יום ב' דחה"ש תש"ט, בסעודה
329יום ב' דחה"ש תש"ט, בסעודה
יא. (רבים דחקו עצמם להכנס, והממונים על הסדר שמרו על הדלת ולא נתנו לכולם להכנס. כשחזר אחד הממונים למקומו אצל השולחן שאל כ"ק אדמו"ר שליט"א: וואָס איז געוואָרען. וענה: עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס מ'וויל ניט זיי זאָלען אַריינגעהן. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען דאַרף זען אַז די טעמים זאָלען ניט זיין. מ'דאַרף טאָן, ניט אין דעם ניט אַריינלאָזען, נאָר — אַז די טעמים אויף ניט אַריינלאָזען זאָלען ניט זיין.
(אח"כ בא עוד אחד ושאל אותו כ"ק אדמו"ר שליט"א:) וואו האַלט מען ביי הגבל, צי ביי וקדשתו.
עס איז דאָ דער הגבל את ההר, און עס איז פאַראַן דער וקדשתו8. חסידים האַלטען ביי וקדשתו. דער וכבסו שמלותם9 דאָס מוז זיין. רייניקען, רייבען, קראַצען אפילו די לבושים10. וכבסו שמלותם דאָס מוז זיין, דאַן איז דאָ דער הגבל את ההר וקדשתו.
יב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז מען איז זיך אַמאָל מונע צו זאָגען אַ שאַרפען וואָרט, ווייל 330דעם מקבל וועט עס וויי טאָן, אָבער מען דאַרף דאָך זאָגען.
אהבת ישראל, דערהערען אַ צווייטען אידען, דאַרף מען דאָס פיהלען בתוך ופנימיות, — אין פנימיות פון תוך.
יג. עס איז אַ חילוק פון דעם חסיד'ישען חינוך ביז דעם סתם חינוך. מ'מיינט ניט דעם פרייען חינוך, פון דעם רעדט מען ניט, נאָר אפילו פון דעם פרומען חינוך.
ווען איך בין געווען גאָר אַ קליין קינד, גלייך ווי איך האָב אָנגעפאַנגען צו ריידען, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר געזאָגט: אַלץ וואָס דו וועסט וועלען פרעגען, זאָלסטו פרעגען ביי מיר.
הגם איך האָב געהאַט אַ בעזונדער מענטש וואָס האָט אַכטונג געגעבען אויף מיר אין אַלע ענינים, פונדעסטוועגען האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אַלע ענינים וואָס דו וועסט האָבען צו פרעגען — זאָלסטו פרעגען ביי מיר.
ווען מען האָט מיר מחנך געווען זאָגען מודה אני11, האָט מען מיר געהייסען צולייגען איין האַנד צו די צווייטע, און איינבויגען די קאָפּ און אַזוי זאָגען מודה אני.
ווען איך בין געוואָרען אַ ביסעל עלטער, אָבער אַלץ נאָך אין די קינדעריאָהרען, האָב איך געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס ווען מען זאָגט מודה אני, דאַרף מען צולייגען איין האַנד צו די אַנדערע, און מרכין זיין את הראש. האָט ער מיר געענטפערט: באמת דאַרף מען טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס, נאָר איך האָב דיר דאָך געזאָגט דו זאָלסט אַלץ פרעגען ביי מיר.
האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגערופען ר' יוסף מרדכי דעם משרת12, אַ איד אַ בן שמונים און האָט אים געפרעגט: ווי אַזוי זאָגסטו אין דער פרי מודה אני. ענטפערט רי"מ: איך לייג צו איין האַנד צו די אַנדערע און בויג איין דעם קאָפּ. פרעגט אים ווייטער הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס טוסטו אַזוי. ענטפערט רי"מ: איך ווייס ניט. ווען איך בין געווען אַ קליין קינד האָט מען מיך געלערענט אַזוי.
