אויף צו וויסן ווי מען בעדאַרף זיין.

אַ חסידישער מחונך טענה'ט אָפטער איין מיט זיך אַליין, וואָס ווערט דערפון אַז זיין קריאת שמע שעל המטה איז בעסער ווי באַ דעם וואָס זאָגט אָפּ די ווערטער פון ק"ש און האָדיע.

אָבער באַ דעם וואָס לייענט ק"ש און יעדער וואָרט בייסט אים און שטעכט אים, און דער בייסן קומט ניט מבחוץ נאָר מבפנים, וואָס מאַכט אַ אַנדער מין שלאָפן, און אַז דער שלאָפן איז אַנדערש זיינען די חלומות אַנדערע און דער אויפשטאַנד אַן אַנדערער און במילא איז 359שוין דער מודה אני אויך אַן אַנדערער, און דאָס איז אַלץ אַ הכנה צו עבודת התפלה.

אין יענע רייד איז אויך געווען אַ וואָרט:

ד. נאָך וואָס דאַרף מען האָבן אויערן, אויב מער ניט אויף צו הערן, וואָלט דאָך געווען גענוג אַ חלל, אַ נקב, אָבער נאָך וואָס בעדאַרף מען האָבען דעם בולט פון די אויערן — דעם ?ולט פון די אויערן בעדאַרף מען האבין אויף אַרויסצושלעפּען פאַר די אויערן פון ?לאָטע.

אַה! עס איז ביטער, זעהר ביטער, און די ביטערקייט האָט אַ שווער שלעכט שמעקעדיקען גירוך.

אַמאָל איז באַ חסידות'ע יונגעלייט מחונכים געווען גאָר אַן אַנדער שפּראַך, אַן אַנדער שמועס, און היינט איז אָדער מען זאָגט ניט אָדער אויב מען זאָגט הערט מען ניט, מען שטופּט זיך, דאָס איז דער נייער דרך, וואָס די חיצוניות געבאַקענע חסידישע טענצער האָבן געשאַפן.

דער דרך החדש וואָס די חסיד'ישע טענצער און קלי הדעת האָבין געשאַפען איז ניט נאָר וואָס כל באי' לא ישובון3, און קריכין אַלץ טיפער אין דער חיצונית בלאָטע, נאָר זיי זאַיינען נעבעך אַזוי רחמנות גישטראָפט אַז זיי קוויקין זעך מיט זייערע דרכי והנהגות חיצונית ווי די חי' הידוע וואָס עסט פסולת און איז זעך מתענג אין דעם.

ה. באַ פאַרשידענע זמני התועדות איז שוין דערציילט געוואָרן דער סדר ואופן החינוך וההדרכה וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך ומדריך געווען אין די שנות הנערות מיט די גרעסטע שטריינגקייט און האָט מדייק געווען אין יעדער תנועה.

די זייער שטריינגע חינוך הנהגה האָט באַ מיר, ווי באַ יעדן קינד אין אַזאַ עלטער, געשאַפן אַ געוויסע יראה.

עס האָט איינמאָל פּאַסירט אַז מיין מוטער האָט מיר געגעבען פרישטאָק און כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז אַריינגעקומען און געפרעגט באַ דער מוטער אויב זי האָט מיט מיר געזאָגט מודה אני, האָב איך זיך זעהר צו וויינט.

דער קינד — ענטפערט די מוטער — איז געווען אַ הונגעריקער האָב איך אים געגעבן אַ טראָפּן מילך מיט אַ שטיקעל קיכעל.

און אַ ברכה אויפן קיכעל מיט די מילך האָט ער געמאַכט פאַרן זאָגען מודה אני?

דעם קינד — ענטפערט די מוטער — טרייסעלט פון שרעק.

אַז מען עסט פאַר מודה אני אָן אַ ברכה מעג טרייסלען, ענטפערט דער פאָטער.

ניט געקוקט אויף מיין געוויין נעמט מיר דער פאָטער פאַרן האַנט און פירט מיך אַריין צו זיך אין צימער זאָגענדיק:

ווי איז באַ דיר רעכט געווען נעמען עפּעס פאַרן זאָגן מודה אני און אָן אַ ברכה.

מיר האָט פאַרקוועטשט די האַרץ און איך האָב ניט געקענט אויסריידען אַ וואָרט. ווען איך האָב זיך באַרוהיגט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיט מיר געזאָגט מודה אני.

