י"ט כסלו תש"ט

288י"ט כסלו תש"ט1

א. חסידות2 איז אַריינטראָגען סדר אין בלתי סדר און מאַכען פון בלי סדר אַ סדר.

בנוסחא אחרת: מאַכען אַ סדר אין בלי סדר3.

289ב. מען מאַכט אַ טעות, מען מיינט אַז אין חב"ד קען זיין מער סדר ווי אין מדות, דער אמת איז אַז דער עיקר הסדר איז אין מדות ווייל עיקר המוחין איז בשביל המדות.

הגם אַ בעל מוחין איז אַ ערנסטער, ער גייט ערנסט, ער שטייט ערנסט, ער איז אויסגערעכענט — און אַ בעל מדות איז אַ בהול, דאָך דער עיקר הסדר איז אין מדות, כללות המוחין איז בשביל המדות, און גילוי המוחין איז אין מדות. דער עיקר איז מדות.

ג. עס איז פאַראַן אַ אַלטער וואָרט און במשך הדורות איז אין דעם וואָרט געזאָגט געוואָרן אַפולע ביאורים.

די גמרא זאָגט4 מדת חסידות שנו כאן. לכאורה שנו איז דאָך לערנען, איז דאָך דאָס מוחין ניט מדות. נאָר דער עיקר פון לערנען איז בשביל מדות חסידות5. שנו איז לשון שינון, שאַרף, עס דאַרף זיין שאַרפע מדות.

עס איז דאָ מהיכיתיתי'דיגע מדות, ער איז אַ איש טוב מהיכי תיתי, ער טוט אַ טובה מהיכי תיתי.

עס דאַרף זיין שאַרפע מדות, שאַרף הייסט אַז עס שנייט מלפניו ומלאחריו.

ד. עס קען זיין אַ למדן מופלג, ער זאָגט חידושים אין תורה, ווען ער איז נאָך געווען אַ אינגעל און דער זיידע האָט איהם פאַרהערט האָט ער געזאָגט אַ שאַרפען תוספות מיט אַ קנאַק, און איצטער האָט ער תלמידים וואָס די קטנים שבהם ווערען פאַררעכנט אין עולם הלומדים. אָבער וואָס האָט ער זיך אויסגעלערנט, צי האָט ער זיך אויסגעלערנט דאַוונען.

ה. אין דאַוונען איז דאָ פאַר'ן דאַוונען און נאָכן דאַוונען. דאַוונען איז ניט אָפּגעדאַוונט — נאָר דאַוונען.

מ'דאַרף דאַוונען.

ו. (אמר לש. פ.6:) דו פאָרסט זעהן די גלות אידען; באמת זיינען מיר אַלע אין גלות, און אין אַ שטאַרקען גלות. גלות איז שינה7. אין שלאָף חלום'ט זיך, עס איז אַ זיסער חלום, אַ גוטער חלום, אָבער אַז מען חאַפּט זיך אויף, זעהט מען אַז עס איז תהו ובהו, פּוסט און וויסט.

מען מיינט אַז מען האָט כסף וזהב, מלבושי כבוד, אָבער עס איז לא דובים ולא יער, די געלט גייט אַוועק אויף מסים וארנוניות. און אַז ער חאַפּט זיך, זעהט ער אַז ער האָט אַ גרויסע לאָך.

מען מיינט אַז עס איז אַ זיסער חלום, אָבער באמת איז דאָס אַ ביטערער חלום.

290דאָ איז אַ טומאַן8. מ'ווערט פאַרטומאַנעוועט — פאַרטשאַדעט, אפילו אַ איד9 וואָס ווייס ווי מדאַרף זיין, אַז ער קומט דאָ אַהער ווערט ער פאַרטשאַדעט.

אַמאָל פלעגט מען זאָגען אַ וואָרט: אין דער הינערפּלעט, אָבער עס קלאַפּט נאָך אַ לעבעדיגער אָדער.

פאָר געזונד און קום געזונד, זאָלסט איבערגעבען וואָס האָסטו דאָרט געזען, און זאָלסט זעהן די מעלה פון יעדען אידען, און זאָלסט מצליח זיין אין פדיון שבויים.

ז. אַי, פאַר וואָס דאַווענט מען ניט.

מען מיינט אַז מען איז יוצא מיט דעם וואָס מען איז אַ חסיד. ווער רעדט נאָך אַז ער לאָזט אַ מאָהל אַ טרער, וואָס מלאך מיכאל חאַפּט אויף די טרער און ברענגט זי למעלה, אַי, אַ מציאה, אַ אידישער טרער.

ער איז דאָך אַ בן עולם הבא, וואונדערט ער זיך פאַרוואָס מלמעלה איז מען איהם ניט מגלה חידושי תורה, די וועלט זאָל וויסען פון איהם, עס וואָלט דאָך געוועזען אַ חיזוק התורה.