זעהסט. — זאָגט צו מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ער טוט ווייל זיין טאַטע האָט אים אַזוי געלערענט. און אַזוי פריער ביז משה רבינו און אברהם אבינו, וואָס אאע"ה איז געווען דער ערשטער איד. מען דאַרף טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס.
האָב איך אַזאָגגעטאָן: איך בין דאָך נאָך אַ קליינינקער. ענטפערט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:
אַלע אידען זיינען קליין, און אַז מען ווערט עלטער זעהט מען ערשט אַז מען איז קליין.
אָט דאָס הייסט חינוך אמיתי.
יד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זיין זמנים וואָס מצד זיין שוואַכען געזונד פלעגט מען צו פאַרבריינגען אַריינלאָזען נאָר יחידי סגולה. איך בין דאָך געווען דער מנהל פועל13 — פון ישיבת תומכי-תמימים — פלעג איך מצדד זיין, אַז ווען איך בין אַריינגעגאַנגען זאָל די טיהר בלייבען ניט פאַרשלאָסען, אָדער מ'זאָל קענען פון דער צווייטער זייט עפענען.
כבוד אמי הרבנית14 האָט געפרעגט ביי 331מיר, פאַרוואָס טו איך דאָס, עס איז דאָך נוגע דעם טאַטענס בריאות. האָב איך געענטפערט: איך בין דער מנהל פון תומכי-תמימים דאַרף איך זאָרגען לטובת התלמידים, און צו דעם געזונד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועט דאָס ניט שאָדען. אדרבא, עס וועט אים גורם זיין עונג.
דאָס וואָס מען לאָזט דאָ ניט אַריין, מיינט מען אַודאי אַז מען וועט מיר מכביד זיין אויב מען וועט אַריינלאָזען מעהר, אָבער באמת מיט דעם איז מען גאָר ניט מכביד.
מען ווייס ניט וויפיעל עס קאָסט.
טו. דאָס וואָס מען פלעגט ניט אַריינלאָזען, איז געוועזען צוליעב אַ תועלת. דער וואָס פלעגט אַריינגיין פלעגט זיין דערפון געהויבען, און דער וואָס פלעגט ניט אַריינגיין פלעגט זיין ביי זיך אַראָפּגעפאַלען. אָבער אַז דאָס, וואָס דער וואָס גייט יע אַריין איז ביי זיך געהויבען איז דאָס ישות, און דער וואָס גייט ניט אַריין איז ביי אים גסות, עס אַרט אים פאַרוואָס יענער איז אַריינגעגאַנגען און ער ניט — קען מען שוין אַלעמען אַריינלאָזען.
טז. איך וויל זאָגען אַ שטאַרקען וואָרט. הגם מאָנען איז ניט מיין שיטה, דאָס איז ניט דער דרך החסידות. אפילו ווען מ'דאַרף מאָנען ביי יענעם פאַרוואָס ער איז ניט ווי ער דאַרף זיין, מאָנט מען ביי זיך פאַרוואָס איז יענער אַזוי, אָבער דעם אמת מוז מען זאָגען.
איך וויל ניט ריידען אין דעם האַרבער זייט.
די גאַס אין אַמעריקא איז ניט ווי עס דאַרף זיין.
איך מיין ניט די ערד, דאָ איז אויסגעברוקירט מיט שטיינער, דאָ איז אַלץ פאַרשטיינערט. מען דאַרף אָבער ליכטיק מאַכען די גאַס.
מען דאַרף טאָן. עס איז דאָ אַפולע צו טאָן. מען דאַרף אָנפאַנגען מיט די קליינע קינדערלעך און דורכדעם וועט מען מקרב זיין די עלטערען, די באָבעס און די זיידעס.
יז. מען דאַרף שטאַרק טאָן מיט די קליינע קינדערלעך, מיט די גדיים.
יח. דורך די צעהן יאָהר וואָס איך בין אין אַמעריקע האָב איך פאַרקערט מיט טויזענדער אידען. זיי זיינען טייערע אידען, אפילו דער וואָס לייגט ניט קיין תפילין ר"ל, איז, אַז מען איז אים מעורר אויף דעם און ער גיט אַ קרעכץ דאַרף מען דעם קרעכץ מקנא זיין.