דער אופן עמידה בשעת'ן זאָגען מודה אני איז געווען4: צום ערשטען שטיין גלייך, צוזאַמען שטעלען די פיס, 360אויסגלייכען דעם טליתקטן, איינבויגען זיך און דאַן זאָגען וואָרט ביי וואָרט מודה אני.

מיט פיעל יאָהרען שפּעטער, אין פערשידענע זמנים, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט וועגען דעם שטרענגען קינדערזמןחינוך: אַ אמת גוטער מחנך בעדאַרף זיך לערנען מסדר זיין דעם חינוך, פון אַ גוטען גערטנער וועלכער גיט דעם גרעסטען אַכט אויף דער פאַרפלאַנצטער צווייגעלע זי זאָל וואַקסען גלייך און דאַן וועט דאָס אויסוואַקסען אַ אילן ישר וחזק.

די חסיד'ישע סיפורי מעשיות, וואָס קינדער הערען ביי זייערע טאַטע מאַמע אין די חסיד'ישע היימען, און די סיפורים און ניגונים וואָס זיי הערען אין די חדרים סיי די חסיד'ישע מלמדים איז דאָס דער יסוד מוסד פון עדת החסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט.

איך פיהל אַז שומעים דייקנים וועלען זיך אָפּשטעלען און זיך פאַרטראַכטען אויף דעם דיוק פון די ווערטער "חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט", וואָס טיילט מען דאָ דרגות אין מעלות החסידים, אָבער אַזוי איז דאָס, עס זיינען פאַראַן חילוקי דרגות.

גוטע מוחין זיינען נוגע ניט נאָר אין מעלת השכל הבנה ודעת נאָר אויך אַז זיי זאָלען פירען די מדות, און במוחש זעהט מען דאָס אין זמן שמחתינו, וואָס דאַן זיינען מוחין מגדיר די מדות, אַז די התגלות השמחה זאָל זיין מסודר באופן אַז עס זאָל בריינגען אַ געוויסען תועלת אין הנהגת המדות.

ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען אַז אין יעדער ענין וואָס איז בא לידי זאָל איך די ערשטע זאַך גוט דורכטראַכטען, מיט אַ געוויסער מוחיןמתינות, צי די זאַך וואָס איך בעדאַרף טאָן אָדער ריידן וועגן דעם איז מתאים מיט דעם וואָס איך האָב געהערט באַ אַ פאַרבריינגען ברבים אָדער ביחידות, אויסטייטשענדיק דעם מאמר חייב אדם לומר בלשון רבו5.

דער לשון רבו איז נוסף אויף דעם ענין הגלוי במושכל וואָס איז מבואר בגלוי אין דעם לשון רבו. אַז מען ווייס ווי מען בעדאַרף אַרויסריידן אַ ענין שכלי איז דער לשון רבו פאַר זיך אַליין איז פועל אַ געוויסע ליכטיקע קלאָרקייט.

ז. באַ געוויסע זמני התועדות האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט בסגנון הזה:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער זמן שמחתינו מיט אַלע חב"ד חסידישע פירושים און טיפע עבודה'דיקע חב"ד אָנדייטונגען זאָל נמשך ווערען אויף אַלע אידן אין אַלע ערטער וואו זיי געפינען זיך.

די המשכת הברכה זאָל זיין אין אַלע ענינים הגשמיים והרוחניים; דאָס מיינט אַז באַ אידן שומרי תורה ומצות בכלל, און באַ בני תורה ועבודה בפרט, איז די גשמיות אַ כלי צו מגלה זיין די רוחניות, וואָס דאָס איז דאָך כוונתו ית' אין דער בריאה הגשמית.

ח. אין דעם אלטן, אמת גרינטליכן חינוך חדר, האָט דער חייב אדם לומר בלשון רבו פאַרנומען אַ שטאַרק מדויק'דיקן אָרט, ניט נאָר אין אַ הלכה ענין נאָר אויך אין אַ חסיד'ישען סיפור אָדער ניגון.

אין מיינע קינדער יאָרן, איז על פי הוראת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק למלמדי, 361ר' דובער ב"ר פסח — בערע פיישעס6, ר' ניסן2 ור' יקותיאל7, האָט מען בכל יום ויום געגעבען אַ האַלבע שעה אָדער דריי פערטל אויף צו דערציילען די חדר קינדער חסידישע סיפורים.

