יום ב' דחג השבועות תש"ז בסעודה
130יום ב' דחג השבועות תש"ז בסעודה
א. ווען דער אַלטער רבי איז געגאַנגען פון מעזריטש1 און איז דורכגעגאַנגען שקלאָוו, האָט ער דאָרטן געזאָגט אַ תורה, אַ "ווערטערתורה"
— ווי מ'האָט שוין אַמאָל דערציילט2 אַז אין די ערשטע צייטן פון די נשיאות פון אַלטן רבי'ן האָט ער געזאָגט קורצע תורות וואָס מ'האָט גערופען: "ווערטער" —
ער האָט געזאָגט: "נשמות זיינען פנימיים און מלאכים זיינען חיצוניים"3.
איז געוואָרן אַ גרויסער טומעל, עס האָט זיך איבערגעקערט אַ וועלט; צו זאָגען אַזאַ זאַך, ובפרט אַזאַ למדן זאָל דאָס זאָגען.
האָבן זיי אים געפרעגט: פון וואַנען איז די ראי'? אַלץ דאַרף האָבען אַ ראי' פון דער תורה.
— בכלל האָבן דאַמאָלסט די עולם'עשע געהאַט טענות צום בעש"ט, אַז ער האָט פאַרפּראָסטעט די תורה און די אידן, דער בעש"ט האָט דאָך מקרב געווען פּראָסטע אידן און פלעגט פאַר זיי זאָגן תורה בפשיטות —
אַז דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט גערעדט די מעלה פון נשמות אויף מלאכים, אַז נשמות זיינען פנימיים און מלאכים חיצוניים; האָבן זיי אים געפרעגט פון וואַנען איז די ראי'?
האָט דער רבי זיי געענטפערט: עס איז דאָך אַ פסוק:
אַז די מלאכים זיינען געקומען צו אברהם אבינו שטייט: "ויאכלו"4 — זיי האָבן זיך געמאַכט ווי זיי עסן, נראין 131כאוכלין5, זיי האָבן ניט געגעסען נאָר זיי האָבן באַוויזן ווי זיי וואָלטן געגעסן, איז דאָס דאָך ע"ד ווי אַ "חיצון" — ער מאַכט זיך פאַר אַ בקי און פאַר אַ למדן און באמת איז ניט אַזוי, לייגט ער דאָך. אָבער נשמות, וואו זיי געפינען זיך זיינען זיי ווי דער אמת איז: אַז משה רבינו איז עלה בהר, שטייט אַז "לחם לא אכל ומים לא שתה"6, אַ נשמה למטה עסט — דאָס איז דער סוד הבירורים, אָבער אַז די נשמה איז עולה למעלה — איז "לחם לא אכל ומים לא שתה". דערפאַר ווערן מלאכים אָנגערופען חיצוניים און נשמות פנימיים.
דער חילוק פון אַ למדן און אַ איש פשוט איז: אַ למדן איז אַ בעל מוח, במילא איז דאָ חילוקים: אַ געשמאַקע תורה, ניט קיין געשמאַקע, אַ הפלאה'דיקע תורה. אָבער ביי אַ איש פשוט איז דאָך אַלץ בהשוואה, דער ואמת הוי' לעולם7 פון פשיטות העצמות דערהערט זיך ביי דעם איש פשוט8.
וואָס איז דער וואונדער, אַז מען האָט אַמאָל געלעבט מיט אַ חסידישען וואָרט וואָס מ'האָט געהערט, אַז מען האָט דעם וואָרט אַראָפּגעטראָגן פון למעלה מן המוח ביז דעם כף הרגל9, מען האָט אויסגעמושטירט דעם גוף אַז ער זאָל לעבן מיט אַ וואָרט חסידות.
ב. דער זיידע האָט געלערנט מיט דעם טאַטן דעם סידור; לבד וואָס ער האָט מיט אים געלערנט דעם ביאור עפ"י חסידות, האָט ער מיט אים געלערנט דעם פשוט'ן פירוש המלות פון סידור, אַמאָל מיט מער ביאור און אַמאָל דעם פירוש המלות אַליין.
"מודה אני לפניך": אַז מען איז "מודה", דאַן איז מען "אני לפניך" — מען איז "אני" וואָס דערהערט ווי מען איז געשטאַנען "לפניך"; דאַן איז די התבוננות אין "מלך", און ס'קומט אַראָפּ אין אַ בפועל אין "רבה אמונתך" אַ הגדלה אין אמונה10.
אזוי האָט דער זיידע געלערענט מיט דעם טאַטען. האָט דער טאַטע געזאָגט אַ ביאור אויף דעם אַז "מודה", דאָס איז די הגבלה אין דברי הרב — אַזוי האָט דער רבי געזאָגט; און דאָס גופא גיט אַ כח אין "רבה אמונתך", די הגדלה אין אמונה — ניט נאָר גלויבן, נאָר מען זאָל פאַרשטיין וואָס מען גלויבט.
