י"ב תמוז תש"ז

134י"ב תמוז תש"ז1

(אחד מהמסובים אמר לכ"ק אדמו"ר שליט"א: לחיים. איהר האָט אָנגעפאָנגען די גאולה, זאָל דער אויבערשטער העלפען, אַז איהר זאָלט משלים זיין די אמת'ע גאולה מיט משיח'ן אינאיינעם. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

די גאולה האָט זיך אָנגעהויבען פון דעם זיידען אברהם'ן2, ווען ער איז נאָך געווען אַ אברם און געלעבט מיט זיין פאָטער תרח אין חרן.

עס איז שוין וועגען דעם אייניגע מאָל ערקלערט געוואָרען, אויף די יסודות וואָס איך האָב זוכה געווען הערען פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, וואָס ער האָט מקבל געווען פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, וואָס איז געוואָרען איבערגעגעבען מרבי לרבי לדורותיהם: די השגחה עליונה האָט בוחר געווען אין אברם'ען ווען ער איז נאָך געווען אין חרן און האָט איהם געמאַכט פאַר אַ אברהם. אברם איז — אברם3, שכל הנעלם מכל רעיון און אברהם איז — אבר מ"ה, און כדי צו מאַכען אַז פון שכל הנעלם מכל רעיון זאָל ווערען אַ אבר מ"ה, אַ ברא מ"ה4, בעדאַרף מען האָבען די ריכטיגע מסירת נפש עבודה.

איבערמאַכען פון אַ מהות עצמי, וואָס איז נעלם מכל רעיון, אַז ער זאָל דורך עבודה ווערען אַ מהות מ"ה, וואָס כל מהותו איז ביטול, האָבען אַ געשמאַק אין פרסום אלקות און לייגען מסירות נפש כחות אויף צו מאַכען די פאַרגרעבטע פלאכעס (גולמי עץ) פאַר מאמיני האחדות, איז אַ פיין שטיקעל אַרבעט.

אַלע אידען גלויבען אין דער גאולה בכח, דאָס הייסט, אַז עס איז ביכולתו 135ית' צו בריינגען די גאולה. מיר ווילען אַז ס'זאל זיין בפועל ממש. ניט נאָר בכח, נאָר בפועל.

חסידישע מחונכים ווייסען, וואָס עס איז דער תוכן ענין פון דער ברכה פנימית, אַז דער בפועל זאָל זיין ווי דער בכח איז און דער בכח זאָל באַלעבען דעם בפועל, וואָס דאַן וועט דער בפועל זיין די כלי טהור, וואָס עס וועט מגלה זיין עצמות אין סוף ב"ה און וועט גורם זיין דעם אמת'ן נחת רוח אין בריאת העוה"ז און ירידת הנשמה בגוף.

ב. מען האָט מעהרערע מאָל אין דעם גערעדט און אָפטער איבערגעזאָגט, אַז חסידים לדורותיהם, פון חניכי ותלמידי הוד כ"ק מורנו הבעש"ט, דעם מעזריטשער מגיד און רבינו הזקן, האָבען איבערגעזאָגט עניני עבודה אין קורצען, וואָס יעדער וואָרט איז געווען אַ הוראה אין דרכי עבודה.

צווישען די אַלטע חסידישע ווערטער איז געווען אַ וואָרט:

אַ איד איז ניט קיין עלענדער, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו.

דער וואָרט איז רבי מפי רבי ביז דעם בעש"ט נ"ע. דער אַלטער רבי האָט דעם וואָרט געמאַכט אַ יסוד פאַר אַ ביאור, אויף דעם וואָס אין די זמנים5 פון בעש"ט און מעזריטשער מגיד איז געווען די אידישע הויפּטפרנסה דאָרפסגעהעריי, און אויף דעם האָט מען געזאָגט, אַז יעדער איד איז ניט עלענד, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו, דאָס הייסט די התגלות פון שם הוי'.

דער וואָרט איז איינער פון די ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ האָט מקבל געווען פון די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן, וועלכע האָבען דאָס געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן קומענדיג פון מורו הוד כ"ק הרב המגיד ממעזריטש.

ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר איבערגעגעבען דעם יסוד וואָרט האָט ער באריכות גדולה מבאר געווען, אַז דער עיקר איז די התגלות שם הוי' דורך דעם שם אלקים.

אַ אַנדער מאָל, ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רעדט און איז מבאר דעם ענין פון דער כוונה פנימית אין מעלת השיתוף דהוי' ואלקים האָט מען מדגיש געווען, אַז כלי מאַכט אור6 פאַר אַ פועל טוב. ד.ה. אַז כלי טראָגט אַרויס די פנימיות הפנימי, אַז ער זאָל לייכטען אין אַ אור מסודר, וואָס דאַן איז דער פנימיות המאור מאיר אין אור.

אין איינע פון מיינע רשימות איז פאַרצייכענט, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען, אַז ירידת הנשמה בגוף איז צוליב געבען אַ ריכטיגען ביאור אויף דער כוונה פנימית פון מתן תורה למטה און קיום המצות מעשיות, און האָט מסביר געווען מיט אַ טיפען עבודההשכלה ביאור דעם ענין ווי יש הנברא גיט דעם העכסטען הבנה ביאור אין יש האמיתי.

ג. עס איז אַ מצוה לפרסם, אַז אַלע 136זאָלען וויסען, אַז די מעלה פון אַ איש פשוט איז אין להעריך.

דעם ענין האָט מגלה געווען מורנו הבעש"ט אין עטלעכע קורצע ווערטער:

"די פשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז זיך מתגלה אין די פשיטות פון אַ איש פשוט"7.

הוד כ"ק רבינו הזקן וואָס האָט מקבל געווען תורת הבעש"ט מהוד כ"ק מורנו הרב המגיד ממעזריטש, האָט עס מבאר און מסביר געווען, אַז בעלי תורה און בעלי עבודה, איז דאָך דאָס הגבלה, גילויים און ניט עצמות. תורה און מצות זיינען עצמות, אָבער ניט פשיטות העצמות. די מעלה פון עצמות איז דאָך פשיטות.

פשיטות העצמות, וואָס דאָס איז גאָר אַ אַנדער זאַך, אויף דעם איז געווען תכלית ירידת הנשמה בגוף און תכלית בריאת העולמות: אצילות, בריאה, יצירה, עשי' ביז עוה"ז הגשמי, צוליב עולה זיין צו פשיטות העצמות, וואָס איז אַ סאַך העכער פון עולם האצילות.

אצילות נעמט נאָר אַ געוויסע מעקלעריי, אָבער די פשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז פאַראַן אין די פשיטות פון אַ איש פשוט.