די סיפורים וואָס מיר האָבן געהערט אין חדר האָבן מיר געדאַרפט איבער חזר'ן צווישן זיך אונטער דער השגחה פון רבין וואָס האָט צוגעהערט.

געוועהנליך פלעגן מיר קינדער — וועלענדיק בעווייזען אַז מיר געדיינקען און גוט בענומין וואָס דער רבי האָט דערציילט — איבערשרייען איינער דעם אַנדערן, און דער טומל איז געווען אַזוי גרויס אַז די מלמדים ר' יקותיאל אָדער בערע פיישעס פלעגן זיצן צוטומעלטע פון אונדזערע אומגעלומפערטע געשרייען און מאַכן מיט די הענטלעך.

איך האָב דאַן איינמאָל געהערט פון דער באָבען הרבנית הצדקנית מרת רבקה8 וואָס איר שוויגער די באָבע הרבנית חי' מוסיא8 האָט איר דערציילט.

איר זיידע, הוד כ"ק רבינו הזקן, האָט מסדר געווען אַז יעדן פרייטאָג צו נאַכט נאָך סעודת שבת זאָלן די פרויען לייענען די פרשה חומש אין טייטש חומש9, און שבת נאָך מיטאָג זומער, אָדער מוצאי שבת ווינטער זאָלן זיי דערציילן חסידישע סיפורים.

די באָבע רבקה איז געווען אַ בעלת שמועה און יעדער סיפור איז באַ איר געווען מדויק, ווען זי האָט דאָס געהערט און פון וועמען, מיט אַ תיאור כללי פון דעם מספר און דעם זמן המאורע והסיפור. פלעג איך יעדן טאָג קומענדיק פון חדר גיין צו דער באָבע רבקה בעטן דערציילן אַ מעשה.

דער סדר פון מיינע ביקורים באַ דער באָבען האָט אָנגעהאַלטן אַלע יאָרן ביז איר הסתלקות10. נ"ע.

די דאָזיקע סיפורים זיינען קובע אַ מדור מיוחד אין מיין יומן און זכרונות.

ט. דער נוסח פון ברכת לחיים, באַ די זמני ההתועדות ברבים, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען פאַרשידנאַרטיק אין די שטילע קורצע ווערטער וואָס ניט אַלע האָבן געהערט, און די וואָס האָבן יאָ געהערט זיינען דאָס געווען פאַר זיי ניט פאַרשטענדליכע ווערטער.

און באַלד נאָך די קורצע שטילע ווערטער פלעגט ער זאָגן הויך דייטליך קלאָר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער אמיתית'דיקער זמן שמחתינו זאָל נמשך ווערען אויף אַלע אידן אין אַלע ערטער וואו זיי געפינען זיך.

די המשכה זאָל זיין אַ המשכה כפולה ומכופלת, כפולה מיינט צוויימאָל, ומכופלת מיינט צוויימאָל צוויימאָל.

דער עומק פון דעם טייטש וואָרט איז אַז אין די גשמיות פון חומריות זאָל זיך דערהערן די רוחניות, וואָס דאַן ווערט אין די חומריות הגשמי נתגלה און מאיר דער גילוי עצמותו יתברך.

און דאָס איז דער פירוש פון דעם וואָרט אין גשמיות און אין רוחניות, אַז הן די גשמיות און הן די רוחניות זאָל זיין ווי דער אויבערשטער וויל.

362און ווי דער רצון העליון איז אַז יעדער איד בלי פלוג צי אַ למדן צי אַ פשוטער איד זאָל וויסן אַז ער בעדאַרף נעמען אַ געוויסן אַיינטייל אין דער כוונה פון בריאת העולם.

י. באַ חסידים בכלל און באַ חסידי חב"ד בפרט זיינען פאַראַן חילוקי דרגות. חסידים בעלי מוחין חב"ד וואָס טיילן זיך אין בעלי השכלה, בעלי הבנה און בעלי דיעה, וואָס על פי רוב זיינען מלמדים די ערשטע און העכסטע דרגא אין חסידי חב"ד. אַזוי איז געווען אין די ערשטע און גאָר פריערסטע יאָרן, ווען הוד כ"ק רבינו הראשון — רבינו הזקן — האָט מגלה געווען תורת חסידות חב"ד און האָט מייסד געווען די חדרים הנקובים בשם חדר א', חדר ב' און חדר ג'11. דאָס איז געווען קומענדיק פון מעזריטש אין יאָר תקכ"ה.