ער ווייסט ווער ער איז. וואָס ער איז ווייסט ער ניט, זיין דעת דערגייט ניט צו דעם, אָבער ווער ער איז ווייסט ער, ער איז שוין ביי זיך אַ פאַרטיגער, אָבער באמת האַלט ער ביי דער התחלה אויך ניט.

און דער חשבון דאַרף זיין ביי קריאת שמע שעל המטה, און אין דערפריה דאַרף ער אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער10.

אַי, אַן אַמאָליגער חסידישער דאַוונער!

ח. אַ סאָלדאַט אַז ער גייט אין פאחאד לערנט מען אים טראָגען אַ ראניעץ, דער ראניעץ איז אַ מועט המחזיק את המרובה, פון אַלע מינים כלי זין, און אַז ער גייט, גייט ער מיט אַ מאַרש, מיט שמחה.

דער סאָלדאַט גייט דאָך אויף מסירת נפש, אָט איז ער פאַראַן און אָט ווערט ער ניט, — אָבער ער גייט מיט אַ מאַרש11.

אויב עם האַרט — האַרט עם ניט פאַר זיך, עם האַרט נאָר צוויי זאַכען: ער זאָל זיך ניט מאַטערען און געבען אַ חיזוק דעם שונא; און דער תועלת הרבים, ניט גורם זיין אַ נפילת הרוח און פחד ביי זיינע חברים.

דער ראניעץ איז דאַוונען. און עס איז ידוע דעם זיידענס מאמר12 אויף די חמשה כלי זין ווי זיי זיינען אין דאַוונען13.

ט. פון די ערשטע תורות וואָס דער רבי האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים צוריקקומענדיג פון מעזריטש, וואָס עס איז בקבלה אַז דער וואָרט איז אַ פנימיותנשמה'דיג וואָרט14:

הקדמה:

ווען דער רבי איז צוריקגעקומען פון מעזריטש האָט ער בעדאַרפט האָבען אַ 291התנצלות פאַר זיינע תלמידים פאַר דעם שינוי הדרך.

כידוע אַז יעמולט זיינען די בני תורה געוועזען מובדל פון אנשים פשוטים, מ'האָט געהאַט אַ אייגען מנין, און מ'האָט זיי ניט צוגעלאָזט צום עמוד אפילו ביי אַ יא"צ15. קומענדיק אָבער פון מעזריטש האָט דער רבי משנה געווען דעם דרך16.

די תלמידים פון אַלטען רבין האָט מען ניט געקענט אָפּקומען מיט זיי מיט פשט'לאַך. זיי האָבען געוואוסט, חב"ד איז חב"ד, חג"ת איז חג"ת.

האָט דער רבי זיי געזאָגט אַ תורה פון מגיד בשם הבעש"ט:

קל וחומר וגזירה שווה17. קל וחומר מיינט אַז אַ דבר קל זאָל זיין חמור. גזירה שווה — אַ גלייכער שניט. דאָס קען נאָר זיין אלא אם כן קבלה מרבו ורבו מרבו הלכה למשה מסיני18.

הלכה למשה מסיני, משה האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין פון סיני אין וועלט. הגם משה האָט זיך געקענט ספראַווען מיט זיין גוף, אָבער ער האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין מסיני. משה איז חכמה. חכמה דאצילות בעלייתה אל הכתר, וויל זי ניט זיין די ערשטע ספירה, אָבער מצד פנימיות החכמה ווען זי איז עולה אין פנימיות הכתר דערהערט מען די כוונה פנימיות אַז דער עיקר איז דאָ למטה. —

דאָס איז הלכה למשה מסיני, הלכה לשון מוליך19, ער האָט מוליך געווען משה'ן ער זאָל וועלען אַוועקגיין מסיני למטה. ביז ולא ידע איש את קבורתו20, וואו משה האָט באַהאַלטען זיין גוף, אַז ער האָט עולה געווען אין פנימיות החכמה21.

י. לא מיבעי אַז עס דאַרף זיין מדות טובות, מדות חסידות — אטו בשופטני עסקינן; נאָר עס דאַרף זיין אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם, וואָס די דריי זיינען געשלאָסען צוזאַמען איינע אין איינע.

עס איז פאַראַן אַ סדר פון מלמעלה למטה און פון מלמטה למעלה: אַז מען האָט האָלט אַ אידען האָט מען האָלט תורה, און אַז מען האָט האָלט תורה האָט מען אהבת השם22. אַז עס איז דאָ אהבת השם האָט ער אהבת התורה, און אַז ער האָט אהבת התורה האָט ער אהבת ישראל23.

