יום ו' י"ד תשרי, ה'שי"ת

356יום ו' י"ד תשרי, ה'שי"ת1

ערב חג הסוכות תרנ"ג2, דעם ערשטן חיוב סוכות אין אַלע עניני החג ווי אַ גדול, זאָגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:

צווישען די ענינים וואָס הוד כ"ק אבינו רבינו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק רבו מורנו המגיד ממעזריטש3, בשם רבו מורנו הבעש"ט וואָס ער האָט מקבל געווען פון דעם בעל ח"י4 — חי' יחידה — איז דאָ דער פאָלגענדער ענין וועלכער איז מדוייק ניט נאָר בסגנונו נאָר אויך בדיוק אותיותיו.

בראשית5 ברא אלקים6, בראשית איז ענינו ב' ראשית7, עס זיינען פאַראַן צוויי ראשית'ן, ראשית פון בריאת העולם, דער וועלטלעכער ראשית, און דער תורה ראשית. בראשית ברא אלקים, די ב' ראשית'ן זיינען בכדי עס זאָל זיין ברא8 אלקים מען זאָל מגלה זיין די אמיתית הכוונה פון דעם שם אלקים. ספירת הכתר9 איז ראשית און ספירת החכמה איז ראשית. דער ראשית פון ספירת הכתר איז העלם, דער ראשית פון ספירת החכמה איז גילוי, ראשית חכמה יראת ה'10, דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון שנה הן די ימי החול שבת ומועדים הכלליים, הן די מועדים הפרטים פון יעדער יחיד, יום הכניסה לחדר, יום הבר מצוה און אַנדערע ימי חיי האדם ומאורעותיו זיינען זיי אַלע מקבל פון דעם שבת בראשית11.

אָט דאָס איז דער פנימיותדיקער שלום עליכם פון חב"ד חסידים מחונכים בחינוך פנימי ומסודר, וואָס זקני החסידים האָבן מנחיל געווען אין אַ אופן פון אַ המשך כללי לדורותיהם12.

357אשרי האיש, גליקלעך איז דער וואָס האָט זוכה געווען צו זיין אין ליובאַוויטש, עיר הבירה פון חסידות חב"ד, עבודת התפלה און מדות חסידות.

באַ חסידי חב"ד וואָס זיינען מחונך דורך אַ מחנך מסודר איז איינער פון די הילף מיטלען, אין דער עבודת ההכשרה צו ווערן אַ כלי קיבול צום חינוך פנימי, דער קביעות זמן, יעדער לפי ענינו, אויף צו פאַרטיפן זיך אין דעם ציור מפורט בכל פרטיו, היינו דער זמן — פון די ימי תקופת השנה — און דער מקום.

עס זיינען געווען אַזעלכע בעלי חוש וואָס די פאַרטיפונג האָט באַ זיי אָפּגעריבן דעם זמן העבר און האָבן געהאַט אַ גליקלעכען הוה ווי ער איז באַ דעם רבין ביחידות און זאָגט אַרויס פנימיות לבבו ער הערט דעם רבינס ענטפער מיט דעם מחזה פני הקודש פון רבין.

אותיות הדבור זיינען אָרעם אַרויסצוגעבן די הפלאה פון אַזאַ געפיהל, אפילו אותיות המחשבה זיינען צו ארעם אויף דעם, נאָר געפיהל אָן ווערטער קען דאָס אַרויסגעבן אין אַ געוויסן אינערליכן ציטער.

הערות

עמוד 356

  1. 1. שיחות ערב חה"ס ולילה ויום הראשון דסוכות ה'שי"ת נדפסו מרשימת רבינו עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 59 ואילך.
  2. 2. [אוצ"ל: תרנ"ד.
  3. 3. בהנחה בלתי מוגה: "כ"ק אדמו"ר אמר לאחד האורחים שבאו על יו"ט בעת הכנסו לקבל שלום: איך וועל דיר זאָגען אַ וואָרט פון די רביים בשם כ"ק רבינו הזקן וואָס ער האָט געהערט פון זיין רבין דעם מגיד בשם רבו הבעש"ט"].
  4. 4. הוא אחי' השילוני ראה שיחת ש"ק פנחס ה'ש"ת (ס' השיחות [ה'ש"ת] ע' קנט) [וראה לעיל ע' 232 ובהערה 18.
  5. 5. תורה זו הובא ונתבאר בשיחת ש"פ בראשית — התועדות א' וב' — תשי"ד.
  6. 6. בראשית א, א.
  7. 7. ראה רש"י ורמב"ן עה"פ].
  8. 8. מל' שמא הבריא — ניקב ויצא לחוץ (חולין מג, ב).
  9. 9. הכתר.. החכמה איז ראשית: ראה תורת חיים בראשית בתחלתו.
  10. 10. [תהלים קיא, י.
  11. 11. ראה מכתב כח תשרי תש"י (אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' רא): ואחתום בפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א: איך וועל זאָגן אַ וואָרט פון די רביים בשם הוד כ"ק רבנו הזקן וואָס ער האָט געהערט פון זיין רבין דעם מגיד בשם רבו הבעש"ט נ"ע: בראשית ברא, ראשית איז חכמה ראשית חכמה יראת ה', דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון כל השנה זיינען מקבל פון שבת בראשית! וראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 65. לקוטי שיחות ח"א ע' 1. ח"ב ע' 658. שיחת יום ש"ק בראשית תש"ז (לעיל ע' 80).
  12. 12. בהנחה בלתי מוגה: אַה, אַזאַ וואָרט איז דאָך מחי'!].

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 1
  1. כט - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשכ"א. סה"ש ה'שי"ת ע' 356
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ ו ספר השיחות ה'שי"ת ע' 356