ליל א' דחה"ש בסעודה תש"ט

328ליל א' דחה"ש בסעודה תש"ט1

א. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אָנהויבען זאָגען תיקון שבועות באַלד נאָך ליכט צינדען אין אָנהויב פון ליל חג השבועות, דערנאָך מפסיק געווען און נאָך דער סעודת יו"ט ווייטער ממשיך געווען.

ב. רז"ל זאָגען2 חרדה מסלקת הדמים. היינט ווי איז געווען נאָך אַזאַ חרדה — ציטערניש — ווי ביי מתן תורה3.

ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל אַרום גערעדט בארוכה דעם ענין החרדה וואָס איז געווען ביי אידען בעת קבלת התורה. משה רבינו האָט געוואוסט און משער געווען פריער וואָס פאַר אַ חרדה עס וועט זיין, פונדעסטוועגען איז דאָס כלל ניט געווען בערך צו דער חרדה וואָס איז געווען בפועל.

ד. החסיד ר' גרשון דוב פּאַהאַרער4 פלעגט זאָגען נאָך קריאת שמע שעל המטה: אַה! מאָרגען דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער5.

שבועות ביינאַכט דאַרף מען זאָגען: מאָרגען אין דער פריה דאַרף מען זיין גאָר אַ אָפּגעפרישטער.

ה. אַמאָל — דאָס זאָג איך דברי הרב — פלעגט מען מייקר זיין אַ וואָרט פון אַ עלטערען חסיד אַ עובד, אַ סך מעהר ווי פון אַ חסיד אַ משכיל. באמת איז אַז ביי עובד און משכיל איז ביי זיי פאַראַן ביידע ענינים — עבודה און השכלה —, נאָר דער חילוק איז פון וואנען עס פאַנגט זיך אָן. צי די השכלה האָט געבראַכט צו עבודה, אָדער די עבודה האָט געבראַכט צו השכלה.

ו. אַז מען ווערט עלטער מיט פופציק יאָהר דערהערט מען אַ וואָרט מיט אַ אַנדער ליכטיקייט. עס הערט זיך די פנימי' הנקודה מיט אַן אַנדער קלאָרקייט. אַז מען איז אינגער איז פאַראַן פערשידענע ענינים וואָס פאַרשטעלען אויף דער פנימיות הנקודה פונ'ם וואָרט, אָבער אַז מען ווערט עלטער הערט זיך דאָס אָן מיט אַן אַנדער ליכטיקייט.

ז. אַמאָל איז געווען אַ סדר ביי מלמדים, אַז נאָכדעם ווי זיי האָבען מבאר געווען און געגעבען צו פאַרשטיין אַ ענין פלעגען זיי זאָגען צום תלמיד: אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין.

איז דאָך לכאורה קשה, וויבאַלד אַז ער גיט אים צו פאַרשטיין איז וואָס זאָגט ער אים: אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין. נאָר דאָס איז דער אין סוף פון ידיעת התורה.

אויף דער חסיד'שער שפּראַך הייסט דאָס, אַז די השגה דבינה זאָל דערהערען די הפלאה פון חכמה, בינה איז הבנה — פאַרשטיין. אָבער אפילו אַז ער פאַרשטייט איז ער דאָך אַ פתח. אויב ער איז 329נאָך אַ מהדר איז אפילו ניט פאַרשטייענדיק מיינט ער אַז ער פאַרשטייט, אָבער אפילו אַז ער פאַרשטייט יע, איז אויך דער פתח גרעסער פון דעם פאַרשטיין.

מה שאין כן אַז השגה דבינה דערהערט די הפלאה פון חכמה, איז גאָר עפּעס אַנדערש.

ח. ביי אַמאָליקע חסידים איז געווען אַ קאָך אין די ג' אהבות: אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

אין די גאָר יונגע יאָהרען האָב איך געהערט אַ אויסשפּראַך פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער קדושה'דיקער יחם לבבו.

מען האָט זיך געקאָכט אין די ג' אהבות. פונדעסטוועגען דאַרף די אהבת ישראל ניט פאַרדעקען צו זעהן יענעמס חסרונות אין חינוך, ידיעה און מדות. נאָר מ'דאַרף יענעם זאָגען בדרך קירוב. מען דאַרף זאָגען זיך, מען קען געפינען די חסרונות ביי זיך אַליין — און מען דאַרף ניט האָבען אויף דעם אַ ריבוי יגיעה, בפרט לאור האמת, — דאַרף מען זאָגען זיך וועט יענער במילא דערהערען.

ט. דאָ אין אַמעריקע איז אַ ביסעל פאַרטומאַנעט6. אַ טומאַן מיינט אַז עס שיינט די זון, נאָר עס איז פאַרטומאַנעט, עס זעהט זיך ניט די ליכטיקייט.

דאָ אין אַמעריקע, אַז מען טראָגט אַ באָרד און פיאות און מען גיט צדקה מיינט מען שוין אַז מען איז יוצא טויזענד פּראָצענט, אָבער דער אמת איז ווי דער באַקאַנטער חסיד'ישער אויסשפּראַך: לא פגע ולא נגע7.

מען באַדאַרף טאָן מיט דעם זולת.

י. אמר: מען דאַרף זינגען, אָבער ניט איבערנעמען זיך דערמיט.

הערות

עמוד 328

  1. 1. נדפס בסה"מ ה'שי"ת ע' 242 ואילך עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
  2. 2. [נדה ט, א. וש"נ.
  3. 3. ראה גם ריש וסוף ד"ה וירא העם וינועו תש"ד (סה"מ תש"ד ע' 228. ע' 235)].
  4. 4. זע וועגען אים התמים ח"ה ע' לח ואילך. שם ח"ח ע' לז ואילך. ספר השיחות קיץ ש"ת ע' 26 [וראה לעיל ע' 5. וש"נ.
  5. 5. ראה לעיל שם. וש"נ.

עמוד 329

  1. 6. ראה גם שיחת י"ט כסלו שנה זו (לעיל ע' 290).
  2. 7. ראה לעיל ע' 161. וש"נ.