ד. (ניגנו בהתרגשות הניגון המיוסד לכבוד חג הגאולה י"ב תמוז, אשר בתנועות הניגון נרגש תוקף עוז תעצומות של מסירת נפש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

אַמאָל פלעגט מען זאָגען, אַז אַ חסידישען ניגון דאַרף מען זינגען מיט געפיהלעכט'ס. ניט נאָר מיט געפיל, נאָר מיט געפיהלעכט'ס. (וצוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לשיר הניגון עוד הפעם).

ה. אין אַמעריקא איז פאַראַן אַ יחוסאויסשפּראַך: אין דער אַלטער היים. דאָס מיינט צו באַצייכענען, אַז דער געבורטסאָרט וואו דער טאַטע און זיידע איז געבאָרען, אָדער וואו ער אַליין איז געבאָרען — איז, אין דער אַלטער היים. אין דער אַלטער היים זיינען חסידישע יונגעלייט און בחורים געווען בעלי קבלה. איך מיין ניט געלערענט קבלה, נאָר זיי זיינען געווען בעלי קבלה, ד.ה. זיי האָבען מקבל געווען פון די עלטערע חסידים.

באַ אַ חסידישען פאַרבריינגען פלעגט מען זיך ווינשען, מען זאָל האָבען אַזאַ געשמאַק אין אַ מאמר חסידות ווי אין אַ תנועה פון אַ חסידישען ניגון, וואָס איז נוקב ויורד און נעמט דורך.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט, אַז מורי הרשב"ץ איז אַ פנימי, ער לעבט מיט אַ וואָרט. יעדער ענין ווי טיף ער זאָל ניט זיין, מאַכט צו איהם צו החסיד רשב"ץ אַ וואָרט, וואָס דער וואָרט איז כולל דעם אור פנימי ועצמי פון דעם ענין, און מיט דעם וואָרט לעבט ער אין עבודת התפלה, מיט דעם וואָרט לייגט ער זיך שלאָפען, מיט דעם וואָרט שלאָפט ער איין און מיט דעם וואָרט שטייט ער אויף. באַ רשב"ץ'ן איז געווען אַ מורגל — געוואוינהייטוואָרט: דער ענין איז נוקב ויורד עד התהום, אַ חיות עצמי וואָס איז העכער פון חיות המתפשט.

ו. החסיד רשב"ץ8 איז געווען אַ 137מחונך פון החסיד הנודע ר' מיכעל'ע אַפּאָצקער9.

אין מיינע זכרונות (פון יאָהר תרנ"דנ"ו) איז פאַרצייכענט סיפורי מורי הרשב"ץ וועגען תולדתו וחינוכו. אין זיינע קינדער יאָהרען איז מורי רשב"ץ געבליבען אַ יתום פון זיין פאָטער, אַ מתנגד'ישער גרויסער למדן און גרויסער מחדש אין תורה, איינער פון די וויכטיגסטע ראשי ישיבות אין זיין צייט.

זיין מוטער, אַ מיוחסת פון איהר פאָטער'ס צד פון די ווילנער מתנגד'ישע גדולי היחוס, און בזיווג שני האָט זי געהייראַט איינעם פון די בעלי יחס בעדת המתנגדים. גליקליכערווייזע איז ער — רשב"ץ — נושא חן באַ איינעם פון עדת החסידים אין שווינצאַן — עיירה בפלך ווילנא — און ווערט אָנגענומען אין דער שווינצאַנער עדת החסידים.

די עדת החסידים אין שווינצאַן האָט זיך שטאַרק פאַראינטרעסירט מיט זיין חינוך און מען האָט איהם פאַרזאָרגט מיט אַלעס וואָס ער האָט נויטיג געהאַט, אום ער זאָל קענען במנוחה זיך איבערגעבען צו שקידה אין לימוד הגמרא ופוסקים און אין לימוד החסידות. אין אַ צייט אַרום האָבען די זקני חסידי חב"ד אין שווינצאַן ובראשם ר' יצחק חייט10 מחליט געווען, אַז מען זאָל איהם — רשב"ץ — אָפּשיקען לערנען צו החסיד הישיש ר' מיכל אַפּאָצקער, אַ גרויסער מתמיד און אַ זעלטענער עמקן.

ווען רשב"ץ איז אָנגעקומען אין אַפּאָצק איז החסיד ר' מיכל שוין געווען אַ זקן מופלג. רשב"ץ האָט נושא חן געווען באַ איהם און ער האָט איהם שטאַרק מקרב געווען און זיך אָפּגעגעבען מיט זיין חינוך בדרכי החסידות.

איינמאָל האָט הרמ"א געזאָגט צו זיין תלמיד ותיק רשב"ץ, מיט אַ שטאַרקער אינערלעכע פאַרביטערקייט:

הער, שמואל בצלאל, דו ווייסט ניט, דו ביסט נאָך יונג צו פאַרשטעהן און ווער רעדט פיהלען דיין רחמנות און דעם גרויסען טעות וואָס דו מאַכסט, מיינענדיג, אַז מיר זקנים זיינען חסידים. מיר האָבען געזעהן חסידים און מיר ווייסען דעם ביטערען אמת. מיר זיינען דאָך גאָרניט, דאָרניצעס — עצים יבשים. אַמאָליגע חסידים האָבען געהאַט אַ געפיהל.

ווען מורי הרשב"ץ האָט דערציילט דעם סיפור באַ אַ פאַרבריינגען, האָבען די חסידים ר' חנוך הענדיל11, ר' אבא צאַשניקער12 און ר' שמואל ברוך13 — געזאָגט: ואנן מה נעני אבתרי', מיר האָבען גאָר ניט קיין נעמען, ווי מיר זאָלען זיך אָנרופען.

ענטפערט זיי רשב"ץ, מיט זיין געלאַסענער און רוהיגער שפת חלקות: איר ווייסט געוויס אויך ווי מען בעדאַרף 138זיי — די יונגע לייט — אָנרופען, נאָר איהר ווילט ניט זאָגען. איך וועל יע זאָגען. איך מיין זיך אויך, נאָר מעהר מיין איך זיי, זיי זיינען פוליאַקעס און ווילען גרינג געבאַקענע ברויט. זיי — די יונגע לייט — ווייסען גאָר ניט, וואָס עס מיינט יגיעת המוח.

ז. רשב"ץ פלעגט זאָגען: ביי אשמנו דאַרף מען קלאַפּען אויף דער לינקער זייט ניט מיט דער האַנד, נאָר מיט אַ דאָרניצע — עץ יבש. אַז מען קלאַפּט מיט דער האַנט, מיינט ער — היצה"ר — אַז מען גיט איהם אַ גלעט.

