חורף
א. איינער פון די תורהנקודותווערטער וואָס הוד כ"ק רבנו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק מורו מורנו הרב המגיד ממעזריטש שקיבל ממורו מורנו הבעש"ט מה שקיבל ממורו הבעל ח"י2.
— הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש גיט איבער, אין זמנים ידועים, להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ענינים וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אים אין זמנים שונים איבערגעגעבען מיט געוויסע ביאורים. און דער וואָרט איז איינער פון זיי —
אתפשטותא דמשה בכל דרא3, יעדער איינצעלנער איד, איש אָדער אשה, איז אַ דור, וואָס ווען זיי קומען אין זמן פון חיי משפחה על פי תורה ווערן זיי געבענטשט פון דעם משה וואָס בדורם, וואָס ער איז כל מהותו ועצמותו טאַקע אַ אור עצמי, אָבער זיין אור עצמי איז דער מאור המאיר מאתפשטותא דמשה בכל אחד ואחת בשלש האהבות: אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל.
דער וואָרט, איז איינער פון די דיוקיםווערטער, ווי ער רופט זיי בסגנונו המדויק, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין געוויסע צייטען, און זאָגט דערביי:
דאָס וואָס איך גיב דיר איבער זאָל אין דיר פועל זיין התרחבות העמקת ותוקף הדעת, זיין בכל תוקף עוז, אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ווי איך האָב דיר איבערגעגעבען.
ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין אַ געוויסען זמן פאַרשידענע ענינים וואָס קומען בקבלה מנשיא לנשיא, צווישען זיי די תורה האמורה, און זאָגט מיר:
אין דער יחידות וואָס איך האָב געהאַט ביים טאַטען, ווי איך האָב דיר געזאָגט, האָט ער מיר געזאָגט: דער עבודהסדר פון די ג' אהבות איז: אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם4.
348אין אַ געוויסען זמן, וואָס איז באַ מיר ניט נאָר רשום אין אותיות הכתיבה, נאָר אויך חקוק אין אותיות החקיקה, און די חקיקה איז ממולא מיט אור עצמי, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט דעם סדר: אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם, גילוי העצם ווי ער איז בעצמותו יתברך.
און דאָס קען נאָר דערהערט ווערען באַ אַ עובד אין עבודת התפלה בהתעוררות הלב נאָך אַ געוויסער הקדמה פון עבודת תיקון חצות מיט אַ געשמאַקען געוויין קאַפּיטל תהלים פאַרן דאַוונען.
דעם תיחוח — צורייבען5 — מאַכט דער תיקון חצות, וואָס דאַן איז דער שלאף ניט נאָר ריין פון דמיונות כוזבים נאָר ער בריינגט אויך הרגשי אור וואָס לייכטען אים אַ גאַנצען טאָג אין אַלע זיינע ענינים. ער איז טאַקע פאַרנומען אין זיינע עניני פרנסה אָבער עס איז גאָר אַנדערש.
בעלי עבודה וואָס טוען אין עבודה בעדאַרף מען ניט אויסמאָלען דעם ענין, זיי ווייסען וואָס דאָס איז. און די ניט בעלי עבודה וועט ניט העלפען דער ריידען און אויסמאָלען די זאַך אפילו בפרטי פרטיות. זיי וועלען דאָס ניט תופס זיין, אַ ודאי איז אויף זיי אַ הימלשרייענדער רחמנות.
מען בעדאַרף לייגען די גרעסטע כחות, בחסד וברחמים, על דרך ווי מען פירט זיך מיט אַ חולה ר"ל בכלל און מיט אַ חולה אויפן קאָפּ בפרט, אַז ניט געקוקט אויף זיינע יאָהרען זעט מען צו מפתחזיין זיין שכל מיט פאַרשידענע מיטלען פון קירוב ולימוד ביז השי"ת שטאַרקט אים זיין מוח און כח השכל.
ג. מנהגים און געוויסע אידישע און מענטשליכע נימוסים זיינען איינגעטיילט אין כמה סוגים:
א) מנהגי תורה, וואָס דער מנהג איז תורה, כמאמר מנהג אבותינו תורה הוא (מנחות כ, ע"ב. תוד"ה נפסל). ב) מנהגי ירושלים (ב"ב צ"ג ע"ב). ג) מנהג ותיקין (סופרים פי"ד, יח). ד) מנהג נשים תורה היא (ירושלמי פסחים פ"ד ה"א).5 ו) מנהגו של עולם (ע"ז ד"ח ע"א). ז) מנהג הפקר6. ח) מנהג שטות.