דאָס דאַרף זיין ביי יעדען לפי ערכו, און דורך דעם איז די עלי' אין עולם. עס איז דאָך מוצב ארצה, ער שטייט ניט אין דער לופטען. דער תכלית איז דאָ למטה, און וראשו מגיע השמימה24.

יא. איך ווייס ניט צי עס זיינען דאָ חילוקים פון אַ חסיד'דישען מוהל און אַ עולם'שען, אָבער דער ומלתם את ערלת 292לבבכם25 דאָס פעלט ביי אַלע, ביי חב"ד, ביי חג"ת. דעם קלוגינקען דאַרף מען אינגאַנצען מדחה זיין. אפילו דעם נפש הבהמית, ער איז דאָך אַ בעל מוחין, דאַרף מען מברר זיין.

יב. עס איז ידוע אַז ביי אַ שמחה פון אַ צדיק, קומען אַלע נשמות אין זיין היכל זיך משמח זיין. מ'האָט געהערט אין דעם ענינים, אָבער ניט אַלעס קען מען איבערגעבען, ווייל מען איז מוכה אין חיצוניות.

יג. דער אויבערשטער זאָל העלפען מזאָל דערהערען די כוונה פנימיות פון חסידות.

יד. מיר זיינען שוין אויסגעמושטירט ניט צו מאַכען קיין פּאַראַדקעס, אָבער מ'קען זיך ניט פרייען מיט פאַלשע ישועות און טרייסטען מיט פאַלשע נחמות. מען דאַרף זיך ציען צום אמת.

מען דאַרף קיין זאַך ניט מבטל זיין, און מ'טאָר ח"ו קיינעם ניט מדחה זיין.

מדאַרף ניט זיין אַראָפּגעפאַלען. דער אויבערשטער זאָל העלפען עס זאָל נתגלה ווערען דער גילוי חיות פנימי פון משיח, ער זאָל אונז פירען צום אמת בגו"ר.

טו. דער אויבערשטער זאָל העלפען, יעדערער זאָל האָבען נחת פון זיך, נחת פון קינדער, פון כלל ישראל, יעדער איינער און זיינע בני בית — בגשמיות וברוחניות. יעמאָלט וועט דער אויבערשטער זעהן וואָס אידען קענען אויפטאָן.

טז. (מרוב הדוחק והצפיפות דחפו את השולחן אשר ישב אצלו כ"ק אדמו"ר שליט"א, ואמר אחד: שטופּט ניט דעם טיש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אידען מאַכען מיר ניט ענג. איך האָב זיך אויסגעהאָדעוועט אויף אידישע און חסיד'ישע שווייס.

טו"ב. (צוה לנגן אַ הקדמה ניגון צום רבינס ניגון, ואח"כ את הניגון דד' בבות26, ובמתינות, והבבא הד' ג' פעמים, ובין פעם לפעם לעשות הפסקה. אח"כ צוה לנגן את הניגון ניע זשוריטצע חלאָפצי27. כשסיימו לנגן אמר28:) זייט אַלע געזונד, אַ גוטען יום טוב.

הערות

עמוד 288

  1. 1. "אַ טייל פון די רייד פון כ"ק אדמו"ר שליט"א, י"ט כסלו ה'תש"ט — לויט אַ פאַרצייכנונג פון די הערער — אַרויסגעגעבען צו י"ט כסלו ה'תש"י" — נדפס עם מ"מ והערות כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ ה'שי"ת ע' 102 ואילך. וראה מכתב רבינו מי"ט כסלו תש"ט (אגרות-קודש ח"י ע' מא): "אשר רשות הכניסה לההתועדות היום אי"ה ניתן רק להתלמידים הקשישים הבחורים הלומדים חסידות ועוסקים בעבודת התפלה".
  2. 2. [בהנחה בלתי מוגה: נשפך קעלעשיק משקה על השולחן, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: זאָל זיך גיסן משקה. נכנסו איזו רבנים מכובדים להמסיבה לאחרי שכבר ישבו כולם אצל השולחן, ואמר אחד להביא אַ פּאָר "טשערס", ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף מער ווי אַ פּאָר. ואמר: דאָס איז חסידישער סדר [ההמשך בפנים].
  3. 3. ראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' ריט: ולסיים בעיון בדברי הרב, ולהראות עד כמה וכמה יש לדייק גם בתיבות שנראות רק כפל לשון לחזק הענין. . חסידות איז אַריינטראָגן סדר אין בלתי סדר, און מאַכן פון בלי סדר אַ סדר, בנ"א: מאַכן אַ סדר אין בלי סדר. ולכאורה כהנ"ל הוא כפל הענין במילות שונות. ויובן בהקדם, ובקיצור נמרץ: סדר ובל"ס זהו תקון ותהו, ואח"כ — תומ"צ וגוף וענינים הגשמיים שהם תערובות טו"ר, והדגיש הבעש"ט וביאר זה אדה"ז, שהעבודה צ"ל לא בגדר סיגוף ודחי' כ"א בדרך בירור ועלי'. כידוע פי' הבעש"ט עה"פ כי תראה חמור (היום יום [כח שבט] ע' כ"ג). וכמובן כהנ"ל צ"ל נעשה, ע"פ דרישת תורת החב"ד, לאט לאט ולא בדרך מקיף (יעוין קונטרס העבודה בסופו). וזוהי ההוראה בשיחה הנ"ל הדרגות בהעבודה ע"פ חסידות: א) אַריינטראָגן סדר אין בל"ס, בתחלת העבודה הם עדיין ב' דברים נפרדים, אלא שממשיך גילוי נה"א בנה"ב ונה"ב שותק. ב) מאַכן פון בלי סדר אַ סדר, אֵין בל"ס כ"א סדר בלבד, נה"ב מתפללת ולומדת אחר נפה"א המקריא אותה, אבל לא בא עדיין לורב תבואות דכח שור, אבל התכלית הוא, וזהו נוסחא אחרת לגמרי: ג) מאַכן אַ סדר אין בל"ס. שישנם המעלות דשני הענינים גם יחד, אורות מרובים דתהו בכלים מרובים דתקון. וראה סד"ה כי עמך הסליחה תש"ט בענין תשובת הגדר ומשקל. ואכמ"ל].