ח. (אחד מהמסובים האָט אָנגעוויזען אויף אַ יונגענמאַן און געזאָגט, אַז ער פאָרט אַוועק. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

מורנו הבעש"ט האָט אַליין, און אויך דורך זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים רבותינו הקדושים איינגעקריצט אין בני ובנות ישראל, אַז אַ איד פאָרט ניט אַוועק. אַ איד פאָרט, און יעדער איד איז אַ שליח פון עצמות, פון פשיטות עצמות א"ס ב"ה.

די וואָס לערנען חסידות מיט אַ רגש פנימי האָבען אַ געפיהל אין דעם.

רגש פנימי, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען — בעת איינער פון די שפּאַצירגענג מיט מיר — אין צוויי ענינים: א) דער חסידות פאַרשטאַנד אין עצמות, אַז עס איז אַ אור עצמי וואָס לאָזט זיך מלביש זיין אין השגה. ב) פשיטות העצמות דא"ס ב"ה, וואָס עס איז העכער פון תפיסא און השגה, וואָס אויף דעם זאָגט אליהו14, לית מחשבה תפיסא בך כלל.

בעת איינעם פון די טיולים האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען מיט געוויסע הסברים, אַז יעדער איד, וואו ער געפינט זיך דאַרף ער וויסען די כוונה העליונה פון זיין קומען אין יענעם אָרט, אויף אַ קורצער אָדער אַ ליינגערער צייט, אָדער אַמאָל מער ניט ווי אַלס דורכגעהער, ווייל אין יענעם אָרט האָט ער געדאַרפט מאַכען אַ ברכה אָדער דאַוונען15. און מששת ימי בראשית וואַרט דער אָרט אויף זיין דאַוונען אָדער ברכה16. און ער דאַרף דורכפיהרען די שליחות, ווייל ער איז אַ שליח פון פשיטות העצמות. ער דאַרף עס ניט פאַרשלאָפען און ניט פאַרשפּילען זיך אין איינעם פון די שפּיצלעך פון יצר הרע.

מען דאַרף אַלעמאָל געדיינקען, די ווילדע פאַרעטערישע התחכמות שטיקלעך פון דעם יצר הרע, אַז ער פאַרמעסט זיך אַלעמאָל און ביי יעדע געלעגענהייט דורכצופיהרען זיינע שקר'דיגע שטיק, ביז ער האָט געהאַט די חוצפא וועלען פאַרפיהרען אברהם'ן און יצחק'ן מיט זיינע שפּיצלעך.

ט. (אחד מהמסובים אמר לחיים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

אין מיינע קינדער יאָהרען האָב איך געהערט ווי זקני החסידים ר' אבא און ר' חנוך הענדעל פלעגען זאָגען "לחיים עם כל הפירושים".

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: אַזוי איז דער נוסח ברכת לחיים וואָס חסידים זאָגען, אָבער הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר מהר"ש — 139פלעגט זאָגען "לחיים" דאָס איז חיים עצמיים, וואָס איז העכער פון כל הפירושים. דער חילוק אין די צוויי נוסחאות — איז מובן צו די וואָס זיינען בעלי עבודה אין תפלה מיט אַ הכנה טובה אין דעם קודם התפלה.

אַלע אידען זאַלען זיין געזונד מיט זייערע בני בית און עס זאָל זיי זיין פרעהליך אויפ'ן האַרצען.

אָבער וואָס עס מיינט אמת'ע שמחה — ווייסען חסידים, און זיי האָבען דעם אמת'ן עבודה שכל אויסנוצען די שמחה אויף ממשיך זיין דעם חיות פנימי פון שכל אויך אין תהלים זאגער און מאַרק און דאָרפ'סהענדלער.

יוד. מיר איז זעהר טייער יעדער וואָרט וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. עס זיינען פאַראַן פערשידענע ענינים וואָס ער האָט מיר מיט זיי מזכה געווען, אַז איך זאָל דאָס איבערגעבען צו אנ"ש און תלמידי תומכי תמימים, אַז די ענינים זאָלען פאַר זיי זיין אַ וועג ווייזער אין דרכי עבודה און דרכי הנהגה אין דרכי החסידות.

די זכרונות באַ אַ חסידישען מחונך, איז לבד זאת וואָס זיי זיינען איבערפילט מיט דעם פנימיות'דיגען חסידות רייכטום, בריינגען זיי אויך דעם רייכען עבר אין אַ ליכטיגען געשמאַקען הווה.

אַמאָל ווען איך האָב נאָך געלערענט באַ מורי החסיד ר' ניסן17, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, בעת אַ דאָנערשטאָג באַ דער נאַכט'יקען חסידות לערנען אין קליינעם מניןזאַל, אַ פולע גערעדט און שטאַרק געוויינט.

וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט האָב איך ניט פאַרשטאַנען, נאָר די עטלעכע ווערטער "דער גרויסער רחמנות וואָס איז אויף דער נשמה", וואָס איך האָב געהערט פון איהם און זיין אינערליכער געוויין האָבען מיר אַזוי דורכגענומען, אַז זיצענדיג אויף אַ באַנק נעבען טיר פון חדר שני, האָב איך זיך פאַנאַנדערגעוויינט.

אויף צומאָרגענס, פרייטאָג, האָב איך געדאַווענט, — לויט מיין דאַמאָלסדיגען מצב — מיט גרויס התעוררות און געזאָגט תהלים. דער שפּילען זיך יענעם פרייטאָג איז באַ מיר געווען אהן דעם געוויינליכען געשמאַק און קאָך.

בעת סעודת שבת נאַכט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ווידער גערעדט מיט די מסובים החסידים ר' הענדיל און ר' אבא צאשניקער, אָבער איך האָב גאָרניט פאַרשטאַנען. החסיד רח"ה זאָגט מיר: דו הערסט וואָס דער טאַטע זאָגט? אַז איך האָב געזאָגט, אַז איך הער, אָבער איך פאַרשטעה ניט, ענטפערט מיר הרח"ה: מען בעדאַרף הערען און געדענקען וואָס מען האָט געהערט און אַז דו וועסט עלטער ווערען, וועסטו יעמאָלט פאַרשטעהן וואָס דו הערסט איצטער.

הרח"ה דערצעהלט פון אַלטע חסידים, וועלכע האָבען געזאָגט, אַז אין די עלטערע יאָהרען האָבען זיי ערשט דאַמאָלסט געפיהלט דעם הבנה און העמקה פאַרשטאַנד פון דעם וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרען.