די סוגים זיינען איינגעטיילט בכללות אין דריי טיילען: א) מצוה. ב) חובה. ג) מנהג.
באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַ סדר הנהגה מקובל אין אַלע הנהגות, אָן קיין חילוק צווישען ענינים כלליים און ענינים פרטיים און אָן קיין חילוק אין זמן, צי שעות היום או הלילה, ימי החול ושבת וימי המועדים, חודש אלול און ימי הסליחות. אויך הנהגות מיוחדות פון זמנים מיוחדים, ווי איך וועל אייך מזכה זיין מיט דער מתנה נפשית ועצמית, דערציילען אייך די סדרי הנהגות נוספות אין זמנים ידועים.
פון די זמנים מיוחדים איז אויך דער סדר הנהגה אין דעם מעת לעת, י"ב שעות הלילה און י"ב שעות היום, פון דעם יום המיוחד וואָס איז מיוחד ביחוד פנימי.
מיט דעם פירוש המלות פון יחוד 349פנימי האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מזכה געווען אין איינעם פון די זמני גילוי המאור.
לשונו העצמי:
יחוד פנימי איז צוויי ענינים מיוחדים, און ביידע ענינים, הגם זיי זיינען פון דער משפחה ענינים גלויים, אָבער זיי זיינען עצמיים גלויים, וואָס זייער גילוי איז אַליין אַ עצמי, און כל מהותו איז אַ מרפא פנימי וואָס איז מכשיר די כלי המקבל און איז מחזק ומרחיב ומעמיק דעם תוכיות פון דער כלי.
נאָך דער הקדמה פון דעם יום המיוחד איז געקומען די כ"ד שעות פון דעם יום המיוחס וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גייט מבקר זיין את מקום מנוחת הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאָס רופען בלשונו הקדוש "זיין ביים טאַטען אין היכל פון זיין מתיבתא קדישא" אָדער "זיין ביים עלטער זיידען7 אין היכל פון זיין מתיבתא קדישא".
ד. בודאי ישנם אלו אשר זכו לראות מבין סדקי הכותל של האוהל את אור פני קדשו הנוהרים באור מובדל ומרומם בעולם שכולו אור עצמי, וזקני החסידים בעלי עבודה סיפרו למחונכיהם, את אשר קבלו מאת מחנכיהם ומלמדיהם הם, אשר זכרון זה והדומה לו מסוגל להעמידם בקרן אורה בכל זמן ובכל מקום.
מיר אַלע וואָס האָבען זוכה געווען צו זעהן את פני קדשו און הברקת עיני קדשו, וואָס עס ווערט ניט פאַרגעסען לעד.
— איך האָב זיך ניט מדוייק אויסגעדריקט. ניט נאָר אַז עס ווערט ניט פאַרגעסען אין דעם אריכות הזמן פון צענדליקער יאָהרען, נאָר אין משך פון צענדליקער יאָהרען איז דער זכרון ריין קלאָר ווירקזאַם, אַז דער זכרון המראה בריינגט דעם אור וחיות וואָס באַלעבט דעם זכרון —
דער וואָס דערמאָנט זיך און איז זיך מעמיק אין דעם הייליקען זכרון איז ברגע ההיא שטייט ער פאַר דעם הייליקען רבי'ן ווי בחיים חיותו בעלמא דין.
ה. איך האָב דאַן זוכה געווען צום אמת'ן חסידות חב"ד פנימיות'דיקען קירוב, און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר פאַרטרויט אַזעלכע סיפורים און ענינים נסתרים, וואָס מאַכען אַ געוויסע התפתחות אין חושי הנפש, אין די נר"ן און עפענען געוויסע חרכים צו מקיפי הנשמה פון מדריגת חי' און אין הרגש הנעלם פון יחידה שבנפש וואָס איז מיוחד אין אַ התאחדות עצמית מיט יחיד.