ג. מזגו כוס משקה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ושאל אם זה מהמשקאות שאין עליהם חשש. וענה אחד מהרבנים המסובים: בטח, על הבקבוק כתוב מפורש: "פשוט ונקי".
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען קאָן זיי גלויבן? עס איז דאָך אַ פאַרפאַלשעוועטע וועלט. ויאמר א' מזקני הרבנים: זהו דבר שאין הצבור יכולים לעמוד בו.
וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: פונדעסטוועגען צו "ניט" קומט דאָס ניט.
דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט, אַז פון אַ גשמי דאַרף מען זיך זייער היטן. אין רוחניות, אויב דאָס איז ניט אַזוי מכוון, נו! איז דאָס אַ נידעריקע מדריגה, אָבער אַז דער גשמי איז ניט מכוון, איז זייער פּאַסקודנע.
132החסיד ר' אייזיל11 איז געווען זייער אַ שאַרפער12, ער איז געווען אַ מחמיר. ר' הלל13 איז געווען אַ גרויסער מחמיר בהתגלות. ר' אייזיל איז ניט געווען אַזוי פיל מחמיר בגילוי, אָבער געווען אַ מחמיר. ופעם כשהי' איזה חשש ספק על איזה דבר אמר ר' אייזיל: מען וועט דאָך אַמאָל דאַרפן אָפּגעבן אויף אַלץ אַ דין וחשבון, איז פשוט דאַמאָלסט אַ שאָד די צייט צו פאַרבריינגען אויף פאַרענטפערן זיך אַז מען האָט דאָס געמעגט, יענע צייט קאָן מען אויסניצען אויף בעסערע זאַכן — צו הערען ענינים נעלים.
ד. איינע פון די ערשטע ווערטערתורה פון אַלטן רבי'ן: "ועשית חג שבועות"14 — "שבועות" איז וואָכן; "חג שבועות" — מאַכען די וואָכן פאַר אַ חג, אַז די וואָכעדיגקייט זאָל ווערן יו"ט. דורך וואָס איז דאָס? דורך דעם "היום יום"15; אַז דער יום איז אַ יום שלם, דאַן איז "ועשית חג שבועות" — אַז די וואָכעדיגקייט ווערט חג.
ה. קומענדיק פון מעזריטש, האָט מען דעם אַלטען רבי'ן געפרעגט: וואָס האָסטו דאָרט געהערט. האָט ער געזאָגט1, אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען, אַז אין מתן תורה איז געווען צוויי זאַכן: נעמען און געבען; מתן תורה און קבלת התורה. מתן תורה מיינט אַוועקגעבען "זיך" פאַר תורה, דעמאָלט ווערט מען אַ כלי צו קענען זיין אַ מקבל התורה אין אַ פנימיות; דורך וואָס קען מען זיך אַוועקגעבן צו תורה, דאָס איז דורך די דרכי התורה.
דער שווער16 האָט אַמאָל געזאָגט וועגן טאַטן17: איך האָב געזען גרויסע מענטשן, דעם טאַטן — מהרי"נ נ"ע18 — די פעטערס, אָבער אַזאַ מסירת נפש; זיין — הכוונה על אאמו"ר — ערשטער טראָט אין עבודה איז מיט מסירת נפש, ביי זיי איז אויך געווען מס"נ, אָבער איך האָב דאָס ניט אזויפיל דערהערט ווי ביי דעם טאַטן. איך רייד ניט וועגן זיין גרויסקייט אין השכלה, הבנה והשגה; נאָר זיין מס"נ אויף אידישקייט.
אַה! ווי דאָס פעלט יעצט, דער מתן תורה, אַוועקגעבען זיך פאַר תורה; מען איז חסידים, מען לערנט, מען דאַוונט, מען האָט מדות חסידיות — עס איז טאַקע מער ניט ווי אַ דוכט, עס דוכט זיך אַז מ'האָט מדות חסידיות, אָבער מען איז חלילה ניט אָפּגעפרעגט פון דעם — אָבער דער אַוועקגעבן זיך צו תורה צו חסידות, אָט דאָס פעלט אינגאַנצן.
אויף אַלץ איז דאָ צייט: מען לערנט, מען שמועסט אין לערנען, מען רעדט אַ ליצנות'ל, אַ רכילות'ל, אַ לשה"ר, אַ הייליגע לשה"ר, מען לאַכט אָפּ פון אַ גס הרוח; אָבער אַריינצונעמען זיך אַליין אין דעם אבן הבוחן — אין דעם פּרובירשטיין, אויף דעם איז קיין צייט ניטאָ.