יא. איך בין — דערציילט הרח"ה — אַ ישוב'ניק, אויפגעוואָקסען און געלעבט אַ פולע יאָהרען צווישען דאָרפס און קרעטשמעאידען. זעהר ווייניג פון זיי 140זיינען געווען למדנים. מעהרסטענטייל זיינען זיי געווען פשוט'ע אידען, אָבער חסידות זאַפטיגע אידען.

אין אונזער געגענד — זאָגט הרח"ה — האָבען זיך אַלע פשוט'ע אידען געהאָדעוועט באַ חסידישע טאַטעס און מאַמעס און באַ חסידישע מלמדים, און די פשוט'ע אידען האָבן פאַרשטאַנען און געפיהלט דעם געשמאַק פון דעם חסידישען חינוך לויט זייער געפיל און פאַרשטאַנד מיט ערקלערונגען און הסברים פון זייער געוויינטליכען אַרבעטס לעבען.

די דאָרפס אידען פלעגען זאָגען: עס זיינען פאַראַן צוויי מינים אין היי: געזייטער היי — קליעווער — און גראָזהיי, וועלכער וואַקסט פון זיך אַליין און מען בעדאַרף עס ניט זייען.

ביידע מינים היי וואַקסען פון דער ערד, ביידע סאָרטען היי זיינען אַ מאכל בהמה, אָבער דער אונטערשייד פון די קאָרמע (מזון) וואָס די בהמה עסט איז ניכר אין דער מאָס און אין די פעטקייט פון די מילך וואָס די בהמה גיט.

די חסידישע מחונכים, פּראָסטע אידען, קרעטשמער, דאָרפס לייט, בעלי מלאכות און מאַרק הענדלער בריינגען אַריין אַ געוויסען געשמאַק אין דעם טעם רוחני פון עם ישראל.

יב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר געלערענט צוויי מאָל דעם פירוש המלות18 פון תפלות דחול, שבת ויו"ט, הגדה ש"פ19 ולקוטי תפלות דר"ה ויוכ"פ. דעם ערשטען מאָל אין די קינדער יאָהרען און דעם צווייטען מאָל פון מיין בר מצוה — י"ב תמוז תרנ"ג — אָן.

ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר אָנגעהויבען לערנען דעם ערשטען מאָל דעם פירוש המלות האָט ער דאַן געזאָגט: דאַוונען און ניט וויסען וואָס מען דאַווענט איז דאָך ניט קיין זאַך. און האָט מיט מיר געלערענט אַ יסודות'דיגע פאַרטייצונג פון דאַוונען.

דעם צווייטען מאָל האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיט מיר געלערענט דעם חסידישען פירוש המלות, איך מיין ניט דעם געדרוקטען און די געשריבענע פירוש המלות — בדרושי חב"ד — נאָר אַ חסידישען פירוש המלות. פון מודה אני, יעדער פסוק פאַרטייצט על דרך החסידות מיט אַ בפועל בכן. באַ יעדען ענין פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר דערצעהלען סיפורים, פון וועלכע דער רוב זיינען געווען תורות, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון מורנו הבעש"ט און מורנו המגיד ממעזריטש און אַמאָל אויך מיט די ביאורים פון הוד כ"ק רבינו הזקן און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים.

אין יאָהר תרנ"ה נאָך חג השבועות זיינען מיינע עלטערען אַרויסגעפאָרען אין דאַטשע באָליווקע20, האָבען מיר שוין דאַן ב"ה געהאַלטען באַ דעם לימוד פירוש המלות פון לשם יחוד וואָס מען זאָגט פאַר ברוך שאמר.

אַזאַ מלמד און אַזאַ אופן לימוד ווערט נחקק אין קאָפּ און עס לייכט אין האַרצען מיט אַ לעבעדיגען אריכות ימים'דיגען זכרון.

יג. איך וויל מאַכען זיך און אייך אַ 141פנימיות רוחניות'דיגען עונג און איבערגעבען, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן מבאר געווען אין דעם קאַפּיטעל למנצח בנגינות, וואָס מען זאָגט פאַר ברוך שאמר.

אָבער צוליב דעם איך זאָל אייך קענען איבערגעבען דעם ענין מוז מען האָבען אַ געוויסע הכשרה הקדמה אין דעם כללות ענין פון דעם סולם דתפלה.

און פריהער מוז מען ערקלערען בקצרה לכל הפחות וואָס איז דער מיין אין דעם סולם, וואָס מלמעלה21 האָט מען באַוויזען יעקב אבינו אין חלום22.

חסידות חב"ד פאַרלאַנגט, אַ חכמה עמוקה אין השגת אלקות און ווי יעדער חכמה עמוקה איז פריהער בעדאַרף מען גלויבען וואָס מען לערענט, און נאָכדעם פאַרשטייט מען מיט אַ געוויסען חסידישען אָפּלייג.

יד. דעם סולם האָט יעקב אבינו געזען, ווען ער איז, נאָך די ברכות וואָס — זיין און אונזער פאָטער — יצחק אבינו האָט איהם געבענטשט, אַנטלאָפען פון דעם האַרץכעס פון זיין ברודער עשו, פאַר דעם וואָס יעקב אבינו האָט, אויף דעם פאַרלאַנג פון זיין מוטער רבקה אמנו, צוגענומען די ברכות וואָס יצחק האָט געדיינקט צו בענטשען מיט זיי זיין זוהן עשו.

אין חסידות23 ווערט ערקלערט דער ענין פון די ברכות וואָס יצחק אבינו האָט געהאַט בדעה צו בענטשען זיין זוהן עשו און דורך רבקה'ס עצה און אַרבעט זיינען די ברכות אָנגעקומען יעקב'ן — אַז אברהם אבינו איז די מדריגה פון ספירת החסד דעולם האצילות, יצחק אבינו איז די מדריגה פון גבורה דאצילות און יעקב אבינו איז מדריגת תפארת דאצילות.

די מדריגות פון עולם התהו זיינען העכער ווי די מדריגות האור פון עולם התיקון. אין אַ כלליות'דיגען24 אונטערשייד שטריך צווישען די אורות פון די צוויי עולמות תהו ותיקון: אין עולם התהו איז אורות מרובים און כלים מועטים און אין עולם התיקון איז כלים מרובים און אורות מועטים25.

דער טיפער אונטערשייד איז אַז די אורות דתהו זיינען ענפין מתפרדין. די אַלע עשר ספירות איז יעדע ספירה אַ אור תקיף און האָט ניט קיין שייכות צו די אַנדער ספירה, און ספירות דתיקון זיינען אורות מועטים און כלים מרובים און יעדע ספירה איז נותן מקום צו די אַנדער ספירה, אויך אפילו צו די ספירה הפכית: חסד דאצי' גיט אַ אָרט צו גבורה דאצילות און תפארת דאצילות איז מייחד חסד און גבורה.