דעם הרגש הכשרונות — פיהלען די ברכה פון פתיחת הכשרונות — האָב איך דערפיהלט אין געכן, אַז אַלעס וואָס די מלמדים, דרגותווייז, האָבען מיט מיר געלערענט איז נתקבל געוואָרען אין אַ פנימיות. און דער אמת'דיקער מוצלח'דיקער הרגש (געפיהל) פנימי איז געקומען אין די זמני היחידות וואָס איז געווען נאָך דעם לערנען חסידות. די התחלת הלימוד העיוני איז געווען ווען איך האָב גע'חזר'ט די מאמרים און איך האָב זוכה געווען צו ביאורים פרטיים.
ו. עס איז זיכער אַז די יחידי סגולה פון זקני החסידים בכלל, און פון בעלי עבודה בעבודת התפלה ולומדי חסידות, וואָס האָבען זוכה געווען צום חסיד'ישען עין רואה ואזן שומעת, וואָס זקני יחידי 350סגולה עובדים ומשכילים האָבען זיי מחנך געווען מיט דעם שטעליסוד וואָס זיי האָבען מקבל געווען, בפרט — זיינען ניט נאָר פאַרוואונדערט נאָר אויך פאַרצווייפעלט פון דעם מצב ומעמד פון די איצטיקע דורכשניטליכע חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט.
דורכשניטליכע דמתקרייא עלטערע חסידי חב"ד בכלל און תלמידי התמימים בפרט זיינען זייער אָפּגעלאָזען, זיי זיינען ווי מען פלעגט זאָגען אין דער אַלטער היים — אַרויס פון סטראי. די יונגעלייטלעך שפּרינגער, טומלער, מיט זייער קלות הדעת און גסות הרוח פאַרנעמען מיט אַ געוויסער מזוהם'דיקער חוצפא דעם אויבנאָן באַ יעדער מסיבה, און סוף כל סוף בלייבען זיי נעבעך הויל נאַקעט, ניט נאָר פון ידיעות אין חסידות, נאָר אפילו נאַקעט פון מדות טובות און אַ געשמאַק אין דאַוונען.
מיט פיעל צענדליקער יאָהרען צוריק פלעגען בעלי עבודה והשכלה פון זקני חסידי חב"ד איבערזאָגן אַ קבלה וואָרט, וואָס זיי האָבען מקבל געווען פון זקני החסידים בדורם:
חינוך בעדאַרפען אַלע האָבען, אפילו אַ רבי בן רבי בן בנו של רבי.
ז. בכדי מאַכען דייטליך קלאָר דעם וואָרט וואָס ווערט דאָ איבערגעגעבען וועל איך מעתיק זיין אַ טייל פון אַ פרק וואָס איז באַ מיר פאַרשריבען אין מיין יומן.
מורי החסיד ר' שמואל בצלאל — מכונה רשב"ץ — הנה אחרי תלאות ביסורי בשר ויסורי נפש בעינויים ודיחויים שונים ושלשלת של עמל עניות ורעב8, הנה סוף דבר זכה לאור של קירוב גדול ופנימי מאת הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אשר הואיל לקרבו בקירוב פנימי נפלא, ובחר בו למסור על ידו את חינוכו של בנו האמצעי, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, בהיותו עדיין בצעירותו.
ח. הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש סיפר להרשב"ץ ענינים פנימיים, בידעו כי הוא — הרשב"ץ — אחד המיוחד מתלמידי וחסידי הוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק מהבעלי עבודה ומסורים בכל תמצית נקודת משאת נפשם עד כדי מסירת נפש להוד כ"ק אביו הרה"ק, ויבחר בו לקרבו לגלות לו את מסתרי לבב קדשו בהנוגע להדרכת בנו האמצעי כפי אשר גילה לו הוד כ"ק אביו הצמח צדק שלש פעמים:
א) בעת9 הכנסו בבריתו של אאע"ה, וטעם קריאת שמו הקדוש המשותף משם הראשון של כ"ק אביו ושם קדשו של הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי חותנו.