ביי זיך אַליין ווייס מען אַז אַזוי ווי ס'איז טויג ניט, נאָר מען איז יוצא מיט אַ גלייכווערטל — אַ גלייכווערטל אַהער, 133אַ גלייכווערטל אַהין, און דערמיט איז מען יוצא.
עס איז אַ גרויסע רחמנות אויף אונז, עס איז אַ רחמנות אויפן נאָמען חסיד. מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט אַז מען האָט אַראָפּגעפירט דעם חסידישען וואָגן אין אַ זייטיגן פעראולאק.
אין די אַלטע מחזורים ביי "על חטא" אָדער "סלח לנו"19 פלעגט שטיין: "כאן בוכין".
ו. איך האָב געהערט פון טאַטען בשם אדמו"ר הזקן:
מען קען זיך גאָרניט משער זיין דעם עונג למעלה פון די שמחה וואָס אידען זיינען זיך משמח בקבלת התורה; דער אויבערשטער זאָגט צו די מלאכים: איר קענט דאָס? איר זייט דאָך בבחי' מדות, איר זייט ניט שייך צו הבנה והשגה צו האָבן אַ חוש אין אַזאַ שמחה פון קבלת התורה.
ז. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, אַז חסידות האָט אויפגעטאָן האָבן אַ חוש אין אַ ענין. דאָס איז בכללות; בפרטיות מיינט דאָס, האָבן אַ חוש אין אלקות, אַז וויפיל מען פאַרשטייט ווייס מען נאָך גאָרניט, און האָבן אַ חוש אין אהבת ישראל.
מען דאַרף דערהערן דעם פחיתות עצמו און דעם מעלת הזולת. הגם די וועלט זאָגט, מען ווייסט ניט יענעמס ווייטאָגן, אָבער עס דאַרף זיין אוקי על חזקתו, אַז יענער איז גוט; אָבער וועגען זיך אַליין ווייס מען דאָך דעם אמת.
ח. מען קען יעצט אין דעם ניט רעדן בארוכה, נאָר איך וויל זאָגן אַ וואָרט ווי דער טאַטע האָט מיר אַמאָל געזאָגט גייענדיק שפּאַצירן20:
די גאַנצע השכלה פון חסידות איז אַז דער וואָרט זאָל זיך דערהערן אין עבודה. האָט ער געזאָגט: עד"מ, אַז מען לערנט דעם רמב"ם, דעם יד החזקה, מיט אַלע סברות און מפרשים, וואָס דאָס אַלץ איז בכדי עס זאָל שפּעטער אַראָפּקומען אין אַ הלכה, אין אַ סעיף אין קיצור שו"ע, למען ידעו את המעשה אשר יעשון.
אַמאָל אַז מען האָט געהערט אַ וואָרט האָט דאָס חוקק געווען אין אַ פנימיות, אַז מען האָט געלעבט מיט דעם.
ט. צוה לנגן את הניגון של ד' בבות של אדמו"ר הזקן ואמר: מען וועט זינגען דעם אַלטן רבין'ס ניגון, און יעדער זאָל זיך מכין זיין לפי כחותיו.
י. אין די צייטן פון אַלטן רבי'ן איז אַמאָל געווען אַ שווערער זמן — אַ עת צרה ל"ע — האָט דער אַלטער רבי געזאָגט:
דער אויבערשטער איז דאָך געוויס צופרידן פון עם ישראל, יתן השי"ת אַז די אידן זאָלן זיין צופרידן פון אויבערשטן. דער אויבערשטער זאָל געבן די אידן געשמאַקע גשמיות, לעבעדיגע גשמיות; אַז די אידען זאַלען מאַכען פון די גשמיות רוחניות21.
איי! ווי מען דאַרף דאָס יעצט האָבן, דברי הרב חיים וקיימים לנצח.
134דער אויבערשטער זאָל געבען אידען געשמאַקע גשמיות ווי ער קען, ניט נאָר ווי ער וויל — דאָס איז דאָך אַ ודאי — נאָר ווי ער קען, אַז די אידן זאָל זיין געשמאַק אין גשמיות, וועט דעמאָלט דער אויבערשטער האָבן הנאה פון זייערע רוחניות.
השמטה: אמר: מ'טרייסט זיך מיט חלשות טראָפּן.
הערות
עמוד 130
- 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 2. ראה גם שיחת ליל שש"פ שנה זו (לעיל ע' 111). וש"נ.
- 3. ראה תניא אגה"ת פ"ד. סה"מ תרנ"ז ע' ערה. ועוד.
- 4. וירא יח, ח.
עמוד 131
- 5. ב"ר פמ"ח, יד. ב"מ פו, ב. פרש"י עה"פ.
- 6. תשא לד, כח. וראה ב"ר שם.
- 7. תהלים קיז, ב.
- 8. ראה גם לעיל ע' 3. וש"נ.
- 9. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 345.
- 10. ראה גם ספר השיחות שם ע' 240.