יט. אויף וואָס וואַרט מען. מען איז דאָך מעכב די גאולה.
עס איז שוין ערב שבת15 נאָך חצות16. יעדער איד ערב שבת איז זיך מכין צו שבת.
מנהג ישראל תורה היא17. יעדער איד ערב שבת נאָך חצות גייט אין וואַסער, וואַשט זיך ארום, און איז זיך מכין צו שבת, ער קויפט אַ סאָטקע18 — פאַר זיך אַליין דאַרף ער דאָס ניט, נאָר אפשר וועט ער האָבען אַ אורח אויף שבת.
ער שניידט אָפּ די נעגעל, און וואָס עס בלייבט איז ריין אָן טיט ורפש.
ער שטעכט ניט, און אויב שטעכען 332שטעכט ער זיך. אַי יענער דערהערט — נו...
און אַזוי אַלץ וואָס ער טוט איז דאָס אַ הכנה צו שבת, און יעדערער איז זיך מכין לפי ערכו.
מען דאַרף אָנפאַנגען ביי דער מעלה פון אַ אידען.
כ. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען, וואָס ער האָט געהערט פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות אין נאָמען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, וואָס ער האָט מקבל געווען פון הוד כ"ק רבינו הזקן:
אַ איד איז אַ כלי צו עצמות אין סוף, נאָר מען דאַרף אַראָפּנעמען די מסכים אַז עס זאָל נתגלה ווערען דער עצמי. דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט דאָס ממשיך געווען צו חסידים דורך חסידות לדורותיהם.
דער ענין פועל'ט צוויי ענינים: עס פועל'ט אַ חיזוק און עס צוברעכט, עס גיט אַ חיזוק, דאָס וואָס מען ווייס אַז מען איז אַ כלי צו עצמות, און עס צוברעכט אַז מען באַטראַכט זיך, אַז עס איז אַדורכגעגאַנגען אַ טאָג און מען איז ניט דערפאָרען.
כא. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט: רז"ל זאָגען19 אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי פנחס בן יאיר.
רפב"י האָט זיך עוסק געווען אין הצלת נפשות20. זיין שכר וואָס מען האָט אים געגעבען מלמעלה איז געווען, אַז ער איז געוואָרען אַ בעלהבית אויף זיין חמור.
עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם טוב, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם לא טוב.
ער — רפב"י — איז געווען אַ בעלהבית אויף זיין חמור. ביי זיין חמור איז דאָס געווען ניט בהרגש הלב, נאָר בהרגש הדעת21.
אַז מען באַטראַכט די הפלאה פון דעם זעהט מען ווי מען האַלט ביי גאָרניט. ווי מורי הרשב"ץ פלעגט זאָגען: לא פגע ולא נגע22.
כב. מען דאַרף זינגען דעם רבי'נס ניגון פון די פיר פאַלען. מען זאָל אים זינגען זעהר געלאַסען און הויך ווי מעגליך. דעם פערטען פאַל איבער'חזר'ן פיר מאָל. מען מעג זיך אויפשטעלען ביים זינגען דעם ניגון.
(ניגנו בעמידה. אחרי שניגנו הניגון אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
עס איז ברור הדבר, אַ רבינס אַ ניגון הערט מען אין גן עדן העליון, דעם ניגון המיוחס — אַזוי האָבען חסידים גערופען דעם רבינס ניגון פון די פיר פאַלען — אין רדל"א, דלא ידע ולא אתידע.
א חסיד'ישער ניגון הויבטאויף דריי טפחים. אַ רבי'נס אַ ניגון מעהרער. דער ניגון המיוחס הויבטאויף פון עמקי שאול ביז תכלית העילוי. תכלית העילוי איז, אַז השכלה דערהערט זיך אין עבודה.
333כג. חסידים ב"ה לעבען. עס דאַרף אָבער זיין להחיות, מאַכען יענעם לעבען, און דאָס פעלט לעתעתה.