ב) בהיותו בן שלש, בעת התגלחת והנחת פאת הראש. ציוה שיהי' בחשאי, ובערב שקודם המעת לעת שנהי' בן שלש ציוה שיביאו את הנער לחדרו מבערב וילין בחדרו. ובבקר בקומו משנתו ציוה להמשרת ר' חיים בער שיטול ידיו ובעצמו אמר עמו הברכות וענה אמן. אחר התפלה קרא להוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק ולכבוד א"ז הרבנית הורי הילד, ויאמר להם:
דעם פך השמן הרוחני וואָס מורנו הבעש"ט האָט געגעבען להוד כ"ק תלמידו מורנו הרב המגיד ממעזריטש 351למשוח את הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק רבינו הזקן, למשוח אותו לנשיאות לדורותיו, איז בכח זה נמשח כ"ק חותני הרה"ק ואני הנה בכח זה משחתי אותך ובכח זה הנני מושחו10.
ג) ביום מלאת חמש שנים להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ציוה הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק לכ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש ולכבוד א"ז הרבנית הצדקנית מרת רבקה שיכניסו את בנם הרש"ב11 לחדרו, וזולתם וזולת שנים מהמקושרים שגם המה יכנסו בעת הברכה, לא ידעו מזה.
במשך השנים במאורעות שונים הואיל כ"ק אאמו"ר הרה"ק לספר ענין זה ובכל פעם היו פני קדשו מאירים.
דעם זיידענס ברכה — אמר לי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיך אַוועקגעשטעלט אויף גאָר גאָר אַ אַנדער אָרט, דער זיידע האָט מיך געמאַכט פאַר אַ בעל כשרונות.
ט. חסידים בעלי השכלה ועבודה, דאָס מיינט חסידי חב"ד וואָס טוען מיט דער קאָפּ און דער האַרץ, מיט דער קאָפּ האָרעווען זיי אין דעם פאַרשטאַנד פון דעם ענין וואָס זיי לערנען, און טראַכטען איבער דעם ענין וואָס זיי לערנען, און לייגען אַ שווערע יגיעה אַז דער ענין זאָל זיין מושג בכל פרטיו בריבוי הסברים משלים ודוגמאות, וואָס יעדער הסבר משל ודוגמא האָט אַ גרויסע אינערליכע בעדייטונג אין די צוויי ענינים פון חיוב ושלילה.
י. פון12 די חושים מיוחדים וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער גערעכענט דעם חוש הציור אין דיבור13, דעם כח אַרויסצוטראָגען אין דיבור אַ זאַך כאלו ווי דאָס לעבט. אין ציור איז דאָך דער עיקר דער חיות פון דער זאַך. דער צמצום און כיבוש — אַיינקוועטשען — פון דעם גולם און דעם אַרויסבריינגען פון דעם חיות.
דער גולם מוז זיין, ווייל אין חיות אַליין איז ניט שייך קיין ציור, אָבער דער עיקר איז צו מגלה זיין דעם חיות פון דעם, ביז וואַנען דער גשם ווערט אַ חי. דער גולם איז דאָך עפר, ווערט דאָס אַ חי. ניט נאָר דער גשם ווערט חי, נאָר דער חומר ווערט חי, וואָס ער דערהערט די הפלאה פון חומריות על הגשם, וואָס דעמאָלט דערהערט זיך אין דעם גשם אַ אור וחיות פנימי.
דעם וואָרט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צענדליקער יאָהרען צוריק מוצאי יוהכ"פ, און האָט דערביי געזאָגט:
דעם יום כיפור האָב איך דעם ענין דערהערט במוחש; וויסען דעם ענין האָב איך געוואוסט פריהער אויך, נאָר במוחש איז דאָס ביי מיר נתחדש געוואָרען דעם יוכ"פ.
אַז החסידים המלמדים ר' אהרן ור' יקותיאל מדאָקשיץ14 האָבען אים געפרעגט: וואָס מיינט במוחש?
האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: ראיית פני הרב.
352מזה מובן אַז דעם יום כפור האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עפּעס געזעהען וואָס אַנדערע זעהען דאָס ניט.
אַז מען שטייט אין אַזעלכע ד' אמות דאַרף מען זיין גאָר איין אַנדערער.
יא. אַה, אַזאַ זיכרון בפרט, און אַזעלכע זכרונות בכלל.
קלוגע בעלי עבודה האָבען זיך נוהג געווען אַז לכל הפחות איין מאָל אַ וואָך האָבען זיי איבערגעלעבט בפרטות אַ יחידותזכרון.
