שיחה
מוצאי יו"כ תש"י, בסעודה2
— לויט אַ פערצייכנונג פון די הערער —
א. פון די חושים מיוחדים וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער גערעכענט דעם חוש הציור אין דיבור3, דעם כח אַרויסצוטראָגען אין דיבור אַ זאַך כאלו ווי דאָס לעבט. אין ציור איז דאָך דער עיקר דער חיות פון דער זאַך. דער צמצום און כיבוש — אַיינקוועטשען — פון דעם גולם און דער אַרויסבריינגען פון דעם חיות.
דער גולם מוז זיין, ווייל אין חיות אַליין איז ניט שייך קיין ציור, אָבער דער עיקר איז צו מגלה זיין דעם חיות פון דעם, ביז וואַנען דער גשם ווערט אַ חי. דער גולם איז דאָך עפר ווערט דאָס אַ חי. ניט נאָר דער גשם ווערט חי נאָר דער חומר ווערט חי. ער דערהערט די הפלאה פון חומריות על הגשם און דאַמאָלסט דערהערט זיך אין דעם גשם אַ אור וחיות פנימי.
ב. דעם וואָרט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צענדליקער יאָהרען צוריק מוצאי יוהכ"פ, און האָט דערביי געזאָגט:
היינטיגען יום כיפור האָב איך דעם ענין דערהערט במוחש. וויסען דעם ענין האָב איך געוואוסט פריהער אויך, נאָר במוחש איז דאָס ביי מיר נתחדש געוואָרען היינטיגען יוכ"פ.
346אַז מען האָט הוד כ"ק אאמו"ר געפרעגט: וואָס מיינט במוחש?
האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
ראיית פני הרב.
פון דעם איז משמע, אַז יענעם יום כפור האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עפּעס געזעהען, וואָס אַנדערע זעהען דאָס ניט.
אַז מען שטייט אין אַזעלכע ד' אמות דאַרף מען זיין גאָר אַן אַנדערער.
ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט קלייבען ווערטער און סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון החסיד רשב"ץ4 און פון אַנדערע עלטערע חסידים. איינער פון די סיפורים איז געווען:
אַ חסיד איז אַריינגעגאַנגען צום זיידן הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות, האָט ער געהערט אויף יחידות — מיט דעם לשון האָב איך געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — אַ ענין5 עמוק עמוק מי ימצאנו6. דער פירוש איז, אַז דער מי איז ימצאנו. אַזוי איז דאָך דער טייטש ימצאנו מל' מציאה, אָבער דאָ האָט ער געטייטשט ימצאנו פון לשון אויסדריקען — אויסקוועטשען. דער מי קען דאָס מגלה זיין. "מי" מיינט דער מי ברא אלה, זעהען דעם כח המהווה אין יעדען גשם, זעהען דעם חיות אלקי פון יעדער זאַך און די השגחה פרטית וואָס איז דאָ אין יעדער זאַך. לדוגמא, אַז דעם מענטש דוכט זיך אַז ער דאַרף גאָר יעצט זיין אין אַן אַנדער אָרט און ער קומט גאָר אַהער, מיינט ער אַז דאָס איז דורך אַ טעות. אָבער דער אמת איז, אַז עס איז גאָר קיין טעות ניט. אַ איד געהט ניט אַליין, נאָר מען פיהרט איהם. ער דאַרף זיין דא, ווייל ער דאַרף עפּעס נעמען פון דאַנען, און ער האָט עפּעס געבראַכט אַהער, ווייל אַ איד וואו ער גייט בריינגט ער עפּעס. נאָר דאָס איז בהעלם, דער נעמען פון דאַנען איז אויך בהעלם, אָבער ער דאַרף דאָס אויספּאַקן, ער דאַרף דאָס מגלה זיין, וואָס ער האָט פון דאַנען גענומען.
ד. אַמאָליקע יונגעלייט האָבען זיך געריבען אַרום עלטערע חסידים. די עלטערע חסידים האָבען זיי געגעבען און די יונגעלייט האָבען עפּעס גענומען, און דעם "עפּעס" האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם.
אָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז אַ חסיד'ישע מסיבה.
ה. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן, ואמר:)
יעצט דאַרף זיין מהירות. די ד' ימים — בין יוכ"פ לסוכות — זיינען דאָך כנגד די ד' אותיות פון שם הוי'7, און איצטער — מוצאי יוכ"פ — איז דער קוצו של יו"ד, אָבער דאָס איז אַ אור מבהיק.
מען דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגען ניגון וואָס — (והראה בידו הק') — זאָל דורכנעמען.
ו. (אחר ברכת המזון על הכוס — הכוס לא שתה בעצמו, כי אמר שקשה לו לשתות כעת יין, ונתן אחר ברהמ"ז את הכוס לאחד מהמסובים שיעשה הברכה בפה"ג וישתה — אמר:)
347עס וועט זיין אַ פרייליכער יאָהר. די התחלה פון דעם יו"ד איז געווען בשמחה און די שמחה פון דעם יו"ד8 זאָל נמשך ווערען אין די אַלע ד' אותיות.
(אחר כך נתן כ"ק אדמו"ר בקבוק יין מהשולחן להרש. ל. שי' ואמר:) מען זאָל גיין פאַרבריינגען אין בית המדרש.
ז. כשיצאו מהחדר שרו את הניגון כי בשמחה תצאו וגם הלכו בריקוד בחדר הסמוך וכ"ק אדמו"ר שליט"א הביט בפנים צהובות ושוחקות.
הערות
עמוד 345
- 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 41 ואילך.
- 2. בעמערקונג: אַ טייל פון דער שיחה איז אריין אין דער רשימה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועלכע איז געדרוקט אין קונטרס ב' ניסן השי"ת (קונטרס עו) [נדפס לקמן ע' 347 ואילך.
- 3. ראה גם שיחת ליל שמח"ת שנה זו (לקמן ע' 373).
עמוד 346
- 4. ראה אודותו — לעיל ע' 12. וש"נ].
- 5. דעם לשון המאמר בדיוק זע די אויבענדערמאָנטע רשימה [סה"מ ה'שי"ת] ע' 167 [לקמן ע' 355].
- 6. [קהלת ז, כד. וראה גם לעיל ע' 8].
- 7. [ראה סה"מ תרח"ץ ע' סז. אגרות-קודש ח"א ע' קצד. ח"ג ע' תפג ובהערה 8 שם. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 25. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 161].
עמוד 347
- 8. ברשימה אחרת: די שמחה פון דעם קוצו של יו"ד.
מצוטט ב־5 עמודים
תורת מנחם 4
- כא - שנת תשח"י - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשח"י. סה"ש ה'שי"ת ע' 346
- כד - שנת תשי"ט - חלק ראשון ‹ בס"ד. ש"פ האזינו, י"ג תשרי, ה'תשי"ט סה"ש ה'שי"ת ע' 346
- מא - שנת תשכ"ה - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ האזינו, י"ג תשרי*, ה'תשכ"ה סה"ש ה'שי"ת ע' 346
- לה - שנת תשכ"ג - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ האזינו, שבת תשובה, ה'תשכ"ג סה"ש ה'שי"ת ע' 346
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרפ"ט ‹ ר"ד מסעודת מוצאי יוהכ"פ, תרפ"ט ‹ 25 ספר השיחות ה'שי"ת ע' 346