כד. (אחרי ברהמ"ז נתן בעצמו בידו הק' מהכוס של ברכה לכל הנאספים. אחד הציע אולי ליתן לאחר לחלק. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
אַ איד דאַרף זיך ניט בענוגענען מיט זעהן אַז יענער זאָל טאָן יענעם אַ טובה. נאָר מען דאַרף וועלען אַליין טאָן.
כה. (אח"כ נתן לא' לחלק כוס של ברכה לכל הנאספים בביהמ"ד וצוה להכריז:)
מען מאָנט ניט קיין סך. יעדער איינער זאָל מאַכען לעבען נאָך איינעם, און דורכדעם וואָס ער וועט מאַכען יענעם לעבען, וועט ער אַליין לעבען.
כו. ביום שני אחרי ברכת המזון דסעודת ההתועדות ציוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לפתוח הדלתות, ונכנסו גם כל אלו שלא הרשום להכנס להסעודה — לקבל פני הרב ולאמר: גוט יום טוב.
כן בשני הלילות דחג השבועות אחרי תפלת ערבית, נכנסו כל הנאספים להיכל כ"ק אדמו"ר שליט"א לקבל וגם לאמר: גוט יום טוב.
הערות
עמוד 329
- 8. יתרו יט, כג.
- 9. שם, י].
- 10. זע אויך "היום יום" ה' סיון ה'תש"ג [ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 243.
עמוד 330
- 11. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ס ה'שי"ת (לקמן ס"ע 359 ואילך).
- 12. ראה אודותו — לעיל ע' 233. וש"נ.
- 13. ראה לעיל ע' 234. וש"נ.
- 14. ראה אודותה — לעיל ע' 21. וש"נ.
עמוד 331
- 15. ראה גם לעיל ע' 226. לקמן ע' 391.
- 16. ראה לקו"ש חט"ו ע' 282. שם ע' 42 ואילך. וש"נ. ספר השיחות תש"נ ח"א ע' 254. וש"נ.
- 17. ראה לקמן ע' 338. ע' 348. וש"נ].
- 18. נאָמען פון אַ קליינער פלעשל בראָנפען אין רוסלאַנד.
עמוד 332
- 19. [שבת קיב, ב כגירסת התוס' חולין ה, ב (ד"ה צדיקים). וראה בארוכה לקו"ש חט"ו ע' 281 הערה 14].
- 20. זע חולין ז, א.
- 21. זע די ספרים וועלכע זיינען אָנגעצייכענט אין סדר הדורות חלק תנאים ואמוראים מע' פנחס בן יאיר.
- 22. [ראה לעיל ע' 161. וש"נ].
מצוטט ב־10 עמודים
תורת מנחם 9
- א - שנת ה'שי"ת ‹ ב"ה סה"ש תש"ט ע' 331
- יב - שנת תשי"ד - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' עקב, כ"ף מנחם-אב ה'תשי"ד. סה"ש תש"ט ע' 331
- יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשי"ז. סה"ש תש"ט ע' 329
- יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ט ע' 331
- כא - שנת תשח"י - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ תולדות, מבה"ח וער"ח כסלו, ה'תשח"י. סה"ש תש"ט ע' 331
- לז - שנת תשכ"ג - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ עקב, כ"ף מנחם-אב, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ט ע' 331
- נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. ש"פ פינחס, י"ד תמוז (מאמר א), ה'תשכ"ז ספר השיחות תש"ט ע' 331
- נב - שנת תשכ"ח - חלק שני ‹ שיחת ש"פ בשלח, י"א שבט, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ט ע' 331
- עב - שנת תשל"ג - חלק שלישי ‹ שיחת ש"פ שלח, מבה"ח תמוז, ה'תשל"ג סה"ש תש"ט ע' 331
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
- תר"פ-תרפ"ז ‹ רשימת המאסר עם הוספות ‹ רשימה ‹ 232 ספר השיחות תש"ט ע' 332