איך זאָג איבערגעלעבט, ווייל אַזוי איז די אַלגעמיינע אויסשפּראַך. אַז מען רעדט וועגען ענינים פון עבר זאָגט מען איבערגעלעבט. אָבער באַ חסידים בעלי עבודה איז יעדער זכרון עבודה געווען אַ הווה.
אין די סיפורי הנהגות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען און דערציילט מיט זיין אינערליכע דורכגעדרונגענע עבודה חיות — האָט זיך געפיהלט אין יעדען סיפור אַ הווה איבערלעבונג.
אין פאַרשידענע זמנים האָב איך מבאר געווען דעם תוכן מהות ענין פון אַזאַ אופן איבערגעבען אין אַ דערציילונג אַ ענין פנימי וואָס ביים אַרויסזאָגען יעדען וואָרט האָט זיך געפיהלט דער חיות פנימי אין אַ לבוש פון בענקשאַפט און אַ אָפּגעטראָגענער שאיפהקוקן.
אַזאַ בילד האָט שטום, אָן דיבור איבערגעגעבען דעם אליך הוי' נפשי אשא15.
יב. אַ דעתן אַ צוהערער פון אַן אַמאָליקען נקודהפנימיות'דיקען מחונך האָט בכח שכלו מצייר צו זיין דעם מהות און ציור פנימי פון אַזאַ מחונך און זיין גליקליכקייט, און פיהלט מיט גאָר אַ גרויסער בעדויערונג דעם גרויסען רוחניות'דיקען רחמנות אויף די איצטיגע דמתקרייא משכילים בפרט.
פון דעם קרעכץ בינו לבין עצמו וואָס מען הערט פון אַ אַלטען מיושב'דיקען חב"ד עובד חסיד און פון זיין צובראָכנקייט פיהלט זיך דער חב"דחסיד'ישער ירוד ירדנו, און באַ געוויסע איינצעלנע בעלי עבודה אין עבודת התפלה זאָגט זיך אַרויס אַ האַרציקער אנא16 הוי' הושיעה נא.
ס'איז זיכער אַז דער אמת פנימיות'דיקער קרעכץ פון אַ חסיד ווערט נתקבל למעלה און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זיינען נושאים תפלה בעדו אַז בקשתו זאָל נתמלא ווערען.
אין דעם אַליין בעדאַרפען זיך חסידים פאַרטיפען, דאַן וועלען, בעזרתו ית', זיי אַליין און זייערע פאַמיליעס גליקליך בגשמיות וברוחניות.
יג. אין דעם אופן וסדר פון מיין חינוך אין די יונגסטע קינדעריאָהרען, איידער מען האָט מיך אַוועקגעגעבען אין חדר צו מיין ערשטען מלמד ר' יקותיאל17 מלמד דרדקי, איז געווען אַז מיין מוטער הרבנית18 און מיין באָבע הרבנית19 פלעגען מיר דערציילען פאַרשידענע סיפורים פון די הנהגות אין אונזער פאַמיליע וואָס לויט מיין עלטער האָב איך געקענט תופס זיין.
353הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק שטרענג אַכטונג געגעבען אויף מיין הדרכה פון די פריעסטע קינדער יאָהרען ביז ער האָט געמוזט — צוליב זיין שוואַכען געזונדצושטאַנד — פאָרען אין פאַרשידענע קור פּלעצער.
— איבער מיין אופן החינוך וסדר החיים פון יענעם זמן מיט די מעלות און חסרונות האָב איך פאַרצייכענט אין אַ פרטיות'דיקען שרייבען אין אַן אַנדער שריפט.
יד. חסידים וואָס פלעגען קומען אין ליובאַוויטש האָבען געוואוסט פון דעם סדר המסודר פון אַלע מאָל אָן, אַז נאָכדעם ווי מען האָט געהערט אַ מאמר חסידות האָט מען זיך באַלד געזעצט איבערריידען.
אויף דער חב"דחסיד'ישער שפּראַך פלעגט דאָס הייסען "קלייבען ווערטער".
אין דער אַרבעט פון קלייבען ווערטער זיינען דער עיקר געווען די בעלי תפיסא, מער ווי די בעלי הבנה.