טו. דער ישוב'ניק ר' דובער פון נעבען חאלאפעניץ26, דער פאָטער פון ר' 142מענדל דער משרת27 איז געווען אַ פשוט'ער אַמאָליגער "עמך" איד, וואָס האָט גאָר ווייניק פאַרשטאַנען אין די שוואַרצע פּינטעלעך. ער איז געווען אַ תיקון חצות — תהלים איד. אַלע נאַכט פלעגט ער אָפּריכטען חצות און אָפּזאָגען דעם גאַנצען תהלים און במשך היום פון דער אַרבעט, פיהרענדיג זיינע מילכיגס אין שטעטעל חאלאפעניץ צו פאַרקויפען צו די בעלי בתים און אויפקויפען פאַרשידענע זאַכען אין שטאָט פאַר זיין קרעטשים קרעמעל, פלעגט ער זאָגען תהלים.

ר' דובער איז געווען אַ חב"ד חסידישער מחונך. זיין פאָטער איז געווען אַ חסיד, וועלכער איז געגאַנגען צו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, און צו זיין בר מצוה האָט איהם זיין פאָטער געפיהרט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק ער זאָל איהם בענטשען.

ר' דובער פלעגט אָפט איבער דערציילען דעם סדר ווי זיין פאָטער איז געגאַנגען מיט אַ חבריא חסידים צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, און פלעגט באריכות דערצעהלען ווי עס איז געווען דער סדר ההילוך ווען דער פאָטער האָט איהם דעם ערשטען מאָל גענומען אויף מיטצוגעהן אין ליובאוויטש.

ר' דובער האָט דערציילט די עטליכע ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט איהם געזאָגט, ווען זיין פאָטער האָט איהם געבראַכט: אַ איד דאַרף זיין אַ בעל קבלת עול'ניק. זאָלסט אַלע טאָג זאָגען דעם גאַנצען תהלים, אויך געהענדיג אין שטאָט און פון שטאָט זאָגען תהלים.

פאַר מיין חתונה — דערציילט ר' דובער — אַז איך בין געווען אין ליובאַוויטש, איז הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק צמח צדק געווען שוואַך אין געזונד. מיר האָט מען אַריינגעלאָזען נאָר צוליב זכות אבות, און הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט "געדענק זאָגען תהלים בכל עת".

ווען איך האָב דערציילט להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דעם סיפור, וואָס איך האָב געהערט פון ר' דובער, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט, אַז אויף אַזעלכע פשוט'ע אידען תהלים זאָגער און לא ידעי מה קאמרי'ניקעס איז באמת קאים עלמא, און זייער תהלים זאָגען איז גורם דעם גרעסטען עונג אין עצמות א"ס, אַז שבת צו מנחה, וואָס איז דער זמן פון רעוא דכל רעוין28 זאָגט מען, ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ29, אַז עמך ישראל זיינען ממשיך אחד האמיתי אין ארץ30.

טז. אין אייניגע שפּאַצירגאַנגען האָט דעמאָלט — זומער תרנ"ה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט31 בארוכה דעם ענין 143פון סולם דתפלה, זאָגענדיג אַז דאָס איז דער סולם המחבר מעלה און מטה. דער סולם איז דער עמוד המחבר שמים וארץ.

ארץ איז גשמיות, ניט חומריות, חומריות איז די גראָבע גשמיות פון עולם העשי', וואָס שבירתו און זריקתו לחוץ דאָס איז תקנתו. שמים איז עולם האצילות. דער וואָרט שמים איז אַ צוזאַמענשטעל פון צוויי ווערטער שא מים32, טעון מים, דאָס מיינט אַז מים איז אַ תוארנאָמען אויף טוהר עצמי, קלאָר ריין, אַ העכסט קלאָרע ריינקייט.

אין גשמיות זעהען מיר, אַז אַ סולם פאַראייניגט דעם תחתון מיט דעם עליון, און ווי עס שטעהט סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.

דער סולם פון תפלה, וואָס איז עומד בארץ און ראשו מגיע אין שמים, איז די כוונה אין דעם ענין החיבור אויף צו מעלה זיין די ארציים זאַכען אין שמים און אויף מוריד זיין די שמים זאַכען אין ארץ.

דער סולם פון תפלה וואָס ער איז עומד ארצה און ראשו מגיע השמימה האָט ארבע שליבות33 און איז מכוון נגד די ד' עולמות אצילות, בריאה, יצירה און עשי'34 וואָס זיינען מחבר דעם עולם הגשמי מיט עצמות אין סוף ב"ה, און דורך די שליבות ווערט נמשך אור ושפע פון עצמות א"ס ב"ה אין אַלע עולמות.

יז. די ד' שליבות פון תפלה איז דער אָנהויב פון דער ערשטער טרעפּ איז הודו לה' קראו בשמו35 און דער סיום איז דער מזמור36 למנצח בנגינות, און זי איז מכוון נגד עולם עשי'.

דער הפסק צווישען עולם העשי' און עולם היצירה איז דער מאמר לשם יחוד.

די צווייטע טרעפּ, וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה, איז די התחלה ברוך שאמר והי' העולם און דער סיום איז ברכת ישתבח כו' חי העולמים. אין עולם היצירה ווערט דערהערט דער אור אלקי וואָס איז מחי' עולמות און נבראים, און ווי אַלע נבראים זיינען, יעדער לפי מהותו, מכיר דעם חיות אלקי וואָס איז זיי מחי'.

דער הפסק וואָס איז פון עולם היצירה צו עולם הבריאה, דער אָנהויב הפסק איז יתגדל ויתקדש שמי' רבא און דער סוף פון דעם הפסק איז ברכו און ברוך כו' ועד.

די התחלה פון עולם הבריאה איז ברוך כו' יוצר אור כו' את הכל און דער סיום איז ברכת גאל ישראל.

דער הפסק צווישען עולם הבריאה און עולם אצילות איז דער פסוק37 אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, הגם דאָס איז אַ פסוק וואָס איז מגביל און מגדיר די גדלות פון עולם הבריאה און עולם האצי'. דער הפסק וואָס איז צווישען עולם הבריאה און עולם האצילות איז 144ניט בדומה צו דעם מאמר ההפסק וואָס איז צווישען עשי' און יצירה און דעם הפסק פון יצירה צו בריאה, אָבער דאָך איז דאָס אַ מאמר וואָס באַווייזט אויף דעם הפסק המדריגות.