עמוד 132
- 11. ראה אודותו לעיל ע' 25. וש"נ.
- 12. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 82.
- 13. ראה אודותו לעיל ע' 29. וש"נ.
- 14. פ' ראה טז, י.
- 15. שבספירת העומר.
- 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 16. הרה"ק וכו' ר' אברהם שניאורסאהן מקישינוב. ראה אודותו לעיל ע' 82.
- 17. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
- 18. בן אדמו"ר הצ"צ. — ראה אודותו: בית רבי חלק ג פרק ח (יד, ב [קכב, ב] ואילך). ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 255 וש"נ. תרפ"חתרצ"א ע' 239. מאמרי אדמו"ר האמצעי הנחות תקע"ז — הוספות ע' תנ.
עמוד 133
- 19. בהנחה אחרת: אדער אַ "סליחה".
- 20. ראה גם שיחת אחש"פ שנה זו. ליל ב' דחה"פ תש"ח (לעיל ע' 121. לקמן ע' 204).
- 21. ראה סה"מ ה'ש"ת ע' עח. סה"מ אידיש ס"ע 52. אגרות-קודש ח"ב ע' רסה (הועתק ב"היום יום" כז טבת). חי"א ע' לד. חי"ד ע' כד. ע' עט.
בראשית רבה מ״ח:י״ד - הטקסט מספריא
וַיִּקַּח חֶמְאָה וְחָלָב (בראשית יח, ח), אָמַר רַבִּי חֲנִינָא הַמְעֻלֶּה אֶחָד מִשִּׁשִּׁים בֶּחָלָב, וְהַבֵּינוֹנִי אֶחָד מֵאַרְבָּעִים, וְהַקִּבָּר אֶחָד מֵעֶשְׂרִים. רַבִּי יוֹנָה אָמַר הַמְעֻלָּה אֶחָד מִמֵּאָה, בֵּינוֹנִי אֶחָד מִשִּׁשִּׁים, וְהַקִּבָּר אֶחָד מֵעֶשְׂרִים. וּפַת הֵיכָן הִיא, אֶפְרַיִם מַקְשָׁאָה תַּלְמִידוֹ דְּרַבִּי מֵאִיר מִשּׁוּם רַבִּי מֵאִיר אָמַר פִּירְסָה נִדָּה וְנִטְמֵאת הָעִסָּה. רַבָּנָן אָמְרֵי אֲפִלּוּ פַּת הֵבִיא לִפְנֵיהֶם, מָה אִם דְּבָרִים שֶׁלֹא אָמַר הֵבִיא לִפְנֵיהֶם, דְּבָרִים שֶׁאָמַר לָהֶם עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה. (בראשית יח, ח): וְהוּא עֹמֵד עֲלֵיהֶם, הָכָא אַתְּ אָמַר וְהוּא עֹמֵד עֲלֵיהֶם, וּלְהַלָּן אָמַר (בראשית יח, ב): נִצָּבִים עָלָיו, אֶלָּא עַד שֶׁלֹא יָצָא יְדֵיהֶם נִצָּבִים עָלָיו, כֵּיוָן שֶׁיָּצָא יְדֵיהֶם וְהוּא עֹמֵד עֲלֵיהֶם, אֵימָתוֹ מֻטֶּלֶת עֲלֵיהֶם, מִיכָאֵל מִרְתַּת, גַּבְרִיאֵל מִרְתַּת. רַבִּי תַּנְחוּמָא מִשּׁוּם רַבִּי אֶלְעָזָר וְרַבִּי אָבוּן בְּשֵׁם רַבִּי מֵאִיר, מַתְלָא אֲמַר, עֲלַת לְקַרְתָּא הֲלֵךְ בְּנִימוּסָהּ, לְמַעְלָה שֶׁאֵין אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, עָלָה משֶׁה לַמָּרוֹם וְלֹא אָכַל, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים ט, ט): וָאֵשֵׁב בָּהָר אַרְבָּעִים יוֹם וְאַרְבָּעִים לַיְלָה לֶחֶם לֹא אָכַלְתִּי וּמַיִם לֹא שָׁתִיתִי, אֲבָל לְמַטָּה שֶׁיֵּשׁ אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, וְהוּא עֹמֵד עֲלֵיהֶם תַּחַת הָעֵץ וַיֹּאכֵלוּ, וְכִי אוֹכְלִין הָיוּ, אֶלָּא נִרְאִין כְּאוֹכְלִין, רִאשׁוֹן רִאשׁוֹן מִסְתַּלֵּק.
מצוטט ב־4 עמודים
תורת מנחם 4
- יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג-השבועות, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ז ע' 130
- יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ ד. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וירד הוי' על הר סיני. *** סה"ש תש"ז ע' 130
- טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות ה'תשט"ז. סה"ש תש"ז ע' 132
- יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ז ע' 131

