שיחה

293שיחה1

זאָגן אַ שיעור קבוע תהלים בהתעוררות בכי איז זייער נויטיק פאַר יעדער אידן בכלל, און בפרט פאַר דעם וואָס איז יודע מצבו הפרטי און עס דערנעמט די האַרץ, איז אַ קאַפּיטל תהלים מיט אינערליכע תמימותטרערן אַ געוויסע רפואה. וכמאמר דמעות מכבסות2, וכמבואר בדרך החיים בסדרי הבעל תשובה.

חז"ל אומרים3 גדולה תשובה שמביאה רפואה לעולם. דער עולם הזה החומרי איז אַ חולה און אַ חולה דאַרף נעמען סמי רפואה.

אין נעמען אַ רפואה4 איז פאַראַן אַ געוויסער סדר וויפיעל צו נעמען און ווען צו נעמען. דער זמן און די כמות מוזן שטאַרק אָפּגעהיט ווערן און דאַן העלפט די רפואה.

אַלע ווייסן אַז אַ רפואה נעמט מען טראָפּענסווייז, ניט גלעזערווייז. דער וואָס טרינקט אַ רפואה גלעזערווייז איז דאָס אַ סימן אויף דער גרויסער חולאת, וענינו ברוחניות הוא אַז מען מוז וויסן אַז דער נה"ב האָט אַ יד אין דעם.

* * *

אין משך פון די איבער הונדערט און פינף און זיבעציק יאָר, תקל"ב — תש"ח, פון דער אמת גליקליכער צייט, זינט הוד כ"ק רבינו הזקן האָט בחסדו ית' מייסד געווען דעם דרך הקודש פון חסידות חב"ד, האָט מען אָנגעצייכנט די אופני הדרכה והנהגה ווי אַזוי מען בעדאַרף און מען קען שטייגן אויף דעם סולם חסידות חב"ד.

דער סולם חסידות חב"ד האָט פיעל טרעפּ.

דער באָדן אויף וועלכן דער חב"ד סולם שטייט איז די חב"ד חסידישע היים. באַ די חסידישע טאַטע מאַמעס, וואָס באַ יעדער געלעגענהייט האָבן זיי דערציילט זייערע קינדער וואָס זיי האָבן געזעהען און געהערט אין זייערע עלטערנס היימען.

דאן קומען די חדרים טרעפּ, וואָס דער חב"דחסידישער מחונך שטייגט משליבה לשליבה אין די חדרים וישיבות, און אין אָט דעם חינוך זמן הויבט זיך אָן דער זמן וואָס דער אור פון לימוד התורה און דער חושך פון גאוה וישות זיינען משמשים בערבוביא און כל תלמיד ותלמיד ווערט מושפע פון דעם אופן הנהגת הישיבות, צי די מיסדי הישיבה 294והמנהלים געהערן צו חסידים בכלל, און באופן פרטי, צי חסידי חב"ד צי חסידי חג"ת — פולין גאַליציא וכו', אָדער די מייסדים ומנהלים זיינען עולמשע, ווערן די תלמידים מושפעים פון דעם סגנון המנהלים, יעדער לפי תכונת נפשו.

אין אָט דעם זמן, ווען מען איז אַ תלמיד, איז על דרך הרגיל קומט מען פנים בפנים מיטן נה"ב וואָס איז משפיע אויפן שכל און מיטן יצה"ר וואָס איז משפיע אויפן האַרצן.

ביידע — היצה"ר והנה"ב — לייגן זייערע גרעסטע פייהיקייטן אויף אַריינצונעמען דעם תלמיד אין אַן אייזערנעם קלעם, באופן אַז עס ווערט אים אומעגליך צו באַפרייען זיך, וממציא כמה וכמה דרכים באופנים שונים ומשונים, לפי טבע התלמיד, אם הוא בעל מרה שחורה וואָס נעמט יעדער זאַך אין שוואַרצע פאַרבן. לא מיבעי דעם עתיד, נאָר אויך אין דעם הוה איז באַ אים שטאַרק דעם הרגש אין דעם וואָס אים פעלט, און ניט אין דעם וואָס ער האָט יע רוכש געווען. ואם הוא בעל מרה לבנה, וואָס זעט יעדער זאַך אין ליכטיקווייסע פאַרבן איז די עובדא פון יצה"ר צו ווייזן דעם הוה בכלל און דעם עתיד בפרט אין ווייסעגליקליכע פאַרבן.