חסידים לדורותיהם האָבען געלייגט דעם גרעסטען שטרענגסטען אַכט אויף שמירת לשון הרב אין אַ מאמר חסידות.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק'ס הדרכה איז — אַז מען זאָל אויך לייגען די גרעסטע שמירת לשון הרב אין אַ סיפור, אַז עס זאָל זיין מדוייק כלשון הרב מיט אַ געוויסען משבצות ערציילונג פון דעם זמן ומקום ווען און וואו דאָס האָט פּאַסירט.
טו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר — אלול תרמ"ט —: מיך האָט דער טאַטע אָנגעהויבען מחנך זיין חינוך פנימי צו 9 יאָהר20.
צו דריי חדשים פון התחלת החינוך — האָב איך שוין געהאַט אַ ברייטע ידיעה אין דעם ערשטען סדר הנהגה מיוחדת לבית אבות.
דעם סדר האָט מורנו הוד כ"ק רבנו הראשון מקבל געווען מכ"ק רבו מורנו הרב המגיד ממעזריטש, מסודר ומקובל מרבו מורנו ורבינו הבעש"ט שקיבל מהבעל ח"י הידוע בפירוש וביאור המאמר ישראל אשר בך אתפאר21.
טז. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר:
אין די צוויי דרגות עיקרים פון א) חכם, ב) טפש, זיינען פאַראַן דרגות שונות:
א) אַ געבאָרענער חכם, ב) אַ געוואָרענער חכם, ג) אַ געבאָרענער טפש, ד) אַ געוואָרענער טפש22.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט, אין דער שמחה ביתהשואבהפאַרבריינגען תרנ"ד: דער סדר עבודה פון חסידים בעלי עבודה אין תפלה ותיקון המדות איז ניט נאָר וואָס עס שייערט אָפּ די געבאָרענע טפשות און גסות הרוח, נאָר עס מאַכט אויך קליגער און איידעלער.
יז. אַז מורי הרשב"ץ איז געקומען קיין ליובאַוויטש לערנען מיט מיר23, איז אין דער ערשטער מסירה ונתינה וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך איבערגעגעבען צו דער הדרכה פון מורי הרשב"ץ, זאָגט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך געדענק וואָס דער זיידע האָט געזאָגט דעם טאַטען, ווען דער טאַטע האָט מיך געדאַרפט אַוועקגעבען צו ר' שלום מלמד24:
354דער אוכל הנותן כח איז לחם, און דאָס איז דער עיקר הסעודה. בכדי צו מאַכען אַ גירוי אַז מען זאָל וועלען עסען, נעמט מען פאַרן עסען אַ דבר המעורר. אַזוי אויך אין לחמה של תורה, אַז מען בעדאַרף האָבען אַ דבר המגרה, און דאָס איז געוויסע סיפורים.
פון קינדווייז אָן האָבען טאַטע מאַמע און אַלע מלמדים, נוסף על סדר הלימוד באַ יעדער מלמד לפי סדרו, מיר דערציילט סיפורים.
בסדר וואָס דער טאַטע האָט מיך מחנך געווען, איז בסדר הזה האָב איך אים אַליין מחנך געווען ביז דעם זמן וואָס ער איז אַריין צו די מלמדים וואָס האָבען מיט אים געלערנט ביז איצט.
יח. דער חסיד'שער חינוך מסודר איז די התחלה סיפורים וואָס יעדער האָט דערציילט אין זיין היים פאַר ווייב און קינדער יעדען שוי"ט, וואָס ער האָט געהערט פון זיין חסיד'ישען מחנך וואָס בדידי' הוה עובדא, וואָס ער האָט געהערט פון זיין פאָטער וואָס בדידי' הוה עובדא, וואָס דער פאָטער אָדער מחנך האָבען געהערט פון זייערע עלטערען ומחנכים בתור מסורה מדור לדור.
יט. באַ חסידים לדורותם איז אַ עיקר פנימי ועצמי צו היטען די דברי רבי, ניט נאָר אין אַ מאמר חסידות וואָס מען הערט פון רבי'ן, נאָר אויך אין אַ סיפור און אין אַ תנועה פון אַ ניגון ווי דער רבי האָט געזונגען.
כ. כמה פעמים האָב איך זוכה געווען צו הערען בלשון הזה:
נאָך אַ יחידות באַ דעם טאַטען — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — פלעג איך אַרויסגייענדיק פאַרבריינגען אַ געוויסע צייט אין פאָדער צימער צו הערען דעם ניגון וואָס דער טאַטע פלעגט זינגען אומגייענדיק באַ זיך אין זאַהל.
