יום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה
76יום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה
א. עס איז פאַראַן שני ימים טובים אשר השמחה שלהם באַ ע"י אכילה ושתי', והוא פורים ושמח"ת. והחילוק הוא אשר בפורים איז די עבודה "עד דלא ידע"1, ובשמח"ת הוא דוקא ב"ידע" וואָס דורך דעם "ידע" זאָל מען דערהערען די פשיטות העצמות2.
ב. עס איז אַ עונג גדול און אַ 77נעימות יתירה למעלה פון אַ אידען וואָס איז זיך עוסק אין עבודת התפלה. וועגען מדות רעות איז דאָך אָפּגערעדט, אפילו מדות טובות דאַרף דאָך אַזוי זיין — ווי עפ"י תורה, אָבער דער עיקר איז עבודת התפלה.
עס איז פאַראַן אַ תהלים איד, אָדער אַ בןתורה איד וואָס לערענט גמרא בעיון, אָבער עס קומט ניט צו אַ חסידישען אידען וואָס דאַווענט באריכות3.
דער חסיד וואָס ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל — ער פאַרשטייט חסידות — און טוט ניט אין עבודת התפלה, זאָג איך אים ברור, אַז ער ווייסט ניט דעם אל"ףבי"ת פון חסידות.
די צייט איז קורץ, אַרבעט איז דאָ אַ סאַך והפועלים עצלים4. איצטער איז די צייט וואָס מען דאַרף נעמען אויף זיך, און אַז מען נעמט אויף זיך יעצט, קומט אָן גרינגער דאָס דורכצופירען.
דער עיקר איז עבודת התפלה, מען דאַרף ווערען אַ דאַוונער, אַ חסיד איז דער וואָס דאַווענט.
דער אל"ףבי"ת פון חסידות איז עבודת התפלה און בירור המדות. לא מיבעי אַז די מדות לא טובות דאַרף מען מרחיק זיין, נאָר אויך די מדות טובות דאַרפען זיין אויסגעאַרבעט, זיי זאָלען זיין מיט אַ געשמאַק.
דורך דאַוונען קען מען פאַרשטיין חסידות, אָבער בלא עבודת התפלה איז די השגה קיין השגה ניט.
עבודת התפלה דאַרף זיין בדרך הקרבת הקרבן, וואָס בהקרבת הקרבן איז פאַראַן קירוב הכחות5 און בדרך הפלאה.
ג. אמר כמ"פ: היינט דאַרף מען אָדער זינגען אָדער טרינקען יי"ש6. וציוה איזה פעמים לנגן וגם איזה פעמים לקחת יי"ש.
ד. אַמאָליגע חסידים פלעגען טאָן אין עבודת התפלה מיט אַ סדר. זיי פלעגען מאַכען אַ "קנייטש" וואו זיי האַלטען, זיי זאָלען וויסען מאָרגען וואו ווייטער אָנצופאַנגען7.
ה. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבען אַ שנת חיים, אַ שנת עבודה, מען זאָל קענען טאָן אין עבודה. דער אויבערשטער זאָל יעדען מיט זיין בני בית געבען וואָס ער דאַרף בבני חיי ומזונא רויחא. דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין יעדן כל משאלות לבו לטובה ולברכה. און דער אויבערשטער זאָל געבן דעת מ'זאָל וויסן און פאַרשטיין וואָס צו בעטן.
ו. צוה לאמר לחיים, ואמר: מען קען זיך ניט משער זיין דעם גרויסן קורת רוח וואָס מען האָט למעלה ווען אידען טרינקען משקה און ווינשען זיך לחיים און איינער בענטשט דעם צווייטן; ניט רעכענדיג זיך צי דער צווייטער איז אַ למדן אַ גאון אַ איש פשוט, אויך ניט רעכענדיג זיך וואָס פאַר מדות יענער האָט, ומ"מ ווינשען זיי זיך מתוך פנימיות נקודת הלב וואָס דאָס איז אַ 78הוראה אויף די אהבה עצמיות שבישראל.
ז. איך וויל זאָגן אַ וואָרט פון טאַטן שיש ע"ז הרבה ביאורים בכתב, און איצטער וויל איך נאָר זאָגן איין וואָרט פון דעם.
מיר זאָגן: "בין קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת", וואָס אַזוי פאַרשטייען מיר ניט ווי אַזוי קען זיין אַ חילוק בין קדושת שבת לקדושת יו"ט, נאָר דער "הבדלת" וואָס דו עצמות האסט מגלה געווען די "הבדלה", דאָס גיט שוין אַ אָרט אַז מ'זאָל קענען זאָגען אין דעם ביאורים עס זאָל זיין אַ לייג אין שכל אויף דעם קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת.