און דאָס אַלץ, סיי דעם וועמען דער יצה"ר הויבט, און סיי דעם וועמען ער איז משפיל, איז מיט דער כוונה בכדי לדחותו ח"ו מדרך האמיתי בדרכי העבודה, לדחותו ח"ו מלהיות כפי הכוונה האמיתית העליונה וואָס איז דאָך אַז דער אדם זאָל צוקומען צום ריכטיקן תכלית פון ירידת הנשמה למטה בכדי צו מאַכן אַז דער מטה הגשמי זאָל ניט נאָר נזדכך ווערן, נאָר זאָל אויספירן כוונתו ית' אין עליית העולמות בעילוי אחר עילוי.

* * *

עוד זאת צריכים לדעת אשר גם תלמיד מצליח בלימוד ובהנהגה טובה צריך שימוש הרבה עד שיהי' ראוי להיות מחנך ומדריך, כפתגם הידוע בין אנ"ש מימי קדם: אַ אַלטער חסיד איז מער ברדעת ווי אַ יונגערמאַן אַ משכיל ועובד.

* * *

כבד לצייר ולפרט את סיבת הטעותים המונעים את צעירי התמימים והאברכים להתבונן בארחות חיי הבעלי ציור ובעלי עבודה הזקנים אשר ת"ל זכו לראות את פני קדה"ק הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע וזכו לשמוע מאמרי דא"ח ושיחות הקודש, ומהם גם שזכו להיות ביחידות ונתברכו בהצלחה בעבודה מסודרת, כל אחד לפי מהותו בכחות נפשו ולפי אופן עבודתו במילוי סדרי ההנהגה בלימוד ועבודת התפלה, אבל בכל אופן הנה הי' להם במה להתעסק, וההתעסקות היתה על יסוד מיעוך ומילול הישות ומהות מעלת עצמו והכרת מעלת הזולת בכלל, והיוקר פון אַ עלטערן חסיד בכלל.

* * *

בכלל איז דער ירד ירדנו פון עדת החסידים בכלל און פון תלמידי התמימים בפרט טוט זייער וויי. און דאָס איז שווער אַרויסצוגעבן בדיבור. דער לבוש הדיבור האָט אַ מעלה און אַ חסרון. מעלת הדיבור איז וואָס ער איז מגלה, עס דערקלערט אין אותיות הדיבור, דערפאַר זעהען מיר במוחש אַז אפילו לעצמו ווען מען לערנט אַ ענין עמוק, וואָס עס קומט אָן זייער שווער לעמוד על עמקי הסברות בכלל ובפרט, פיהלען דעם טוב טעם שכלי וואָס אין די סברות און פיהלען דעם חילוק פון איין סברא שכלית ביז דער צווייטער, מוז אַלץ זיין דורך דיבור. דער חסרון פון דיבור איז 295וואָס דיבור איז הגבלה, עס איז פאַראַן אַ אָרט אין שכל צו דערקלערן פאַרוואָס איז אין דיבור פאַראַן מער געשמאַק ווי אין מחשבה, אין מחשבה איז מער דער געפיהל און אין דיבור איז מער דער געשמאַק, אָבער דער חסרון אין דיבור איז וואָס דיבור איז מגביל אין דער הגבלה פון ווערטער.

* * *

באַ חסידי חב"ד בכלל, און באַ תלמידי התמימים און בעלי עבודה בחסידי חב"ד בפרט איז אַ חסידישער פאַרבריינגען אַ יסוד פנימי.

* * *

אין מיינע חינוך יאָרן האָב איך געזעהען די ריכטיקע בני ונכדי החסידים וועלכע זיינען געווען גליקליך צופרידן, ווען די עלטערע חסידים האָבן זיך מיט זיי אינטרעסירט.

די מחונכים האָבן זיך געפיהלט גוט, און מאנכעס מאָל גליקליך, מיטן קירוב פנימי פון אַ עלטערן חסיד.