כא. אַמאָליקע25 יונגעלייט האָבען זיך געריבען אַרום עלטערע חסידים. די עלטערע חסידים האָבען אָפּגעצאָלט דעם חוב פנימי וואָס זיי זיינען געווען מחוייב צו זייערע מדריכים און מחנכים און דעם "עפּעס" וואָס זיי האָבען גענומען, האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם.
אָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז אַ חסיד'ישע מסיבה.
כב. אין איינעם אַ פאַרבריינגען באַ מיין ברמצוה זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק26:
איך האָב געקליבען ווערטער און איינצעלנע סיפורים וואָס איך האָב געהערט פון עלטערע חסידים ווי רשב"ץ, ר' חנוך הענדיל, ר' ניסן מלמד און נאָך עלטערע חסידים משכילים ובעליעבודה.
די סיפורים און די ווערטער וואָס איך האָב פון זיי אַלעמען געהערט זיינען אין צוויי הויפּט אָפּטיילונגען:
א) וואָס דער רבי האָט זיי געזאָגט ביחידות. ב) וואָס דער רבי האָט געזאָגט ברבים.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער פאַרשידענע פרטי עניני שיחות וואָס ער האָט געהערט פון חסידים בעלי 355עבודה וואָס ברובם זיינען זיי באַ מיר פאַרשריבען בדיוק.
איך וויל איבערגעבען אַ סיפור פנימי ועצמי וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט איבערגעגעבען ביחידות אין אַ זמן וואָס דער טאַטע האָט אים טיטולירט בסגנונו המיוחד "שעת חדוה".
דאָס איז דער סיפור מיט דעם ביאור פנימי:
אַ27 חסיד וועלכער האָט זיך עוסק געווען בעבודת התפלה מיט אַ הקדמה יסודית איז אַריין צום טאַטען — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — אויף יחידות האָט דער טאַטע אים מבאר געווען אַ ענין עמוק אין חסידות.
איך גיב דיר איבער דעם וואָרט באותיותיו מדוייק ווי איך האָב אים מקבל געווען מיט זיין גאַנצער שלימות און תמימות בכוונה מיוחדת אַז דער וואָרט זאָל אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ומדינה זיין מיט דער ערשטער קדושה עצמית.
נאָך די אַלע הקדמות איז הסכת ושמע:
ממעמקים קראתיך28, היינו דער עמוק עמוק מי ימצאנו29. עמוק עמוק איז דער פירוש דער עומק — טיפקייט — פון דעם עומק, איז מי ימצאנו, דער מ"י ימצאנו, דריקט אים אַרויס, דער מי איז דער מי ברא אלה30, זעהן דעם כח אלקי המהווה אין יעדער זאַך, און קומען צו דער ראי' פנימי', איז דורך אַ ריכטיקער התבוננות איבערלייג אין השגחה פרטית וואָס יעדער מענטש לפי מצבו ועניניו געפינט דאָס. לדוגמא אַז דער מענטש לפי עניניו דאַרף יעצט זיין במקום פלוני, טרעפען זיך מיט פלוני ופלוני, און ער איז געקומען אַהער, דער מענטש מיינט אַז דאָס איז בטעות, אָבער באמת איז דאָס גאָר קיין טעות ניט, ווייל אַ איד גייט ניט אַליין, נאָר מען פירט אים. אין מחשבה הקדומה דא"ק איז ידוע וחקוק אַז בשעה פלונית וביום פלוני וחודש פלוני בעדאַרף דער און דער זיין במקום פלוני, בעדאַרף עפּעס בריינגען אין יענעם אָרט אָדער עפּעס נעמען פון דאָרט. בריינגען אַ תורה וואָרט אָדער נעמען אַ מדות טובות הנהגה די שליחות פון דער מחשבה הקדומה דא"ק איז בהעלם און דער אדם באַדאַרף דאָס מגלה זיין, וואָס דורך דעם איז ער זוכה צום טוב האמיתי אין דעם העלם העצמי וואָס אין גשם.