עמוד 289

  1. 4. שבת קכ, א. ב"מ נב, ב. חולין קלז, א.
  2. 5. [ראה גם שיחת ליל שש"פ תש"ז (לעיל ע' 117).
  3. 6. ר' חיים שלמה פאלמער שנסע לאה"ק בתור אחד מראשי ועד "קרן הצלה" — ראה אגרות-קודש ח"י ע' מ. וש"נ].
  4. 7. תו"א פ' וישב ד"ה שיר המעלות. שם סד"ה ואלה שמות. מאמרי פורים ש"ת ותש"ח, ובכ"מ.

עמוד 290

  1. 8. [ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש שנה זו (לקמן ע' 329).
  2. 9. בהנחה בלתי מוגה: אפילו אַ רוסישער איד.
  3. 10. ראה גם לעיל ע' 5.
  4. 11. ראה לעיל ע' 122. וש"נ.
  5. 12. ד"ה לא יצא האיש לא בסייף כו' תרל"ב (סה"מ תרל"ב ח"א ע' נב ואילך)].
  6. 13. ראה ג"כ ד"ה ת"ר נ"ח תרנ"ט. קובץ מכתבי כ"ק אדמו"ר נ"ע מכתב א [אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' כד.
  7. 14. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמוד 291

  1. 15. ברשימת השומעים נוסף: ווי אין ליובאַוויטש דוד גורארי', כמעשה הידוע.
  2. 16. ראה גם לעיל ע' 28. וש"נ.
  3. 17. ברייתא דרבי ישמעאל (הקדמה לתורת כהנים).
  4. 18. רש"י סוכה יא, ב — ד"ה לא ילפינן. וראה רש"י פסחים סו, א ד"ה וכי מאחר וד"ה הכי קאמר.
  5. 19. ראה ערוך ערך הלך. אוה"ת יתרו ע' תתצו.
  6. 20. ברכה לד, ו].
  7. 21. להעיר ממרז"ל (סוטה יד, א) לעליונים כו' לתחתונים כו' ונתבאר בלקו"ת במדבר ד"ה מעט תוספות ביאור על ענין וספרתם [יב, א]. סד"ה כי ישאלך בנך ש"ת [סה"מ ה'ש"ת ע' 49.
  8. 22. ראה לעיל ע' 149].
  9. 23. להעיר ממרז"ל (זח"ג עג, א) תלת דרגין אינון מתקשראן דא בדא קוב"ה אורייתא וישראל.
  10. 24. [ויצא כח, יב.

עמוד 292

  1. 25. עקב י, טז. וראה תניא אגה"ק ס"ד (קה, ב)].
  2. 26. ראה אודותו בספר הניגונים [חלק א] ניגון א.
  3. 27. ראה אודותו בספר הניגונים [שם] ניגון קיא.
  4. 28. [בהנחה בלתי מוגה: הזהיר אשר התלמידים הקטנים לא ישתו יי"ש].

מצוטט ב־4 עמודים

תורת מנחם 3
  1. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת* יו"ד שבט ה'תשי"א** סה"ש תש"ט ע' 291
  2. י - שנת תשי"ד - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת י"ט כסלו ה'תשי"ד. סה"ש תש"ט ע' 290
  3. כ - שנת תשי"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' פינחס, י"ב תמוז ה'תשי"ז. סה"ש תש"ט ע' 292
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ רלב ספר השיחות תש"ט ע' 291