ח. אין אַ פאַרבריינגען וואָס איז ניט נתפרסם געוואָרען האָט דער טאַטע אַמאָל געזאָגט: אויף לימוד הנגלה האָט דער ניט גוטער8 שוין לאַנג מסכים געווען, ווייל דאָ האָט ער אַן אָרט, נאָר אויף לימוד החסידות, דאָ האָט ער ניט געהאַט קיין אָרט. — אַמאָל איז געווען, אַז אַ איד האָט גענומען אַ לקוטי תורה אָדער אַזוי אַ חסידישן ספר, איז דאָס געווען אַ זאַך מלמעלה, ווייל "ער"8 האָט דאָרטן קיין אָרט ניט געהאַט, ער איז אַנטלאָפן אַזוי ווי פון וויירויך. שפּעטער האָט ער שוין מסכים געווען אויף דעם אויך, לאָזט ער אים שוין אַליין, ווייל ער האָט שוין דאָרטן אויך אַן אָרט, נאָר אין עבודת התפלה דאָרט האָט ער קיין אָרט ניט9.
אויף די וואָס לערנען חסידות נאָר אויף השכלה, און זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה — האָט ער גערעדט זייער שאַרפע ווערטער, עס איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך "עס זאָל פאַלען אויף פּוסטע וועלדער", איך וויל עס דאָ איצטער ניט איבער ריידען. מען קען דאָס ניט זאָגען נאָר אַז מען האַלט דערביי, און מען דאַרף זאָגן מעומק ופנימיות הנפש און מיט אַ טיפן הרגש פון רחמנות וואָס מען פילט דעם רחמנות אויף די וועלכע זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה.
ט. מען דאַרף ווערען חסידים, מען דאַרף אָנפאַנגען פון אל"ף, עס איז שוין צייט מ'זאָל ווערן מענטשן.
י. רנ"ה בעת הפאַרבריינגען האָט דער טאַטע גערעדט דאַן די מעלה פון אַ פשוט'ן אידן: דער בעש"ט האָט אַראָפּגעטראָגן די מעלה פון אַ איש פשוט, דורך מס"נ ואמונה פשוטה. דער אַלטער רבי האָט דאָס אַראָפּגעטראָגן אין הבנה והשגה, אַז דורך הבנה והשגה זאָל מען צוקומען צו מעלת הפשיטות פון אַ איש פשוט10.
סיפר: דער טאַטע האָט אַמאָל פאַרבראַכט שמחת בית השואבה זייער אַ סאַך די גאַנצע נאַכט11. פאַרטאָג זיינען אַלע געגאַנגען אין וואַסער, איז מען פאַרבייגעגאָנגען דעם ביהמ"ד — שהי' על הדרך להמקוה (כידוע12 אַז די מקוה איז געווען אין ליובאַוויטש צווישן ביידע בתי 79מדרשים — בנימין'ס שטיבעל13 און דער בית המדרש) — דאָרטן איז געשטאַנען יצחק דער שניידער14 און עקיבא דער שוסטער און געזאָגט תהלים, באַ עקיבא דער שוסטער איז געווען אַ הילכיקער קול'כעל, האָט דער טאַטע געזאָגט12: אָט דאָס איז די אמת'ע כוונה15, תכלית הכוונה פון די השכלה וההבנה צוצוקומען להאמירה פשוטה פון עקיבא דעם שוסטער און איצע דעם שניידער'ס תהלים זאָגן, ווייל זייער פשיטות דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ווי גרויס זייער ידיעה איז געווען, ווייס איך ניט; צי זיי האָבען געוואוסט פירוש המלות, בין איך מסופק; אָבער דער תהלים זאָגען זייערער איז געווען מיט אַזאַ מתיקות און געשמאַק אַזוי ווי זיי וואָלטען געגעסען אַ מאכל ערב, און זיי האָבען דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.
יא. (איזה זמן כמו עשרים דקות קודם השקיעה הפסיק לאכול ולטעום16. אח"כ אמר:) יעצט דאַרף מען דאָך זינגען ווייל טרינקען טאָר מען דאָך ניט17.
יב. דעם שבת בראשית דאַרף מען זיין פריילעך אַ גאַנצן שבת, פאַרבריינגען אַ סאַך און זייך פריילעך.
וועגען משקה — איז אַמאָליקע חסידים פלעגן נישט טרינקען18. בכלל די עבודה און די התלהבות וואָס קומט פון דעם איז אַ "אש זרה"19. דאַרפן דאַרף מען וועלן דעם אש פון קדש הקדשים אָבער דערצו זיינען דאָך ניט אַלע שייכות, אָבער עכ"פ דעם אש פון אַ קרבן, נישט קיין "אש זרה"20.