הערות
עמוד 347
- 1. נרשמה ע"י כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחורף ה'שי"ת — נעתקה מגוף כתי"ק. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ ה'שי"ת ע' 160 ואילך. "וכנראה שייכת ג"כ לשיחת מוצאי יום הכיפורים דהאי שתא" (סה"מ שם ע' 150).
- 2. מורנו הבעש"ט רופט אחי' השילוני דער בעל ח"י — חי' יחידה. דעם תואר האָט דער מיטעלער רבי מסביר געווען: אַ בעל אויף דעם אופן התגלות עצמי פון די מקיפים חי' יחידה (ספר השיחות קיץ ה' ש"ת [ע' 159. וראה לעיל ע' 232 ובהערה 18]).
- 3. תיקוני זהר תיקון סט (קיב, א קיד, א). ועייג"כ זח"ג רטז, ב. רעג, א. ת"ז ת"ע (קלח, א).
- 4. [ראה גם לעיל ע' 149)].
עמוד 348
- 5. זע שיחת י"ט כסלו השי"ת אות יא [לקמן ע' 385]. וש"נ.
- 5. [חסר: ה)].
- 6. מה שלא הובא המקור בש"ס גם למנהג הפקר — יבמות סו, א ועוד — אולי אפ"ל כדי להבדיל, דרך אגב, בין המנהגים שאין לחזקם כ"א אדרבה צריכים ביטול — לשאר המנהגים. — וגם בזה נראה עד כמה מדוייקים כל הפרטים ופרטי פרטים במאמרי ושיחות תורת הדא"ח. וראה ג"כ הערה 7.
עמוד 349
- 7. עס איז דורכגעלאָזען "היכל פון זיידען". ויש לומר הטעם, ווייל דער זיידע — אדמו"ר הצמח צדק — און דער טאַטע — אדמו"ר מוהר"ש — ליגען אין זעלבען אוהל.
עמוד 350
- 8. ראה התמים חוברת א' ע' סז ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91. שיחת י"ב תמוז ה'תש"ז ע' 7 [לעיל ס"ע 136 ואילך. וראה לעיל ע' 12. וש"נ].
- 9. ראה ג"כ חנוך לנער ע' 6 ואילך.
עמוד 351
- 10. [ראה שיחת ש"פ חיי שרה תשמ"ג].
- 11. דער צמח צדק פלעגט קובע זיין רופען זיינע זין און אייניקלאך אויך מיט אַ ר"ת און מיט אַ ר': רב"ש, רי"ל כו' רז"א, רש"ב כו' [ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 113. וראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 223.
- 12. נמצא (בשינויים) בשיחת מוצאי יוהכ"פ שנה זו ס"אב (לעיל ע' 345 ואילך)].
- 13. ראה גם שיחת ליל שמח"ת שנה זו (לקמן ע' 373).
- 14. דערמאָנט אויך בשיחת י"ט כסלו תרצ"ד אות י"א. ס' השיחות קיץ הש"ת ע' 29 ועוד [ראה לעיל ע' 113. וש"נ].
עמוד 352
- 15. [תהלים כה, א.
- 16. שם קיח, כה].
- 17. וועגען עם זע ספר השיחות קיץ הש"ת ע' 29, 161, 171 [וראה לעיל ע' 41.
- 18. ראה אודותה — לעיל ע' 21. וש"נ.
- 19. ראה אודותה — לעיל ע' 14. וש"נ.
עמוד 353
- 20. ראה שיחת י"ג תמוז תש"ט (לעיל ע' 336).
- 21. ישעי' מט, ג.
- 22. ראה גם לעיל ע' 238.
- 23. ראה לעיל ע' 13. וש"נ.
- 24. ראה אודותו לעיל ע' 56. וש"נ.
עמוד 354
- 25. נמצא בשינויים בשיחת מוצאי יוכ"פ שנה זו ס"ד (לעיל ע' 346).
- 26. עוד שיחות ורשימות מהברמצוה — ראה קונטרס בר מצוה תרנ"ג (קה"ת, תש"ס) ע' כ ואילך. ע' סא ואילך. וראה גם לעיל ע' 192. לקמן ע' 396.
עמוד 355
- 27. נמצא בשינויים בשיחת מוצאי יוכ"פ שנה זו ס"ג (לעיל ע' 346).
- 28. תהלים קל, א.
- 29. קהלת ז, כד. וראה לעיל ע' 8.
- 30. ישעי' מ, כו].