אָן אונטערשייד, צי אַ קירוב וואָרט פון אַ עלטערן חסיד אָדער אַ ירגזון וואָרט, האָט באַ דעם חסידישן מחונך אַרויסגערופן אַ גרויסע צופרידנקייט, וויסנדיק, אַז דורך דעם ווערט ער מער און מער מוכשר צו ווערן אַ כלי צו מקבל זיין דעם חב"דחסידישן חינוך אין אַ פנימיות.

יעדער סיפור האָט אַרויסגערופן באַ די מחונכים אַ בעזונדער בעגייסטערונג, עס האָט געווירקט אויף זייער לימוד און הנהגה כשרונות.

אין אַזאַ חינוךהנהגה איז דער חסידישער אינגל געוואַקסן אין זיינע פריהעסטע קינדער יאָרן און איז געגאַנגען מדרגא לדרגא, געוואָרן אַ אב משפחה און מקים געווען אַ חב"דחסידישע משפחה.

* * *

יעדער חב"דחסידישער טאַטע אָדער זיידע האָט געלייגט דעם גרעסטן אַכט אויף דעם חינוך פון זייערע יונג פאַרהיירעטע קינדער אַז זיי זאָלן היטן די מנהגי חסידי חב"ד ווי זיי און זייערע עלטערן.

אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך געהערט פון זקני החסידים וואָס זיי האָבן געהערט נאָך אין זייערע קינדער יאָרן באַ זייערע מלמדים, אַז די עלטערע חסידים זיינען די מילדות החסידים וואָס זיינען מגדל זייערע מחונכים אָט אַזוי ווי מען האָט זיי אַליין מגדל געווען.

אַ עלטערער חסיד האָט געהאַט אַ חוב קדוש צו ליגן בטובת החינוך פון אַ יונגערמאַן, צו מגדל ומחנך זיין אים בדרכי החסידות; הן אין ידיעה והשגה אַז מען זאָל שטייגן אין אַ עלי' מן הקל אל הכבד, און הן אין עניני עבודה בתיקון המדות אַז מען זאָל גיין בסדר מסודר.

אַ חב"דחסידישער5 מחנך האָט קודם כל, געלייגט כל כחו, אויף דעם מחונך אויף דעם כיבוד — אויסקערן — הרפש הטיט ואבק היבש — טרוקענער — דערנאָך אויף צו וואַשן מיט הייסע וואַסער און סקראָבען מיט אַ מעסער אַרויסצונעמען דעם בלוע, די טיף איינגעוואַקסענע הנהגות וואָס קומט פון דער ביטער פינסטערער איינגעבאַקענער צרעת ממארת וואָס רופט זיך "איך".

* * *

זקני החסידים, בעלי עבודה בעבודת החינוך, וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו 296זעהען את מורנו הבעש"ט בתחלת התגלותו פון דעם נסתריםלעבן, און תלמידים הצדיקים הנסתרים הגאונים הר"ר ברוך, אביו של רבנו הזקן ודודו הר"ר יוסף יצחק6, פלעגן איבערזאָגן אַ תורהוואָרט וואָס זיי האָבן זוכה געווען צו הערן ממורנו הבעש"ט.

פתח רב מתיבתא7, מאן דאיהו זעיר איהו רב, ומאן דאיהו רב איהו זעיר. רב מתיבתא מדייק בלשונו ומתחיל בסדר המסודר בעולם התיקון, אף דתהו קדם לתיקון, ובתהו יש ג"כ הענין דזעיר ורב, אבל בתהו ההתחלה היא מהרב אל הזעיר, וכמו שאנו רואים במוחש דמי שטועה בדרכי עבודה, ובקטנותו הוא גדול, הנה גם בגדלותו נשאר קטן; ומאן דאיהו זעיר איהו רב, דבתיקון הסדר הוא מקטנות לגדלות, אַז בתחלת העבודה בעדאַרף מען פיהלען אַז מען איז אַ קטן, אַז דאָס וואָס מען פאַרשטייט איז אַ קטנות. דער עיקר איז הרגש — פיהלען.

און בכדי צו פיהלען מוז מען האָבן גאָר איין אַנדער הכשרה, און אָט די הכשרה האָט מען ווען מען איז אַ מקבל טוב פון עלטערע חסידים.

