130

יום ב' דחג השבועות תש"ז בסעודה

א. ווען דער אַלטער רבי איז געגאַנגען פון מעזריטש1 און איז דורכגעגאַנגען שקלאָוו, האָט ער דאָרטן געזאָגט אַ תורה, אַ "ווערטערתורה"

— ווי מ'האָט שוין אַמאָל דערציילט2 אַז אין די ערשטע צייטן פון די נשיאות פון אַלטן רבי'ן האָט ער געזאָגט קורצע תורות וואָס מ'האָט גערופען: "ווערטער" —

ער האָט געזאָגט: "נשמות זיינען פנימיים און מלאכים זיינען חיצוניים"3.

איז געוואָרן אַ גרויסער טומעל, עס האָט זיך איבערגעקערט אַ וועלט; צו זאָגען אַזאַ זאַך, ובפרט אַזאַ למדן זאָל דאָס זאָגען.

האָבן זיי אים געפרעגט: פון וואַנען איז די ראי'? אַלץ דאַרף האָבען אַ ראי' פון דער תורה.

— בכלל האָבן דאַמאָלסט די עולם'עשע געהאַט טענות צום בעש"ט, אַז ער האָט פאַרפּראָסטעט די תורה און די אידן, דער בעש"ט האָט דאָך מקרב געווען פּראָסטע אידן און פלעגט פאַר זיי זאָגן תורה בפשיטות —

אַז דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט גערעדט די מעלה פון נשמות אויף מלאכים, אַז נשמות זיינען פנימיים און מלאכים חיצוניים; האָבן זיי אים געפרעגט פון וואַנען איז די ראי'?

האָט דער רבי זיי געענטפערט: עס איז דאָך אַ פסוק:

אַז די מלאכים זיינען געקומען צו אברהם אבינו שטייט: "ויאכלו"4 — זיי האָבן זיך געמאַכט ווי זיי עסן, נראין

הערות

  1. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 2. ראה גם שיחת ליל שש"פ שנה זו (לעיל ע' 111). וש"נ.
  3. 3. ראה תניא אגה"ת פ"ד. סה"מ תרנ"ז ע' ערה. ועוד.
  4. 4. וירא יח, ח.

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 2
  1. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג-השבועות, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ז ע' 130
  2. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ ד. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וירד הוי' על הר סיני. *** סה"ש תש"ז ע' 130

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.