יג. ברך אַז השי"ת זאָל ממלא זיין כל משאלותינו לטובה און השי"ת זאָל געבן אַז מען זאָל וויסען און פאַרשטיין וואָס צו בעטן, און עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
הערות
עמוד 76
- 1. מגילה ז, ב.
- 2. בנוסחא אחרת נוסף: "ידע" איז ע"י עבודה, דער עיקר איז עבודת התפלה, אַ חסיד איז וואָס דאַווענט.
עמוד 77
- 3. נוסחא אחרת: עס איז דאָ אַ עין יעקב איד, אַ גמרא לערנער, זיי זענען אויך חסידים, אבער דער עיקר חסיד איז עבודת התפלה.
- 4. אבות פ"ב מט"ו.
- 5. ראה ספר הבהיר סימן מו (קט). רקאנטי בראשית ד, ג. בחיי ויקרא א, ט. סה"מ ה'שי"ת ע' 113.
- 6. ראה גם שיחת פורים ס"ג שנה זו (לקמן ע' 100).
- 7. ראה שיחת ליל שמח"ת קודם הקפות שנה זו (לעיל ס"ע 75). וש"נ.
עמוד 78
- 8. היצה"ר.
- 9. נוסחא אחרת: און שפּעטער ווען מ'לערנט חסידות נאר אויף השכלה, דאָ האָט ער שוין אויך אַ אָרט. און די עצה לזה איז עבודת התפלה.
- 10. נוסחא אחרת: עס איז ידוע שיטת הבעש"ט ששיבח מאד מעלת האנשים פשוטים, און דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אין דעם אז דורך עבודה און השכלה והשגה זאָל מען צוקומען צו די תמימות פון אַ איש פשוט.
- 11. נוסחא אחרת: פ"א בליובאַוויטש הי' הקביעות של שמח"ת כמו השתא, האָט דער טאַטע פרייטאָג נאַכט פאַרבראַכט אַ גאַנצע נאַכט.
- 12. ראה גם שיחת י"ב תמוז תש"ח סכ"ט (לקמן ע' 248).
עמוד 79
- 13. ראה ספר הזכרונות ח"א פ"א.
- 14. נוסחא אחרת: יצחק דער שמידט.
- 12. ראה גם שיחת י"ב תמוז תש"ח סכ"ט (לקמן ע' 248).
- 15. נוסחא אחרת: עקיבא דער שוסטער און יצחק דער שמידט האָבען געזאָגט תהלים מיט גרויס התלהבות. האָט דער טאַטע צו מיר געזאָגט: אָ דאָס איז אַ חסיד.
- 16. הקביעות דשמח"ת בשנה זו (תש"ז) היתה ביום ועש"ק.
- 17. קודם הקידוש — ראה שו"ע אדה"ז או"ח סרע"א ס"ט ואילך. וראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 39 ואילך.
- 18. ראה גם לעיל ע' 54.
- 19. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 184. וש"נ. לקמן ע' 374. וראה שיחות: ש"פ שמיני תשכ"ג. י"ב תמוז תשכ"ה. ש"פ נח תשכ"ז. יום ב' דחג השבועות תשכ"ח. ש"פ נשא תשכ"ח. זאת חנוכה תשל"ט. ט"ו בשבט תשל"ט. ש"פ דברים תש"מ. ש"פ שמיני תשמ"א. י"ב טבת תשמ"ז. י"ב תמוז תשמ"ז. י"א ניסן תשמ"ח. ש"פ חוקת תנש"א. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ז ע' נח. חט"ז ע' פב. חכ"ב ע' שנט. ועוד.
- 20. נוסחא אחרת: שבת בראשית גייט אויך ניט צופוס. מ'דאַרף פאַרבריינגען אַ גאַנצן מעת לעת בשמחה. אַמאָליקע חסידים וואָס זיי האָבען געוואוסט ווי דער ענין איז לאמתתו האָבען גערופען משקה "אש זרה". באמת דאַרף דאך זיין דאָס פייער פון קדש הקדשים, נאר ניט אַלע קענען דערגרייכן דערצו, איז עכ"פ דארף דאָס פייער ניט זיין קיין "אש זרה".
משנה אבות ב׳:ט״ו - הטקסט מספריא
רבי טרפון אומר היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק:
מצוטט ב־3 עמודים
תורת מנחם 3
- לה - שנת תשכ"ג - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תשכ"ג סה"ש תש"ז ע' 76
- לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ז ע' 79
- מח- שנת תשכ"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ז ריש ע' 76