ווי עס איז מבואר אין חסידות38, איז יעדער מאמר און מדריגה וואָס איז מפסיק צווישען צוויי בחינות און מדריגות, אַליין כלול פון צוויי מדריגות: איין מדריגה פון מפסיק איז שייך צו דער מדריגה התחתונה און די צווייטע מדריגה פון מפסיק איז שייך צו די מדריגה העליונה.

אין דעם הפסק צווישען עולם הבריאה און עולם האצילות וואָס איז כלול פון צוויי מדריגות, זיינען די ווערטער, אדני שפתי תפתח, דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם הבריאה. און די ווערטער ופי יגיד תהלתך איז דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם האצילות.

שמונה עשרה איז דער עולם האצילות.

נאָך תפלת שמונה עשרה איז מרומז און מבואר דער אור הנמשך אין עולם בעבודת היום כל אחד לפי מהות עבודתו.

פון מודה אני ביז ויכריע ביניהם איז דאָס דער שטח הארץ וואָס אויף איהם שטעהט דער סולם פון תפלה, כמאמר הכתוב והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.

יח. בקצרה, דער ענין ווי תפלה איז איינגעטיילט אין מדריגות פון סולם:

די ערשטע טרעפּ פון דעם סולם התפלה איז פון הודו ביז אפסי ארץ. די מדריגה המפסקת, די עובי פון דער שליבה, איז דער מאמר לשם יחוד. די צווייטע טרעפּ איז ברוך שאמר ביז חי העולמים. יתגדל און ברכו זיינען די צוויי זייטען פון דער צווייטער שליבה. פון ברוך כו' ובורא חשך ביז גאל ישראל איז די דריטע טרעפּ. אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך איז דער מעלה ומטה פון די דריטער שליבה. שמו"ע איז די פערטע טרעפּ.

די פיר טרעפּ פון דעם סולם דיעקב אין עבודת התפלה איז די ערשטע טרעפּ פון הודו ביז כל אפסי ארץ מכוון נגד עולם עשי'. ברוך שאמר ביז חי העולמים איז די שליבה שני', וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה. די התחלה איז ווי דער עולם היצירה, וואָס ער איז שוין אַ עולם הנראה למציאות דבר לעצמו, וואָס דער כח היוצר איז נעלם ונסתר, אָבער דאָך איז דער אור אלקי מאיר בגילוי. דאָס מיינט, אַז די בריאה, דער יש ממש איז מורה אויף דעם חיות, ניט ווי עשי', וואָס איז מעלים ומסתיר לגמרי אויף דעם חיות.

דער סוף פון עולם היצירה איז ברכת ישתבח, וואָס דער סיום פון ברכת ישתבח איז חי העולמים, דער חיות פון עולמות, עס איז טאַקע עולמות במציאות, אָבער די מציאות פון עולם היצירה איז ניט מעלים אויף דעם אור וחיות אלקי המהווה, און בכל אופן ניט אַזאַ הסתר ווי דער יש פון עולם עשי'.

יט. אין אדם איז דער כח המעשה אַ כח נבדל, וואָס איז מכוון נגד עולם העשי'39. דער עולם היצירה, וואָס איז מכוון נגד כח הדיבור, איז הגם דיבור איז מיוחד מיט דעם מדבר, אָבער עם זה 145איז ער אַ מציאות דבר וואָס איז נשמע צו אַ זולת. עס איז ניט גלייך ווי דער כח המחשבה, וואָס דער זולת ווייס מער ניט אַז ער איז פאַרטראַכט, אָבער וואָס ער טראַכט ווייס מען ניט.

אָבער נאָך אַלעם זיינען מחשבה דיבור ומעשה מער ניט ווי לבושי הנפש40, אָבער עולם אצילות איז עולם היחוד, וואָס אין משל אין אדם איז דאָס דער כח המשכיל להשכיל ולגלות שכליים עצמים.

כ. די גאַנצע אריכות וואָס דאָ איז אַרומגערעדט געוואָרען איז אַ קיצור'דיגע שמועס, וואָס באמת האָט מען געדאַרפט ריידען באריכות און מדגיש זיין דעם גרויסען היזק רוחני, וואָס די חסידישע בחורים און יונגעלייט האָבען, מצד דעם העדר שימת לב אויף עניני העדר העבודה, טאָן מיט זיך בכלל, און אויף העדר עבודת התפלה בפרט. חסידים בכלל און תמימים בפרט זאָלען עפענען זייערע אויערען און הערצער אויף הערען און דערהערען דעם קול חוצב בלהבת אש קדש פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — זי"ע — אין קונטרס עץ החיים41 — קיץ רס"ד — בכלל און ביחוד די פרקים ל"ב ל"ג מיט דעם סיום התפלה והברכה, ובכחו וכחם של כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים נצליח בעבודתינו כהוראת תורת החסידות אמן, כן יהי רצון.

כא. צוליב אַ זכרון פנימי, וועל איך איבערגעבען אַ ענין פנימי, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר גערעדט בעת איינעם פון די שפּאַצירגאַנגען.

נאָכדעם ווי ער האָט מיט מיר גערעדט ענינים שונים, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט אַ ענין פנימי אין חסידות, וואָס איך קען און וויל אייך איבערגעבען, מיט דער האָפנונג, אַז איהר וועט דעם ענין פאַרשטעהן און דערפיהלען אין עבודה בפועל.

צוליב אַ סבה פנימית, ווי עס איז פאַרצייכענט אין מיין יומן, איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דאַן געווען שטאַרק פנימיות'דיג אויפגעלייגט און האָט בארוכה מבאר געווען דעם ענין פון די שמות הוי' ואלקים, אַז שם הוי' איז גילוי און רחמים און שם אלקים איז העלם און דין. און דאַן געזאָגט אין זעהר אַ אויפגעלייגטען טאָן: אלקים יחננו ויברכנו, יאר פניו אתנו סלה. דאָ איז עפּעס ניט גלאַטיק, מען בעדאַרף דאָס זיך געבען גוט צו פאַרשטעהן, מיט אַ טיף פנימיות ברייטען און פרייען הסבר: ווי קומט צו שם אלקים, מדת הצמצום וההעלם, תחנונים און ברכות. שם אלקים איז דאָך מדת הדין והצמצום, היינט וואָס איז שייך צו בעטען אַ ברכה און רחמים באַ שם אלקים.

אלקים יחננו ויברכנו יאר פניו אתנו סלה, רעכענט ער דאָ מעלות אין שם אלקים: א) יחננו, נתינת חן. ב) ויברכנו, ער זאָל אונז בענטשען. ג) הארת פנים פון דעם שם אלקים. ד) אתנו סלה צו אונז און מיט אונז אַלעמאָל.