די זקני אנ"ש ותלמידי התמימים, ה' עליהם יחיו8 וועלכע האָבן געהאַט אַ אזן שומעת און אַ עין רואה האָבן געהערט די טיף איינדרוקספולע סיפורים און געזעהען די פאַרפלאַמטע פנים'ער פון די זקני החסידים אין דעם ריקוד פון אַ התועדות ביומא דפגרא.

* * *

אין צוויי נוסחאות, אין צוויי באַזונדערע זמנים אין די קינדער יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ווי ער האָט מבאר געווען די צוויי באַזונדערע סגנונות פון די אמרי קדש וואָס די זקנים וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו זיין באַ הוד כ"ק המגיד ממעזריטש ומורנו הבעש"ט, האָבן געהערט.

מורנו הבעש"ט האָט געזאָגט:

די טבילה אין מקוה און זיצן אין סוכה האָבן אַ שייכות9, הן אין דעם הכשרת המקבל און הן אין דעם המשכת האור.

דער מעזריטשער — אמר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — זאָגט:

מקוה איז מטהר און סוכה איז מעלה.

אט די צוויי תורות וואָס הוד כ"ק רבנו הזקן האָט מיטגעבראַכט מיט זיך קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש10, האָבן די זקנים געהערט פון רבינו הזקן און דאָס האָט זיי געהאַלטן בכל הדרוש להם עד יומם האחרון. פון זיי האָבן דעם רבינס קינדער בקטנותם און אויך די חסידים הראשונים אַ סך מקבל געווען.

297הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען באריכות אין יענעם פאַרבריינגען אָט די ענינים, וואָס דאַן האָב איך דאָס ניט געקענט באנעמען, און אויך החסיד ר' חנוך הענדיל11 האָט דאָס מיר ניט געקענט מאַכן צו פאַרשטיין, ערשט שפּעטער מיט יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן ביאורים מפורטים באריכות ההסבר.

אָט דאָס איז דער רכוש גדול וואָס דער חב"דחסידישער מחונך זאַפּט אין זיך אַריין אין דעם חינוך זמן באַ די חב"ד חסידישע מלמדים און חסידישע טאַטע מאַמע אין דער אַלטער קליינשטעטילדיקער מאָראַליש גליקליכער היים.

* * *

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע וואָס האָט נאָך בנערותו געלייגט אַ שטאַרקע יגיעה צו זאַמלען די תורות פון מורינו הבעש"ט וואָס געוויסע זקנים האָבן אַליין געהערט פון מורנו הבעש"ט און מורנו הרב המגיד ממעזריטש, האָט אויפגעזוכט אייניגע זקנים וואָס האָבן דערציילט אַ סך ענינים וואָס זיי האָבן געדענקט פון דער צייט וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן איז אָנגעקומען צו זיין שווער אין וויטעבסק אויף קעסט. און פון די זקנים האָט ער געהערט אַז רבינו הזקן האָט דאַן מקבל געווען אַ תורה מכ"ק דודו הנסתר הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק וואָס ער וגיסו הצדיק הנסתר הר"ר ברוך האָבן געהערט ממורנו הבעש"ט בתחלת התגלותו.

עיקר החסידות איז תיקון המדות און מייקר זיין אַ פשוט'ן אידן, וואָס די עבודות זיינען די עליהטרעפּ אין דעם דרך החיים, און צו גיין אויף טרעפּ בעדאַרף מען האָבן אַ סיוע פון אַ עלטערן און דאַן איז דאָס אַ הילוך מסודר.

* * *

והנה עוד רעה חולי ישנה אצל צעירי אנ"ש שמסדרים עניני עבודתם ולימודם בעצמם, וכמובן שרובם טועים בדרכי העבודה, וכאשר בהזדמנות טובה מפקחים עיניהם על איזה מהנהגותיהם שצריכים לתקן אזי נופל רוחם בקרבם ומקבלים עליהם כמה ענינים של סיגופים ועינוי הגוף.