די ערשטע תלמידים, מיט וועמען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען די חדרים, זיינען געווען יונגע לייט.

מיט דעם אויסשפּראַך האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געהערט פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש בשם הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, ששמע מזקנו רבינו הראשון:

די ערשטע יונגע לייט מיט וועמען השי"ת האָט מיך מזכה געווען מייסד צו זיין דעם חב"ד חסידות חדר, זיינען געווען מיט זונשיינענדיקע ליכטיקע חב"ד חושי השכל און פלאַם פייערדיקע הערצער.

דעם זיידנס — זאָגט מיר דער טאַטע — אומר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — אויסשפּראַך זונשיינענדיקע ליכטיקע חב"ד חושי השכל מיינט אש אוכלת און פייערדיקע הערצער מיינט מים רותחים.

און מיט אַזעלכע בעלי מוח ושכל און בעלי לב ומדות האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מייסד געווען דעם יסוד עדת חסידי חב"ד און האָט אַליין אַכטונג געגעבן אויף יעדער תנועה פון זייער הנהגה והדרכה אַז זיי — די תלמידי החדרים — זאָלן דורכפירן מיט דעם גרעסטען דיוק.

די הדרכה פון חסידות חב"ד נוסף אויף דער הדרכת החסידות הכללית איז אַז מען זאָל לייגן די גרעסטע השגחה פרטית אויף דער הנהגה פון די בני בית, אויף דער פרוי זין און טעכטער אַז אין יעדער זמן המוכשר, ווי סעודת שבת און סעודת ימים טובים זאָל מען דערציילן פאַרשידענע סיפורים מיט געוויסע הנהגות אין מדות טובות און אהבת ישראל.

יא. באַ חסידי חב"ד האָבן די סיפורים און נוסף די ניגונים געבראַכט אַ געוויסע עשירות אין זייער הנהגה, און אָפט פלעגט מען הערן ווי אַ פרוי אַרבעטנדיק איר געוועהנליכע שטוב אַרבעט, קאָכן באַקן אָדער ראַמען די הויז, דערציילט די קליינע קינדער פערשידענע חסידישע מעשיות, וואָס האָבן געמאַכט אויף די קינדער אַ שטאַרקן רושם.

באַ זקני חסידי חב"ד איז דערציילן אַ סיפור וואָס זיי האָבן געהערט מיט פערציגפופציג יאָר צוריק, אָדער נאָכזינגען אַ ניגון וואָס זיי האָבן געהערט מיט יאָרן צוריק, אַ געוויסע איבערלעבונג, וואָס חוץ דעם רייכען אינהאַלט פון דער דערציילונג גופא האָט דאָס אים אַוועקגעשטעלט אין דעם מצב החסידים והחסידות אין יענעם זמן.

חסידי חב"ד מיט פופציג יאָר צוריק האָבן נאָכגעזאָגט אַ וואָרט וואָס זיי האָבן 363געהערט פון זייערע חסידישע מחנכים, אַ סיפור פון אַ משכיל און עובד איז מטהר דעם מוח השומע, אַ סיפור פון אַ עובד ומשכיל איז מטהר דעם לב השומע, די פלעגען אין זייער עבודה גיין פון קאָפּ צום האַרץ און די פלעגן גיין פון האַרץ צום קאָפּ. דער צד השוה איז אַז עס איז געווען אַ דוק בככי ותשכח בנגרי12, עס איז געווען אַ הא והא, און איצטער באַ די שטופער חסידים איז, לדאבון לבנו, לא הא ולא הא.

יב. דורך די תלמידי החדרים, וואָס כ"ק רבינו הזקן האָט מסדר געווען קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש, האָט מיט זיי רבינו הזקן געבויט דעם עדת חסידי חב"ד, און האָט זיי געטיילט אין דרגות לויט זייער צושטאנד אין מעלת המוחין והמדות, אָבער דער צד השוה איז געווען אַז אַלע זיינען זיי געווען איבערגעגעבן צום יסוד מוסד פון חסידות חב"ד עבודה שבלב ותיקון המדות.

