יום ב' דר"ה תש"ט בסעודה
א. אין חסידות זיינען פאַראַן ד' דרגות: תורת החסידות, עבודת (מדות) החסידות, דרכי החסידים, און ניגוני חסידים. בתורת וידיעת החסידות אין החסרון כ"כ אם אין מבין הענין היטב היום יש לקוות שירחם השי"ת ויבין הענין למחר, וכן הוא בענין המדות; אבל דרכי החסידים חסרים עתה, מען נעמט אַלץ חיצוניות. מען האָט געמאַכט אַ פוילישן חב"ד; מען שטופּט זיך, מען רייסט זיך, און מען מיינט אַז דאָס איז חסידות. באמת — מען דאַרף דאָס ניט אַזויפיל מפרסם זיין — איז די שולד מצד המשפיעים, וואָס מען גיט זיך ניט אָפּ צו לערנען די יונגעלייט די דרכי החסידים; וואָס איז די וואונדער אויף זיי, זיי האָבן דאָך ניט געזען ווי עס דאַרף זיין. אַמאָליקע זקני החסידים פלעגן האָרעווען אויף יונגעלייט מער ווי זיי האָבן געהאָרעוועט אויף חסידות.
ב. דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אַז עס דאַרף זיין כלים. דער עיקר פון אַ כלי איז דער תוך, ניט דער אַרום2. די דפנות דאַרפן זיין דינע, זיי דאַרפן זיין שטאַרקע אָבער דינע דפנות.
277ג. דעם ליובאַוויטש שבליובאַוויטש האָט מען געבראַכט אַהער.
ד. (איזה מהמסובים התחילו להזכיר על ענינים וסדרים שונים שהיו בליובאַוויטש, והזכירו משנת תרס"ו שמח"ת, שכ"ק אדמו"ר נ"ע אמר אז3 המאמר ד"ה כי נער ישראל ואוהבהו4. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער טאַטע האָט דאַמאָלסט געזאָגט פאַרען מאמר: איך וועל זאָגן אַ ענין וואָס האָט זיך באַ מיר יעצט אָפּגעלייגט5, ובחשאי אמר: וואָס נשמה האָט גענומען פון חי'. ובהמאמר פירש: נער ישראל ואוהבהו6, ואהבהו וואָס איך — הקב"ה — האָב אַריינגעגעבען אַ אהבה אין ישראל.
ה. ברור הדבר, אַז יעדערער וואָס דערמאָנט זיך דעם ציור פון ליובאַוויטש ווי דער רבי האָט געזאָגט חסידות, און איז זיך מצייר ווי דער רבי האָט דאַמאָלסט אויסגעזען, און ווי דער חסיד האָט געהערט און ווי ער האָט דאַן אויסגעזען, און ווי עס האָט אויסגעזען בשעת מען האָט גע'חזר'ט דעם רבי'נס אַ מאמר אָדער אַ שיחה — איז ברור הדבר אַז עס וועט באַ אים נתגלה ווערן דער פנימיות הנשמה, סיי ביי דעם דערציילער און סיי ביי דעם הערער.
ו. הרה"ח ר' הלל פּאַריטשער7 האָט זוכה געווען צו אַ כיבוד פנימי פון די רביים. בכלל איז אויף יעדער פון די חסידים הגדולים געווען אַ בעזונדער טיטול, אָבער פאַר ר' הלל'ן איז באַ די רביים געווען אַ בעזונדער הדרת. — עס איז שווער צו זאָגן דעם וואָרט "הדרת הכבוד", ווייל ר' הלל האָט געהאָרעוועט אויף אנשים פשוטים. ער האָט מגלה געווען די יחידה שבנפש באַ די אנשים פשוטים.
ז. עס איז דאָ גאָר אַן אַלטער וואָרט: עס זיינען פאַראַן דריי העדרים: העדר העבודה, העדר הידיעה און העדר ההשגה. באמת איז דאָס אַלץ תלוי אין העדר העבודה, און אַז עס איז דאָ עבודה, איז דאַמאָלסט פאַראַן ידיעה, און די ידיעה קומט דאַן אַראָפּ אין השגה.
הערות
עמוד 276
- 1. ברשימת השיחה כותב המניח: "רשימה קצרה, רק נקודות, כי לא זכינו לשמוע היטב", "הענינים המובאים כאן אינם על הסדר שאמרם כ"ק אד"ש ויש בהם מוקדם ומאוחר".
- 2. ראה שיחת ליל ב' דר"ה שנה זו (לעיל ע' 274).