אָבער באמת, ווי תורת החסידות ערקלערט איז, אַז אַ ברכה דאַרף טאַקי קומען פון שם אלקים, וואָרום עס איז דאָך בראשית ברא אלקים, אַז די התהוות בפועל פון יש הגשמי איז דורך דעם שם אלקים, וואָס דורך די עבודה ובירור וזיכוך אין שם אלקים ווערט מען אַ כלי מקבל זיין דעם זהב הטהור42.

146די עשירות פון דעם וואָרט איז פאַראַן אין השכלה. אָבער דאָס ליגט דאָך ליידער אונטערן טיש און קיינער איז זיך ניט עוסק אין דעם.

אז מען נעמט אַראָפּ די בלאָטע, נאָכדעם ברענט מען דאָס, נאָכדעם גיסט מען דאָס און מען מאַכט אַ בירור, מען נעמט אַרויס דעם פסולת פון טוב און דעם טוב פון פסולת, דאַמאָלט איז זיך מתגלה דער זהב טהור, די פיינגאָלד, און דאָס איז, יאר פניו אתנו סלה, אַז מען דערזעהט דעם אמת ליכטיגען פנים.

כב. בנוגע השכלה פון חסידות האָט מען אַמאָל געזאָגט אַ משל פון אַ קישקע. פריהער איז דאָס פּאַסקודסטווע, אָבער אַז מען רייניגט אויס די קישקע און מען פילט עס אָן מיט מעהל און שמאַלץ, דאַן ווערט דאָס אַ מאכל טוב.

כג. מען האָט שוין אַמאָל אין דעם גערעדט, אַז ביי יעדע חסידישע שמחה זיינען פאַראַן געזונטע שעהנע אורחים: דער בעש"ט, דער מעזריטשער מגיד און די רביים.

מיר פאַרשטעהען ניט בכלל די מעלה פון אַ נשמה. היינט ווען זי איז למעלה און איז זיך עוסק אין השגה אלקית אין גן עדן התחתון און ג"ע העליון, פאַרשטעהט מען דאָך געוויס ניט.

מען דאַרף האָבען אַ חוש צו פאַרשטעהן דעם חילוק פון ג"ע התחתון ביז דעם ג"ע העליון, און אַ חוש צו דערהערען דעם עונג אלקי פון אַ נשמה למעלה.

דאָס רעדט זיך וועגען נשמות בכלל, בפרט נשמות הצדיקים און בפרטי פרטיות נשמות הכלליות.

עס איז גאָרניט צו באַגרייפען מיטן שכל אנושי ווי אַזוי די נשמות הצדיקים הכלליות קענען זיך אָפּרייסען פון זייער עונג אלקי. זייער מסירות נפש דאָס אָפּצולאָזען און קומען זיך משתתף זיין אין דער שמחה פון חסידים נשמות אין גופים, וועלכע האָבען אַ נפש הבהמית און אַ יצה"ר, און דערצו נאָך מקנא זיין, וואָס די נשמות אין גופים זיינען זיך עוסק אין אַ ענין רוחני.

מען בעדאַרף האָבען אַ געפיהל אין דעם. חסידים האָבען דעם געפיהל, נאָר ס'איז פאַרפּילעט און פאַרשטויבט. אָבער אַז מען גיט אַ ריב ווערט דאָס נתגלה. און דער ריב, דאָס ווערט דורך התבוננות פאַרן דאַוונען און די התבוננות אין דאַוונען.

כד. אַז מען43 זינגט דעם רבי'נס ניגון — הניגון של ד' בבות — איז דאָס מעורר למעלה די התגלות הנשמה פון רבי'ן, ווי מיר האָבען זוכה געווען הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, אַז ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ האָט געזונגען אין אַ מסבת חסידים דעם רבי'נס ניגון, האָט זיך יעדערער פון די חסידים המסובים אַרומגעקוקט אויב דער רבי שטעהט באַ זיין זייט.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן והי' בדבקות עצומה בעת הניגון. אח"כ ציוה 147כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן את הניגון של שמחה "ניע זשוריטצי חלאָפצי"44).

כה. בכלל בעדאַרף זיך שוין איצט אָנהויבען די הכנה צו חודש אלול. מען בעדאַרף זיך אָנהויבען מושטירען.

דער אויבערשטער זאָל געבען אַ געזונטען זומער און אַ פרעהליכען תמיד.

הערות

עמוד 134

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תצ, א ואילך. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תפט, ב): אין דער פאָרליגענדער חוברת זיינען געדרוקט די "שיחות" פון יב תמוז ה'תש"ז, לויט די פאַרצייכענונגען פון די הערער, וועלכע זיינען דערנאָך דורכגעזען געוואָרען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. זעלבסטפערשטענדליך, ווערען געדרוקט נאר עצם הענינים תוכניים וכללים, אָבער ניט די פערבינדונגסשמועסען און דבורים לפרטים, און דערפאַר זעען אויס מאנכע סעיפים אָן אַ קישור צווישען זיך. ווי אין די אַנדערע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און באַמערקונגען מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן יג אלול ה'תש"ז, ברוקלין נ. י.
  2. 2. [ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 16].
  3. 3. אברם איז אב רם: זע וועגען דעם בארוכה אין לקוטי תורה לג' פרשיות (תורת שמואל שער א) פרשת לך לך [אוה"ת לך לך ח"ו תתערב, א ואילך].
  4. 4. אברהם איז אבר מ"ה. . ברא מ"ה: זע זוהר חלק א דף ג ע"ב.

עמוד 135

  1. 5. אין די זמנים: זע וועגען דעם: ספר הזכרונות קאַפּיטל ט, קונטרס ח"י אלול ה'תש"ג פון ע' 19 [ספר השיחות תש"ג ע' 152] אן און נאך.
  2. 6. אַז כלי מאַכט אור: הוי' און אלקים זיינען אור און כלי, ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות .
  3. . [ראה תו"א יתרו סט, ד. לקו"ת בלק עג, ב. המשך תרס"ו ע' תעו ואילך. ועוד].

עמוד 136

  1. 7. [ראה לעיל ע' 3. וש"נ].
  2. 8. החסיד רשב"ץ: בפרטיות וועגען עם זע: קובץ "התמים" חוברת א ע' סז און ווייטער. ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91 [וראה גם לעיל ע' 12. וש"נ.