כי באמת המה חפצים להיות טוב, זיין ווי מען בעדאַרף זיין, ע"פ הנהגת החסידים, אלא שטעו בזה וכשנודע להם טעותם הם מצטערים במאד, עס דערנעמט זיי, וכנ"ל אשר הנה"ב לויערט אַריינצוכאַפן דעם מענטשן ולבלבל את דעתו, וואָס דורך דעם דערלאָזט ער ניט זיין תיקון, אשר ע"כ צריכים להתחזק בכל מיני חיזוק אויף חלילה ניט אַריינצופאַלן אין זיין מצודה; ומי שנותן לבו ודעתו על זה איז מן השמים מרחמים עליו, וממציאים לו כל הענינים הדרושים להתפתחות דרכי עבודתו לעלות בשליבות סולם עבודת הקודש בהצלחה אמיתית.

הערות

עמוד 293

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקב, ב ואילך. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תקא, ב): אין דער פאָרליגענדער חוברת ווערט געדרוקט די שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכע ער האָט אַרויסגעגעבען צו יום ההלולא של כ"ק אדמו"ר הזקן — כד טבת, ווי עס ווערט ערקלערט אין זיין בריף, פון יב כסלו תש"ט . . ווי אין אַנדערע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און באַמערקונגען מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן טו"ב טבת ה'תש"ט, ברוקלין נ. י.
  2. 2. דמעות מכבסות: ראה זח"ג עה, ב. ראשית חכמה שער התשובה פ"ה.
  3. 3. [יומא פו, א].
  4. 4. אין נעמען אַ רפואה: להעיר ג"כ מהרשימה בסוף קונטרס חי אלול תש"ח (ע' 20 [לעיל ע' 264] ואילך).
  5. . נדפס בלקו"ד שם תקב, א. אגרות-קודש ח"י ע' לח. בסיום המכתב שם: "ולהיות כי הרבה ממחונכי התמימים טועים באופני ועניני עבודה, הנני מעריך שיחה מיוחדת בזה, ויבוא אי"ה בדפוס לכ"ד טבת".

עמוד 295

  1. 5. אַ חב"דחסידישער: הדיוק בזה מבואר בשיחת פסח תרצ"ד אות ככב.

עמוד 296

  1. 6. הר"ר ברוך. . הר"ר יוסף יצחק: אודותם בארוכה — ראה בספר הזכרונות ח"א. שיחת ח"י אלול תש"ה. ועוד.
  2. 7. פתח רב מתיבתא: זח"ג קסח, א. וראה המאמר דא"ח ע"ז בסוף קונטרס החלצו — רנ"ט [סה"מ תרנ"ט ע' ריא ואילך.
  3. 8. לשון הכתוב — ישעי' לח, טז].
  4. 9. מקוה. . סוכה: שייכות מקוה וסוכה י"ל דמקוה הוא בחינת בינה (פע"ח שער השבת פ"ג. סידור בכוונת המקוה. לקו"ת פ' ואתחנן תוס' ביאור ע"פ וידעת פ"ב. ועוד). ושייך למקיפים (לקו"ת פ' תבוא סד"ה תחת אשר), וסוכה היא מקיפים דבינה (זח"ג רנה, ב בכתבי האריז"ל. ודא"ח בדרושי סוכות). — ולהעיר בתו"א ר"פ נח דהמבול כדוגמת המקוה מ"ם סאה, ובד"ה כי פדה ה' את יעקב (נדפס בלקו"ת לג' פרשיות פ' נח [סה, א ואילך. ולאח"ז — באוה"ת נח ח"ג תרסט, א ואילך]) ובהמשך וככה — תרל"ז פצ"ה ואילך — ביאור הצד השוה דסוכה ותיבת נח וההפרש שביניהם. ואכ"מ.
  5. 10. [עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 297

  1. 11. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ].

מצוטט ב־6 עמודים

תורת מנחם 1
  1. מו - שנת תשכ"ו - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת מוצש"ק פ' צו, אור לי"ג ניסן, ה'תשכ"ו סה"ש תש"ט ע' 296
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 3
  1. הוספות ‹ קכב ספר השיחות תש"ט ע' 296
  2. הוספות ‹ קצט ספר השיחות תש"ט ע' 296
  3. הוספות ‹ רלה ספר השיחות תש"ט ע' 297
ספר המאמרים ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
  1. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד, צב"ר. ‹ שנא ספר השיחות תש"ט ע' 293
  2. תרצ"ב-תרצ"ג ‹ תרצ"ב ‹ בס"ד. סעודת פורים צב"ר בישיבת תו"ת דריגא ‹ ער ספר השיחות תש"ט ע' 293