ד' תשרי תש"ט
277ד' תשרי תש"ט
געהאָפט האָט מען, זיין אין ארץ ישראל די ימים טובים, ווייל די תקוה פון יעדן אידן איז דאָך זיין אין ארץ ישראל, אין דער אמת'ע ארץ ישראל.
אַלע אידן זיינען אמת'ע.
דער ראָגאַטשאָווער גאון1 האָט געזאָגט: קיינער האָט באַ אונז ניט צוגענומען ארץ ישראל, און קיינער וועט אונז ניט געבן ארץ ישראל2.
ארץ ישראל איז אונזערע, קיינער האָט באַ אונז זי קיינמאָל ניט צוגענומען. זי איז ארץ ישראל, נאָר דער טאַטע האָט אָפּגעשמיסן די קינדער. און אַז דער 278קינד דערפילט דעם שמיץ און זאָגט: טאַטע מיר ווילן טאָן וואָס דו ווילסט נאָר עס איז פאַראַן דער יעניגער וואָס דערלאָזט ניט, טאָ נעם עם צו, וועסטו זעהן וואָס פאַר אַ גוטע זיסע קינדער מיר זיינען.
השי"ת זאָל געבן אַלעמען אַ חתימה טובה, אַז מען זאָל קומען אין ארץ ישראל געזונטערהייט, מיט משיח'ן צוזאַמען.
על הודעת מר קרעמער אודות אסיפתם ע"ד התועדות וביקש ברכה ע"ז — היתה המענה של כ"ק אדמו"ר שליט"א:
אַז אידן טוען אין אַ ענין פון צדקה און בפרט אויף אַ ענין פון תורה, ובפרטי פרטיות אַ רבים, העלפט דער אויבערשטער.
השי"ת זאָל געבן יעדן איינעם וב"ב בפרט אַ חתימה און אַ גמר טוב, און אַ שנה טובה מתוקה, אַ אמת'ע זיסע. און מען זאָל זיך זעהן אין דערהיים.
הערות
עמוד 277
- 1. ראה אודותו — ספר השיחות תרפ"ה ע' 70 הערה 7.
- 2. להעיר מספר השיחות תרפ"ז ע' 169.