עמוד 137

  1. 9. ראה אודותו — "התמים" חוברת א ע' עד [לח, ב] ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 96 ואילך. לעיל ע' 29. "רשימות" סיוןמנ"א תרצ"ב (חוב' קכב ע' 8). ש"ק קדושים ר"ח אייר תרצ"ה (חוב' קמג ע' 7)].
  2. 10. ר' יצחק חייט: זע וועגען עם: קובץ "התמים" חוברת ח פון ע' צב.
  3. 11. ר' חנוך הענדיל: זע וועגען עם: "התמים" חוברת א ע' עט. ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 43, 85 א. א [וראה גם לעיל ע' 17.
  4. 12. ראה אודותו לעיל ע' 89.
  5. 13. ראה אודותו לעיל ע' 109. וש"נ].

עמוד 138

  1. 14. [תקו"ז בהקדמה (יז, א).
  2. 15. ראה גם רשימה ש"פ נצבים שנה זו (לקמן ע' 151 ואילך).
  3. 16. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ה' כז מנ"א תרנ"ו (לקו"ד ח"ד תקצו, ב)].

עמוד 139

  1. 17. ר' ניסן: זע ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 29 [וראה גם לעיל ע' 41. וש"נ].

עמוד 140

  1. 18. [ראה שיחת יום שמח"ת תש"ט. ה'שי"ת (לקמן ע' 286. ע' 378).
  2. 19. ראה גם שיחת אחש"פ שנה זו (לעיל ע' 122).
  3. 20. ראה שיחת יום ש"ק חול המועד סוכות שנה זו (לעיל ע' 70). וש"נ].

עמוד 141

  1. 21. וואָס מלמעלה: זע זוהר ח"א רסו, ב; ח"ג שו, ב.
  2. 22. ויצא כח, יב.
  3. 23. אין חסידות: זע די מאמרים ויתן לך אין תורה אור, תורת חיים, אור התורה, ספר המאמרים (ה'ש"תתש"ב. איצט אין דרוק).
  4. 24. אין אַ כלליות'דיגען: זע תורה אור ביאור צום מאמר מים רבים, תורת חיים מאמר בראשית (השני), דרך מצותיך מאמר לרוקע תקס"ב און נאך.
  5. 25. [ראה עץ חיים שער י (שער התיקון) פ"ה. מאמרי אדה"ז תקס"ח ח"א ע' א ואילך. מקומות שבהערה הקודמת. ובכ"מ.
  6. 26. נזכר ברשימת היומן של רבינו מיום א', כ' אייר תרנ"ו (לקמן ע' 424). ספר השיחות תש"ד ע' 83 ואילך. שיחת ליל א' דחג השבועות תש"ח (לקמן ע' 235).

עמוד 142

  1. 27. ר' מנחם מענדל קאנטאר. — נזכר ברשימת היומן של רבינו — לקמן ע' 424. יום א', י"ט מ"ח תרנ"ד ("התמים" חוברת ג ע' כז [קל, א]). יום ה', כ"ה תשרי תרנ"ח (שם חוברת ה ע' לז [רלא, א]). יום ג', כח סיון תרס"ג ("מבוא" לקונטרס ומעין ע' 54). קונטרס בר מצוה תרנ"ג ע' יח. אגרות-קודש ח"ג ע' צט. ספר השיחות תש"ב ע' 91. תש"ד ע' 142. לקמן ע' 235. ע' 398. ועוד.
  2. 28. זוהר ח"ב פח, סע"ב. ח"ג קכט, א.
  3. 29. שמואלב ז, כג.
  4. 30. ראה תו"א וישב כז, סע"ד. וראה אגה"ק ס"ט (קיד, א).
  5. 31. ראה ד"ה ויחלום תש"ח (סה"מ תש"ח ע' 80) שהוא ד"ה להבין ההפרש בין ברכות ק"ש לק"ש מקיץ תרנ"ה (סה"מ תרנ"ה ע' רכב) — "אשר זכיתי לשמוע ביחידות מאת כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בקיץ תרנ"ה, בנאותדשא באליווקא הסמוכה לתחנת מסה"ב קראסנאיע, המבאר ענין ארבע שליבות דסולם התפלה, והמעלה ומטה דסולם שראשו בשמים ועמידתו בארץ, להעלות את הדברים התחתונים ולעשותם כלים לאלקות כו'" — אגרות-קודש ח"ט ע' של].

עמוד 143

  1. 32. שא מים: בראשית רבה פ"ד, ז.
  2. 33. האָט ארבע שליבות: זע אויך קונטרס העבודה, תורת שלום ספר השיחות ע' 66 [בהוצאת תשי"ז ואילך: ע' 61] א. א.
  3. 34. [ראה גם לקו"ת בשלח ב, ב ואילך. ובכ"מ.
  4. 35. דברי הימיםא טז, ח.
  5. 36. תהלים סז.
  6. 37. תהלים נא, יז].

עמוד 144

  1. 38. אין חסידות: לדוגמא: זע מאמר עוטה אור ה'ש"ת.
  2. 39. [ראה לקו"ת ר"פ בלק.

עמוד 145

  1. 40. תניא רפ"ד].
  2. 41. קונטרס עץ החיים: געדרוקט אין ברוקלין ה'תש"ו.
  3. 42. זהב הטהור: זע לקוטי תורה דברים דעם מאמר ה' לי בעוזרי פ"ה (להעיר ג"כ מפרדס ש"י פ"ג. קהלת יעקב מע' זהב. מאורי אור אות זיי"ן סקי"א).

עמוד 146

  1. 43. אַז מען: זע אויך שיחת כ' כסלו תרצ"ד אות ה' [לקו"ד ח"א קב, ב]. שיחת ער"ח תמוז ה'תש"ב ע' 12 [ספר השיחות ה'תש"ב ע' 138. וראה גם שיחת כ' כסלו תרצ"ב. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11 ואילך. וש"נ].

עמוד 147

  1. 44. ניע זשוריטצי: זע וועגן דעם ניגון: תורת שלום ספר השיחות ע' 155 [ובהוצאת תשי"ז ואילך: ע' 157 ואילך. וראה גם סה"ש תש"א ע' 112].

מצוטט ב־7 עמודים

תורת מנחם 2
  1. יד - שנת תשט"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום א' פ' פנחס, י"ג תמוז, ה'תשט"ו. סה"ש תש"ז ע' 138
  2. יז - שנת תשט"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב ה'תשט"ז. סה"ש תש"ז ע' 138
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 3
  1. הוספות ‹ קנה ספר השיחות תש"ז ע' 136
  2. הוספות ‹ קעא ספר השיחות תש"ז ע' 135
  3. הוספות ‹ שצ ספר השיחות תש"ז ע' 138
ספר המאמרים ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. ש"ת צב"ר, אָטואָצק. ‹ מ ספר השיחות תש"ז ע' 143
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ הוספות ‹ בס"ד. ‹ 275 ספר השיחות תש"ז ע' 142