באַ אַ געוויסער התועדות האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מצייר געווען דעם מהות פון חסידים הראשונים פון התחלת התייסדות חסידות חב"ד.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען דורך מורו המגיד ממעזריטש די דרכי והנהגת מורנו הבעש"ט אין אהבת ישראל, פון מורו הרה"ק המגיד ממעזריטש האָט ער מקבל געווען די עבודה פון אהבת השם און די עבודה פון אהבת התורה, מיך — האָט רבינו הזקן געזאָגט — האָט דער זיידע — כוונתו מורנו הבעש"ט — געבענטשט מיט הצלחה אין נוטע זיין אין די אברכים המחונכים דעם פרדס חסידות חב"ד.

באַ חסידי חב"ד, אַזוי ווי באַ חסידי חג"ת ונה"י ווי אויך באַ אידן ניט חסידים, זיינען אין אַלע צייטן געווען חילוקי דרגות אין מוחין ומדות, אויך זיינען זיי אַיינגעטיילט אין זייער סוג עבודה, עבודה כללית און עבודה פרטית, ווי מלמדים, רבנים שוחטים און בעלי בתים, הענדלער און מאַרק מענטשן, אָבער דער צד השוה באַ אַלעמען איז געווען אַז זיי זיינען געווען חסידים בעלי עבודה, מען האָט געטאָן מיט זיך אויף צו שטייגן אין עבודת החסידות.

יג. עדת החסידים בכלל, בלא פלוג צי חסידי חב"ד, צי חסידי חג"ת אָדער נה"י היטן אופצופירן זיך און זייערע בני בית האָבן זיי מדריך געווען.

אין אונזער געבורט שטעטל ליובאַוויטש זיינען דאָס רוב בעלי בתים געווען חסידים פון געבורט און אין אַלע שולן האָט מען געדאַוונט נוסח האריז"ל, חוץ אַ קליינער טייל, ניט קיין ליובאַוויטשער געבאָרענע, נאָר אָנגעקומענע פאַר איידימס צו ליובאַוויטשער בעלי בתים, וועלכע האָבן מיטגעבראַכט פון זייערע היימשטעטלעך נוסח אשכנז, און די מלמדים פלעגן שטאַרק האָרעווען מיט די קינדער זיי זאָלן חלילה ניט פוגע בכבוד זיין, און פלעגן שטאַרק אַרבעטן מיט די לאָקשן.

הגם צווישן חסידי חב"ד זיינען געווען ציורים שונים אין ידיעה, זיינען אָבער אַלע געווען בעלי עבודה. מען האָט געטאָן מיט זיך, דער דורכשניטליכער טאָן מיט זיך איז געווען אויף דעם יסוד אַז ווי מען איז כהיום איז ניט גוט, מען בעדאַרף ווערן גאָר אַנדערש.

איך האָב שוין אַמאָל דערציילט13 אָט 364דאָס וואָס החסיד ר' גרשון דוב נ"ע פלעגט אָפט זאָגן נאָך אַ אריכות'דיקן פאַרטראַכטן זיך — ער איז געווען אַ שטאַרקער עמקן, איז נאָך תפלת ערבית און ק"ש שעל המטה, וואָס פלעגט אויסקומען אין די שפּעטע שעות פון די ווינטערדיקע נעכט14 — הערסט גרשון בער מען בעדאַרף אויפשטיין גאָר איין אַנדערער.

און אַזוי איז געווען דער דורכשניטליכער סדר פון חב"ד חסידים אַז מען פלעגט פאַרבריינגען צווישן זיך פלעגט דער רב זאָגן אויף זיך, אָט דאָס איז אַ רב? איך געדיינק מיט דרייסיק יאָר צוריק איז געווען אַ רב איז ער געווען גאָר אַנדערש. דער מלמד איז טאַקע געווען אַ מלמד, געהאַט גענוג צרות און ניט געהאַט אויף דער הוצאה, נאָר ער פלעגט אויף זיך זאָגן, אָט דאָס איז אַ מלמד? מיט דרייסיק יאָר צוריק איז געווען אַ מלמד גאָר אויף איין אַנדער אופן.

אַזוי שמועסנדיק פלעגט זיך אָפּרופן אַ צווייטער, מען בעדאַרף ניט אַראָפּפאַלן באַ זיך, איך בין דאָך שוין אַ עלטערער איד מיט אַ גראָהער באָרד געדענק איך ווען איך בין נאָך געווען אַ צען יאָריקער אינגל אַז מיין זיידע פלעגט אויך אַזוי זאָגן אַז ער קומט ניט צו די אידן מיט דרייסיק יאָר צוריק.

אָט דאָס איז געווען אַ שמועס פון אַמאָליקע חסידים און היינט אַז מען לערנט אַ האַלב שעה חסידות, ווער רעט נאָך אַ האַלבן אות אָדער אַ גאַנצן אות חסידות ווערט מען שוין אַ משכיל, און טאָמער געפינט מען באַ זיך אַז מען איז ניט אַזוי ווי מען בעדאַרף זיין פאַרלאָזט מען זיך אויף דעם והוא רחום יכפר עון וואָס מען זאָגט ניט הערנדיק אפילו דעם פירוש המלות פון דעם וואָס מען זאָגט.

יד. אַמאָל במסיבת חג הגאולה — יט כסלו — פאַרבריינגען באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז צווישן די אורחים געווען אַ חסידישער איד, וואָס באַ זיך אין שטעטל איז ער געווען פאַררעכנט אַ חצי בעל הבית חצי נגיד, דער חסידישער בית המדרש איז געווען באַ אים אין גרויסן גוט געבויטן הויף.

די שטעטלדיקע בעלי בתים און אפילו דער רב מיטן שוחט האָבן פאַר אים דרך ארץ געהאַט.

ווען ער פלעגט קומען מזמן לזמן אין ליובאַוויטש פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק באַ אים מאָנען ער זאָל עפּעס אויפטאָן אין שטעטל בהנוגע מחזיק זיין דעם רב, דעם שוחט און די מלמדים, בהנוגע קביעות לימוד ברבים, שאַפן אַ מקור הכנסה פאַר די וואָס לערנען ברבים.

פלעגט ער ענטפערן מי אני, ווער בין איך דאָס איך זאָל קענען עפּעס טאָן.

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט:

אמת, ביסט גערעכט מי אני, נאָר דאָס איז שלא במקומו, ווען דו שטעהסט אין קראם און קוקסט דורך אין אָוונט דעם לייסטער וויפיעל דו האָסט פאַרקויפט און וויפיעל דו האָסט פאַרדינט דאַמאָלסט זאָגסטו ניט מי אני פאַרוואָס קומט דאָס דיר.

און אויב אין דעם טאָג איז ניט געווען אַזוי פיעל ריוח מעג מען צורעכענען אויך דעם ריוח פון נעכטן און פרעגן מי אני?

אויף גשמיות דאַרפמען באַ זיך פרעגן מי אני, אָבער מען פרעגט ניט, נאָר ווען 365עס קומט צו רוחניות דאָרטן פרעגט מען מי אני, מען גיט אָן תירוצים, מען איז טרוד ומוטרד, אָבער אויף וואָס איז מען טרוד?

עס איז דאָך היינט זמן שמחתינו דאַרף מען זיין צופרידען מיט דעם בטחון, אַז מען רעט וועט מען זיך דערריידן.

הערות

עמוד 358

  1. 1. [ראה לקו"ת דרושים לשמע"צ פח, ריש ע"ד. ועוד.
  2. 2. ר' ניסן סקאַבלאָ. — ראה אודותו — לעיל ע' 41. וש"נ.
  3. 3. אחרי טז, ב.

עמוד 359

  1. 3. משלי ב, יט.
  2. 4. ראה שיחת יום ב' דחה"ש תש"ט (לעיל ע' 330).

עמוד 360

  1. 5. עדיות פ"א מ"ג].

עמוד 361

  1. 6. ראה אודותו לקמן ע' 392. ע' 395.
  2. 2. ר' ניסן סקאַבלאָ. — ראה אודותו — לעיל ע' 41. וש"נ.
  3. 7. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  4. 8. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
  5. 9. ראה גם רשימת ליל ש"ק פ' החודש תש"ב ("רשימות" חוברת קנו ע' 5): "די באָבע — אשת מהרשנ"ע — פלעגט לייענען שבת צאינה וראינה, שארית ישראל, יוסיפון — כ"ז [ב]אידית כו'".
  6. 10. נסתלקה יו"ד שבט תרע"ד.

עמוד 362

  1. 11. אודות החדרים — ראה לעיל ע' 235. וש"נ].

עמוד 363

  1. 12. שבת קנב, א.
  2. 13. [ראה לעיל ע' 5. וש"נ].

עמוד 364

  1. 14. חסרים איזה תיבות.